בדחןרעדענדיג איבער די ווערטיל, עס איז מסתבר אז ״איך אויך״ מיט זיין ווערטיל ״שווארצע מאנקיס״ האט זיך זיכער באצויגען דערצו לויט די אנגעמיגענע מיינוג ביי טייל חברי הקאווע אז מענטשן שטאמען פון מאנקיס.
ומענין לענין באותו דרינגן.
ס'פלעגן זיך וואלגערן וועכענטליך אזאנע ליפלעטן אנקעגן די קאמפיוטערס, שטענדיג מיט פרישע אטראקטיווע מיטלן וויאזוי צו כאפן די ליינער.
איינס פון די מערסט באקאנטע איז געווען א צעטל מיט אזאנע קעסטעלעך, וואו מ'האט געהאט די מעגליכקייט נאכצופאלגן די שטורעמישע רייזע פון א דורכשניטליכן הייימישער יונגערמאן, וועלעכע ווערט צוביסלעך עוועלוצינעזירט דורכן אפזיצן אויפן קאמפיוטער.
צום ערשט האט זיך זיין קאפל פארקלענערט, דאן האבן די פיאות ארויפגעוואנדערט אויף די אויערן, דערנאך זענען זיי גענצליך פארשניטן געווארן, שפעטער איז שוין דאס אזוי אויך קליינטשיג קאפל אוועק מיטן רוח, ביז מ'האט שוין געקענט זעהן ווי ער איז א פולשטענדיגער גוי.
מיינט איר דא האט זיך עס אפגעשטעלט? נאאפ. ביי די גוים לעקט מען אויך נישט קיין האניג, און די רייזע איז נאך געווען אין פולן שוואנג.
נאכן זיין פאר א שטיקל אפשניט א גוי, איז ער פארוואנדעלט געווארן אין א גערילא/מאנקי, און דא האט זיך די נסיעה אפגעשטעלט מיט א מערקבארן סוף.
פלעג איך זיך אלץ ווינדערן וואסי פשט מ'ווערט א חיה? מילא א גוי, נו, דאס האט דאך א מענטש א בחירה.
א גערילא? וא"ת מ'קען ווערן, איז דאס אפהעניג דווקא אינעם קאמפיוטער?
נאר יעצט טראכט איך ס'איז פשוט.
דאס איז סיפא לגלויי רישא.
דאס איז א ווארענונג אז פון אפזיצן אויפן קאמפיוטער קען מען אנקומען צו גלייבן דעם עוועלוציע טעאריע און ווערן א גוי.
זעהט זיך אויס זיי האבן אבער נישט געוויסט אז אין שטיבל איז פארהאן א
@יאיר וועלעכע קען אריינפאסן ס'זאל שטימען אויך מיטן תורה.
אדער א
@בדחן וועלעכע וועט קענען דערמיט בארעכטיגן ראסיזם.
@בענדזשאמין פרענקלין איז נישט צופרידן מיט דעם. ער טענה'ט אי משום הא, אפשר הערט ער אויף צו מאכן קידוש.