אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש
איינער פון די שטערקסטע ביכער וואס זענען אמאל געשריבען געווארען איז דער ביך "Also sprach zarathustra" פון פרידריך ניטשה. דאס איז א ספר געשריבען בסגנון הנביאים, וואס אין דעם לייגט ניטשה פאר מורא'דיגע יסודות פון זיינע געדאנקען, און אלס מיט אזא מייסטערהאפטיגע סטייל פון משל ומליצה וואס ברענגט א מענטש צו טראכטען גאר טיף אויף דער מענטש און אויף דער לעבן.
האב איך מחליט געווען, לטובת אחינו בני ישראל דוברי אישי, איבערטייטשען דער ספר אויפ'ן לשון המדוברת. איך זאג נישט צו איך וועל ממשיך זיין, אבער דא לייג איך פאר אייך דער ערשטער שטיקל פון דער ספר, הערות והארות, סיי אויף די תרגום און סיי אויף אלעס ארום און ארום, זענען וועלקאם. איך האף עס וועט זיין א המשך צו דעם תמידין כסדרם, און אפשר וועט דער עולם זיך אויך מעמיק זיין אין דבריו העמוקים און אנקומען צו עפעס.
איך האב עס איבערגעטייטשט פון דער ענגלישער איבערזעצונג און דער דייטשער אריגענעל, וואס איז נענטער צו יידיש, און אפשר וועט דער יידיש אפילו מצליח זיין איבערצוגעבן ניאונסים וואס איז שווער צו געבן אויפ'ן ענגלישער שפראך.
1. ווען זאראטוסטרא איז דרייסיג יאר אלט געווען, האט ער פארלאזט זיין היים און די וואסער ביי זיין היים, און איז געגאנגען אין די בערג. דארט האט ער גענאסען פון זיין גייסט און זיין איינזאמקייט און איז צעהן יאר נישט מיד געווארען פון דעם. ענדליך אבער האט זיך זיין הארץ פארוואנדעלט, און איין פרימארגען שטייט ער מיט די מארגענסרויז אויף, טרעט פאר די זון, און רעדט אזוי פאר איר:
"דו גרויסער שטערן! וואס וואלט געווען דיין גליק ווען נישט אז דו האסט די פאר וועם דו לייכסט!
צען יאר קומסט דו דא ארויף צו מיין הייל, דו וואלסט פארמאטערט געווארען פון דיין ליכט און דיין וועג ווען נישט מיר, מיין אדלער, און מיין שלאנג.
אבער מיר ערווארטען דיר יעדעס פרימארגען, נעמען פון דיר דיין איבערפלוס, און בענטשען דיר דערפאר.
הו, איך בין פארמאטערט פון מיין קלוגשאפט, ווי די בין וואס האט צופיל האניג געזאמעלט, איך באדארף הענט צו זיך אויסגעשטרעקט.
איך וואלט געוואלט שענקען און אויסטיילען, ביז די קלוגע צווישען מענטשען וועלן ווידער אין זייער נארישקייט זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום.
דערפאר מוז איך צו די טיפנישען אראפשטייגען, אזויווי דו טוסט אין דער אווענט, ווען דו גייסט אונטער דער האריזאנט און ברענגסט ליכט פאר די אונטערוועלט, דו רייכער שטערן!
איך מוז, גלייך ווי דיר, אונטערגיין, צו ווי די מענטשען זענען, צו דאנען וועל איך אראפגיין
בענטש מיר דאן, דו רוהיגער אויג, וואס קען באטראכטען אפילו די גרעסטער גליק אן קנאה.
בענטש דאס בעכער, וועלכער וועט איבערפליסען, און גאלדען וועט פון עם פליסען און איבעראל טראגען דער אפשפיגלונג פון מיין גליק.
אפשר איז ספר יואל ב' אויך אסור? אוודאי נישט, אלס וואס איז געשריבן געווארן "נאך" די איסור, קען נישט זיין אין כלל האיסור. אזויווי די מצליח איז נישט בכלל דער שטערן אישור...
פילייכט לשון קודש וואלט געהאט א בעסערע טוויסט. דער נביא'ישער סגנון איז געשמאקער, דוכט זיך, אין לשון קודש. (נישט אז דאס איז שלעכט, נאר אז דו בעטסט הערות, איז דאך אין שיעור למעלה).
''נעמען פון דיר דיין איבערפלוס '' זאראטוסטרא גייט אוועק צו די בערג צו לעבן אן אפגעזונדערטע לעבן. ער האט אוודאי פארברענגט זיינע טעג מיט התבוננות און האט דערגרייכט חכמה ומדע שאין לשער. ער האט זיך מתבוננן געווען אינעם זון און ער זעהט איין אז די גאנצע גדולה פונעם זון איז אז עס שיינט אויף אנדערע. די זון וואלט אפשר געקענט זיין מעכטיגער אויב זי גייט ווען אריין אין א הייל און האלט איר גאנצע ברען און גאנצע שיין פאר זיך. אבער זאגטס מיר, ווען איז די זון מעכטיגער און שענער, ווען זי שיינט אויף די וועלט אדער ווען זי באהאלט זיך? דאס איז די געדאנק אז די גרעסטע הנאה איז ווען מען גיבט פאר יענעם. ואכמ''ל.
''און בענטשן דיר דערפאר '' נאך אן אבזערוואציע. טוט דען די זון עקזיסטירן בכלל אויב ס'נישט דא איינער וואס זאל עס קאנפירמירן? (מח שליט וועט ליב האבן דער געדאנק) די זון קען אפשר האלטן אז יא, אבער זאראטוסטרא האלט אז נישט. זאראטוסטרא האלט אז די איינציגסטע סיבה צו זאגן אז די זון עקזיסטירט און איז מעכטיג איז נאר ווייל ער זאגט און באשטעטיגט עס, כדוגמת אין מלך בלא עם.
זאראטוסטרא רעדט צו זיך. אזוי ווי עס זעהט זיך אן מערערע מאל.
ATUB @לעיקוואד ATUB , ושאינו יודע לשאול את פתח לו. איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס איך דארף צו זען דא, וואס ס'איז דא צו טייטשן, א מענטש איז געגאנגען התבודדות, און ער רעדט צום זון אז אזוי ווי די זון איז נאר די זון ווייל זי שיינט אויף די מענשטען, אזוי אויך מוז ער איבערגעבן חכמה צו די נידעריגערע מענטשען (לך רד) און זיי משפיע זיין פון זיין חכמה, ווייל אן דעם איז ער גארנישט. עפעס אזוי, איך זעה נישט ווי פול טיפער מ'קען דא גיין, אלזא ביטע לאזט אייך אראפ צו אונז, און צייג אונז צו וואס ס'איז דא זיך צו דינגען אין פשט, וואו מ'קען זיך מתווכח זיין, גיס איבער פון דיין בעכער, און האפענטליך וועט זי נישט ליידיג ווערן, דו וועסט קיין מענטש נישט ווערן...
איז אזוי, לעולם וויל איך בעיקר זיך קאנצעטרירען אויף די איבערזעצונג און דאס לאזט מיר נישט גענוג צייט זיך צו באשעפטינגען מיט די הסבר און עיון, דאך איז פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך מקדים זיין א משהו בעקגראונד און הסבר אויף וואס טוהט זיך דא.
פרידריך ווילהלעם ניטשה איז געווען א דויטשער פילאלאג, פילאסאף, שרייבער, דענקער, קריטיק, און קאמפאזירער, וואס האט געלעבט צווישען די יארן 1844 און 1900. זיין לעבנס-געשיכטע איז גאנץ אינטרעסאנט או איז אפשר קריטיש אויף צו פארשטיין זיין פילאסאפיע, פון זיין געבורט און די טויט פון זין טאטע, ביז זיין קאריערע אין פארשידענע אוניוועריזטעטן, זיין חבר'שאפט און דאן וועלטס-קריג מיט וואגנער, ביז זיין ענדגילטיגע גייסטישע צאמאפאל און מחלה. איך גיי נישט דא פארציילען די גאנצע תולדותיהם של צדיקים דא, ווער עס אינטרעסירט זיך קען ליינען אין וויקיפעדיע אדער ענליכע מקומות. עס איז אויך דא גאנץ א זאכליכע דאקומענטערי פון די בי בי סי וואס פארציילט וועגן זיין לעבן בשילוב געוויסע נקודות פון זיינע געדאנקען.
יעצט לגבי דער בוך, "כה אמר זרתוסטרא", איז מסתמא זיין מערסטע באקאנסטער בוך, ווי ער לייגט פאר עטליכע פון זיינע הויפט געדאנקען, דערמאנט אויך אין אנדערע ספרים זיינע, אויף א סטייל פון די נביאים פון דער תנ"ך. זאראטוסטרא, דער נביא מתבודד אין וועמנ'ס מויל ניטשה לייגט אריין די גאנצע ספר, איז די נאמען פון דער פרסישער נביא זורואסטער, דער גרינדער פון דער זוראסטרישער רעליגיע (וואס איז אגב געווען דער דאמינאנטער רעליגיע אין בבל בזמן התלמוד, און פילע מאמרי חז"ל אדער תקנות פון יענער תקופה זענען אין דירעקטער התייחסות צו זייערע שיטות און מנהגים), ניטשה נוצט דאס אבער אין גאר א ראדיקלער וועג, נוצענדיג די ליטערישע און רעטארישע כלים פון א ביבלישער נביא אויף צו רעדן געדאנקען וואס זענען א דירעקטער אטאקע אויף רעליגיעזע מושגים און טראכטונג.
מצד דעם, קען מען אפשר רופען ניטשה די ערגסטער אפיקורס וואס האט אמאל געלעבט, און רעכענען זיין ספר דער ערשטער ספר אויף די ליסטע פון ספרים חיצונים וואס מטאר נישט ליינען. (און אויב זאלן מיר צולייגען דא די נוצען וואס די נאציס האבען געמאכט מיט זיינע געדאנקען, ספיציעל דער געדאנק פון "דער ווילען צו שטארקייט", ווי די נאמען פון זיין לעצטע בוך וואס זיין שוועסטער האט ארויסגעגעבן, און יש אומרים מסלף געווען, איז אוודאי גייט ער גרינגערהייט אריין אין די ליסטע פון די גרעסט רשעים פון היסטאריע). דאך, איז דווקא דאס וואס ער האט בוחר געווען דא אראפצולייגען זיינע רעיונות באופן פון משל ומליצה, אין א לבוש פון א נביא, גיט עם א טיפקייט און א אמת וואס מען קען נישט דערגרייכען מיט שרייבען סתם גראדע פראזע. און למעשה, איז ער פון די דענקער וואס ווערן די ווייניגסטער פארשטאנען און די מערסטע אומ-פארשטאנען עד היום הזה.
ניטשה איז נישט סתם אן אפיקורס וואס זאגט לית דין ולית דיין און גיימיר עסן פיצא מיט פרענטש פרייס. ער באטראכט מיט א מופלא'דיגער דרייסטקייט דער מציאות פון דער מאדערנער מענטש וואס לעבט, צו וויל ער יא צו וויל ער נישט, אין א גאטלאזער וועלט. און זיכט א וועג, מיט אלע כוחות, איבערצוקומען די מענטשליכער שוואכקייטן און בויען עפעס א תכלית און משמעות וואס עס איז כדאי צו לעבן דערפאר. מצד דעם איז ער באמת א נביא, וואס זעהט גאר טיף און ווייט די רעיונות וואס שטראמען אינטער דער שטח, און פראבירט זיך מתמודד זיין מיט די אמתער נקודות , און געבן א וועג פאר אנדערע צו גיין אין דער לעבן.
אפגעזעהן צו מ'האלט פון עם צו נישט, און צו מאיז מסכים מיט זיינע רעיונות צו נישט, איז ער איינער וואס שרייט אן אמת צו טיף צו קענען איגנארירען, און אזויווי זיין משל פון דער וואנדערדיגער נביא , משוגענער, אדער מתבודד, וואס גייט ארום און שרייט וואס ער זעהט, און עס איז שווער זיך מתעלם זיין פון דאס וואס ער זאגט.
פארוואנדעלט איז זאראטוסטרא, איין קינד איז געווארען זאראטוסטרא, איין ערוועקטער איז זאראטוסטרא, יעצט וואס ווילסטו טוהן אין די לאנד פון די פארשלאפענע?
ווי אין ים האסטו געלעבט אין איינזאמקייט, און דער ים האט דיר יעצט געטראגען. אוי, דו ווילסט יעצט אויפ'ן לאנד אפשטייגען? דו וילסט דיין לייב ווידער זעלבסט שלעפען?"
זאראטוסטרא ענטפערט: איך האב ליב די מענטשען.
פארוואס, זאגט דער הייליגער, בין איך געגאנגען אין וואלד און אין מדבר, איז דאס נישט, ווייל איך האב די מענטשען צו ליב געהאט?
יעצט האב איך ליב גאט, די מענטשען האב איך נישט ליב, דער מענטש איז מיר צו אן אומ'שלימות'דיגער זאך, ליבע צו מענטשען וואלט מיר אומגעברענגט.
זאראטוסטרא ענטפערט: וואס רעד איך פון ליבע? איך ברענג דאס מענטש א געשאנק!
איך זעה אז ניטש דערמאנט די זעלבע מושג שוין צוויי מאל. אין די צווייטע קאפיטל: ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארים דערפאר. און אין די ערשטע קאפיטל: ביז די קלוגע צווישן מענטשן וועלן ווידער אין זייער נארישקייטן זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום. ונאמר: זעה די בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן.