Under maintenance
הויפט זייט » מזל טוב 3000 לייקס

מזל טוב 3000 לייקס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4196
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 7:06 pm#155049
מזל טוב יידל פאר איבער 3,000 לייקס.
כאטש יידל און יאנקל דרייען זיך נישט דא אפט לעיטלי, וואקסן אבער די צאל לייקס...
דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:27 pm#198475
ס'קימט א ערענסטע שמחה
דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:11 pm#198492
יאיר? הא??
דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:17 pm#198494
יאיר טאקע אויך אבער נישט אין דעי אשכול
זונטאג מאי 04, 2014 5:27 pm#198871
איך קלער אזוי צי איך זאל יא שרייבן צי נישט. כ'מיין, ווער בין איך? איך פיל מיר ווי א מורה הלכה בפני רבו אביסל.
איז אזוי, ראשעקאל האט שוין אנגעגרייט דעם עולם צום בעפארשטיינדע שמחה און איצט קען מען אפיציעל וואונטשן החכם הכולל, מרן ATUB @לעיקוואד ATUB שליט"א לכבוד זיין עררייכן 3000 לייקס קעניינעהרע. איך וואונדער מיר צו דער רמב"ם בימינו וועט זיך בכלל וויסענדיג מאכן פון די שמחה.
דינסטאג יולי 01, 2014 2:38 pm#209019
איך האב יעצט זוכה געוועהן צו געבען פאר ATUB @הוגה ATUB זיין דריי טויזענט'סטע לייק!!
דינסטאג יולי 01, 2014 2:47 pm#209023
זאג מיר וועלכע גוטע זאך האסטו היינט געטון אז דו האסט זוכה געווען?
דינסטאג יולי 01, 2014 2:48 pm#209024
אז איך האב געעפענט דעם אשכול
l viewtopic.php?f=24&t=6708 l
און אפשר וועט עס העלפען אפילו נאר איינער אז ער זאל נישט ווערן OTD נאר בלייבן ביי אמת'ע אידישקייט
דינסטאג יולי 01, 2014 2:56 pm#209026
אליבא דאמת האט געשריבן:אז איך האב געעפענט דעם אשכול
viewtopic.php?f=24&t=6708
און אפשר וועט עס העלפען אפילו נאר איינער אז ער זאל נישט ווערן OTD נאר בלייבן ביי אמת'ע אידישקייט


זייער א שיינע טשעפע, ATUB @אליבא דאמת ATUB . מיינסט טאקע אז איך ווער אונטער געקויפט מיט נארישע לייקס? :D


.
מיטוואך יולי 02, 2014 11:36 am#209178
מזל טוב הוגה פאר די שלשת אלפים!

לעצטנס פאנפעסטו אונטער, דו דרייסט זיך ארויס פון דיין גאט-געשאנקענעם טאלאנט צו שרייבן אינהאלטסרייכע ארטיקלען, מיר האפן אז די 3,000 לייקס וועט דיר געבן א געוואונטשענעם שטופ (כאטש דו טענה'סט אז מען קען דיר נישט אונטערקויפן, אבער פארפאלן, א קאמפלימענט האט יעדער ליב, פרוביר נישט צו לייקענען!), און בקרוב ווען מען קענען וואונטשן אויף 4,000.
מיטוואך יולי 02, 2014 11:43 am#209180
מזל טוב הוגה!!!
מיטוואך יולי 02, 2014 11:46 am#209183
איך בין מיך מצרף צו די וואונטשן פאר גדל מרבן שמו ר' הוגה.

סתם, דרך אגב: פרייטאג צונאכטס פארדריי איך אביסל די ניסוח און כ'בענטש מיינע קליינע, ישמך אלקים כהוגה וכמנשה. בך יתברכו ישראל!
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:46 pm#219657
איך וויל באדאנקן חברינו היקר ATUB @ראשעקאל ATUB , פאר'ן מיר געבן נעכטן נאכט די 3000'סטע לייק. א ייש"כ אויך פאר אלע לייקערס ביז אהין. ייש"כ פאר די חיזוק.
מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:45 pm#233569

מומע יענטל גרייט שוין די גרויסע טעפ, ר' מאטל האט שוין אוועקגעלייגט א פיינע קרים מאלאגא, ר' משה יענקל האט שוין געלייגט אן אויג אויפ'ן אויבן אן, א בענקל נעבן די קרעימעש קעיק, אלעס גרייט זיך צום גרויסן שמחה ביים בדחנא דמלכא, חכימא דיהודאי, אב בחכמה ורך בשנים, משמח אלוקים ואנשים, עט סופר מהיר במלאכתו, מרן
@יואב
צום דערגרייכונג פון 3000 לייקס (בערךנאך א תגובה א האלב) כן ירבו.
יואב איז די קעניג פון לייקס, קעווין אלערי וואלט זיך מחי' געווען מיט אזעלכע מארזשינס, שטייענדיג אונטער 1000 תגובות, נומערן וואס מ'האט שוין נישט געזען זינט די קופערניקעס עפאכע.
יואב פארפאסט נישט א געלעגנהייט פון ארויפברענגען אויף אונזערע לעפצן א שמייכל, אבער בד בבד זענען זיינע תגובות מלא מדע וחכמה ושכל הישר פון וואס אלע זענען אזויפיל נהנה.
גלייכצייטיג בעטן מיר דעם שר צבא ה', פליז גיי נישט או. טי. די., די ראדני שאלעשסידעס בילקע איז טאקע נישט אזוי צום הארצן, אבער מיר פארגינען דיר נישט פאר יאשקע.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:56 pm#233918
שכח כוכב פאר די באגריסונגען! איך ווייס נאר נישט וואס צוריק צו שרייבן. ווי שוין געשריבן אינעם "קאווע שטעטל" אשכול, איז מיר שווער צו טיילן ברכות און קאמפלימענטן. די זעלבע איז בנוגע נעמען, איך גלייך דאס, דאוינט געט מי ראנג, אבער איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו עסן. קודם איז אבער זיכער אז מיט דער איצטיגער תגובה - - וואס איך שרייב יא צו נישט - - האב איך מיך געריקט מיט נאך א תגובה נענטער צו טויזנט.

איין זאך נאר: גלייב מיר יאשקע וועט פונקט אזוי קלאגן אויב זאל איך גיין OTD, ער וועט נאר דערלייגן. ודו"ק.
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:03 am#234570
@יואב!
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 11:13 pm#242556
מזל טוב צו אונזער אלעמען באליבטן ATUB @ראשעקאל ATUB . ראשעקאל אז אונז מהנה אויף אזוי פיל אופנים. עקסקלוסיוו בילדער, וודיאוס און נייעס. אונזער ראשעקאל איז יוניק מיט דעם אז ער איז בכלל נישט א גבר אלים נאר א גאר געשמאקער און צוגעלאזענער. ראשעקאל ווי לאוו יו!! (באמת קומט זיך א פאעזיע פאר אזא איש חשוב, אבער די פארמעסט האט געדרענט מיין פאעזיע בעטערי. ועוד חזון)
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 11:29 pm#242560
אזויווי ס'איז ערווארטעט א ריזן עולם וואס וועט אנטיילנעמען בשמחת ראש קהילתנו און אפגעבן מזל טוב, בעט מען זייער מ'זאל זיך נישט שטיפן נאר גיין פון דרום צו צפון. א ספעציעלע דורכגאנג וועט ווערן צוגעשטעלט פאר זקני אנ"ש.

מזל טוב, מזל טוב!
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:42 am#242573
פשיהא!!!
שקויעך רויטע!!

און נאך דערצו מיט דיין חתימה............ (נישט דא קיין קיש אייקאן?)
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:59 am#242605
מזל טוב ראשעקאל! שמחתך הוא שמחתינו!! מזל טוב פאר אלע פון אונז!!! לאורך ימים ושנים טובות..
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:56 am#242641
ATUB @ראשעקאל ATUB איך וואלט גיבעטן אז לכבוד די שמחה בבית ראש קהלינו זאלסטו זיך לאזן אינטערוויוע"ן דא אויפן פארום און ארויסגעבן אביסל סודות פון חדר ווי האסטו צוטריט צו יעדע בילד, בלעטל וואס דרייט זיך בעלמא הדין און צו יעדע אויסגאבע נאך איידער עס קומט ארויס?
ATUB @כוכב ATUB איך וואלט דיר געוואלט נאמינירן (מחוצף ווער האט דיר גיפרעגט) אז די זאלסט זיין די אינטערוויער.
יישר כח למפרע
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:10 pm#242657
קיין פראבלעם. עפען א אשכול מיט אלע קושיות, און כ'וועל טרייען צו ענטפערן
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:49 pm#242661
כ'על גיין גלייך צום פאנטשליין.

וואספארא מעסעזדש האט איר איבערצוגעבן פאר די ק"ש ליינער?
דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:24 pm#247716
מזל טוב מאטי!!
מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:20 am#251696
ראובן!!!!!!!