מיטוואך יולי 10, 2013 9:26 am#132090
דעילי ניוס: קעיס קעגן הר"ר שלמה אהרן קעלנער האלט ביים צעפאלן
ווי באקאנט איז ר' שלמה אהרן קעלנער פון בארא פארק דער גרויסער לוחם מלחמות ה' קעגן דעם מעגא מנובל ב"מ לעבאוויטש, און ער האט אפילו די שטיצע פון עטליכע רבנים צו גיין אין קארט קעגן לעבאוויטש וואס האט שוין מטמא געוועהן צענדליגע אידישע קינדער אין די לעצטע דרייסיג יאהר.
אין א געלונגענע שטיקעל האט לעבאוויטש'עס זוהן (מיט די הילף פון משה פרידמאן גבאי רז"ל מסאטמאר) באוויזען אויסצודרייען די דאשיק און האט אנגעקלאגט קעלנער אין עקסטארשען, און אזוי באוויזן ארויסצושלעפן זיין טאטע פון תפיסה, און ער ווארט יעצט פאר א ריטרייעל.
אבער נאכדעם וואס די זשאאיש וויק האט אויפגעדעקט אז די גאנצע קלאגע קעגן קעלנער איז נאר א נקמה פאר זיין עסקנות קעגן לעבאוויטש און אז עס שטייט אויף גארנישט, און עס איז נאכדעם אויך באשריבען געווארן אין די נוא יארק טיימס, זעהט אויס ווי די גאנצע קעיס האלט ביים צעפאלן. די דעילי נאס האט היינט ריפארטעד אז די הויפט עדות קעגן קעלנער איז זיך סותר מיט זיין עדות, און די איינציגסטע אנדערע עדות איז נאר לעבאוויטש'עס זוהן.
m http://www.nydailynews.com/new-york/ext ... -1.1393961 m