Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » קאווע שטיבל • ומותר הבהמה מן האדם

קאווע שטיבל • ומותר הבהמה מן האדם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4312
דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:16 pm#134637
ומותר הבהמה מן האדם
(איך לייג דער אשכל דערווייל אין דער אפטיילונג צוליב דעם וואס איך האלט אז דער שטיקל איז "מחשבה", אויב האבן די גבאים א בעסערע היים דערפאר קענט איר עס אהין מופן.)


אן אונטערגעהערטע שמועס אין א פארם.

יאנקל אקס: איך פיל אסאך מאל עכט שלעכט פאר די מענטשן.
משה ציגעלע: וואס איז שוין ווידער געשעהן?
יאנקל אקס: איך פיל שלעכט אז זיי לעבן אין אזא איגנארענס.
מעכל די חזיר: איגנארענס? זיי גייען דאך ארום מיט די נאז אין די הייעך כאילו בשבילם נברא העולם.
משה ציגעלע: זיי האלטן דאך אז זיי זענען אויפן העכסטע דרגא, אפילו העכער ווי אונז.
יאנקל אקס: טאקע פאר דעם פיל איך שלעכט פאר זיי. איר קענט אייך פארשטעלען צו לעבן א גאנץ לעבן אין איינרעדעניש? ס'איז ממש א רחמנות. הערשט נעכטן האב איך געהערט איין מענטש זאגן פאר אן אנדערע אז די פאקט אז א מענטש קען רעדן צייגט אויף זייער חשיבות איבער בעלי חיים. זיי כאפן נישט אז זיי זענען נעבעך אזוי מגושם אז זיי מוזן צוקומען צו רעדן צו קענען סערווייווען.
משה ציגעלע: אבער וואס פעלט זיי? ווילאנג זיי זענען צופרידן. אונז שטערט עס זיכער נישט.
מעכל די חזיר: משה איז גערעכט, כ'מיין יאנקל אז דו מוזט מודה זיין אז עס איז א גוט שטיקל. די וועג ווי זיי רעדן זיך איין אז עמילות צייגט אויף מובחר'קייט. זיי כאפן נישט אז מיר זענען די מובחרים, מיר לעבן א העכערע רואיגע לעבן, נהנים מזיו השכונה.
משה ציגעלע: זיי זענען סך הכל דא אונז צו באדינען, שיין צו מאכן אונזער גן עדן. און אין די גוטע צייטן בזמן ביהמ''ק האבן זיי אונז באדינט און אונז געהאלפן גיין אויפן מזבח למען כבודו יתברך.
יאנקל אקס: אלץ איז פיין און וואויל, אבער פארוואס דארף מען זיי פאר'נער'ן? פארוואס דארפן זיי זיין איינגערעדט אז מיר זענען דא זיי צו דינען בשעת בעצם זענען זיי נאר דא צו פארגרינגערען אונזער עבודת השם. פארוואס דארפן זיי אלץ לעבן מיט די פיין און גילט אז ס'דא עפעס העכערס, אז עפעס מער איז דא וואס זיי זענען נישט משיג.
מעכל די חזיר: כא כא כא, דאס איז דאך די עיקר מטרה. ווען די מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואו זיי שטייען און פארוואס זיי זענען עכט דא וואלטן זיי נישט געארבייט אזוי פלייסיג, און אונזער עבודה וואלט געווען שווערער. נאר ווייל זיי ווייסן פון גארנישט, און זיי מיינען אז זיי טוען אויף גדולות ונצורות, נאר פאר דעם באקומען מיר אזא גוטע סערוויס, דאס איז דאך די רצון השם.
משה ציגעלע: איר ווייסט? איך וואונדער מיך אסאך מאל, אפשר זענען מיר די וואס זענען איינגערעדט, אפשר זענען בעצם די מענטשן די מובחרים און מיר זענען דא זיי צו באדינען. אפשר לעבן מיר דער זעלבע טעות וואס מיר האלטן אז די מענטשן לעבן.
יאנקל אקס: אוי משה'לע שוין ווידער מיט דיינע פיליזאפישע קשיות, דו וועסט נאך איין טאג אויסזעהן ווי נחמן מאנקי. ער האט אלעמאל געפרעגט אזיינע אפיקורס'ישע קשיות ביז ער האט זיך סוכ''ס געטויפט צו מענטשהייט.
מעכל די חזיר: הער אויף צו זיין אזא עקסטרימיסט! נישט א יעדע קשיא איז אן אפיקורס'ישע קשיא. אפשר איז מה נשתנה אן אפיקורס'ישע קשיא. משה פרעגט גוט, ווי אזוי קענען מיר זיין זיכער אז מיר זענען גערעכט?
יאנקל אקס: ווייל מיר האבן א מסורה!
משה ציגעלע: אבער דאס פרעג איך דאך, זיי טענה'ן דאך אויך אז זיי האבן א מסורה.
יאנקל אקס: זיי זענען איינגערעדט, דאס איז פשוט אריינגעלייגט געווארן אין זייער קאפ זיי צו האלטן אין פלאץ.
משה ציגעלע: הייפאטעטיקעלי יאנקל, וואס טוסטו אויב דו געפונסט אויס איין טאג אז אונזער מסורה איז א farce, פשוט אריינגעלייגט אין אונזער מח אונז צו קאנטרילירן?
יאנקל אקס: איך האלט נישט ביים ווערן אריינגעשלעפט אין דיינע כפירה'שע געשפרעך, איך וועל מיך האלטן מיט מיין אמונה פשוטה, אין לאמיר זעהן ווי ווייט דו וועסט אנקומען מיט דיין פיליזאפישע חקירה.
מעכל די חזיר: wow האסט אים יעצט אפגעפרעגט אינגאנצן! קענסט נישט דעבאטירן א נושא ווי א נארמאלע מענטש?
יאנקל אקס: עס איז נישט דא וואס צו דעבאטירן, איר האט שוין אפגעמאכט אייער מיינד, בהפקירא ניחא לך, איר נוצט נאר אייערע קשיות אלץ תירוצים.
משה ציגעלע: יאנקל, ווי אזוי קענסטו זיין אזוי זיכער ביי דיר אז דו ביזט גערעכט? גיב א קוק ווי זיי האבן א סיסטעם מיט רביס, רבנים, חסידים, ישיבות, גמחים, פאמיליע לעבן וכו'.
יאנקל אקס: איך בין זיכער מיט אונזער אמונה ווייל אזוי האט מיין טאטע געזאגט און ער האט עס געהערט פון זיין טאטע און אזוי ווייטער. איך וויל נישט זיין קלוגער ווי זיי און איך ווארן דיר, דו ביסט טאקע א תמימות'דיגע בהמה, און פאר דיר וועט עס מעגליך נישט שאטן, אבער דיינע קינדער קען עס יא שאטן און דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט. חכמים היזהרו בדבריכם.
מעכל די חזיר: גראדע משה'לע, די מענטשן סיסטעם איז גאר א ראי' אז זייער גאנצע וועזן איז איין גרויסע שפיל. מען זעהט עס בחוש. די רבי סיסטעם, מחלוקת'ן, מאניפולאציע פון די מאסן, שחיתות פאר פערזענליכע אינטערעסן, טרענען די חסידים און זיי רעדן זיך נאך איין אז זיי זענען די גליקלעכסטע? ממש א דזשאוק! ווי מובחרים ווען מובחרים, אפילו די ביימער און בלימען שטייען העכער פון זיי.
משה ציגעלע: און אפשר זענען מיר ביידע, מענטשן און בהמות דא צו דינען די געוואוקסן, און זיי זענען גאר די מובחרים?






.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:43 pm#134641
:lol:
דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:24 pm#134655
יעצט פארשטיי איך פארוואס מיר דארפן אפקלינען די גליק פון די ציגעלעך. און פארוואס מיר טארן נישט עסן חזיר. מסתמא זענען זיי די מובחר שבמבחרים.
און אויך פארשטיי איך אונזער רילעישן צו די מאנקי'ס.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:44 pm#134664
הוגה, אייזן!
דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:46 pm#134665
הוגה, איך האב מיטגעהאלטן די זעלבע מעשה, אבער ביי באקטיריעס.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:03 pm#134687
יאנקל אקס: אוי משה'לע שוין ווידער מיט דיינע פיליזאפישע קשיות, דו וועסט נאך איין טאג אויסזעהן ווי נחמן מאנקי. ער האט אלעמאל געפרעגט אזיינע אפיקורס'ישע קשיות ביז ער האט זיך סוכ''ס געטויפט צו מענטשהייט.

:like :like :like :like
דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:12 pm#134700
הוגה,

לויט ווי די שרייבסט קוקט אויס אז דאס זענען די מחשבות וואס ווירבלען דיר אין קאפ,

איז אזוי,

קודם כל ביי ארגינעלע אידישקייט, אנדרעש ווי די יאשקעוויסטען אין די מחמאדאנער, האט מען נישט מורא געהאט פין קיין קשיות אין ספיקות, מ'האט געפרעגט אין מ'האט גענפערט, די אידישע אמונה איז בייגעשטאנען די גרעסטע טעאלאגישע דעבאטעס, אין איז ארויס געקומען קריסטאל קלאר, ס'איז די איינציגע אמונה וואס שטייט אויף יסודות וואס מען קען נישט ציברעכען, דער וואס וויל קען עס איגנארירען, אבער ציברעכען קען עס קיינער נישט,

צווייטענס די ביסט נישט קלאר אין די ענין פין מסורה, דאס אז אין אדם מוריש שקר לבניו, דאס אליין אז א טאטע האט געזאגט פאר א קינד איז נאר א ראיה אז די טאטע האט געהאלטען אז ס'אמת, ס'נישט קיין ראיה אז די עצם זאך איז אמת, ס'קען זיין אז די טאטע איז אויך געווען איינגערעדט,

אבער מען האט א מסורה ביזען מעמד הר סיני, אין מעמד הר סיני איז געווען פארענט פין מיליאנען מענטשען, אין ס'נישט שייך צי פעלטשען אזא זאך,

למשל יאשקע פאנדראק אין דער מאחמעדאנער האבען איין טאג באשלאסען אז זיי זענען א נביא אין האבען א סטרעיט טעלפון ליין מיט גאט, נו קענסטע אדער יא אדער נישט גלייבען, די האסטעך עים נישט געהערט רעדען מיט גאט,

משא"כ, ביים מעמד הר סיני האט גאט גערעדט צי גאנץ כלל ישראל ציזאמען, מען האט נישט געדארפט גלייבען, מען האט געזעהן אין געהערט דעם מאמר ה', אין פין דארט אין ווייטער ווערט עס איבער געגעבען פין טאטע צי זוהן, מען קען נישט פעלדשען א זאך וואס מיליאנען האבען געזעהן, ווייל ס'דא ציפיהל וועגען צי עס נאכגיין, ווען מען קען ווען קענסטע זיכער זיין אז די קאפיקעטער'ס די יאשקעוויסטען אין די מאכמאדאנער וואלטען שוין לאנג זיך געמאכט א אייגענעם מעמד הר סיני,

נאר וואס דען טאמער איינער קומט אין זאגט אז גאט האטעם געזאגט אזוי אין אזוי , ווייסט יענער אז די קענסט נישט נאכגיין צי עס האט טאקע גערעדט מיט גאט, אפילו די NSA קען דאס נישט וויסען, נו דאס איז די סך הכל פין די קאפיקעטער רעליגיעס,

עכ"פ די עיקר פראבלעם פאר יודישקייט איז נישט אז מען קען עס אפפרעגען מיט שכל, נאר אז מען שלעפט אוועק די הערצער, אין ווען די הארץ אין פארשלעפט העלפט נישט צי סאך צי מסביר זיין מיט ראיות ברורות די אמת פין יודישקייט, ווייל די הארץ איז ערגעץ אנדרעש אין ס'וויל נישט הערען דעם אמת, ס'וויל ענדרעש גלייבען דברי הבל ווייל דאס איז עים נענטער צים הארצען,

ממילא אז די פראבלעם איז מער א פראבלעם נישט פין לאגיק נאר פין געפילען, איז די עצה אויך מער געפילען ווי לאגיק, מען דארף רייניגען ס'הארץ אין די נשמה אין ווען די פינסטערניש וערט שיטערער קען מען גרינגער אויפלייכטען די ליכט פין אונזער לויטערע אמונה,

אין ס'דארף געזאגט ווערען אז ס'דא חלקים אין "היימישע אידישקייט" וואס איז שטותים אין דברי הבל, אבער כ'האב גערעדט פין די ארגינעלע אידישקייט, וד"ל
דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:21 pm#134719
חזקיהו, כ'האב הנאה אז דו האסט גענומען די מי צו פארשטיין די באדייט פון די מעשה, און נאכדערצו פארן שרייבן אזא לענגס. יא, די זענען מחשבות וואס ווירבלן מיר אין קאפ, עכ''פ ווען איך האב נישט עפעס בעסערס צו טראכטן. אבער אין געוויסע ערטער האסטו לכאורה נישט גוט פארשטאנען.

בנוגע מסורה וואס דו ערקלערסט די חילוק צווישן מתן תורה און די גילויים פון אנדערע רעליגיעס, דער נושא איז שוין עטליכע מאל איבערגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל אזוי אריינגעמישט אין אנדערע שמועסן, עמיר לאזן די כיבוד פאר אנדערע צו אהין לינקען. איך זעה אז געוויסע טיילן פון מיין מעשה (אדער די גאנצע גאר) איז דיר נישט געפאלן, אולי וואלסטו געקענט באשטיין צו ערקלערן וואס פונקטלעך האט דיר געבאדערט.
פרייטאג יולי 19, 2013 12:12 am#134726
יידל האט געשריבן:הוגה, אייזן!

סטעינליס סטיעל
פרייטאג יולי 19, 2013 1:09 am#134737
הוגה האט געשריבן: איך זעה אז געוויסע טיילן פון מיין מעשה (אדער די גאנצע גאר) איז דיר נישט געפאלן, אולי וואלסטו געקענט באשטיין צו ערקלערן וואס פונקטלעך האט דיר געבאדערט.


ס'האט מיר געבאדערט ווייל ס'קוקט אביסעל אויס ווי חוזק פין זאכען וואס איז ביי אונז טייער, ס'טוט וויי,
זיכער איז דא אויבערפלעכליכע ראציאנאלען וואס איז קינדעריש, קענסט דאך נישט פארלאנגען אז יעדער וואס האט שתי שערות זאל דיר קענען געבען א גאנצע טעאלאגישע דרשה איבער עניני אמונה,

זיכער דארף מען אויפציען קינדער מיט אמונה פשוטה, אן קיין קינצען, ווען די ווערסט אביסעל עלטער אין די האסט א ברייטערע שכל איז טאקע א פליכט אויף דיר צי טיפער אין ברייטער אדורעך טוהן אונזער אמונה אין אונזער מסורה,

אבער וואס ווילסטע פין די אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, זיי זענען נישט מחויב צי זיין טעאלאגישע פראפעסארען, די המון עם איבעראל סיי ביי די אידען אין סיי ביי די גוים זענען אויבערפלעכליך אין די ענינים, אין בפרט בדורותינו וואס די מוחות זענען שוואכער, זיכער ווייסט נישט יעדער פינקטליך די פנימיות פין די אמונה,

אבער די חילוק צווישען אונז אין די אומות איז אז אונז גלייב מיר אין די אמונה טהורה מפי משה מסיני, אין זיי גלייבען אין הבלים, דאס אז דער המון עם, די נשים וקטנים וועלען זיך נישט קענען טענה'ן אין טעאלאגישע וויכוחים איז נישט קיין ראיה צי ס'יא אדער נישט אמת וואס זיי גלייבען, ס'סך הכל א ראיה אז זיי גלייבען וואס זיי גלייבען נישט ווייל זיי זענען געקומען צי אזא מסקנא נאר ווייל מען האט זיי אזוי אויסגעלערענט, (אין ס'דא נאך א חלק די חלק פין די נשמה פין די מענטש וואס ציהט אים אויך צי גלייבען אין די ריכטיגע אמונה, ולא אאריך בזה עתה),

אין די נארמאלע וועג פאר נשים וקטנים וקטני המוח, איז צי גלייבען מיט אמונה פשוטה, אין די בעלי מוח לייגען זיך אריין טיפער אין עניני אמונה אין זענען מברר בירור אחר בירור, ביז זיי קומען צי צי גאר א העכערע מדרגה אין ידיעת ה' ווי די נשים אין די קטני דעת, אבער פאר די קטני דעת איז א סכנה צי טיף ווייל זיי קענען אלעס פארלירען, סיי די אמונה פשוטה אין סיי צי די העכערע דרגה פין ידיעת ה' וועלען זיי נישט אנקומען, זיי קענען נאר אנקומען צי א צימישעניש אין גרינג אריינפאלען אין די pitfalls אויפען וועג,

ממילא טאר מען נישט חוזק מאכען פין אמונה פשוטה, דאס איז א ריכטיגע וועג פאר די קטני דעת, והנך להם לישראל, אז דער באשעפער האט די געגעבען א ברייטערע מוח דאן דארפסטע זיך טאקע מער דערגרינטעווען אין עניני אמונה אז ס'זאל דיר לייכטען אין שיינען, אבער חלילה צי עס ניצען צי חוזק מאכען פין די פשוטי עם, די פשוטי עם זענען א חלק פין כלל ישראל אין מיר דארפען זיך פרייען אז זיי גלייבען מיט אמונה פשוטה, בפרט אין אזא קאמפליצירטע דור, ברוך ה' אז מיר האבען נאך וואס מיר האבען, זאל מען נאך חוזק מאכען דערפין ?!

פארדעם האט מיר עס געבאדערט ......
פרייטאג יולי 19, 2013 8:38 am#134749
איך האב מורא אז הוגה ווערט מיר א וועדז'טעריאן...
רח"ל! רב קוק איז געווען אזוי..
פרייטאג יולי 19, 2013 8:47 am#134751
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב מורא אז הוגה ווערט מיר א וועדז'טעריאן...
רח"ל! רב קוק איז געווען אזוי..


איך ווער נישט קיין וועדזשיטעריאן ווייל איך בין דאך פון די 'איינגערעדטע מענטשען'.

אגב, הרב קוק איז נישט געווען קיין וועדזשיטעריאן (עס איז מעגליך אז ער האט געהאלטן דערפון), זיין תלמיד די נזיר איז יא געווען א וועדזשיטעריאן.
פרייטאג יולי 19, 2013 8:55 am#134752
סאו וואס איז דיין פלאן?
אויב זענט איר מטיל ספק אין אנגענומענע איר אלטע יסודות, כדי נישט צו זיין "איינגערעדט", איז דאס נאר ווערט ווען איר טוישט צו א זיכערע גלויבן אדער נישט גלויבן. די מעשה איז אבער אז דארט וועסטו אויך נישט זיין "זיכער", וויפיל לאגיק יענער מהלך זאל נאר האבן. והראיה, ווייל אפילו אין די אידישע מסורה, וואס איז ללא כחל ושרק, אלעס שטייט, אלעס שטימט, זענט איר נאך אלץ נישט זיכער. סאו, בלייב שוין דא, און אין איינוועגס וועסטו פארדינען רעכט צו זעהן דיינע קינדער..
פרייטאג יולי 19, 2013 9:24 am#134754
וואס גייט דא פאר? ATUB @חזקיהו המלך ATUB מיינט אז איך בין משה ציגעלע, ATUB @קאווע טרינקער ATUB מיינט אז איך בין מעכל די חזיר. פאלט קיינעם נישט ביי אפשר אז איך בין די פיינע תמימות'דיגע יאנקל אקס מיט די אמונה פשוטה? וואס האב איך אמאל געזאגט אדער געשריבן דא וואס נעמט אוועק די דיון לזכות? :oops: :אויוויי:

און אפשר בין איך בכלל נישט קיין איינער פון די דריי? אפשר בין איך א פשוטע איד וואס האט זיך אונטערגעהערט א שמועס און גיבט אייך איבער דברים כהווייתן?
פרייטאג יולי 19, 2013 9:43 am#134757
שטייט אין זוהר אז דערפאר איז דער מענטש באשאפען געווארן ערשט נאך די בהמות און חיות, כדי דער מענטש זאל האבן אין זיך אלע תכונות פון יעדע מין בהמה און חיה.. עכ"פ, איך האב זיך באצויגען צום חלק החזיר אין דיר (און אין מיר)
פרייטאג יולי 19, 2013 12:09 pm#134805
הוגה, ביסט געוואלדיג!
נאר איך האף האסט נישט געלייגט קיין קאפי-רייט אויף דעם מעסטערפיעס, ווייל ס'האט מיך אנגעכאפט עס צו נעמען און מאכן דערפון אן אנדערע שפיל, פשוט צו געבן אן אויסוואל:

אן אונטערגעהערטע שמועס אין א בית הקברות.


אברהם אייכלער: איך פיל אסאך מאל עכט שלעכט פאר די מענטשן.

יצחק יאנקאוויטש: וואס איז שוין ווידער געשען?

אברהם: איך פיל שלעכט אז זיי לעבן אין אזא איגנארענס.

יעקב יאזפאוויטש: איגנארענס? מיר זענען דאך די טויטע! ווידער זיי גייען ארום מיט די נאז אין די הייעך כאילו בשבילם נברא העולם.

אברהם: יא, זיי האלטן דאך אז זיי זענען אויפ'ן העכסטן דרגא, אפילו העכער ווי אונז. כ'מיין, מורא'דיג, זיי קענען זיך דאך פיזיש באוועגן.

יצחק: יא, טאקע פאר דעם פיל איך שלעכט פאר זיי. איר קענט אייך פארשטעלן צו לעבן א גאנץ לעבן אין איינרעדעניש? ס'איז ממש א רחמנות. הערשט נעכטן האב איך געהערט איין מענטש זאגן פאר אן אנדערן אז דער פאקט אז א מענטש קען רעדן און זיך באוועגן, ווידער ביי די טויטע איז אלעס געענדיגט, דאס צייגט אויף זייער חשיבות קעגן די מתים וועלכע זענען אין זייערע אויגן ווי נישט-עקזיסטירנד. זיי כאפן נישט אז זיי זענען נאך אזוי באגרעניצט און מגושם אז זיי מוזן צוקומען צו רעדן און זיך באוועגן צו דורכגיין די גשמיות'דיגע לעבן-פאזע. גיי זיי אים מסביר אז ווען מען שאקלט זיך אפ פון גוף קומט מען ערשט אן צו די ריכטיגע, לויטערע לעבן.

יצחק: אבער וואס פעלט זיי? ווי לאנג זיי זענען צופרידן. ווי לאנג זיי מיינען מיט זייער נאאיווקייט אז זיי זענען יעצט איבערגליקליך מיט דעם פיזישן גוף, זאל זיי וואויל באקומען. אונז שטערט עס זיכער נישט. נאך אלעם האבן מיר דאך אויך אמאל אזוי געמיינט.

יעקב: יצחק איז גערעכט. כ'מיין אברהם אז דו מוזט מודה זיין אז עס איז א גוט שטיקל. די וועג ווי זיי רעדן זיך איין אז א פיזישע גוף מיט א גשמיות'דיגע מוח צייגט אויף זייער מובחר'קייט און זיי קלערן אז דאס איז איינציגע מעגליכקייט. זיי קענען דאך קוים פארשטיין קאנטשעסנעס, קענען נישט באגרייפן די מושג פון נשמה, און זיכער נישט אנטאפן קיין רוחני. זיי כאפן נישט אז מיר זענען די מובחרים, מיר לעבן א העכערע רואיגע לעבן, נהנים מזיו השכינה. אך, ווי קען מען זיי דאס מסביר זיין.

אברהם: אלץ איז פיין און וואויל, אבער פארוואס דארף מען זיי פארנארן? פארוואס דארפן זיי זיין איינגערעדט אז זיי זענען דארטן ווי די בהמות צו טרונקען און שלאפן, בשעת בעצם זענען זיי דארט צו טון עבודת השם, אויסצופירן זייערע פליכטן. פארוואס דארפן זיי אלץ לעבן מיט די פיין און גילט אז ס'מעגליך נישט דא עפעס העכערס, און מיט א נאאיווקייט קלערן אז נאר וואס די פליישיגע אויגן זעען איז א מציאות? זיי חלומ'ען נעבעך נישט איבער די הינטערליגנדע מציאות'ן וואס זיי קענען בכלל נישט משיג זיין.

יעקב: כא כא כא, דאס איז דאך די עיקר מטרה. יעצט זענען זיי דאך אין דער מענטשליכער פאזע. זייער יעצטיגער פיזישער טראכט-שאכטל האט דאך נישט די מעגליכקייט צו באגרייפן אינדרויסן פון איר פיזישע מציאות. אויך וואלטן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט צו טראכטן און לעבן ווי א מענטש, אויב וואלטן זיי געוואוסט און באגריפן דעם ענדלאז-גרויסן בילד וואס ליגט אונטער דעם. אבער זיי מוזן דאך יעצט דורכגיין די מענטשליכע פאזע. טייל פרובירן טאקע לעבן דאס בעסטע וואס שייך כדי צו טון זייער תפקיד לויט זייער רעלאטיוון פארשטאנד, אנדערע פירן א ליידיגע און אוממאראליש לעבן און מיינען אז זיי טוען אויף גדולות ונצורות מיט פארשידענע פוסטע נארישקייטן און קלערן אז דאס איז זייער העכסטע און לעצטע ציל.

יצחק: איר ווייסט? איך וואונדער מיך אסאך מאל, אפשר זענען מיר די וואס זענען איינגערעדט. אפשר זענען בעצם די מענטשן די מובחרים און מיר זענען דא טויטע מענטשן וואס חלומ'ען א שיינעם חלום. אפשר לעבן מיר אין די זעלבע טעות און איינרעדעניש וואס מיר האלטן אז די מענטשן לעבן?

אברהם: אוי יצחק, שוין ווידער מיט דיינע פילאזאפישע קשיות. דו וועסט נאך איין טאג אויסזען ווי משה מאשקאוויטש. ער האט אלעמאל געפרעגט אזוינע אפיקורס'ישע קשיות. נאכ'ן שטארבן האט ער נאר געוואלט מען זאל אים ברענגען פרוף אז עס איז נישט בלויז א חלום און דא איז ער טאקע אויף יענער וועלט, ביז סוכ"ס האט מען אים נאכאמאל אראפגעשיקט צו די מענטשהייט.

יעקב: הער אויף צו זיין אזא עקסטרעמיסט! נישט יעדע קשיא איז אן אפיקורס'ישע קשיא. יצחק פרעגט גוט, וויאזוי קענען מיר זיין זיכער אז מיר זענען גערעכט?

אברהם: וואס הייסט? עס איז דאך אונזער רעאליטעט. דאס איז דאך יעצט אונזער גאנצע רוחניות'דיגע עקזיסטענץ! עס איז אונזער רעאליטי!

יצחק: אבער דאס פרעג איך דאך. ווער זאגט עס איז א רעאליטי? אפשר איז דאס ווישפול טינקינג, און מיר זענען באמת גשמיות'דיגע מענטשן וואס לעבן, נאר מיר טוען יעצט סך הכל חלומ'ען א שיינע לאנגע חלום?

אברהם: די מענטשן האבן א גוף און קענען חלומ'ען. אזוי פונקציאנירט זייער פליישיגע מוח, כדי צו מאכן סדר אין זייערע געדאנקען און אנדערע סיבות. מיר האבן נישט קיין צענטראלן מוח, מיר זענען דאך אן עצם פון א ריין רוחניות'דיגע מציאות. מיר קענען נישט חלומ'ען.

יצחק: אבער אברהם, הייפאטעטיקעלי, ואוס טוסטו אויב דו געפונסט אויס איין טאג אז אונזער מציאות עקזיסטירט בכלל נישט? אדער נאך בעסער, דו געפינסט אויס אז די גאנצע איידיע פון א וועלט מיט א לעבן מיט מענטשן אלעס איז פשוט א חלום פון א געוויסע שטויבעלע וואס חלומ'ט אזעלכע פאנטאסטישע מציאות'ער?

אברהם: איך האלט נישט ביים ווערן אריינגעשלעפט אין דיינע זינלאזע געשפרעכן. איך וועל מיך האלטן מיט מיין פשוט'ע מציאות וואס איך זע און שפיר. און לאמיך זען ווי ווייט דו וועסט אנקומען מיט דיין טיפע חקירה. ווייסט וואס, אפשר זאל מען דיך טאקע מאכן אויס מציאות...

יצחק: WOW האסט מיך יעצט ממש אפגעפרעגט אינגאנצן! קענסט נישט דעבאטירן א נושא ווי א נארמאלער מענטש? דו ביסט סתם פאנאטיש. האסט א פחד פון ערנסט דורכטראכטן און פרעגן קשיות. איך פרעג דיך זייער א נארמאלע קשיא. אוודאי ווערסטו ווילד, דו האסט למעשה נישט קיין פרוף?

אברהם: איך בין זייער זיכער מיט דעם מציאות וואס איך בין. מיר פארנעמען נישט קיין מקום, מיר האבן נישט די נארישע באגרעניצונג פון זמן, און מיר זענען פון גאר אן אנדערע מציאות געקנאטן. איז ווי קענסטו רעדן אזעלכע נארישע רייד אז אפשר זענען מיר מענטשן וואס חלומ'ען. אזוי שפיר איך און אזוי שפירט יעדע מציאות'ל וואס איך קען. איך גיי זיך נישט איינרעדן איך בין קלוגער ווייל איך קען פרעגן קשיות, אזוי ווי די נארישע מענטשעלעך וואס האלטן זיך פאר געוואלדיגע חכמים אלס טריקענע מאטעריאליסטן. און דאס איז נאך מורא'דיג ראציאנאל אין זייערע פליישיגע אויגן. קוק וויאזוי זיי קוקן אויס?

יעקב: גראדע יצחק'ל, די מענטשן סיסטעם איז טאקע א גוטע ביישפיל ווי א לעבעדיגע וועזן קען מאכן חוזק פון דעם גאנצן מציאות ווי איין גרויסע שפיל, עס אנקוקן ווי א צופעליגע געשעעניש, און גאר לייקענען אין די ענדלאז-ברייטערע מציאות וואס ליגט אונטער דעם. זעסטו וואספארא חוזק איז דער גרויסער סקעפטיקער. מען זעט עס בחוש. די סיסטעם פון תאוות, ארציות, אוממאראלישע אקטן, פערזענליכע אינטערעסן, אזעלכע שטותים און זיי קענען נאך שפירן ווי מיט דעם איז מען קלוג און גליקליך? זיי קענען זיך נאך איינרעדן אז מיט דעם ענדיגט זיך דאס אינערליכע מציאות, דערנאך איז דער מענטש עבר ובטל אויף אייביג. מען פלאגט זיך זיבעציג-אכציג יאר און אלעס איז געענדיגט. ממש א דזשאוק! גיי זיי אים מסביר וואס עס הייבט זיך אן נאכדעם! גיי קלער אים אויף אז עס הייבט זיך נישט אן מיט לעבן און עס ענדיגט זיך נישט מיט טויט!

אברהם: יא, ווי מובחרים ווען מובחרים, אפילו די ביימער און בלומען שטייען העכער פון יענע חברה, ווייל ביידע האבן א פליישיגן קערפער צו קענען פיזיש שפירן, זיך באוועגן און ארויסגעבן א ריח, אבער די מענטשעלעך האט מען דאך אויך געגעבן א מוח צו קענען טראכטן און קענען דערגרונטעווען צו אביסל טיפערס ווי וואס די הענט קען אנטאפן. זיי האבן דאך א נשמה.

יעקב: יא, און מסתמא לייקענען זיי אז אונז קערפערלאזע וועזנס קענען בכלל יעצט שמועסן.

יצחק: איין מינוט, ווער זאגט אז מיר שמועסן יעצט טאקע...
פרייטאג יולי 19, 2013 12:17 pm#134811
שרגא! יאיר נהורך כשרגא!
די ביסטו די עלה תאנה פון אסאך קאווע אשכולות.
חזק ואמץ.
ומכאן המקום לעורר, אלע וואס שפירן אז די שטיבל איז צו לינק, און פארלירן זייער חשק צום מקום ; די שטיבל איז נישט כמסמרות נטועים, לערנט אייך אפ פון שרגא, עס איז בידנו, רוקט עס רעכטס, אבער מיט טעם, מיט קלאסישקייט און געשריבן עלאקוואנט, און ווייזט כלפי קהל ועדה אז חכמה ביהודים תאמין!
מוצ"ש יולי 20, 2013 10:48 pm#134895
שרגא, דו ביזט בעסער ווי גאלד און זילבער (נ''א, קענדיס און לאליס). דיינע תגובות זענען זיך צום באלעקן די פינגער און זיי הייבן אויף די ניווא פונעם פארום. דאכצעך אז איך האב געלייקט א יעדע תגובה וואס דו האסט געשריבן מיום דרכו רגלי על מפתן הקאווע שטיבל. (אויב האב איך אויסגעלאזט איינס ביטע שוק עס מיר אין אישי ווייל כ'האב עס מן הסתם נישט געליינט.) די וועלט זאגט "טענה דיך נישט מיט א נער ווייל מענטשן וועלן נישט וויסן ווער די נער איז". און איך זאג, "טענה דיך מיט שרגא ווייל מענטשן וועלן נישט וויסן ווער די חכם איז". איך בין אפשר נישט מסכים מיט אלעס וואס דו שרייבסט, אבער ס'איז א פלעזשור צו דיסאגריען מיט דיר.

דו פרעגסט אויב ס'דא א קאפי-רייט. אדרבא, איך גיב דיר אפילו רשות עס ארויס צו פרינטען און שעירן מיט דיינע קינדער. מוזט אפילו נישט נאך זאגן בשמי....

קודם א הקדמה קצרה. איך האב געשריבן דער מעשה מיט א צינישע פעננע, אזוי אז ס'נישט דא קיין שום סיבה אז מ'זאל עס נעמען צום הארצן. יא, דער מעשה זאל אייך טאקע מאכן טראכטן, אבער בעצם קומט עס צו ליינען נאך א גלעזעל ברוינפען מיט א smirk אויפן פנים און א גלאטע שטערן. אויב זוכט איר דוקא א genre אין וואס אריין צו לייגן דער מעשה, איך וואלט עס אנגערופן 'שפעקולירנדע סעטייער'. אי''ה נעקסטע וואך וועל איך שרייבן וואו און ווען עס איז מיר בייגעפאלן דער איידיע, און די מערערע דימענשאנס וואס די ערציילונג און אירע כאראקטארן אנטהאלט. דערווייל וויל איך געבן נאך אפאר טעג צו הערן פון אנדערע.

שרגא, אויב וואלט מען געקענט זאגן אז א parody איז גאונות, דאן וואס איז א parody פון א parody? גאון הגאונות.

לאמיר דיר פרעגן (דו שרגא, נישט אברהם יאנקאוויטש), וואס בלייבט למעשה, ווער איז חשוב'ער און מער מבחר, די לעבעדיגע אדער די טויטע? מען קען דאך מאכן א קעיס פאר ביידע, די לעבעדיגע ברענגט אראפ אלוקות למטה מעשרה טפחים, די לעבעדיגע מאכן א נחת רוח לה' מיט קיום התורה והמצוות, משא''כ די טויטע. פון די אנדערע זייט, די לעבעדיגע זענען אזוי מגושם, און זענען אזוי מרוחק מה', זענען פארשקלאפט צום חומר, משא''כ די טויטע זענען איין שטיק רוחניות, כל כולו נהנה מזיו השכינה. פון ספרי חסידות איז משמע אז יצחק איז גערעכט, און אז אין עולם הבא בענקט מען זיך צוריק צום עולם הזה.

טייל פרובירן טאקע לעבן דאס בעסטע וואס שייך, כדי צו טון זייער תפקיד לויט זייער רעלאטיוון פארשטאנד. אנדערע פירן א ליידיגע און אוממאראליש לעבן און מיינען אז זיי טוען אויף גדולות ונצורות מיט פארשידענע פוסטע נארישקייטן און קלערן אז דאס איז זייער העכסטע און לעצטע ציל.


יעקב, איז נישט מסביר וואס ער מיינט מיט 'פרובירן לעבן די בעסטע וואס שייך' און וואס מיינט 'פירן א ליידיגע און אוממאראליש לעבן'. מקום הניח אריין צו גיין אין אן עקסטרע שמועס צו ערקלערן וואס איז ליידיג און אוממאראליש. איך גלייב אז איין מאל וואס מען געפונט זיך דארט ווי אברהם, יצחק און יעקב געפונען זיך, האט מען גאר אנדערע אפטייטשן פאר אזעלכע ווערטער און פראזען ווי מיר לעבעדיגע מענטשן האבן.

שרגא האט געשריבן:אברהם: אוי יצחק, שוין ווידער מיט דיינע פילאזאפישע קשיות. דו וועסט נאך איין טאג אויסזען ווי משה מאשקאוויטש. ער האט אלעמאל געפרעגט אזוינע אפיקורס'ישע קשיות. נאכ'ן שטארבן האט ער נאר געוואלט מען זאל אים ברענגען פרוף אז עס איז נישט בלויז א חלום און דא איז ער טאקע אויף יענער וועלט, ביז סוכ"ס האט מען אים נאכאמאל אראפגעשיקט צו די מענטשהייט.


מכאן ראי' לגילגולים מן התורה... :D

שרגא האט געשריבן:יצחק: אבער דאס פרעג איך דאך. ווער זאגט עס איז א רעאליטי? אפשר איז דאס ווישפול טינקינג, און מיר זענען באמת גשמיות'דיגע מענטשן וואס לעבן, נאר מיר טוען יעצט סך הכל חלומ'ען א שיינע לאנגע חלום?

אברהם: די מענטשן האבן א גוף און קענען חלומ'ען. אזוי פונקציאנירט זייער פליישיגע מוח, כדי צו מאכן סדר אין זייערע געדאנקען און אנדערע סיבות. מיר האבן נישט קיין צענטראלן מוח, מיר זענען דאך אן עצם פון א ריין רוחניות'דיגע מציאות. מיר קענען נישט חלומ'ען.

יצחק: אבער אברהם, הייפאטעטיקעלי, ואוס טוסטו אויב דו געפונסט אויס איין טאג אז אונזער מציאות עקזיסטירט בכלל נישט? אדער נאך בעסער, דו געפינסט אויס אז די גאנצע איידיע פון א וועלט מיט א לעבן מיט מענטשן אלעס איז פשוט א חלום פון א געוויסע שטויבעלע וואס חלומ'ט אזעלכע פאנטאסטישע מציאות'ער?

אברהם: איך האלט נישט ביים ווערן אריינגעשלעפט אין דיינע זינלאזע געשפרעכן. איך וועל מיך האלטן מיט מיין פשוט'ע מציאות וואס איך זע און שפיר. און לאמיך זען ווי ווייט דו וועסט אנקומען מיט דיין טיפע חקירה. ווייסט וואס, אפשר זאל מען דיך טאקע מאכן אויס מציאות...

יצחק: WOW האסט מיך יעצט ממש אפגעפרעגט אינגאנצן! קענסט נישט דעבאטירן א נושא ווי א נארמאלער מענטש? דו ביסט סתם פאנאטיש. האסט א פחד פון ערנסט דורכטראכטן און פרעגן קשיות. איך פרעג דיך זייער א נארמאלע קשיא. אוודאי ווערסטו ווילד, דו האסט למעשה נישט קיין פרוף?

אברהם: איך בין זייער זיכער מיט דעם מציאות וואס איך בין. מיר פארנעמען נישט קיין מקום, מיר האבן נישט די נארישע באגרעניצונג פון זמן, און מיר זענען פון גאר אן אנדערע מציאות געקנאטן. איז ווי קענסטו רעדן אזעלכע נארישע רייד אז אפשר זענען מיר מענטשן וואס חלומ'ען. אזוי שפיר איך און אזוי שפירט יעדע מציאות'ל וואס איך קען. איך גיי זיך נישט איינרעדן איך בין קלוגער ווייל איך קען פרעגן קשיות, אזוי ווי די נארישע מענטשעלעך וואס האלטן זיך פאר געוואלדיגע חכמים אלס טריקענע מאטעריאליסטן. און דאס איז נאך מורא'דיג ראציאנאל אין זייערע פליישיגע אויגן. קוק וויאזוי זיי קוקן אויס?


שרגא, אילו האב איך ווען אויפגעמאכט דער אשכל צו ליינען די ענטפערס פון אברהם, דיינו! איך וויל דא נוצן די מאמר החכם @קופערניקוס, "חכמה ביהודים תאמין". אבער כ'האב מורא אז עפעס אן אויבער חכם וועט נאך זאגן אן איפכא מסתברא אז "חכמה בגויים תאמין"...

הלוואי ווען מיין יאנקל אקס איז האלב אזוי קאנפידענט און זיכער ווי דיין אברהם אייכלער. דא שטעקט איינער פון די גרויסע חילוקים, בשעת ווען דיין אברהם אייכלער רעדט פון לאגיק זייענדיג אדורך געטראכט, איז אבער יאנקל אקס נישט אזוי, ער גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין, ער טראכט נישט, ער איז א ריכטיגע מימיני מיכאל.

שרגא האט געשריבן:יעקב: גראדע יצחק'ל, די מענטשן סיסטעם איז טאקע א גוטע ביישפיל ווי א לעבעדיגע וועזן קען מאכן חוזק פון דעם גאנצן מציאות ווי איין גרויסע שפיל, עס אנקוקן ווי א צופעליגע געשעעניש, און גאר לייקענען אין די ענדלאז-ברייטערע מציאות וואס ליגט אונטער דעם. זעסטו וואספארא חוזק איז דער גרויסער סקעפטיקער. מען זעט עס בחוש. די סיסטעם פון תאוות, ארציות, אוממאראלישע אקטן, פערזענליכע אינטערעסן, אזעלכע שטותים און זיי קענען נאך שפירן ווי מיט דעם איז מען קלוג און גליקליך? זיי קענען זיך נאך איינרעדן אז מיט דעם ענדיגט זיך דאס אינערליכע מציאות, דערנאך איז דער מענטש עבר ובטל אויף אייביג. מען פלאגט זיך זיבעציג-אכציג יאר און אלעס איז געענדיגט. ממש א דזשאוק! גיי זיי אים מסביר וואס עס הייבט זיך אן נאכדעם! גיי קלער אים אויף אז עס הייבט זיך נישט אן מיט לעבן און עס ענדיגט זיך נישט מיט טויט!

אברהם: יא, ווי מובחרים ווען מובחרים, אפילו די ביימער און בלומען שטייען העכער פון יענע חברה, ווייל ביידע האבן א פליישיגן קערפער צו קענען פיזיש שפירן, זיך באוועגן און ארויסגעבן א ריח, אבער די מענטשעלעך האט מען דאך אויך געגעבן א מוח צו קענען טראכטן און קענען דערגרונטעווען צו אביסל טיפערס ווי וואס די הענט קען אנטאפן. זיי האבן דאך א נשמה.


דא האבן די צוויי כאראקטארן (אברהם און יעקב) זיך אביסל פארהאנקערט, ר' שרגא. וואס איז פלוצלינג געשעהן אז יעקב איז געווארן אויס ציניקער? אויך אברהמ'ס טענה אז די לעבעדיגע האבן א מח צו טראכטן, נו זיי נוצן דאך די מח, אבער אברהם שרייט די גאנצע צייט אז ס'נישט גוט צו טראכטן נאר ענדערש זאל מען גיין מיט אינטואישען; מיט וואס זעהט אויס ווי רעאליטעט. פארוואס וויל ער פלוצלינג יעצט אז די לעבעדיגע מענטש זאל יא טראכטן? עפעס שטימט נישט! עפעס זעהט מיר אויס ווי בתוך תוכיות קאכט זיך אויך עפעס אינערליך אין אברהמ'ן, ער איז נישט דער תמימות'דיגע נפטר'ל ווי ער שטעלט זיך פאר.

שרגא האט געשריבן:יעקב: יא, און מסתמא לייקענען זיי אז אונז קערפערלאזע וועזנס קענען בכלל יעצט שמועסן.

יצחק: איין מינוט, ווער זאגט אז מיר שמועסן יעצט טאקע...


נו, ווער זאגט טאקע.... :טראכט :טראכט

למעשה, אויב האב איך גוט פארשטאנען איז די מעין פוינט פון די מעשה אז מיט רעאליטעט קען מען זיך נישט שלאגן. דו ביסט הונדערט פראזעס גערעכט! דו מוזט אבער וויסן אז וואס איז רעאליטעט ביי דיר איז נישט רעאליטעט ביי יענעם. איז ממה נפשך, אויב איז שייך מער ווי איין רעאליטעט דאן קענען אלע זיין גערעכט. איי, ביי דיר איז קלאר אז די מתים זענען גערעכט, אבער ביי די לעבעדיגע איז קלאר אז זיי זענען גערעכט. אויב איז נאר שייך איין אמת און איין רעאליטעט, ווער זאגט דיך אז וואס דו זעסט אלץ רעאליטעט איז די אמת?

איך האב נאך הערות, אבער מיר וועלן עס לאזן פאר אן אנדערע מאל.



טאמבל סאס האט געשריבן:הוגה, איך האב מיטגעהאלטן די זעלבע מעשה, אבער ביי באקטיריעס.

@טאמבל סאס, לא זכיתי להבין.





.
זונטאג יולי 21, 2013 12:06 am#134914
זונטאג יולי 21, 2013 5:50 am#134960
הוגה האט געשריבן:למעשה, אויב האב איך גוט פארשטאנען איז די מעין פוינט פון די מעשה אז מיט רעאליטעט קען מען זיך נישט שלאגן. דו ביסט הונדערט פראזעס גערעכט! דו מוזט אבער וויסן אז וואס איז רעאליטעט ביי דיר איז נישט רעאליטעט ביי יענעם. איז ממה נפשך, אויב איז שייך מער ווי איין רעאליטעט דאן קענען אלע זיין גערעכט. איי, ביי דיר איז קלאר אז די מתים זענען גערעכט, אבער ביי די לעבעדיגע איז קלאר אז זיי זענען גערעכט. אויב איז נאר שייך איין אמת און איין רעאליטעט, ווער זאגט דיך אז וואס דו זעסט אלץ רעאליטעט איז די אמת?

קענסט דאך פרעגן בעסער, ווי אזוי קענסטו אפמאכן וויפיל רעאליטעטן זענען דא, עס קען דאך זיין אז יענער איז גערעכט אז עס איז דא מיליאן רעאליטעטן, אדער אז עס איז בכלל נישטא קיין רעאליטעט, אדער אז עס איז יא דא א רעאליטעט און מען קען זיך אבער שלאגן דערמיט, אדער אז עס איז בכלל נישט דא אזא זאך ווי גערעכט און אומגערעכט, אדער אז רעאליטעט און אומ-רעאליטעט איז די זעלבע זאך. ותן לחכם ויחכם עוד.
זונטאג יולי 21, 2013 5:56 am#134961
evil: ס'איז אונז געלונגען דער שפיל, הא?
demon: יא, ביג טיים. ממש יעצט האט ער זיך אנגעהויבן כאפן ביים קאפ, האב איך אים באלד אריינגעשיקט א געלונגענע בליץ וואס איז מיר אויפ'ן פלאץ איינגעפאלן.
evil: אוי, ביטע זאג מיר אויס דעם סוד. מיין חברה'מאן איז שוין עטליכע מאל שיער געקומען צום שכל, ער איז טאקע נישט אזוי קלוג ווי דיינער, אבער פארט קען ער זיך אין א ליאדע מינוט כאפן ביים קאפ און דאן איז דער גאנצער צירקוס שפיל אויס! גיב ארויס דיין שפיצל.
demon: גאנץ פשוט. כ'האב אים אריינגעזאגט אין די אויערן די ווערטער: Cogito ergo sum.
זונטאג יולי 21, 2013 10:32 am#134978
@ ATUB @שרגא ATUB
For after all what is man in nature? A nothing in relation to infinity, all in relation to nothing, a central point between nothing and all and infinitely far from understanding either. The ends of things and their beginnings are impregnably concealed from him in an impenetrable secret
Pascal

@ ATUB @יאיר ATUB

מיר וואונדערט מיך אויף דיין קלוגע חברה'מאן. ביי cognito ergo sum איז עס געבליבן? ער האט נישט פרובירט צו אויפקומען מיט counter-arguments אדער כאטש עפעס קריטיסיזמס?
זונטאג יולי 21, 2013 11:19 am#134982
באריסטא: נו גבאי שני דער פלאן איז געלונגען הא?

גבאי שני: יא יא דער סאפטווער האט זיך אויסגעצאלט ס'האט דיזיינט א רעכטער עלעמענט, שרגא האט דאס אים פאר'נאמענ'ט?

באריסטא: יא יא נישט נאר דאס דער פראגראם האט פון זיך אליינס פארשטאנען ארויסצולייגן דעם מער לינקס געשטימטער כאראקטער קופערניקוס ער זאל דאס אויפכאפן און לייגן דעם רעכט געשטימטער סורדש צום אויבערפלאך.

גבאי שני : נו לאמיר האפן אז ס'וועט זיך נישט רוקן צופיל רעכטס אזויווי ס' איז געשען אין אונזער אנדערן פארום, דארטן איז דער סערווער געווארן אזוי קארופטירט צו רעכטס, אז ער שפייט אויס יעדער געדאנק וואס שמעקט נאר לינקס ווי א שרעקעדיגער ווירוס.
זונטאג יולי 21, 2013 11:46 am#134984
פידלער האט געשריבן:
מיר וואונדערט מיך אויף דיין קלוגע חברה'מאן. ביי cognito ergo sum איז עס געבליבן? ער האט נישט פרובירט צו אויפקומען מיט counter-arguments אדער כאטש עפעס קריטיסיזמס?

עפעס האט ער פרובירט, אבער למעשה איז ער נעבעך געבליבן איינגעמיירעט מיט דעם נארישן פזמון, וואס דער גאנצער עולם גולם זאגט נאך ווי אן אני מאמין, און קיינער פארשטייט נישט עכט וואס זיי זאגן, ממילא ר' demon איז געבליבן אן קיין ארבעט כמעט.
דיין קוואוט פון פאסקאל דערמאנט מיר פון א צווייטע קוואוט וואס איז היבש פאסיג דא. הוא היה אומר:
“When I see the blind and wretched state of men, when I survey the whole universe in its deadness, and man left to himself with no light, as though lost in this corner of the universe without knowing who put him there, what he has to do, or what will become of him when he dies, incapable of knowing anything, I am moved to terror, like a man transported in his sleep to some terrifying desert island, who wakes up quite lost, with no means of escape. Then I marvel that so wretched a state does not drive people to despair
.”
זונטאג יולי 21, 2013 11:49 am#134988
יאנאש: איוואן, גיי ריסעט הוגה'ס brain simulation, ער הייבט אן טראכטן צו טיעף.

איוואן:ער האלט שוין דארט? נעכטן איז ער געווען ביזי מיט א פליג, ס'האט אויסגעזעהן ווי ער נעמט עס אן פאר עכט.

יאנאש: ליסען, ביסט טאקע ניי דא, דא ביי אונז אין BrainSim International שטאלצירן מיר זיך אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט געכאפט בשעת מעשה אז ס'נאר א געים.

איוואן: WOW! טאקע? אין מיין אלטע דזשאב פלעגט אזוי צוויי דריי מאל א וואך צופייפן די אלארמעס, אזש מ'האט געמוזט ריסעטן די גאנצע געים און אמהייבן פון אנהויב.

יאנאש: יא יא, מיר זענען אבער סאך מער פארלעסליך, מיט האבן א שטאב מיט פראגראמער וואס זענען גרייט צו patch'ען די סאפטווער אויב ס'מאכט זיך א גליטש אדער bug. ביי אונז איז דא א מאני בעק גאראנטי אויב ס'דאכט זיך נאר פאר'ן שפילער אז ס'איז נאר א סימיולאציע, געבן מיר צוריק די גאנצע געלט. דאס איז א גרויסע טשעלענזש פאר די פראגראמער'ס און דיזיינערס, ווייל כדי ס'זאל זיך פילן עכט מוזן מיר עם געבן פרייע בחירה, ער מוז קענען טראכטן פריי, און מיר צוזן זיכער מאכען אז זיין ריאליטעט זאל זיין אזוי הארמאטיש פארמאכט, אזוי עכט, אז אפילו ווען ער טראכט פריי זאל ער נישט אויספיגערען די עכטע מציאות.

איוואן: מיינסט עס ערענסט, כ'הייב שוין אן אוועקצולייגן טאקענס פאר אזא געים, וואס פעילט מיר אויס מיין פאר'צואה'טע לעבן דא ווי א ראבאט, לאמיר גיין דארט וואו איך האב פרייע בחירה, ס'גייט מיר אן אז ס'נישט עכט? ווילאנג איך ווייס נישט דערפון.
זונטאג יולי 21, 2013 11:55 am#134989
אריין אין שמייכעל פארום.......
זונטאג יולי 21, 2013 12:22 pm#134992
יאיר האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:
מיר וואונדערט מיך אויף דיין קלוגע חברה'מאן. ביי cognito ergo sum איז עס געבליבן? ער האט נישט פרובירט צו אויפקומען מיט counter-arguments אדער כאטש עפעס קריטיסיזמס?

עפעס האט ער פרובירט, אבער למעשה איז ער נעבעך געבליבן איינגעמיירעט מיט דעם נארישן פזמון, וואס דער גאנצער עולם גולם זאגט נאך ווי אן אני מאמין, און קיינער פארשטייט נישט עכט וואס זיי זאגן, ממילא ר' demon איז געבליבן אן קיין ארבעט כמעט.
דיין קוואוט פון פאסקאל דערמאנט מיר פון א צווייטע קוואוט וואס איז היבש פאסיג דא. הוא היה אומר:
“When I see the blind and wretched state of men, when I survey the whole universe in its deadness, and man left to himself with no light, as though lost in this corner of the universe without knowing who put him there, what he has to do, or what will become of him when he dies, incapable of knowing anything, I am moved to terror, like a man transported in his sleep to some terrifying desert island, who wakes up quite lost, with no means of escape. Then I marvel that so wretched a state does not drive people to despair
.”


אה! איז דען א וואונדער אז "the mass of men lead lives of quiet desperation"?
זונטאג יולי 21, 2013 1:09 pm#135005
איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווען איך האב צום ערשטן מאל געליינט די דורכגרינגליכע ווערטער פון פאסקאל, ס'האט מיר בארירט ביז די טיפענישן פון מיין נשמה, און ס'האט זיך מיר געדאכטן אז איך האב עס אליין געשריבן. ווען מען טראכט אריין דערין קומט מען טאקע צו די מסקנא אז ומותר הבהמה מן האדם און אלע סארט דעפרעסינג קאמענטס פון קוהלת.
זונטאג יולי 21, 2013 2:31 pm#135017
דאכט זיך אז א צייט צוריק ווען ATUB @מח שליט ATUB (ווי איז ער רבש״ע) האט זיך געוואגט רעדן אזוי האסטו אים פארשריען אז ס׳שמעקט פון דיפרעסיע..
זונטאג יולי 21, 2013 9:45 pm#135097
סאשי פיש האט געשריבן:אריין אין שמייכעל פארום.......



ATUB @שרגא ATUB , ATUB @moti107 ATUB , ATUB @יאיר ATUB , ATUB @געפילטע פיש ATUB , איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען אייערע כוונות אבער איר ברענגט ארויף, איינס ביי איינס גוטע חומר למחשבה. איר נעמט געוויסע פון מיינע נקודות צו די נעקסטע שטאפל. (פארשטייט זיך אז ס'נישט קיין קונץ נאכצומאכן יענעם, נאר איך בין געווען ארגינעל.... :lol: ) אבער איר זאגט אלע גוט און I like the way you're all thinking. נעמט עס נישט אריין אין שמייכל פארום, this is only the beginning בעז"ה.
מאנטאג יולי 22, 2013 12:49 pm#135205
הוגה האט געשריבן:שרגא, דו ביזט בעסער ווי גאלד און זילבער (נ''א, קענדיס און לאליס). דיינע תגובות זענען זיך צום באלעקן די פינגער און זיי הייבן אויף די ניווא פונעם פארום. דאכצעך אז איך האב געלייקט א יעדע תגובה וואס דו האסט געשריבן מיום דרכו רגלי על מפתן הקאווע שטיבל. (אויב האב איך אויסגעלאזט איינס ביטע שוק עס מיר אין אישי ווייל כ'האב עס מן הסתם נישט געליינט.)


קודם א דאנק פאר די לויב-ווערטער (אז איך בין אפילו בעסער ווי קענדיס און לאליס...).
ערשט מוז מען דא אויסקלארן א שווערע קשיא. פון איין זייט זאגסטו אז "איך האב געלייקט א יעדע תגובה וואס דו האסט געשריבן מיום דרכו רגלי על מפתן הקאווע שטיבל", לויף איך שנעל קוקן אין מיין "לייק שענקל", איך זון און זוך, טרעף איך דארט קוים איין מאגערע לייק פון הוגה, און דאס טאקע מיום דרכו רגלי על מפתן השטיבל עד היום הזה. אויב וואלט מיך די קשיא אליין נישט גענוג געערגערט, מוז איך מיך יעצט נאך גיין פלאגן וויאזוי עס איז מעגליך אין מציאות אז דו האסט אזוינס געקענט זאגן, על אף די חזקה איז דאך אז א מענטש זאגט נישט קיין ליגנט אויף מילתא דעבידא לגלויי? איך וויל פארענטפערן אז עס איז בלויז געווען א גוזמא, אבער צו שפרינגען פון "איינס" ביז "אייביג" וואלט דער גרעסטער דחקן נישט אנגענומען.
ווייטער האבן איך געטראפן א שטיקל תירוץ, ווייל דו שרייבסט "אויב האב איך אויסגעלאזט איינס, ביטע שיק עס מיר אין אישי ווייל כ'האב עס מן הסתם נישט געליינט". אה, קען לויט דעם זיין אז דו האסט פשוט נאר געליינט פון מיר איין איינציגע תגובה, און אויף יענע האסטו טאקע געגעבן דעם לייק. אבער הלוואי עס שטימט אזוי גרינג, קודם ווייל "אויסגעלאזט איינס" מיינט בהכרח אז געדענקסט צו ליינען עטליכע, צווייטנס האסטו געשריבן "דיינע תגובות", בלשון רבים, און "א יעדע תגובה", דריטנס איז דאס א סתירה און שטימט נישט מיט דעם גאנצן "מיום דרכו רגלי וכו'". אקעי, גענוג געווען.

לאמיר דיר פרעגן (דו שרגא, נישט אברהם יאנקאוויטש), וואס בלייבט למעשה, ווער איז חשוב'ער און מער מבחר, די לעבעדיגע אדער די טויטע? מען קען דאך מאכן א קעיס פאר ביידע, די לעבעדיגע ברענגט אראפ אלוקות למטה מעשרה טפחים, די לעבעדיגע מאכן א נחת רוח לה' מיט קיום התורה והמצוות, משא''כ די טויטע. פון די אנדערע זייט, די לעבעדיגע זענען אזוי מגושם, און זענען אזוי מרוחק מה', זענען פארשקלאפט צום חומר, משא''כ די טויטע זענען איין שטיק רוחניות, כל כולו נהנה מזיו השכינה. פון ספרי חסידות איז משמע אז יצחק איז גערעכט, און אז אין עולם הבא בענקט מען זיך צוריק צום עולם הזה.

קודם כל, דו ווילסט פרעגן מיך, שרגא, נישט אברהם, דארף איך דיר ענטפערן וואס דו האסט געענטפערט פאר אנדערע ווען דו ביסט געווען אין מיינע שיך:
און אפשר בין איך בכלל נישט קיין איינער פון די דריי? אפשר בין איך א פשוטע איד וואס האט זיך אונטערגעהערט א שמועס און גיבט אייך איבער דברים כהווייתן?

נאר למען האמת קען איך דיר סייווי נישט ענטפערן קיין זיכערע תירוץ, נאר טאקע בלויז פון אונזער לעבעדיגע קוק וווינקל. אבער פון אן אמת-לאמיתו'דיגן פערספעקטיוו מוז איך האב געווען, און געדענקען, ביידע פאזעס, צו קענען מכריע זיין ווער איז חשוב'ער. נאר לויט ווי נישטיג דאס גשמיות'דיגע לעבן שפירט זיך, איז מיר זייער שווער אנצונעמען אז מיר זאלן זיין מער מובחר.
הלוואי ווען מיין יאנקל אקס איז האלב אזוי קאנפידענט און זיכער ווי דיין אברהם אייכלער. דא שטעקט איינער פון די גרויסע חילוקים, בשעת ווען דיין אברהם אייכלער רעדט פון לאגיק זייענדיג אדורך געטראכט, איז אבער יאנקל אקס נישט אזוי, ער גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין, ער טראכט נישט, ער איז א ריכטיגע מימיני מיכאל.

אויב וועסט גוט קוקן וועסטו זען אז דיין יאנקל רעדט אויך צומאל דורכגעטראכט. און דאכט זיך אז מיין אברהם איז דא אויך לאו דוקא לאגיק, נאר ער זאגט מער וואס ער "שפירט", לויט וואס איז אין זיינע אויגן אין כלל פון אינטואישען.
אגב, שקויעך פאר'ן צוצייכענען דעם שיינעם מימיני מיכאל.
דא האבן די צוויי כאראקטארן (אברהם און יעקב) זיך אביסל פארהאנקערט, ר' שרגא. וואס איז פלוצלינג געשעהן אז יעקב איז געווארן אויס ציניקער? אויך אברהמ'ס טענה אז די לעבעדיגע האבן א מח צו טראכטן, נו זיי נוצן דאך די מח, אבער אברהם שרייט די גאנצע צייט אז ס'נישט גוט צו טראכטן נאר ענדערש זאל מען גיין מיט אינטואישען; מיט וואס זעהט אויס ווי רעאליטעט. פארוואס וויל ער פלוצלינג יעצט אז די לעבעדיגע מענטש זאל יא טראכטן? עפעס שטימט נישט! עפעס זעהט מיר אויס ווי בתוך תוכיות קאכט זיך אויך עפעס אינערליך אין אברהמ'ן, ער איז נישט דער תמימות'דיגע נפטר'ל ווי ער שטעלט זיך פאר.

א ציניקער קען נישט אמאל נעמען א ברעיק?... באמת אבער ביסטו דא אביסל גערעכט און עס איז אביסל פארקראכן די ריטם פשוט ווייל די מתים און זייערע ווערטער זענען דא געגאנגען אויף אביסל אן אנדערע אופן ווי דיינע בהמות, און איינמאל איך בין פארקראכן פון דיין וועג זעט אויס האט עס אביסל פארקירעוועט פון גראדן וועג. נאר לגבי אברהם בלייבט ער דא אויך בעיקר מיט אינטואישען, נאר ער זאגט סך הכל אז מען האט א "מוח צו טראכטן און קענען דערגרונטעווען צו אביסל טיפערס ווי וואס די הענט קען אנטאפן." און וואס איז "אביסל טיפערס ווי וואס די פיזישע הענט קען אנטאפן" אויב נישט אינטואיציע. נאר נישט דוקא קיין אויבערפלעכליכע. און ווי דו קענסט זען מיט וואס ער פארענדיגט ווייטער זיינע ווערטער "זיי האבן דאך א נשמה", ואוס דאס ווייזט קלאר אז ער רעדט נישט דוקא פון טריקן שכל, נאר אינטואישען און געפילן.

סיי וויאזוי, נאך א מזל דו האסט עס אזוי שיין אפגעלערנט.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:32 pm#138289
קודם כל @שרגא, איך וויל דיר איבערבעטן. זאלסט נישט מיינען אז איך האב ח"ו בשאט נפש געשריבן א ליגנט. פאר סאם ריזען איז מיר געלעגן אין קאפ אז איך האב דיר אסאך געלייקט, אבער טאקע נאכן נאך קוקן האב איך געזעהן אז כדבריך האב איך נישט אלץ געלייקט. עס איז מיין fault, איך וואלט געדארפט זיין מער פארזיכטיג פארן שרייבן אזא שטארקע סטעיטמענט. עכ"פ כ'האב דיר דעמאלטס שוין געהאט געלייקט אפאר מאל (מער ווי איין מאל, דוק ותשכח) טראץ דעם וואס איך האב דיסאגריעט מיט וואס דו האסט געשריבן, נאר צוליב וואס איך גלייך שטארק דיין סטייל פון שרייבן מיט א קלארקייט און מתינות (אנדערש ווי אנדערע וואס איך לייק נישט). צוליב דעם איז אין מיין דמיון געלעגן אז די אהבה'ראציע בינינו איז אזוי שטארק ווי כ'האב געשריבן. ואתכם הסליחה. אלץ תשובת המשקל וועל איך מער לייקן, דו שרייב נאר.

לעצם הענין איז אזוי. שוין א לאנגע צייט וואס די מחשבה ווירבלט מיר אין קאפ, ווי אזוי קענען מיר זיין אזוי זיכער אז מיר זענען מער מובחר פון אנדערע בע"ח? אפשר דרייען זיך די בהמות חיות ועופות ארום מיט די זעלבע סארט גאווה'דיגע געפילן איבער אונז? האט שוין איינער געהערט פון א הונט אדער א קאץ אז זיי זענען אונז מקנא?

און אפשר טאקע פארדעם זענען זיי טאקע בהמות ווייל זיי פארשטייען נישט אונז מקנא צו זיין? קען מען דאך זאגן די זעלבע אויף אונז, ניין? כ'מיין ווי אזוי קענען מיר זיין אזוי זיכער? וועלכע לאגיק אדער צוזאג האבן מיר צו סופארטן אונזער סופרעמעסי איבער די אנדערע בע"ח? ווייל מיר קענען געוועלטיגן אויף זיי? קודם כל ווער זאגט אז געוועלטיגן מאכט מער חשוב און מער מובחר? זענען די רומיים געווען מער חשוב ווען זיי האבן געוועלטיגט איבער אונז? צווייטענס, מיר געוועלטיגן נישט איבער די לייבן ודומיהן, אויב עפעס קענען זיי געוועלטיגן אויף אונז, זענען זיי מער חשוב ומובחר ווי אונז?

וואס פארע מעלות האבן זיי איבער אונז? אנו אוכלים והם אוכלים. אנו ישנים והם ישנים. מיר דארפן ארבייטן פאר עסן און זיי אויך. מיר האבן שפראך און זיי אויך. מיר דינען גאט און זיי אויך.

וכבר אמר שלמה המלך החכם מכל האדם, "ומותר האדם מן הבהמה אין". מיר זענען גארנישט מער ווי בהמות.

איך זאג דאס נישט אלץ א מסקנא, נאר איך וויל אויסשמועסן די זאך. אדרבא, ווייזט מיר אויף אז מיר זענען מער.

למאי נפקא מינה? עס איז נישטא קיין נפקא מינה, איך גיי נישט ווערן קיין בהמה יעצט, און מיר זענען ווייטער מחויב מיט אלע חיובים מצד השם ומצד אנושיות, ס'נאר אינטערעסאנט להבנה והעמקה בעלמא.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:43 pm#138511
וואס מיינט 'מער'? קלוגער, תכלית הבריאה?
זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:45 pm#138514
הוגה, אוודאי האב איך קיין טענות, איז דען שייך ארויפצווינגען אהבה?... אקע, כ'האב נאר געווערטלט.

לאמיך פרובירן ענטפערן גאנץ פשוט. פרעגסט אפשר דרייען זיך די בהמות אויך ארום מיט גאוה'דיגע געפילן פונקט ווי אונז? איז דער תירוץ אז מיר מענטשן וואלטן דאס מסתמא געוואוסט. ליין נאר איבער די טויזנטער עקספערימענטן וואס מיר האבן שוין געמאכט אויף זיי, וועסטו זען ווי ווייט מיר פארשטייען און ווייסן איבער די בהמות און חיות. אפשר דאס פונקט וואלטן מיר נישט געוואוסט, אבער אזויפיל אינפארמאציע האבן מיר יא אויף אזויפיל סארט באשעפענישן. אבער זאג מיר צי ס'איז דא איין בהמה אדער חיה וואס ווייסט אונזערע נאטורן אדער טבעיות? איך גלייב אז דאס אליין זאגט גענוג אז מענטשן שטודירן און אנאליזירן אנדערע חיות, און טאקע טויזנטער פון זיי, בשעת עס איז נישטא קיין איין בעל חי וואס שטודירט מענטשן...

מיינסט אז מיר געוועלטיגן נישט אויף לייבן? קלערסט אויב זיי שטערן אונז אויף דעם קלענסטן פארנעם, קענען מיר זיי נישט אלע בייקומען און אויסראטן ביום אחד? מיר האבן מסתמא הונדערטער אויב נישט טויזנטער מיטלען זיי צו באקעמפן און פארטיליגן, פון קאנאנען ביז נוקלעארע מיסילס. אבער צי האבן זיי סיי וועלכע מיטל אויסער זייערע נעגל אדער ציין?

און אמת, מיר מענטשן זענען געקומען צו די מסקנא אין די לעצטערע יארן אז די חיות זענען ווייט נישט אזוי נאריש ווי מען האט געמיינט. טייל פון זיי באזיצן טאלאנטן ווייט מער ווי מיר האבן זיך אמאל פארגעשטעלט. אבער נאך אלץ (עט ליסט רוב פון זיי) זענען א וויץ אין פארגלייך צו אונז. נישט מיט זייער שכל (וואס קענסט נישט טענה'ן אז אפשר מיינען מיר נאר אזוי ווייל דער סייז פון זייער פיזישער מוח איז א פאקט און די טעסטן דערויף ווייזן זייערע לימיטס), און נישט מיט זייערע דערגרייכונגען (וואס דאס איז אויך א פאקט אז זיי האבן קיין ביציקלעך און קיין לעפטאפס). פארגעס נישט, אונז מענטשעלעך זענען שוין אנגעקומען אויף די לבנה און גרייטן שוין צדה לדרך צו גיין קיין מארס וואס איז צענדליגער מיליאנען מייל אוועק פון אונז. ווידער "זייער" גרעסטע דערגרייכונג איז זיך ארויסגעדרייט פון א פארציקער אדער אנגעקומען אריבער דעם וואסער...

מיר זענען נישט קיין אויטאמאטישע ריין-אינסטינקטיווע באשעפענישן. מיר זענען קאמפליצירט, זייער קאמפליצירט. אזוי קאמפליצירט אז טייל ספק'ענען צי זיי זענען פונקט ווי בהמות, ווי מורישקעס, ווי גראזלעך, אדער צווייפלען בכלל צי זיי טוען בכלל עקזיסטירן... קלערסט אז ס'דא איין חיה וואס האט די יכולת פון אזעלכע מחשבות?
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 3:34 pm#139020
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס מיינט 'מער'? קלוגער, תכלית הבריאה?


יא. קלוגער, תכלית הבריאה, מובחר וכו'. אלעס.

@שרגא, דו שרייבסט דאך בטוב טעם ודעת אבער אלעס איז באזירט לויט די מוגבל'דיגע בליק פון מיר קליינע מענטשעלעך. טאקע דאס איז מיין חקירה, אפשר איז אונזער פארשטאנד און וויסן איבער אנדערע בע"ח אזוי ווייל מיר זענען אזוי קליין און נישטיג אז מיר קענען ניטאמאל אנהייבן צו פארשטיין די אנדערע בע"ח - אקוראט ווי דו זאגסט אויף זיי?

אונזער טעסטס און ידיעות האלטן זיך אין איין פארמערן און פארבעסרן. ס'נישט קיין ספק אז אין הונדערט יאר ארום וועלן מיר נישט קענען גלייבן ווי ווייניג מיר האבן געוואוסט היינט איבער בע"ח און זייערע כוחות און קעיפעביליטיס.

זענען דא בע"ח וואס ווייסן און קענען די מענטשן? מעגליך, פארוואס נישט? זיי האבן טאקע נישט קיין לאבערטאריעס, און זיי נוצן נישט די געווענטליכע פינף חושים צו עקספערימענטן אויף אונז. אבער אפשר האבן זיי אנדערע וועגן ווי אזוי צו טעסטן און עקספערימענטן אויף אונז? אפשר האבן זיי נאך א חוש וואס מיר קענען זיך ניטאמאל פארשטעלן אין אונזערע שכל, צוליב דעם וואס עס איז למעלה מהשגותינו, וואס פיטערט אינפארמאציע אטאמאטיש?

זיי האבן נישט קיין ביציקלעך, עראפלאנען, קליידער, ספעיסשיפס וכדומה, איז דאס דען א קלארע באווייז אויף inferiority? אפשר פעלט אונז די פארשטאנד צו איינזעהן אז די אלע פארשריטן איז נישט לטובה? זיי די קלוגערע ברואים פארשטייען עס אבער יא. מיר זענען עבדים צום טעכנעלאגיע, זיי האבן אבער קיינמאל נישט מקבל מרות געווען.

אולי, ווען לייבן, בערן, טשיטאס וכדומה זענען מחליט וואלטן זיי געקענט געהעריג שולט זיין אויף אונז ( )וכבר היה לעולמים... :D) נאר זיי זענען בוחר עס נישט צו טון ווייל אזוי איז זיי בעסער? זיי האבן נישט קיין וואפן אבער זיי דארפן עס נישט. און אפילו אויב זיי דארפן עס יא, מעגליך אז זיי ווייסן ווי אזוי צו מאכן איין מענטש שיסן דעם אנדערע.

שרגא האט געשריבן:מיר זענען נישט קיין אויטאמאטישע ריין-אינסטינקטיווע באשעפענישן. מיר זענען קאמפליצירט, זייער קאמפליצירט. אזוי קאמפליצירט אז טייל ספק'ענען צי זיי זענען פונקט ווי בהמות, ווי מורישקעס, ווי גראזלעך, אדער צווייפלען בכלל צי זיי טוען בכלל עקזיסטירן... קלערסט אז ס'דא איין חיה וואס האט די יכולת פון אזעלכע מחשבות?


כא כא כא :lol: זאגסט דאך אזוי גוט, ממש אזוי וואלט 'יאנקל אקס' געענטפערט...

בקיצור, כ'מיין אז מיינע שאלות האבן נישט קיין עכטע לעזונג. ווייל ממ"נ, בין איך גערעכט וועל איך דאך קיינמאל נישט ווערן קלוגער ווי זיי כדי איך זאל זיי קענען גענוג פארשטיין און קאנפירמען אז אזוי איז עס. ביסטו גערעכט וועל איך דאך אלעמאל זיין אזוי "קלוג" און פרעגן אזעלכע קשיות. הא? וואס זאגסטו? :lol:



.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:41 pm#139040
הוגה טייערער, אוודאי קענען מיר מענטשעלעך אלעס נאר רעדן לויט אונזער מוגבל'דיגן בליק. אויף אלעם איז דא א ווייטע מעגליכקייט, פונדעסטוועגן מיין איך אז פארשידענע זאכן קען מען גאנץ רואיג אננעמען.

בנוגע צי זיי זענען קלוגער? "קלוג" רעדן מיר דאך ופן אונזער פערספעקטיוו, ממילא קען מען אננעמען גענוג אויף זיכער אז נישט.

אויף דיין קשיא אז "אפשר אפשר ווייסן מיר פשוט נישט זייערע באהאלטענע מעגליכקייטן און אפשר טוען זיי טאקע יא עקספערימענטירן אויף אונז מענטשן און אפשר האבן זיי נאך א חוש למעלה מהשגותינו וואס מיר קענען זיך בכלל נישט פארשטעלן אין אונזער שכל", טראכט איך: אויב יענער מוראדיגער חוש איז נישט גענוג גוט און ראפינירט אז זיי זאלן דאס קענען ניצן זיך צו באקוועמער מאכן דאס לעבן און זיך באשיצן פון טויט, איז דאס גאר א שוואכער חוש. אויב ווען אונז מענטשעלעך נעמען די ראטן און מאכן אלע סארט טעסטן און פייניגן זיי אין די "לעב", און זיי קענען זיך פון אונזערע הענט נישט ארויסדרייען און שטארבן אפט אינמיטן דעם פראצעדור, וועל איך נישט קלערן אז זיי זענען קלוגער און טוען נאר דערביי עקספערימענטירן אויף אונז בשעת זיי גייען אויף קידוש השם...

נאר ביסט גערעכט, אויב וויל איינער דוקא פרעגן און פרעגן "אבער אפשר דאך", איז אלעס דא א מעגליכקייט, און מ'קען נישט איבערווייזן אנדערש. נאר לאמיך דיך פרעגן: די זעלבע פראגע האסטו אויך אויף א הארטע שטיין אין גאס, אז קען זיין ער האט חכמה און איז קלוגער ווי א מענטש, נאר מיר קענען דאס נישט זען, אדער נאר אויף באוועגליכע האסטו דיין חקירה?
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:51 pm#139044
און אפשר דרייעט זיך א טשייניק ארום די זון?
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 5:13 pm#139057
ונבנתה העיר האט געשריבן:און אפשר דרייעט זיך א טשייניק ארום די זון?


הוגה וויל דאך טאקע נישט דוקא קיין פרוף נאר סתם חקר'ענען לשם חקר'ענען, ווי ער האט אליין געזאגט, איז פארוואס דען נישט?

אגב, מעגליך האט דער "האק נישט קיין טשייניק" עפעס מיט "ראסעל'ס טיי-קעסל"? עס קען שטימען זייער שיין, ווען איינער זאגט עפעס וואס איז אבי געהאקט אין קאפ אן קיין לאגיק אדער קאמען סענס, זאגט מען אים "גיי האק א טשייניק", אים צו אנווייזן אז ער רעדט אזעלכע נארישקייטן ווי יענער זאגט אז דער טשייניק גייט ארום די זון. (איך ווייס ס'זענען דא אנדערע פשטים, אבער ס'דאך ע' פנים).
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 5:35 pm#139065
איך בין טאקע מסופק ווי ווייט דער טשייניק גייט, ווי איך האב עס אפגעלערנט איז עס נישט נאר א פטור פון שאפן פראף, עס איז א דין אין אננעמען א מציאות - מען נעמט נאר אן די מינימום וואס האט א סיבה מ'זאל איהם אננעמען.

שרגא האט געשריבן:אגב, מעגליך האט דער "האק נישט קיין טשייניק" עפעס מיט "ראסעל'ס טיי-קעסל"? עס קען שטימען זייער שיין, ווען איינער זאגט עפעס וואס איז אבי געהאקט אין קאפ אן קיין לאגיק אדער קאמען סענס, זאגט מען אים "גיי האק א טשייניק", אים צו אנווייזן אז ער רעדט אזעלכע נארישקייטן ווי יענער זאגט אז דער טשייניק גייט ארום די זון. (איך ווייס ס'זענען דא אנדערע פשטים, אבער ס'דאך ע' פנים).

פונקט געטראכט דערפון, ברוך וכו'.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:47 pm#139085
שמעתי, אז מען פלעגט אמאל אנרופן א פרוי, 'א טשייניק'...
פון דארט קומט דער אויסדרוק.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 9:30 pm#139140
שרגא האט געשריבן:לאמיך פרובירן ענטפערן גאנץ פשוט. פרעגסט אפשר דרייען זיך די בהמות אויך ארום מיט גאוה'דיגע געפילן פונקט ווי אונז? איז דער תירוץ אז מיר מענטשן וואלטן דאס מסתמא געוואוסט. ליין נאר איבער די טויזנטער עקספערימענטן וואס מיר האבן שוין געמאכט אויף זיי, וועסטו זען ווי ווייט מיר פארשטייען און ווייסן איבער די בהמות און חיות. אפשר דאס פונקט וואלטן מיר נישט געוואוסט, אבער אזויפיל אינפארמאציע האבן מיר יא אויף אזויפיל סארט באשעפענישן. אבער זאג מיר צי ס'איז דא איין בהמה אדער חיה וואס ווייסט אונזערע נאטורן אדער טבעיות? איך גלייב אז דאס אליין זאגט גענוג אז מענטשן שטודירן און אנאליזירן אנדערע חיות, און טאקע טויזנטער פון זיי, בשעת עס איז נישטא קיין איין בעל חי וואס שטודירט מענטשן...

פון אונזער קוק-ווינקל און מיט די דיימענשאנס וואס מיר יומענס זענען באהאווענט, ביזטו זיכער גערעכט. אבער פונקט ווי דער בהמה ווייסט נישטאמאל אז דער פראפעסאר האט אויפגעשניטן זיין ברידער פאר אן עקספערימענט (ווייל ער פארשטייט נישטאמאל די באגריף פון א עקספערימענט), ווייסן מיר אפשר אויך נישט וואס דער וואָרעם נעמט ארויס פון מיין זיידע'ס מוח לאחר מאה ועשרים... (צו די פעסטאסייד\מייקרא-ארגאניזם בחייך)

שרגא האט געשריבן:...נישט מיט זייער שכל (וואס קענסט נישט טענה'ן אז אפשר מיינען מיר נאר אזוי ווייל דער סייז פון זייער פיזישער מוח איז א פאקט און די טעסטן דערויף ווייזן זייערע לימיטס), און נישט מיט זייערע דערגרייכונגען (וואס דאס איז אויך א פאקט אז זיי האבן קיין ביציקלעך און קיין לעפטאפס). פארגעס נישט, אונז מענטשעלעך זענען שוין אנגעקומען אויף די לבנה און גרייטן שוין צדה לדרך צו גיין קיין מארס וואס איז צענדליגער מיליאנען מייל אוועק פון אונז. ווידער "זייער" גרעסטע דערגרייכונג איז זיך ארויסגעדרייט פון א פארציקער אדער אנגעקומען אריבער דעם וואסער...

(אפשר) [זיכער] איז פארהאן מער צו חכמה וויפיעל אונזער שכל ארבייט (צ.ב.ש. מיר פארשטייען נישט צו רוחניות). מיר ווייסן אז חיות האבן די מעגליכקייט צו זעהן די די קאלירפולע אור וואס נעמט ארום יעדעס מענטש (שוין ערגעץ אויסגעשמועסט אינעם שטיבל), וואס איז לכאורה די צלם אלוקים.

די בהמה, חיה און רעפטייל פארשטייט נישט אז מיר זענען קליג און די פיש און אינסעקט ווייסט נישט אז מיר האבן געמאכט א רינדעכיגע-נסיעה (round trip) צו די לבנה. אפשר וויסן מיר נישט די השגות וואס זיי האבען? כאטש מיר קענען פעסטשטעלן אז הינט און טשערעפּאַכעס פליען נישט אין די ספערן ווען מיר מאכען צו די אויגן, ווייסן מיר אבער נישט צו זיי האבן אנדערע מעטאדן צו אנקומען ווי מיר קענען נישט, אדער גאר רעדן צו מלאכים.

דיסקלעימער: איך גלויב נישט קיין ווארט וואס איך האב דא געשריבען.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:16 am#139235
אז מ'דערמאנט שוין ראסעל'ס טשייניק, וועל איך אריינווארפן א ווארט אז דאס ווערט היבש אביוזד אין אלגעמיין. עס איז נישט סתם אז מיר האבן נישט קיין פרוף דערקעגן, נאר מיר האבן שטארקע סיבות צו גלייבן אז א טשייניק פליט נישט ארום די וועלט, אזוי ווי מיר האבן שטארקע סיבות נישט צו גלייבן אז די בהמות זענען קלוגער פון אונז. על כל פנים, איך זע אז הוגה איז מדמה די וואס גלייבן נישט אין די אידישע מסורה צו די וואס גלייבן נישט אז מענטשן זענען קלוגער ווי בהמות. דאס איז א גרויסע קאמפלימענט פאר אונז מאמינים :).
מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:42 pm#140318
ATUB @יאיר ATUB , עס פעלט נישט אויס קיין ראיות וסברות. למעשה, אויב אונזער קליינע נער'ישע שכל ווייזט אונז אז מיר זענען קלוגער און מיר פארשטייען בעסער, און מיר האבן געמאכט די מערסטע פארשריט דאן דארפן מיר ארבייטן מיט דעם. אין לחכם (טיפש?) אלא מה שעיניו רואות. און ממילא ליגט אויף אונז צו טון ווייטער וואס מיר האבן געטון ביז היינט.

איי, מיר האבן דאך יעצט געהאט א גילוי אז מעגליך עס איז פארהאן א העכערע שכל ווי אונזערס? אז מעגליך זענען די בהמות (און שטיינער אפילו) קלוגער און מער פארגעשריטן ווי אונז? נו, וואס האבן מיר פון דער ידיעה? אפילו אויב ס'איז אמת קענען מיר נישט טון מער ווי אונזער שכל איז משיג, און אונזער שכל איז משיג אז ס'נישט דא מער ווי אונז.
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:25 pm#253368
פנינה יקרה זו מצאתי בבית גנזי חדר הקפה ואמרתי להזכירו בדרך מושך בעגלות הסוס להעלות מאמר מתהום נשייה אל האשכולות הפעילים ולו לזמן מה והיה זה שכרי.
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:28 pm#253370
והיו שפתותיו דובבות וכו'
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:34 pm#253372
לאזט שלאפן! גזל שינה!
פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:12 am#253393
wow! עס פלעגט זיך גיסן קוואלן פון חכמה דא! ומי יתן ויתחדש כנשר נעירוכי ,
פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:23 pm#253514
איז דאס א פערצופאל אז די ניק'ס וואס פארשטייען קלאר פארוואס אונז זענען יא די גערעכטע קומען סיי ווי פון דע בעקגראונד?
פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:51 pm#253520
גראדעמעכעלע האט געשריבן:wow! עס פלעגט זיך גיסן קוואלן פון חכמה דא! ומי יתן ויתחדש כנשר נעירוכי ,

גראדעמעכעלע: דאס האט דיך בכלל געמאכט קומען דא אהער... :lol:
פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:34 pm#253534
chusid האט געשריבן:איז דאס א פערצופאל אז די ניק'ס וואס פארשטייען קלאר פארוואס אונז זענען יא די גערעכטע קומען סיי ווי פון דע בעקגראונד?

l viewtopic.php?f=13&t=7136 l