Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים

מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
53 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 128 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #434
פרייטאג אפריל 20, 2012 12:37 pm#6026
מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
דעם שבת גייען צענדליגער טויזנטער אידן מקיים זיין דעם מנהג פון עסן "שליסל חלות". אן אינטערעסאנטער פארש-ארטיקל איז ערשינען לעצטנס וואו שלמה אלפאסא פרובירט אויפצואווייזן אז דער מנהג שטאמט פון דער קריסטליכער איינפירונג פון "איסטער ברויט", אויף וועלכע מען פלעגט אין געוויסע מדינות ארויפלייגן א שליסל. אין דער צייט וואס אלפאסא'ס ווערק קען נישט באצייכנט ווערן אלץ ריכטיג אקאדעמיש, ברענגט ער אבער ארויס אן אינטערעסאנטער היפאטעזע.
אלפאסא שרייבט אז דער שליסל פלעגט גענוצט ווערן ווי א קריסטליכער סימבאל וויבאלד עס פלעגט געפארמט ווערן ענליך צו א שתי-וערב. און עס פלעגט זיין פארשפרייט אן איינפירונג צו מאכן קרייצן אויף ברויטן, ווי דער בייגעלייגטער ארטיקל פון דעם "ניו יארק טיימס" פון 1912 דערציילט. אלפאסא טענה'ט ווייטער אז דער מנהג פון שליסל חלה איז אדאפטירט געווארן פון דער קריסטליכער איינפירונג אויף איסטער, וואס קארעספאנדירט אין טעמע און אין צייט צו פסח.
פרייטאג אפריל 20, 2012 12:59 pm#6033
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
א הייליגער מנהג ביי אידן וואס אסאך חסידישע ספרים רעדן פון דעם (עיין אוהב ישראל אפטא), קומט עמעצער און פרובירט אויפצוווייזן אז ס'שטאמט פון קריסטן, איז ער אפילו ווערד אז מען זאל קוקן אויף זיין זייט און ברענגען זיין ארטיקל?
פרייטאג אפריל 20, 2012 1:05 pm#6035
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
שמואל הלוי האט געשריבן:א הייליגער מנהג ביי אידן וואס אסאך חסידישע ספרים רעדן פון דעם (עיין אוהב ישראל אפטא), קומט עמעצער און פרובירט אויפצוווייזן אז ס'שטאמט פון קריסטן, איז ער אפילו ווערד אז מען זאל קוקן אויף זיין זייט און ברענגען זיין ארטיקל?

זיכער איז עס ווערד. דער ארטיקל דערמאנט טאקע אויך דעם אוהב ישראל.
די אלע טעמים וועלכע ווערן דערמאנט אין ספרים קענען פונקט אזוי גענוצט ווערן אויף מסביר זיין פארוואס דער אויבערשטער האט מסבב געווען אז עס זאל זיך אנטוויקלען אזא מנהג ביי אידן, אפגעזען פון וויאזוי עס האט זיך אנטוויקלט.
פרייטאג אפריל 20, 2012 1:32 pm#6045
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
שמואל הלוי האט געשריבן:א הייליגער מנהג ביי אידן וואס אסאך חסידישע ספרים רעדן פון דעם (עיין אוהב ישראל אפטא), קומט עמעצער און פרובירט אויפצוווייזן אז ס'שטאמט פון קריסטן, איז ער אפילו ווערד אז מען זאל קוקן אויף זיין זייט און ברענגען זיין ארטיקל?

ר' שמואל, דו שפילסט סתם אדער דו פרעגסט ערנסט? דו קומסט אמת'דיג מאכן דיין קעיס מיט אן אוהב ישראל מ'אפטא? יו העוו גאט טו בי קידינג מי.

דו האסט נאך טאקע נישט געכאפט אז עס גייט נעמען זייער א קורצע צייט ביז דו גייסט געוואויר ווערן אויף יעדער איינציגער מנהג וואס דיין טאטע האט געטאן אז עס איז פשוט אן איינגערעדטע זאך וואס האט זיך אנגעהויבן צוליב א מיספארשטענדעניש, א טעות סופר, א שלעכטן בחור הזעצער, נשפע געווארן פון גוים אין יענע תקופה, אדער ווייניגסטנס אז טייל גאונים, ראשונים אדער אחרונים האבן נישט געהאלטן דערפון, און אפילו געשריבן שארף דערקעגן, און אויב נישט, דאן פעלט עס נישט אויס לויט די היינטיגע מציאות, אדער שטימט עס נישט לויט די היינטיגע וויסנשאפטלער, אדער איז עס שוין בכלל נישט היינט נוגע ווייל מען האט דאך עס בשעתו אנגעהויבן טאן נאר וועגן די וועטער, די שכינים, די דעמאלטיגע אומבאלעכפעטשיגקייט אדער אנדערע אומשטענדן און סיבות פון יענער תקופה, וכו' וכדו' א.ד.ג. ווי מען וועט דיר אנווייזן אויף די בוך, ארטיקל, בלאג וואס שרייבט א מאמר דערוועגן און ווייזט קלאר אויף די ריכטיגע מציאות'ער. כאטש איין לינק איז ערגעץ זיכער דא אויף סיי וועלכע טעמע וועסט נאר אנרירן.

און ווער נישט אזוי צעשאקלט און שאקירט ווען גענוי די זעלביגע פריערדערמאנטע מהלכים ווערן ארויפגעשטעלט נישט בלויז אויף נארישע מנהגים נאר אויף חומרות, הלכות, דרבנן, דאורייתא'ס און ארויף ביז צו אני מאמין, טאקע די לעצטע און ערשטע אריינגערעכנט.

אויך א תמים, כאטש נאך צען מאל זאגן, מעג כאפן אויפ'ן ווינק...
פרייטאג אפריל 20, 2012 3:04 pm#6074
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
אוי ביסטו א לץ, שרגא...
איך האב גראדע געשריבן אז אלפאסא׳ס ארטיקל איז נישט אקאדעמיש. איך זוך בכלל נישט אריינצוצווינגען אזעלכע ״מקורות״ אויב זיי זענען נישט איבערצייגנד. איך האב דאס געברענגט ווייל עס איז פשוט אן אינטערעסאנטע סברא, און איך וועל אי״ה ברענגען אין דעם אשכול נאך אזעלכע זאכן ווי נאר זיי וועלן אונטערקומען מיינע הענט...
פרייטאג אפריל 20, 2012 3:11 pm#6077
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
יעצט געזען אז הרב סליפקין רעדט אויך דערוועגן:
m http://www.rationalistjudaism.com/2012/ ... ah-or.html m
פרייטאג אפריל 20, 2012 3:14 pm#6081
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
מי הוא זה ואיזהו?
פרייטאג אפריל 20, 2012 3:16 pm#6082
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
אוו וואס איז מיטן מימרא פונעם ישמח משה וואס האט געזאגט אז אפי׳ א מנהג פון א אלטיטשקע פרוי דארף מען אנעמען הייליג?

קען זיין איך האב נישט עקזעקטלי די ווערטער וואס ער האט געזאגט אבער בערך
פרייטאג אפריל 20, 2012 3:20 pm#6084
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
שמואל הלוי האט געשריבן:מי הוא זה ואיזהו?

m http://yi.wikipedia.org/wiki/ m נתן_סליפקין
פרייטאג אפריל 20, 2012 3:22 pm#6085
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
ידען האט געשריבן:אוו וואס איז מיטן מימרא פונעם ישמח משה וואס האט געזאגט אז אפי׳ א מנהג פון א אלטיטשקע פרוי דארף מען אנעמען הייליג?

קען זיין איך האב נישט עקזעקטלי די ווערטער וואס ער האט געזאגט אבער בערך

שו"ת השיב משה או"ח סי' י"ג:
אבל מזה שנעשה תחבולות שתמליט הולד מת ולא תקבר כך עם הולד, לא נרמז מזה בשום מקום, וגם בספרים המדברים מענינים כאלו, כמו בספר לחה"פ ובספר מעבר יבק, לא נמצא מזה כלל. רק שהוא קבלה ביד בני עמנו, וכבר ידעת מש"כ הרשב"א בתשובותיו, דאין לדחות הקבלה שיש ביד נשים הזקנות מבני עמנו, מפני ששים רבוא מופתים המראים סותרו, דחק הישראלי הוא למעלה מהטבע והשכל.
פרייטאג אפריל 20, 2012 3:29 pm#6086
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
יאנקל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:מי הוא זה ואיזהו?

http://yi.wikipedia.org/wiki/נתן_סליפקין

ער איז ווערד פאר אן אייגן באשרייבונג אין קאווע שטיבל.
פרייטאג אפריל 20, 2012 4:09 pm#6089
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
שמואל הלוי האט געשריבן:א הייליגער מנהג ביי אידן וואס אסאך חסידישע ספרים רעדן פון דעם (עיין אוהב ישראל אפטא), קומט עמעצער און פרובירט אויפצוווייזן אז ס'שטאמט פון קריסטן, איז ער אפילו ווערד אז מען זאל קוקן אויף זיין זייט און ברענגען זיין ארטיקל?

100%, אוי ווי גוט דו זאגסט. אפילו לויט ווי יאנקל האט אויבן געשריבן אז די טעמים וואס דער אפטא'ר רב ברענגט איז ווייל אזוי האט דער אויבערשטער מסבב געווען אז די אידן זאלן מקבל זיין דעם מנהג, איז אויך פאר אונז נישט קיין נפק"מ פון ווי דאס שטאמט, מיר דארפן נאכפאלגן בתמימות אונזער מסורה אזויווי דער רשב"א שרייבט.
פרייטאג אפריל 20, 2012 4:41 pm#6094
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:

דו מיינסט ״אזויווי דער ישמח משה שרייבט.״ ווייל אזא זאך ווערט בכלל נישט דערמאנט אין דעם רשב״א.
פרייטאג אפריל 20, 2012 4:54 pm#6095

יאנקל האט געשריבן:שו"ת השיב משה או"ח סי' י"ג:
אבל מזה שנעשה תחבולות שתמליט הולד מת ולא תקבר כך עם הולד, לא נרמז מזה בשום מקום, וגם בספרים המדברים מענינים כאלו, כמו בספר לחה"פ ובספר מעבר יבק, לא נמצא מזה כלל. רק שהוא קבלה ביד בני עמנו, וכבר ידעת מש"כ הרשב"א בתשובותיו, דאין לדחות הקבלה שיש ביד נשים הזקנות מבני עמנו, מפני ששים רבוא מופתים המראים סותרו, דחק הישראלי הוא למעלה מהטבע והשכל.
פרייטאג אפריל 20, 2012 5:06 pm#6096
Re: מאדנע היסטארישע מקורות פון אידישע מנהגים
שש"ש, איבער דעם רשב"א איז א גאנצער געטועאכטס, איך וועל דיר נאר דא נאכציטירן פון "חייקל אלצווייסער" נאך פון זיינע צייטן אין צייטשריפט ע"ה איבער דעם ענין:

חייקל אלצווייסער האט געשריבן:כ'האב דערמאנט [פריער אינמיטן פונעם ארטיקל -יידל] די ווערטער פון דעם רשב"א בזה"ל: "שאין לדחות הקבלה שיש ביד נשים הזקנות מבני עמנו מפני ששים ריבוא מופתים המראים סותרו, דחק הישראלי הוא למעלה מהטבע והשכל."

אט די ווערטער פון דעם רשב"א ווערן נאכגעברענגט אין א סך ספרי שו"ת, און אלע צייכנען אן דעם מקור אז זיי ווערן געברענגט אין שו"ת "השיב משה" (פון דעם בעל "ישמח משה" זצ"ל), סימן יג.

אין רשב"א אליין האב איך נישט געפינען ממש די ווערטער, אבער עס איז אינטערעסאנט נאכצוברענגען די ווערטער פון הרב יעקב שלמה מוזסון אין קובץ "אור ישראל" (תמוז תשס"ז): "ואע"פ שלא נמצאים הדברים הנ"ל בכתבי הרשב"א שיש בידינו, מ"מ נאמנים עלינו דברי הישמח משה זי"ע שכן כתב הרשב"א."

עס איז אבער מעגליך אז דער "השיב משה" האט געמיינט די ווערטער פון דעם רשב"א אין חלק א' סימן ט, בזה"ל: "שאין משגיחין בחקירה כנגד הקבלה, לפי שחכמת השם למעלה מחקירתנו לפי שחכמת השם למעלה מחקירתנו. וככה יקרה לנו מן הדין בכל דבר שיש קבלה ביד הזקנים והזקנות מעמנו. ולא נסתיר קבלתם רק אחר הקיום שאינו באיפשר חלילה. ולמה נסתור קבלתם ואין קבלה פושטת ביד עמנו רק שקבלו אותה דור אחר דור עד משה רבינו ע"ה או עד הנביאים. ופעמים יהיה העניין ההוא נרמז בכתוב, ולא שיהיה הרמז ההוא מוכרח, רק תכריחנו הקבלה ויתאמת העניין הכתוב עם הקבלה."

א וואך שפעטער האט חייקל געשריבן ווי פאלגנד:

חייקל אלצווייסער האט געשריבן:"שיחות זקנות" אדער "קבלה ביד הזקנים והזקנות"?

אין דער פאריגער אויסגאבע (פסח) האב איך געשריבן מיינע פארשונגען איבער דעם פרויען-מנהג נישט איבערצוגיין א קינד. איך האב אויך דערמאנט די ווערטער וואס א סך ספרים ברענגען נאך אין נאמען פון רשב"א, בזה"ל: "שאין לדחות הקבלה שיש ביד נשים הזקנות מבני עמנו מפני ששים ריבוא מופתים המראים סותרו, דחק הישראלי הוא למעלה מהטבע והשכל." איך האב אויך אנגעמערקט אז די ווערטער געפינען זיך נישט אין רשב"א, נאר אין שו"ת "השיב משה" בשם דעם רשב"א. אויך האב איך נאכגעברענגט די ווערטער פון דעם רשב"א אין חלק א' סימן ט, וואו מען זעט אז ווארשיינליך איז דארטן דער מקור.

די תלמידי-חכמים און יודעי ספר צווישן אייך האבן ווארשיינליך באמערקט וואס איך האב פרובירט אנצודייטן צווישן די שורות, אז טראץ דעם וואס די ווערטער וועלכע ווערן נאכגעזאגט אין נאמען פון רשב"א שטאמען ווארשיינליך פון סימן ט', שטייט אבער נישט דארטן דאס אז מען דארף גלייבן יעדע שיחות זקנות וואס איז פארשפרייט ביי מענטשן. איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין דער פראגע, ווייל איך האב געשפירט אז מיין פלאטפארמע איז נישט געאייגנט מחדש צו זיין הלכה'דיגע שקלא-וטריא'ס. אבער בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס "צייטשריפט" איז ארויס פון דרוק, איז ערשינען דער חשוב'ער קובץ "עץ חיים" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך חסידי באבוב, וואו אויף עמוד שכ"ח איז געדרוקט געווארן א שטיקל אפהאנדלונג איבער די ווערטער פון דעם רשב"א, וואס איז זייער רעלאוואנט צו אונזער שמועס.

דער שרייבער פון דעם קורצן מאמר, רעאגירט אויף דעם וואס אין א פריערדיגן קובץ (ח', עמ' ש"ע) איז דערמאנט געווארן די באקאנטע ווערטער אין נאמען פון דעם רשב"א אין פארבינדונג צו דעם וואס איז אנגענומען אז מען טאר נישט קניען אויף די פיס און אז מען טאר נישט פייפן מיט די מויל, וואס קיין מקור אויף די קפידות איז נישט פאראן.

דער שרייבער ברענגט ארויס זיין וואונדער וויאזוי מען קען בכלל זאגן אזא זאך אז יעדע מעשה'לע און קפידה וואס אלטע פרויען דערציילן האט א דין ווי הלכה למשה מסיני. און טראצדעם וואס מנהגים וואס מיר האבן מקובל פון עלטערע פרויען האבן א שטארקן און חשוב'ן באדייט, ווי מען זעט אז פוסקים האבן זיך צומאל פארלאזט אויף "מנהג נשים" (זע, צום ביישפיל, שו"ת חוות יאיר סימן רלד), אבער ביז'ן זאגן אז יעדער גוטער מנהג אדער שיינע מעשה וואס אן ערליכע באבע האט אמאל דערציילט ווערט פאררעכנט ווי איינער פון די יסודות הדת איז פאלג מיר א גאנג. נאך מער פון דעם, צי דען טרעפן מיר נישט פארשידענע מנהגים אדער קפידות און עין הרע וואס די פרויען האבן אנגענומען פון די גוי'אישע שכנים, זאכן וואס שטימען נישט איינס מיט'ן צווייטן, אדער סתם נארישקיייטן וואס די פרויען האבן איבערגענומען איינע פון דער צווייטער? (אזוי ווי די פוסקים שרייבן א סך מאל אז "מנהג" איז די זעלבע אותיות ווי "גהנם", און זע אויך אין "דרכי משה" (יו"ד סימן קט"ז) אין דעם נאמען פון דעם אבודרהם, וועלכער מאכט אוועק די "חששות הזקנות" איבער תקופות, און ער שרייבט אז דאס איז "ליידיגע ווערטער און סתם 'שיחות זקנות'.") און דאס אלעס הענגט מען אן אויף "אביר הראשונים", דער רשב"א.

דערנאך גייט דער שרייבער אין קובץ "עץ חיים" אריין אין די ווערטער פון דעם רשב"א אין סימן ט, און ער ברענגט ארויס דאס וואס מען זעט קלאר נאכ'ן מעיין זיין דארטן, אז ער רעדט פון סאלידע יסודות הדת וואס איז בקבלה ביי אונזערע עלטערן "הזקנים וזקנות" (ד.ה. זיידעס "און" באבעס) ביז משה רבינו ע"ה.

דערנאך אדרעסירט דער שרייבער דאס וואס דער "השיב משה" נוצט יא די ווערטער פון דעם רשב"א אויף א מנהג נשים, און ער איז מסביר אז דארטן ווערט עס גענוצט לגבי אן אנדערן סארט "מנהג נשים" און נישט סתם א גאסן-שמועה וואס טראגט זיך אריבער פון מויל צו אויער פאר לאנגע יארן.
פרייטאג מאי 11, 2012 10:44 am#11326
איך ווייס אז עס איז שוין נאך ל"ג בעומר, אבער ס'ברענט מיר צו וויסן וואס איז די מקור פון חי ראטל?
פרייטאג מאי 11, 2012 10:57 am#11343
לאדיך אפ האט געשריבן:איך ווייס אז עס איז שוין נאך ל"ג בעומר, אבער ס'ברענט מיר צו וויסן וואס איז די מקור פון חי ראטל?

וואס ברענט דיר עס אזוי? :רח"ל :מלאך
פרייטאג מאי 11, 2012 11:15 am#11358
זעה דא
פרייטאג מאי 11, 2012 11:21 am#11363
קודם זע איך אז "האדמור מבעלזא שליט"א, לא אוחז מכל המנהג".... שוין, די מקור ווייס איך נאך נישט, אבער ווער ס'האלט ישט דערפון זע איך שוין...
פרייטאג מאי 11, 2012 11:23 am#11364
א בעסערע אשכול איז דאס m http://ladaat.net/forum/index.php?PHPSE ... pic=9696.0 m
פרייטאג מאי 11, 2012 12:00 pm#11370
וואס טיט זיך מיט פייל און בויגן איינער ווייסט?
פרייטאג מאי 11, 2012 12:31 pm#11376
די ערשטע מקור וואס איך האב געפונען איז אין בני יששכר חודש אייר מאמר ג' אות ד' וז"ל, מנהג ישראל אשר התלמידים בני בי רב יורו בקשת ביום הזה עכ"ל, ווייטער איז ער מבאר דעם טעם, אינטערעסאנט אנצומערקען זיין לשון "תלמידים בני בי רב" וואס איז משמע אז די מנהג איז נאר פאר קינדער.
פרייטאג מאי 11, 2012 12:40 pm#11378
הייסט ס'יז א חסידישע מנהג
פרייטאג מאי 11, 2012 12:51 pm#11380
אזוי נישטערנדיג זעה איך אז "הקשת" איז בגי' רבן שמעון בן יוחאי (זעט אויס משה געציל אז דאס איז די נאמען )
פרייטאג מאי 11, 2012 2:22 pm#11408
לאדיך אפ האט געשריבן:איך ווייס אז עס איז שוין נאך ל"ג בעומר, אבער ס'ברענט מיר צו וויסן וואס איז די מקור פון חי ראטל?

דוכט זיך אז דער ערשטער מקור איז אין "טעמי המנהגים" בשם האדמו"ר רב"צ מבאבוב ז"ל.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:54 am#62219
וואס איז די מקור? "מסורת אמהות"
איך מיין אז יעדער דא (איך רעד אינעם תורה ודעת פורום) האט שוין אמאל געטראכט וועגען די צענדליגער - אויב נישט הונדערטער - אזוי-גערופענע "באבע קבלות" וואס יעדע משפחה, כל אחד ואחד לפום דרגא דיליה, פארמאגט, אנגעהויבן פון זאכן וואס האבן שייכות צו קליינע קינדער - אין וואס איך מיין עס איז דא די מערסטע, ביז הלכות אבלות ר''ל, און אלעס אינצווישן.

איך גיי נישט דא דן זיין אויב מען דארף עס איינהאלטען אדער נישט, עס איז שוין א מחלוקת פון די גאר פריערדיגע, ווי באקאנט דער רא''ש, וואס שרייבט שטארק אז מען זאל זיך האלטן דערצו, און אזוי איז דא א תשובה אין ישמח משה, פון די אנדערע זייט איז דא אסאך וואס האלטן נישט אזוי, על כל פנים נישט דאס איז אונזער ציל דא.

וואס איך וואלט יא געוואלט איז בעיקר צוויי נקודות אין די ענינים:
1) וואו ווערט עס ערשט דערמאנט.
2) די מקור און סיבה דערצו.
פארשטייט זיך אליין נאר אויב עס איז דא.... און כמובן איז נישט שייך קיין כלל אין דעם, און יעדער זאך איז א נידון פאר זיך.

איך וועל אנהייבן מיט צוויי זאכן וואס זענען מיר היינט אויסגעקומען, ואשמח לשמוע תגובתכם.

פרויען וואס ווארטן אדער זייגען זאלן נישט האלטן קיין הבדלה.

מוצאי שבת זאל מען נישט לייגען קיין קינד אויף א טיש, ווייל עס קען אים מאכן פאר א מחוצף.

אין ביידע ווייס איך נישט צופיל, ווייל ביי מיינע עלטערן איז עס נישט געווען, איך האב דאס ערשט געהערט נאך די חתונה.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:17 am#62252
never heard
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:19 pm#62287
yisroelotd האט געשריבן:פרויען וואס ווארטן אדער זייגען זאלן נישט האלטן קיין הבדלה.

מוצאי שבת זאל מען נישט לייגען קיין קינד אויף א טיש, ווייל עס קען אים מאכן פאר א מחוצף.

אין ביידע ווייס איך נישט צופיל, ווייל ביי מיינע עלטערן איז עס נישט געווען, איך האב דאס ערשט געהערט נאך די חתונה.

עס איז כמעט נישט דא אן אמונה טפילה וואס מ'קען נישט טרעפן דערפאר א מקור ביי אנדערע פעלקער. רוב פון די זאכן שטאמען פון אמאליגע אבערגלויבענישן אין שדים און כישוף, און האבן זיך אריינגעכאפט ביי אידן אויך. טייל אמונות טפילות זענען צוזאמגעשטעלט פון עטליכע אנדערע, אבער מען קען טרעפן די יסודות אין אנדערע מקומות.

לגבי פארשוואנגערטע פרויען איז פאראן אן אמונה טפילה אז אויב זיי קוקן אויף פייער וועט דאס אנטוויקלען געבורט-צייכנס אויף די קינדער.

עס זענען אויך פאראן אמונות טפילות לגבי לייגן קינדער אויף א טיש, צום ביישפיל, זע דא אז לייגן א פריש-געבוירן קינד אויף א טיש ברענגט שלעכטער מזל. אנדערע זאגן אז אזא זאך קען מאכן דאס קינד פאר א רעבתן.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:29 pm#62292
מען זאל נישט לייגן א קינד אויף א טיש סיי וועלכע זמן אין יאר. עס איז א סגולה בדוק ומנוסה אז עס זאל אראפפאלן.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:09 pm#62319
בונם האט געשריבן:מען זאל נישט לייגן א קינד אויף א טיש סיי וועלכע זמן אין יאר. עס איז א סגולה בדוק ומנוסה אז עס זאל אראפפאלן.

ווי אויך נישט איבערגעבן א קינד איבער א טיש
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:26 pm#62323
מ גפני האט געשריבן:
בונם האט געשריבן:מען זאל נישט לייגן א קינד אויף א טיש סיי וועלכע זמן אין יאר. עס איז א סגולה בדוק ומנוסה אז עס זאל אראפפאלן.

ווי אויך נישט איבערגעבן א קינד איבער א טיש

איבערגעבן א קינד איבער א טיש איז א סגולה אז דאס קינד זאל אראפפאלן?
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 10:39 pm#62452
דריידלעך
די מנהג פון שפילן דריידלעך און חנוכה איז ברייט פארשפרייט איבער דער גארער אידישער וועלט. לויט ווי מיין זון'ס קינדער-קאסעטע פארציילט האבן די אידישע קינדער, וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן פון די יוונים אין וואלד לערנענדיג תורה, געשפילט מיטן דריידל ווען א יווני איז געקומען כדי צו פארדעקן אז מ'לערנט תורה.

וואס איז אבער דער ריכטיגער מקור צו דעם מנהג? דער ערשטער מאל וואס די אויבענדערמאנטע טעם ווערט דערמאנט אין א אידישער מקור איז אין ספר מנהגי ישורון פון איינעם הרב אברהם עבר הירשאוויץ א רב אין פיטסבורג, אמעריקע. די ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין יאר ה'תר"ן, 1890 למספ', 123 יאר צוריק. דארט שרייבט ער ווי פאלגנד (ווען די ספר איז געדרוקט געווארן צום דריטען מאל האט דער מדפיס, אדער מחבר, געטוישט די נאמען צו "אוצר כל מנהגי ישורון"):

dreidel.JPG
dreidel.JPG (104.41 KiB) געזען געווארן 3663 מאל

דאס איז דאס ערשטער מאל וואס די טעם איז געדרוקט געווארן. עס ווערט נאכגעזאגט בעל פה פון הרב עזריאל זעליג בן ר' בער פון סטאוויסק בעל מחבר עבודת עבד און תפארת צבי און ער זאגט אז הרב זיוו. ברענגט דאס.

הרב זיוו. איז אודאי הרב משה שמעון זיוויץ, וועלכער האט אויך געדינט אין יענעם תקופה אלס א רב אין פיטסבורג און האט ארויסגעגעבן א שיינע פאר ספרים. דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן די טעם אין קיין איינע פון זיינע ספרים וועלכע געפונען זיך אויף היברובוקס (צו טרעפן זיינע ספרים זוכט זיוויץ און זיוויטץ), אבער אויב איז עס טאקע תורה שבכתב און נישט בעל פה, איז הרב זיוויץ דער ערשטער צו שרייבן איבער דעם טעם.

אזוי צו אזוי, דער טעם איז לכאורה אן אנאכראניסטישע הסבר, וויבאלד דער דריידעל איז נישט מער ווי דער אלטער שפיל טיטאטום. דער עלצטער רעפערענץ צום טיטאטום איז פיטער ברוגעל'ס מעלעריי פון שפילצייג פון יאר ה'שך ולמספ' 1560, ווי איין קינד האלט א טיטאטום/דריידל. לויטן בוך "אקספארד היסטאריע פון ברעט-שפילערייען" פון דעיוויד פארלעט זענען די זייטן פון דעם טיטאטום געווען מארקירט ווי פאלגנד: P פאר pillar (דער שפילער נעמט ארויס וויפיל ער האט געוועט), דערנאך R פאר rein (דער שפילער באקומט גארנישט), דאן J פאר jocque (ער מוז אריינשטעלן וויפיל ער האט געוועט), און F פאר fors (דער שפילער באקומט דעם גאנצן שיסל). דער דריידעל איז נישט מער ווי א פאראידישטער ווערסיע פון דעם שפיל און די נו"ן, גימ"ל, ה"א און שי"ן זענען אריגינעל געשטאנען פאר ניכט (נישט), גאנץ, האלב און שטעל.

אין דעם בוך "טראדיציאנאלע שפילערייען פון ענגלאנד, סקאטלאנד און איירלאנד" פון עליס גאמם (ארויסגעקומען אין 1894, פיר יאר נאך אוצר מנהגי ישורון), שרייבט זי אז דער שפיל פלעגן ענגלישע קינדער שפילן אין קריצמאס צייט. עס איז קלאר אז די שפיל האט בכלל נישט עקזעסטירט אין די צייטן פון די חשמונאים און ניטאמאל פאר טויזענטע יאר דערנאך. די שפיל האט זיך אנגעהויבן אלס א קריצמאס שפיל און איז פארוואנדלט געווארן אין א - להבדיל - חנוכה שפיל ביז די אנאכראניסטישער הסבר איז ערשינען און אריין אין אונזער אוצר פון פאלקס-לעגענדעס.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 10:52 pm#62454
הציץ - מייסטערהאפטיג!
פון דעם קומט ארויס אז דער בעלזער רב איז גערעכט געווען מיט דעם וואס ער האט ממאס געווען די ישראל'ישע דריידלעך מיט די אותיות נ'ג'ה'פ' - א פ' קומט אינגאנצן נישט אריין אין דער נ'יכט-ג'אנץ-ה'אלב-ש'טעל סכעמע.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:09 pm#62460
געוואלדיג, הציץ!
גאר פאסיג אלס דורשין בהלכות החנוכה ל' יום קודם. און אודאי איז דאס וויכטיג צו יוצא זיין די מצות עשה דאורייתא להסביב הסביבון עד שיסבוב הגוף והראש וכל דעימיה, וואס ווי דער ב"ח שרייבט איז מען נישט יוצא נאר אויב מען האט אינזין דעם ריכטיגן טעם פון די מצוה. נאר א קליינע הערה, אויב דער דריידל איז אויך א פארעם פון געמבלען, וואס איז דער חילוק צווישן קארטן און דריידל?
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:19 pm#62461
יאיר האט געשריבן:געוואלדיג, הציץ!
גאר פאסיג אלס דורשין בהלכות החנוכה ל' יום קודם. און אודאי איז דאס וויכטיג צו יוצא זיין די מצות עשה דאורייתא להסביב הסביבון עד שיסבוב הגוף והראש וכל דעימיה, וואס ווי דער ב"ח שרייבט איז מען נישט יוצא נאר אויב מען האט אינזין דעם ריכטיגן טעם פון די מצוה. נאר א קליינע הערה, אויב דער דריידל איז אויך א פארעם פון געמבלען, וואס איז דער חילוק צווישן קארטן און דריידל?

איה"נ. זע דא.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:33 pm#62464
א דאנק, יאנקל, פאר די לינק. עס איז כדאי צו זען דארט די פולע קאפיע פון דעם מנהגי ישורון, וואו ער איז מעורר אויף די שרעקליכע מנהג פון שפילן קארטן, ווייל עס איז פאבריצירט געווארן דורך גויים, משא"כ דריידל, איז דאך יסודתו בהררי קודש, הררים התלויים בשערה. בלייבט נאר איבער צו חוקר זיין פארוואס די קליפות קלעבן זיך אן דוקא אויף די גליטשיגע קארטן און זיי כאפן זיך נישט אריין אין די קריצן פון דעם דריידל.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:43 pm#62466
יאיר האט געשריבן:געוואלדיג, הציץ!
גאר פאסיג אלס דורשין בהלכות החנוכה ל' יום קודם. און אודאי איז דאס וויכטיג צו יוצא זיין די מצות עשה דאורייתא להסביב הסביבון עד שיסבוב הגוף והראש וכל דעימיה, וואס ווי דער ב"ח שרייבט איז מען נישט יוצא נאר אויב מען האט אינזין דעם ריכטיגן טעם פון די מצוה. נאר א קליינע הערה, אויב דער דריידל איז אויך א פארעם פון געמבלען, וואס איז דער חילוק צווישן קארטן און דריידל?

פאקטיש איז דריידל אסור מדינה דשולחן-ערוך: "המשחקים בקוביא כיצד, אלו שמשחקים בעצים או בצרורות ועושים תנאי ביניהם, שכל הנוצח את חבירו באותו שחוק, יקח כך וכך... הכל אסור, וגזל מדבריהם הוא" (שולחן-ערוך חושן-משפט סימן שע, סעיף ב, מלשון הרמב"ם הלכות גזלה).

איבער דעם אונטערשיד צווישן דריידל און קוויטלעך, וואס דארפן מיר מער פון דעם אז דער שינאווער רב האט אנגעבלעך דערציילט דירעקט פארן קאלשיצער רב אז וויבאלד ער האט אליין געזען אז דער "בעל-דבר" האט הנאה פון דעם שפיל קוויטלעך האט ער קיינמאל נישט געשפילט דעם שפיל, אבער מיט דעם דריידל שפילט ער יא, וויבאלד 'מנהג ישראל תורה היא'.

זע דא, פון 'קובץ אור ישראל'.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:41 am#66724
אין רעאקציע צו דעם שיינעם מאמר פון ידידינו החדש הנכבד ממי_שאמרו איבער קנאבל טיילן ביי א פדיון הבן, האב איך דערמאנט אז דאס ווערט געטיילט צו פארטרייבן עין-הרע. ווי מיט כמעט אלע אבערגלויבענישן, איז דער מקור אז קנאבל פארטרייבט עין-הרע לאו-דווקא א אידישער.

דא זעען מיר אז די אמאליגע יוונים האבן געגלייבט אין עין-הרע און אז קנאבל קען עס פארטרייבן. זע דא (זייט 10) איבער די קנאבל אבערגלויבענישן אין פארשידענע קולטורן, אז עס קען פארטרייבן מאנסטערס, שדים, וואמפירן וכדומה.

א באריכט אין לאס אנזשעלעס טיימס פון דעצעמבער 23, 2000 ווייסט צו דערציילן אז:
In Europe, Asia Minor, India and China, it was believed that garlic protected against witchcraft and the evil eye. In Eastern Europe, stringing garlic bulbs together in a necklace before going to sleep repelled vampires.

אזוי טרעפט מען עס אין נאך פארשידענע מקומות אין דער וועלט.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 2:31 am#66741
בדרך רמז איז א מענטש וואס האט א ריח פון שום האבן נישט מענטשן אן עין הרע.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 6:46 am#66749
נולד מאוחר האט געשריבן:בדרך רמז איז א מענטש וואס האט א ריח פון שום האבן נישט מענטשן אן עין הרע.

:lol: :lol: :lol: :lol:
מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:39 am#78163
די עוואלוציע פון ניטל
פארוואס לערנט מען נישט ניטל?
עפעס וועגן כוחות הטמא, א גרויסער שווארצער הונט וואס כאפט אריין אלעס וואס מען לערנט, און יא, אויך ווייל עפעס א מעשה מיט ר' יונתן אייבשיץ און א גלח...
די אלע טעמים און די אלע וואס איך האב נישט אויסגערעכנט זענען אבער באשאפן געווארן נאכדעם וואס דער מנהג פון ניטל איז שוין אנגעגאנגען אין פולן קראפט. ברויך מען דאך זען וואס האט געברענגט דעם מנהג אין די פירסט פלעיס.
מארק שפירא האט אויפגעוויזן אז ניטל איז צושטאנד געקומען צוליב א פאנטאזיע וואס די אידן האבן געהאט אז ישו דרייט זיך ארום אין די בתי כסא אום קראצמעך, און ער האט נישט קיין מנוחה, אויסער ווען אידן לערנען. האט מען דוקא נישט געלערנט, און יא, מען איז אויך נישט געגאנגען אין בית הכסא. לאכט נישט, אזוי ווי מיר האלטן זיך איין מיט אלע כוחות די תירוץ אויף א צריך עיון פון רבי עקיבא אייגער וואס איז אונז איינגעפאלן צו להכעיס א מינוט פאר ניטל און בומפס, מען קען עס מער נישט ארויסזאגן ביז מארגן צופרי, אזוי האט מען זיך איינגעהאלטן פון גיין אין בית הכסא ווייל ישו געפינט זיך דארט. פון דארט האט זיך פארשפרייט דער מנהג און די טעמים, נהרא ונהרא ופשטיה. וואס לערנט מען זיך פון דעם? אז יעדער אידישער מנהג האט א גוטער מקור. מען דארף נאר וויסן וואו צו זוכן.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:15 am#78196
יאיר האט געשריבן:פארוואס לערנט מען נישט ניטל?

יישר כח

ביטע אנווייזען א מקור אויף דעם מארק שפירא.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 7:40 pm#78374
דער עולם האלט ערליך ניטל
מיטוואך מערץ 13, 2013 10:13 am#96436
איך שפעקוליר אז אפשר שטאמען די אשכנזי'שע מנהגים פון עסן אייער ביי דעם "סדר" פסח ביינאכט און אנצינדן ספעציעלע לאנגע ליכט ("מה נשתנה ליכט") פון די אייראפעאישע מנהגים פון פאסכא (באקאנט אין אנדערע מדינות ווי "איסטער", דאס איז א זכר צו ישו'ס פייערונג פון יו"ט פסח), וואו מ'צינדט ספעציעלע "פאסכאל ליכט", און מ'עסט אייער.

פאסכאל ליכט
בילד
מיטוואך מערץ 13, 2013 10:40 am#96440
לאנגע לעכט איז צוליב דעם וואס דער סדר נעמט לענגער ווי סתם א שבת סעודה, און מ'וויל נישט בלייבן אין דער טינקל. ופשוט הוא.
מיטוואך מערץ 13, 2013 10:44 am#96443
און אייער עסט מען אלץ זכר לחגיגה, און אויך אלץ אבילות זכר לחורבן (כל בו)
מיטוואך מערץ 13, 2013 4:46 pm#96684
מאראנצןזאפט האט געשריבן:לאנגע לעכט איז צוליב דעם וואס דער סדר נעמט לענגער ווי סתם א שבת סעודה, און מ'וויל נישט בלייבן אין דער טינקל. ופשוט הוא.

די זעלבע סיבה וואס מען לעשט אויס די לייט בי שלש סעודות, ביי די רביס פאר די קריג האט מען נישט אויסגעלאשן די לייט
אזויווי די נאכט איז צוגעפאלן איז געווארן טונקל
מיטוואך מערץ 13, 2013 4:54 pm#96688
מאראנצןזאפט האט געשריבן:לאנגע לעכט איז צוליב דעם וואס דער סדר נעמט לענגער ווי סתם א שבת סעודה, און מ'וויל נישט בלייבן אין דער טינקל. ופשוט הוא.

ס'קען זיין אמת, אבער ס'איז מעגליך נישט קיין קאאינצידענט אז די אשכנזי'שע מנהגים פון אייער מיט ליכט זענען ענליך צו קריסטליכע אייראפעאישע מנהגים וועלכע ווערן אפגעראכטן אין דער זעלבער צייט פון יאר און אין די זעלבע מקומות.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:12 pm#101290
יאנקל האט געשריבן:דעם שבת גייען צענדליגער טויזנטער אידן מקיים זיין דעם מנהג פון עסן "שליסל חלות". אן אינטערעסאנטער פארש-ארטיקל איז ערשינען לעצטנס וואו שלמה אלפאסא פרובירט אויפצואווייזן אז דער מנהג שטאמט פון דער קריסטליכער איינפירונג פון "איסטער ברויט", אויף וועלכע מען פלעגט אין געוויסע מדינות ארויפלייגן א שליסל. אין דער צייט וואס אלפאסא'ס ווערק קען נישט באצייכנט ווערן אלץ ריכטיג אקאדעמיש, ברענגט ער אבער ארויס אן אינטערעסאנטער היפאטעזע.
אלפאסא שרייבט אז דער שליסל פלעגט גענוצט ווערן ווי א קריסטליכער סימבאל וויבאלד עס פלעגט געפארמט ווערן ענליך צו א שתי-וערב. און עס פלעגט זיין פארשפרייט אן איינפירונג צו מאכן קרייצן אויף ברויטן, ווי דער בייגעלייגטער ארטיקל פון דעם "ניו יארק טיימס" פון 1912 דערציילט. אלפאסא טענה'ט ווייטער אז דער מנהג פון שליסל חלה איז אדאפטירט געווארן פון דער קריסטליכער איינפירונג אויף איסטער, וואס קארעספאנדירט אין טעמע און אין צייט צו פסח.

היי יאר האט הרב יאיר האפמאן (דער "וואס-איז-נייעס" רב) אדאפטירט שמואל הלוי'ס צוגאנג צו מנהגים און האט אפגעשריבן אן ארטיקל איבער אלפאסא'ס טעאריע אז שליסל חלה שטאמט פון קריסטן. פון זיינע הויפט קושיות אויף אלפאסא איז די [לעכערליכע] טענה אז "היעלה על הדעת אז די חסידי'שע רבי'ס וועלכע האבן געשריבן איבער די מנהג פון שליסל חלה האבן געליינט די קריסטליכע ביכער און זענען באאיינפלוסט געווארן דערפון"?

ש. פון אן די מיין ליין ברענגט אויך ארויס נאך א נקודה. האפמאן צייכנט צו אלס די פריעסטע מקור ר' פנחס'ל קאריצער און אמרי פנחס. די איראניע איז אז אמרי פנחס איז הערש געדרוקט געווארן 200 יאר נאך ר' פנחס'ל קאריצער'ס פטירה. פון צווייטן זייט, טענה'ט ש. אז ווי עס זעט אויס פון האפמאן'ס ארטיקל איז אלפאסא'ס היפאטעזיע נישט ריכטיג, כאטש האפמאן'ס היפאטעזיע אז עס האט זיך אנגעהויבן דורך מקובלים איז לכאורה אויך נישט ריכטיג.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:22 pm#101294
יידל, זיי ביטע מסביר פארוואס די טענה איז לעכערליך.

דער אמת איז, אז די טעאריע אינאיינעם מיט רוב פון די אשכול האבן א שטארקן לאך: רוב פון די זאכן איז ריכטיג חוקת הגוי, וואס איז א געהעריגער איסור דאורייתא. עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל אז בו בזמן וואס די מנהיגי הדור זענען געווען עסוק צו אסרן קטניות וועגן א ווייטע חשש רחוק פון חמץ, זאלן זיי דורך לאזן אזאלכע זאכן.