דעת תורהנו שוין, ער - זיינע מענטשן - האבן געמיינט אז מיט אזא באזוך'ל וועט ער אים אונטערקויפן ער זאל נישט ארויסקומען קעגן אים. יעצט איז ער אין בעד שעיפ, ערגער ווי ווען ער גייט בכלל נישט צונעם. אסאך רבנים'לעך און משפיעים קומען קיין קרית יואל און פייפן זיך אריין, פרעגן נישט ביי קיינעם וואס זיי האבן צו טון. אבער אז מען גייט אהין, קויפט מען זיך איין מפטיר יונה...
מיטן גאנצן האס און שנאה ווי א ריכטיגער זאלי
קלוגער איז שוין עטליכע מאל געווען ביי מהר"א, און ס'איז געווען שיינע שמועסן, דאכט זיך אז אפילו אין משלחן מלכים איז אמאל געווען א שיינע שמועס מיט אים, און איך מיין אז כמעט אלע רבנים'ליך און משפיעים וואס קומען קיין קרית יואל (און באלאנגן נישט צו די זאלי/בני יואל/נטו"ק פראקציע) קומען באזוכן מהר"א.
נעכטן איז נישט געווען קיין באזוך, נעכטן האט מען אים געלאזט רופן, נאך עטליכע חורבנות וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען אין קרית יואל דורך זיינע מעשים, און דער רבי האט אים געבעטן ער זאל מער נישט קומען קיין ק"י, האט ער געפרעגט דעם רבין, די רבי איז מקבל לשון הרע אויף מיר? האט די רבי געזאגט, איך האב גארנישט קעגן אייך, איר זענט א וואוילער איד, אונז בלייב מיר ווייטער גוטע פריינד, אבער קרית יואל איז נישט פאר אייך, איך גיי נישט ווי איר גייט און איר קומט נישט אהער
ונפרדו לשלום....