ATUB @דעת תורה ATUB
איך בין ווייניג באקאנט מיט ספעציפישע פעלער פון יחידים וואס האבן דארט געלערנט. איך קען זיך נאענט מיט סעמפ און האב שוין באזוכט אין דער ישיבה עטליכע מאל און געשמועסט מיט די בחורים און אנגעשטעלטע. ס'איז נישט קיין טעראר און אויך נישט געמאכט פאר בחורים פון "צעקלאפטע שטיבער". דער סיסטעם איז באזירט אויף א געזונטן געמיש פון מסורה, חסידות, פסיכאלאגיע, און באפעפערט מיט א סך שכל/קאממאן סענס און א היפש-ביסל הארץ און געפיל. דאס איז בעצם דער רעצעפט פאר דעם תלפיות-סיסטעם.
איינער פון די תלפיות-חידושים איז דאס ערזעצן "קנס" מיט "קאנסעקווענץ". אנשטאט קנס'ענען א בחור, טרעפט דער בחור זיך האנדלען מיט די דירעקטע תוצאות פון זיינע מעשים. דאס הייסט, אנדערש ווי געווענליך, ווען א בחור טוט אן עוולה און באקומט א קנס, זענען אין תלפיות נישט פאראן קיין עוולות און במילא אויך נישט קיין קנסים. וואס יא, עס זענען פאראן "מעשים", און מעשים פירן צו תוצאות. אזוי ארבעט די וועלט. יעדער בחור מוז נעמען אחריות אויף זיינע מעשים, און אין אחריות איז אריינגערעכנט דאס האנדלען מיט די קאנסעקווענצן פון זיינע פעולות. דער חילוק צווישן קנס און קאנסעקווענץ איז סך מער ווי בלויז דעם נאמען. אויב איז עס קאנסעקווענץ, וועט עס אייביג זיין עפעס וואס איז ארויסקומען פונעם בחור'ס פעולה. ועוד, א קנס איז עפעס ווי א "נקמה" פונעם "שטארקערן" מגיד שיעור אויפ'ן "שוואכערן" בחור. א תוצאה איז אבער עפעס וואס די פעולה זעלבסט האט געברענגט. דער מגיד שיעור וועט געווענליך העלפן דעם בחור (בכל אופן וועט ער מיט אים סימפאטיזירן) זיך ספראווען מיט'ן קאנסעקווענץ פון זיינע מעשים. אבער דאס יא: דאס אחריות דערפון איז דעם בחור'ס.
דערפאר קענען אין תלפיות זיך מאכן מאדנע מצבים ווי
לאליפאפ האט געשריבן: הייסט מען יענעם אויסטון די שיך און זאקן און שטיין אינדרויסן אויפן גאס...
די משלים וואס דו ברענגסט זענען, דאכט זיך מיר, אביסל גוזמא'דיג. די גרעניץ וכו' איז לכאורה נישט אמת. אבער דאס אז א בחור זאל מוזן ארומגיין אן שיך, דאס שוין יא. איין בחור האט מיר דערציילט אז ער אליין איז איין טאג ארומגעגאנגען אין פאנטאפל. ער איז געווען א כראנישער שטויסער (א העכסט-נארמאלע זאך פאר א 13-יעריגער בחור). נאכ'ן דריטן אינצידענט, האט דער משגיח געכאפט א שמועס מיט'ן בחור. איז אויסגעקומען אז דער בחור ווערט זייער אין כעס ווען עמיצער רירט אן זיין כבוד און נעמט זיך שטויסן כמעט אימפולסיוו, אן טראכטן. האט דער משגיח אים געזאגט אז ער פארשטייט אים זייער גוט, אבער היות זיין שטויסן טוט למעשה וויי דעם געשטויסענעם, איז די איינציגע ברירה אז דער בחור זאל אנשטאט שיך אנטאן פאנטאפל; אזוי, ביז דער בחור טרעפט א מיטל זיך איינצוהאלטן פון שטויסן, זאלן זיי שטויסן כאטש נישט וויי טאן...
די זאכן הערן זיך מאדנע, אבער נאר אזוי לאנג ווי מען קוקט זיי אן ווי קנסים. איינמאל מען פארשטייט דעם מהלך, שטימט אלעס א מחי'. און חוץ מזה וואס עס שטימט, ארבעט עס אויך, און דער בחור וועט זיך נישט ארומדרייען מיט א שווער הארץ אויף זיין מגיד שיעור, ווייל ער אנערקענט אז דער מגיד שיעור פירט נישט דא קיין מערכות מיט אים, פרובירט אים נישט "אויסמענטשלען", פרובירט אים נישט "איינצונעמען" אא"וו. דער מגיד שיעור איז דא אים צו העלפן. דאס אלעס. און אלעס וואס דער מגי"ש טוט (אדער טוט נישט) איז "קאנסיסטענט" מיט דעם מהלך.
דעת תורה האט געשריבן:ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג ... אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער...
קוק איבער דעם ווידעאו און זאג דו מיר צי ס'איז דארט דא איין נקודה וואס איז
נישט שייך פאר
יעדן בחור, אין
יעדער ישיבה -- און ווי ATUB @ראשעקאל ATUB האט אנגעוויזן. דאס וואלט געדארפט זיין די נארמע, דער סטאנדארט אינעם עולם הישיבות. וואס עס פעלט ביי אונז איז א הכרה, awareness, אז דער עקזיסטירנדער חינוך-סיסטעם איז נאענטער צו דורכפאל ווי הצלחה -- אפילו די באן פארט ווייטער און עולם כמנהגו נוהג. ביים אויסקלויבן א ישיבה פאר זיין זון, וועט דער דורכשניטליכער טאטע ענדערש נעמען אין חשבון וואספארא נאמען א ספעציפישע ישיבה האט אויף דער גאס, ווי איידער ווי אויף וויפיל זיין קינד וועט דארט האבן א תכלית. (און באמת זענען רוב-רובם חסידישע ישיבות די זעלבע זאך; א קנייטש אהער, א בייג אהין -- קיין יסודותדיגע חילוקים זענען נישטא.)
וואס עס קומט דערפון ארויס, אז רוב בחורים אין תלפיות זענען אזעלכע, וואס האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי גיין אהין. פון אנדערע ישיבות זענען זיי ארויסגעווארפן אדער נישט אנגענומען געווארן; זענען זיי אנגעקומען קיין תלפיות, וועמענס ציל איז מחנך צו זיין בחורים -- נישט זיי אוועקשטעלן אין א שאו-פענסטער מיט'ן צאל אונטערצוהאלטן דעם אויפגעבלאזענען עגא פון דער ישיבה/ראש ישיבה. דער סיסטעם זייערער איז אבער א לכתחילה, און וואלט געדארפט זיין דער מאדעל פאר דעם ישיבה-סיסטעם בכלל.
און ווי הרב סעמפ האט מיר געזאגט: "תלפיות איז א ישיבה פאר גוטע בחורים פאר וועמען דער שוואכער סיסטעם ארבעט נישט."