פארומס › קאווע שטיבל • נייעס און בילדער פון זינגערס און מוזיקאנטן

קאווע שטיבל • נייעס און בילדער פון זינגערס און מוזיקאנטן

649 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4410
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:11 pm#171566
דער מיט די לאנגע פיאות הייסט הורוויץ? רבישע אפשטאם? נישט געוואוסט.

ווער איז גאלד, דער מיט די שווארץ ווייסע בארד?
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:11 pm#171599
שמעקעדיג
נאך א מזל דו זאגסט מיר דאס, ווייל כ'האב מיך באמת גע'ישוב'ט.
גראדע מיין איך אז ער קען יא, באט על טעם וריח וכו',

און אויף צואה וועסטו מיר אויך זאגן על טעם וריח? אוודאי נישט. די זעלבע דא, נישט קיין צואה; אבער קיין זינגער אויך נישט.
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:16 pm#171602
ריבוינע שעלוילעם!!
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:03 am#171656
קאווע טרינקער
דער מיט די לאנגע פיאות הייסט הורוויץ? רבישע אפשטאם? נישט געוואוסט.

ווער איז גאלד, דער מיט די שווארץ ווייסע בארד?

הורוויץ איז א זוהן פון הרב אלישע הורוויץ פון קרית יואל, א רבנישע (נישט רבישע) משפחה, רחובע אייניקלך. אגב, יואלי הורוויץ האט א ברידער שלמה זלמן א הערליכע בעל מנגן ובעל תפילה.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:05 am#171657
גלות יוד, על זה אנו דנין, צו זיין זינגען האט א טעם פון צואה אדער פון שמעקעדיגע בשמים. ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:30 am#171661
כתר מלכות
גלות יוד, על זה אנו דנין, צו זיין זינגען האט א טעם פון צואה אדער פון שמעקעדיגע בשמים. ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.

האט שוין איינער געזאגט דא, על טעם וריח אין להתוכח ובכל זאת מתוכחים, ער איז פון די בעסטע היינט, יא, שמעקעדיגע בשמים!
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:03 pm#171729
נייע סידי
א נייע סידי פון 8th day.
image.jpg
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:12 pm#171734
איינער געדענקט אים נאך?!..
מיט די מעשה וואס מען פארציילט איבער זיין שפילען?
image.jpg
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:31 pm#171739
וועלכע מעשה? און פארוואס שפילט ער אין א טוי סטאר?
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:48 pm#171757
טעפל
כתר מלכות
גלות יוד, על זה אנו דנין, צו זיין זינגען האט א טעם פון צואה אדער פון שמעקעדיגע בשמים. ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.

האט שוין איינער געזאגט דא, על טעם וריח אין להתוכח ובכל זאת מתוכחים, ער איז פון די בעסטע היינט, יא, שמעקעדיגע בשמים!

ער איז קיין זינגער ניט סוף פסוק. ער האט נאך קיין איין ניגון נישט ארויסגעזינגען ריכטיג. ער מאכט זיך נאריש, פרובירט צו זינגען הויך אלע מינע קינצען, אבער געזינגען א ניגון ריכטיג דאס נישט, ווייסט פארוואס? ווייל ער קען נישט ער האט נישט באקומען די מתנה און פערטיג.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:32 pm#171850
איך אויך
וועלכע מעשה? און פארוואס שפילט ער אין א טוי סטאר?
דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:37 pm#172737
שירה קאנדאקטער
כתר מלכות
בד"וו וואס פשט אז יואלי הורוויץ קאנדאקט די קווייער און שרגא פייווול זינגט כאחד מן השורה?

איך וואלט געזאגט אז די געוואלדיגע הצלחה וואס שטעקט אין די שירה קווייער איז דייקא דאס.
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז א מענטש וויל האבן הצלחה דארף ער זיך ארויסהאבן און נישט זיך פאפען, און שרגא פייוויל האט טאקע געעפנט דעם קווייער, אבער ער האט איינגעזעהן אז יואלי הורוויץ האט א געוואלדיגע טאלאנט אין אנפיהרען א קווייער האט ער איהם עס איבערגעגעבן, און אזוי האט ער א געוואלדיגע סוקסעס!
מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:41 pm#176005
נעכטען ביי די העסק קאנצערט 27,
האט מען פאר די קינדער קוויער גענוצט די נייע ״שיר ושבח״ קינדער קווייער,
דאס זענען חסידישע קינדער מיט אראפגעלאזטע פיאות,
אנגעפירט דורך חיים מאיר פליגמאן.

ביים זינגען,
image.jpg
image.jpg
נאכען קאנצערט מיט דוד פדידה פון ארץ ישראל,
image.jpg
מיט ברוך לעווין,
image.jpg
מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:57 pm#176017
שיין! עפעס מער אינפא אויף די ״שיר ושבח״ קינדער קווייער?
דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:56 am#176236
דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:04 pm#176265
ברון לעווין מיט די קינדער קאוועיר לייו ביים קאנצערט.

http://www.youtube.com/watch?v=YHxorPD5GxQ
דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:20 pm#176268
א קנאק פון א קאנצערט wow.
look up hasc 27 concert
דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:45 pm#176325
נאך בילדער פון די ״שיר ושבח״ קינדער קווייער.
image.jpg image.jpg
דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:53 pm#176455
ווייסט איינער ווער סאיז געווען דער ערשטער היימישער וואן מען בענד ?ערגעץ אויף א ינטערוויא אויף ק.מ האט איינער האלפערין געזאגט אז ער .אנדערש ווי איך האב געוואוסט אז פערל ? איז געווען און ב.ד.וו וואס טוט זעך מיט די ערשטע דור צו שפילט נאך איינער פון זיי?פערל.האלפערין.לעוו.גאלדבערגער ?
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:01 pm#176456
פערל איז געווען דער ערשטער מיין איך, האלפערין איז אויך שוין פון גאנץ אנהייב. האלפערין און לעוו שפילן נאך אויב מ'רופט זיי
דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:47 pm#176479
רבי שבתי פרנס איז אויכעט פון די עשרה ראשונים דוכט זיך. ניין?
מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:36 am#176533
יא, דאכציך ער איז געוועהן אין יענע צייטן די שטארקסטע.
מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:13 am#176558
וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?
מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:16 am#176559
שמעקעדיג
רבי שבתי פרנס איז אויכעט פון די עשרה ראשונים דוכט זיך. ניין?

ער איז געווען פון די גאנץ ערשטע אויב נישט דער סאמע ערשטער
מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:16 am#176560
מ גפני
וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?

ניין
מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:41 am#176569
מ גפני
וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?

כמעט נישט, ער האט אפגעקויפט שטיינבערג׳ס בעקריי.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:20 pm#177694
זעהט אויס ווי פרישע חברה אין ישראל. זייער שיין. @סאשי פיש?

http://www.youtube.com/watch?v=IgpuUaPvHa4
מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:33 pm#177698
סארי, איך זעה די אשכול איז נאר פאר בילדער... רבותי ווי באלאנגט עס?
מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:24 pm#177707
א נייע זשאב פאר שירה...
image.jpg
מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:25 pm#177708
זמירות קווייער
image.jpg
מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:34 pm#177721
הו הו זיי האבען זיך ערענסט מאדענעזירט 😉
מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:08 pm#177728
און זעהן טאקע אויס ווי א יון אין די סוכה אדער ווי ספינקא רבי ביי א רעפארם חתונה.
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:34 pm#177994
איך גלייך נישט אזוי שטארק זייער קווייער ווי איך גלייך די בעקגראונד 😛
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:37 pm#177998
סאשי פיש
זמירות קווייער

זיי זעען דאך אויס שרעקליך
לא עלינו
זיי קענען זינגען אויך?
דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:27 pm#178024
לאמיך מסביר זיין א נקודה,

״זמירות קווייער״ די זעלבע די ״פרייליך בענד״ זעט מען אסאך מאל בילדער פון זיי אנגעטון מיט שווארצע העמדער אדער מיט נעקטיי׳ס זיי דארפען עס טון פאר פרנסה, ווייל מענטשען פארלאנגען עס,

איך ווייס גראדע פון א היימישע מענטש ער האט באשטעלט פרייליך בענד און זיי געהייסען קומען מיט שווארצע העמדער... ווייל אזוי גייט די חתונה אויסקוקען בעסער!!

אין איין ווארט עס איז נישט קיין קונץ חוזק צו מאכען!!!
דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:35 pm#178028
זעט אויס גוט ליפא מיט יואלי לעבוויטש!!...
image.jpg
דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:44 pm#178034
סאשי פיש
לאמיך מסביר זיין א נקודה,

״זמירות קווייער״ די זעלבע די ״פרייליך בענד״ זעט מען אסאך מאל בילדער פון זיי אנגעטון מיט שווארצע העמדער אדער מיט נעקטיי׳ס זיי דארפען עס טון פאר פרנסה, ווייל מענטשען פארלאנגען עס,

איך ווייס גראדע פון א היימישע מענטש ער האט באשטעלט פרייליך בענד און זיי געהייסען קומען מיט שווארצע העמדער... ווייל אזוי גייט די חתונה אויסקוקען בעסער!!

אין איין ווארט עס איז נישט קיין קונץ חוזק צו מאכען!!!

סאשעלע, קיינער מאכט נישט חוזק, סיז פשוט אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי פאר חסידישע יונגילייט איז שווער אראפ צונעמען די חסידישע look פון זיך, יעדער ברענגט עס נאר אנדערש ארויס. למשל איך האב הנאה צו זען אז למרות די נעקטיי זענען זיי געבליבן מיטן אווערסייזד, הויזן ארויסקריכנדיגן, רעכטס אויף לינקס העמעדל, און נישט גסוויטשט צו א שמאל געפאסטן מאדערנעם קאסטאם שירט...
זינגען האבעך זיי נאך קיינמאל נישט געהערט, סא דארט קענעך נישט אריין רעדן.
פערסאנאלי, גלייכעך ידידים די בעסט.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:48 pm#178535
סאשי פיש
זעט אויס גוט ליפא מיט יואלי לעבוויטש!!...

ליפא ווייס איך נישט, אבער יואלי איז גוט!!
מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:58 pm#178539
טעפל
סאשי פיש
זעט אויס גוט ליפא מיט יואלי לעבוויטש!!...

ליפא ווייס איך נישט, אבער יואלי איז גוט!!

נישט ווען ער גראמט אויף ענגליש (על טעם וריח....JUST MY HUMBLE OPINION)
מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:59 pm#178569
זעהט עס זיי שעהמן זיך ארויסצושרייבן וועלכע ישיבה עס רעדט זיך.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 10:42 am#178720
איך אויך
זעהט עס זיי שעהמן זיך ארויסצושרייבן וועלכע ישיבה עס רעדט זיך.

ווער זאגט ס'איז בכלל א ישיבה?
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:44 am#178731
מ'שמועסט אז תנחום לענעראוויטש קומט ארויס מיט א נייע סידי, נעטשי ראובנאוויטש ארענדזשט עס. זיין ערשטע סידי איז געווען א שטריימעל געדענק איך. וועט מען ווארטן אויף סאשי'ס בילדער.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:54 pm#178742
א ווידיא פון צדוק גרינווואלד,
אב הרחמים,
וועגען די צווייטע וועלט מלחמה
http://www.youtube.com/watch?v=FnZu2amHCBg
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:12 pm#178919
גד אלבז
image.jpg
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:17 pm#178920
טעפל
איך אויך
זעהט עס זיי שעהמן זיך ארויסצושרייבן וועלכע ישיבה עס רעדט זיך.

ווער זאגט ס'איז בכלל א ישיבה?

האסט געווארפן עראפלאנען אויף דיין ענגליש טיטשער? קוק די רעכטע זייט די לעצטע ווארט אונטען.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:21 pm#178921
סאשי פיש
א ווידיא פון צדוק גרינווואלד,
אב הרחמים,
וועגען די צווייטע וועלט מלחמה

בין איך דער איינציגסטער וואס עס גרידזשעט דאס קאמארשעלייזן די האלוקאסט אויף אזא אופן?
זונטאג יאנואר 26, 2014 6:52 pm#179375
#זמירות #קוויער האלט זיך פריש...
image.jpg
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:27 pm#179385
ברענגט מיר הרהורים. ביטע פארמעקן
מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:18 pm#179559
המזמרים מיט יואלי פאלקוויטש האלטען זיך פארנומען......
image.jpg
מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:20 pm#179560
די גאלדרינג ברודער שפילען!!
image.jpg