ב''ה
אזוי איז עס מיטן זומער, יאר איין יאר אויס..
ווי נאר עס שיינט אויף די זון אום ניסן, קוים וואס מ'קען מאכן א ברכה אויף די פרישע בליענדע ביימער, ווערט ספירה..
אט די מעלאדיע וואס איז געבליבן צווישן די צונג און ציינער, מיט די פסח'דיגע מצה, דאס מוז סטייען פארן תקופה פון זיבן וואכן, ביז שבועות.
דעמאלט טוישן מיר מעלאדיע, און פאר נאך אפאר וואכן קען מען כאפן א טענצל, אויף חתונות, אויף סתם סעודות מצוות..
נאר וואס עס קומט דער תמוז, די היצן געבן צו, צום שווערן מוהט, מ'ווערט ווי מ'זאגט פאר'תמוז'ט..
נישט קיין געזאנג, נישט קיין חדשות, מ'בעט מיט געוויין, ס'זאל נישט אויסגיין די יאר - חלילה די דריי וואכן מיט א היזק, ליידער וואס די טרויעריגע טעג זענען מסוגל אנצושרעקן אין איר היסטאריע.
קוים קוים מ'דערשלעפט זיך צום חודש אב, און מ'אטעמט שוין אפ!
די ערשטע טעג אין אב, זענען טאקע מער טרויעריגער, ס'פראוועט זיך די ניין טעג, אבער דאך, שוין נישט תמוז, כאטש נישט תמוז..
מ'ווייסט אז נאך די ניין טעג, קומט א דראסטישע טויש.
מ'וויינט זיך גוט אויס, נאך דריי וואכן שרעק, היצן, פאניק, און קלאג, קומען די זיבן וואכן נחמה.
דאס איז איינע פון די וואונדער מעלות פונעם יידישער פאלק, ווען מ'וויינט איז געוויינט, באלד דערויף בעט מען זיך שנעל איבער.. מ'בלייבט נישט מיטן אראפגעלאזטן נאז, מיר האפן און בעטן נאכאלץ, אבער מ'לאזט זיך טרייסטן.
יא, מיר נעמען אן מיט אמונה שלמה, די טרייסט ווערטער פונעם נביא השם.
- אה, די ווערטער פון די הפטורה, דאס טרייסט שטארק, מיט די זיסע חכמה רייד פונעם נביא בשם השם.
נחמו נחמו עמי.. יאמר אלוקיכם..
ווען מיר הערן די ווייטאג פונעם חורבן.. ותאמר ציון עזבני השם..אבער באלד לייענען מיר די דערמיטיגונגס רייד.
כי ניחם השם ציון, ניחם כל חרבותיה.. על הר גבוה עלי לך מבשרת ציון..
אנוכי אנוכי מנחמכם..
- דער אייבירשטער אליין טוהט טרייסטן, מיט אזויפיל רחמנות און מיטגעפיל, כאיש אשר אמו תנחמנו..
די שכינה הקדושה זאגט! קומי אורי כי בא אורך, ברגע קטון עזבתיך וברחמים גדולים אקצבך..
אני ה' בעיתה אחישנה..
ווי ווייכע אויל אויף אפענע וואונדן, אזוי טרייסטן און פארבאלזאמען די פסוקי תנחומין, דאס הארץ פון כלל ישראל.
וואס שוין אריבער טויזענטע יארן זי איז אין גלות, פארווארפן און פארטריבן, פון לאנד צו לאנד, פון גזירה צו גזירה, און פון איין האפענונג צום צווייטן, און נאכאלץ נישט דערטאפט דעם ריכטיגע לייכט'טורעם פונעם גאולה שלימה.
און דאס איז די כח פון כלל ישראל, וואס דער אייבירשטער האט איר געשאנקן מיט רחמנות, וויסנדיג ווילאנג עס וועט נאך נעמען ביזן תכלית הטוב, ביזן יום הגדול, יום שכולו ארוך וטוב.
- אז, ואף על פי שיתמהמה, אם כל זה אחכה לו..
טאקע נאכנישט געקומען צום תכלית, אבער דער ליבע גאט איז מיט אונז שטענדיג.
מיר זענען נישט אליינס אין מדבר.
און זענען נישט מיואש פון האפענונג, דער ליבע גאט האלט זיין רעכטע האנט איבער אונזערע אקסלן, און טראץ די ביטערע שרעק, פונעם גלות די לאנגע, די שווערע יאך פון גייסטישע און פיזישע פיין, שפירן מיר דאס גלעט פון דער ליבע טאטע אין הימל.
עמו אנוכי בצרה.
טאקע קינדערלעך איר ווייסט נישט ווילאנג, און וואס נאך עס וועט זיין.
אבער איך ווייס יא, און איך זאג אייך, אז ס'דא וואס צו ערווארטן, אויב ביז היינט זענט איר געבליבן דא, און איר זענט נישט פארווישט געווארן דורך קיין איינע פון די שרעקעדיגע מאנסטערס.
שה אחד בן שבעים זאבים, איין שעפעלע, צעזייעט צווישן גרויסמאכטן, שווארצע ווייסע, ווילדע סאלידע, איבערקלוגע און איבער ווילדע.
פון יעדן שטאנדפונקט האט מען שוין פראבירט דעם עם הנבחר צו צעקלאפן, אבער ניין! מיר זעמער דא!
פראסקעס און שטויסעס, ציפעס און דערנידערונג, שחיטות און הריגות, פאגראמען און גזירות אכזריות, און נצח ישראל לא ישקר.
גרויסע מדינות פלאצן און ווערן בטל, גרויסע אימפעריעס און מלוכות, דיאנאסטיעס און רעוועלוציעס, טוישן היסטאריע און טוישן מצבים.
אבער 'זאת התורה לא תהא מוחלפת', נישט די תורה און נישט דער יוד, נישט דער ליבע גאט און נישט זיין עם הנבחר - וועלן זיך פארטוישן חלילה, מיר זענען דא! מאז ולתמיד..
עם ישראל חי!!!
לעבעדיג, געלעבט, חי מיטן ריכטיגע טיישט פון לעבן, תורה געלעבט, געטליך געשטרעבט.
די זעלבע ביישנים רחמנים גומלי חסדים, מיט איין כוונה, געאיינציגט אינעם כל יכול, היה הווה ויהיה ב''ה.
ס'געווען יו''ט יא! ס'נעבעך געווען תשעה באב, יא יא..
אבער ס'קומט יו''ט יא! ס'קומט נאכאמאל יו''ט יא!!!
דור הולך ודור בא, א יאר קומט א יאר גייט, און מיר זענען דא - אומ'בייגזאם, מיר ווערן נישט בטל.
ווייל, אחת נשבעתי בקדשי אם לדוד אכזב..
..זרעו לעולם יהיה וכסאו כשמש נגדי.
אט די טראדיציאנאלע יודעלע, מיט זיין פשוטע אמונה און דביקות אין חכמי הדור, אט די רעטונגס שיפעלע, רידערט די וועלט יעדע צייט.
און אט זי איז די קיום פונעם וועלט באשטיי!
נישט קיין חכמים און קיין קשיות פרעגער, נישט קיין מתחדשים און קיין מצבים מאכער, ניין!
נאר ועבדי דויד מלך לעולם, פרעג נישט ווי זיין מלוכה איז, פרעג נישט וואס זיין כח איז, פרעג נישט וואס זיין פארזיכערונג איז.
דער זעלבע אמונה, די זעלבע קיום, די זעלבע עתיד, מיר זעמער געבליבן דא, און מיר בלייבן דא פארן לעכטיגן עתיד.
ושבו בנים לגבולם.