זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:32 am#140386
מזל טוב! 4000 לייק'ס!
מזל טוב פאר שמעקעדיג פאר די 4000 לייקס. (דזשעלעס)שמעקעדיגיישר כח וברוכים תהיו יעדער איינער ובראשם זר זהב.
זר זהב ולב זהב, מיט דיין גאלדן הארץ האסטו שוין געשאנקען מער לייקס ווי מיר, און דאס איז וואס קאונט.
באקמענע לייקס קען איך נישט איינקעשן, געגעבענע לייקס פארדינט מען גן עדן. (דזשעלעס)
שמעקעדיג@יאיר האט געמאכט א שמחה א וויילע צוריק, ער האט געבוירן 4000 לייקס, אבער קיינער פון אונז האט זיך נישט משתתף געווען...
קיין טענות קען ער נישט האבן, ווייל ער האט אונז נישט געלאדענט; אבער מריחוק מקום ומקירוב הלב, שרייעט זיך ארויס פון הארצן, אשרי עין ראתה, וואויל איז די אויגן וואס האבן געזעהן די אויגן וואס ליינען יאיר'ס שיינע טיפזיניגע שכל הישר'דיגע תגובות, און כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט אלע זיינע שיטות און השקפות וועלכע איז צומאל אקעגן מיין חינוך, און אויך קעגן זיין חינוך... פארט איז א געשמאק צו ליינען זיינע מיינונגען וועלכע קומט ארויס מיט געמיטליכקייט און א שפריץ מיט הומאר, ודברי חכמים בנחת ישמעון.
מזל טוב מזל טוב, כן ירבו.......
אפטעמיסטאינטערעסאנט אז די אויבער חכמים וואס זענען העווי אויף ב"ק, ווען ס'קומט אבער צו לייקס מאכן זיי יעדע פאר חדשים נאך א שמחה.
כוכבאלא פריקן יואב אכבאר!
כוכבליינט די וואונדערליכע פאעזיע פון @יואב
כוכביעדער איז מסכים אז ממעג און מ'זאל אמאל ארויפברענגען אן אלטע שמייכל אשכול פון יואב.
כוכבדעם בארימטן פאעט @יואב, פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס.
כוכב
מומע יענטל גרייט שוין די גרויסע טעפ, ר' מאטל האט שוין אוועקגעלייגט א פיינע קרים מאלאגא, ר' משה יענקל האט שוין געלייגט אן אויג אויפ'ן אויבן אן, א בענקל נעבן די קרעימעש קעיק, אלעס גרייט זיך צום גרויסן שמחה ביים בדחנא דמלכא, חכימא דיהודאי, אב בחכמה ורך בשנים, משמח אלוקים ואנשים, עט סופר מהיר במלאכתו, מרן
@יואב
צום דערגרייכונג פון 3000 לייקס (בערךנאך א תגובה א האלב) כן ירבו.
יואב איז די קעניג פון לייקס, קעווין אלערי וואלט זיך מחי' געווען מיט אזעלכע מארזשינס, שטייענדיג אונטער 1000 תגובות, נומערן וואס מ'האט שוין נישט געזען זינט די קופערניקעס עפאכע.
יואב פארפאסט נישט א געלעגנהייט פון ארויפברענגען אויף אונזערע לעפצן א שמייכל, אבער בד בבד זענען זיינע תגובות מלא מדע וחכמה ושכל הישר פון וואס אלע זענען אזויפיל נהנה.
גלייכצייטיג בעטן מיר דעם שר צבא ה', פליז גיי נישט או. טי. די., די ראדני שאלעשסידעס בילקע איז טאקע נישט אזוי צום הארצן, אבער מיר פארגינען דיר נישט פאר יאשקע.