Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?

קאווע שטיבל • פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 189 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4488
זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:29 pm#140574
פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?
עס הערשט לעצטנס א מגיפה אין דעם הינזיכט אין אונזער מחנה. לויט איין מקור, איז די לעצטע וואך געווען איבער 20 סעפעראציעס ביים היימישן עולם. א זאך וואס האט נישט אירס גלייכן אין אונזער גלאררייכע היסטאריע. עפעס מוז זיין נישט-ריכטיג ביי אונז אז אזוינס פאסירט, און כדי צו קענען פארריכטן און פארמיידן דעם פראבלעם אינעם צוקונפט, דארף מען קודם דורש זיין בשל מי הרעה הזאת, וואס איז ראנג מיט אונז.

צווישן די שפאלטן פון אונזער שטיבל האט מען שוין כמה פעמים בארירט דעם נושא, אבער קיינמאל נישט מיט קיין קלארקייט. צי איז עס ווייל היינט זענען מיר אומגעדולדיג, עס איז נישט פאראן קיין סבלנות, די פרויען זענען מער געפיעטשעט ווי אמאל (ע"פ רוב זענען זיי די וועלכע אנטלויפן, וטעמא בעי, ראה להלן), מענער האבן נישט די אמאליגע קאמיטמענט אז איך האב חתונה געהאט און איך בין דא פאר מיין ווייב 24/7, נאכדעם זענען פאראן רוחניות אישוס, מענער זענען ע"פ רוב אינטערגעציפטע אויפגעקלערטע חברה, בשעת די מיידלעך זענען פיל מער תמימות'דיג און פארנעמען נישט די מהלכים און אדער קאלטקייט פון די מענער.

אלענפאלס, איז עס ממש א קריזיס, און אפגערעדט פון די אונאנגענעמע פינאנציעלע חלק דערפון, אז מען צאלט אויס צענדליגער אלפים פאר א חתונה בלויז אויף זיך צו קענען שפעטער גט'ן, איז עס בעצם א חורבן (הגם אסאך מאל איז עס א ישועה).

דער חורבן איז ביי אונז שייך נאך מער ווי ביי אנדערע, צוליב די עקלהאפטיגע "סטיגמא" וואס ווערט ארויפגעלעיבלט אויף א משפחה וואס האט א גרוש אדער גרושה, מען האט מורא זיך משדך צו זיין מיט זיי, און מען ווערט לשיחה בפי הבריות לבושה ולחרפה, די משוגע'נע מענטשן פארשטייען נישט אז עס קען זיך מאכן ביי די שענסטע, און בכלל פרובירט מען "אויסצוגעפינען" וואס איז פארגעגאנגען דארט? און ווען מען הערט א האלבע מעשה פון איין זייט מיינט מען שוין אז "מען האט ארויס די זאך" און מען האלט זיך שוין פאר דער וועלטס חכם, און מיט רחמנות "באנעבעכט" מען יענעם...

אבער לאמיר לאזן מענטשן און געלט - און אפילו דעם מזבח - אין א זייט פאר א וויילע. די עצם גט'ן איז זייער נישט בא'טעמ'ט פאר די פארפאלק אליינס, און דאס דארף בלייבן נאר אלס א לעצטע אויסוועג. טעראפיסטן שווימען לעצטנס ארויף ווי שוואמען נאכן רעגן, און עכ"ז קען מען נישט גענוג ארויסהעלפן די צובראכענע משפחות, און ליידער די בתי-דינים לעניני גיטין מאכן אסאך געלט און זענען אווער-בוקד.

צו דעם קומט נאך צו דעם פראבלעם, ווען אסאך מאל מיינט די קאפעל אז די איינציגסטע אויסוועג ארויס איז א גט, און נאכדעם וועט מען שוין טרעפן א צווייטע, א בעסערס, בשעת ליידער שטייען גרושים און גרושות הילפלאז, און ס'איז דאפעלט קריעת ים סוף ווי א ערשטע שידוך, צוליב פארשטענדליכע סיבות, ס'איז זייער שווער צו פיקן "דאס ריכטיגע" ביי דעם פונקט אין לעבן. ואשר על כן דרייען זיך הונדערטער און טויזענטער גרושים/וגרושות אין די גאסן, און דער מצב ווערט גארנישט בעסער.

ס'איז קלאר ווי דער טאג אז פארמיידן די אלע מצבים איז דער ריכטיגער אויסוועג. א אונץ פון פרעווענשאן איז גרינגער און טוט מער אויף. דאס טוט אינקלודען צו אטאקירן אלע שוואכקייטן וואס מיר האבן היינט צו טאג, ווי צב"ש עלטערן זאלן מער זוכן פאסיגע שידוכים פארן קינד ווי איידער קוקן אויפן שיינעם נאמען; חתן/כלה מדריכים זאלן בעסער צוגרייטן - און אפילו באגלייטן שפעטער - זייערע תלמידים/ות; פרויען זאלן נישט זיין אזוי סענסיטיוו און עקספעקטן אז מענער זענען נישט אזוי פרום און תמימות'דיג ווי זיי קוקן אויס פון אינדרויסן, און זיי זאלן נישט מאכן קיין אישו פון קיין טישו; און בכלל זאלן די פרויען /מיידלעך נישט אויפוואקסן זיך באדנדיג אין שוואוילטאג; ומצד שני מענער זאלן זיך מער קאמיטן מיט געטריישאפט פאר די פרויען אז זיי זאלן זעהן אז זיי זארגן זיך באמת פאר זייערע ווייבער'ס וואוילזיין, ס'זאל זיין פאר די ווייבלעך באקוועם דער טשעינדזש פון א געטרייע טאטע-מאמע ביז א פרעמדער מאן; מען זאל מער לערנען איבער סבלנות, אז סוף כל סוף וועלן זאכן פאלן אין פלאץ (ווי ביי רוב מערידזשעס), און מען זאל נישט מיינען אז מיטן לויפן צו א צווייטע זיווג דארט ליגט דער גליק; א.א.וו.

איך ווייס אז עס איז גרינגער געזאגט ווי געטון. מיר קענען אנהייבן ביי אונזערע אייגענע קינדער, און זיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף די חתן מדריכים אדער כלה טיטשערס. ויפה שעה אחת קודם. מען מוז זיך אויפוועקן באצייטענס, ווייל מיר קענען ח"ו אלע ליידן צום סוף.

אויך מוזן מיר ענדיגן אריינקריכן אין יענעמ'ס קישקעס. ס'איז נישט תורה'דיג, נישט מענטשליך, און בכלל נישט דיינע געשעפטן. מיינד יואר אוהן ביזנעס. און אויך זאלסטו וויסן, אז וויפיל דו וועסט הערן און מיינען אז דו פארשטייסט, קען מען נישט אריינקריכן אין תוך תוכיות צו פארשטיין באמת וואס איז פארגעגאנגען צווישן די פארפאלק, ס'איז פשוט נישט מעגליך, נישט אלעס קען מען אויסשמועסן און נישט אלעס וואס מען זאגט איז אזוי פשוט, געווענליך ליגט טיפערס אונטער די ווערטער. בפרט אז דו הערסט נאר איין צד. וויפיל גיטין האב איך שוין געהערט די מיאוס'טע לשון הרע'ס אויפן אנדערן צד, און ווען כ'האב געטראפן איינעם מצד השני האב איך געהערט די מעשה פונקט קאפויער, ממש נישט צו גלייבן. ממילא אז דו הערסט איינער וואס האט זיך גע'גט, טאר דער ווארט "פארוואס" נישט אריינקומען אינעם שמועס. נאר זאגן: איך וואונטש אים/איר דאס בעסטע, מיט הצלחה אויף זיין דזשורני, און פארטיג!

אויב האט איר נאך סיבות פארוואס דאס פאסירט, אדער נאך עצות צו פארמיידן די אנשיקעניש, לאמיר הערן פון אייך אלע צדדים, ותשועה ברוב יועץ. כולי האי ואולי וועלן מיר ארויסקריכן פון די סעפעראציע סומאטוכע.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:56 pm#140580
לאמיר דיר פרעגן עטליכע אמת'ע אויפריכטיגע פראגע'ס,

1} וועלכע תקופה הייסט ביי דיר אמאל? ד. ה. ווי און ווען האסטע געהאט אזא ענליכע סעטיניג ביי כלל ישראל אז זאלסט קענענן צוגלעכען דאס היינט צו אמאל?

2} ווער זאגט אז גיטין איז היינט - פעצענטאול - מער ווי אמאל?

3} ווער זאגט אז גיטין איז א פראבלעם און מען דארף ארבייטען עס זאל נישט געשען? אפשר איז נאר די פועל יוצא די פראבלעם..? דאס הייסט לעולם איז גיטין א נערמאלע זאך און עס איז פון די טבע הבריאה אז אויב צוויי מענטשן פארשטייען זיך נישט און עס קליקט נישט דארף מען זיך געט'ען - ביי גוים און יודען צוגלייך - {אגב, אויף קיין שום יוד געווינטשען} מיר האבן נאר א פראבלעם אז מען האט עס געמאכט פאר אזא שאנדפולע זאך דערפאר איז עס אזא פראבלעם, לאמיר עס מאכן פאר די נארעום און עס אנקיקען פאר אזאך פון די טבע אוטעמאטיש וועט עס גרינגער ווערן.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:57 pm#140581
פארוואס געשעהט אזויפיל מאל אז איינער קויפט א געוויסע קאר און נאך א יאר צוויי זעהט ער עס איז נישט קיין גוטע קאר ער פארקויפט עס און זוכט א נייע?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:15 pm#140585
טייערער בדחן, איך ווער שוין מיד פון דיינע תירוצים, וועלכע זענען געווענליך - ווי א עכטער איד - נישט מער ווי (אירעלעווענט, כלשונך) פירכות און נייע קשיות אפצואווענדן וואס יעדער זאגט.
אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, איז נישט. איך האב אלעס קלאר באשריבן, אלע תשובות אויף דיינע פירכות איז שיין מבואר אין מיינע ווערטער.

בקיצור נמרץ - כאטש עס איז נישט וויכטיג לענינינו - איך רעד פון אידן אין אמעריקע פון די צווייטע וועלט מלחמה ביז לעצטנס ממש, און צו דעם "אמאל" טוה איך עס קאמפערן.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:18 pm#140586
*** אויסגעמעקט די תגובה, נאכען זען אז די אשכול איז מער נישט מאחורי ***
זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:20 pm#140587
בדחן האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן עטליכע אמת'ע אויפריכטיגע פראגע'ס,
ווער זאגט אז גיטין איז א פראבלעם און מען דארף ארבייטען עס זאל נישט געשען?
די גמרא זאגט אז מזבח מוריד עליו דמעות, דאס דארף דיר זיין גענוג.
אפשר איז נאר די פועל יוצא די פראבלעם..?
איך פארשטיי נישט.
דאס הייסט לעולם איז גיטין א נערמאלע זאך און עס איז פון די טבע הבריאה אז אויב צוויי מענטשן פארשטייען זיך נישט און עס קליקט נישט דארף מען זיך גט'ען - ביי גוים און יודען צוגלייך - {אגב, אויף קיין שום יוד געווינטשען}
ס'איז א נארמאלע זאך, און תוך כדי דיבור וואונטשטו עס נישט פאר קיין איין איד? אתמהה.
מיר האבן נאר א פראבלעם אז מען האט עס געמאכט פאר אזא שאנדפולע זאך דערפאר איז עס אזא פראבלעם,
דאס איז נאר איינע פון די פראבלעמען, כמבואר לעיל.
לאמיר עס מאכן פאר די נארעום און עס אנקיקען פאר אזאך פון די טבע אוטעמאטיש וועט עס גרינגער ווערן
מיינסט עס ערענסט? געוואלד, ביזט זיך סותר מיניה וביה, כ'בין ספיעטשלעס.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:24 pm#140590
תגובות אין א אשכול וואס איז מאחורי ווערט געשריבען אנדערש ווי מען שרייבט עפענטליך, אויסגעמקט די תגובה וויבאלד מען האט געריקט די אשכול, עס איז נישט קיין יושר ארויסצוריקען קיין אשכולות פון מאחורי.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:27 pm#140591
בדחן לעבן ,ביסט זייער אין א פייטינג מווד ,איז דא א רעד לייט ביי דיר אין בעדרום?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:35 pm#140594
תגובות אין א אשכול וואס איז מאחורי ווערט געשריבען אנדערש ווי מען שרייבט עפענטליך, אויסגעמקט די תגובה וויבאלד מען האט געריקט די אשכול, עס איז נישט קיין יושר ארויסצוריקען קיין אשכולות פון מאחורי.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:47 pm#140598
א דאנק פאר מר. סאנדל וואס האט שוין קלארער געמאכט די מייק, בדחן קומט שוין אריין קלארער ב"ה ;)

יעצט, מען דארף נישט צופיל הסברים, עס איז פשוט פאר יעדן בר דעת אז א גט איז נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך, ס'איז נשט קיין מהלך, און דאס איז נאר א לעצטער בדיעבד'דיגער וועג ארויס, לכתחילה דארף מען אננעמען אלע מיטלען אז 1) עס זאל זיין א פארשטאנדיגע פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן בשלום עז מאטש עז פאסיבל, 2) אז אויב פאסירט יא עפעס א באמפ אויפן ראוד, זאל מען עס הענדלען מיט חכמה אז דער וואגן זאל ווייטער קענען פארן בשלום ובשלוה, און אויב דאס אלעס איז נאך אלץ אן ערפאלג, נאר דאן דארף מען מאכן א גט אויף א בשלומ'דיגע אופן און עס זאל זיין נארמאל פאר אנדערע מענטשן, מען זאל נישט לייגן קיין סטיגמא אויף זיי.

דו רעדסט פון דעם לעצטן חלק אז א גט קען אמאל זיין הילפבאר און עס זאל ווערן די נארם, איך הער, בלית ברירה ביסטו גערעכט, אבער איך רעד פון דעם אונץ אויף פרעווענשאן, ווייל אפילו אויב די גאס וועט עס אננעמען ווי א נארמאלע געשעעניש, איז עס נאך אלץ זייער ווייטאגליך פאר די פארפאלק, פאר די עלטערן, בפרט ובפרט אויב איז שוין דא קינדער, און די געלטער וואס גייט לטמיון איז אויך נישט קיין קינדער שפיל, און די יארן פון ווארטן אויף א צווייטע באשערטע איז אויך נישט קיין דזשאוק, און כו"ע מודי אז דאס איז א געפערליכע מצב ברוחניות ובגשמיות, און ליידער פילע ניקס ביי אונז קענען דאס באשטעטיגן ערשטהאנטיג מיט הארץ ווייטאג. ממילא אז גאט האט אונז געשאנקען חכמה, דארף מען זיך לערנען פון די מיסטעיקס און אנאליזירן פארוואס פאסירט דאס, און זעהן וואס קען מען טון אויף להבא אז דער מצב זאל זיך פארבעסערן.

איך האב שוין געשריבן את אשר נראה לענ"ד, לויט מיינע אויגעלעך זענען די פאר ענינים הנ"ל א שורש פארן פראבלעם, און איך וויל אויסשמועסן און הערן וואס נאך מען קען טון צו פארמיידן ווייטערדיגע גיטין, אויף דאס ווייניגסטע מעגליך. פארשטייסט?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:35 pm#140605
מר. שמעקעדיג.

אפשר איז די סיבה טאקע אינטערנעט? אפשר זענען די רבנים גערעכט?

איז דא א סעקשאן ׳סיבה׳ אויף די גט אפליקעשאן?

אויב נישט אפשר זאל מען צולייגן אין מאכן ריסערטש וואס צו פארעכטן.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:39 pm#140607
גנדי, עס האט זיכער עפעס אמת אין זיך, אבער טאמער איז דאס (אפילו נאר א חלק פון) דער פראבלעם דארף מען נעמען שריט דערצו ASAP ווייל דער מצב גייט נאר ערגער ווערן, טראץ דעם משומר פילטער און טראץ דעם וואס טויזענטער אידן ווילן ממש נאר לטהרנו ולקדשינו.
למעשה מיין איך אז ס'איז נאר א חלק פון פראבלעם, און אויב מיינע עצות אויבן וועלן אויסגעפירט ווערן בשלימות, וועט זיכער ווערן א פארבעסערונג אין דעם הינזיכט.
אבער לו יהא כדבריך אז דער אינטערנעט איז דער פראבלעם, וואס קענען מיר טון דערצו? וואס ווילסטו טון אז דו און דיינע קינדער זאלן נישט אריינפאלן אין דעם שרעקעדיגן פראבלעם, אין די אומאיינגענעמע דורכגאנג?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:48 pm#140610
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס געשעהט אזויפיל מאל אז איינער קויפט א געוויסע קאר און נאך א יאר צוויי זעהט ער עס איז נישט קיין גוטע קאר ער פארקויפט עס און זוכט א נייע?

אבאמא האט געמאכט א געזעץ אז קאר'ן און מיני ווענס טארן נישט האבן קינדער. דערפאר זעהט מען אז מענטשן זענען זייער גלייכגילטיג מיט אוועקווארפן אדער פארקויפן א קאר אויב ס'געפעלט אים עפעס נישט.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:51 pm#140613
איינער האט געשריבן ערגעץ אז "די ארויפגעצוויגענע לבוש אויך א ריזיגע טייל פון די היינטיגע יונגעלייט האט א שייכות מיט די גיטין,
דאס הייסט מענער וואס זייערע ווייבער גייען מיט העטע'ס וואלטען געוואלט אינגאנצן אפן, טייל מענער די וואס די ווייב גייט נאר מיט א פראנט וואלטען געוואלט א פולע שייטעל, שפיצליך וואלוען געוואלט א שייטעל, אא"וו."


לענ"ד הייב איך נישט אן משיג צו זיין דעם קאנצעפט אז א ווייב מיט א שפיצל צו מיט א צוגעדעקט שייטל, איז נישט אזוי בא'טעמ'ט ווי א ווייב מיט א שיינע אפענע בלאנדע שייטל?
איך דערמאן מיך א ווערטל ווען ס'איז געווען די פרשה פון די אינדיאנע שייטלען, און ס'געווען רבנים וואס האבן געהאט אז ס'איז אסור בהנאה וועגן תקרובת עבודה זרה, האט מיר דאן א אינגערמאן געזאגט, איך האב נישט הנאה פון די עבודה זרה, ווען איך האב הנאה פון מיין ווייב גייט זי מיט א טורבאן....
לענינינו, דער באשעפער האט באשאפן א פרוי מיט א נאטורליכע שיינקייט (אוודאי איז די ארגינעלע האר א חלק פון די שיינקייט, אבער אין דעם גיי איך יעצט נישט אריינגיין), און ס'קען זיין א פרוי מיט א שפיצל אומגעדריוולט מיט שווארצע זאקן וואס זאל זיין תאוה היא לעינים, און ווידער א פרוי מיט א אפענע לאנגע שייטל און דורכזיכטיגע שטרימפ און ס'זאל ברעכן פון איר, פשוט א פארזעעניש
דאס איז בנוגע ווען מ'רעדט פון לבוש, אפגערעדט פון דעם אז אויב דער שייטל ציט דיך יא אזוי, מעגסטו לכתחלה עס האבן אינדערהיים, און אפילו דיין ווייב גייט אויפן גאס מיט א שפיצל קענסטו איר בעטן אינדערהיים זי זאל עס אנטון, און די אלע איסורים אויף פאה נכרית גייט נישט אן אויף אינדערהיים בד' אמות שלה.

אבער לפי האמת, די אלע גיטין האט "זיכער" נישט מיט דעם, ווייל ווער ס'גט זיך משום לבוש, דארף א גרויסע דאקטאר, די גיטין בדרך כלל האט צוויי סיבות

1) מען האט נישט גענומען פארן בחור/מיידל זיינס גלייכן, מען האט זיך נאר משדך געווען מחותן א' מיט מחותן ב', די מחותנים מעטשן, איי די בחור מיידל נישט, הו קעירס, די עיקר ס'איז א באמבע שידוך.
2) ס'איז היינט מער א געספויעלטע וועלט, און מען איז ווייניגער אימיונט צו פארנעמען שוועריקייטן, און ממילא יעדע באמפ וואס מאכט זיך גייט מען צוריק אהיים, דאס חתונה האבן קוקט אים אויס ווי א חברותא וואס ער האט גענומען אין כולל אדער זי אין סקול, און ס'האט עפעס נישט נושא חן געווען בעיניו אדער מצא אחרת נאה הימנו, און מ'גייט אהיים.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:54 pm#140614
זר זהב
איך מיין נישט צוצוגלייכען די לייכטקייט אדער שוועריקייט פון טוישען א קאר ביז טוישען א בן זוג. נאר ארויססרענגען די נקודה אז די שאלה הייבט זיך נישט אן. א שידוך איז א געוויסע מעטש און נישט אלעמאל מעטשט עס, און עס איז נישטא קיין foolproof וועג צו וויסען פון פארויס וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטען. פונקט ווי א קאר. איז ברגע וואס מ'איז נישט קיין קאטולישער וואס האלט אז א חתונה מוז זיין איין מאל פאר אלעמאל, איז מסתבר אז א געוויסע פראצענט וועט זיך גט'ן. אדרבה, מען קען פרעגן א פארקערטע שאלה, וויפיל איז די הסתברות אז אלע מענטשען זאלן זיך אן עצה געבן מיט זייערע זיווגים? עס איז א סברא פשוטה אז נישט אלע.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:57 pm#140616
ביזט גערעכט מיט דעם, אבער זיין שאלה איז פארוואס "לעצטענס איז דע מער גיטין מער ווי אמאל" איז א שאלה וואס הייבט זיך יא אן. ניין? פארוואס האבן די שידוכים אמאל געמעטשט מער ווי היינט? עפעס ליגט דא פארשטעקט
זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:57 pm#140617
איך האף אז מען טוישט די סיסטעם אז קינדער טרעפן זיך אליין שידוכים. און מאכן די החלטה אליין. און די עלטערן און די זייט זענען נאר דא צו געבן חיזוק און עצות.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:57 pm#140629
פארוואס, פרעגסטו. איז אזוי, עס ווענדט זיך, אויב איז דער מאן איז דער וואס לאזט איבער די פרוי איז עס בדרך כלל ווייל זי לויפט צו איר מאמע און וויינט ווי א בעבי א גאנצע טאג, אדער ווייל זי איז טויט משוגע און איז אויף פילן, ווידעראום אויב איז עס די פרוי וואס לאזט איבער די מאן איז עס ברדך כלל ווייל ער גרייט נישט אן קיין נעגל וואסער, און בענטש אן א היט, שגץ וואס ער איז.
למען האמת דער עולם טריפעלט זיך ממילא טריפעלט זיך די גיטין געב עס צוויי דריי דורות אין עס וועט זיין אזויפיל גיטין א וואך אז מען וועט מאכן גאנצטע ביזנעסער פון גיטין אליינס, סופרים, רבנים, עדים, מגרשים, מגרשות, באגלייטער, כיבודים און וואס נישט, לוח יומית וועט האבן א ספעציאלע אפטיילונג ווער אלס האט זיך ג'גט היינט, און אין יעדע געז סטעישן וועט זיין עוועיליבעל גיטין טא גא.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:14 pm#140636
די חלק הביזנעס איז שוין דא.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:24 pm#140639
אמת, איך האב א קרוב וואס גייט אריבער א גט יעצט, זאגט ער מיר אז עס קוקט אויס גענוי ווי א דין תורה, קודם לויפט מען כאפן א טוען גטני (תורני) מען לייגט אראפ צען טויזנט דאללער קעש אז ער זאל דיר גיידען דורך אויס דעם גט. יעצט פונקט ווי ביי טוענים, איז אויך דא דא געלונגענע וואס יעדע צד פרובירט צו כאפן קודם, פארציילט ער מיר אז ער האט געצאלט צען טויזנט טבלין ותקילין פאר איינעם, נאך א פאר וואכן האט יענער אנגעפאנגען מאכן קינצן; ער האט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאון, ביז ער איז געוואור געווארן אז דער יעניגער האט פשוט באקומען צוואנציג טויזענט פונעם אנדערן צד.
ווען איך ווייס ווען סארא גאלד גרוב דאס איז, גיי איך ווען אריין אין דיעם ליין.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:31 pm#140640
וואלסט געווען גוט דערפאר מיט דיינע זיסע מליצות עסטו פלארן עני בי"ד ,אבער ביסט צו א גראדע מעכל פאר די פאוני ביזנעס.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:30 pm#140804
בנימין: חוץ שמואל פריעד איז נישט באקאנט נאך איינער אין די אינדאסטרי זאל אזוי טאן אויב יא ביטע זיי דא מפרסם
כמיין אמאל האט אויך אסאך מערידזשעס געפעלט, נאר היינט האט דער עולם די שכל און די שטארקייט צו טון צום זאך אז מזעהט אז סאיז נישט קייין מעטש און צוליב דעם פילט מען נישט באקוועם מיט די מערידזש, לאט מען עס לויפען.
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:44 am#140851
די ענין פונעם שלאף ציממער איז נישט אויפגעברענגט געווארן. איי געס ס'איז אסור מלפני הפרגוד, אבער ס'איז זייער צענטראל צו דעם שמועס. שוין איך וועל נישט מארין זיין...
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:13 am#140884
BOTTOM LINE!
......Its a Digital Easy world the not educated HOW to handle suffering, challenging, accepting
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:48 am#140913
שרייבער האט געשריבן:2) ס'איז היינט מער א געספויעלטע וועלט, און מען איז ווייניגער אימיונט צו פארנעמען שוועריקייטן, און ממילא יעדע באמפ וואס מאכט זיך גייט מען צוריק אהיים, דאס חתונה האבן קוקט אים אויס ווי א חברותא וואס ער האט גענומען אין כולל אדער זי אין סקול, און ס'האט עפעס נישט נושא חן געווען בעיניו אדער מצא אחרת נאה הימנו, און מ'גייט אהיים.

כ'מיין דא ליגט די הינט באגראבען, אמאהל האט מען חתונה געהאט און אזוי געלעבט צו ס'איז גוט אדער נישט, צו ס'איז שווער אדער נישט, און היינט אז מ'זעהט אז מ'מוטשעט זיך צוגייט מען זיך און מ'הייבט אהן פון פריש, וואס דאס איז צומאהל א גוטע זאך, די שאלה מיט וויפל ווייטאג און וויפיל לעבעדיגע יתומים נעבעך,ה"י..
מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:30 pm#182662
אין בן יהוידע דארט אין סנהדרין איז ער מסביר אז די מעלה פון אשת נעורים איז אז זי קען זיך אויס מיט זיינע תאוות און זי ווייסט וויאזוי עס ממלא צו זיין, משא"כ א נייע ווייב נעמט לאנג צו איינטרעינען
מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:54 pm#182672
גרוש האט געשריבן:אשתו ראשונה מיינט א ווייב וועם מ'האט ליב געהאט אדער געלעבט נארמאל
לאפוקי די אלע וואס ביי זיי איז עס נאר א דורך גאנג אנצוקומען צום ריכטיגן,

דאן וואלטן חז״ל געדארפט זאגן ״אשתו ראשונה וזהו אם הוא אהב אותה אינו משכחת לעולם״.
מאנטאג פעברואר 10, 2014 3:26 pm#182682
אזוי אויך וואלט געדארפט שטיין "אשתו ראשונה והוא אם היא בחיים, ויש לה מוח בקדקדה, וראשונה בגילגול זה ולא בגילגול אחר..." וואס נאך וואלטן זיי געדארפט שרייבן?
מאנטאג פעברואר 10, 2014 3:46 pm#182688
געפילטע פיש האט געשריבן:אזוי אויך וואלט געדארפט שטיין "אשתו ראשונה והוא אם היא בחיים, ויש לה מוח בקדקדה, וראשונה בגילגול זה ולא בגילגול אחר..." וואס נאך וואלטן זיי געדארפט שרייבן?

יישר כח פארן מיך צוהעלפן. את זאת התכוונתי.
מאנטאג פעברואר 10, 2014 4:19 pm#182696
נישט אלעס ש/טייט ארויס אין גמרא,
אויף דעם זענען געווען די ראשונים ואחרונים
און געזאגט וואס די גמרא מיינט
און עס איז א מילתא דמסתבר,
די אלע וואס גט'ן זיך גלייך נאך די חתונה אדער אפילו נאך א קינד צוויי, און האבן חתונה נאכאמאל, ווילן נישט הערן און געדענקן, פון די ערשטע
איך געד'ענק שוין יעצט נישט מיין ערשטע, זי קומט ניטאמאל ארויף אין מיין געדאנק, חוץ ווען איינער פרעגט מיר,
כ'האב געוואוינט מיט איר סך הכל 5 חדשים,
און עס איז שוין מער ווי 6 יאר, פון ווען כ'האב איר די לעצטע מאל געזעהן,
יעצט שרייב איך פון איר עס צו ברענגען פאר א משל,
מאנטאג פעברואר 10, 2014 4:33 pm#182700
טאקע וויבאלד מענטשן ״ווילן דאס נישט געדענקן״ זאגן חז״ל אינו משכחת, און דאס איז טאקע די ריבותא. ווייל אויב דו ווילסט עס יא געדענקן האבן זיי גארנישט מחדש געווען. און ברענג נישט א ראיה פון דיר, ווייל קיינער נישט אזויווי דיר ווייסן וואס טוט זיך במצפוני לבך.

אזוי צו אזוי וואונטש איך דיר הצלחה בכל אשר תלך. דורות ישרים ומבורכים, מיט א געבענטשטע שטוב.
מאנטאג פעברואר 10, 2014 4:42 pm#182702
און איך זאג דיר אז מיין רבי אין כיתה א' געדענק איך בעסער,
איך בין איבערצייגט אז חז"ל רעדן נישט פון דעם,
זיי רעדן פון אזא איד ווי ר' לייבוש וויינפעלד, ר' אשר אנשיל גאנדעל, ר' ישכר בער הירש, ר' יצחק דוד לאנדא, ר' מענדל בער ווידער, ר' יעקב אהרן לעווי, ועוד
ביי זיי איז אשתו ראשונה אינו משכחת לעולם
מאנטאג פעברואר 10, 2014 4:44 pm#182703
אויף דעם האב איך דיר שוין גע׳ענטפערט אז חז״ל האבן נישט געמאכט קיין אפוקי און קיין גדרים. און אז עס מאכט דיר בעסער שפירן דאמאלטס טראכט אזוי. אבער עס האט גארנישט מיט די מציאות.
מאנטאג פעברואר 10, 2014 4:55 pm#182707
איך זעה דאך אבער שווארץ אויף ווייס אז די מציאות איז אנדערש,
איך זעה גענוג וואס האלטן ביים צווייטן ווייב, וואס געדענקן נישט פון די ערשטע וויייב גארנישט,
און איך זעה גענוג מיטן צווייטן ווייב (אזעלכע וואס האבן פארלוירן די ווייבער באמצע ימיהם און חתונה געהאט נאכאמאל)
וואס זייער ערשטע ווייב גייט זיי נישט ארויס פון קאפ
מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:05 pm#182746
די חילוק פון א גרוש\גרושה אין אלמן\אלמנה איז, דער גער דרוש\גרושה וועט אלס זיין צופרידען פונעם צוויטן ווייל נישט קיין חילוק וואס איז ער אלס בעסער ווי די ערשטע
דער אלמן\אלמנה וועט האלטן אין איין טראכטן וואס האט דער ערשטער געטוהן\אויפגעפירט

איך האב געהערט פון מיין ידיד וואס איז ליידער דורך שבעה מדורה גיהנום (די דריטע וועלט קריג)

א מעשה וואס האט זיך אפגעשפיעלט נאך די צוויטע וועלט קריג ל"ע

ר' חיים הערש יאקאבאוויטש ז"ל האט חתונה געהאט נאכאמאל נאכן קריג דעם ערשטען שבת אינמיטן שלום עליכם נעמט זי זיך וויינען מיט ביטערע טרערן אזש ביזן זעך שטיקן ל"ע
ר' חיים הערש ווערט דערשראקן און ער טרייט איר צו בארואיגען וואס איז געשעהן נעמט זי זיך ווייטער כליפענען מיין ערשטע מאן פלעגט אראפ לייגן א שלום עליכם אז אפילו די מלאכים האבן מיטגעזינגען, ער האט איר נישט וואס צו ענטפערן בלייבט ער שטיל זינגט זיך ווייטער ביני לביני בארואיגט זי זיך אין ער מאכט קידוש ביז.... די פיש ווערט געסערווט ר' חיים הערש נעמט זיך וויינען בכיות עצומות........ וואס גייט פאר חיים הערש פרעגט זי מיט שרעק ??
רופט ער זיך אן צווישן איין כליפע אין צווייטן מיין ערשטע פלעגט מאכן אזא פיש אז אפילו די מלאכים האבן עס אויסגעווארט........

מער האט ער נישט געהערט פון איר ערשטע.....
דאס איז די חילוק..
מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:07 pm#182748
מודה אני יהא בואך לברכה
מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:38 pm#182769
איש אשכולות האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אזוי אויך וואלט געדארפט שטיין "אשתו ראשונה והוא אם היא בחיים, ויש לה מוח בקדקדה, וראשונה בגילגול זה ולא בגילגול אחר..." וואס נאך וואלטן זיי געדארפט שרייבן?

יישר כח פארן מיך צוהעלפן. את זאת התכוונתי.

איך מיין אז אין ר"ן אויפן פלאץ שטייט "אשתו ראשונה זה אינו אלא כפי מה שהחליט איש אשכולות. ונקוט כללי זה בידך, כל מקום שהפליג חז"ל בדיבור ויש משמעות לפרש הדיבור בכמה פנים ומשמעות. כלך אצל האיש אשכולות ותו לא. וכל הפירושים האחרים יהא חשוב בעיניך כלאקש"ן קוג"ל או אווע"ר ניי"ט קוג"ל
מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:59 pm#182782
איך מיין לאו דוקא גרוש/אלמן,
איך מיין צצוזאגן אז אשתו ראשונה מיינט אז די מענטש פילט אז דאס איז אשתו ראשונה,
נישט אז עס איז נאר געווען א דורך גאנג
מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:55 pm#182817
איש עברי האט געשריבן:מודה אני יהא בואך לברכה
דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:10 am#182895
מאטי האט געשריבן:
איש אשכולות האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אזוי אויך וואלט געדארפט שטיין "אשתו ראשונה והוא אם היא בחיים, ויש לה מוח בקדקדה, וראשונה בגילגול זה ולא בגילגול אחר..." וואס נאך וואלטן זיי געדארפט שרייבן?

יישר כח פארן מיך צוהעלפן. את זאת התכוונתי.

איך מיין אז אין ר"ן אויפן פלאץ שטייט "אשתו ראשונה זה אינו אלא כפי מה שהחליט איש אשכולות. ונקוט כללי זה בידך, כל מקום שהפליג חז"ל בדיבור ויש משמעות לפרש הדיבור בכמה פנים ומשמעות. כלך אצל האיש אשכולות ותו לא. וכל הפירושים האחרים יהא חשוב בעיניך כלאקש"ן קוג"ל או אווע"ר ניי"ט קוג"ל

גראדע איז עס די סמ״ע און עס איז נישט אויפן פלאץ נאר אפאר שורות ארויפציר, און ער זאגט גראדע נישט דאס נאר עפעס אנדערש.. זאג, וואס עס טייטשט ׳מודה אני לפניך מל חי קים׳ ווייסטו? איך מיין מען דארף עס נישט מסביר זיין. דאן פארוואס דארף מען מסביר זיין אשתו ראשונה? די פירוש איז אזוי קלאר ווי מודה אני לפניך, עס איז ׳קיין משמעות׳ עס איז בלויז פשוט די בושטעבליכן טייטש פון ווארט.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:13 am#182896
איש עברי האט געשריבן:מודה אני יהא בואך לברכה

לרומם קרן התורה והחסידות.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:09 am#182904
איש האשכולות, איך זסאג נישט קיין אייגענע זאכן,
איך זאג נאך פון די ראשונים ואחרונים,
אידן וואס האבן געקענט כל התורה כולו
האבן אזוי געזאגט,
עס איז דא אסאך גמרות וואס מ'פארטייטש לפי המציאות
דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:56 am#182927
גרוש האט געשריבן:איש האשכולות, איך זסאג נישט קיין אייגענע זאכן,
איך זאג נאך פון די ראשונים ואחרונים,
אידן וואס האבן געקענט כל התורה כולו
האבן אזוי געזאגט,
עס איז דא אסאך גמרות וואס מ'פארטייטש לפי המציאות

אז וואס?
דינסטאג פעברואר 11, 2014 2:07 pm#182945
דברים פרק כד

א כִּי-יִקַּח אִישׁ אִשָּׁה, וּבְעָלָהּ; וְהָיָה אִם-לֹא תִמְצָא-חֵן בְּעֵינָיו, כִּי-מָצָא בָהּ עֶרְוַת דָּבָר--וְכָתַב לָהּ סֵפֶר כְּרִיתֻת וְנָתַן בְּיָדָהּ, וְשִׁלְּחָהּ מִבֵּיתוֹ.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:36 pm#182988
יישר כח @מודה אני, ״אותיות מחכימות״, אויב עמיצער האט נישט געוויסט אז גט איז יסודתו בהררי קודש, און איז א פסוק אין חומש זאל מתעיין זיין דא אויבן. אויב איז נישט שווער ברענג אויך אראפ די פסוק פון ״עזר כנגדו״, און וואס רשי׳ זאגט, און אויך מיט רויטע אויתיות. שכוח.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:46 pm#182992
איך וועל מיך נישט זוימען.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:39 pm#183008
איך ווייס נישט וואס דו האקסט אין קאפ אריין. שוין אפאר טעג וואס דו קייסט איבער דיינע זעלבע שטותים נאכאמאל און נאכאמאל און דו הערסט ניטאמאל וואס מען רעדט צו דיר. א יעדער איינער דא זאגט דיר אז די גרושים וואס זיי קענען זענען געווען נארמאלע געזונטע מענטשן אן קיין שום פראבלעמען (עכ"פ זיכער נישט מער ווי דו פארמאגסט) און דאך האבן זיי זיך "געמוזט" גט'ן ווייל די שידוך איז נישט געווען מסוגל, ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט וזהו. איז אנשטאט לעבן א גאנץ לעבן מלאים חרטות האבן זיי גענומען די ביצים אין די הענט און זיי האבן זיך פינאדערגעשיידט. זיי האבן נישט קיין שום חרטות, זיי וועלן קיינמאל בענקן נאך זייער ערשטע טעות, גוד ביי וזהו!

קומסטו זיך טענה'ן מיט "פאקטן" ווייל רש"י זאגט דאס, חז"ל זאגן יענץ. רש"י מיט חז"ל זענען נישט קיין פאקטן, מענטשן און לעבעדיגע ביישפילן זענען פאקטן. די פאקט זעהט מען אנדערש און יעצט דארף מען פארשטיין וויאזוי מען קען פארשטיין רש"י מיט די "פאקט" וואס מיר ווייסן. אויף דעם ארויף זענען שוין געווען גענוג מפרשים וואס זענען נישט געווען עגאואיסטישע רשעים, נאר זיי האבן גוט פארשטאנען אנדערע מענטשן און זיי האבן שוין שיין מפרש געווען רש"י און די חז"ל'ס. הער שוין אויף טאנצן אויף די בלוט פון אומשולדיגע מענטשן, און נעקסטע מאל כאפ די מעסעדזש באצייטענס כדי מען זאל נישט דארפן שרייבן ברחל בתך הקטנה.


.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:01 pm#183022
הוגה פארשטייט וואס איך זאג,
כ'האב נאר נישט אזויפיל געדולד לעיצטענס אריין צו גיין אין הסברה
דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:08 pm#183026
:like :like הוגה דו ביסט קעש!! ממש די ווערטער וואס ליגט מיר אויפן צונג.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:16 pm#183032
מתני' בית שמאי אומרים לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה דבר ערוה שנאמר (דברים כד, א) כי מצא בה ערות דבר ובית הלל אומרים אפילו הקדיחה תבשילו שנאמר כי מצא בה ערות דבר ר' עקיבא אומר אפי' מצא אחרת נאה הימנה שנאמ' (דברים כד, א) והיה אם לא תמצא חן בעיניו