מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 1:10 am#313890
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/yarjrzli1scrvyz/AAAWyFBtFRef8-t8gSPyzoIva?dl=0">https://www.dropbox.com/sh/yarjrzli1scr ... zoIva?dl=0</a>שטיסל לצנות
סביב העולםאיך האב באמערקט א אינטרעסאנטע זאך אז א מיניט פאר ער טרעפט די תפילין אין שאנק זעהט מען עס אויפן בעט[
באשטעטיגטבאדערט מיך אז זיי האבן אביסל אוועק גענימען ליבי'ס חן ,ביז יעצט איז זי געוועהן פארשטענדליך ,ווארעם ,קליג ,זי איז דער וואס האט איהם אריינגעברענג צירוק צו זיין א מצייר "אם אני הייתי מקבל כזה מתנה מהקב"ה הייתי משתדלת מאוד לא לבזבז את זה" וכו'..אין יעצט האט זי נישט געהאט שכל נישט צו פארציילן וועגען די תפילין ,איך פארשטיי אז זי מיט איהר טאטע האבען זיך אסאך געטאנעט ער האט זי געזאגט ביסט משוגע ער איז א ליידיגייער וכו' אין זי האט געזאגט ער איז נישט -אדער ער קען זיך טוישען (איך וועל איהם טוישען ) אין איך פארשטיי אז ער האט געמאכט די אלע תנאים ,אבער די זיסע ליבי וואלט געדארפט עפעס איהם מער מחזק זיין ,אין זיכער נישט צווינגען אויפצוגעבען אינגאנצען פין זיין א מצייר
בקיצור -ביז יעצט האט אויסגעזעהן אז ליבי איז זיין ישועה יעצט זעהט עס אויס אז ס'נישט אזוי פשוט ,אז זי וויל חתונה האבען מיט איהם דארף זי איהם מקבל זיין לויט וואס ער איז ,אין נאך די חתונה קען זי איהם מחזק זיין צו תורה און תפילה במניין וכו'
חוץ אויב מ'זאל זאגען אז ליבי איז נישט באזיך צילוב איהר טאטעס manipulation אין איהר הנהגה איז א תוצאה וואס זי האט מיטגעמאכט מיט איהר טאטע(אין דאס ווילן זיי ארויסברענגען -וואס א טאטע קען פארדרייען די זאדענקייט פין זיין טאכטער)
ראוונע
נאך אלעם איז נחום א ברודער פאר שולעם אין קען אויך פיין מאניפולירען
גראדע מיר זעהט אויס ווי ממש פאר זיי גייען אריין פון די מרפסת גיבט ליבי אזא בלינק מיט די אויגען אין קיווע׳ס ריכטונג
ראוונעמיר קוקט אויס ווי די תנאים זענען ריין נוחעמ׳ס אין ליבי האט נישט קיין ברירה אין מוז צושטימען צו זיינע קאפריזען
קאווע טרינקערא חתן ווערן צו א כלה וואס האט דיר ערשט נעכטען פאר'מסר'ט פאר איר טאטע / דיין פעטער וועגן אן איינמאליגע שגגה פון פארגעסן לייגן תפילין... און מוותר זיין אויף די איינציגסטע פאך / פעלד וואו מ'געבט אים אביסל ריקעגנאציע... איי איי ייא... וואס די סיסטעם טוט אלץ מיט א מענטש... רח"ל.
און שלום, נעבעך שלום, וואס א מענטש גייט אלץ דורך. ה"י.

באשטעטיגטאיינער קען דאס אפלודן אין א mp3 file?די גאנצע מינסקער ניגון (ציגעלייגט די הויכע פאל)
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/94314/%D7%A6%D7%A4%D7%95-%D7%9E%D7%A0%D7%93%D7%99-%D7%95%D7%99%D7%99%D7%A1-%D7%9E%D7%91%D7%A6%D7%A2-%D7%90%D7%AA-%D7%A0%D7%99%D7%92%D7%95%D7%9F-%D7%9E%D7%99%D7%A0%D7%A1%D7%A7.html">http://www.bhol.co.il/94314/%D7%A6%D7%A ... D7%A7.html</a>
כלבאשבועhttp://www.dailymotion.com/user/beni-gutman123/1
סמבטיוןהיינט אינדערפרי, טרעט איך לאנגזאם אריין אינעם קאכעדיגן בור, מיט איין האלב פארשלאפענע פוס, און איך זינג מיר אזוי אינטער דעם מינסקער ניגון, מיטמאל ווי און א כאר, העלפן מיר צו אזא דריי פיר יונגעלייט, אזש די התעוררות איז געוועהן גאר גרויס, פלוצלינג הערט זיך א קול ארויס פונעם שאוער, מאמע, פון ווי איז דער ניגון?, דער עולם האט אויסגעשאסן און אזא געלעכטער אז די וואסער האט זיך געהויבן ביז איבער די ברעג..