פארומס › "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1,435 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:10 pm#141775
נישט געוויסט אז קעניגסבערג דער שדכן איז נפטר געווארען ,ביזדערווייל איז די רעסטוראנט אין גאולה אויך געגאנגען א גאנג.
מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:05 pm#141954
באלד וועט מען זאגן אז מ'טארנישט מאכן די זאכן,ווייל מ'שטארבט..
זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:25 am#142615
וואס טוט זיך מיט פרק 8?
זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:30 am#142627
ישר כח פאר די חברה וואס האבן דאס דא אריינגעברענגט, שוין לאנג נישט אזוי ענדזשויט א סיריעס, בפרט אן איזראעילי. די עקטינג איז זייער עכט. וואס טיט זעך טאקע מיטן אכטן פרק? וויסן איינער?
זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:35 pm#142675
http://www.shtisel.co.il/
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:18 pm#142684
חח, די היימישע ריקן זיך אריין.. שימי ווייצהענדלער זעט מען דארט מיטן פידל
זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:30 pm#142826
וואס איז פשט דער עולם זעצט זיך צום טיש אן די העמד? ס'עפעס אזא מנהג ירושלים?
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:13 pm#143279
ווען?
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:07 am#143327
די אכטע פרק דאונלאדירען..
http://www.upf.co.il/file/238667186.html
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:36 am#144023
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:21 pm#144401
וואס האלט דער עולם וועט שלום שטארבן? איך גלייב נישט זיי ווועלן אוועקנעמען אזא גיטע עקטאר פון די שוי
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:23 pm#144402
רוב פון די א''י טי ווי שאוס האבן נאר איין סיזען
(חוץ אויב ס'שפילט אויף ערוץ שתיים אדער ערוץ עשר)
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:28 pm#144407
נישט אלע שפילערס זענען פרייע
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:41 pm#144411
ווער נישט?
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:42 pm#144412
zurich
וואס האלט דער עולם וועט שלום שטארבן? איך גלייב נישט זיי ווועלן אוועקנעמען אזא גיטע עקטאר פון די שוי

Nope שלום מוז בלייבען לעבן,
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:50 pm#144418
moti107
ווער נישט?

די מנהל פון חדר
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:50 pm#144419
שלום גייט נישט שטארבן, ווייל ס'נאך דא צוויי אפענע ראמאנסען וואס דארף זיך נאך עפעס אויסקאכן, זיי וואלטן עס נישט אריינגעלייגט פאר גארנישט.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:53 pm#144420
קינות גירושין
zurich
וואס האלט דער עולם וועט שלום שטארבן? איך גלייב נישט זיי ווועלן אוועקנעמען אזא גיטע עקטאר פון די שוי

Nope שלום מוז בלייבען לעבן,

וואס איז דו לאזט נישט 😉
מייקל סקויפיעלד האסטו אויך געמיינט ער גייט בלייבן לעיבן
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:57 pm#144421
אז מ'רעדט שוין פון סקויפילד, ער איז פונקט נעכטן ארויסגעקומען פון קלאזעט.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:00 pm#144423
געפילטע פיש
אז מ'רעדט שוין פון סקויפילד, ער איז פונקט נעכטן ארויסגעקומען פון קלאזעט.

וואס הייסט?
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:43 pm#144430
ער איז ארויס געקומען אלץ א מאן ליעב-האבער, ווייל ער קען נישט צו זעהן ווי זיינע רוסישע געי ברודערס ליידן אזוי און ער איז אין די קלאזעט
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:44 pm#144431
😛 😛 😛 why did you think he is so pale? it's because there is no sun in the closet
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:50 pm#144444
געפילטע פיש
שלום גייט נישט שטארבן, ווייל ס'נאך דא צוויי אפענע ראמאנסען וואס דארף זיך נאך עפעס אויסקאכן, זיי וואלטן עס נישט אריינגעלייגט פאר גארנישט.

די צוואה איז אויך נישט אומזינסט.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:59 pm#144449
כ'האב געטראכט דערפון, אבער קען זיין די צוואה איז גענוג אויף אנצומאכן א מחלוקה'לע אפילו אויב ער שטארבט נישט.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:29 pm#144461
געפילטע פיש
כ'האב געטראכט דערפון, אבער קען זיין די צוואה איז גענוג אויף אנצומאכן א מחלוקה'לע אפילו אויב ער שטארבט נישט.

אדער צו מאכן אביסעלע דראמא אז דו זאלסט מיינען אז ער גייט שטארבן!
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:52 am#144523
קען זיין אז שלום גייט שטארבען, אבער כאטש וועט דובלה בלייבען לעבען..
זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:01 pm#145068
פרק 9:

אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעכאפט, אויפן באן איז קיווע געווען דער וואס האט געזוכט אויסצוציען די שמועס מיט די פרוי, בשעת שולעם האט איר פארשיקט, א זאך וואס קיווע האט זיך דערויף געבייזערט און מעגליך צוליב דעם פארלאזט דעם באן בשעת דער טאטע איז געשלאפן. וואס געשעט אבער שפעטער? - שולעם באקומט גאר א טריפ פון איר, און זי גיבט אים נאך איר קארטל אז ווען ער דארף הילף זאל ער איר קענען רופן. אן אינטערעסאצטע צופאל.

נאך א זאך: איך שמעק אז די מעשה מיט די ספר-תורה איז נישט אזוי גלאטיק. איך האב א חשש אז דער איידעם וויל עס פשוט גנב'ענען, ביינאכט וועט ער קומען, אויפגראבן דעם ספר און עס נעמען צו זיך.
זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:08 pm#145094
ווי קען מען זעהן פרק 9?
זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:10 pm#145095
האט איינער אויפגעכאפט, אז 90% ווען מ'זעט שלום שטיסל, זעט מען אים ביי די עבודת האכילה, מה פשט?
זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:26 pm#145124
פרק 9

http://www.dailymotion.com/video/x13nqa ... shortfilms
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:49 am#145213
https://www.facebook.com/shtisel?hc_location=stream
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:43 am#145282
פרק 9 מאכט נישט קיין שום סענס. די שוואכסטע פרק ביזדערווייל.
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:33 am#145302
איך אויך
פרק 9 מאכט נישט קיין שום סענס. די שוואכסטע פרק ביזדערווייל.

שולם איז א גוטע אקטאר אבער איך האב געפונען פרק 8 אויך זייער שוואך. וויפל פרקים גייט זיין?
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:58 pm#145397
ס'שמעקט עפעס זייער מאדנע די המשך הדברים, זייער מאדנע, ווייל די געשיכטע פאר מענין לענין אן קיין המשך
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:18 pm#145537
מנשה, צבי אריה דערמאנט מיך אביסל פון דיר, נישט ממש פון דיר נאר פון דיין עקטינג!
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:43 am#145582
יא שלום איז אייזן !
אבער קיווע איז שוואכע מעשות
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:00 am#145632
פארוואס זאגסטו אזוי?

שולעם איז אייזן, קיווע שפילט ווי א ריכטיגער היינטיגע אלטע בחור אין די סעטואציע. איך האלט אז ער שפילט עס ריכטיג אראפ און ער מאכט א גאר פיינעם דזשאב. עס פעלט אים גארנישט.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:17 am#145638
ווי קען איך זען חלק ג'?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:37 pm#145862
לכבוד שבת קודש
פארוואס זאגסטו אזוי?

שולעם איז אייזן, קיווע שפילט ווי א ריכטיגער היינטיגע אלטע בחור אין די סעטואציע. איך האלט אז ער שפילט עס ריכטיג אראפ און ער מאכט א גאר פיינעם דזשאב. עס פעלט אים גארנישט.

ער איז עפעס צו קלאצעדיג
זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:41 am#146954
ווער האט שוין געזען די צענטע.
דאס איז שוין יא א זאפטיגע עפיזאד!
ס'האט מיך איבערגעטוישט און געמאכט נייגעריג אויף ווייטער..
[די ניינטע איז געועון בארינג]
זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:05 pm#147015
פרק 10

http://www.dailymotion.com/video/x141p1 ... shortfilms
זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 4:15 pm#147076
די אויטענטישקייט פון די געשיכטע, שפילט מיט די געפילן אונזערע..
זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:02 pm#147218
רבותי, העלפט ארויס א איד מיט די עברי.
כ'קען נישט אויסמאכן איין ווארט אין די score
לערנט מיר אויס מילה אחת, און כ'וועל אייך רופן אלופי ומיודעי.

לאן הולכים פתאום כולם
הכול נסוג ונעלם
רק המילים ?
כולם, כולם
לאן נמשיך מכאן
לאן
זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:29 pm#147228
לאן הולכים פתאום כולם
הכל נסוג ונעלם
רק המילים צפות כולן...
לאן נמשיך מכאן לאן
זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:38 pm#147230
לאן הולכים פתאום כולם
הכל נסוג ונעלם
רק המילים צפות כולן...
לאן נמשיך מכאן לאן

עוד יום עובר עלינו ונושך
משאיר סימן עלינו והולך
ואיך שלא יהיה אנחנו נסתדר
מכאן
נשאיר אנחנו
עוד עקבות בזמן.

לאן הולכים פתאום כולם
הכל נסוג ונעלם...

shironet.mako.co.il/artist?type=lyrics&lang=1&prfid=1335&wrkid=6461

דא האט איר די גאנצע ניגון.
http://www.youtube.com/watch?v=igOsAp3ILaU
זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:49 pm#147234
יישר חילין
להני תרי מידי דמיכלין
כוורא דמילאין
ופולי דדכראין
דאחווין לי מילין
דהוויין חסירין
רברבן אלופן ומיודעין
זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:56 pm#147238
הערשי
כוורא דמילאין
ופולי דדכראין

זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 4:33 pm#148270
זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 5:14 pm#148275
12
http://www.videoslasher.com/video/7KEPE4KT30XW

די לעצטע 2 זענען שטורעמיש
זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 5:41 pm#148284
די לעצטע צוויי זענען באמת שטירעמיש, א תשובת המשקל אויף די פריעדיגע צוויי וואס זענען געווען בארינג.

דער שלום רעגט מיר אסאך מאל אויף. פאריגע מאל האב איך אים ממש געוואלט אנהאקן די ביינער, ווען ער האט זיך געטראפן מיט די בעלת-תשובה. אויפן באן האט ער אנגעשריגן זיין עקיב'ען פארן וועלן ציען דעם שמועס מיט איר, און דא גייט ער זיך טרעפן מיט איר, און ווען זי פרעגט אים אז אפשר איז זי גוט פאר עקיבא, וויל ער נישט דערפון הערן, אבער פאר זיך איז עס בסדר. יעצט מאכט ער חרוב דעם שידוך צווישן עקיבא מיט אלישבע. איך וועל נישט זיין סופרייזט ווען שולעם וועט אנהאקן מיט אלישבע און וועלן חתונה האבן מיט איר.

אויף די משפחת ווייס האב איך רחמנות. רוחמי פארט אפ פון וועג, זי הויבט שוין אן צו באקומען סימפאטיע צו איר פאטער (הגם עס איז נאכנישט קלאר וואס אירע פלענער וועבן זיך אין איר), רוחמי האט שוין מיטגעשלעפט א ברודער וואס ליינט שוין אירע ביכער און רעדט שוין ניבול פה, ליפא אליין גייט אויך א גאנג און ווער ווייסט וואו אהין די משפחה וועט אנקומען.

נ.ב. איך זארג זיך שוין דא באלד ווי די באבע שטיסל, וואס איז מתפלל און זאגט תהילים אויף די אקטיארן וואס זי זעט אין טעלעוויזיע.