Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל

קאווע שטיבל • אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 52 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4560
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:21 pm#143991
אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
קאני ראטטענבערג איז געוועהן א לענדמארק אין וויליאמסבורג. עס איז ווערד אז מ'זאל מאכן פאר אים א עקסטערע אשכול איבער זיין לעבען, און זכרונות וועגן אים.
איך ווייס נישט די פרטים פון זיין לעבן, קען איך נאר שרייבען וועגן זיין אנוועזענהייט אין די ווילימסבורגע גאסן, און די ווערטעלך וואס ער האט געמאכט.
יעדע שטאט האט זיך זיינע "משוגעים" וואס דרייען זיך אין די גאסן, קאני איז זיכער געוועהן אזא סארט מענטש וואס מ'האט אים אייביג געטראפען אויף לי עוועניא, אבער ער איז באמת נישט געוועהן קיין משוגענער. ער האט זיך געהאט זיינע מאדנעקייטען וואס האבן געמאכט אז ער האט נישט געקענט חתונה האבן, אבער ער איז דאך געוועהן א מענטש וואס האט גערעדט אויף אלע באקן, ער האט דערציילט זיינע מעשות, און מ'האט אים ליב געהאט.
עס איז געוועהן א נארמאלע זאך צו זעהן א גרופע קינדער ארום קאני וואס שמועסן מיט אים.. יעדער האט ליב געהאט צו הערן וואס ער האט צו זאגן.
ער האט זיך געהאט זיינע טיפיקעל זשאוק'ס וואס יעדער האט געקענט. ווי ווען איך וועל שטארבען וועט מען מיך לייגן אין א פיענא באקס, יעדער וועט שטיין ביי ראדני און וויינען, קאני איז נישט דא!!! אוי, קאני איז נישט דא!!! און פליצלינג וועל איך ארויסטאנצען פון די באקס און געבן א שריי "איך לעב!!!"

ATUB @יואב ATUB 'ס חתימה איז
אכציג פראצענט מענטשן זענען אויף פילען, און פון די איבריגע צוואנציג פראצענט ליידן מיר.
(הקדוש אלקנה רוטנבורג זצ"ל).


איך ווייס נישט פארוואס ער ריפט אים "הקדוש", אבער יא, קאני האט געהאט אזעלכע גיטע ווערטלעך און ער האט פיין צוגעטראפען צו דעם אמת.

רבותי, לאמיר הערן זכרונות
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:25 pm#143992
א בילד
image.jpg
image.jpg (92.65 KiB) געזען געווארן 5200 מאל

קרעדיט ATUB @שמואל הלוי ATUB דא
l viewtopic.php?p=36397#p36397 l
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:26 pm#143993
in rodney

2010105_614337774_jpg.jpg
2010105_614337774_jpg.jpg (21.2 KiB) געזען געווארן 5199 מאל
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:32 pm#143996
ווער געדענקט ווי ער פלעגט טיילען דאלערס פאר קינדער איך אליין האב באקומען פון עם א שיינע פאר טאלער (אוי גילו) ער פלעגט געבען נאר איין טאלער א טאג פאר א אינגעל
איינער ווייסט פארוואס ער פלעגט טיילען געלט?
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:38 pm#143997
ער האט קלאר געהאט מיט די נערווען. סאו ווי זיס, געשמאק, און אונטערהאלטבאר ער איז געוועזן, איז ער נאך אלץ געווען משוגע. ער האט פארמאגט א הארץ פון גאלד, און ער האט געטוהן אסאך חסד.

הקדוש האב איך שוין געזעהן געשריבן אויף אסאך מענטשן וואס איך ווייס אויך נישט פארוואס מ'האט געשריבן הקדוש.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:04 am#144006
די לייק איז פאר די לעצטע שורה.

קאני'ס מאמע האט א מיני שבע ברכות קעטערינג אויף העוועס סטריט, נעבן מארסי.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:28 am#144060
פארוואס איז אזוי וויכטיג צו פארציילען ווער זיין מאמע איז? דאס איז טיפיקעל ראדני טאלק
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:02 am#144062
זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....

ATUB @קינות גירושין ATUB , קאני אין ראדני, ס'גייט צוזאמען.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:08 am#144063
איינער געדענקט וויאזוי קאני האט אויסגעקוקט די טאג פון ר' יחזקאל שמש'ס לויה ? אפגעגאלט אינגאנצן
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:52 am#144082
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....

@קינות גירושין, קאני אין ראדני, ס'גייט צוזאמען.

די ווילסט רעדן פון קאני, כהער איי געס סמאכט דיך העפי ווען מרעדט פון מענטשען וואס האבן צרות, אבער מדארף נישט רעדן פון זיין משפחה, ווען די האסט א ברודער נישט געזונט וואלסטו הנאה געהאט ווען משמועסט פון דיך אויף ק״ש?
וועק אף ענד סמעל די קאפי!
דא איז א הייליג מקום, דא איז נישט א מקוה וואס מזאפט זיך אן מיט טומאה!
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:01 am#144113
אין די אלטע זכרונות אשכול האט מען שוין אביסל ארומגעשמועסט פון אים

l viewtopic.php?f=4&t=1524 l
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:07 am#144120
איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז געווען משוגע... איך וואלט געזאגט ער איז געווען א אייוועלטניק סטייל מענטש.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:47 am#144145
I'm back האט געשריבן:איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז געווען משוגע... איך וואלט געזאגט ער איז געווען א אייוועלטניק סטייל מענטש.

פליז זיי דיך מסביר, אין אייוועלט אליינס איז דא כמה וכמה סטייל'ס..
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:53 am#144148
@I'm back וואס הייסט?

ראשעקאל האט געשריבן:ער האט זיך געהאט זיינע טיפיקעל זשאוק'ס וואס יעדער האט געקענט. ווי ווען איך וועל שטארבען וועט מען מיך לייגן אין א פיענא באקס, יעדער וועט שטיין ביי ראדני און וויינען, קאני איז נישט דא!!! אוי, קאני איז נישט דא!!! און פליצלינג וועל איך ארויסטאנצען פון די באקס און געבן א שריי "איך לעב!!!"

איך האב געהערט בנוסח אחר מפה קדשו: איך וועל שטארבן (א פונקטליך טאג און יאר כ'געדענק נישט ווען) ביים שקיעה און מען גייט מיך באגראבן אין פאפא בית החיים מיט'ן קאפ אראפ און חזיר פיסל אין די הייעך, יעדער וועט שטיין און וויינען, קאני איז נישט דא!!! וכו'
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיין ברודער ר' יואל מאכט חתונה די וואך דאנערשטאג, אין וויזניצע זאל אין בארא פארק....

קע"ה אסאך שמחות אין די משפחה
m http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 704#p62704 m
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:58 am#144535
קאני האט געהעריג חתונה געהאט,

ער האט געכאפט א נערוון ברעיק נאך די חתונה,

ר' שמואל אלקנה ב"ר ארי' ע"ה תנצב"ה
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:31 pm#146218
קאווע טרינקער האט געשריבן:די לייק איז פאר די לעצטע שורה.

קאני'ס מאמע האט א מיני שבע ברכות קעטערינג אויף העוועס סטריט, נעבן מארסי.

לעבט שוין נישט.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:49 am#146323
נעכטן איז אוועק א מרת ראטנבערג, איז דאס קני'ס מאמע?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:42 am#146336
יא.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:41 am#147700
העלא האט געשריבן:קאני האט געהעריג חתונה געהאט,

ער האט געכאפט א נערוון ברעיק נאך די חתונה,

ר' שמואל אלקנה ב"ר ארי' ע"ה תנצב"ה

מפלעגט שמועסן אז ער איז געווען פון די בעסטע בחורים און טאהש׳ע ישיבה און ביי זיין חתונה האט מען פארפאסט א ניגון לכבודו און פון אזויפיל לערנען האט ער געכאפט א בראך איינער קען דעס קאנפארמען?
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:05 pm#147854
איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:15 pm#147858
דער אוהח"ק זאגט אם היו בני אדם מרגישין במתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:23 pm#147859
זיין כוונה איז במלא מובן המילה?
זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:54 am#148188
היימישער האט געשריבן:איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך


אוודאי קען מען, איך קען מער פון איין מענטש וועלכער האט זיך צופיל אנגעשטרענגט אין לערנען און באצאלט דערפאר א טייערן פרייז
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:32 pm#155853
.
מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:18 pm#155885
היימישער האט געשריבן:איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך

נכד האדמ"ר מסקולן יוכיח!
זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:50 am#155926
נו, נישט שיין אויספויקן יענעמס ווייטאג ברבים, ווי קען מען טון אזא זאך?
ווי איז איז אונזער צורת האדם?
איינער וויינט אריין אין קישן ביינאכט צוליב איינעמס אומסענסיטוויטעט!
שוין אויסמעקן נעמען!
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:31 pm#161320
היינט נאכט פאלט אויס די יארצייט פון שמואל אלקנה (קאָני) ב״ר ארי-ה לייב ע״ה ראטענבערג. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ווער עס קען זאל ביטע לערנען משניות לעילו נשמתו. עליו השלום
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:44 pm#234331
דער גוטער איד פון וויליאמסבורג
איך האב איהם געקענט און עס איז שווער צו טרעפען אזא גאלדענע הארץ. אזא אמת'דיגער גוטער.
עס קומט מער אויס צו זיין אסאך מאהל אין די געגענט פון די בית החיים ווי ער ליגט. איך גיי אלעמאהל אריין און צינד א לעכטל און זאג אפאר קאפיטלעך תהילים. ספעשיעלי פאר א ביזנעס דיעל.
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:15 am#234380
ווען אימער איך האב געדארפט צאלן קנס פאר מיין מגיד שיעור (דער גזלן) האב איך געוויסט אז מ'גיייט צו שלום לאנדא'ס רעסטעראנט (וואלט געפאסט א עקסטערע אשכול אויף שלום ואחיו ביי אנשי שם) אין די בעק בעטן פון קני געלט. אין ער פלעגט מיר נאך צוגעבן פינעף דאללער פאר פרישטאג מיט אפאר ציגארעטלעך. אוי חבל על דאבדין.
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:54 pm#234647
אוי האב איך איהם געקענט געשמועסט אסאך מיט איהם הנאה געהאט פין איהם געקענט אביסל נאך מאכן מענטשן..

יא יא אלטע זכרונות
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:40 pm#237831
ארויפגעברענגט צום יארצייט
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:03 pm#237839
מציבה
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:24 pm#237900
איי קאני, קאני,

ווי ליבליך זענען דיינע זכרונות, און אינעם טאג פון דיין יארצייט בין איך אין א פארלעגנהייט צו טרעפן די פאסיגסטע וועג אפצוצייכענען דיין זכרון.

זאל איך גיין פארברענגן ביי ר׳ שלום לאנדא׳ס ווינקל?
עס עקזיסטירט שוין נישט.

זאל איך שפאצירן אינדרויסן אן א מאנטל?
איך פארמאג נישט די סארט פיזישע כוחות וואס דו האסט געהאט.

זאל איך פארררויכערן ציגארעטלעך?
כ׳האב נישט ר׳ קנה וואס זאל מיר שענקען איינס, צוויי (אדער אפילו דריי).

זאל איך אויסטיילן ציגארעטלעך?
מ׳וועט זיך טועה זיין אז כ׳בין גאר א חתן בזוו״ש.

זאל איך זיך איבערגעבן לייב און לעבן פאר מיינע עלטערן?
כ׳בין טרוד מיט מיין אייגענע משפחה.

זאל איך מיר צו נער מאכן בכדי אנדערע זאלן הנאה האבן?
כ׳פארמאג א ווייב און קינדער, כ׳קען מיר נישט ערלויבן אזא לוקסוס.

כ׳לויף דא אויס פון אפציעס, אבער כ׳קען דאך ארויפשטעלן מיין פארלעגנהייט ברבים, האפענטליך וועט דאס ברענגן א שמייכל פאר די וואס האבן דיר געקענט, ויהא זה לעילוי נשמתך.
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:33 pm#308920
Re: אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
יארצייט
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 5:15 pm#308956
Re: אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
כמדומה אז א מאנטל איז ער קיינמאל נישט געגאנגן ס׳האט געקענט זיין ביטערע פרעסטן.. נישט געניג דאס האט ער מקפיד געווען צי גיין קורצע ארמל...
יאך דענק אים פין חתנות אין פראנט פין
Continental hall...
קראכטץ אללע קאני לעבט..!!!
ת. נ. צ. ב. החיים
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 7:00 pm#309148
AUD-20151115-WA0096.m4a
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 7:23 pm#309152
אין די היינטיגע וועלט וויאזוי רופט מען אזא מחלה (די גייסטישע חלק ) וואס ער'ט געליטן? וועלעכע דיסארדער? איז דא גוים אזאנע?
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 7:43 pm#309158
Re: אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
איך ווייס נישט וויאזוי עס הייסט היינט, אבער אמאל האט עס געהייסן א דיבוק
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 4:28 pm#356147
היינט איז קאני ז"ל'ס יארצייט. צינד א לעכטעל לע"נ זיין הייליגע אויסעלייטערטע נשמה
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 7:51 pm#356176
איך האב נעכטען געהערט א ווארט בשם קאני ז״ל, כ׳גלייב אז סאיז א עלטערע ווארט ווי קאני, ווען רבקה אמנו איז דורך א קירכע האט עשו געשטויסן ווען זי איז אדורך א שול האט יעקב געשטויסן, שטעלסט זיך א פראגע פארוואס איז זי נישט געבליבן אינדערהיים? ווייל אינדערהיים האט יצחק געשטויסן... :lol:
מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:15 am#356204
chusid האט געשריבן:אין די היינטיגע וועלט וויאזוי רופט מען אזא מחלה (די גייסטישע חלק ) וואס ער'ט געליטן? וועלעכע דיסארדער? איז דא גוים אזאנע?

חסיד: אבער די מחלה האט אויכעט א פיזיאלאגישע/ניוראלאגישע פאטאגען...ממילא איז דא גוים אויך וועלכע ליידן פון אט דעם דיסארדער...!
פון אמאליגע צייטן איז נישט קיין ראיה. (נישט אז ס'נישט דא אזא זאך ווי א דיבוק..) ווייל אמאליגע צייטן האט מען געזאגט אז עי. די. עיטש די. קינדער זענען שלעכט אדער פויל...!
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:46 pm#389821
rps20171122_184531.jpg
מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:25 pm#390057
ליפא האט געשריבן:
rps20171122_184531.jpg


נישט צום גלויבן, נישט נאר האט מיכאל א רויטע בארד, נאר ער גייט אויך מיט נארמאלע בריל'ן
מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 4:49 pm#390063
.
מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 4:54 pm#390065
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:נישט צום גלויבן, נישט נאר האט מיכאל א רויטע בארד, נאר ער גייט אויך מיט נארמאלע בריל'ן

ואס מיינט נארמאלע ברילן?
אגב דעמאלטס איז דאס געוועהן די סטייל אויב דאס האסטו געמיינט!
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:37 am#439352
יארצייט דעם מאנטיג
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:23 pm#439377
ערגעץ אויף קאווע שטיבל האביך געזעהן א גוט ווארט בשם קאני, ז"ל...80% פראצענט פון סאטמאר איז אויף פיללן...נאר די פראבלעמען האבן מיר פון די איבעריגע 20% וועלכע זענען נישט...!
פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 1:29 am#439639
יא ר' בערל, קוקט איבער די ערשטע תגובה פון דעם אשכול.

נאר דעם ווארט 'סאטמאר' האסט מוסיף געווען מדעת עצמך.... (ווי אויך די צווייטע ל' פון די ווארט פילן)
פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 12:02 pm#439648
שמעקעדיג: איך שרייב נאר פון זיכרון. ער זאגט במתק לשונו..."הייוועי זייט"... אדרבה. זאג מיר וועלכע נאך ביהמ"ד איז אויף די הייוועי זייט...?! נאר ס'זעהט אויס אז דו האסט עפעס סענסיטיוויטעטן, וועלכע זענען ענליך צו א גרויסע מדינה אין אייראפע און אזיע. אוואו כרושטשעוו זיכרונו לקללה איז געווען פרעמיער...!
מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 2:06 am#439720
ר' בערל היקר, לא ירדתי לסוף דעתך העמוקה.