Under maintenance
הויפט זייט » ברעיקינג: אמעריקע צו אטאקירן סיריע

ברעיקינג: אמעריקע צו אטאקירן סיריע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4583
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:32 pm#144751
ברעיקינג: אמעריקע צו אטאקירן סיריע
סי בי עס האט יעצט געמאלדן, אז דער פענטעגאן מאכט ערענסטע פארשריט צו אטאקירן מיט א קרוז מיסל, די סיריע'שע גאווערמענט פארסעס.

דער טשערמאן פון דזשוינט טשיף אוו סטעף וועט מארגן -שבת- אויפטרעטן און פרעזענטירן די אפציעס אין די ווייסע הויז

(קען זיין אז מוצאי וועט מען שוין מוזן טוישן דעם קעפל צו "ברעיקינג: אמעריקע אטאקירט סיריע"....)

שבת שלום!
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:42 pm#144753
א דאנק מיין פאטיציע.
זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:33 am#144859
שלעכטע נייעס
מען גייט העלפן טעראריסטן און גארנישט אויפטון
גיסן געלד אין גארבידזש מען זאל שפעטער נאכאמאל דארפן גיבן נאכמער געלט
מען גייט באמבאדירן א לאנד מען זאל עס דארפן נאכאמאל אויפבויען
זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:51 pm#144936
וואס איז דען די חידוש? די CIA שיקט דאך שוין וואפן זינט קאדאפי איז געפאלן אין ליביע, אזוי ווי ס'לעצטענס באריכטעט געווארן די "הונטער-די-קוליסן" סקאנדאל אין בענגהאזי.
"פרידן-נאבעל-פרייז-געווינער-אבאמא" האט שוין לאנג מחליט געווען אז ער וויל איין גרויסע פּאַן-אראבישע קאליפאט ווי איידער עטליכע סעקולארע אויטאקראטן. ביז יעצט האט ער זיך נאר גענויטיגט אין א גוטע תירוץ צו אטאקירן.
איי, ווער זאגט אז די על-קעידא רעבעלן האבן נישט אליין גענוצט די כעמישע וואפן?
זענען זיי דען ווייניגער בארבאריש ווי די אסאד רעזשים?

רויטערס זאגט היינט אז נאר 9% אמעריקאנער שטיצן אמעריקאנע אינטערווענץ אין סיריע.
וועט אבאמא פרעגן דאס פאלק? בילד
ימים ידברו...
זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:37 pm#144959
יא. ס'זעהט טאקע אויס אז פאר אבאמא קראצט די הויט, ער וויל דורכאויס אטאקירן, יהי' מה שיהי'.
סיריע איז מסכים צו א פייער אפשטעל אז די UN אינספעקטארס זאלן קענען אומגעשטערט אונטערזוכן די געגענט פון די כעמישע וואפן אטאקע, אבער אמעריקע זאגט: Too late!

The United Nations said Damascus had agreed to a ceasefire while a U.N. team of experts are at the site for inspections which will begin on Monday. Syria confirmed it had agreed to allow the inspections.

But there were increasing signs that the United States and its allies were considering taking action, a year after President Barack Obama said the use of chemical weapons was a “red line” that would prompt serious consequences.

A senior U.S. official said there was very little doubt that the Syrian government had used a chemical weapon against civilians on Wednesday and that Washington was still weighing how to respond.

The official also said any decision to grant access to the U.N. inspectors would be “too late to be credible” because evidence had been corrupted by government shelling and other actions.


אויב אבאמא גייט אריינקריכן אין דעם סיריש'ן זומפ, זאל ער זיך בעסער צוגרייטן עטליכע פּאָר פרישע זאקן, אין פאל ער באווייזט ארויסצוקריכן דערפון... בילד
זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:32 pm#144983
עס איז נישט קיין קינדער שפיל,

1} רוסלאנד וועט זיך אנעמען פאר סיריע.

2} עגיפטן איז נישט אקעי.

3} איראן סטראשעט.

4} איראק איז אויך נישט סטאביל.

5} סיריע אן אסאד גייט ווערן הפקר איש כל הישר בעינו יעשה.

מען דארף באצייטענס אהיים ריפען די בחורים וואס לערנען אין אר"י, אויב אמעריקע מישט זיך אריין אין סיריע איז אסאד גערעכט, גאנץ מיטל מזרח קען ווערן איין גרויסע מלחמה,
זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:28 pm#145100
בדחן האט געשריבן:עס איז נישט קיין קינדער שפיל,
מען דארף באצייטענס אהיים ריפען די בחורים וואס לערנען אין אר"י, אויב אמעריקע מישט זיך אריין אין סיריע איז אסאד גערעכט, גאנץ מיטל מזרח קען ווערן איין גרויסע מלחמה,

און וואס איז מיט די הונדערטער טויזענטער אידן וואס וואוינען אין ארץ ישראל?
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:24 pm#145351
עס ווערט היציג, סעקראטערי קערי גייט משמיע זיין די צו השעה אום 2:30.
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:31 pm#145356
לויט ווי כ'האב היינט געליינט פון א מיליטערישע אנאליסט, זענען אמעריקעס אפציעס זייער באגרעניצט.

אטאקירן די קעמיקל וועפענס סטארעדשעס לייגט אין סכנה די גאנצע ארום, אקופירן דאס לאנד קומט נישט אין באטראכט. ספעשל פארסעס וכדו' גייט שוין אן א שטיק צייט.

רוסלאנד/איראן וועלן סאבאטזשירן סיי וועלכע מיליטערישע אקציע.
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:44 pm#145365
נתן_עוזר23 האט געשריבן:עס ווערט היציג, סעקראטערי קערי גייט משמיע זיין די צו השעה אום 2:30.

m http://www.state.gov/index.htm m
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:12 pm#145378
בקיצור גארנישט געזאגט.

איבערגעחזר'ט אז ער האט געזעהן די ווידיא'ס, און סיריע האט געניצט כאמישע וואפן
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:40 pm#145390
אבער געזאגט אז מען גייט עם האלטן אחראי און אבאמא וועט מאכן א אינפארמירטע דעסישאן.

כ'בין נייגעריג ווי די ליבעראלע פילן זיך נאר פאר די שמועות אליין אז מען וועט אפשר אינטערווירן דא.


בייגעלייגט א בילד פון אמאליגע גוטע צייטן...
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:53 pm#145394
קליינע קינדערלעך. מ'שלאגט זיך ארום מיט נארישע ווערטער.
פארוואס קענען זיי נישט פארשטיין די חסידישע לשון פון "עס איז דא דארט א טראק מיט אייער, קיינער זאל נישט ווארפן".
אז מ'זאגט 'מיטינג'ס זענען נישט געווארן קענסעלט מיינט עס אז ס'איז פארגעקומען?! אזעכע בעיבעלעך.
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:25 pm#145415
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:51 pm#145426
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 5:58 pm#145429
.

(עפ"י בקשת...)
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:24 pm#145444
רבותי ס'גייט פאר א שוי שפיל מיט מענטשליכע לעבענס פארענט פין אונזערע נעזער, 99% אז סוריא שטייט נישט אונטער די כעמישע אטאקע, ס'איז א שפיל, צי האבען א תירוץ, צי באשולדיגען אסאד, ס'איז איין שטיק בלאף א גראבע שטיק,

אין די צווייטע זאך איז אז אפילו ס'ווען יא אמת אז סוריא האט עס געטוהן, געבט דאס נאך אלץ נישט קיין רעכט פאר אמעריקע זיך צי אריין מישען, דאס איז אויך פראפעגאנדע מיינד קאנטראל, ס'דא אויף די וועלט אסאך ערגערע עוולות ווי א פאר הונדערט טויט פין א גאז אטאקע, אין אמעריקע איז נישט צים געפינען, ס'גייט זיי אן ווי א פאריעריגען שניי, נאר ווען ס'לויט זיך זיי נעמט מען ארויס די "יומען רייט'ס קארטעל" אין מען שמירט אויס די מידיא דערמיט,

נו פארוואס פונקט דא האט אמעריקע אנגעצינדען די פראפעגאנדע מאשין ????, ווייל זיי ווילען אראפברענגען אסאד, די גאז אטאקע איז נאר די תירוץ אין זיי האבען לכאורה געהייסען פאר די רעבעלען עס צי מאכען,

רבותי וועקטס ענק אויף, די מידיא פיטערט דעם עולם מיט צואה, ס'אלץ א גרויסע בלאף שפיל, אין מען דארף נישט זיין צי קלוג עס צי איינזעהן,

לאמיר האפען אז טאמער אמעריקע וועט אטאקירען אז זיי זאלען חאפען אזאלכע מפלות אויף וואס זיי האבען זיך נישט געראכטען, די אמעריקאנע גאווערמענט איז היינט אין די הענט פין א באנדע קרימינאלען וואס האבען זייערע אייגענע אינטערעסען, אין זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין די ריכטיגע אינטערעסען פין דעם אמעריקאנע פאלק,

לאמיר האפען א מצרים וועט זיך שטעלען אויף די זייט פין סוריא קעגען אמעריקע אין די מערב, אזוי וועט זיין סוריא איראן מצרים רוסלאנד אין כינע vs אמעריקע טערקיי ענגלאנד פראנקרייך אין אפשר מדינת ישראל טאמער דעי איזרעיליס וועלן נישט האבען קיין שכל זיך צי האלטען ארויס פין דעי מלחמה, וואס ביזדערווייל וועלען האבען זיי יא געהאלפען אמעריקע אין געשאסען א פאר מאל אויף סוריא מיט נארישע תירוצים,

די קריזיס יעצט האט די פאטענציעל צי אויספלאצען אין א וועלט מלחמה, אבער כ'מיין אז ס'וועט נישט אזוי שנעל פאסירען, אין די יו-ען וועט אמעריקא סייווי גארנישט קענען דורעך שטופען, ווייל רוסלאנד אין כינע וועלען שטיין ווי א מויער קעגען סיי וועלכע סיקיורעטי קאנסיל רעזאלוציע, אליינס וועט אמעריקא נישט וועלען גיין, ווייל זיי ווילען עס זאל אויסקוקען ווי א קאאליציע, איז מסתם וועלען זיך צאם שטעלען אמעריקא ענגלאנד פראנקרייך אין מסתם קאנאדא אין מסתם דורעך די נאטא ארגעניזאציע,

מסתם וועלען זיי קודם פרובירען אטאקירען סוריא מיט מיסיל'ס אזוי ווי זיי האבען שוין געזאגט אז זיי ווילען טוהן, אבער נאך די ערשטע מיסיל פליט וועט מען דארפען זעהן וואס ס'וועט זיי רוסלאנד'ס ענפער, ס'איז זייער מעגליך אז סוריא מיט די אקטיווע הילף פין רוסלאנד וועלען אטאקירען אמעריקאנע עירקרעפט קעריער'ס אינעם מיטל-לענדישען ים, נאך די ערשטע עירקרעפט קעריער וועט זינקען אינעם ים וועלען זיך אמעריקאנער אויפוועקען אין זיך קלאפען קאפ אין וואנט אין זיך פרעגען פארוואס אין די וועלט זיי זענען שוין ווייטער אין א מלחמה, אבער ס'וועט זיין אביסעל צי שפעט, די מלחמה צינדער וועלען האלטען אין איין פראפעגאנדירען אין די מידיא אז יעצט ווען מען האט שוין אטאקירט אמעריקא יעצט איז עס שוין א "עכטע מלחמה" אין מען "מיז" מלחמה האלטען, אין ס'וועט שוין זיין זייער שווער צי אפשטעלען,

אין די ליינער דארפען געדענקען, אז אמאל אמאל איז געווען א אנדערע גאז אטאקע, אין נישט מיט הונדערטער טויטע נאר מיט מיליאנען טויטע, יא וון מען האט נעבעך געשטיקט אין געברענט אומשולדיגע אידען אין די גאז קאמערען, אין אמעריקע האט געהאט קריגס עראפלאנען אין די טויזענטער ארום פליען דארט, אין מיט א פאר באמבעס וואלטען זיי געקענט מאכען א סוף דערצי, "אבער זיי האבען עס נישט געטוהן", סאו קיינער זאל נישט אפקויפען די פראפעגאנדע אז פאר אמעריקע גייט אן טויטע קינדער, ס'איז אלעס פראפעגאנדע, מיט בלאף

אין זאל דער באשעפער דער שומר ישראל האלטען די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער,
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:28 pm#145447
ר חנני' בן עקשיא אומר. וכו'......
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:35 pm#145455
דער ניו יארק טיימס האט עפעס א 'מאדנע ביז גאר' באריכט. זיי זאגן אז אבאמא איז שוין גרייט געווען נעכטן צו אטאקירן סיריע אלץ א שטראף פאר אסאד'ס קעמיקעל באנוץ. אבער דא איז די סי איי עי אריינגעקומען מיט א פריש שטיקל שפיאנאש באריכט פון איראן.

וואס איז עס? הערט און שטוינט. סעטילייט בילדער ווייזט אז די איראנע מיליטער האט לעצטענס איינגעקויפט גאר אסאך פון די פאלשע פיש זאפט, די סארט פיש זאפט אן פיש. NSA טעיפס האבן אונטערגעהערט די גענעראלן דארט פלאנירן צו באגיסן אמעריקע מיט די פאלשע פיש זאפט אויב אבאמא אטאקירט סיריע.

זאל גאט באהיטן. אבאמא האט דעריבער אפגעלייגט די מיסיע. אמעריקאנע שפיאנען אין איראן זענען יעצט ביזי געוואר צו ווערן צו די פיש זאפט האט פלארייד, אויב יא וועט לכאורה אן אטאקע אויף סיריע קיינמאל נישט פארקומען.

ס'איז אינטערעסאנט צו ליינען די קאממענטס דארט פון קאנספיריטארערס וואס שרייבן אז אבאמא מאכט אויף א מעשה וועגן פיש זאפט אפצושרעקן אלע אמעריקאנער זאלן זיך לאזן וואקסינעטען, אבער אין אמת'ן האט ער פשוט מורא צו אטאקירן...

גאו פיגער
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:42 am#145581
ATUB @חזקיהו המלך ATUB , איין שאלה האב איך.

אבאמא, סיריע און די רעבעלן איז איין גרויסע שוי שפיל.
בוש, ניין עלעווען והמסתעף איז איין גרויסע שוי שפיל.
סטיוו דזשאבס, ביל געיטס, די ראיאל פאמיליע פון בריטאניע און מיקי מויז זענען איין גרויסע שוי שפיל.
אלע דאקטוירים, נירסעס, אפטייקער, הצלה וואלונטירן און הילערי קלינטאן זענען איין גרויסע שוי שפיל.

איז ווער - אויסער דו און דזשאן בעטשלער - איז די אמת'דיגע מענטש/זאך?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:12 am#145585
הוגה האט געשריבן:@חזקיהו המלך, איין שאלה האב איך.

אבאמא, סיריע און די רעבעלן איז איין גרויסע שוי שפיל.
בוש, ניין עלעווען והמסתעף איז איין גרויסע שוי שפיל.
סטיוו דזשאבס, ביל געיטס, די ראיאל פאמיליע פון בריטאניע און מיקי מויז זענען איין גרויסע שוי שפיל.
אלע דאקטוירים, נירסעס, אפטייקער, הצלה וואלונטירן און הילערי קלינטאן זענען איין גרויסע שוי שפיל.

איז ווער - אויסער דו און דזשאן בעטשלער - איז די אמת'דיגע מענטש/זאך?


ATUB @הוגה ATUB ס'נישט אזוי פשוט,

רוב מענטשען זענען מער ווייניגער ארענטליך, עכ"פ רעלאטיוו צי די וועלט פין שקרים וואס ווערט געשפילט דורעך א מינדערהייט,

רוב דאקטוירים זענען מער ווייניגער ארענטליך, אבער דאקטוירים לערנען אין גלייבען וואס מען לערענט זיי, נישט יעדער דאקטער האט צייט אין געדולט צי געוואר ווערען אז אסאך זאכען אין וואס זיי גלייבען איז שקר, ס'איז אסאך גרינגער צי גיין מיטען שוואונג,

למעשה לויט ווי ס'שיינט גייט פאר א גרויסע שוי שפיל, א שוי שפיל וואס קאסט בלוט, די קרימינאלען וואס זענען ליידער ביי די מאכט פארקויפען שקרים אין פיטערן דעם עולם מיט באבע מעשיות פאר זייער אינטערעסען, איטס זשאסט טו בעד, דאס איז די מצב,

פאר מער אינפארמאציע, בעט פין ATUB @זר זהב ATUB זאל דיר געבען זיין ניו יארק טיימס,
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:31 am#145587
נו וואס האסטו געענפערט אויף הוגה'ס באמבע פראגע?
פארוואס איז א קאווע שטיבל ניק וואס באהאלט זיך אונטערן נאמען חזקיהו המלך וואס האט נישט גאפראווד קיין שום קרעדיבילאטי אדער עווידענס צו וואס דו שרייבסט. נאר אויב שטעלט זיך ארויס אז דיין טעאריע איז פאלש וועסטו סך הכל עפענען א נייער ניק, און וועסט נאך האבן דער פריווילעגיע צו באוואשן דיין פריערדיגער.

און קעגן וועם שלאגסטו דיך ?

קעגן די אלע פאבליק פיגורן וואס שטייען אויס יעדן טאג קריטיק דורך די הונגעריגע וועלף פון די מידיע וואס פאר
א ליווינג ווארפן זיי זיך ארויף אויף יעדן ספק ספיקת שמץ פון א סענזאציע ווי א וועמפייער אויף א גלעזל בלוט.

דו קענסט האלטן אז דו האסט לאגישע טענות, אבער מ'דארף לייגן זאכן דא און פרעספעקטיוו! מיין פריינד.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:42 am#145590
אה, כ'מיין כ'האב אויסגעפיגערט וואס גייט געשען נעקסט,

אקעי, די קרימינאלען האבען אינטערגעשטעלט די גאז אטאקע כדי צי ווארפען די שולד אויף אסאד, כדי צי האבען א תירוץ צי אטאקירען סוריא,

קעי, ביז דא שטימט עס, יא ?, פיין,

נעקסט חוץ טאמער עפעס גייט נישט לויט זייער פלאן, גייען זיי אטאקירען סוריא,

נעקסט גייט מסתם געשען אזוי, זיי גייען אליינס אינטערשטעלען א גאז אטאקע בתוככי אמעריקע אין "יעדער וועט אליין'ס פארשטיין" אז סוריא האט עס געטוהן אלס נקמה פאר די אטאקע, אין דאס וועט זיי געבען א תירוץ נאכמער צי אטאקירען סוריא אין נאכמער צי אוועקנעמען פרייהייטען בתוככי אמעריקע, אין באשולדיגען יעדעם אלס טעראריסט,

פרעגטס נישט פארוואס זיי ווילען אטאקירען אמעריקע, כ'האב נישט קיין נערווען יעצט צי שרייבען דערוועגען, אבער אזוי ווילען זיי, אין דאס איז לכאורה די פלאן פאר ווייטער,

מארק מיי ווארדס, ווייל ס'וועט אדער יא אדער נישט געשען, אבער כ'מיין אז יא, חוץ טאמער די מצב וועט זיך טוישען אין ס'וועט שוין נישט "שטימען" אז ס'זאל געשען,

נו, כ'האב גענומען די ריסק אין געמאכט א פרעדיקשען, אבער אפילו ס'וועט געשען, אין אפילו כ'האב עס געשריבען פארדעם, וועלען מסתם רוב ליינער דא נישט גלייבען אז סוריא שטייט נישט אונטער די אטאקע,

עניוועי, דער עיקר ס'זאל נישט שאטען פאר קיין אידען,
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:51 am#145619
ען בי סי ניוס, זאגט אז די אמעריקאנע אטאקע קען געשען אזוי פרי ווי דאנערשטאג, עס קוקט מיר אויס ווי אמעריקא באשטעלט אן אפוינטמענט ביי אסאד.. וואס איז געווארן מיט די 'עלעמענט אף סורפרייז'?

אנאליסטן זאגן אז אמעריקא וויל דערלאנגן א קליין פעטשל פאר אסאד, פשוט צו צוריקשטעלן קרידיביליטי פאר מיסטער אבאמא. זיי זוכן בכלל נישט עם אונטערצוווארפן.

ישראל האלט אז אסאד וועט נישט ריזיקירן זיי צו אטאקירן.

לאמיר האפן עס זאל זיך אויסלאזן צום גוטן, עס קען גיין זייער ראנג גאר שנעל ר"ל.

הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:21 am#145621
איין שאלה וואס איך קען נישט ארום-ארעמען מיט מיין ארעם,

אסאד -לויט אלע מלחמה אנאליסטען- האט היינט צו טאגס א מעכטיגע אויבערהאנט אקעגן די רעבעלען,עס וועט נישט נעמען מער ווי אפאר חדשים,אז די רעבעלען וועלען זיי אינגאנצען אפגעווישט, פארוואס אין די וועלט זאל ער ניצען כעמישע וואפען און מיט די אייגענע האנט "צווינגען" די וועלט זיך אריינמישען און א מלחמה וואס ער גייט געווינען,טאמער די וועלט מישט זיך נישט אריין?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:39 pm#145841
RIGHT NOW! LOCAL MEDIA REPORT LARGE EXPLOSION IN CENTRAL DAMASCUS IN THE MUHAJRIN AREA JUST A KILOMETER AWAY FROM PRESIDENTIAL RESIDENCE.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:44 pm#145848
יפה שאלת נצבד, ווי עס שיינט איז די גאז אטאקע נישט געקומען דירעקט אויפן באפעל פונעם דיקטאטור אסאד, נאר על דעת עצמו פונעם הויפט גענעראל אויפן פערטן בריגאדע (זיין ברידער דאכטזיך).

די סבה פארוואס ער האט דאס געטוען איז ווייל אסאד, ווי זיין טאטען כאפאז, גייען אין דעם מהלך פון באשטראפן די שטיצער און די משפחות פון די מורדים, ועל עולל וינוק לא מרחם און אזוי האפט ער אנצוזייען פחד בבחינת אם לא תפחד בשביל עצמך תפחד בשביל אשתך ובניך, און עס האט פיין געארבעט ביז איצט, און מאנכע זאגן אז טאקע וועגן דעם האט ער געמאכט פארשריט לעצטענס.

ווי עס האלט יעצט ווארט מען די בריטישע פארלעמנט זאל צוריק גיין אין סעסיע איבערמארגן דאנערשטאג אז זאלן שטימען אויף דעם טעמע לחייב או לזכאי, ותכף לפסק דין גשמי ברכה, אמעריקע וועט בארעגענען מיט קרוז מיסעלס בעיקר ליידיגע אנשטאלטן און געביידעס וואס געהערט צום פערטן בריגאדע ביינאכט שעות ווען עס איז ליידיג, אמעריקע איז נישט אינטערעסירט דא צו מאכן קיין סורפרייז נאר אדרבה זיין וועלן לכאורה געבן א ליסט פאר אסדן גענוי ווי ער גייט באגאסן ווערן, און מיט דעם וועט ער יוצא זיין כל הדעות און סוועט זיין וחמת המלך שככה. אסד וועט לכאורה נישט רעגירן ער וועט זיך ענדערש אפווישן די נאז און גיין ווייטער, ווייל ער ווייסט אז אמעריקע איז נישטא דא אים צו שטירצן נאר אים צו געבן א פלעקעל און די נאז.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:41 pm#145863
בנימין:
איך וואלט געלייגט מיין געלט, אז די רעבעלען האבען געניצט די כעמישע וואפען (טאמער סאיז בכלל געווען אזא אטאקע),

איך זעה אז די רעבעלען-און סאיז א פאקט אז זיי האבען און זייער באזיץ כעמישע וואפען,קאנפיסקירט פון איינגענומענע באזעס- זאלען ענדערשער האבען א סיבה דאס צו ניצען.

דהיינו,זיי זעען אז זיי האלטען אט אט ביים ווערען באזיגט ביג טיים, און אן די דרויסענדיגע וועלטס אינטערווענץ זענען זיי זיכערע פארלירער, סוי וואס איז ווערט פאר די רעבעלען (מוסלמענער) אפאר הינדערט סיווילע טויטע (אפילו אייגענע) אז די וועלט זאל זיך מיזען אריינמישען און אביסעל טילטען די פייט לטובתם?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:49 pm#145868
אויב איז עס אזוי וואלט נישט גענומען קיין פינעף טעג פארן יו ען צו באקומען אן אישור אריינצוגיין אין סיריע.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:59 pm#145874
פארוואס זאלען זיי פרייוויליג אריינלאזען די יו ען,ווען אסאד גייט עניוועי זיין דער וואס גייט זיין דער שולדיגער? נאכדערצו -וויזוי דו האסט פריער ארויסגעברענגט- אז אסאד קען באשטיין אז דאס פאלק זאל האבען דאס קדחת פון אים (דענקסט סאדאם כוסעין האט אויך געשפילט מיט זיין-קיינמאל געטראפענע- כעמישע און ביאלאגישע וואפען?) אפילו סאיז נישט געווען זיינע קרעפטען וואס האבען דאס געניצט,

א קיצור ער האט נישט קיין שום סיבה -בשעת ער האט די אויבערהאנט- עס "יעצט" צו ניצען, און די רעבעלען האבען "אלע" סיבות דאס יא צו ניצען,און אויך געווענליך גלייכט נישט קיין דיקטאטור, אז די יו ען זאל זיך דרייען אויף זיין טעריטאריע,פאר עני סיבה
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:26 pm#145893
איך זעה אז אבאמא איז אנגעקומען צו די זעלבע מסקנא ווי ראנאלד רעיגען..

ער גייט נישט ערלעידיגען קיין רעזשיעם טשעינדש און סיריע,ער גייט נאר לעוולען די פלעיאינג פיעלד,אז אסאד זאל נישט אזוי שנעל קענען באזיגען די רעבעלען,און אזוי וועט זיך בעזרת השם די סיוויל וואר ציען פאר עטליעסט נאך א צען פופצען יאר,און די על קאידע וועלען זיין ביזי צו דערהארגענען די אייגענע ברודער,און איינוועגס וועט אסאד זיין ביזי זיך צו דיפענדען און אפלאזען איזרעאל...און שלום על ישראל
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:56 pm#146006
ער גייט עס לכאורה באהאנדלן אזויווי ער האט באהאנדלט לוביע
ער וועט ווארפן באמבעס מיט נאטא אין די רעבעלס פין אונטן וועלן מאכן דעם זשאב

אזוי שאץ איך עס אפ
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:55 pm#146057
א נייעס אויף יאהו נייעס Wed 30 Jan, 2013

ריפארט: אמעריקע האט געשטיצט א פלאן צי מאכען א גאז אטאקע אין סוריא, און באשולדיגען די אסאד גאווערמענט,
m http://in.news.yahoo.com/us-backed-plan ... 48224.html m
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:41 pm#146191
m http://www.speaker.gov/sites/speaker.ho ... -syria.pdf m


מכתב עוז חביון צום קאמענדער אין טשיף פונעם רעדנער פונעם קאנגרעס, דשאן בעינער.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:31 pm#146211
די אסוסיעטעד פרעס לייגט אראפ וויאזוי א אטאקע גייט צו גיין.
WASHINGTON (AP) — When it comes to Syria, the Obama administration is sure about one thing: President Bashar Assad's government must be punished after allegedly using deadly chemical weapons, possibly including sarin gas, to kill hundreds of Syrians.

The U.S. and allies accuse Assad of crossing the line that President Barack Obama said would have "enormous consequences." That's now expected to trigger a military strike, limited in time and scope, with the goal of downgrading and weakening Assad, but not toppling him or destroying his forces.

The details of how and when the U.S. military and allied forces might attack are under debate, but would be based on complex plans developed and repeatedly reworked over time by the Pentagon.

A look at what's known and what's unclear about how it might unfold.

___

WHO DECIDES

The order for the strike would come from Obama, delivered to Gen. Martin Dempsey, chairman of the Joint Chiefs of Staff, and Defense Secretary Chuck Hagel. The operation probably would fall under the purview of U.S. Central Command, headed by Army Gen. Lloyd Austin. The more immediate commander probably would be Adm. Bruce Clingan, who heads U.S. naval forces in Europe. A coalition likely joined by allies such as Britain and France would likely set up a joint task force to coordinate targeting and missions.

___

WHO LAUNCHES WHAT

Four U.S. Navy destroyers — the USS Gravely, USS Mahan, USS Barry and USS Ramage — are in the eastern Mediterranean Sea waiting for the order to launch.

They are armed with dozens of Tomahawk cruise missiles, which have a range of about 1,000 nautical miles, and are used for deep, precise targeting. Each one is about 20 feet long and less than two feet in diameter, and carries a 1,000 pound warhead.

The missiles fly at low altitudes and their range allows the ships to sit far off the coast, out of range of any potential response by the Syrian government. Some ships have cameras that can provide battle damage assessments.

The Navy also now has two aircraft carriers in the region, loaded with fighter jets. The USS Truman arrived in the Arabian Sea to take the place of the USS Nimitz, which was supposed to head home. But the Navy ordered the Nimitz, which is in the Indian Ocean, to stay for now.

U.S. officials described the decision as prudent planning, and said it doesn't suggest the carrier would play a role in any possible strikes in Syria.

Britain's Royal Navy has deployed at least one Trafalgar-class attack submarine to the Mediterranean, though it declines to specify where. Each of the subs typically carries around a dozen Tomahawk missiles. That supply, if exhausted, could be quickly restocked by a Royal Navy nine-ship task force that deployed this month to the eastern Mediterranean.

The British Royal Air Force base Akrotiri, 175 miles west of the Syrian coast, could be used by cruise missile-capable U.S., British and French aircraft.

___

WHAT ABOUT TROOPS, FIGHTER JETS AND BOMBERS?

Obama has ruled out putting troops on the ground in Syria, and because of Assad's extensive air defense systems, officials believe it is too risky at least initially to deploy fighter aircraft or even low-flying drones that could be shot down.

While less likely, the U.S. could deploy fighter jets or bombers as the operation continues, particularly if the Assad regime begins to take retaliatory actions and manned aircraft are needed in order to strike specific, critical targets.

Obama has rejected trying to impose a "no-fly" zone over the country. Military leaders have said that creating one would be risky and expensive.

___

WHAT MIGHT THEY TARGET?

U.S. officials say any operation must have clear goals that can guide decisions on what the military must strike.

Dempsey has told Congress that lethal force would be used "to strike targets that enable the regime to conduct military operations, proliferate advanced weapons and defend itself."

At a minimum, Western forces are expected to strike targets that symbolize Assad's military and political might: military and national police headquarters, including the Defense Ministry; the Syrian military's general staff; and the four-brigade Republican Guard that is in charge of protecting Damascus, Assad's seat of power. Assad's ruling Baath Party headquarters could be targeted, too.

U.S. officials also are considering attacking military command centers and vital forces, communications hubs and weapons caches, including ballistic missile batteries.

Air defense systems, including Syrian aircraft, interception missiles, radar and other equipment, also could be targets. The majority of those systems — as many as 500 defense positions and 400 operational aircraft — have been positioned along Lebanon's border, in the Syrian-controlled part of the Golan Heights, along the Syrian Mediterranean coast and in and around Damascus.

Helicopter and fixed wing aircraft air bases across the country, including the Mezzeh air base in Damascus, and Nairab, a major military air base in Aleppo, could be targets.

Because any strike would be considered payback for Assad's alleged use of chemical weapons, Western forces could zero in on the headquarters of the Syrian Army's 4th Division, 155th Brigade. That unit is believed to be responsible for the Aug. 21 attack that U.S. officials say involved chemical weapons. The brigade is headed by Maher Assad, Bashar Assad's younger brother.

The brigade has a missile base across a large terrain in a mountain range west of Damascus, including underground bunkers and tunnels. It is believed to be surrounded by army bases as well as weapons and ammunition storage sites.

Systems for moving Assad's chemical weapons stockpile could be top targets as well. But the stockpile itself probably would not be hit because of risk of accidental release of the deadly nerve agents that include mustard gas, tabun, sarin and VX.

___

WHAT PROBABLY WOULD BE AVOIDED?

It's doubtful the U.S. would directly target Assad. U.S. policy prohibits assassinating foreign leaders unless they have attacked America first.

It's also unclear if Assad's military intelligence headquarters, a symbolic target, might be attacked; it's believed to hold hundreds of prisoners.

___

WHEN MIGHT A STRIKE COME AND HOW LONG MIGHT AN ATTACK LAST?

The most common answer to this question in recent days has been "soon." But a number of factors that could affect the timing.

The British Parliament was expected to convene Thursday to discuss the matter and possibly vote on whether Britain would participate. There's has been a so-far unsuccessful effort to seek U.N. Security Council approval for a strike, but there's also significant pressure on the administration to act quickly and decisively.

Any military operation probably unfold at night or in the predawn hours, with an initial assault possibly lasting several hours and involving missile strikes from several warships. What could follow is a period in which the U.S. might use satellites and other intelligence capabilities to assess the damage.

Under that scenario, such an assessment could be followed by an additional round or two of missile strikes. Most officials believe any operation would last no more than a few days.

Other U.S. military assets in the region, including an Air Force air wing of F-16 fighter jets located in Aviano, Italy, are available, but might not be used, at least right away.

The British fleet in the eastern Mediterranean is led by the HMS Bulwark, an assault vessel designed to deliver around 400 Royal Marine Commandos by landing craft or helicopters, all stored on board. Specialist communications and engineering units of the Marine Commando also are aboard.

The fleet's other principal ship is HMS Illustrious, a helicopter transport that carries anti-sub and attack helicopters. There also are two frigates carrying anti-ship, anti-air and anti-sub weapons systems, and five supply ships.

The French defense ministry says it has a dozen cruise missile-capable fighter aircraft at military bases in the United Arab Emirates and the Horn of Africa nation of Djibouti.

Any air contribution to a potential attack on Syria, however, probably would come directly from France and mean pit stops at British RAF base Akrotiri, or rely on airborne tankers.

___

Associated Press writers Zeina Karam in Beirut, Shawn Pogatchnik in Dublin, and Sylvie Corbet and Greg Keller in Paris co
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:30 pm#146469
וואס איז פשט דערפן?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:02 pm#146498
דער קעמעראן האט געכאפט אזא מיאוסן פליק אויף וואס קיינער האט זיך נישט געראכטן. די פאלק דארט איז נאך אנגעווייטאגט אויף טאני בלעיר פון 10 יאר צוריק בנוגע איראק.

די פארלימענט האט געשטימט 285-272 אנטקעגן זיך אריינמישן אין סיריע.

אבאמא לכאורה איז יעצט שטארק פארלוירן, כ'גלייב נישט ער וויל גיין אליין. מסתם וועט פראנקרייך אויך צוריקצוען איר שטיצע און ער וועט בלייבן מיט זיין דיקע רעד ליין...
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:04 pm#146499
דער נ.י. טיימס באריכט אז אבאמא איז וויליג צו גיין אליין אויך
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:10 pm#146607
דער יואל וואס האט יעצט אריינגערופען צו סעוויטש,קען מיר נאך היצט אפגעבען מיין פארדינטען קרעדיט,דא....
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:24 pm#146621
נצבד האט געשריבן:דער יואל וואס האט יעצט אריינגערופען צו סעוויטש,קען מיר נאך היצט אפגעבען מיין פארדינטען קרעדיט,דא....

וואס פאלט דיר ביי אז איך האב גענימען מיין אינפערמאצי פון דיר?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:28 pm#146624
איינער וואס הערט אויס סעוועדזש ווען ס'קומט צו אזעלעכע ערנסטע געשענישן, דארף א דאקטאר. ניטאמאל ער אליין גלייבט וואס ער זאגט. ער טוט אלעס פאר אפעקט און צו זיין "דיפפרענט".
---
כאב געהערט די לעצטע מינוט היינט, ער פרעגט "וואס וועט אויפטון יעצט צו באמבאדירן, זיי נוצן סיי ווי נישט יעצט די קעמיקאלע וואפן וואס איז די פוינט?" -- אההמ, וואס? די פוינט איז זיי צו דעטערן אז זיי זאלן עס נישט טון נאכאמאל!

אסאך מאל איז סעוועדזש דאמער פון א חדר אינגעל. ער איז נאר גוט ווען ס'איז נישטא קיין נייעס, און ער רעדט פון זיינע רעסטאראנטען אד"ג. ביי ערענסטע סיטואציעס איז ער בכלל נישט קראנט און סטאביל. שטיי אוועק פון אים
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:36 pm#146627
איך הער נישט קיין איין טאלק שאו,איך בין נאר פונקט געזעצען ביי איינעם און קאר,הער איך ווי קאללער רופט אריין,אין זאגט נאך ווארט ביי ווארט וואס איך האב געשריבען דא
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:49 pm#146824
אבאמא רעד יעצט איבער סיריע
מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 11:56 pm#146928
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:03 am#146985
א אינטערעסאנטע אנאליז פובליצירט נאך אנהויב פעברואר, פארוואס רוסלאנד שטיצט סיריע. (יאא! יעדער מיט זיינע אינטערעסן)
m http://today.ucla.edu/portal/ut/PRN-rus ... 28392.aspx m
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:14 pm#147021
ווער איז שולדיג אין טעראר
אן אלטע אינטערוויא מיטן געוועזענעם סי איי עי דירעקטאר מייקעל שאויער איבער די אראבישע פרילינג, איזראעל, טעראריזים, סיריע און איראן.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:07 pm#147742
און גלען בעק זאגט עפעס...

ווארענונג: גרויליגע גראפישע בילדער דערינען!!!

דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:00 pm#147758
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 8:26 pm#147896
פארוואס שפיער איך אז די גאנצע סיריע עסק, איז נאר א פראנט פאר אמעריקע זיך אנזאמלען א פלאטע צו זיין גרייט מיט א סורפרייז אטאקע קעגן איראן?
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 8:27 pm#147897
פרעג חזקיה, אפשר דארפסטע דזשוינען זיין קלאב