Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אכשר דרא?! אשתגע דרא!

אכשר דרא?! אשתגע דרא!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 353 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4593
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 6:27 am#328104
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
וואו! אין מילים! דאס איז קראנט? צו שאולזוהן?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 10:27 am#328130
I linked to its source there from Kikar
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 10:28 am#328131
מיינע צוויי צענט:
די פון אונז מיט א טיפערן בליק, ווייסן ווער די מארגנים פון די ערבי שירה זענען און וועלכע סארטן נעמען אנטייל אין אט דאס. די וואס פארשטייען אביסל ״חכמת הפרצוף״ און האבן געזעהן קליפס פון די קומזינגן וכדו׳ ווערן אביסל פארעקלט פון וואס זיי זעהן דארט. יא, כ׳זאג עס אזוי ווי עס איז. כאטש איך בין פון די גאהר שטארקע אוהדי מוזיק און ארט און ווייט פון זיין א פרומטשיקע, וואלט איך נישט געלאזט מיינע קינדער אהין גיין. ס׳גאנצע vibe דארט מאכט מיר שטארק נערוועז...
?Do I need to spell it out
דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:39 pm#334728
קען זיין דאס באלאנגט אינעם 'אכשר דרא' אשכול, אבער לבי אומר לי אז דאס באלאנגט דא.
דאנערשטאג מאי 26, 2016 3:47 pm#334742
דער מקור צו דעם איסור איז הרב וואזנער ז"ל ביי זיין דרשה ביי כינוס כלל ישראל.
דאנערשטאג מאי 26, 2016 6:38 pm#334770
קנאק-יענקל האט געשריבן:דער מקור צו דעם איסור איז הרב וואזנער ז"ל ביי זיין דרשה ביי כינוס כלל ישראל.


ואחר מחילת כבוד התורה וכו'. הרב וואזנער'ס מקור?...

two wrongs don't make one right
פרייטאג מאי 27, 2016 12:14 pm#334871
וואלווי האט געשריבן:
קנאק-יענקל האט געשריבן:דער מקור צו דעם איסור איז הרב וואזנער ז"ל ביי זיין דרשה ביי כינוס כלל ישראל.


ואחר מחילת כבוד התורה וכו'. הרב וואזנער'ס מקור?...

two wrongs don't make one right

אי איכא דרכא אחרינא [...] מיקרי.
רשע הוא - ואף על פי שעוצם עיניו שלא היה לו לקרב אלא להרחיק מן העבירה דקיימא לן חולין (דף מד) הרחק מן הכיעור
(רשב"ם ב"ב נ"ז)
פרייטאג מאי 27, 2016 1:31 pm#334886
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
אין סימן ל"ד אין חו"מ ווערט אזא איינער נישט געברענגט אלס פסול לעדות ולדין. אין או"ח אויך נישט לגבי בעל תפלה.
און דער מציאות פון 'איכא דרכא אחרינא' איז נישט אין פלאץ. דער וואס וויל די בענעפיטען פון טעקסט, וואטסעפפ, גוגל, אימייל ועוד, האט עס נישט אן א סמארטפאון.
אלזא, דאס איז נישט קיין מקור.
איינער האט אן עכטע מקור?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פרייטאג מאי 27, 2016 1:41 pm#334888
ס'ווערט נכלל אין מפריחי יונים
פרייטאג מאי 27, 2016 2:20 pm#334893
אין סימן ל"ד אין חו"מ ווערט אזא איינער נישט געברענגט אלס פסול לעדות ולדין. אין או"ח אויך נישט לגבי בעל תפלה.

האסט אפשר ר' יושע לייפער'ס נומער, אין די קומענדיגע דריק פון תלמוד בבלי זאל ער ארויסנעמען די ווערטער פון די גמרא אז איכא דרכא אחרינא וכו'...
דער רבינו יונה ושאר ראשונים פסק'נען להלכה אז א מומר צו דבר אחד מן התורה - ובכללם: ולא תתורו אחרי עיניכם - איז א מומר לכל התורה כולה.

און דער מציאות פון 'איכא דרכא אחרינא' איז נישט אין פלאץ. דער וואס וויל די בענעפיטען פון טעקסט, וואטסעפפ, גוגל, אימייל ועוד, האט עס נישט אן א סמארטפאון.
מ'קען אלעס האבן, מיט א מינימום פילטער
דארט שטייט נאר "אייפון האסור", וואס איז אן א פילטער.

אלזא, דאס איז נישט קיין מקור.
גאנץ א פיינער מקור.

איינער האט אן עכטע מקור?
כנ"ל
און למיגדר מילתא ולאפרושי מאיסורא מעגן חכמי ישראל מאכן א תקנה.
פרייטאג מאי 27, 2016 2:39 pm#334897
קנאק-יענקל האט געשריבן:און למיגדר מילתא ולאפרושי מאיסורא מעגן חכמי ישראל מאכן א תקנה.


תקנות און גדרים איז איין זאך און עיקרי איסור והיתר איז א צווייטס. עס איז שוין העכסט צייט אויף צי הערן אויס מישען די צוויי זאכען
פרייטאג מאי 27, 2016 2:40 pm#334898
קנאק-יענקל האט געשריבן:... למיגדר מילתא ולאפרושי מאיסורא מעגן חכמי ישראל מאכן א תקנה.

אין זה תקנה כי אם הרסה.
פרייטאג מאי 27, 2016 3:37 pm#334913
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ער ווערט מיר א מומר שוין. איינער וואס האט א סמארטפאון און גארנישט געזינדיגט. פארוואס? ווייל ער איז א מומר אינ'ם איסור פון איכא דרכא אחרינא?
אלה אלהיך ישראל.

און לגבי תקנות איז סתם געשאסען. הרב וואזנער איז גאר א פיינע מו"צ געווען און ער האט געקענט אין א סאך ערטער פון הוראה. אבער תקנות מאכען האט ער נישט קיין רעכט, און זיכער נישט להוציא מיד דער וואס האט א רעכט צו א חיוב פון דאווענען ביים עמוד.
און אז דו דינגסט זיך, ביטע אויפווייזען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פרייטאג מאי 27, 2016 3:45 pm#334915
בכלל איז אינטרעסאנט ווען מ'האט אנגעהויבן צו רופן די חברה "חכמי ישראל" און "פוסק הדר".

די אלטע כלל פון ווי שוואכער די מצב, אלץ גרעסער דעם טיטל.

מיין מיינונג איז (בעיס'ד אויף די גרויסע דגוש וואס מ'זעהט ביי די [עכטע] חז"ל ווי שווער זיי האבן געטיילט חומרות), אז ווער ס'קען נישט אויפקומען מיט קיין קולא, קען נישט אויפקומען מיט א חומרא.
פרייטאג מאי 27, 2016 4:27 pm#334923
ווי ווייט גייט די איכא דרכא אחרינא? אז איינער גייט אויף דרייצענטע עווניא אין ב״פ ווי ער קען חלילה נכשל ווערן מיט ראיות אסירות ווען אין אמתן וואלט ער געקענט גיין אויף צוועלעפטע עווניא ווי ער ווערט ווייניגער נכשול הייסט עס עובר געוועהן אויף איכא דרכא אחרינא? די אינטערנעט איז נישט שמוציג נאר אז מזוכט שמוץ, א מענטש דארף זיך קענען באהערשן אפילו שמיץ איז עוועלעיבעל מיט איין דרוק אויפן קנעפל, נישט האבן קיין אינטערנעט היינטיגע צייטן וועגן סקען זיין אז מוועט עובר זיין אויף ראיות אסורות איז פונקט ווי נישט גיין אויפן גאס אדער זיך ארומבינדן די אויגן מיט א שמאטע ווען מגייט אויף די גאס ווייל מקען אפשר אנקומען צו ראיות אסורות.
מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:57 pm#360426
מיליכיג אדער פארעווע?
מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:47 pm#362718
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
בילד

lead, follow, or get out of the way
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:01 pm#362719
כ'בין חושד אז די כלה איז געגאנגען שאפינג מיט איר מאמע, און די רבי טאנצט מיט א באנק אין ווייבער שול.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:35 pm#362724
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
דאס איז עפעס מורא׳דיג!

דער אריגינעלער מנהג איז אז מ׳האט געטאנצט אין פראנט פון די כלה. זי איז געזעסען אינדערמיט, און איהר משפחה האבען געטאנצט און געמאכט פון איהר דער טאראראם, ווי ס׳קומט זיך איהר אויף איהר נאכט. מ׳זוכט איהר פרייליך צו מאכען, ווארום אזוי האבען די חכמים מתקן געווען מצות שמחת חתן וכלה, און אזוי האט דער אויבישטער געטוהן צו אדם וחוה. און די פארצייטישע ליטווישע טוהן דאס היינט אויך. ויבאו הפרומאקעס און האבען עס פראבירט דאס מבטל צו זיין ביי די ליטווישע, און טאקע די גרים ובעלי תשובה טוהן עס שוין נישט. מ׳לאזט נישט דער כלה אריין צו די מענער אינגאנצען ביי זיי.

ווידער ביי חסידים האט מען גענומען דער געוואלדיגע מצוה פון פרייליך מאכען א חתן כלה אין זייער נאכט, און דאס פארוואנדעלט אויף א מין תשעה באב׳דיגע סיגוף, א דערהויבענע מינוט וואס מ׳ווייסט גארנישט וואס מ׳קען אלס ׳פועל׳ן׳. מ׳רירט נאך די פיס אין געגענווארט פון דער כלה, אבער דער פנימיות האט מען אויסגעליידיגט אינגאנצען. וואס ערנסטע דער מינע פון דער רבי וואס טאנצט, וואס מער טרערען, וואס מער צרות ישראל ווערען דערמאנט פונ׳ם בדחן, וואס מער דערהויבען דער מעמד איז, אלס ווייטער פון דער ריכטיגער ענין איז מען פארקראכען. דערנאך האבען די פרומע חיצוניות׳דיגע מענטשען אנגעטוהן א טיכעל אויפ׳ן פנים פון די ווייב אז זי זאל ניטאמאל זע׳ען וואס מ׳טוט פאר איהר. ביז דער פקח האט מחליט געווען אז מ׳קען איהר גאר לאזען אין ווייבער שול. אפשר קען מען בכלל נישט נוצען א גארטעל און זי זאל בלייבען אין שטוב? אפשר גאר אן אנדערען נאכט?

תוכו זרק וקליפתו אכל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:36 pm#362725
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נאך א שאלה. פארוואס האט מען געלאזט די בחורים בלייבען צום מצוה טאנץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:50 pm#362728
איך וויל עם באשטעלן פאר א חתונה, וויפיל נעמט ער?
מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:24 pm#362736
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'בין חושד אז די כלה איז געגאנגען שאפינג מיט איר מאמע, און די רבי טאנצט מיט א באנק אין ווייבער שול.

רויטע וואנצעס: אפשר מיט א קוה אדער א קאץ... :lol: :roll:
מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:56 pm#362740
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
דוכט זיך אז דאס איז דער סטאנדארט ביי די גרויסע רבי'שע שבת שבע ברכות, צו טאנצן מיט א גארטל ארויף צום ווייבער שול.

אדער מאך איך א טעות. שוין א שיינע פאר יאר נישט געווען ביי אזא זאך
דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:06 am#362747
בפירוש'ער גמ' (כתובות י"ז ע"א) ביי די סוגיא פון מצוה טאנץ, אי דמיין עלייכו ככשורא לחיי ואי לא לא, ער טאנצט מיט א באלקאן....
דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:42 am#362754
איז דאס טאקע ביים חתונה נאכט? אדער א נאכט בעפאר ביי די ארימע חתונה? וויל איך זעה א חלק אידן מיט היטן. ווי אויך אין רוב זאלן זענען נישט פאראן קיין ווייבער שולן, אחוץ אויב די חתונה איז פארגעקומען אין א ביהמ"ד.
דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:46 am#362756
ליטוואק, פאוואליע.
שמחת חתן וכלה ביי חסידים איז נאך עניטיים אזוי לעבעדיג ווי ביי די ליטוואקעס, מיטן אויסנאם פון די מנהג אז כיצד מרקדין לפני הכלה מיינט מען אלע בחורים....

ביי ענק איז דאך נישטא קיין "מצוה טאנץ". דאס איז א הוספה וואס חסידים האבן צוגעלייגט וויל עס איז מבואר אין ספרי חסידות די געהויבענע עת רצון. מוזט עס נישט איינפירן ביי ענק אויכעט, אבער פארוואס באשולדיגסטו חסידים אז זיי זענען מבטל שמחת חתן וכלה און פארוואנדלען די גאנצע נאכט ווי א תשעה באב סיגוף?
דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:59 am#362759
האלא, עס איז ידוע לכל אז ליטוואקעס (בחורים) טאנצן מיט פיל מער עקסטאז ווי רוב חסידים. (חוץ קארלין און לובאוויטש). און ווי אויך די ליטוואקעס מאכן א שטארקער מצב ארום דעם חפצה של מצווה (בדומה צו רוב ספרדים) ביי א חתונה איז דער חתן כלה, און שמחת תורה איז עס די ספר תורה. זיי זענען מער שפילעדיג דערמיט.

עס קוקט אויס אז חסידים וואס זענען געוואוינט צו טאנצן אפט באופן שוויוני בדיבוק חברים, זיי זענען געווען די וואס האבן אפגעקערט פונעם אלטן טראדיציאנעלן שפילעדיגן עקסטאז ארום דעם חפצה של מצווה.
דינסטאג פעברואר 14, 2017 4:59 am#362771
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג, דו מאכטס א טעות. חסידים האבען נישט צוגעלייגט א מצוה טאנץ. ליטוואקעס האבען עס אויך (ביז די נייע פרומע עפאכע). פראסט און פשוט, די כלה קומט אריין ביי די מענער, דער חתן זעצט זיך דערלעבען און דער עולם טאנצט ארום זיי א שטיק צייט. קונסטליכער מאכען זייער קונסט ארבעט דעמאלס וכדו׳. און דער שמייכעל וואס ס׳לייגט אויפ׳ן כלה׳ס געזיכט, איז גאר א דערהויבענע זאך. דאס האבען חז"ל און די מקורות געמיינט ביים דערהויבענקייט פון א מצוה טאנץ. דאס פרייליך מאכען א חתן כלה ביום שמחת לבם.

געקומען זענען די פרומאקעס און אויסגעליידיגט א ריין הייליגע מושג פון איהר תוכן. און מ׳איז אזוי צוגעוואוינט צו דער קרומקייט אז מ׳מיינט אז דאס איז גאר די אריגינעלער זאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:01 am#362779
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך א שאלה. פארוואס האט מען געלאזט די בחורים בלייבען צום מצוה טאנץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נאך א שאלה אריינגעפאלען אין קאפ. פארוואס דעקט ער צו די אויגען? די ווייבער זענען דאך נישט דארט. אפשר פון די מענער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 14, 2017 10:07 am#362785
יעלה ויבא האט געשריבן:בילד

lead, follow, or get out of the way

קומענדיגע דורות וועט מען לערנען מיט די קינדער אז שלמה המלך האט געהאט טויזענט בענקלעך פון ווייבער שול...
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:20 pm#362970
די צייטונג ברענגט דער בילד און שרייבט אונטערדעם אז די כלה איז געבליבען אין ווייבער שול צוליב דער "געדרענג"...

זעט אויס די צייטונגע האט גע'גנב'ט סטעף פון דער בלאט
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:46 pm#362986
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
אויב איז געווען אזוי ענג, איז נישט בעסער צו לאזן די כלה אינדערהיים, אזוי שפארט מען נאך אפאר פארציעס עסן. די עיקר דער רבי מיט חסידים זענען דארט.
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 5:23 pm#362998
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ענדעריש לאזען די כלה דארט און דער רבי אינדערהיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 5:26 pm#362999
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ענדעריש לאזען די כלה דארט און דער רבי אינדערהיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

געווען בדרך צחות.
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 5:36 pm#363003
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך אויך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש פעברואר 18, 2017 9:42 pm#363124
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס טאקע ביים חתונה נאכט? אדער א נאכט בעפאר ביי די ארימע חתונה? וויל איך זעה א חלק אידן מיט היטן. ווי אויך אין רוב זאלן זענען נישט פאראן קיין ווייבער שולן, אחוץ אויב די חתונה איז פארגעקומען אין א ביהמ"ד.

דאס איז נישט ביי די חתונה נאר ביים צענטראלן שבע ברכות וואס די קהילה מאכט, און אזוי איז געוועהן די מנהג אין קרעטשניף אז ביי יענעם שבע ברכות טאנצט די רבי מצוה טאנץ
מוצ"ש פעברואר 18, 2017 11:56 pm#363140
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שבת אחים האט געשריבן:
יעלה ויבא האט געשריבן:בילד

lead, follow, or get out of the way

קומענדיגע דורות וועט מען לערנען מיט די קינדער אז שלמה המלך האט געהאט טויזענט בענקלעך פון ווייבער שול...

די ווייפיי אין שיל האט נישט געארבעט!
מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:54 pm#363632
רבותי מיר זענען אזוי אפגעהיטן פון יעדע חשש הרהור אז ס'איז געקומען די צייט מ'זאל שוין מער נישט ארויפלייגן די בילדער פון רבנים און עסקנים
די שיינע שטריימלעך מיט די קאלירטע בעקיטשעס און די שיינעדיגע פנימ'ר האבן שוין ליידער צוגעברענגט אסאך מכשולות .... :D :D
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:18 pm#381264
וואס!

בילד
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:00 pm#381364
diff האט געשריבן:וואס!



גארנישט אזא אשתגע דרא. זיי זענען היבש גערעכט (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:09 pm#381387
וואלווי האט געשריבן:
diff האט געשריבן:וואס!


... (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)


אוודאי נישט
זונטאג אוגוסט 06, 2017 7:51 am#381437
בילד
זונטאג אוגוסט 06, 2017 8:46 am#381439
בילד
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:36 am#381536
בעולמם של חרדים

ר' יואל מסאטמאר היה חכם אסר ללמוד דף היומי וללכת לכותל שאם חלילה מישהו בסאטמאר יתפקר הוא ילמד דף היומי ויילך לכותל רח"ל

מאת סאטמארער

געווען גאר א קלוגער איד דער סאטמארער רב ז"ל. ער האט גע'אסר'ט צו גיין צום כותל און צו לערנען דף היומי. ער האט עס געטאן בכוונה תחלה, אז ווען א סאטמארער חסיד וועט וועלן אפפארן פון אידישן וועג וועט ער גיין צום כותל אדער לערנען דעם דף און זיין זיכער אז ער איז א גוי גמור, ערגער ווי א בועל ארמית אין יום כיפור. ס'זענען דא היינט צענדליגער עקס-סאטמארער וואס גייען צום כותל און לערנען דעם דף און שטראלן פאר שמחה יעדעס מאל וואס זיי טוען דאס.

לעצטנס האב איך געזען א פעיסבוק פאוסט פון א משפחה מיטגליד פון סאטמאר רב, אן אייניקל פון זיין יורש, האט ער געשריבן אז ער איז יעצט ביים כותל און איז גערירט ביז טרערן. עטליכע וואכן פריער האט ער נאך שטאלצירט אז ער גייט עסן חזיר, און דא איז ער ביים כותל און וויינט פאר שמחה טראכטנדיג אז זיין עלטער פעטער וואלגערט זיך אין קבר פון גרויס צער. פרעג איך אייך, איז דער סאטמארער רב נישט געווען קיין חכם?

פון די אנדערע זייט זענען פאראן צענדליגער סאטמארער, געוועזענע סענדז סטריט תלמידים, וואס זענען נאך שטאלצע סאטמארער, זיי קימערן זיך קנאפ איבער אידישקייט. אבער ווען זיי הערן דאס ווארט כותל גייען זיי ניסלעך. ווי יענער איד וואס האט געקוקט טעלעוויזיע אין א שענק (באר) ווען פלוצלינג איז ארויסגעקומען א בילד פונעם כותל. ער האט געכאפט א בעיסבאל בעט און צעשמעטערט דעם סקרין. אזוינע רשעים די ציונים, דאס ערגסטע וואס זיי האבן געקענט טאן איז בויען דעם כותל.

אקעי דאס איז א וויץ, אבער כ'קען באמת א איד, שוין א מגולח וואס שיקט שוין די קינדער אין א היברו דעי סקול, אבער ער האט געווארנט ליפא שמעלצער אז אויב לייגט ער אריין א ניגון איבער'ן כותל קויפט ער נישט זיין סי-די. מיט'ן בארד און גיהנום ניגון האט ער נישט קיין שום פראבלעם. פרעג איך דיר, פון וועלכע תלמידים האט דער סאטמאר רב מער הנאה.

אגב, דער סקווערער רבי ז"ל האט געהאט אן אנדערן מהלך אין אידישקייט, וואס איז אויך זייער עפעקטיוו; ער האט געמאכט זיינע חסידים גיין מיט די קליינטשיגע סקווערער פאה'לעך, רונדעכיגע טלית קטנ'ס און שטיוול אום שבת.

כ'טרייב נישט קיין ליצנות. ס'זענען פאראן הונדערטער סקווערער "באמס" וועלכע גייען מיט לאנגע געקרייזלטע פיאות, און זענען זיכער אז זיי גייען גיין אין גיהנום דערפאר. דא ארבעט ביי אונז אין אפיס א יונגערמאן וואס האט אראפגעלאזטע נאטור-באאוילטע פיאות, א וועסטל מיט א פארקער פען אריינגעשטעקט אין די קעשענע, און אונטער דעם א גרויסן וואלענעם שמוציגן טלית קטן, מיט א V שניט, אנשטאט א סקווערער שניט. זאגט ער מיר בהאי לישנא. "מענטשן וואס קוקן מיך אן און זעען וויאזוי איך קוק היינט אויס קענען נישט גלייבן אז א יאר צוריק בין איך נאך געווען פרום..."
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:10 am#381537
פליז, דו מיט איש הערטס אויף אנצוחזרן ק''ש מיט בחדרי און שאול תחתית דרעק. מען האט שוין גענוג מאל געבעטן אז ווער עס זוכט די מינע סחורה ווייסט אליינס די אדרעסן.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:25 am#381538
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:13 pm#381598
געוואלדיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
diff האט געשריבן:וואס!


... (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)


אוודאי נישט

געוואלדיג: ס'איז אבער א גוטער דמיון וויאזוי דער מצב וואלט אויסגעקוקט אויב די חילונים זאללן אננעמען אונזערע סטענדערדס פון זאגן דיעות פאר א צווייטן. מיט וואספארא רעכט קענען אזוי-גערופענע קנאים זאגן דיעות פאר פרייע חברה. און זיי איינטיילן וויאזוי זיי זאללן גיין אנגעטון...! דער ווילדער קנאי פון בית שמש וועלכער שפייט אויף א קליין מזרחי'סטיש מיידל פון אכט יאר און אויף איהר מאמע. ער מוז דאך נישט קוקן וויאזוי די נשים גייען אנגעטון...!
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:48 pm#382740
בילד
זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:58 pm#382923
הרבי הזהיר: אסור לטייל עם האשה ברחוב

במהלך סעודת יארצייט שערך האדמו"ר ממכנובקא-בעלזא, הורה לחסידיו "לטייל יחד עם האשה ברחוב הוא דבר האסור על פי שו"ע"
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:54 am#382954
עצה טובה מ'בערל בעל העגלה. הרבי שליט"א יתעסק במצות ובעבירות יותו נחוצות לעם ישראל. מאשר בשטויות האלו. מ'הסחורה הזו יש לנו יותר ממספיק. אנחנו צריכים מישהו נורמלי שינהג את עם ישראל. או חלק ממנו...!