Re: קרית יואל
berlbalaguleh #
אייזיק שפירא: איך האב שוין נעכטן מסביר געווען (צום 5 מיליאנ'סטן מאל) דעם חילוק פון קרית יואל (און סקווירא) ביז אנדערע שטעט וואו אידן וואוינען.
לפענ"ד איז ר' אהרן מרא דאתרא אין גאנץ קרית יואל והגלילות (מ'קען זיך דינגען ווי ווייט די גלילות גייט), און מ'דארף נישט קיין וואלן. און ווער ס'וויל נישט מקבל מרות זיין פון איהם מוז נישט וואוינען אין קר"י, ער האט צענדליגע אנדערע אידישע שטעט וואו צו וואוינען.
אויסער די גאנצע סומאטאכע איבער גלילות וואס מ'איז דן אויב ר' אהרן האט א רעכט צו זאגן א דעה אין שטעטלעך וואס זענען אין "גלילות" פון קרית יואל, און דער עולם האט געשריגן זה בכה וזה בכה, אז ר' אהרן איז א גבר אלים, א טעראריסט, און נאך אזעלכע "שיינע" נעמען. האב איך א פשוט'ע ראיה פון די גמרא אין מס' מגילה דף ג' ע"ב אז אלס מרא דאתרא פון קרית יואל האט ער די פולע רעכט אריינצורעדן אין די הנהגה פון אזעלכע שטעטלעך ווי בלומינג גראוו און בלומינגבורג וכדומה.
די גמ' זאגט... א"ר יהושע בן לוי כרך וכל הסמוך לו וכל הנראה עמו נדון ככרך, תנא סמוך אע"פ שאינו נראה, נראה אע"פ שאינו סמוך. זאגט די גמ' ווייטער... בשלמא נראה ואינו סמוך כגון דיתבא על גבי הר... שוין. איך גיי דא נישט געבן א שיעור אין דף היומי, רח"ל. נאר דער אויספיהר פון די גמ' איז אז סיי סמוך ואינו נראה, און סיי נראה ואינו סמוך, האט דעם דין ווי א כרך לגבי ליינען די מגילה ביום ט"ו... איז דאך א ראיה אז אלע שטעט וואס זענען נאנט אדער אפילו ווייט פון דעם כרך, נאר וויבאלד מ'קען עס זעהן פון די כרך האט עס א דין ווי א כרך.
אט דאס איז די שטערקסטע ראיה אויף גלילות. קומט אויס אז אויב מ'קען זעהן מאנטיסעללא פון קרית יואל איז דאס אויך אין גלילות פון קר"י. און אלע שטעטלעך אינדערמיט, און מהר"א שליט"א איז דאך דער מרא דאתרא פון קרית יואל, האט ער א רעכט אלס מרא דאתרא אויף די גאנצע גלילות... ויסכר פי דוברי שקר ומחרחרי ריב..!