Under maintenance
הויפט זייט » "חקירה" זשורנאל

"חקירה" זשורנאל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #461
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:23 pm#6925
"חקירה" זשורנאל
היינט איז געווארן נתמלא הבית כולו אורה ווען דער פאסטמאן האט איבערגעגעבן דעם פרישן נומער פון דעם "חקירה" זשורנאל, נומער 13, וועלכער איז נארוואס ארויס פון דרוק.
"חקירה" איז א זשורנאל וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך עטליכע בעלי-בתים אין פלעטבוש, און ערשיינט בערך צוויי מאל א יאר. "חקירה" פובליצירט מאמרים אויף פארשידענע טעמעס, בעיקר וואס זענען נוגע הלכה און מחשבה.
דער יעצטיגער נומער פארמאגט עטליכע בריוו און ארטיקלען אויף דעם ענין פון האמאסעקסואליטעט, אלס א המשך צו די צוויי ארטיקלען וועלכע זענען ערשינען אין דעם פריערדיגן נומער. עס ערשיינט אויך א שילדערונג איבער דעם יום העצמאות פון תשי"ד, ווי עס איז געפייערט געווארן דורך אפילו פון קרייזן ווייט פון ציונות.
דער בארימטער מחנך הרב דר. אהרן הערש פריעד איז ממשיך מיט זיין סעריע מאמרים איבער חינוך (זע זיינע פריערדיגע מאמרים דא און דא) און איז דן אין דער שאלה פון סעגרעגאציע אין אונזער מוסדות לויט דער פרומקייט פון די שטיבער פון וואנעט די קינדער קומען.
נאך אן אינטערעסאנטער ארטיקל טוט דורך דעם מקור פון צודעקן שפיגלעך אין דעם הויז פון אבלים.
אין דער לשה"ק-אפטיילונג ערשיינט דאס מאל בלויז איין ארטיקל, וואו אליעזר בראדט שרייבט איבער וויאזוי די אידישע ליטעראטור האט זיך באצויגן צו קופערניקוס במשך פון די דורות. דער ארטיקל איז ווארשיינליך ארויסגעוואקסן פון דעם ארטיקל אין ספרים בלאג.
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:32 pm#6930
Re: "חקירה" זשורנאל
יאנקל

שעקויעך פארן מודיע זיין וועגן דען זשורנאל.

איך גיי אויף די וועבסייט און זע אז מע קען קויפן זייער אלטע בענדער פאר 13 14 דאלער ביי עמעזאן און נאכדעם זע איך אז מע קען ביי זייער אייגענע וועבסייט זען אלע אלטע, וואסי פשט?
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:35 pm#6932
Re: "חקירה" זשורנאל
ווען א נייער נומער ערשיינט, ווערן אלע מאמרים פון דעם פריערדיגן נומער עוועילעבל אנליין. דאס מיינט אז אלע מאמרים פון נומערן 1-12 זענען עוועילעבל אנליין.
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:06 pm#6934
Re: "חקירה" זשורנאל
יאנקל האט געשריבן:אין דער לשה"ק-אפטיילונג ערשיינט דאס מאל בלויז איין ארטיקל, וואו אליעזר בראדט שרייבט איבער וויאזוי די אידישע ליטעראטור האט זיך באצויגן צו קופערניקוס במשך פון די דורות. דער ארטיקל איז ווארשיינליך ארויסגעוואקסן פון דעם ארטיקל אין ספרים בלאג.



לשבחם של ישראל ייאמר אז לכל הפחות אין די לעצטע דור באציט מען זיך צו מיר זייער שיין
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:13 pm#6936
Re: "חקירה" זשורנאל
לעצטע דור מיינסטו אונז אין קאווע שטיבל?....
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:52 pm#6948
Re: "חקירה" זשורנאל
ידען האט געשריבן:לעצטע דור מיינסטו אונז אין קאווע שטיבל?....

אין "צייטשריפט" איז עטליכע יאר צוריק ערשינען א לענגערן ארומנעמענדיגן ארטיקל אין שטיצע פון קופערניקוס.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 4:31 pm#66861
דעם פארגאנגענעם שבת איז ווידעראמאל אראפגעקומען אן אור ווען דער פאסטמאן האט דערלאנגט דעם פערצנטן נומער פון "חקירה". ווי אלעמאל, איז דער קובץ אנגעפילט מיט הערליכע מאמרים אויף פארשידענע העכסט-אינטערעסאנטע נושאים אויף זיך צו באלעקן די פינגער.

דער ערשטער מאמר טוט דעטאלירט דורך די עירוב-קאנטראווערסיעס אין ברוקלין. דער מאמר גייט שטאפל ביי שטאפל אנגעפאנגען פון דעם טומל מיט דעם עירוב אין מאנהעטן, ביז דעם לעצטיגן עירוב אין פלעטבוש. דערנאך ווערט אנאליזירט די מעגליכע הלכה'דיגע פראבלעמען און די שיטות פון די פוסקים.

א גאר אינטערעסאנטער פארש-ארבעט ערשיינט נאכצוגיין דעם אריגינעלן נוסח פון דעם שמונה-עשרה. פון צענדליגער מקורות פון בבלי און ירושלמי און פון כתבי-יד פארגלייכט דער מחבר פארשידענע נוסחאות און קומט צו צו אינטערעסאנטע מסקנות. אן ארטיקל טוט דורך דאס וואס איז אנגענומען אז דאס דייטשער אידנטום איז בעיקר געווען רעפארם, און בלויז א קליינע רעשטעלע איז געווען ארטאדאקסיש אונטער דער פירערשאפט פון הג"ר שמשון רפאל הירש.

נאך ארטיקלען טוען דורך דעם בליק פון דער תורה אויף קנעכטשאפט, און רבי דוד פריזנהויזנ'ס זמירה אויף דעם סאלאר סיסטעם (געשריבן דורך ירמיהו בראון). "מפני שהקול יפה לבשמים" - די ווערטער אינמיטן "פיטום הקטורת" פארוואונדערן א סך. וויאזוי קען א קול העלפן די בשמים? אן שיינער ארטיקל עקספלארירט דאס. וואס זאגט וויסנשאפט, היסטאריע און חז"ל איבער יציאת מצרים, און וואס קען שטימען מיט וואס? יודא לאַנדאַ שרייבט איבער דעם. אין דער אפטיילונג אויף לשה"ק ערשיינט א מאמר "מציצה בפה או ע"י שפופרת", וואס, לויט ווי די רעדאקציע צייכנט אן, איז געשריבן געווארן נאך פאר דער יעצטיגער קאנטראווערסיע איבער בלומבערג'ס געזעץ קעגן מציצה בפה.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:26 pm#66926
מיין פנים איז רויט געווארן ווען כ'האב געזעהן אינעם עירוב מאמר א קאפי פון דעם פאשקיוויל אגעגן ר' אלימלך ווייס ע"ה
גלייב מיר כ'שעם זיך דורך צו פארן פלעטבוש מיט מיין חסידישע הוט.

ליין נאכאמאל די ערשטע בריוו דארט פון - פארגעסן די נאמען - כ'מיין ער שרייבט אמאל פאר עמי.
כ'בין נישט זיכער וואס ער מיינט בנוגע סאטמאר - צו מיינט ער צו זאגען אז סאטמאר איז פארקראכען לכל הנוגע דרך הקנאות ?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:48 pm#66933
מיין פנים איז רויט געווארן אז יענער שרייבער נעמט אן יענעם פאשקעוויל אלץ אויטענטיש. ס'פארשעמט דעם ווארט ''פאשקעוויל''. יעדער מיט א קאמפיוטער און א פרינטער קען שרייבן וואס ער וויל. קאווע טרינקער, שעם דיר נישט פון יענעם שרייבער וואס עקט ווי אזא תמים.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:51 pm#66934
אמת. אבער ס'איז דאך א תוצאה פון "האי יומא"
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:51 pm#66936
וועלכע יומא?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:54 pm#66938
זעה דיינע אשכולות איבער עפעס כ"א כסלו
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:57 pm#66941
אה ניין, דאס איז אן אנדערע יומא, דארפיך נאר געוואר ווערן ווען דער קלויזענבורגער אדער ר' פישעלע האט זיך געראטעוועט
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:00 pm#66942
גוט געזאגט.... זיי האבן זיך געראטעוועט... נישט די ציונים.
לאמיר כאטש איין אשכול איבערלאזן פאר עפעס מער אינטערסאנט...
צוריק צו חקירה. ס'ליגט אויף מיין נאכט-שאפע. אבער כ'שלאפ איין תוך כדי... סא- אייעם סטילל ביהיינד
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:03 pm#66943
טעיתי. כ'מיין נאר ר' פישל נישט דעם קלויזענבורגער. ער האט גע'אסרט דעם עירוב. ער האט נאר איבערגעלאזט א קהילה וואו ''שנאה מקלקלת את השורה'' רול'ט דעם סדר היום.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:10 pm#67167
זר זהב האט געשריבן:טעיתי. כ'מיין נאר ר' פישל נישט דעם קלויזענבורגער. ער האט גע'אסרט דעם עירוב. ער האט נאר איבערגעלאזט א קהילה וואו ''שנאה מקלקלת את השורה'' רול'ט דעם סדר היום.

נישטא נעבעך ווער ס'זאל לאכן.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm#119662
א נייער אויסגאבע פון חקירה איז ארויס! זעט אויס גאנץ אינטערעסאנט.
מאנטאג יולי 14, 2014 10:50 pm#211772
דער איצטיגער קובץ האט א מאמר אין לשון הקודש וואס מאכט אביסל חוזק פון אביי און רבא. לויטן מאמר נעמט זיך אביי כסדר אן אויף די ארימע צד, דער לוה, ניזק, וכדומה, צוליב דעם וואס ער איז געווען א יתום אלץ קינד...
וואספארא value, אלץ פסק להלכה, האבן דברי חז"ל אויף אונז ווען ס'אלץ פרעזענדליכע געפילען?
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:42 pm#235225
ידען האט געשריבן:לעצטע דור מיינסטו אונז אין קאווע שטיבל?....

אינז רעד מיר דאך נישט ח"ו פון די "טשוירטש" און וואטיקאן...!
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:23 pm#235316
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער איצטיגער קובץ האט א מאמר אין לשון הקודש וואס מאכט אביסל חוזק פון אביי און רבא. לויטן מאמר נעמט זיך אביי כסדר אן אויף די ארימע צד, דער לוה, ניזק, וכדומה, צוליב דעם וואס ער איז געווען א יתום אלץ קינד...
וואספארא value, אלץ פסק להלכה, האבן דברי חז"ל אויף אונז ווען ס'אלץ פרעזענדליכע געפילען?

שיקול הדעת רופסטו פערזענליכע געפילן?
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:31 pm#235343
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער איצטיגער קובץ האט א מאמר אין לשון הקודש וואס מאכט אביסל חוזק פון אביי און רבא. לויטן מאמר נעמט זיך אביי כסדר אן אויף די ארימע צד, דער לוה, ניזק, וכדומה, צוליב דעם וואס ער איז געווען א יתום אלץ קינד...
וואספארא value, אלץ פסק להלכה, האבן דברי חז"ל אויף אונז ווען ס'אלץ פרעזענדליכע געפילען?


חז"ל אליין זאגן ענליכע זאכן לגבי נביאים, און דאס איז דער הינטערגרונט צום כלל אז "אין שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד".

זע אויך אין הקדמה פונעם "תניא", וואו ער אפערירט קלאר די שיטות פון די תנאים לויט דעם צוגאנג פון שורש נשמות. (ביי הלל קעגן שמאי למשל קען אפילו א בלינדער באמערקן דעם טיפן אונטערשייד אין שורש נשמה = צווישן פארטיקולאריזם און אוניווערסאליזם וכל המסתעף.)
מוצ"ש אפריל 02, 2016 11:58 pm#327347
אן ענליכער זשורנאל איז דא בשם conversations, פארבונדן מיט די גאר לינקע ארטאדאקסישע קרייזן. אמת אז אסאך ארטיקלען זיינען זייער שוואך, הוילע rubbish אן קיין שום תרומה צו קיין שום נושא ניט, און וואלטן קיינמאל ניט אריינגעלאזט ווערן אין אנדער פלאץ, דאך קען מען דארט אמאל געפינען דברי חפץ. ווי אומעטום שרייבן דארט אויך עקסטרעמיסטן, למשל אין דער לעצטער נומער שרייבט א זיסער נשמה אז מיר דארפן מבטל זיין די איסור פון סתם יינם (ניט אינגאנצן, נאר דאס איבערפירן צו מאלעסטער'ס און מסרבי גיטין...).
פרייטאג מערץ 17, 2017 4:45 pm#365911
פארמעקט.
שוין נישט נוגע.