Under maintenance
הויפט זייט » אתרא קדישא געווארפן איבערן דראנג

אתרא קדישא געווארפן איבערן דראנג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4624
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:11 pm#146162
בדחן האט געשריבן: היעלה על הדעת אז הגר״מ שטערענבוך שליט״א וואלט דאס ציגעלאזט?

ליידער יא!
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:12 pm#146163
שמייכל גיט האט געשריבן:
זלמן זאפיר האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען ווען בריסקער רב איז אוועק ?

קוק אין סדר הדורת. ר' דוד שמידל איז היינט איבער די 70 ה' יאריך ימיו ושנותיו



ליצן

הייסט ער איז געווען 17 יאר אלט ווען בריסקער איז אוועק
אין נאר ער פארשטייט וואס בריסקער האט געוואלט (ער האט נאך נישט געהאט קיין שתי שערות )

לילה טוב
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:19 pm#146166
זלמן זאפיר האט געשריבן:הייסט ער איז געווען 17 יאר אלט ווען בריסקער איז אוועק
אין נאר ער פארשטייט וואס בריסקער האט געוואלט (ערהאט נאך נישט געהאט קיין שתי שערות )

לאמיך דיר עס צינעמען ווי א קליין קינד וואס די מאמע לייגט עם אלעס אריין אין מויל ר' דוד שמידל איז איבער די 70 אין דאס מיינט אין די הויכע 70ציגערס אין יא בריסקער רב האט אים שוין פארטרויט ביי די 25
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:23 pm#146168
שמייכל גיט האט געשריבן:
זלמן זאפיר האט געשריבן:הייסט ער איז געווען 17 יאר אלט ווען בריסקער איז אוועק
אין נאר ער פארשטייט וואס בריסקער האט געוואלט (ערהאט נאך נישט געהאט קיין שתי שערות )

לאמיך דיר עס צינעמען ווי א קליין קינד וואס די מאמע לייגט עם אלעס אריין אין מויל ר' דוד שמידל איז איבער די 70 אין דאס מיינט אין די הויכע 70ציגערס אין יא בריסקער רב האט אים שוין פארטרויט ביי די 25


שמידל איז נאך נישט קיין 72


ער איז סך הכל געווען א געזינטער טעראריסט אין פארדעם האט אים בריסק'ער רב ז"ל געניצט ווען ער האט געוואלט
מען זאל אויספירן סובווערסיווע שטיק קעגן די מדינה

אין דעס איז ער נאך היינט

א חוץ די זאלי'ס אין א פאר קריפלעך אין די עדה נעמט אים קיינער נישט ערנסט אין קיינער געטוירט אים נישט
אפילו ר' יצחק טובי' געטרויט אים שוין נישט

לילה טוב
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:26 pm#146169
גאנצל האט געשריבן:
שמייכל גיט האט געשריבן:הגאון הגדול ר' דוד שמידל שליט"א יושב ראש אתרא קדישא איז היינט פארמיטאג צוריק געפארן צי ארץ ישראל (צוליב דעם איז דער עצרת נישט פארגעקומען דאנערשטאג נאר פארגעקומען נעכטען אין איילעניש) אין פאר די וואס האבן א פראבלעם צי אתרא קדישא איז יא אינוואלט אדער נישט קענען ליידער נישט ר' דוד שמידל אין אלע אנדערע עסקנים פין אתרא קדישא ביי זיי איז דער חילוק צי עס גייט זיין כיפין אדער נישט, צי מען קראבט קברים אדער נישט, אין נישט אויב עס איז דורך אתרא קדישא אדער פאזען,
פאזען איז אפשר א גיטע לייטער פאר די בויערס אראפציקרוכן "בדרך כבוד" פון די הויכע בוים וואס זיי זענען בטעות ארויפגעקראכן מיט די הילף פין ראב"ד
אין איר קענט רוהיג פארמאכן אייער נייע אויפגעקומענע אשכול


הייסט עס אזוי אז די עצרת האט געדארפט צו פארקומען מארגן און מ'האט עס געמאכט נעכטן ווייל ר' דוד האט געוואוסט אז ס'גייט פארקומען א שלום איא

נו אויב ס'גייט זיין א שלום וואס דארף מען בכלל א מחאה צו וואס?????? פארוואס האט ער נעכטן מוחה געווען??? ער האט דאך שוין פארארבעט א שלום???.?..????? ניין??.


פשיהא אזא אומאויסגערעכנטע ליגענט שוין לאנג נישט געהערט

אזאלכע אומפארשעמטע שקרנים וזה מוכיח אויף אלעם א קופה של שקרנים

אזאנע פאדרייטע מוחות ווי אזוי דרייט מען דעס צוריק


התגובה שנשלח כהיום הי' בטעות - ומפני ריבוי העבודה לא נבדק כראוי לדעת מקורו [נשלח לנו מא' שבכוונה רוצה לטשטש]
ואתכם הסליחה
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:37 pm#146171
OK איך זעה אז עס איז מער נישט דא וואס צי טענה'ן יעדער איז ארויס צופרידן עטץ זענט ארויס צופרידן אז סגייט זיין פאזען נישט אתרא קדישא, אתרא קדישא איז ציפרודן אז מען גייט אויפהערן גראבן קברים
והכל על מקומו יבוא בשלום
איינער האט נאך עפעס טענות???!!!!
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:40 pm#146172
מ'ווארט מיך נאך אויף א ספין פון ATUB @נאר,,פרייליך ATUB און מ'זעמער פערטיג פאר ביז די רעזולטאטן פון הרב פאזען
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:40 pm#146173
שמייכל גיט האט געשריבן:OK איך זעה אז עס איז מער נישט דא וואס צי טענה'ן יעדער איז ארויס צופרידן עטץ זענט ארויס צופרידן אז סגייט זיין פאזען נישט אתרא קדישא, אתרא קדישא איז ציפרודן אז מען גייט אויפהערן גראבן קברים
והכל על מקומו יבוא בשלום
איינער האט נאך עפעס טענות???!!!!



אבער נאר שמידל פארשטייט דאך צי קברים ? וואס ענטפערט מען פאר די קעלבעך ?
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:46 pm#146175
זלמן זאפיר האט געשריבן:אבער נאר שמידל פארשטייט דאך צי קברים ? וואס ענטפערט מען פאר די קעלבעך ?

פאר די קעלבלעך ענפערט מען אז רב פאזען ארבעט מיטן גאב"ד אינטערן רוקן פין הרה"ג שמידל
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:54 pm#146178
שמייכל גיט האט געשריבן:
זלמן זאפיר האט געשריבן:אבער נאר שמידל פארשטייט דאך צי קברים ? וואס ענטפערט מען פאר די קעלבעך ?

פאר די קעלבלעך ענפערט מען אז רב פאזען ארבעט מיטן גאב"ד אינטערן רוקן פין הרה"ג שמידל



שוואכע דראגס אבער בשעת הדחק העט עס מיזן זיין גוט
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:00 pm#146179
אקעי רבותי בארואיג אייך !!

אלע טעראריסטן האלטן יעצט אינמיטן דן זיין וויאזוי אויפציעסן די דורכפאל

יצחק ווייס האט שוין א החלטה אז די מערכה גייט ווייטער אן :

תמצית האירועים לאור מכתב מרן הגאב"ד והגר"מ שטרנבוך

ההפגנות במקום יימשכו נגד מחללי הקברים במיתחם בנין שלם
מסע ההחתמות של רוכשי הדירות לקבלת יצוג אחר אשר אינו תלוי בגולובנציץ וגבעת ירושלים יימשך
ושאר הפעולות הנוספות התוכננות גם יימשכו

מאיר יודל טענענבוים האט נאכנישט באשלאסן

יענקעלע כהן איז יעצט אויף א אמערדזנסי מיטינג מיטן שפיטיווקער

פאלגט נאך מיט שפאנונג
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:06 pm#146180
איין מינוט איין מינוט איך בין צימישט

אין דער איד איז קלאר געשטאנען ( לאך נישט ) אז סלאנים גייט גיין נאר בהסכמת דוד שמידל פארוואס פלוצלנינג האט ער געטוישט צי דעם פאזען
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:25 pm#146185
א רגע

א רגע

א רגע

די הסכם איז הערשט יעצט געווארן עכט !!

הגז"ל ט"ב האט יעצט געשריבן א בריוו אז ער איז זיך מצרף צו די אפמאך

אז אלעס זאל זיין אונטער די השגחה פון הרב פאזען

ביז יעצט האט זיך עס נאך געהאט געוואקלט

עד שבא הרבי מוויליסבורג און זיך מצרף געווען ..

חחחח
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:33 pm#146188
ווען מהרז"ל איז געפראן קיין א"י האט מען דעמאלס אפגעמאכט אז מ'גייט בויען כיפין און ר' דוד האט נישט מסכים געווען וואס איז יעצט געשען?

קען זיין דעמאלס האט ער נאך געהאט א תאוה צו געלט

נאר יעצט איז ער געווארן מיליאן מאל העכער דעם באגריף?
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:35 pm#146189
כאב באקומען א וויכטיגע אימעיל
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:30 pm#146217
דער ראב״ד שליט"א האט געעשטעלט הרב פאזען שליט״א קוק ווי דער ראב״ד שליט״א שרייבט ממנין:

"אודות המתחם שברחוב גבעת ירושלים בבית שמש. ממנין הרב הגאון רבי אליהו פוזן שליט"א לפקח על חפירות במקום, ועל כל הצדדים שמה לציית להוראותיו".

קומט דער גאב״ד און שרייבט "איי עם העפי" לייען ווי ער שרייבט שמחתי לשמוע:

"בס"ד יום ד' לס' נצו"י תשע"ג

שמחתי לשמוע
שהרה"ג אליהו פוזן שליט"א מבני-ברק, נתמנה לפקח על השטח שבנו חברת גבעת ירושלים בראשות הרב אברהם סלונים וכידוע יש שם בעיות בענייני קברים, והרב ר' אליהו פוזן הנ"ל יופקד על בעיות של קברים שיעשה הכל כדין תורה הקדושה
והשי"ת יעזור בסייעתא דשמיא שיעשה הכל כדת וכדין בלי מכשול, ושלום על ישראל.

בברכת כתיבה וחתימה טובה, יצחק טוביה וייס".

קומט דערנאך זאלי און שרייט אויך! אויך! כשומרון עוד לקרא... פארפאלן ער האט פריש ערלעדיגט א פשרה, און אזוי קען מען פשרה'נען און פשרה'נען..

די לצים זאגן, אז די ראדיקאלע (ווי ATUB @נאר,,פרייליך ATUB און זיינע פריינט) האבן יעצט געזאגט אז די פשרה איז נאר לגבי די עצמות אבער לגבי די מחלוקת זאל מען ווייטער אנהאלטן ביתר שאת וביתר עז.....
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:53 pm#146230
בדחן האט געשריבן:
גדעון האט געשריבן:געווינען האבן די קברים און אויך אתרא קדישא די באשיצער פון זיי. ר' דוד שמידל איז מער ווי צופרידן אז מ'וועט לייגן כיפין אויף די געפינענע קברים נישט קיין חילוק מי בראש אתרא קדישא האט געוויזן זייער כח מחאה און נישט קיין חילוק ווער סאיז מתיר און וואס ס'איז די היתר. ווי לאנג ס'איז א ספק קבר ישראל וועלן זיי שטיין על המשמר און זיך לאזן שלאגן ביז די זאך קומט צו אפשטעל..
@גדעון מיינסט צי זאגען אז ״אויב״ מען וועט טרעפן קברים וועט מען לייגען כיפין,

האט דען איינער ביז יעצט געזאגט פארקערט? איז דען געווען א חשש אז מען וועט גראבן קברים?

היעלה על הדעת אז אברם סלאנים שליט״א וועט זיך ח״ו אויפירען ווי פראסטער חילוני און אויסצירייסען קברים? היעלה על הדעת אז הר׳ הנגיד ר׳ אליעזר קעסטענבוים שליט״א - פטרון כולל דמשק אליעזר - וואלט ציגעלאזט אז מען זאל אויסרייסען קברים? היעלה על הדעת אז הגר״מ שטערענבוך שליט״א וואלט דאס ציגעלאזט?
שמייכל גיט האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן: היעלה על הדעת אז הגר״מ שטערענבוך שליט״א וואלט דאס ציגעלאזט?

ליידער יא!


די בזיון ת״ח איז א עקל, דער זעט אויס צו זיין א קליינדער ליידיגער פעסל אן תוכן און מאראל,
און יא. אוף די אנדערע צוויי בעלי בתים׳ס כבוד האט ער געהיטן, נאר דעם ראב״ד דאס נישט...

אין רפואה למכתו. (חז״ל)
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:29 am#146265
שמייכל גיט האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן: היעלה על הדעת אז הגר״מ שטערענבוך שליט״א וואלט דאס ציגעלאזט?

ליידער יא!



אויב אזוי פארוואס האט ער יעצט יא מסכים געווען? וואס האט זיך יעצט געטוישט???? געווארן אויס כופר געשפילט כופר פאר צוויי וואכן און יעצט איז די ענד ?? :) וואספארא ליצנות? דעס אז ס'איז געווען א מחלוקה אין די הלכה און יעצט איז מען געקומען צו א פשרה דעס שטעלט זיך נישט אויפ'ן שכל הא?

דור עקש ופתלתול

כ'האף אז יעצט האב איך יא גוט אפגעלערנט דיינע ווערטער פון ליידער יא![/
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:33 am#146268
שמייכל גיט האט געשריבן:
זלמן זאפיר האט געשריבן:זייט מען האט באזייטיגט שמידל זעה איך נישט גראד ( איך בין אונטערן וועטער )
ואתכם הסליחה

איך גלייב שווער אז אפילו נאכדעם וואס די וועטער וועט אויסגעקלארט ווערן וועסטו אמאל פארשטיין אז ר' דוד שמידל איז א מיליאן מאל העכער ווי דיין שמוץ אין פאליטיק אין עס איטערסירט עם נישט קיין כל דהו דורך וועם עס ווערט געראטעוועט די קברים אין ער קען באמת באשטיין אז די קברים רויבעריי זאל געסטאפט ווערן דורך פאזען אדער די גאב"ד אדער אפילו די ראב"ד די עיקר מען זאל נישט גראבן קברי אבותינו.
יעצט וויל איך דיר זאגן סתם אזוי איך בין געווען היפש נאנט ווען מען האט געהאנדלט מיט אים ביי די העץ קאמפיין וואס מען האט אנגעפירט קעגן אתרא קדישא א יאר צוריק (דורך די בלאט) אין וויפיל מען האט פרובירט זיך צי טענה'ן צי אים אז מען ברויך עפעס ענפערן ווייל די העץ קאמפיין צימישט אביסל די שוואכע ציבור האט ער אבער נישט געוואלט הערן דערפון טענה'נדיג די ציהל איז נישט צי ראטעווען אונזע נאמען די ציהל איז צי ראטעווען קברים אין ער זעהט נישט דערין קיין שום איטערעסע
איך שריייב דיר דעס באמת איבער די מהות פין דעם איד איז נישט דא וואס צי טענה'ן ער איז כל כולו לשם שמים אזוי איז מעיד יעדער איד וואס שטייט איז זיינע ד' אמות


אחרי מות קדושים--נאכ'ן נפילה ווערט ער א קדוש חומת בלי דעת רופט אים שוין אן מרן באלד ווערט ער שוין א כ"ק מרן

די חברה האלטן נישט ביים אויפשטיין פון שלאף
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:31 pm#146374
וואס איז געווארן מיט אייזנבאך איז ער נאך משגיח ?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:12 pm#146486
אתרא קדישא פארשפרייט פאלשע בילדער ווי כלומפערשט פלאי (משגיח מטעם הראב"ד) האלט א געטראפענעם גלגולת
שמידל+משקר++עם+פוטושופ.jpg
שמידל+משקר++עם+פוטושופ.jpg (51.26 KiB) געזען געווארן 2128 מאל
שמידל+משקר++עם+פוטושופ.jpg
שמידל+משקר++עם+פוטושופ.jpg (51.26 KiB) געזען געווארן 2128 מאל
פלאי+עם+האייפון.jpg
די ארגינעלען בילד
פלאי+עם+האייפון.jpg (31.03 KiB) געזען געווארן 2128 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:48 pm#146491
די פאלשע בילד וואס די ארונים האבן פארשפרייט ווי כלומפערשט זייער רבי פליעט אין הימל,
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:55 pm#146529
פאר מער אינפא איבער די חלומות באסמפיא און די וואס בהקיץ זעהן זיי פאנטאזיעס וואס אנדערע זעהן ניטאמאל בחלום
האלט מיט דא
l viewtopic.php?f=33&t=4495&start=550 l

די פאנטאזיעס פון די ארץ החיים אנ''ש איבער זייערע גליקליכע געווינסען איז עפעס אומגלויבליך