Under maintenance
הויפט זייט » ערב ראש השנה 'צו טון' ליסטע

ערב ראש השנה 'צו טון' ליסטע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4681
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:04 pm#147727
ערב ראש השנה 'צו טון' ליסטע
מ'שטייט אויף פרי צו א לאנגע סליחות

מ'קויפט א נייעם מעסער

נישט פארגעסן צו קופן שהחיינו פירות

רינדיכיגע חלות מיט א הענט פארום דערויף

מ'רופט אן די עלטערן און זיידעס ווינטשן א גוט יאר

דע חבירים איז גענוג נאר מיט טעקסטן א גוט יאר

התרת נדרים

זיך שערן האר און נעגל

וואס נאך?
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:19 pm#147730
קויפן א נייע לוח אויפן וואנט (אחוץ אויב איז שוין איינס ארויסגעפאלן פון "דער איד", דאן איז גענוג ארויפקלעבן)

א פרוזבול בעפאר די שמיטה יאר
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:06 pm#147741
איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:11 pm#147744
הירשל ציג האט געשריבן:איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט


איר געדענקט די פונקטליכע דאטום ווען איר האט זיך געשוירן דאס לעצטע מאל?!?!
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:26 pm#147746
שמעקעדיג האט געשריבן:קויפן א נייע לוח אויפן וואנט (אחוץ אויב איז שוין איינס ארויסגעפאלן פון "דער איד", דאן איז גענוג ארויפקלעבן)

א פרוזבול בעפאר די שמיטה יאר

דאס יאר איז פרוזבול?
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:27 pm#147747
עירוב תבשילין
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:35 pm#147748
איך האב פארגעסן דאס וויכטיסטע

תשובה טון
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:40 pm#147749
תשובה טון איז אויף די ערב ר"ה ליסטע?
אדער הייבסטע אן אלול, אדער דערמאנסטו זיך ביי תפלת זכה, ווען דער רבי שרייעט "עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר"
די פארשלעפטע דערמאנען זיך הושענא רבה ווען דער קעניג פארלאזט שוין דעם אוידיענץ.
אבער ערב ר"ה?? וואו האסטו געזעהן די מנהגים, ביי דיין זיידן??
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:41 pm#147751
I'm back האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט


איר געדענקט די פונקטליכע דאטום ווען איר האט זיך געשוירן דאס לעצטע מאל?!?!

איך געדענק משום סיבה. א פלומעניצע האט געמאלסט חתונה געהאט

נו וואס איז די תשובה?
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 2:47 pm#147754
איך מיין ס'האט א מקור אין ספרים צו זיין אפגעשוירן אויף ראש השנה
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:29 pm#147769
אוודאי. דו ווייסט נישט?
דער הייליגע צאדיק הסקווירא פון ספרינג וועלי, האט געטראפען א טור ברקת.....
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:42 pm#147775
כ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:51 pm#147780
הירשל ציג האט געשריבן:כ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)

ס'איז נישט ספירה, קענסט דיך שערן היינט אויך, איך האב מיר שוין געשוירן פאר שבת
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:57 pm#147783
שרייבער האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:כ'זעה אז זיך שערן ערה ר"ה איז כמעט יהרג ואל יעבור ביים היימישן ציבור. די שאלה איז וואס קומט פריער. העלפן אין שטוב וכדומה אדער שטיין אין די רייע ביים שערער? (כ'שער זיך נישט אין מקוה מכמה סיבות)

ס'איז נישט ספירה, קענסט דיך שערן היינט אויך, איך האב מיר שוין געשוירן פאר שבת

פאר שבת איז געווען 2 וואכען דערנאך, ווער שערט זיך יעדע 2 וואכען??
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 4:13 pm#147789
הירשל ציג האט געשריבן:איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט

יעדעם כאפט א התעוררת אויף א אנדערע וועג,ווען הירשל וויל זיך הייליגען קומט ער אויף ק״ש פרעגן שאלות אבא האיך מעשרין את המלח
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 4:19 pm#147791
קינות גירושין האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:איך האב זיך געשארען אום ח' אלול, דארף איך נאכאמאל יעצט ערב יו"ט צו קען איך ווארטען ביז ערב סוכות, אויך ערב יו"ט

יעדעם כאפט א התעוררת אויף א אנדערע וועג,ווען הירשל וויל זיך הייליגען קומט ער אויף ק״ש פרעגן שאלות אבא האיך מעשרין את המלח


זעהט אויס ביינאייך איז די התעוררות יענעם צו קלאפן...
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 4:59 pm#147810
מגלחים זקנם טור
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:00 pm#147811
קויפן טישואס.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:20 pm#147828
טובל'ען די נייע מעסער
קויפן און אנגרייטן האניג ביים טיש
מחזורימ'לעך
אנשטעלן וועקער זייגער בעפארן עלות (להנוהגים כן)
רוקן די שבת זייגערס פון די געוענליכע שבת שעות צו די שפעטער ר"ה שעות, עירקאנדישאן און לעקטערס וכו'.
יש נשים הנוהגים ללכת למקוה
ויש נשים הלובשים על ר"ה רק טיכל לבן
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:46 pm#147840
שטייט און מטה אפרים אז מען זיך אפשערן ערב יו"ט, צו ווייזען אז מען איז זיכער אז מען גייט באקומען א גיט יאר און מען איז רעדי פריש אפגעשוירן
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:48 pm#147842
איך לייד פון סטעידזש פרייט, אויך התרת נדרים איז מיר א אפקומעניש. איך גיי קיינמאל נישט צו צום עמוד, אפילו א עליה איז א דורכגאנג. יעדעס יאר ווינטש איך אז מ'מוז נישט מאכן התרת נדרים
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:52 pm#147849
אפשר ווייסט טאקע איינער פארוואס מאכט מען יעדעס יאר נאכאמאל התרת נדרים, נאכדעם וואס יעדן יאר איז מען מגלה דעת אז אלע נדרים מהיום והלאה איז בטל ומבוטל?
און דערנאך איז מען עס מבטל נאכאמאל יוכ"פ ביי כל נדרי.
בפרט היינטיגע צייטן וואס קיינער מאכט נישט קיין נדרים און כמעט נישט קיין קבלות.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:53 pm#147851
איך האב א חבר וואס האט די זעלבע פראבלעם, שטעל איך ציזאם אפאר גיטע חבירם אזוי שעמט ער זיך נישט אזוי שטארק
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:10 pm#147857
סאיז דא פלעצער ווי מצוטיילט סגאנצע ביהמ"ד אין צוויי און ממאכט די התרת נדרים אויף איינמאל. א גווטע עצה פאר די שעמעוודיגע
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 8:39 pm#147899
נישט פארגעסן אויך צו קויפן דעם ''איד'' (און ''די צייטונג'' {אפציאנאל})
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 2:12 pm#225831
פישל'ע העררינג האט געשריבן:פרוזבול איז נעקסטע יאר. על כל פנים לויט רוב דיעות.

איך מיין דער רמב"ם האלט אזוי וויבאלד שמיטה משמט לבסוף אבער רוב פוסקים האלטן מ'מאכט ערב שמיטה . די בעסטע איז צי מאכן 2
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 4:12 pm#225849
עירוב תבשילין
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 4:44 pm#225852
געדענקען צו אריינכאפען א מצווה׳לע צו לייקען ימין ושמאל תפרוצי איידער די ענדע יאר אין מכיר טובה זיין פאר די שרייבערס פאר זייער האב אין גוטס וואס זיי האבן אונז געשאנקען אין אוועקגעגעבען פון זייער טייערע צייט צו שרייבען זאפטיגס
עס קאסט נישט קיין געלט אין עס באצאלט זיך מיט פארדינסטען
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 5:05 pm#225853
BAL TSHIVA האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:פרוזבול איז נעקסטע יאר. על כל פנים לויט רוב דיעות.

איך מיין דער רמב"ם האלט אזוי וויבאלד שמיטה משמט לבסוף אבער רוב פוסקים האלטן מ'מאכט ערב שמיטה . די בעסטע איז צי מאכן 2

די בעסטע איז אז מ׳פארבארגט בכלל נישט קיין געלט, פאר מענטשן וואס צאלן נישט נאך שמיטה.
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 6:03 pm#225857
די תורה זאגט הישמר לך אויף דעם וואס די זאגסט.
מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 10:51 pm#225880
פארוואס? האט געשריבן:
BAL TSHIVA האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:פרוזבול איז נעקסטע יאר. על כל פנים לויט רוב דיעות.

איך מיין דער רמב"ם האלט אזוי וויבאלד שמיטה משמט לבסוף אבער רוב פוסקים האלטן מ'מאכט ערב שמיטה . די בעסטע איז צי מאכן 2

די בעסטע איז אז מ׳פארבארגט בכלל נישט קיין געלט, פאר מענטשן וואס צאלן נישט נאך שמיטה.

ס'איז אסור מדאורייתא (לויט רוב פוסקים) מקבל זיין געלט נאך שמיטה אויב מ'האט נישט געמאכט א ש"פ
זונטאג אקטאבער 02, 2016 11:25 am#351647
אז מ'זוכט טרעפט מען. נוצליכע אשכול פאר היינט
זונטאג אקטאבער 02, 2016 1:11 pm#351652
ATUB @ליפא ATUB שכוח פאר אויפברענגען די וויכטיגע אשכול,
און איך וועל מוסיף זיין אפאר טעגליכע זאכן שאדם דש בעקביו און זענען מער וויכטיג אינעם היינטיגן טאג.

פרישטאג

טרינקען גענוג

שלאפן, ספעציעל די וואס שטייען אויף מארגן ביים עלות

געבן א גוט ווארט פאר אלע וואס העלפן אינדערהיים, ספעציעל פאר די ווייב

זיך האלטן רואיג אויך ווען די קינדערס נייע אנצוגן ווערן שמוציג
זונטאג אקטאבער 02, 2016 4:08 pm#351665
צוגרייטן עקסטער ATUB @ציבעלע-קיגל ATUB זאל זיין גענוג אויף ביידע טעג
זונטאג אקטאבער 02, 2016 4:14 pm#351666
ציבעלע קוגל: דאס איז א מצוה ספעציעל פאר די אידן וועלכע וואוינען אין שטעטלינו, יצ"ו...!
כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד...איך האב עס אויכעט זייער שטארק ליעב. אפשר האביך א ניצוץ נשמה פון סקווירא/קאלאראש...!