פארומס › דער עולם פאסט היינט???

דער עולם פאסט היינט???

160 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4700
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:19 am#488033
סדרייט זיך ארום א קליפ פון דוד צבי מאסקאוויטש ווי ער זאגט אז סאיז א שאלה אויב ממעג היינט פאסטן נאר ער איז מיקל און פאסט יא
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:26 am#488034
דארף מען טשעקן צו אליעזר קרויס פאסט היינט...
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:32 am#488036
ס׳נאר דא איין חילוק צווישן מאסקאוויטש און קרויס, מאסקאוויטש פארדינט כאטש עפעס פון זיין אויבערחכמה, קרויס מאכט זיך נאר שווערער דאס לעבן דערמיט, סתם אן אויבערחכם לשם אויבערחכם.
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:03 am#488038
וואס פארדינט מאשקאוויטש?
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:21 am#488039
אז ער קען עסן?
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:36 am#488041
כלבאשבוע
סדרייט זיך ארום א קליפ פון דוד צבי מאסקאוויטש ווי ער זאגט אז סאיז א שאלה אויב ממעג היינט פאסטן נאר ער איז מיקל און פאסט יא

ער איז נישט מיקל נאר ער האט א היתר פון 2 רבנים
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:07 pm#488049
היינט האב איך איינגעזעהן ווי גערעכט סאטמאר רבי איז געווען:
כ'האב גערעדט היינט מיט 2 דף היומי\דרשו אידן און זיי זאגן אז זיי פאסטען נישט היינט – ס'איז א בפירוש'ע גמרא תענית יח: בזמן שאין צרה רצו מתענין רצו לא מתענין, און זייענדיג נייגעריג האבן זיי אריינגעקוקט אין ארטסקרול הערות ווי ער ברענגט די טיפיקיל שמועס אז היינטיגע צייטן קבלו כל ישראל עליהם, אבער זיי שרייבן צו ואולם ע' בפיה"מ להרמב"ם און דארטן שרייבט ער בלשון יחיד רצה מתענה רצה לא מתענה ומשמע דתלוי בכל יחיד בפנ"ע און זיי האלטן נישט ביים פאסטען.
זעהט מען די ווייטע בליק פונעם רבי'ן – ער האט פאראויסגעזעהן די חורבן פון דף היומי און ארטסקרול אויף כלל ישראל...
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:27 pm#488051
אויב מ'דארף נישט פאסטן, וואס איז די חכמה מיט דעם אז די עולם ווייסט נישט דערפון, אז ער האט געמאכט דעם עולם הונגערן?
דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:12 pm#488096
אויסגעהאלטן
היינט האב איך איינגעזעהן ווי גערעכט סאטמאר רבי איז געווען:
כ'האב גערעדט היינט מיט 2 דף היומי\דרשו אידן און זיי זאגן אז זיי פאסטען נישט היינט – ס'איז א בפירוש'ע גמרא תענית יח: בזמן שאין צרה רצו מתענין רצו לא מתענין, און זייענדיג נייגעריג האבן זיי אריינגעקוקט אין ארטסקרול הערות ווי ער ברענגט די טיפיקיל שמועס אז היינטיגע צייטן קבלו כל ישראל עליהם, אבער זיי שרייבן צו ואולם ע' בפיה"מ להרמב"ם און דארטן שרייבט ער בלשון יחיד רצה מתענה רצה לא מתענה ומשמע דתלוי בכל יחיד בפנ"ע און זיי האלטן נישט ביים פאסטען.
זעהט מען די ווייטע בליק פונעם רבי'ן – ער האט פאראויסגעזעהן די חורבן פון דף היומי און ארטסקרול אויף כלל ישראל...

וואלסט אפשר געקענט צוברענגן די מקור פונעם רמב"ם?
פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 6:05 pm#488410
אסאך פרומע גדולים און צדיקים האבן מיקל געווען אין תעניתים. סע געווען אפילו אזעלכע וואס האבן געהאלטן לכתחילה אז מע זאל ניט פאסטן אפילו אין תשעה באב!


Sent from my iPad using Tapatalk