פארומס › קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!

קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #482
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אפריל 25, 2012 8:23 pm#7767
און זיין נאמען איז.... "א איד"

משה זיך מיר....

מז"ט מז"ט
מיטוואך אפריל 25, 2012 8:24 pm#7768
שלום עליכם א איד
מיטוואך אפריל 25, 2012 9:46 pm#7796
עליכם השלום איך האב נישט געוואוסט אז איך האב דעם כבוד צו זיין די נומער 200

א יישר כח פאר אזא ווארימע אויפנאמע
איך בין שטארק עמאושענעל

:D
מיטוואך אפריל 25, 2012 11:00 pm#7825
אין בעל נס מכיר בניסו, שלום עליכם ר' איד, אוי אנטשולדיק מיר שלום עליכם ר' א איד...
מיטוואך אפריל 25, 2012 11:29 pm#7842
שעמט אייך נישט אזוי, קומט אריין זייט אייך מכבד מיט א גלעזעלע ווארימע קאווע, און שפירט אייך היימיש... וואס מאכט א איד?

א נחת צו זעהן וואו היינטיגע צייטען זענען נאך דא אזעלכע וואס שעמען זיך נישט זיך צו אינדעטעפעצירען מיט פולען אידישען נאמען...
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:52 pm#8029
איך טרינק נאר טיי
פרייטאג יוני 15, 2012 3:23 pm#18138
יעצט באמערק איך אז מ'האט שוין אויפגענומען די דריי הונדערטסטע באנוצער. מיט'ן שיינעם שמייכלדיגן נאמען "אשפג"....
זונטאג יולי 15, 2012 8:46 pm#24391
נאך דרייסיג צו גיין ביזן פיר הונדערסטן באנוצער
מאנטאג יולי 16, 2012 9:36 pm#24819
די ווארט "באנוצער" איז נישט אויסגעהאלטן. איך באמערק יעצט אז יעדער איינער וואס לייענט נאר אפילו דא ווערט אנגערופן א "באנוצער"...

בסך הכל זענען געווען 670 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 558 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012


לפי זה דארף די הנהלה טרעפן א נייער ווארט. ס'שטייט אויך אז קאווע האט יעצט 373 "באנוצער". שטימט עס נישט...
מאנטאג יולי 16, 2012 9:40 pm#24820
אפשר 'מיטגלידער'. ?
מאנטאג יולי 16, 2012 9:43 pm#24822
אדער "מעמבער'ס".... -- ס'באקאנט די וויץ ווען א רב אין א טעמפל האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר ר"ה און געזאגט אז יעדער מעמבער דא אין שול גייט אמאל שטארבן! איינער אין די בעק האט זיך גענומען זייער לאכן... פרעגט מען אים ולשמחה מה זו עושה? זאגט ער אז ער איז א גאסט דא אין שול, ער איז נישט קיין מעמבער....
מאנטאג יולי 16, 2012 10:01 pm#24824
זר זהב האט געשריבן:אדער "מעמבער'ס".... -- ס'באקאנט די וויץ ווען א רב אין א טעמפל האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר ר"ה און געזאגט אז יעדער מעמבער דא אין שול גייט אמאל שטארבן! איינער אין די בעק האט זיך גענומען זייער לאכן... פרעגט מען אים ולשמחה מה זו עושה? זאגט ער אז ער איז א גאסט דא אין שול, ער איז נישט קיין מעמבער....

או לאותו שמחה....
מאנטאג יולי 16, 2012 10:14 pm#24829
זר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט
מאנטאג יולי 16, 2012 10:16 pm#24830
טאמבל סאס האט געשריבן:זר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט

יעצט האסטע מיר פרייליך געמאכט!!
מאנטאג יולי 16, 2012 10:37 pm#24838
זר זהב האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט

יעצט האסטע מיר פרייליך געמאכט!!

Wow וויפעל מענשען איין מעמבערס פרייד קען פרייליך מאכן.
מאנטאג יולי 16, 2012 10:41 pm#24842
זר זהב האט געשריבן:די ווארט "באנוצער" איז נישט אויסגעהאלטן. איך באמערק יעצט אז יעדער איינער וואס לייענט נאר אפילו דא ווערט אנגערופן א "באנוצער"...

בסך הכל זענען געווען 670 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 558 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012


לפי זה דארף די הנהלה טרעפן א נייער ווארט. ס'שטייט אויך אז קאווע האט יעצט 373 "באנוצער". שטימט עס נישט...

באניצער מיט א 'י' איז א לשון רבים און באנוצער מיט א 'ו' איז א לשון יחיד.
מאנטאג יולי 16, 2012 10:43 pm#24844
בסך הכל זענען געווען 660 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 548 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012



24406 הודעות בסך הכל • 990 אשכולות בסך הכל • 374 באניצער בסך הכל • אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע באניצער
מאנטאג יולי 16, 2012 10:45 pm#24845
איז עס א טעות פון קאווע שטיבל
מאנטאג יולי 16, 2012 10:47 pm#24847
וואס איז א טעות?
מאנטאג יולי 16, 2012 10:59 pm#24853
זר זהב האט געשריבן:אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע באניצער
מאנטאג יולי 16, 2012 11:00 pm#24854
זר זהב האט געשריבן:וואס איז א טעות?

די לעצטע באניצער ברויך זיין לשון יחיד.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:03 pm#24856
וואס איך האב געוואלט אויפמערקזאם מאכן איז אז מ'דארף טרעפן א נייער ווארט פאר די רעגיסטרירטע. ווייל איצטערט נוצט מען די ווארט "באנוצער" סיי פאר ליינער מיט א ניק און סיי פאר לייענער אן א ניק.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:17 pm#24865
באנוצער = User
באניצער = Users
רעגיסטרירטע = Registered
מיטגלידער = Members

באניצער לדעתי גייט ארויף אויף אלע וואס באניצן זיך מיט די סייט, אריינגעסיינט צי ארויסגעסיינט, די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף טוישן איז " אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע מיטגלידער"
מאנטאג יולי 16, 2012 11:21 pm#24871
וויאזוי קען מען מיר און דיר אנרופן א פשוטער "באנוצער"? ווען דער זעלבער טיטעל באקומט יעדער איינפאכער לייענער וואס האט נישט קיין ניק?
מאנטאג יולי 16, 2012 11:42 pm#24889
געפילטע פיש האט געשריבן:באנוצער = User
באניצער = Users
רעגיסטרירטע = Registered
מיטגלידער = Members

באניצער לדעתי גייט ארויף אויף אלע וואס באניצן זיך מיט די סייט, אריינגעסיינט צי ארויסגעסיינט, די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף טוישן איז " אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע מיטגלידער"

מיטגליד
דינסטאג יולי 17, 2012 1:07 am#24953
user איז וואס מ'רופט איינער וואס סיינט אויף. כ'מיין אז די נישט אריינגעסיינטע קען מען רופן 'באזוכער'. די אייציגסטע זאך וואס מ'דארף טוישן איז "כך וכך באזוכער בסך הכל".
דינסטאג יולי 17, 2012 1:09 am#24955
אננער וואס סיינט נישט אויף קען מען רופן loser...
דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:26 am#26039
איז דא א מעגליכקייט צו זעהן וויפילטע מעמבער/באנוצער מען איז דא אין קאווע שטיבל (ווי איך דענק, בין איך פון די גרר ערשטע, כ׳בין פשוט נייגעריג וויפילטע נומער)
דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:23 am#26054
קליק אויף "באניצער ליסטע" אויבן אויף די רעכטע זייט, ביי דיפאלט איז עס אויסגעשטעלט אין כראנאלאגישע סדר פון ווין מ'האט זיך אויפגעסיינט, דו ביזט נומער 18.
דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:51 am#26057
אלדד
איז דא א מעגליכקייט צו זעהן וויפילטע מעמבער/באנוצער מען איז דא אין קאווע שטיבל (ווי איך דענק, בין איך פון די גרר ערשטע, כ׳בין פשוט נייגעריג וויפילטע נומער)

איך האב מיך אריינגעכאפט פאר דיר אין די ליין 😉
דינסטאג יולי 24, 2012 8:36 pm#28170
"איגרא רמא"
400 באנוצער !!!!
דינסטאג יולי 24, 2012 8:37 pm#28173
BINGO
דינסטאג יולי 24, 2012 8:38 pm#28176
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ממש.... דיין "רמה" האט א ה', מיינס האט אן אלף...
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:49 pm#60478
און... מ'נעמט שוין באלד אריין דעם 600'סטן באנוצער.

??WHO WILL BE THE LUCKY ONE
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:45 pm#60537
[ציטאט אראפגענומען]

ביטע לייג אוועק א שטיקל "וועללקאם" פאר זיין שותף... 😂
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:46 pm#60538
וואס הייסט פאר'ן שותף? ס'קומט א 'לבירה עמיקתא' ניק?
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:50 pm#60542
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז דא גענוג פלאץ אין קאווע שטיבל פאר א יעדן. 🙄
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:54 pm#60543
זר זהב
וואס הייסט פאר'ן שותף? ס'קומט א 'לבירה עמיקתא' ניק?

אה, ד'האסט געכאפט. ב"ה מ'האט דא צו טון מיט אידן תלמידי חכמים. מ'עט נאך אויפמאכן דא א כולל. אי"ה בקרוב.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:53 am#60579
[ציטאט אראפגענומען]

מ'זאגט דאך פאר קידוש "וישזביננא מעינא בישא וכו'. ע"כ דארף מען נישט מורא האבן.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:25 pm#60674
מ'גייט טיילן ליקעריש רבותי!

דער עולם זאל זיך שטעלן אין די ליין!!
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:42 pm#60684
-
📎 Statist.jpg
דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:29 am#119568
סזעהט אויס ווי 13 חדשים שפעטער גייט מען אריינעמען דעם טויזענטן באנוצער! טויזענט איז א מספר מסיום, און פון די הונטער די קוליסען האבעך געהערט מטעם די הנהלה איז געווען אין פלאן צו מאכן א ריזיגן צוזאמענקום באגלייט מיט א רייכן סעודה וואו מוועט סעלעברעיטן דעם טויזענטסטן מיל שטיין.

אבער די לעצטע רגע איז עס מבוטל געווארן צוליב מערערע ניקים וואס באלאנגען צו איינצעלנע מענטשן איז דאס גאנצע א ברכה לבטלה.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:32 am#119571
זר זהב
סזעהט אויס ווי 13 חדשים שפעטער גייט מען אריינעמען דעם טויזענטן באנוצער! טויזענט איז א מספר מסיום, און פון די הונטער די קוליסען האבעך געהערט מטעם די הנהלה איז געווען אין פלאן צו מאכן א ריזיגן צוזאמענקום באגלייט מיט א רייכן סעודה וואו מוועט סעלעברעיטן דעם טויזענטסטן מיל שטיין.

אבער די לעצטע רגע איז עס מבוטל געווארן צוליב מערערע ניקים וואס באלאנגען צו איינצעלנע מענטשן איז דאס גאנצע א ברכה לבטלה.

וואו האלט מען יעצט? וויפיל ניקים?
דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:33 am#119572
979
דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:45 am#119578
און וויפיל טעגליכע באזוכער איז דא? וועכנטליכע? חודש'ליכע? צי איז דער צאל געפאלן אדער געשטיגן זינטן כינוס פאיאר? דער כינוס היי יאר? מיטן פארשפרייטונג פון די פילטערס וואס בלאקירן עקסעס אהער, איז דער ציפער געפאלן / געשטיגן?
דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:58 am#119580
און וויפיל אקטיווע ניקים איז פארהאן?
אפשר פופציג. 😢
דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:08 am#119586
מאראנצןזאפט האט געשריבן:און וויפיל אקטיווע ניקים איז פארהאן?
אפשר פופציג. :cry:

נאך אלץ מער פון וויפיל רבנים זענען אקטיוו אין התאחדות
דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:26 am#119599
וואס מיינט אקטיוו? לייענען? שרייבען? אויב לייענערס איז דא סאך מער.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:27 am#119600
שרייבען
דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:36 pm#119818
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן אין אייער ביזנעס, אבער לעניות דעתי, אקטיוו מיינט נישט ליינען און אויך נישט שרייבן, נאר "מעקן"... (נוסח הגבאים).