א שאד אויף אים, כ'האף אז ער וועט זיך צוריק כאפן
א שאד א שאד, ווער האט עס געגלייבט אויף אים, דער מענטש איז געווען געשעצט און באליבט ביי יעדעם ארום די וועלט, אלע האבן פון דעם מענטש געהאלטן עולם ומלואה, ער וואלט ווען זיך געקענט רוהיג אריינזעצען אין די בענקל פון הרב עובדיה יוסף (נישט אין תורה, אבער אין מנהיגות), דער איד וואלט געקענט ממשיך זיין זיינע געוואלדיגע אויפטוהען, אבער ער האט זיך געלאזט פאר'נאר'ן פון דעם "יש לו מנה רוצה מאתים", ער האט נישט געהאט קיין געדולד ביז די כבוד וועט אים קומען אויפפיקען, נאר ער האט געוואלט אויפפיקען די כבוד, און הרודף אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו, ס'טוט זייער וויי אז אזא געלונגענע שטערן זאל ווערן אזוי צוגרונד געלייגט צוליב אביסל תאוות הכבוד והשררה, ווי זאגען חז"ל הקנאה והתאווה והכבוד מוציאים את האדם מן העולם,
ווי אזוי האט זיך אבער דאס דערקייקעלט צו אזא שטאפל? דאס האט נישט פאסירט איבער נאכט! די זאך ברויך צו ווערן צונומען אין פרטים.
ווי איך האב שוין געשריבען האבען די קינדער פון הרב עובדיה זצ"ל באשלאסען אז די מנהיגות ברויך צו בלייבען אין די הענט פון פאמיליע יוסף, און נאר אזוי וועט "ש"ס" האבען א קיום, דאס אז זיי האבען ליב כבוד, איז פארשטענדליך, זיי האבען נישט פיינט וואס איך און דו האבען ליב, אבער דאס אז די ראשי ש"ס האבען דאס אנגענומען איז געווען זייער א גרויסער טעות פון זייער זייט, ווייל פונקט ווי הרב יוסף האט נישט געדינט אלץ מנהיג הספרדים צוליב זכות אבות, נאר צוליב זיין יחוס עצמו, די זעלבע וואלטען זיי געדארפט דא טוען, זיי וואלטען געדארפט אויסקלויבען א רב פון די ספרדים וואס איז באליבט, און כושר מנהיגות און אויף אים בויען די ירושה בענקל, און ווען זיי גייען אזוי, וואלט ש"ס זיך פארשפארט אסאך שמוץ וואס האט געקלעבט צו זייער נאמען די לעצטע תקופה,
אבער צוליב סיבות מסיבות שונות, האבען זיי אנגענומען די תאוות הכבוד פון פאמיליע יוסף, און פראבירט צו זיכען א פאסיגער קאנדידאט איבער צו נעמען הרב עובדיה, די קינדער צווישען זיך האבען זיך געקריגט "מי ימלוך", יעדער האט געלייגט פיסלעך איינער פארן צווייטען מיטן חלום אז די פיסל וועט ארבעטן, אבער לאחר כל הפיסלעך האט דער בטלן און בכלל נישט כאריזמאטישער זון הרב יצחק באקומען דעם מצנפת און דעם גלימה. דער יצחק איז א שיינער תלמיד חכם, א שוואכער רעדנער, און א מענטש מיט א היבשע קופה של שרצים מיט אסאך לשון הרע אונטער זיין רוקן, און זיכער אז דער מענטש וועט נישט קענען אזוי עלעקטרעזירען די מאסען ווי זיין פאטער, דאס איז נישט קיין פראגע, אבער די ש"ס הויפטען האבען אים מכתיר געווען מיטען חלום אז ס'וועט ארבעטען, און איר וועט אלע זען ווי ער וועט גארנישט האבען,
די פאמיליע האט אין די לעצטע יארען פראבירט צוזאמען נעמען "אלע" סטאר'ס פון די בני עדות המזרח אז זיי זאלען ערליך דינען די קינדער פון הרב עובדי', און יעדער וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיי האט מען נידעריגער געמאכט, דער אזוי און דער אזוי, אלע ספרדישע רבנים אריינגערעכנט די תימנים האבען פארשטאנען אז אויב גייט מען אין איינקלאנג מיט די ש"ס פירער איז גוט, אויב נישט דעמאלס מיינט עס קבורת חמור דורך די הויפטן פון ש"ס,
איינער וואס האט דאס נישט פארשטאנען איז געווען הרב אמנון יצחק, ער האט געהאלטען אז עס קומט אים מער שעצונג אין הרב עובדי'ס שטוב, וואס ער האט נישט באקומען, ווייל זיי האבען געהאלטען אז ער איז א היבשע שטער, צוליב זיינע גלענצענדע טאלאנטען, אנשטאט אים צו חנפ'נען און נעמען אונטער זייער פליגל און אים נוצן אלץ א מיטל צו די טיטול, האט מען אים מרחק געווען, דער הרב אמנון איז געווען צוגעוואוינט צו זיין כבוד וואס ער האט גענאסען די לעצטע יארען און עס איז אביסעל שטיל געווארען, דעריבער האט ער געזוכט כל מיני שפרינג ברעטלעך וואס זאלען אים צוריק ארויפשטופען אויפן מאפע, ווי צום ביישפיל האקען אויף נישט ערליכע זינגערס, עס האט אבער נישט געארבעט, ווייל די ספרדים זענען נישט קיין קנאים. ער האט עס נישט אויסגעהאלטען, און נאכמער האט אים וויי געטוען דאס אז מען איז אים מרחק פון הרב עובדי',
ביי די לעצטע בחירות צום כנסת המינים האט ער באשלאסען אז א גרויס חלק פון די פרומע ספרדים זענען פרום צוליב זיינע דרשות, זענען זיי "זיינע" תלמידים, (אנשטאט צו טראכטען אז ער איז נאר געווען דער "דרייווער" און על אפו זענען זיי יעצט לאיאל צו הרב עובדי') און ער האט געעפענט א פארטיי, כח להשפיע.
פארשטייט זיך אז ווי נאר די ש"ס הויפטען האבען דאס געהערט זענען זיי געווארען געפערליך בייז און ווילד, זיי האבען זיך גענומען צו זיינע ביינער אזוי ווי אין סאטמאר בימי הברך משה, מען האט פארקויפט פאר הרב עובדי' כל מיני שקרים און גוזמאות אויף הרב אמנון, הרב עובדי' האט מען גרינג געקענט ארויסנעמען פון די כלים און עס האט גוט געארבעט, הרב עובדי' האט געעפענט א מויל אקעגן אים און מער האט מען נישט געדארפט, שטעלט אייך פאר סאטמארע חסידים זאלען הערען דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו האקען פעך און שוועבל אויף א רב, קיין שום סאטמארע וואלט שוין נישט "געקויפט" דעם רב, כאטש דער רב שרייט אז מען האט פארקויפט פארען רבי'ן שקרים, און מען לאזט אים נישט צו צום רבין צו לאזען הערען זיין מיינונג, ס'וואלט נישט געהאלפען קיין פודינו ומצילנו,
דאס ממש האט יעצט פאסירט, הרב אמנון האט אבער נישט געואלט געדענקען דעם כלל "אל תהי' צודק, תהי' חכם", ווארט צו אביסל! האלט דיר דאס מויל, כאטש ביסט גערעכט,
אבער ער איז געווען גערעגט ביזען הימל וואס די ש"סניקעס טוען צו אים, למעשה האט הרב אמנון זייער זייער אסאך געטוען פאר ש"ס במשך די יארען, זיי האבען זיך אסאך געבויעט אויף זיין רוקען, און ער איז געווען צו תמימות'דיג צו פארשטיין און קענען אראפ שלונגען אזא כפיית טובה, ער האט זיך נישט באהערשט, און דאס האט אים געלייגט טיפער און טיפער אין די ערד,
ער האט נישט גערעדט אויפן צדיק הרב עובדי' אבער ער האט געהאקט שטיקער פון זיינע שטוב מענטשן און זיינע קינדער, און דאס האט געמאכט די פייער גרעסער און גרעסער, עד כדי אז די שטוב מענטשן פון הרב עובדיה האבען געצווינגען אלע ספרדישע און תימנער רבנים צו חתמנענען א קול קורא אקעגן הרב אמנון, וואס דאס איז געווען א חוצפה פאר זיך, א כפיית טובה אויפען העכטען גראד, ס'האט געוויזען אז קיין איין רב האט נישט קיין אייגענע דעה, מען קען זיי אלע פירען ביים נאז, אבער מצד שני האט הרב אמנון געענדיגט די קאמפיין ווי א לוזער פון לוזערלאנד,
ביידע זייטען האבען געטוען גרויסע נארישקייטן וואס האט יעדעם געשאדט, סיי הרב אמנון, ווען ער ווארט אויס די אריכות ימים פון הרב עובדי' און דעמאלס הייבט ער אן צו מאכען שבת וואלט ער אסאך מער מצליח געווען, און אולי וואלט ער נאך געקענט זיין די שטערקסטע פארטיי ביי די עדות המזרח! אבער ער האט נישט געהאט קיין געדולד, וכמה חבל,
ש"ס האט דערלייגט פון אפאר זייטען, איינס כאטש די ספרדים האבען נישט געוואלט ממרה זיין די באפעל פון הרב עובדי', און האבען געוועלט פאר ש"ס און נישט פאר הרב אמנון, דאך האט הרב אמנון היבש צוקלאפט די "טראסט" פון די ש"ס פירער אין די אויגען פון די ספרדים, זיינע דרשות האט אזויפיעל אויפגעטוען "קאליע מאכען פאר ש"ס", ער האט אנגעזייעט א שרעקליכער חורבן, ווי נישט ווי האט ער א גוט מויל, און זיי האבען זיך נישט גערעכנט מיט די פאקט, און יעצט גייען זיי באצאלען דערויף, ווייל ביי די נעקסטע בחירות גייט מען זיי נישט גלייבען, און זיי גייען נישט האבען הרב עובדי' וואס זאל שעלטען און באפעלן, ער איז שוין נישטא, און די היזק איז געמאכט געווארן,
און ווי אנגעפאנגען, ש"ס האט דערלייגט א גוטע מענטש, א מענטש וואס וואלט זיי אסאך געקענט ביישטייערן ביי די עבר און ביי די עתיד, אסאך זאגען אז ש"ס האט שוין ביי די לעצטע בחירות אסאך דערלייגט נאר צוליב די העצערייען און דרשות פון הרב אמנון. דאס פלעגט די באבע ע"ה זאגען, "שכל דארף מען נאכלויפען" און פון "רגש אנטלויפען"!
וואס מיט הרב אמנון גייט ווערן? איין גאט ווייסט צו ער קען זיך נאך ארויסדרייען פון די קלעפ וואס ש"ס האט אים געגעבען, מעגליך אז יא און מער מעגליך אז נישט, דאס איז זיכער, צו גרויס אדער אזוי גרויס ווי ער איז געווען אמאל וועט ער קיינמאל נישט זיין לכאורה.