Under maintenance
הויפט זייט » אראבער כאפט מערדערליכע מכות פון ירושלים ישיבה בחורים

אראבער כאפט מערדערליכע מכות פון ירושלים ישיבה בחורים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5071
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:42 am#159284
אראבער כאפט מערדערליכע מכות פון ירושלים ישיבה בחורים
נעכטן איז געווען א שטארקע אומבא'טעמ'טע פרשה אין ירושלים ווען אן אראבישע גנב'ל האט געהאט דעם ביטערן מזל זיך אריינצוכאפן אין די דירה פון אפאר אמעריקאנע ישיבה בחורים אין ירושלים. אנשטאטס אלע בחורים זאלן אים אנכאפן און רופן פאליציי ווי די מנהג איז ביי ציוויליזירטע מענטשן, האבן זיי אים אנגעבראכן די ביינער מיט גרויס אכזריות און אפילו ווען עס האט זיך שוין געגאסן פון אים בלוט האבן זיי אים ווייטער געשטויסן אין קאפ, אין בויך, און אים ממש צע'מזיק'ט אלע אברים. א שמועה איז ארומגעגאנגען אז דער אראבער איז היינט נאכט געשטארבן אין שערי צדק אין שפיטאל, אנדערע קוועלער זאגן אז עס איז נישט אמת, און ער לעבט נאך דערווייל.

עס איז צו ערווארטן אז עס וועלן קומען ארעסטן.

א בחור וואס האט מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה דערציילט פאר א חבר אלע פרטים
m http://vocaroo.com/i/s0zG2h9ZCgNM m
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:51 am#159287
כ'פארשטיי נישט
וויאזוי איז דער רעקארדינג געמאכט געוארן? ארויסגעקומען?
ס'נישט נארמאל. מיט וואספארא קאלטבלוטיקייט ער פארציילט עס.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:53 am#159288
ס'איז א וואויס מעסעדזש וואס ער האט געשיקט פאר א חבר.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:56 am#159290
OMG!!
רחמנא ליצלן
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:58 am#159293
אויטש! ס'כאפט אן עקל צו צוזעהן דעם בילד. א שוידערליך מעשה. איך מיין אבער ס'איז כדי איר זאלט אראפנעמען די רעקארדירונג, בעפאר--אויב נאכנישט--עס רינט ארויס צו די מידיא. כאטש אביסל מינאמיזירן דעם חילול השם.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:06 am#159300
די ריקארדינג פאר ארום אין די גאנצע וועלט.

נאך בילדער
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:08 am#159301
וועלכער משוגענער לאזט איבער אזא מעסידזש צו א חבר?
און וועלכער חבר געט אזאנס ארויס?
אפשר איז עס א געשפיהלטע זאך?
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:08 am#159302
שוין צייט צו עפענען אזא א''ג מירע'ר ישיבה אין אמעריקע.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:32 am#159312
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:43 am#159318
אזא רעקארדינג קען היפש איינמיירענען די באטראפענע בחורים. עצתי אמונה זיי זאלן אפטראגן פון ארץ ישראל ווי שנעלער.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:57 am#159324
מען האט יעצט ארעסטירט 6 בחורים, צוויי ווערן אנגעקלאגט מיט מארד.

דרך אגב, ווען עס קומט צו מארד קלאגעס איז בעסער אז זיי זענען אין ישראל, ווי עס עקזיסטירט נישט קיין טויט שטראף, משא''כ אין אונזער מלכות של חסד.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:23 am#159328
ימי קדם האט געשריבן:צוויי ווערן אנגעקלאגט מיט מארד.


הייסט ער איז געשטארבן?
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:32 am#159330
די זעלבע ווי דער כינעזער וואס געשטאכען די וואך, יא!, הייליגע הייליגע נשמות.ישראל זענען עלול אויף רציחה די זעלבע ווי דער וואס האט באקומען די ברכת ''על חרבך'', נאר די חילוק.צווישען די ביידע איז, דבאמת.ד''על חרבך''.הוא.קללה, דהיינו, אז די עשיו, ווען די וועסט טון איינע פון די מעשים תעתועים וועט מען גלייך טייטלען אויף דעם ''על חרבך'', ער איז דאך א רוצח, און דיין ברודער יעקב, אפילו ער וועט טון די זעלבע מעשים תעתועים ווי די, זיין הענט וועט זיין די זעלבע פארשמירט מיט בלוט ווי דיינס, אבער דער פלעק וואס דער על חרבך לאזט איבער וועט ער נישט האבן...
דאס איז שוין דער אפיציעלער עם סגולה...דער אזוי גערופענער עם הנבחר...בוז יבוזו להם...
מיין הארציגע וואונטש פאר די בחורים וואס האבן ערמארדערט דעם אומשולדיגען רחמנות'דיגער ארימער אראבער, זאל דער אויבעשטער העלפען, זיי זאלען זיצען לעבנסלענגליך און תפיסה אזוי ווי עס קומט זיך זיי, און מען זאל מקיים זיין מיט זיי וואס דער רמב''ם שרייבט און פ''ג מהל' רוצח
ד  ובכל אלו הרצחנים וכיוצא בהן שאינן מחוייבים מיתת בית דין--אם רצה מלך ישראל להורגם בדין המלכות ותקנת העולם, הרשות בידו.  וכן אם ראו בית דין להרוג אותן בהוראת שעה--אם הייתה השעה צריכה לכך, הרי יש להם רשות כפי מה שיראו.
ה  הרי שלא הרגם המלך, ולא הייתה השעה צריכה לחזק הדבר--הרי בית דין חייבין מכל מקום להכותם מכה רבה הקרובה למיתה, ולאסור אותן במצור ובמצוק שנים רבות, ולצערן בכל מיני צער:  כדי להפחיד ולאיים על שאר הרשעים, שלא יהיה להם הדבר לפוקה ולמכשול לבב, ויאמר הריני מסבב להרוג אויבי כדרך שעשה פלוני, ואיפטר.

און ווי שרייבט נאך און פ''ד
יא  [ח] ההורג נפשות, ולא היו שני העדים רואין אותו כאחת, אלא ראהו האחד אחר האחד, או שהרג בפני שני עדים בלא התראה, או שהוכחשו העדים בבדיקות ולא הוכחשו בחקירות--כל אלו הרצחנין, כונסין אותן לכיפה ומאכילין אותן לחם צר ומים לחץ עד שיצרו מעיהן; ואחר כך מאכילים אותן שעורים, עד שכרסם נבקעת מכובד החולי.
יב  [ט] ואין עושין דבר זה לשאר מחוייבי מיתות בית דין--אלא אם נתחייב מיתה, ממיתין אותו; ואם אינו חייב מיתה, פוטרין אותו:  שאף על פי שיש עוונות חמורין משפיכות דמים, אין בהן השחתת יישובו של עולם כשפיכות דמים.  אפילו עבודה זרה, ואין צריך לומר עריות או חילול שבת--אינן כשפיכות דמים:  שאלו העוונות הן מעבירות שבין אדם להקדוש ברוך הוא, אבל שפיכות דמים מעבירות שבינו לבין חברו.  וכל מי שיש בידו עוון זה, הרי הוא רשע גמור; ואין כל המצוות שעשה כל ימיו שקולין כנגד עוון זה, ולא יצילו אותו מן הדין--שנאמר "אדם, עשוק בדם נפש . . ." (משלי כח,יז).
יג  צא ולמד מאחאב עובד עבודה זרה, שהרי נאמר בו "רק, לא היה כאחאב" (מלכים א כא,כה); וכשנסדרו עוונותיו וזכייותיו לפני אלוהי הרוחות, לא נמצא לו עוון שחייבו כליה ולא היה שם דבר אחר ששקול כנגדו אלא דמי נבות:  שנאמר "ותצא הרוח, ותעמוד לפני ה'" (ראה מלכים א כב,כא; דברי הימים ב יח,כ), זו רוח נבות; ונאמר לה "תפתה וגם תוכל" (מלכים א כב,כב; דברי הימים ב יח,כא).  והרי הוא הרשע לא הרג בידו, אלא סיבב; קל וחומר להורג בידו.

און איך האף די אלע עסקנים ודומיהן וועלו נישט מער פארשעמען עם ישראל, מיט וואס זיי גייען גיין עסקענען פאר די בחורים, זיצען.זאלן זיי זיצען!! הענגען זאל מען זיי הענגען!!
ויה''ר שיקוים עלינו הכתוב ובערת הרע מקרבך, אמן!
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:35 am#159331
wow wow אזא סעלף העטינג איד האב איך נאך נישט געזעין
קאלם איט נעמט א גלעזעל קאווע און בארואיגט אייך
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:38 am#159332
ימי קדם האט געשריבן:מען האט יעצט ארעסטירט 6 בחורים, צוויי ווערן אנגעקלאגט מיט מארד.

ד.ה. דער אראבער איז טויט?

ווי נעמט זיך אזא רציחה צו היימישע בחורים? כ'הייב אן מורא האבן אז לעיקוואד האט א שטיקל טענה. אנה נוליך חרפתינו.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:51 am#159339
איך ווינטש - פונקט ווי אחד העם - אז מען זאל מקיים זיין מיט די בחורים די דברי הרמב"ם (ישראל שהרג את... פטור) אדער די דברי התורה הבא במחתרת. הגם דא איז שוין אפשר בבחינת זרחה עליו השמש.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:57 am#159343
;)
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:58 am#159344
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:צוויי ווערן אנגעקלאגט מיט מארד.


הייסט ער איז געשטארבן?

יא, כך קבלתי.

אויב נישט רוף מיר נישט צו דין תורה אלס עד זומם.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:06 pm#159351
אראפ גענומען
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:15 pm#159354
גלייבט מיר ווען א אראבער'ל פאלט אריין אין מיינע הענט, קומט ער נישט ארויס בעסער
איך וואלט אים נאר דערנאך אפגעטראגן ערגעץ ווייט, ס'זאל נישט בלייבן מיין פינגער פרינטס,
אבער דעם אראבער קומט זיך דאס ריכטיג
ווען די אראבער וועלן וויסן אז יעדע גניבה און רציחה פון זייער זייט קען זיך ענדיגן מיט סוף פסוק, וועט זיך די גאנצע סיטואציע בארוהיגן
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:17 pm#159355
ציוני האט געשריבן:ווען די אראבער וועלן וויסן אז יעדע גניבה און רציחה פון זייער זייט קען זיך ענדיגן מיט סוף פסוק, וועט זיך די גאנצע סיטואציע בארוהיגן


50 יאר פון זיי הארגענען און באמבאדירן אויף זייערע רציחות יוכיח? ס'האט געהאלפן?
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:19 pm#159356
יעצט באקומען:
חברים. לגבי הערבי של אתמול. בסוף הוא לא מת הכל בולשיט!!! לאחר בדיקה מול משטרת י-ם - אין עצורים.

איך זאג שוין נישט גארנישט.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:22 pm#159358
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
ציוני האט געשריבן:ווען די אראבער וועלן וויסן אז יעדע גניבה און רציחה פון זייער זייט קען זיך ענדיגן מיט סוף פסוק, וועט זיך די גאנצע סיטואציע בארוהיגן


50 יאר פון זיי הארגענען און באמבאדירן אויף זייערע רציחות יוכיח? ס'האט געהאלפן?

אוי ווי עס האט געהאלפן ווען נישט דעם וואלט געווען אסאך ערגער
אוודאי איז עס נאך נישט 100% אבער לולי מוראה של וכו'
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:22 pm#159359
אחד העם האט געשריבן:די זעלבע ווי דער כינעזער וואס געשטאכען די וואך, יא!, הייליגע הייליגע נשמות.ישראל זענען עלול אויף רציחה די זעלבע ווי דער וואס האט באקומען .....


אחד העם, דיינע ווערטער ערוועקען אין מיר מער אפשיי ווי די מעשה וואס איז געשען אין ארץ ישראל,

ווי קענסטע עס בכלל פארגלייכען צי דעם כינעזער מעשה אויב נישט וואס דיין הארץ שפרודלט מיט שנאת ישראל,

דער כינעזער האט קאלטבלוטיג ערמארדערט א אומשולדיגע פאמיליע, אין די צייט וואס די בחורים האבען אנגעמקל'ט א אראבער א גנב וואס האט זיך אריין געגנב'ט צי זיי אין די דירה, מיר דאכט זיך אז אין געוויסע סטעיטס אין אמעריקע טאמער איינער דערשיסט א גנב וואס גנב'ט זיך אריין אין זיין הויז טוט מען אים גארנישט, לדעתי איז דער גנב זיך אליינס שולדיג, אפגעזעהן צי די בחורים האבען געטוהן ריכטיג צי נישט,

בכלל איז א אראבער נחשד אויף רציחה, אין ער קען נישט האבען קיין טענות אז מען קלאפט אים אן די ביינער ווען ער גנב'ט זיך אריין צי יענעם אין הויז, סאו כ'פארשטיי נישט די גאנצע טאראראם, לדעתי איז עס בכלל נישט אזא גרויסע עוולה, יא ס'קען זיין אז די בחורים האבען איבער געטריבען, אבער קיין רוצחים זענען זיי נישט, אין ס'קומט זיך זיי גארנישט קיין שטראף דערפאר,
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:26 pm#159361
אחד העם האט געשריבן:[פראוואקאטיוו]


אהא, בקיצור די ביסט אן אויסגעשפיגענע אפיקורות,

אחד העם האט געשריבן:ואכמ''ל,


ווייסט פארוואס, ווייל טאמער וועט מען אנהייבען צי מאריך זיין וועט מען זעהן אז די רעדסט געבראטענע שטותים, געבויעט אויף קרומע סברות וואס וואקסען פין דיינע פארסמ'טע שנאת ישראל געפילען,

כ'האב קיינמאל נישט געליינט דאס ביך פין היטלער "מיין קאמף", אבער כ'בין כמעט זיכער אז ווען די ליינסט עס וואלסטו דיר גוט פארשטאנען מיט עים....