Under maintenance
הויפט זייט » אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5085
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:37 pm#159706
אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט
דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).

כ'שטעל דא ארויף דעם היינטיגן חסידות-מינוט אין א פרייער אידישער איבערזעצונג.

די שפיל פון לעבן

א מענטש וואס איז א fan פון א ספעציפישן ספארטס-טים -- לאמיר זאגן די "רעד סאקס" -- זוכט נישט אונטערצוברענגען דעם צד-שכנגד טים, ווייל הגם ער וויל זיין טים זאל געווינען, פארשטייט ער אז מען קען נישט געווינען אן קיין פארמעסט. און בכדי ס'זאל זיין א פארמעסט, מוז זיין א צד שכנגד. אנדערש איז נישטא קיין געים.

ווען דער "ויתרוצצו" האט זיך אפגעשפילט ביי רבקה'ן אין בויך, איז זי געווען באזארגט: וואס איז פשט פון דער "ביי-פאולער" אויפפירונג פונעם עיבור? פארוואס ציט אים בכלל צו דער נעגאטיווער זייט? האט דער אויבערשטער זי געזאגט: דעטס לייף! עס זענען אין דער וועלט פאראן צוויי כוחות, וואס זענען קעגנערס בטבעם. דער געראנגל צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית איז נישט קיין פראבלעם, קיין קאפ-ווייטאג, קיין "שונא" פאר'ן מענטש. פארקערט: מען דארף דעם געראנגל אויפנעמען מיט אפענע הענט, מיט שמחה! ווייל דער דאזיגער געראנגל איז די זאך וואס פארזיסט די שפיל וואס מיר רופן לעבן.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:55 pm#159715
איז מעגליך צו לינקן צום אודיאו זעלבסט?
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:03 pm#159718
גערן. וואו און ווי לאדן איך עס ארויף?
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:23 am#159858
אן אויסוועג לדורות (חסידות-ווארט פון היינט אינדערפרי)
וואס האט יצחק אבינו פארדינט מיט'ן ליב-האבן עשיו?

זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער: "כי צייד בפיו," ווייל דאס האט געגעבן פאר יצחק א טענה לדורות. אויב א איד קומט אן צו א שטאפל, אז ס'איז נישטא קיין טראפ גוטס אין אים און ער וואלט לכאורה געדארפט פארלוירן-גיין, קומט יצחק אבינו צום אויבערשטן מיט א טענה: איך, מידת גבורה, פחד יצחק, האב ליב געהאט עשיו'ן אן קיין שום סיבה. דו, רבונו של עולם, דער א-ל מלא רחמים, דארפסט דאך זיכער יענעם ליב האבן.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:33 am#159862
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:גערן. וואו און ווי לאדן איך עס ארויף?

דראפבאקס, גוגל דרייוו אדער יוטוב

ביי דראפבאקס דארפסטו האבן א דראפבאקס אקאונט, און אין גוגל דרייוו און יוטוב דארפסטו האבן א גוגל אקאונט.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:37 am#159863
Or copy.com
No account needed
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:41 am#159864
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).

כ'שטעל דא ארויף דעם היינטיגן חסידות-מינוט אין א פרייער אידישער איבערזעצונג.

די שפיל פון לעבן

א מענטש וואס איז א fan פון א ספעציפישן ספארטס-טים -- לאמיר זאגן די "רעד סאקס" -- זוכט נישט אונטערצוברענגען דעם צד-שכנגד טים, ווייל הגם ער וויל זיין טים זאל געווינען, פארשטייט ער אז מען קען נישט געווינען אן קיין פארמעסט. און בכדי ס'זאל זיין א פארמעסט, מוז זיין א צד שכנגד. אנדערש איז נישטא קיין געים.



ווען דער "ויתרוצצו" האט זיך אפגעשפילט ביי רבקה'ן אין בויך, איז זי געווען באזארגט: וואס איז פשט פון דער "ביי-פאולער" אויפפירונג פונעם עיבור? פארוואס ציט אים בכלל צו דער נעגאטיווער זייט? האט דער אויבערשטער זי געזאגט: דעטס לייף! עס זענען אין דער וועלט פאראן צוויי כוחות, וואס זענען קעגנערס בטבעם. דער געראנגל צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית איז נישט קיין פראבלעם, קיין קאפ-ווייטאג, קיין "שונא" פאר'ן מענטש. פארקערט: מען דארף דעם געראנגל אויפנעמען מיט אפענע הענט, מיט שמחה! ווייל דער דאזיגער געראנגל איז די זאך וואס פארזיסט די שפיל וואס מיר רופן לעבן.


.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:55 am#159869
שקויעך ATUB @יידל ATUB און ATUB @דער (פינטעל) איד ATUB

ענד היער ווהי גאו: m https://next-d.copy.com/yML8zTelEHFC m
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:57 am#159870
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:שקויעך @יידל און @דער (פינטעל) איד

ענד היער ווהי גאו: https://next-d.copy.com/yML8zTelEHFC


היער ווהי גאו גארנישט! מ'זעהט גאאארנישט!
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:00 pm#159871
אן אומגעדולדיגע ציג! קליק (מיט דער פאדערשטער פאדעשווע) אויפ'ן לינק, און לאדן אראפ דעם קליפ.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:15 pm#159876
כ'האב געלאדענט, מער ווי איין מאל!
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:16 pm#159877
איר האט מסתמא נישט געסעיווט די פייל ווי עס ברויך צו זיין, וויילע מ'זעהט אז ס'דארף זין 33 סעקונדעס פון פילם, אבער זעהען זעהט מען גארנישט, נאר אזעלכע געלע קעסטעלעאך
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:00 pm#159890
סארי. דארף איך זען וואס כ'האב נישט גוט געטאן. אינדערצווישן, קענט איר מיר אישי'ן אייער אימעיל אדרעס און כ'וועל עס שיקן.
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:11 am#160045
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:וואס האט יצחק אבינו פארדינט מיט'ן ליב-האבן עשיו?

זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער: "כי צייד בפיו," ווייל דאס האט געגעבן פאר יצחק א טענה לדורות. אויב א איד קומט אן צו א שטאפל, אז ס'איז נישטא קיין טראפ גוטס אין אים און ער וואלט לכאורה געדארפט פארלוירן-גיין, קומט יצחק אבינו צום אויבערשטן מיט א טענה: איך, מידת גבורה, פחד יצחק, האב ליב געהאט עשיו'ן אן קיין שום סיבה. דו, רבונו של עולם, דער א-ל מלא רחמים, דארפסט דאך זיכער יענעם ליב האבן.


"פועל דמיוני"
ערגעץ ווי האב איך געזען אז די זעלבע מאטיוו איז געווען פארוואס אברהם אבינו איז געגאנגען מקריב זיין יצחק אן קיין קשיות אזוי אז דער אייבישטער זאל מוחל זיין אן קיין קשיות
כוועל עס פאוסטען ווען כ'טרעף עס
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:29 am#160049
ס'האט געהאלפען?
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:54 pm#160107
וואס האט?
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:00 pm#160111
פיל מיט יענעם, נישט גיב עצות
m http://youtu.be/qOEWGi9oBiE m

ווען יעקב אבינו האט זיך אריינגעשלייכט אין הויז צו גנב'ענען די ברכות, האט רבקה אים אנגעטאן האריגע קליידער כדי פארווישן די שפירן פון יעקב'ס גלאטער הויט. פריער, ווען רבקה האט צוערשט פארגעשלאגן פאר יעקב צו אויסכאפן די ברכות און יעקב האט זיך געזארגט אז יצחק וועט אים גאר שעלטן, האט רבקה אים געזאגט: זארג נישט; "עלי קללתך בני." פארוואזשע האט אים רבקה נישט באלד דעמאלט געגעבן די עצה וואס זי האט למעשה געטאן?

ווייל ווען עמיצער קומט צו דיר זיך אויסרעדן אויף א פראבלעם אדער צרה, גיב אים נישט קיין עצות, נאר טייל זיין ווייטאג; סימפאטיזיר און וויין מיט אים. ווען יעקב איז דערשראקן געווארן און זיך געזארגט, האט רבקה אויסגעדריקט מיטלייד, גענומען אויף זיך זיין צרה. הערשט ווען ס'איז געקומען לידי מעשה, דעמאלט האט זי אים געהאלפן מיט עפעס פראקטיש, ממשות'דיג.
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:35 pm#160119
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:http://youtu.be/qOEWGi9oBiE


פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:39 pm#160122
שקויעך :)
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 1:59 pm#160393
דער ג-טליכער עלעוועיטאר איז צעבראכן


מיר לערנען אין דער פרשה וועגן יעקב אבינו'ס חלום, אין וועלכן ער האט געזען מלאכים ארויפקריכן און אראפקומען די טרעפ פון א לייטער. מלאכים קענען דאך פליען: וואס איז פשט פון דער לייטער-קלעטעריי?

נאר די מלאכים קומען אונז לערנען די וויכטיגסטע לעקציע אין לעבן: נישטא קיין עלעוועיטאר צו ג-טליכקייט (און אויב איז יא פאראן, איז ער צעבראכן). מ'קען נישט ארויפפליען קיין מדריגות. דער איינציגער וועג ארויף פאר א בשר ודם איז דורך גיין שטאפלווייז, א טריט אויפאמאל.

לאמירזשע היינט נעמען איין אזא קליינעם טראט.
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:42 pm#160424
מורא'דיג אין די וועלט!
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 4:45 pm#160442
נו, אפשר שטעלט איר אים, סעמפ'ן, אריין אין געצעלט אייערן, מכוח דעם חיוב פון "ויפוצו"?
מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:32 pm#160668
מחשבות פירן צו מלאכים אדער שלינגענדע קי
m http://youtu.be/yWXfMej_xCw m


חלומות זענען די שלוחים, וואס דעקן פאר אונז אויף ווער מיר זענען באמת; פון וואס די עסענץ פון אונזער וועזן באשטייט.

רבי מאיר'ל פרימישלאנער האט באמערקט: ס'איז תלוי אינעם מענטש, פון וואס זיינע חלומות זאלן באשטיין. שטרעבן פאר העכערס, פאר דביקות אינעם אויבערשטן, פירט צו חלומות וועגן קלעטערנדע מלאכים. אויב איז דער קאפ פארנומען מיט עסן און רייכטום, חלומ'ט זיך משונה'דיגע זאכן וועגן מאגערע קי וואס שלינגען איין לעבעדיגערהייט זייערע פעטע פריינט.

לאמירזשע היינט אנהייבן טראכטן און לעבן מיט ספיריטואליזם.
מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:51 pm#160671
מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 3:15 pm#160689
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:נו, אפשר שטעלט איר אים, סעמפ'ן, אריין אין געצעלט אייערן, מכוח דעם חיוב פון "ויפוצו"?

"ויפוצו" איז נישט קיין חיוב

ווי אפט זאל איך עס שטעלן אין "געצעלט" לדעתכם?
מאנטאג מאי 19, 2014 9:09 am#201028
m https://www.youtube.com/watch?v=_6CJPVfkvIs m

א געוויסער מסור האט זיך אמאל צוגעטשעפעט צום הייליגן ריזשינער און געפרעגט: "רבי, פארוואס קענט איר נישט באווייזן דאס וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געטאן צו יהודה בן גרים - געגעבן אויף אים א קוק און אים פארוואנדלט אין א גל של עצמות?"

האט דער ריזשינער זיך געוואנדן צו זיינע חסידים און געזאגט: דער "נתן בו עיניו" מיינט, אז רבי שמעון האט אריינגעקוקט אין זיך אליין. ער האט געפרואווט פארשטיין דעם פשט פון דעם מעסעדזש, וואס ליגט אין דעם יהודה'ס ווערטער. גארנישט געשעט פון זיך, און אפילו ווען א צווייטער בעל בחירה טוט עפעס, ליגט דערין עפעס א הימלישער מעסעדזש, וואס דארף דערפון ארויסגענומען ווערן. רבי שמעון האט געטראכט אזוי לאנג, ביז די געשעעניש איז געווארן א מיטל פאר א מוסר פאר עפעס וואס ער האט פארשטאנען ער דארף דערפון לערנען. און דאן איז דער יהודה בן גרימ'ס פערזענליכקייט פארוואנדלט געווארן אין אן אומרעלעוואנטן טייל פון דער געשעעניש - ער איז געווארן אזוי צופעליג ווי א בערגל ביינער.

די נקודה פון יעדער זאך איז דער מעסעדזש וואס מען קען דערפון ארויסנעמען. דער שליח וואס ברענגט דעם מעסעדזש, איז שוין נישט אזוי וויכטיג.
מאנטאג מאי 19, 2014 9:23 am#201030
הערליך
מאנטאג מאי 19, 2014 9:29 am#201034
זייער שיין.

אין ליק"מ (קמא, צח) טייטשט ער, אז דער צדיק זעהט וואס אן עבירה איז און ווי שעדליך דאס איז, און דעריבער ווען דער צדיק זעהט ווי איינער האט געטוהן אן עבירה, "נתן בו עיניו" - דער צדיק געבט פאר יענעם מענטש זיינע אויגן, אז יענער זאל אויך זעהן וואס אן עבירה מיינט. "ונעשה גל" - עס ווערט פאר יענעם מגולה. "של עצמות" - דאס וואס עס איז געווען פאר יענעם פארדעקט ביז יעצט (מלשון עוצם עיניו).
פרייטאג מאי 30, 2014 11:01 am#203571
m https://www.youtube.com/watch?v=uwdzK8dMxig m

די תורה איז לעולם פול מיט איסורים און ניינס: טו נישט דאס, מאך נישט יענץ; גיי נישט דא, ריר זיך נישט דארט. מה פשט פון דער נעגאטיוויטעט?
זאגט דער הייליגער ריזשינער, אז פשט איז אזוי: "כף אחת", איין איינציגער בייג, א כפיפה, פאר'ן אויבערשטן; "עשרה זהב." עשרה איז דאך צען, יוד. מיט איין אזא בייג, ווערסטו דער גאלדענער איד, וואס דו האסט לעולם אייביג געשטרעבט צו זיין.
פרייטאג מאי 30, 2014 11:15 am#203576
m https://www.youtube.com/watch?v=mTw2n0EmzYg m

ווען דער נזיר האט פארענדיגט די תקופה פון זיין נזירות, האט ער געדארפט ברענגען א צאל מיט קרבנות. אבער פארוואס: ער האט דאך לכאורה געטאן א גוטע זאך? די קשיא פרעגט די גמרא און ענטפערט, אז דאס קומט דערפאר וואס ער האט זיך אפגעזאגט פון טרינקען וויין; ער האט אפגעווארפן איינע פון די הנאות וואס דער רבונו של עולם האט צוגעשטעלט פאר מענטשן. דער אויבערשטער זוכט נישט קיין עקסטרעמען, קיין קיצוניות, נאר נארמאלקייט, באלאנץ. דער וויין איז באשאפן געווארן נישט מ'זאל זיך דערמיט איבערטרינקען און אויך נישט מ'זאל זיך פון אים אפזאגן. מען דארף זיך לערנען ווי צו מאכן א באלאנצירטן "לחיים"!
דינסטאג יוני 03, 2014 11:07 am#204434
m https://www.youtube.com/watch?v=bOROdsc77gA m

דער מדרש דערציילט אז ביי מעמד הר סיני האבן די "קולות" נישט פאראורזאכט קיין ווידער'קול. איז דער ליובאוויטשער רבי מסביר די סיבה דערצו, ווייל אן עכא מאכט זיך געווענליך, ווען דאס קול שטויסט זיך אן אין עפעס הארט, וואס קלאפט דאן צוריק אפ די קול-כוואליעס. ווען דער אויבערשטער האט גערעדט ביים מעמד הר סיני, איז אלץ צעלאזט און צעגאנגען געווארן, און די ג-טליכע שטימע איז אריין צו יעדן אין הארץ.
מיטוואך יוני 11, 2014 10:51 am#205478
m https://www.youtube.com/watch?v=9iEtqS3ti4I m

ווען א מענטש באטראכט זיך אליין ווי עמיצער וואס איז גארנישט ווערט, וועלן אנדערע אים אויך אזוי אנקוקן. די מרגלים האבן זיך אנגעקוקט ווי היישעריקן, און די אנדערע האבן זיי ווירקליך אזוי געזען, ווי היישעריקן.
דער מענטש האט אבער די ברירה זיך צו זען ווי א חשוב, א מלך, א בן למקום. דעמאלט, אויב ער וועט זיך באמת און אויפריכטיג אזוי זען, וועלן אנדערע מענטשן אים אנקוקן מיט'ן זעלבן בליק.
דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:37 pm#205715
m https://www.youtube.com/watch?v=ItSONLlp1hE m

די מרגלים זענען לעולם געווען גערעכט. ס'איז דאך טאקע גרינגער צו לערנען און היטן די תורה אין מדבר, ווען אלע באדערפענישן ווערן צוגעשטעלט אויף א גאלדענער טאץ פון הימל, ווי איידער אין ארץ ישראל.
דער אויבערשטער זוכט אבער נישט ביי מענטשן קיין שלימות און גרינגע עבודה. ער וויל אז דווקא אין און דורך די שוועריגקייטן פון לעבן אויף דער וועלט, זאל דער איד זיך אנשטרענגען און ארבעטן צו לערנען און טאן דעם רצון הבורא.
יא, וואוינען אין ארץ ישראל, היינט ווי דעמאלט, איז נישט גרינג. דער אויבערשטער וויל אבער דווקא דאס: ארבעט, שוויץ, באארבעט די ערד, און היט די תורה און מצוות דווקא אזוי.
מאנטאג יוני 16, 2014 11:02 am#206228
m https://www.youtube.com/watch?v=DpooAev ... video_user m

ויקח קרח - לקח מקח רע לעצמו. זאגט דער ריזשונער: די סיבה וואס האט געפירט קרח אריינצופאלן אין אזא טיפן לאך איז דאס, אז ער האט זיך גענומען "מקח רע", שלעכטס, נעגאטיוויטעט. אז מען קוקט מיט א טוב עין, מיט פאזיטיוויטעט, און מען זעט גוטס ביי יעדן און איבעראל, פירט מען שוין צו אז דער מענטש זאל פארן גוט.
דינסטאג יוני 17, 2014 5:19 pm#206489
m https://www.youtube.com/watch?v=ttLvUG- ... video_user m

נאך דער מחלוקה פון קרח ועדתו, האט דער אויבערשטער באפוילן אז אלע זאלן אוועקשטעלן זייערע שטעקנס, און דאן וועט פון דעם זיין א סימן ווער ס'איז דער ריכטיגער פירער. זענען אויף אהרן הכהנ'ס שטעקן געוואקסן מאנדלען.
די געשיכטע האט זיך אבער נישט מיט דעם געענדיגט. עס שטייט ווייטער אין פסוק, אז אלע איבעריגע האבן גענומען זייערע שטעקנס. פארוואס דערמאנט דאס די תורה? איז דער ענטפער, אז יענע זענען געווען אמת און האבן זייערע אקטן און טענות געמיינט מיט דער פולסטער ערנסטקייט. דערפאר, ווען זיי האבן זיך איבערצייגט אז זיי האבן געגרייזט, האבן זיי גענומען די שטעקנס זייערע און זיי ארומגעוויזן פאר'ן גאנצן עולם: "זעט, חברה. דער שטעקן איז נאקעט. נישטא דערויף קיין מאנדלען. איך האב געגרייזט. אהרן איז ווירקליך דער, וועמען דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן."
אן אמת'ער פירער איז דער, וואס איז גרייט מודה צו זיין אז ער איז באגאנגען א טעות.
מיטוואך יוני 18, 2014 3:15 pm#206728
וואו שטייט אז זיי האבן מודה געווען אז אהרן גערעכט? זיי האבן צוריק גענומען די שטעקענס און זיך ווייטער געהאלטן מיט דעם.
מה שהיה הוא שיהיה. מענטשן האלטן זיך אן אין נאקעטע שטעקענעס וועלכע פארקויפן גארנישט. איי קענסט דאך גיין זוכן א צווייטע שטעקן וואס געבט ארויס פיינע מאנדלעך? ניין, ער וועט זיך ענדערש ווייטער האלטן מיט זיין ליידיגע שטעקן, פון וואס מען קען קיין טובת הנאה נישט באקומען.
ויראו ויקחו איש מטהו.
דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:52 pm#206917
רש"י הק' זאגט "קרח שפיקח היה מה ראה לשטות זה"?
א קלוגער איד האט זיך אויגעדרוקט אויף א געוויסער תלמיד חכם "ער? ער האט זיך בא'נער'ישט! איי איך זאג אלץ אז ער איז א חכם, אבער ווער דען קען זיך בא'נער'ישן? נאר א חכם! וויל א נער איז איין שטיק נער און "בא'נער'ישט זיך" נישט..."
אבער פארט דארף א חכם געדענקען אז דאס איז נישט קיין תירוץ, א חכם טאר זיך נישט בא'נער'ישן ----קיינמאל-----
און קורח זאל זיין דער וואס דערמאנט יעדע חכם, אפילו שפיקח היה, דאך האט מען אים פארגעהאלטן "היתכן דו האסט זיך בא'נער'ישט?!"
זונטאג יוני 22, 2014 1:56 pm#207422
m https://www.youtube.com/watch?v=ZJWuZrm ... video_user m

יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען זענען מיר אויף זיך מקבל די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך." וואס איז דער "כמוך"? זאגט "פעטער יאסל": כמוך איז טייטש ווי ער, דער חבר, איז - כמו שהוא.
מיר ווילן דערמיט מעורר זיין דעם רצון העליון אונז מקבל צו זיין ווי מיר זענען, אפילו אויב מיר זענען נישט ראוי אז אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן; אפילו מיר דאס דאווענען איז אן געדולד, נישט ווי עס וואלט געדארפט צו זיין.
זונטאג יוני 22, 2014 1:59 pm#207423
m https://www.youtube.com/watch?v=HMFUKbk ... video_user m

איר ווייסט וואס מען טוט אויב מען געפינט זיך טיף אין דר'ערד? מען שרייט אז דער צדיק איז אמת און זיינע ווערטער זענען גערעכט - "משה אמת ותורתו אמת."
א סך מאל דארף מען אנקומען גאר טיף און נידעריג בכדי צו קענען דאס באגרייפן.
מיטוואך יוני 25, 2014 11:06 am#207999
m https://www.youtube.com/watch?v=jhk0qN6 ... video_user m

נו באמת, וואס איז טאקע דער פשט פון אזא מאדנער מצוה, ווי אנשפריצן א טמא'נעם מענטש מיט נאסן אש?
נאר דער תירוץ איז א קשיא אויף צוריק: דו ווילסט וויסן און פארשטיין, אדער פילן און איבערלעבן? אויב זוכסטו אן אמת'ע איבערלעבעניש, פון דעם מין וואס גיט דעם תענוג וואס אלע מענטשן האבן אין אלע צייטן געזוכט, דארפסטו צילן אנצוקומען צו א פלאץ וואס שטייט העכער הגיון און לאגיק.
מיטוואך יוני 25, 2014 11:52 am#208017
m https://www.youtube.com/watch?v=crd0yHN ... video_user m

אין שמות י"ז, פסוק י' שטייט אז דער אויבערשטער האט באפוילן משה'ן צו שלאגן א פעלז, כדי פון אים ארויסצובאקומען וואסער פאר די אידן. דא זעען מיר אבער, אז שלאגן דעם שטיין איז געווען א פראבלעם.
נאר ווען דער שטיין איז יונג און אומרייף, פאדערט זיך נאך דיסציפלין. ווען דער שטיין פארשטייט נאכנישט, דארף מען אים שטעלן אויפן גלייכן וועג און אים אויספורמען אזוי ווי ער דארף אויסזען. איינמאל ער ווערט עלטער און פארשטייט, דארף מען אוועקווארפן דעם שטעקן און די פעטש, און אנהייבן רעדן צו אים, מיט'ן הארץ און קאפ. מען דארף אים העלפן דערגרייכן א גוט פלאץ, אז ער זאל פארשטיין, וויסן און פילן.
לאמיר אוועקווארפן דעם שטעקן. מיר האבן זיך שוין גענוג געשלאגן. ס'איז צייט זיך צו באקענען מיט זיך אליין, רעדן צו זיך אליין, פילן זיך אליין.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:26 pm#208244
m http://youtu.be/yaD787gsBBc m

ווען מיר באגעגענען זיך מיט עפעס וואס מיר פרובירן מיט אלע כוחות צו טוישן און עס גייט נישט, דארפן מיר האלטן פאר די אויגן די מדבר-מעשה פון משה רבינו מיט'ן שטיין.
מען רעדט צו אויבערשטן אזוי לאנג, מ'מאכט התבודדות, און פרעגט און מען בעט - סוכ"ס וועט די שפע קומען דווקא פון א פלאץ וואו מען וואלט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט.
לאמיר רעדן צום אויבערשטן, בעטן דעם אויבערשטן, זינגען צום אויבערשטן אן אויפהער.
דינסטאג יולי 01, 2014 6:24 pm#209043
m http://youtu.be/ASQ2mMZ4F-0 m

וואס דער סוד וויאזוי צו מאכן אן אייזל רעדן? פשוט: מען פירט דערצו אז דאס אייזל זאל בלייבן ערגעץ וואו שטעקן - סטאק. דעמאלט, ווען דאס אייזל איז סטאק, הייבט עס אן רעדן.
ווען דער אויבערשטער וויל א מענטש זאל זיך נעמען רעדן, פירט ער אים צו א פלאץ וואו ער טרעפט זיך "סטאק". ווען דער מענטש איז שטעקן, הייבט ער אן רעדן...
דינסטאג יולי 01, 2014 6:31 pm#209049
m http://youtu.be/3I7QjFqnQe8 m

דער ליובאוויטשער רבי, וועלכער איז געווען באוואוסט מיט זיין אייגנארטיגן בליק אויף אלעם, האט אמאל פארטייטשט די גמרא פון "בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגא". חוצפה, זאגט דער רבי, איז א געוואלדיג-גוטע זאך. אפילו אויב א מענטש איז בעקב, נידעריג, אויף א געפאלן פלאץ, ס'איז אים שמאל אין קאפ און ענג אין הארץ, קען ער זיך אננעמען מיט חוצפה און אויסרופן: רבונו של עולם, איך וויל בכל זאת אז דו זאלסט שיקן משיח'ן...
דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:45 pm#209539
m http://youtu.be/Tu0KwVUBzzg m

"מה טובו אוהליך יעקב," האט בלעם אויסגערופן מיט די אויגן וויזיאנעריש פארגלייזט. זאגט רש"י, אז ער האט געזען אז די אריינגענג צו די געצעלטן זענען נישט אוועקגעשטעלט איינער קעגן דעם אנדערן.
בלעם האט געזען פאר זיך א גרופע מענטשן, ביי וועמען דער פתח צו יעדנס קאפ, דער מהלך המחשבה, דער וועלטס-אויסקוק, איז אנדערש ביי יעדן, ובכל זאת לעבן זיי אינאיינעם. זיי פארשטייען אז הגם איך פארשטיי אנדערש ווי יענעם, האט יענער אויך א זכות קיום; נישט נאר האט ער א זכות קיום, נאר איז מיינס א ברודער.
מיטוואך יולי 09, 2014 12:18 pm#211027
m http://youtu.be/bbpQcsiyN_o m

אפטמאל מאכט זיך אז דער מענטש מאלט ווערטער, אנשטאט זאגן עפעס קלאר און וויסן וואס ער וויל און זאגט. אבער אפגעזען פון דעם, הערט דער אויבערשטער צו.
"כי אתה שומע תפילות כל פה," זאגט רבי אהרן פון קארלין: דער אויבערשטער הערט צו תפילות, אפילו ווען זיי קומען בלויז פון א מויל - אפילו זיי קומען נישט פונעם מענטש.
מיטוואך יולי 09, 2014 12:21 pm#211029
m http://youtu.be/n-K4vTIhlME m

דער הייליגער ריזשינער זאגט אז ביי א חופה און חתונה זעט מען אייביג, אז איידער די שמחה הייבט זיך אן, לויפן דארט ארום קינדער, וואס באאבאכטן די צוגרייטונגען. שפעטער, ווען אלעס איז גרייט און די מוזיק איז מסודר און שפילט שוין, דעמאלט קומען די ערוואקסענע אריין צו דער שמחה.
אזוי איז עס מיט יעדן איד וואס וואוינט אין ארץ ישראל, און איז פארבינדן צו ארץ ישראל. יענע גרייטן צו די מוזיק און צוגעהערן צו דער גרויסער שמחה, ווען די מוזיק וועט אנהייבן שפילן און אלע וועלן אריינקומען טאנצן.
דינסטאג יולי 15, 2014 6:38 pm#211961
m http://youtu.be/GGGFkYSSTxU m

די בני גד און בני ראובן האבן זיך אויסגעקליבן א נחלה אויף יענער זייט ירדן. אויף דער טענה פארוואס זיי זאלן זיך ארויסדרייען פון דער מלחמה, אין וועלכער אלע זייערע אידישע ברידער זענען פארוויקלט, האבן זיי געענטפערט אז נישט נאר וועלן זיי טיילנעמען אין די קאמפן, נאר וועלן זאגאר גיין אין פראנט, פאראויס פאר יעדן.
ווערט געברענגט אז די בני גד ובני ראובן האבן אין די מלחמות מיט די זיבן פעלקער ארויסגעוויזן אויסטערלישע גבורות. זיי האבן באוויזן אראפצוהאקן דעם קאפ אינאיינעם מיט דער האנט פון די קעגנערישע קעמפערס.
פון וואו האבן זיי גענומען אזעלכע כוחות?
דער תירוץ איז, אז ווען די בני גד ובני ראובן האבן פארגעשלאגן צו גיין אין פראנט, האבן זיי עס געטאן מחמת אהבת ישראל. די ליבשאפט און איבערגעגעבנקייט צו א צווייטן איד האט זיי געטריבן זיך אנצוטראגן צו אזא מסירת נפש. און טאקע דאס, דער כוח פון יענעם אהבת ישראל, האט זיי מקשר געווען מיט א פלאץ פון אזעלכע גבורות.
דינסטאג יולי 15, 2014 10:09 pm#212013
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:ווערט געברענגט אז די בני גד ובני ראובן האבן אין די מלחמות מיט די זיבן פעלקער ארויסגעוויזן אויסטערלישע גבורות. זיי האבן באוויזן אראפצוהאקן דעם קאפ אינאיינעם מיט דער האנט פון די קעגנערישע קעמפערס.

וטרף זרוע אף קדקוד.
דינסטאג יולי 15, 2014 10:45 pm#212017
די בני גד ובני ראובן האבן נישט געקענט טרעפן א בעסערע וועג אויסצודרוקן זייער אהבת ישראל?