Under maintenance
הויפט זייט » א פעטיציע צו מנשה'לע

א פעטיציע צו מנשה'לע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #509
זונטאג אפריל 29, 2012 6:42 pm#8629
א פעטיציע צו מנשה'לע
טייערע אידן, איר האט זיכער באמערקט אז אונז האבן דא לעצטנס באקומען א חשובע גאסט, דער משמח אלוקים ואנשים הנקרא מנשה לוסטיג שליט''א
אונז האבן זיך אלע פארגעשטעלט אז ס'גייט זיך אנפאנגען צו גיסן זיינע וועלט בארימטע געשרייבעכצער, אז דער עולם וועט זיך קאטשען פאר געלעכטער אין די אויסגעגאסענע קאווע...
און למעשה, הערט מען אינגאנצען אנדערע זאכן.............

לכן וויל איך בעטן דעם עולם מען זאל מגיב זיין דא מיט עטליכע ווערטער צו אויסדריקן אונזער געבעט:
מנשה, גוטע סחורה ביטע!

אפשר וועט ער זיך צוהערן צום בקשת רבים
זונטאג אפריל 29, 2012 6:45 pm#8632
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.
זונטאג אפריל 29, 2012 6:55 pm#8634
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
עס איז נישט אזוי שלעכט כ׳מיין מען דארף דאך עים לאזן זיך אביסל אויסבלאזן וועגן דעים אויך!

אבער מנשהלע פארגין אונז אביסל פין דיינע זיסווארק אויך אביסל אונז ווארטן שוין אזוי לאנג דערויף! דעליווער אונז עפעס א קנאקעדיגס!
שכח!
זונטאג אפריל 29, 2012 7:20 pm#8647
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.

מנהלים

איינער האט זיך אריינגעכאפט און נוצט שמואל הלוי׳ס ניק שלא ברשות. איך קעניש גלייבן אז שמואל הלוי זאל אזוי שרייבן.

Whoever it is, ווען מע נוצט די ווארט ״אנדערע זאגן״ וויל מען אז מע זאל מיינען אז דא רעד זיך פון א גרויסער עולם, מוז אבער נישט זיין.

איך בין זיכער נישט פון דעי. איך האב הנאה פון מנשה׳עלע פון אלע זיינע זאכן, ווען ער מאכט די זיסע קליפס, און ווען ער שרייבט אזוי שיין, און יא, אויך ווען ער לייגט פאר די סקווירא זייט, און יעדער וואס וויל קען אים אפפרעגען, און שרייבן אנדערש.
זונטאג אפריל 29, 2012 7:31 pm#8661
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.

:דיסלייק:
זונטאג אפריל 29, 2012 7:43 pm#8668
דערווייל, האט מיר נאר זיין חתימה געמאכט שמייכלען. (כה דברי מנשה'לע לע לע לא לא קיש קיש.) האט ער לצערי דאס שוין אויך געטוישט.
מאנטאג אפריל 30, 2012 7:48 am#8800
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
גלייבט מיר, איך טוה חליש'ן יעדן טאג אנצוהייבן א נושא כדרכי וכטבעי, אבער כ'האב א נאטור זיך צו מתווכח זיין, ממילא שטופט דאס אוועק מיין נאטור פון פאנטאזיע און סאטירא מאמרים.
אבער ס'שטייט אויפן אגענדע, און אדרבה, לאמיר הערן רבותי וועלכע נושא נאך, קען מען באשרייבן, כ'האב אייגענע אבער כ'קען באשטיין צו הערן אפשר וועט מיר עס גיבן א אפעטייט.

אגב, איינע פון מיינע פוהלע סלאגאנען איז, 'ווען דו זאלסט וויסן ווי איך לאך, וואלסטו זיך נישט אזוי אויפגערעגט, און אפשר דווקא יא..
מאנטאג אפריל 30, 2012 8:58 pm#9009
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
מנשה'לע ערפילט די פעטיציעס בקשה: l viewtopic.php?p=8995#p8995 l
מאנטאג אפריל 30, 2012 9:18 pm#9021
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
לייג ארויף דיינע קליפס איינס ביי איינס
מאנטאג אפריל 30, 2012 9:20 pm#9023
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
אויכט וויל איך דיך אנטראגען צי מאכען א הימשך (SEASONS) פין די שבת טיש קליפ די האלטס נאך פאר קודיש קענסט מאכען די פיש דיפס און דערביי אנפראסקענען דו קינדער אוי וועלען מיר זיך ראולען פאר געלעגכטער

איך בון מקנא דיין עולם הבא פארען משמח זיין אזויפיל יודען
דינסטאג מאי 01, 2012 3:30 pm#9206
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
גם אני מצטרף לפעטיטציע הגדול

א איד
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:12 pm#143649
שרייבן מוז איך.. אז איר גלייכט נישט מיין גערעדעכץ דא, [אנדערע גלייכן עס יא] דאן זייט מגיב אויף מיינע מעמוארן, וועל איך זיך פארטון מיט יענס.. חח
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:38 pm#143665
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שרייבן מוז איך.. אז איר גלייכט נישט מיין גערעדעכץ דא, [אנדערע גלייכן עס יא] דאן זייט מגיב אויף מיינע מעמוארן, וועל איך זיך פארטון מיט יענס.. חח

וואס? ווער גלייכט נישט?
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 12:28 am#146944
ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:21 am#152922
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..

ווען א חזיר ווערט א חכם, זענען זיינע מבינות פשוט טיפשות
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:02 pm#153017
boxcover האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..

ווען א חזיר ווערט א חכם, זענען זיינע מבינות פשוט טיפשות

פון ווי נעמסטו דאס? פון אייגענע ערפארונג?
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:10 pm#153021
אוי ווי גוט האט ATUB @שמואל הלוי ATUB געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:15 pm#153024
שעפטל האט געשריבן:אוי ווי גוט האט @שמואל הלוי געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!

שעפטעלע נישט אזוי שארף!!
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:16 pm#153025
בדרך אגב ווייסט איינער וואס איז פשט פונעם קליפ וואו מנשה'לע טאנצט און יענער אריין, מנשה'לע אנטלויפט, דאס איז קלאר אז מנשה'לע פוצט גלייך אפ, אבער וואו איז דאס??
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:39 pm#153035
שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:42 pm#153037
שמעקעדיג האט געשריבן:שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.

כ'האב עס נישט געזען, שיק מיר די לינק
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:45 pm#153040
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מנשה נעני, אדורכליינעדיג דעם אשכול זעה איך גרויסע טענות אויףן סקווערע מהלך לגבי מאלעסטעשין בכלל, און מעשה-יוסי בפרט, דיינע תירוצים אויף די שאלות וואס מען פרעגט דיר איז שלא מן הענין לדוגמא 'געפילטע' פרעגט: ער האט זיך דאך פריוואט מודה געווען אויפן מעשה פארן בחור? ענפערסטו אז ווען איינער קומט אין קארט גלייבט מען אפילו עס איז נישט אמת וכו'.
לויט דעם שיג ושיח דא איז מיר איינגעפאלן א שיינע פרפראה: די וועלט פרעגט וואס איז פשט אין מנשה'ס אוואטאר קודם שטעקט אריין דעם קאפ אין די גרינע בושעס און נאכדעם שטעקט ארויס דעם קאפ וחוזר חלילה?
מנשה וועט אוודאי זאגן אז ער בייגט זיך אראפ דעם קאפ כדי נישט צו כאפן שטיינער און אייער פון די סאטמארע, אבער מיר זעט אויס אן אנדערע מהלך, קודם שטעקט מנשה ארויס דעם קאפ צו שיסן א סטעיטמענט, דערנאך בייגט ער זיך צוריק אריין און הערט נישט וואס מען ענטפערט, ואח"כ חוזר חלילה שטעקט זיך ארויס שיסט א פרישע מאמר, בייגט זיך נאכאמאל אראפ און הערט ווייטער נישט וואס מען רעדט צו אים, נו, א ווינדער אז נאכדעם זעט עס אויס ווי א שיח חרשים...

l viewtopic.php?p=146870#p146870 l
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:52 pm#153044
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.

כ'האב עס נישט געזען, שיק מיר די לינק


l viewtopic.php?p=152654#p152654 l
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 4:07 pm#153051
שעפטל האט געשריבן:אוי ווי גוט האט @שמואל הלוי געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי האט געשריבן:אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!

I did not force you to laugh and I have a right to speak, if you are not prone to it, eat your heart, I do not mind 'at all'
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 4:13 pm#153052
ווער האט דאס געספעלט פאר דיר?