Re: דער סיסטעם
כ'האב הנאה פון דעם אשכול.
ס'איז דא אסאך צו שרייבן. קודם-כל, בעפאר אלעם, קומט אנערקענונג אז לייגנדיג אויפן וואגשאל אלע סארט אידישקייטן, האלט איך קלאר אז דער חסיד'ישער וועג וועט נאך אלץ זיין אויפן אויבן-אן, די מעלות זענען זיכער פיל מער ווי די חסרונות, און אסאך מעלות קען נישט גיין אן די חסרונות.
איין גוטע משל איז, א גרויסער חסרון איז זיך דאס אריינמישן אין יענעמ'ס לעבן, פארקערט ווי די גאנצע וועלט, ליוו ענד לעט ליוו, לאז יענעם זיך פירן ווי אזוי ער וויל, צווינג נישט ארויף, קוק אים נישט נאך, ס'זאל דיר נישט אנגיין יענעם בכלל. דער חסרון קומט אויך ארויס ביי שמחות, ווען מען מאכט נאך "יענעם", מען קוקט גוט וואס יענער טוט, און אויף יענעמ'ס דעת און טעיסט מאכט מען מיין שמחה. אבער די מעלות דערפון איז די געוואלדיגע צדקה וחסד וואס מען טוט איינער פארן צווייטן, מען זארגט זיך, אלע חבורות פון הצלה, ביקור חולים, חי לייפליין, און נאך הונדערטער אנדערע, גמ"ח'ן מינים ממינים שונים, איז צו פארדאנקען ווייל מען זארגט זיך איינער פארן צווייטן.
עכ"פ, איך האב א לאנגע ליסטע ווי מען וואלט זיך געדארפט פארבעסערן. איך געדענקט נישט אלעס אויף די רגע, און כ'ווייס נישט צי איך דארף אלעס שרייבן, אחוץ אויב ס'וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן (ווער זענען זיי? ס'איז נישטא קיינער האבעך מורא).
ערשטנס, איז אויפהערן צו פאוקעסן בלויז אויף אלע "לא תעשה'ס" פון די תורה אלץ אידישקייט, און זיך כמעט נישט וויסענדיג מאכן פון די מצוות עשה'ס. פון מען ווערט נאר געבוירן ביז נאך די חתונה, הערט מען כסדר פון די עלטערן און מחנכים וואס מען "טאר נישט טאן". (און פארשטייט זיך ווער עס טוט יא מעג מען בארעדן, נישטא קיין לשון הרע און רכילות און שנאת חנם, נאר ווייל ער האט אן אנדערע השקפה ווי מיר). וואס איז מיט אריינגעבן אביסל ווארעמקייט און געשמאק אין א מצוה? ארויסברענגען דעם געוואלדיגן פריוועליגיע אז מיר זענען דער עם סגולה, אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו, ורוממתנו מכל הלשונות, וקדשתנו במצוותיך, וקרבתנו מלכנו לעבודתך, ושמך הגדול והקדוש עלינו קראת? האו אבאוט יעדע וואך ביים שבת-טיש זאל מען איבערטייטשן די ווערטער אין אידיש? רעדן מער פון אהבת ה', נישט בלויז פון יראת שמים?
אין ברטנורא שרייבט ער (פרקי אבות) אז מען מוז האבן ביידע, סיי יראה און סיי אהבה, איינס אנעם צווייטן פלאפט.
רוב פון אונזערע קינדער היינט (און אפילו עלטערע) ווייסן נישט פארוואס זיי זאלן זיין אידן. לאמיר זעהן:
מען טאר גארנישט טון! מען טאר נישט קוקן אין ערגעץ און זעהן גארנישט, חוץ תורה ותפלה. אנדערש איז ביטול זמן, ביטול תורה, שמירת עינים, יו נעים איט. מען טאר נישט עסן נאר מיט א גוטן הכשר, וואס לאזט איבער א קליינעם אויסוואל, בפרט ווען מען איז נישט אינדערהיים. מען טאר נישט רעדן גארנישט, נאר יעדע ווארט דורכזיפן בי"ג נפה, אנדערש איז מען עובר אויף די הארבסטע חטאים, קללות וארורות רח"ל. מען טאר נישט נאכגעבן די תאוות, נישט במחשבה, נישט בדיבור, נישט מיט די אויגן, און אודאי נישט די כלי מעשה גומרים ח"ו. אויב יא ביסטו דאך חייב מיתה. ועוון זה חמור מכל עבירות שבתורה (שו"ע אבה"ע). שבת טאר מען נישט טון אזויפיל זאכן. קענסט נישט מאכן שיין דיינע פיאות, קענסט נישט אייננעמען א מעדעצין ווען עפעס טוט דיר וויי (חוץ אויב ס'איז ממש געפערליך, כמבואר בשו"ע), קענסט נישט אנצינדן עירקאנדישאן ווען ס'איז דיר הייס, קענסט נישט פארן מיט א קאר אויב עפעס איז ווייט. גיי 3 מאל א טאג אין שול ברג"ש, שלעפ דיך אין די גליטש, בלאטע, רעגן שניי.. טארסט נישט האבן קיין אינטערנעט, קיין סעלפאן, קיין לייען מאטעריאל אויסער סיפורי צדיקים, אלעס איז אסור. אסור אסור אסור.
די מצוות וואס מען הייסט שוין יא טון, גייט מיט א פרעשור: דאווען! לערן! נעם א אידיש ספר אין האנט! פארברענג נישט די צייט! פארוואס שמועסטו ביים דאווענען? האסט נישט געקענט ביים פארהער אין חדר? אפאר גוטע פעטש! די נעגעטיוועטי איז אין לשער. ווען מען זאל כאטשיק שפירן א טעם אין שב"ק, וואלט מען שוין גרינגער מוותר געווען אויף די אויבנדערמאנטע.
יעצט, פארוואס לוינט זיך דאס אלעס צו טון? אה, ווייל מיר אידן האבן דאך סוכ"ס א חלק לעוה"ב!!
נו, לאמיר קריכן צו יענע וועלט. אוי, מען גייט אונז שמייסן! און נאכאמאל שמייסן! כף הקלע! גלגולים! גיהנם! וויזוי האסטו געשריבן אין ליבי'ס אשכול?
"מען גייט איר שמייסן פאר יעדע קר"ש וואס זי האט נישט געליינט"! הא??? די גויים גייט מען אויך שמייסן פאר יעדע קר"ש וואס זיי האבן נישט געליינט? די גויים ענטפערן אמאל אמן? מיר ענטפערן טויזענטער מאל אמן, אבער אפגעהיטן זאל מען ווערן אויב עס איז א אמן קטופה/חטיפה/יתומה. קוקסט ארויס אינמיטן שמ"ע? וועסט נישט זוכה זיין צו זעהן די שכינה ווען משיח קומט. א.א.וו. משא"כ דער גוי להבדיל, אים גייט מען נישט שמייסן. ער קען מאכן א לעבן, זיין א חסיד אומה"ע און זוכה זיין צו אסאך גוטע זאכן בזה ובבא.
קענסט מיר נאך אלץ זאגן פארוואס איך זאל זיין א איד?? ווייל מיין טאטע וויל אזוי, ס'פאסט אים? ער צווינגט מיר צו טון וואס ער האט ליב? ווייל דאס איז דער "סיסטעם"? נא וועט מען העכסטנס זיך אפרייסן פונעם סיסטעם. און אז מען רייסט זיך שוין אפ, טראסקעט מען גאר טיף, מען לאזט ליידער אפ אלעס, אפילו די חמורות שבחמורות.
אבער געוואלד, זיין א אידיש קינד איז דאך דאס בעסטע וואס איז דא, מען קען אזויפיל ארומרעדן איבער די חשיבות, און סוף כל סוף וועט זיך ארויסווייזן די תועלת דערפון, ווען די הסתרת פנים וועט אדורכגיין, עס לוינט זיך די אלע שוועריגקייטן! סאטמאר רבי ז"ל האט געזאגט "עס לוינט זיך צו ליידן 70 יאר, נאר כדי צו זוכה זיין איין מאל צו מקרא מגילה"! אין אן אנדער פלאץ האב איך געזעהן שטיין, אז עס לוינט זיך אראפצוקומען אויף דער וועלט בלויז פארן זאגן "איינמאל"!!! ברוך-הוא-וברוך-שמו! און יעדע אמן איז טויזענט מאל חשוב'ער ווי איין ב"ה וב"ש, און יעדע איש"ר איז טויזענט מאל חשוב'ער ווי איין אמן!!
פארוואס רעדט מען נישט דערפון? פארוואס גיט מען נישט אריין א שטאלץ אין אונז? גענוי ווי עס איז א שטאלץ צו זיין דיין חסידות, איז נאך פיל מער א שטאלץ צו זיין א איד!!! הקב"ה האט אונז ליב!!!
אקעי, דערווייל סטאפ איך דא. ועוד חזון אי"ה.