Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס

טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 105 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5221
מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 8:59 pm#163299
טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס
בעזר השם עפן איך א אשכול וועגן טעותים וואס געשען בטעות... נישט בכוונה אין די היימישע צייטונגען, וואס צומאל קען מען זיך האלטן ביי די זייטן. איך ליין אלע היימישע צייטונגען און כמעט יעדע וואך איז דא עפעס וואס איז ווערד צו מיטיילן. און בשעת וואס אין די ענגלישע צייטונגען זעהט מען כמעט נישט קיין טייפאוס זעהט מען עס זייער אסאך אין די היימישע, און רוב דערפון אין דער איד וואס דארט איז דא צו לאכן כמעט יעדע וואך. פון פארטוישן נעמען פון פאליטישענס און שרייבן אומריכטיגע נומערן (אזוי ווי די וואס כלייג יעצט ארויף) ביז אויסמישן צוויי נייעסער צוזאמען אזוי אז איין ווארט קלעבט פשוט נישט צום צווייטן (דאס לעצטע האט פאסירט אין צייטונג אדער בלאט לעצטענס)

יעדער זאל מיטיילן וואס ער זעהט, ס'קען זיין אסאך פאן.

דאס יעצטיגע איז נישט עפעס געפערליך, מ'זעהט וועכענטליך בעסערע טייפאוס.

אין איד, "נאר 93 פראצענט"...
photo (14).jpg
photo (14).jpg (54.29 KiB) געזען געווארן 4350 מאל
מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:41 pm#163322
אויפ'ן "דער איד" איז נישט שייך צו פרעיגן קשיות. זייערע אזוי-גערופענע עדיטארס זענען געשוואלענע עמי הארצים, הן במילי דעלמא הן במילי דאורייתא/דשמיא. איין קליינע דוגמא פון זייער עם הארצות. מיט עטליכע יארן צוריק האבן זיי געברענגט א קאפי פון א פעינטינג וואס הייסט "די לעסט סאפפער", וואס איז זייער פארשמייליגט בי די גוים. און זיי (דער איד) אין זייער גרויס אמעראצעס האבן געשריבן אז דאס איז "אידן זענען זיך משמח פורים". :lol: :roll: :oops:
מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:52 pm#163324
איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.
דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:03 pm#163487
בשבילי! האט געשריבן:איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.

אבער ביידע חסרונות קומען פון נישט עדיטן פונקטליך. צו פון נאכלעיסיגקייט אדער פון עם הארצות. :roll: :oops:
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:44 pm#165388
-
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:37 pm#197883
איך האב נישט קיין וועכטער....
אין די צייטונג

_20140428_233539.JPG
_20140428_233539.JPG (218.38 KiB) געזען געווארן 4025 מאל
דינסטאג אפריל 29, 2014 4:01 pm#198006
בשבילי! האט געשריבן:איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.

ניין.ביידע זענען די אחריות פונ'ם עדיטאר. ווייל צופיל שגגות היוצאים מפי ה-קיבארד ברענגען אראפ דעם סטענדערט פון צייטונג און פארשעימען זיי לעיני כל העולם... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :( :o
מיטוואך מאי 07, 2014 5:39 pm#199476
פארגאנגענע וואך אין בלאט
פארגאנגענע וואך אין בלאט
מיטוואך מאי 07, 2014 8:20 pm#199493
וואס איז די טייפאו?
מיטוואך מאי 07, 2014 8:38 pm#199496
די שרייבער שרייבט אז ער געדענקט נישט די ערשטע נאמען.....
מיטוואך מאי 07, 2014 9:11 pm#199502
עס איז אן אינטערוויו מיט א מענטש און יענער האט אזוי געזאגט.

איך האב עס אנגעקוקט אלס נאטורליכע אינטערוויו ווי איידער א טייפאו
מאנטאג מאי 12, 2014 9:47 pm#200216
אין דער איד, דער שרייבער האט געמיינט צו שרייבן ''פאפולאציע'', געשריבן האט ער ''פאפולאריטעט''.
(לעצטע שטיקל אונטן לינקס)

unnamed (111).jpg
unnamed (111).jpg (40.45 KiB) געזען געווארן 3745 מאל
דינסטאג מאי 13, 2014 6:36 pm#200355
די ווערד פון דעם חומש האט געטראסקעט מיט גאנצע 75 מיליאן דאלער פונעם העדליין ביז די באריכט

IMAG0597.jpg
IMAG0597.jpg (99.69 KiB) געזען געווארן 3697 מאל
זונטאג מאי 25, 2014 3:50 pm#202328
בשבילי! האט געשריבן:די ווערד פון דעם חומש האט געטראסקעט מיט גאנצע 75 מיליאן דאלער פונעם העדליין ביז די באריכט

IMAG0597.jpg

מערקווירדיג איז, אז אין בשביליס תגובה איבער טייפאוס ביי נומערן זעלבסט איז דא א טייפאו, ער מיינט לכאורה צו זאגן 7 מיט א האלב מיליאן נישט פינף און זיבעציג מיליאן
זונטאג מאי 25, 2014 3:57 pm#202329
ניין ער מיינט יא 75!
עס איז געפאלן פון 78.3 ביז 3.87
זונטאג מאי 25, 2014 4:31 pm#202337
אויפן ערשטע בילד זעהט מען נאר 8.3
זונטאג מאי 25, 2014 4:53 pm#202346
איך ווייס נישט וועגן וועלכע ערשטע בילד די רעדסט.
אין בשבילי'ס בילד שטייט 78.3
זונטאג מאי 25, 2014 4:55 pm#202348
גערעכט, טעות לעולם גולם.

מיין בראוזער איז געווען אנגעשטעלט אויף א גרעסערע זום און עס האט נישט געזעהן דעם גאנצן בילד

אנטשולדיגט
מאנטאג יולי 14, 2014 11:18 am#211629
מחשבות זרות.... עפעס "שמעקט" נישט גוט דא........
(די וואך אין דער מאמענט)

.
מאנטאג יולי 14, 2014 12:34 pm#211635
איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ
מאנטאג יולי 14, 2014 12:49 pm#211638
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ


Its not something to catch, rather its something to hear or smell.

OH it is sooooo Shmakadig heheh
מאנטאג יולי 14, 2014 12:58 pm#211646
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

ס'איז לויטער אינגערישע אידן. זיי וועלן עס ערשט כאפן אין צוויי וואכן ארום. (קרעדיט: הרה"צ מיארמע שליט"א.(... 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: ;) :o
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:25 pm#217282
וואו בעסער צו מאכן א געלט דינער ווי אין געלט אליין

rps20140818_132117_513.jpg
rps20140818_132117_513.jpg (24.28 KiB) געזען געווארן 3356 מאל
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:59 pm#217369
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

דאמאלס פארוואס איז דער לייק?!... :lol: :lol: :roll:
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:18 am#218020
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

אונז זעמיר פון די אנדערע...
זונטאג פעברואר 15, 2015 4:51 pm#253797
שמעקעדיג: ייש"כ. דעם איד ליין איך נישט (איך ווייס נישט פארוואס.) אבער דעם טעות אין בלאט האביך אויך באמערקט. "נודע" אנשטאטס נודה.
נאר דעם צווייטן טעות אין בלאט וואס דו ברענגט כאפ איך נישט. אפשר ווייל ס'איז ציוני'סטיש געספעלט "ברסלב"...?

הג"ה: יא "ברלסב"...!
מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:20 pm#254429
בחצרות סאטמאר אימעל
פאר'ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' השם לא נודעת.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:08 am#259736
די ברית איז געווען פאר א מיידל?
זונטאג מערץ 29, 2015 10:49 pm#262661
נישט ממש א טייפא נאר סתם א גראבע טעות (סקראל אראפ ביז אינטן)
מאנטאג מערץ 30, 2015 3:56 am#262743
שמעון וואלף: די וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט דעם עד זענען גויים. נאך א מזל אז זיי אדווערטייזן נישט אז זיי האבן חלב ישראל טשיעז-בורגערס... :lol:
מאנטאג מערץ 30, 2015 8:05 am#262758
Re: טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס
שמעון וואלף האט געשריבן:נישט ממש א טייפא נאר סתם א גראבע טעות (סקראל אראפ ביז אינטן)

@עזריאל האט עס דא געברענגט
l viewtopic.php?p=262631#p262631 l
דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:42 pm#277676
אזוי פארטיילט מען

.
דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:14 pm#278858
עס איז געווען אסאך ליידיגע צייט צו לייענען דעם יום טוב און אט האט איהר די רעזולטאטן...
איך האב צווישן אנדערע אויסגאבעס און די ספר האישים אפגעלייענט "דער בליץ" פון דעם חודש, וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז א שאנדע און א בזיון אז מענטשן וואס פארפיגן מיט א אויסגאבע שוין אזוי לאנג, זאלן דורכלאזן הימל שרייענדע טעותים וועלכע מאכן חוזק פון יעדער וואס צאלט א פעני פארן אויסגאבע נעמט די בליץ אין האנט און מ'גיימער כאפן א שפאציר אויף עטליכע בלעטער.




וואס איך האב פארצייכנט מיט א טישו פאפיר דערינען.

(בלאט 25)
"ליוטאנענט'ס" און א קראפט
"עמורדזשענסי" אריינגערעכנט וואלקן...
(בלאט 59)
אין א "פראוו" צו באפרייען די משכונות
(בלאט 74)
דער מצב איז "געוארן" "שקרעקליך" אנגעצויגן.
זיך צו טרעפן מיט זיין טאכטער "ועולכע" האט.
האט אים "איבערגעגבן" אז די אקציעס...
"ענטגילטיגער" מלחמה וואס זי פלאנט...
"דעמאלס'דיגער" שעף איבער אלע
(בלאט 75)
איז געווען "אויסגעשפאכן" קעגן דעם...
אריינרופן די "רעזעווערן" וועט דאס צוברענגען.

האט "מיט פארזיכטיג" מיטגעהאלטן...
"ראנאלד" רעיגען "באויפטראגט"
ער האט "פארמיטעלט" (?) צווישן
באוויזן "אויפצואווייזן" פאר די צדדים
"סעקעטאר" עימס פון די סי. איי. עי.


דאס זענען נאר פון עטליכע בלעטער, נאך יום טוב האב איך שוין געטראפן וויכטיגער'ס וואס צו טוהן אבער בכדי צו דעמאנסטרירן מיין אויפברויז האב איך געמיזט ברענגען עפעס שטאף צום טיש.
פרייטאג יוני 05, 2015 11:45 am#280841
.
פרייטאג יוני 05, 2015 1:46 pm#280870
Re: טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס
וואס איז די מיסטעיק?
פרייטאג יוני 05, 2015 2:13 pm#280879
לאו דוקא מיסטעיק, אבער ס'רוב ווערטער פון די העיליגע ברכה איז שלעכט געספעלט.
פרייטאג יוני 05, 2015 2:44 pm#280886
Re: טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס
בילד
פרייטאג יוני 05, 2015 3:53 pm#280894
..
פרייטאג יוני 05, 2015 8:02 pm#280935
שמעקעדיג האט געשריבן:לאו דוקא מיסטעיק, אבער ס'רוב ווערטער פון די העיליגע ברכה איז שלעכט געספעלט.

און דאס אז דער איש קדוש, דער הייליגער סקולענע רבי שליט"א געט נאך א ברכת הקודש אויף א טייל פון די טמא'נע טעכנאלגיע וואס ער פארפיהרט אזוי שטארק דערקעגן...!
מוצ"ש יוני 06, 2015 10:28 pm#280994
Re: טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס
וועלכע מצוה? אריין אין מאחורי!
מוצ"ש יוני 06, 2015 10:54 pm#280999
געוואלדיג האט געשריבן:..

וואס איז די טעות? עס איז בכוונה געשריבן אזוי באזירט אויף גדול כים שברך
זונטאג יוני 07, 2015 1:17 am#281038
ריכטיג, יעצט זיי מיר מסביר די טייטש פון גדול היום שברך, זייער פאני.
זונטאג יוני 07, 2015 1:21 am#281042
נישט פאני, עס איז די טאג געווען פון די גרויסע בראך.

עס איז פונקט אזוי פאני גדול היום שברך ווי מקפץ על הגבאו"ת, עס איז בכוונה אביסל פארדרייט
זונטאג יוני 07, 2015 6:11 pm#281206
בעל מדות האט געשריבן:עס איז געווען אסאך ליידיגע צייט צו לייענען דעם יום טוב און אט האט איהר די רעזולטאטן...
איך האב צווישן אנדערע אויסגאבעס און די ספר האישים אפגעלייענט "דער בליץ" פון דעם חודש, וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז א שאנדע און א בזיון אז מענטשן וואס פארפיגן מיט א אויסגאבע שוין אזוי לאנג, זאלן דורכלאזן הימל שרייענדע טעותים וועלכע מאכן חוזק פון יעדער וואס צאלט א פעני פארן אויסגאבע נעמט די בליץ אין האנט און מ'גיימער כאפן א שפאציר אויף עטליכע בלעטער.




וואס איך האב פארצייכנט מיט א טישו פאפיר דערינען.

(בלאט 25)
"ליוטאנענט'ס" און א קראפט
"עמורדזשענסי" אריינגערעכנט וואלקן...
(בלאט 59)
אין א "פראוו" צו באפרייען די משכונות
(בלאט 74)
דער מצב איז "געוארן" "שקרעקליך" אנגעצויגן.
זיך צו טרעפן מיט זיין טאכטער "ועולכע" האט.
האט אים "איבערגעגבן" אז די אקציעס...
"ענטגילטיגער" מלחמה וואס זי פלאנט...
"דעמאלס'דיגער" שעף איבער אלע
(בלאט 75)
איז געווען "אויסגעשפאכן" קעגן דעם...
אריינרופן די "רעזעווערן" וועט דאס צוברענגען.

האט "מיט פארזיכטיג" מיטגעהאלטן...
"ראנאלד" רעיגען "באויפטראגט"
ער האט "פארמיטעלט" (?) צווישן
באוויזן "אויפצואווייזן" פאר די צדדים
"סעקעטאר" עימס פון די סי. איי. עי.


דאס זענען נאר פון עטליכע בלעטער, נאך יום טוב האב איך שוין געטראפן וויכטיגער'ס וואס צו טוהן אבער בכדי צו דעמאנסטרירן מיין אויפברויז האב איך געמיזט ברענגען עפעס שטאף צום טיש.



גרייזען אראפ גרייזען ארויף עס קען טאקע זיין אז עס טאר נישט זיין, אבער למעשה איז דער ארטיקען "דער רויטער פאלקאן" א קנאק פון אן ארטיקעל, און אויסערגעווענדליך שיין געשריבען, (די מעשה זעהט נישט אויס אמת) אבער איז איז גאר געשמאק ארפגעלייגט, מיט גאר א סאך היסטארישע פאקטען, איבער אפאראציעס פינעם מוסד, איך קען קוים ווארטן אויף דער צווייטער העלפט.....
זונטאג יוני 07, 2015 6:14 pm#281208
רעסעפי ארויף, רעסעפי אראפ, די עיקר איז אז די קוגל האט געהאט א גוטן טעם, איי מען האט עס געמאכט מיט בליטש אנשטאט אויל?
זונטאג יוני 07, 2015 6:20 pm#281209
יענער האט געוואלט מאכן א משל פון א קרומער קאפ, זאגט ער די זעהסט דער בעזים שטייט אזוי שיף? יא? אזוי איז דיין קאפ אויך קרום! דער משל איז אינה דומה לנמשל בכלל, נאר מיט דער ווארט קרום.

דער זעלבער טוהט "בעל מידות" ער טרעפט א פאר טייפאוס און ער נעמט זיך בילן.... זיי נישט ברויגעז דיין אויסברוך איז נישט צו דער זאך, עס איז נישט קיין שיינע "מידה" אראפ צו רייסען א שיינע פאפליקאציע פאר א פאר טייאו'ס
זונטאג יולי 12, 2015 6:05 pm#288901
אין המספיק גאזעט:

.
דינסטאג יולי 28, 2015 7:02 pm#292424
2 מערקווירדיגע טעותים אין 'דער איד' די וואך.

האבן זיי זיך פארמישט צווישן דזשאן קערי און דזשאן מעקעין?
2 מאל מאכן זיי דעם טעות!

קערי אדער מקעין.jpg
קערי אדער מקעין.jpg (79.88 KiB) געזען געווארן 2227 מאל




ביים סוף פונעם צווייטן פאראגראף, אנשטאט "טאבלעט", האבן זיי געשריבן "קאמפיוטער" (נישט געפערליך)

קאמפיוטער טאבלעט.jpg
קאמפיוטער טאבלעט.jpg (90.79 KiB) געזען געווארן 2227 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:50 am#296916
.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:16 am#296920
Wow, דעי צייטונג קען פארגעסן פון האבן אן אינטערוויא מיט מהרב"צ! :D
[איך פערסענעל האלט אז זיי גייען נאך אריין געבן א "לאו סוט" אנטקעגן דעי צייטונג...]