Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט

היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 54 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5354
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:16 am#166215
היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט
סאיז שוין היינט א קנאפע סוד אז קאווע שטיבל איז א רעוואלוציע. אונזער באליבטער שטיבל איז נישט בלויז 'נאך' א פארום פאר די אידיש רעדענדע פאבליק, נאר א שטייפע קול און סדר היום מאכער וואס ברעכט נייעס'ן, אנדעקט סקאנדאלן, קעמפט פאר יוסטיץ און טוישט די דעת הציבור.
פאר טויזענטע איז קאווע שטיבל א מלאך המושיע. יא, אין גאר ווייניג היימישע שטיבלעך הערשט אזא גלייכקייט און פרייהייט פון שפראך וואו אלע זענען גלייך בארעכטיגט און זענען ערלויבט צו שרייבן זייערע מיינונגען און השקפות. גאר ווינציג היימישע קרעטשמעס טאלארירן א יעדעם'ס חוות דעת. אנדערש איז אבער קאווע שטיבל, וואס ערלויבט כל אשר בנאדם יכונה, צו שרייבן את אשר בלבבו און מאכט נישט קיין חילוק צווישען אלטע און אינגע, פרומע און ליבעראלע, רייכע און ארימע.
דאס איז איין זייט פון די מטבע.
פון דער אנדערער זייט, האלטן אסאך אז קאווע שטיבל ברענגט אינטער אידישקייט, און צו דעם וויל איך צוקומען.
הונדערטע אויב נישט טויזענטע רייסן אראפ אונזער בית מקוה מעט און שעלטן דעם טאג וואס סאיז אויפגעשטעלט געווארן. זיי האלטן אז אינטער יעדע ניק ליגט א רעפארם ראביי און אויפגעקלערטע משכיל. זיי באשילדיגען אונז מיט כפירה בה' ותורתו און שווערן זיך אז מיר זענען עתיד ליתן את הדין, פון אט די חברה רעד איך: אחינו העומדים על המושמר ב'אייוועלט'.
מיר אלע ווייסען אז סאיז דא פירוד לבבות, אבער אסאך, ובתוכם אני הקטן וואס איז רעלעטיוו ניי דא אין שטיבל, ווייסען נישט די היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט, ווען און וויאזוי קאווע שטיבל איז געגרינדעד געווארן און פארוואס גענוי מען האט זיך אפגעריסען פון די צד שכנגד. אויסער די נייגער וואס ברענט אין מיר, האלט איך אז איך קען נישט זיין קיין אמת'ע חלק פון קאווע שטיבל ווילאנג איך האב נישט פינקטלעך ארויס די פרשה. איז ווענד איך מיך צו די יודעי דבר וואס האבן מיט געהאלטן פון די נאנט דעם גרינדונג פון אונזער שטיבל און זענען באקאנט מיט די איינצעלהייטן פון די פאליטיק, שיועלו נא בטובתם להבאיר את הענין.
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:59 am#166216
א גוטן אפטעמיסט. זייענדיג דא גאנץ אנהויב פון די גרינדונג פונעם שטיבל, וויל איך דיר צוגעבן מיינע איין און א האלב צענט מיט א בלויז'ן קארעקשען. ווען דו שרייבסט פון די וואס האלטן אז אונזער בית מקוה מעט ברענגט אונטער אידישקייט אז דאס זענען אחינו פון אייוועלט, דאס איז א גרויסער טעות. ווייל וויסן זאלט איר אז גאר אסאך וואס זענען געווען אומצופרידען פון אייוועלט'ס איבער די גרעניץ צענזור און דאס נישט צולאזן אביסעלע לויזערע קאזועלע דיסקוסיעס ווי אויך דאס פארבאטען פון צו לייגן ווידיא קליפס פון יו טוב וכדומה זענען געקומען צו לויפן דא אהער וואו זיי האבן מתחילה געמיינט אז מ'וועט טרעפן את שאהבה נפשם, א ערליכן מקום אבער מיט א פלעיוואר און אביסעלע אינטערטעינמעט מנוחה.

דאס האט טאקע אנגעהאלטן א שטיקל צייט, ביז ביז דאס שטריקל האט אביסעל איבערגעצויגן, וירא מנוחה כי טוב, און אומגעוואונטשענע עלעמענטן האבן אראפגעצויגן דעם מקוה מעט צו נידעריגערע דרגות, גאר גאר ווייט פון וויפיל אפילו פאר א אייוועלט שונא האט אויסגעפעלט. דאס האט צוגעברענגט אז אסאך גוטע שרייבער'ס פון דא האבן זיך געמוזט אפציען, און געבליבן קרח מכאן ומכאן, אייוועלט צו מצומצם, ק"ש צו נידעריג.

איז ווען דו רעדסט פון אט די חברה, רעדט איר לאו דוקא פון אונזערע ברודער אין אייוועלט, רעדסט פון מענטשן וואס האבן קיין מקום.

דאס איז נישט א קומפלעינט, בלויז די פאקטן אזוי ווי איר האט געבעטן.
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:03 am#166218
וואס ווען ווי גלייךבארעכטיקייט ? איך שוין אפאר מאל געשריבען אין אפאר מיניט שפעטער איז נישט געווען צי באקומען
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:27 am#166220
איך פערסאנעלי זיך נישט קיין גרויסע אויבערחכמישע שמועסן , און דווקא די לייכטקייט און עהרליכקייט פון דא איז וואס ציט מיך. די איינציגסטע צייטען וואס ס'גרוילט איז ווען עקסטרעמיסטען מיט א אגענדא חזיר'ן אהן די פלאץ, ווי קול גדול, וועפערייזער, זלמן זאפיר, יאכנע, מנשה ליסטיג, נאר,,פרייליך , דער (פינטעל) איד וכודמה
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:37 am#166226
ראשעקאל האט געשריבן:איך פערסאנעלי זיך נישט קיין גרויסע אויבערחכמישע שמועסן , און דווקא די לייכטקייט און עהרליכקייט פון דא איז וואס ציט מיך.

דארף מען מברר זיין וואס עהרליכקייט מיינט, רוב האלטן נישט אז עהרליכקייט נעמט מען פון דא. פרעזידענט בוש האלט אויך אז ער איז עהרליכער!
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:56 am#166238
ראשעקאל האט געשריבן:איך פערסאנעלי זיך נישט קיין גרויסע אויבערחכמישע שמועסן , און דווקא די לייכטקייט און עהרליכקייט פון דא איז וואס ציט מיך. די איינציגסטע צייטען וואס ס'גרוילט איז ווען עקסטרעמיסטען מיט א אגענדא חזיר'ן אהן די פלאץ, ווי קול גדול, וועפערייזער, זלמן זאפיר, יאכנע, מנשה ליסטיג, נאר,,פרייליך , דער (פינטעל) איד וכודמה

איי עם סא סארי, שוין ס'איז שוין קלין, בארוהיג דעך ראשעקאל ליבער, בארהאהיג דעך, פליז,
כלל ישראל איז געזיצען ביי ליכטעלעך און אלעס איז מכופר געווארען, קאווע שטיבעל איז שוין אזוי רוהיג די לעצטע טעג אז ס'זעט שוין אויס אטא אטא אט ווי די געווינטשענע אלטערס היים גייט צוריק אריין אין נארמיילער סדר, רוהיג געלאסען, שששששששששששש :דמיונות:
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 11:25 am#166247
שווארץ אויף ווייס האט געשריבן:וואס ווען ווי גלייךבארעכטיקייט ? איך שוין אפאר מאל געשריבען אין אפאר מיניט שפעטער איז נישט געווען צי באקומען

פון די 14 הודעות וואס די האסט געשריבן האט מען געמוזט אראפנעמען אפאר פון זיי? דאן עפעס טויג נישט מיט דיר
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 11:55 am#166253
שווארץ אויף ווייס האט געשריבן:וואס ווען ווי גלייךבארעכטיקייט ? איך שוין אפאר מאל געשריבען אין אפאר מיניט שפעטער איז נישט געווען צי באקומען

א חידוש די האסט שוין צוויי לייקס מקען דיך נישט פארשטיין א ווארט. אפשר הייב אן שרייבען ענגליש אבער סזאל זיין "שווארץ אויף ווייס"
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 12:45 pm#166261
ראשעקאל האט געשריבן:איך פערסאנעלי זיך נישט קיין גרויסע אויבערחכמישע שמועסן , און דווקא די לייכטקייט און עהרליכקייט פון דא איז וואס ציט מיך. די איינציגסטע צייטען וואס ס'גרוילט איז ווען עקסטרעמיסטען מיט א אגענדא חזיר'ן אהן די פלאץ, ווי קול גדול, וועפערייזער, זלמן זאפיר, יאכנע, מנשה ליסטיג, נאר,,פרייליך , דער (פינטעל) איד וכודמה

ראשעקאל שליט"א: איך האב דיר געגעיבן א "לייק"" ווייל כ'בין מאסקעם (מסכים) מייט דיין שיטה, אבער נאר טיילווייז מיט דיין רשימה. אז מ'רעדט שוין איז כדאי אנצומערקן אז הרב שטיגליץ שליט"א מאכט א שטיקל טעות. קיין איין ניק וואס איך האב באגעגנט דא אין קאווע שטיבל לאויונ"ש האט נישט געשריבן א תגובה אדער הודעה וועלכע אנטהאלט דברי כפירה. פארקערט. די עקסטרעמיסטן ( א טייל וועלכע ראה"ק האט דא אויסגערעכנט.) זיי זענען די וועלכע האבן נישט קיין טאלעראנץ פאר א צווייטנ'ס מיינונג און פארשרייען מיט זלזולים און פערזענליכע אטאקעס א יעדן וועלכער האט אפשר א ביסל אן אנדערע מיינונוג ווי זיי. די איינציגע זאך וואס זיי טוען אויף איז צו הייבן מיין בלוט פרעשור. דער קאווע שטיבל פירט זיך ב"ה על מי מנוחות, און על דרך התורה המסורה לנו מסיני. :roll: :oops:
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 12:57 pm#166264
berlbalaguleh האט געשריבן:
ראשעקאל שליט"א: איך האב דיר געגעיבן א "לייק"" ווייל כ'בין מאסקעם (מסכים) מייט דיין שיטה, אבער נאר טיילווייז מיט דיין רשימה. אז מ'רעדט שוין איז כדאי אנצומערקן אז הרב שטיגליץ שליט"א מאכט א שטיקל טעות. קיין איין ניק וואס איך האב באגעגנט דא אין קאווע שטיבל לאויונ"ש האט נישט געשריבן א תגובה אדער הודעה וועלכע אנטהאלט דברי כפירה. פארקערט.:roll: :oops:

בערל שליט"א אפשר ווייזטו מיר אן וואו איך האב דאס געשריבן? ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי יעדער זעט אנדערע ווערטער אין א צווייטענס תגובה זאכן וואס איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן. איך האב סך הכל געזאגט אז ס'זענען געקומען קיין קאווע שטיבל פון אייוועלט גוטע שרייבער וואס זענען נישט צופרידן געווען דארט, צום סוף זענען זיי פון דא אויך אוועקגעגאנגען, ווייל אפילו פאר זיי איז שוין ק"ש אבער געווען צו ווייט צום אנדערע זייט.
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:23 pm#166315
לכב' הרב חנניה זרח שטיגליץ שליט"א: ס'הייסט אז ווען דו זאגסט אז קאווע שטיבל איז געזונקען צו נידריג, וואס איז שוין אביסל צו פיהל אפילו פאר אן אייוועלט שונא, זאגסטו נאר נאך וואס אנדערע עקסטרעמיסטן האלטן, און נישט דיין אייגענעם חוות דעת. איך האב אנדערש געלערנט פשט אין דיינע ווערטער.
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:16 pm#166330
איך טרעף דאס היינט אין ביהמ"ד. אוי! די צומצום איז גרויס, די מח איז קליין.
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:34 pm#166333
:lol: :lol: :lol:
קענסט אריינלייגן די גאנצע צעטעל?
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 6:09 pm#166378
ראשעקאל האט געשריבן::lol: :lol: :lol:
קענסט אריינלייגן די גאנצע צעטעל?

מאך א סטאפ אין ראדני
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 6:13 pm#166380
מצב הדור האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן::lol: :lol: :lol:
קענסט אריינלייגן די גאנצע צעטעל?

מאך א סטאפ אין ראדני

און פארוואס זאללן נישט די ליינערס און שרייבערס פון קאווע שטיבל (די אפיקורסים אליין) וועלכע זענען בדרך רחוקה אויכעט א הנאה האבן?! :roll: :oops:
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 4:53 am#166440
די מחלוקת צווישען איי וועלט און קאווע שטיבל זאל נאר נישט ברענגען צו קיין רייס צוויישן משפחות
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 10:19 am#166448
ייש"כ פאר די גוטע נייעס, אז קאווע שטיבל וועט זיך האלטן אויף אייביג, אן הבטחה פון חז"ל אז מינות איז מושך.

#והבדלנו מן התועים
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 12:54 pm#166458
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ פאר די גוטע נייעס, אז קאווע שטיבל וועט זיך האלטן אויף אייביג, אן הבטחה פון חז"ל אז מינות איז מושך.

#והבדלנו מן התועים

אינטרעסאנט: איך האב געמיינט אז דו ביסט אויף די זייט פון די "אפיקורסים". :lol: :roll:
פרייטאג מערץ 28, 2014 1:17 pm#193256
צוויי יאר צו שפעט...
צוויי יאר צוריק, דא אין ק"ש

זר זהב האט געשריבן:שלו' עליכם.
מיין פראבלעם מיט איי-וועלט: אויף איי וועלט הערשט א "האליער-דען-דאו" מענטעליטי, יעדער טרייעט צו ווייזן אז ער איז מער הייליג פונעם נעקסטן. און אסאך אירע לעבן דארט פון בלויז כאפן יענעם ביי א טעות, מאנכע דארט קענען קוים וארטן אז איינער זאל שוין בטעות שרייבן עפעס וואס איז מעגליך נישט די איידעלסטע און ארויפשפרינגען אויף יענעם מיט פסקים און חרמות און אין דער זעלבער צייט קענען ווייזן ווי הייליג/ערליך ער איז.


היינט, דארט אין אייוועלט, ווארט ביי ווארט... זעלבע ווערטער

געלעגער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו נאך האבן דאס באמערקט אדער איך בין דער איינציגסטער וואס ס'קרענקט לעצטענס די נייע מנהג דא פון שרייען קדוש און ווייזן ווי ערליך מ'איז אין יעדע אשכול?

איך שפיר לעצטענס ווי ס'איז געווארן א ווינט דא איבערצושטייגן דעם צווייטן און ווייזן פאר יעדן ווי ערליך, הייליג, און אפגעהיטן מ'איז. אין יעדע צווייטע אשכול קלאפט מען זיך אן אין געוויסע וואס וועלן זיכער מאכן צו נעמען דעם אשכול און פארדרייען ביז עס פארגייט די אפעטיט פון שרייבן דארט.
פרייטאג מערץ 28, 2014 1:19 pm#193258
צוויי יאר צוריק!
מוצ"ש מערץ 29, 2014 5:40 pm#193317
העללללללאאאאאא!! העלפט העלפט איך פאל אראפ פון בענקל, א קאלטע שווייס באנעמט מיר, זעה איך גוט?

צוויי יאר צו שפעט...
הודעה דורך זר זהב » פרייטאג מערץ 28, 2014 3:17 pm
זונטאג מערץ 30, 2014 2:05 am#193374
שלום אליכם,
שטייעך און קוק אויב איינער האט נאר מגיב געווען אויז זר'ס תגובה אדער זר האלט שוין טאקע ביים דריטן ניק האלדער...
זונטאג מערץ 30, 2014 7:54 pm#193625
וואאאאאאאס???? הילד איננו און דאס קינד איז דא???!!! ATUB @זר זהב ATUB האט נאך זיין פעסווארד און האלט זיך פשוט איין פון שרייבן???

(סארי פארן אוועקפירן דעם אשכול פונעם טעמע, אבער איך בין אין א קאוד וואן שאק!)

אשריך ATUB @אפטעמיסט ATUB ואשרי ילדתך אז דו האסט דאס באוויזן!
זונטאג מערץ 30, 2014 8:00 pm#193629
אוי לאותה בושה אז די הנהלה באשליסט נישט צו טוישן די אוועטער צו ״welcome back זר״
זונטאג מערץ 30, 2014 8:02 pm#193630
זכרונות. איינער געדענקט?...