Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » נייעס פון סטאק מארקעט

נייעס פון סטאק מארקעט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
68 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 293 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #536
דינסטאג מאי 01, 2012 2:41 pm#9188
נייעס פון סטאק מארקעט
אין דעם היינטיגן דינסטאג איז די DOW ארויף צו איבער 13,300 פינטעלעך, וואס איז צום ערשטן מאל אין 4 א האלב יאר, דהיינו זינט דעצעמבער 2007.

אין דעם היינטיגן טאג אליין האט שוין די DOW פארדינט ארום 0.85 פון א פראצענט, די S&P איבער א פראצענט, און די Nasdaq ארום א דריי פערטל פראצענט.
דינסטאג מאי 01, 2012 2:54 pm#9196
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די הויפט נייעס וואס האלט די מארקעטס ארויף היינט איז די ISM רעפארט, דאס איז א אינדעקס וואס טוט מעסטען די פירמעס וואס מאניפעקטשערען, די נאמבער איז אריין געקומען ביי 54.8 ארויף פון די 53.4 פארגאענעם חודש טראץ דעם וואס רוב עקנאמיסטאן לויט א בלומבערג אויספרעג האבען גאר געהאלטען אז עס גייט פאלען צו 53. דאז איז דער גרעסטער שפרינג אויף ארויף זייט פארגאנגענעם JUNE.
דינסטאג מאי 01, 2012 5:46 pm#9221
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
מיטוואך מאי 02, 2012 9:34 am#9330
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די ADP פירמע וואס איז די גרעסטע פעיראל פירמע אין אמעריקא, האט אפאר מינוט צוריק ארויס געגעבען זייער שאצונג פאר די דזשאב וואקוס אינעם פארלאפענען חודש, לויט זיי האט די עקענאמיע צו געזעהן בלויז 119,000 דזשאבס, רוב עקענאמיסטען האבען געהאלטען אז עס וועט אריין קומען ביי 175,000, די ענדגילטיגע ציפער דארף ארויס געגעבן ווערן דורך די לעיבאר דעפערטמאנט אום פרייטאג, אויב וועט זיך ארויס שטעלן די שאצונג צו זיין ריכטיג וועט עס לכאורה האבען א נעגאטיווע אויסגאנג אויפען סטאק מארקעט, אזוי וואו עס איז געווען פארגאנגענעם חודש ווען די ציפער איז אריינגעקומען ביי 120,000, נאכדעם וואס די לעצטע פאר חדשים איז עס געווען ביי איבער 200,000.
מיטוואך מאי 02, 2012 10:58 am#9352
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
משה געציל האט געשריבן:די ADP פירמע וואס איז די גרעסטע פעיראל פירמע אין אמעריקא, האט אפאר מינוט צוריק ארויס געגעבען זייער שאצונג פאר די דזשאב וואקוס אינעם פארלאפענען חודש, לויט זיי האט די עקענאמיע צו געזעהן בלויז 119,000 דזשאבס, רוב עקענאמיסטען האבען געהאלטען אז עס וועט אריין קומען ביי 175,000, די ענדגילטיגע ציפער דארף ארויס געגעבן ווערן דורך די לעיבאר דעפערטמאנט אום פרייטאג, אויב וועט זיך ארויס שטעלן די שאצונג צו זיין ריכטיג וועט עס לכאורה האבען א נעגאטיווע אויסגאנג אויפען סטאק מארקעט, אזוי וואו עס איז געווען פארגאנגענעם חודש ווען די ציפער איז אריינגעקומען ביי 120,000, נאכדעם וואס די לעצטע פאר חדשים איז עס געווען ביי איבער 200,000.

ס'זעהט זיך שוין יעצט אן א שוואכקייט אינעם מארקעט.
דאנערשטאג מאי 03, 2012 9:37 am#9537
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די פעדעראלע רעגיגונג האט באריכטעט אז די צאל ארבעטסלאזע אפלעקאציעס פאר בענעפיטען איז געפאלען 365,000 פון די וואך בעפאר, אבער גלייכצייטיג איז די ציפערן פון פארגאנגענע וואך ארויף גערוקט געווארן פון 388,00 צו 392,000, די פיר וואכענדיגע דורכשניט איז ארויף גערוקט געווארן צו383,500 .
פרייטאג מאי 04, 2012 9:10 am#9816
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די לעיבאר דעפארטמענט האט נארוואס ארויס געגעבן די דזשאבס ריפארט, דער באריכט שרייבט אז די עקענאמיע האט פארן חודש פון אפריל צוגעזעהן בלויז 115,000 דזשאבס, דאס איז מיט 4,000 ווייניגער וואו די 119,000 וואס עי. די. פי. האט געהאט פאראויס געשאצט און פיהל ווייניגער פון די 175,000 וואס רוב עקענאמיסטען האבען פאראויסגעשאצט, די ציפערן פון מערץ זענען ארויפגערוקט געווארן פון 120,000 צו 154,000 וואס דאס איז פיהל ווייניגער פון די 200,000 וואס עי. די. פי. האט געשאצט.
גלייכצייטיק האט די לעיבאר דעפארטמענט אראפגערוקט די ארבעטסלאזע ראטע פון 8.2% צו 8.1% אבער דאס קומט צוליב דעם וואס 342,000 האבען זיך ארויסגעצויגען פונעם ארבעטס קראפט, ממילא ווערן זיי נישט גערעכנט אין די ארבעטסלאזע קאטעגאריע וואס רעכנט נאר אריין די וואס זוכען ארבעט.
עס איז ערווארטעט אז די מארקעטס וועלן רעאגירען נעגאטיוו צו די פרישע באריכטען אזוי וואו עס זעהט זיך שוין אהן אין די פיאטשערס וואס זענען אין רויטע טערעטאריע.
פרייטאג מאי 04, 2012 9:36 am#9818
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די מארקעטס האבען זיך געפענט מיט די DOW אראפ איבער פיפציג פונקטען, איין פאזעטיווע זאך וואס איז ארויס געקומען איז אז א פעסעל אויל האלט ביי אונטער $101 טראצדעם וואס אינמיטען די וואך איז עס שוין אנגעקומען צו כמעט $107.
פרייטאג מאי 04, 2012 10:36 am#9829
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אויל איז דראמאטיש געפאלען אין האלט יעצט ביי $99.52 וואס איז א טראסק פון 2.95%, דערווייל איז דער DOW נידריגער מיט 113 פונקטען, די איינציגסטע מארקעט וואס איז ארויף היינט איז די די גאלד וואס איז העכער מיט איבער א האלבע פראצענט.
פרייטאג מאי 04, 2012 10:37 am#9832
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
משה געציל האט געשריבן:די איינציגסטע מארקעט וואס איז ארויף היינט איז די די גאלד וואס איז העכער מיט איבער א האלבע פראצענט.

זילבער אויך... (גוטע נייעס פאר די וואס פלאנען איינצוקעשן די אלטע גאלד און זילבער)
פרייטאג מאי 04, 2012 1:24 pm#9914
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
פילטס נישט אהן די טאנק, אויל האלט יעצט ביי $97.90 א טראסק פון איבער 4.5%, די DOW איז יעצט נידריגער מיט 159 פונקטען אלעס צוליבן דזשאבס ריפארט.
פרייטאג מאי 04, 2012 4:17 pm#9962
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די דאו האט זיך געשלאסן היינטיגען טאג מיטען פארלירען 168.32 פונקטען וואס דאס איז א פארלוסט פון 1.27% און עס שטייט יעצט ביי 13,038.27, די עס. ענד פי. האט פארלוירען 22.47 פונקטען וואס דאס איז א פארלוסט פון 1.61% און שטייט ביי 1,369.96, די נעסדעק האט פארלוירען 67.96 פונקטען וואס דאס איז א פארלוסט פון 2.25% און שטייט ביי 2,956.34. אויל איז שטארק געפאלן און האט זיך געשלאסן ביי $98.54 וואס דאס איז א פארלוסט פון 3.90% אינמיטען טאג איז אויל געווען כמעט א דאלער נידריגער.
(איינער איז נייגעריק???)
פרייטאג מאי 04, 2012 4:22 pm#9963
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אוודאי איז מען נייגעריג. איך האלט נישט צופיל מיט די נייעס פון די סטאק מארקעט, איז דער אשכול די איינציגסטע פלאץ וואו איך ווער "דערהיינטיגט".
פרייטאג מאי 04, 2012 6:29 pm#10042
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
משה געציל זייט ממשיך אויך ווייטער, מיר הערן אייך אויס.
מוצ"ש מאי 05, 2012 10:09 pm#10062
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
משה געציל, איך לייג אויך צו מיין שטימע צו יאנקל'ס און שמואל'ס.
זונטאג מאי 06, 2012 1:24 am#10090
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
פאלגענד איז א קורצע איבערזיכט פון די מארקעטס פארגאנגענעם וואך, מאנטאג איז די מארקעטס געווען ארויף צוליב די בעסער וואו ערווארטעטע באריכט פון די איי. עם. עס. וואס טוט אנדייטען אז די מאנעפעקצירינג טייל פון די עקענאמיע איז געשטיגען בעסער וואו עקאנמיסטן האבען פאראויס געשאצט, דינסטאג און מיטוואך זענען די מארקעטס געווען און נעגעאטיווע טערעטאריע צוליב שפוקלאציעס אז די דזשאבס ריפארט פון פרייטאג גייט זיין אנטוישנד, פרייטאג זענען די מארקעטס געווען שטארק נידריג צוליב די דזשאבס ריפארט וואס איז געווען נאך שוואכער וואו ערווארטעט.
פארען וואך האט די דאו פארלוירען 190.04 פונקטען וואס דאס איז א פארלוסט פון 1.44%, די עס. ענד פי. האט פארלוירען 34.26 פונקטען וואס איז א פארלוסט פון 2.44%, די נעסדעק האט פארלוירען 112.86 פונקטען וואס איז א פארלוסט פון 3.68%, די עס. ענד פי. האט געהאט די שווערסטע וואך אינעם יאר.
איין פאזעטיווע אנטוויקלונג איז דער פאקט אז אויל האט זיך געשלאסן אינטער $98 וואס אויב עס זאל אנהאלטען א וואך צוויי אינטער $100 איז צו ערווארטען ביליגערע גאזאלין פרייזען.
זונטאג מאי 06, 2012 3:59 pm#10151
וו אזוי ארבעט סטאקס?
זונטאג מאי 06, 2012 10:45 pm#10275
אפשר מאכט מען אן אשכול וואס לערנט אויס וועגן סטאקס.

דא רעדט מען פון נאמבערס וכו'

קודם ברויך מען קענען די א-ב
זונטאג מאי 06, 2012 11:27 pm#10291
שאלה גדולה שאלת, איך וועל פרובירען מסביר צו זיין אויפען שפיץ גאפעל וואו אזוי די מארקעטס ארבעטען.

דער סטאק מארקעט איז צוטיילט און צוויי הויפט חלקים, איינס איז די אינדאוודיאלע סטאקס פון א יעדע פאבליק פירמע, און דער צווייטער חלק איז די אינדעקסיס וואס נעמען אין זיך אריין מערערע סטאקס.

ווען א פירמע גייט פאבליק (וואס דאס אליינטס איז א גאנצע לאנגע שמועס ווי אזוי דאס ארבעט) פאנגט זי אהן איר מארקעט מיטן פארקויפן כך וכך שערס פאר כך וכך געלט, למשל אויב די פירמע ווערט געשאצט צו זיין ווערד צוואנציג ביליאן דאללער, וועט די פירמע פארקויפען שעירס אין די סכום פון צוואנציג ביליאן דאללער, עס קען געטוהן ווערען דורך צוטיילען די שעירס און צוואנציג ביליאן שעירס וואס אזוי ארום וועט אויסקומען אז א שעיר וועט קאסטען א דאללער, אדער קען זי לדוגמא צוטיילען די שעירס נאר אין צוויי ביליאן חלקים אזוי ארום וועט א שעיר קאסטען צען דאללער. פון דא און ווייטער וווערט אלעס געטרובען פון שפעקעלאציעס פון אינוועסטירער, און פון די פירמעס איינקופטען, למשל אויב די אינוועסטירער האלטען אז די פירמע איז נישט ווערט קיין צוואנציג ביליאן דאללער, קומט אויס אז א שעיר איז נישט ווערט קיין פון צען דאללער, קען די פרייז פאלען צו ניין דאללער און די שעיר האללדערס וועלן פרובירען צו פארקויפען פאר ניין דאללער כדאי נשט צודערלייגען מער פון דעם, אויב למעשה ווען עס קומט די ענדע פונעם קווארטעל (א קווארטעל באשטייט פון דריי חדשים) וואס דעמאלטס דארפן די פירמעס וואס זענען פאבליק ארויסגעבען זייערע באריכטען וויפיל זיי האבען פארדינט אדער דערלייגט אין דעם פארלאפענע קווארטעל, איז אויב די פירמע געט ארויס בעסער וואו ערווארטעטע באריכטען קען די זעלבע שעיר וואס איז נאר ווערט געווען ניין דאללער ארויפשפרינגען אסאך העכער.

דערנאך זענען דא די דריי גרויסע אינדעקסין וואס נעמען אין זיך אריין מערערע פירמעס אויף איינמאל, לדוגמא דער דאו נעמט אין זיך אריין די דרייסיג גרעסטע פאבליק פירמעס אין אמעריקא א שטייגער וואו, באוינג, סיטי בענק, וכדומה, דער דאו רעכנט צוזאם אלע סטאקס פון די פירמעס וואס זענען א חלק פון איר אין ווייזט די עוורידזש וויפיל די מארקעטס האבען אויפגעטוהן אדער דערלייגט.

עס קען אויס קומען אז אין די זעלבע צייט וואס די דאו איז נידריגער זענען אבער דא געוויסע פירמעס וואס זענען א טייל פונעם דאו וואס זענען העכער. און אנדערע פעלער קען זיך מאכען א סוטאציע וואס געוויסע סטאקס זאלען שטארק פאלען צוליב דעם וואס אינוועסטירער זענען באזארגט פון די ספעציפעשע פירמעס, און אנדערע אינוועסטירער וועלען געבען א קוק אויפען אינדעקס און זיי וועלען זעהן אז עס איז נעגאטיוו וועלען זיי שנעל פארקויפען אלע זייערע שעירס, אזוי ארום וועלען די סטאקס פון די אנדערע פירמעס אויך פאלען און עס וועט אנפאנגען ציען א קייט רעאקציעס, אלעס צוליב דעם וואס די אינוועסטירער האבען מורא צו האלטען זייער געלט אין די סטאקס ממילא וועלען זיי עס פארקויפען ביליגער וואו די ריכטיגע מארקעט פרייז און אזוי ארום וועלען די פרייזען אנפאנגען שטארק צו פאלען.

דאס איז ממש בארירט די מארקעטס בקציר העומר, אפשר ביי א צווייטע געלעגענהייט וועלען מיר אביסעל מער צונעמען די זאך.
זונטאג מאי 06, 2012 11:40 pm#10294
אין פארנקרייך זענען היינט פארגעקומען פרעזעדענטליכע וואלען וואו די סאציאליסטישע קאנידאט האללאנד האט געוואונען איבער דעם ביז יעצטיגען פרעזעדענט סארקאזי, אזוי אויך אין גריכלאנד האבען די לינקע פארטייען אנגעצויגען זייער שטארק אין די פארלאמענט וואלען, וואס דאס ווערט אנגענומען אלטס זייער שלעכטע נייעס ביי עקענאמיסטין צוילב דעם וואס זיי פארשווענדען צו סאך געלט, און אזוי ארום טרייבט דאס שפעקעלאציעס אז די עקענאמיע דארטען וועט גיין בארג אראפ, בפרט אין גיכלאנד וואס די דארטיגע רעגירונג איז אנגעוויזען אין גרויסע בעיל-אט געלטער כדאי נישט אריין צו גיין אין גענצליכען באנקראט, און די אי. יא. אנטזאגט זיך ארויס צוהעלפען נאר מיטען תנאי אז גריכלאנד וועט זיך איינצוען די פאסיק, אויף וואס די לינקע פארטייען ווילען בשום אופן נישט איינגיין, און וואו פארשטענדלעך באזארגט דאס זייער די אינוועסטירער, (ליין די פריערדיגע תגובה ווי אזוי שפעקעלאציעס האבען אן אפעקט אויף די מארקעטס), און עס דערקענט זיך שוין אויף די מארקעטס אין שאנכיי און אין יאפאן, וואס זענען נידריגער מיט ארום 2.5% יעדער איינער, און אויל פיאטשערס וואס איז פריער אנגעקומען אזוי נידריג וואו $95.34.
זונטאג מאי 06, 2012 11:55 pm#10295
ווען דעסייט אן אינוועסטירער צו פארקויפן זיינע שעירס און מאכן זיינע רווחים ? ארבעט עס בכלל אזוי ? לאמיר זאגן זיין שעיר איז 10 דאללער ווערט געווען און יעצט איז עס 20 דאלל, ווילאנג ווארט ער ארויסצונעמען די רווחים ? איך פארשטיי צו סטאקס אזווי כ'פארשטיי צו ספעיס.
מאנטאג מאי 07, 2012 12:08 am#10297
עס האט זייער אסאך סיבות פאלגענד זענען צוויי שטארקע, איינס איז ווען ער האט אריין געלייגט זיין געלד אנצוקומען צו א געוויסע ציל למשל ער זאל עס האבען ווען ער ריטייערט, אזא איינער וועט עס ארויס נעמען ווען ער דארף עס, אדער ווען ער וועט אנקומען צום באשטימטען סומע וואס ער האלט ער דארף, צווייטענס איז וואו אויבען ברייטער מסביר געווען ווען די שאצונג פון עקענאמיסטען איז שלעכט, וואס אויס מורא פון א קראך און דערלייגען די גאנצע געלד וועט ער ארויס יאגען מיטען געלד וואו שנעל מעגליך, אפילו דאס זאל מיינען אז ער זאל גארנישט האבען געמאכט עפעס רווחים און מעגליך גאר דערלייגען אביסעל פונעם קרן.
מאנטאג מאי 07, 2012 1:10 am#10318
wow משה געציל, אזוי קורץ און שארף הערליך שיין ערקלערט "תורה שלימה על רגל אחת"! כמותך ירבו :לייק
מאנטאג מאי 07, 2012 3:33 am#10329
LONDON—The euro fell sharply early Monday and stocks opened lower in Europe after weekend elections in France and Greece resulted in votes against austerity, raising questions about the euro zone's ability to solve its sovereign-debt problems.
מאנטאג מאי 07, 2012 6:27 am#10334
די מארקעטס אין גריכלאנד זענען מיט איבער 7% נידריגער צו פארדאנקען די נעכטיגע וואלען, עס איז אינטערעסאנט צו זעהן וואס פאר א אפעקט עס וועט האבען אויף וואל סטריט.
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:47 pm#443788
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
החוקר האט געשריבן:וואס איז דאס? דארף איך טאקע אליינס שלעפן די לאסט פון די אלע טויזענטער סטאקס אויף מיין פלייצע? רעד איך צו מיר אליינס דא?

גייט איינעם אן אין די לינקע פיאה מהנעשה והנשמע בעולם הסטאקס?
עהעם. איך אזוי ווי די מאנכע מענטשן דא, מסתם דער רוב האנדלן און אינוועסטען נישט אין סטאקס. און א וועג קוק איך עס אן היות איך קען נישט דער ליין אלס א געמבעל און איך געמבעל נישט. אבער למעשה די וואך טראכט איך אז אפשר איז יעצט יא כדי צו קויפן סטאקס ווייל יעצט קען מען אפשר עפארדען צו קויפן ווען עס איז נידריג און עס לוינט זיך אין דער לאנג טערם. אבער וואס ווייס איך.
איז אפשר א געדאנק אז דו אלס איינער וואס דיעלט מיט דעם זאלסט אביסל שרייבן צו עס איז א גוטע צייט צו אינוועסטען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:23 pm#443789
די עולם האלט פיין מיט. וואס איז דא צו זאגן. ס'איז ווידער אן געלעגנהייט צו אינוועסטירן אויף א פרייז פון צוויי יאר צוריק. מ'דארף זעהן אנצוהאלטן וואס מ'האט עד שיעבור זעם. און אויב מעגליך אפי' משקיע זיין נאך. אסאך הצלחה.

פאר די וואס ווילן אינוועסטירן וואלט איך מציע געווען צו קויפן א פאנד וואס טרעקט די גאנצע מארקעט א שטייגער ווי ווענגארד ַVTSAX אדער VTI.
פרייטאג מערץ 13, 2020 10:14 am#443807
העפטיגע פארהאנדלונגען גייען אצינד אן צווישן די אדמיניסטראציע און די לעגיסלאטור. עס איז ערווארטערט אז קאנגרעס וועט אין גיכן דורכפירן א פינאנציאלע הילפס פעקל, און דאס וועט ווארשיינליך ענדערן די לאגע אינעם סטאק מארקעט צום גינסטן.

דער פראבלעם איז בלויז אז זינט די דורכגעפאלענע סאציאליסטישע אימפישטמענט סימוטאכע, שטייט דער פרעזידענט נישט אין ווארט מיט ספיקער פעלאוסי. אלע פארהאנלונגען ווערן בלויז געפירט דורך דעם פינאנץ מיניסטער סטיווען מענאטשען. און ער קען זיך שווער באכלעפטשענען מיט אזא קרוק און רשענטע ווי פעלאוסי, וועלכע זיכט אויסצונוצן די קאטאסטראפע דורכצופירן אירע לינקע שייגץ שטיק. ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, איינמאל א פינאנציאלע הילפס פעקל וועט אריין גיין אין געזעץ וועט זיך די מארקעט עטוואס סטאבאלירן.
זונטאג מערץ 15, 2020 1:45 am#443830
די Dow Jones איז געשטיגען 1,985 אדער 9.36 % פרייטאג דורכן טאג
מאנטאג מערץ 16, 2020 9:53 am#443861
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
מען האט ווידער געדארפט אפשטעלן האנדל וואנדל אויף די בערזע.

די דריי אינדעקסעס האבן שווער געטראסקעט ביים עפענען די מארקעט.

S&P 500 −306.18 (11.29%) 2,404.84

Nasdaq −893.98 (11.35%) 6,980.90

Dow −2,778.78 (11.98%) 20,406.84
דינסטאג אפריל 14, 2020 10:45 am#445878
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
איך האב געקויפט עטליכע סטאקס פון SHOP ווייל מאטל דער נער האט מיר אזוי גע׳עצה׳ט, איז מיין קשיא איז מאטל א טראסטבארען מקור?
דינסטאג אפריל 14, 2020 10:47 am#445879
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
זעקעל האט געשריבן:איך האב געקויפט עטליכע סטאקס פון SHOP ווייל מאטל דער נער האט מיר אזוי גע׳עצה׳ט, איז מיין קשיא איז מאטל א טראסטבארען מקור?
בילד
דינסטאג אפריל 14, 2020 10:48 am#445880
מאטל דער מער איז נישט קיין טראסטבארע מקור.

אבער נישט נאר זיי, קיינער איז נישט 'טראסטבאר', פשוט ווייל ס'איז אומעגליך צו וויסן.

און אז איינער ווייסט שוין יא, וועט ערַדיר עס נישט פארציילן. עכ''פ בחינם זיכער נישט.
דינסטאג אפריל 14, 2020 11:00 am#445881
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
איך האב דערפאר באצאלט a monthly fee
דינסטאג אפריל 14, 2020 11:06 am#445883
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
יא ר' מאטל האט גראדע יא א פיינע רעפוטאציע,
אבער האלט פאר די אויגן אז דאס איז אלץ פארן לאנגען טערמין.


And I do think the $SHOP is a good stock for the long run.
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:05 pm#445898
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
PSTI any advice on it?
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:13 pm#445900
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
בילד
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:22 pm#445903
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
זעקעל האט געשריבן:PSTI any advice on it?
א גוטן ר' זעקל.
איך האלט מיך נישט פאר קיין פינאנציעלע ראטגעבער, אבער אסאך עקספיריענס האב איך.

אויב טוט איר פרעגן יענעמ'ס מיינונג אויף א סטאק, מיינט עס איר פארשטייט נישט דערצו (אזויווי יעדער) דעריבער בעט איך דיר פאר קיין טובה 'לאז דיך ארויס פונעם מארקעט'!

94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)!

אויב שוין יא, דאן לייגט נאר אין הויכע קוואַליטעט סטאקס (bluechip) פארן גאר לאנגען טערמין, און לייג דיך שלאפן.
עס איז טאקע נישט די געלטגייציגע פראצענטן אבער עס איז די בעסטע וועג.

געדענק די ציל פון יעדע פראפעסיאנאלע אינוועסטאר איז צו דערשלאגן (to beat) די עס & פי אינדעקס - און רוב קומען נישט צו דערצו!!!
(אגב ווארען באפעלט זאגט אלץ אז ווען נישט ער האט זיין קאמפעני וואלט ער אריינגעלייגט אין די עס & פי).

א פרייליכן יום טוב.
דינסטאג אפריל 14, 2020 5:34 pm#445936
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
פאליטיקאנט האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן:PSTI any advice on it?
א גוטן ר' זעקל.
איך האלט מיך נישט פאר קיין פינאנציעלע ראטגעבער, אבער אסאך עקספיריענס האב איך.

אויב טוט איר פרעגן יענעמ'ס מיינונג אויף א סטאק, מיינט עס איר פארשטייט נישט דערצו (אזויווי יעדער) דעריבער בעט איך דיר פאר קיין טובה 'לאז דיך ארויס פונעם מארקעט'!

94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)!

אויב שוין יא, דאן לייגט נאר אין הויכע קוואַליטעט סטאקס (bluechip) פארן גאר לאנגען טערמין, און לייג דיך שלאפן.
עס איז טאקע נישט די געלטגייציגע פראצענטן אבער עס איז די בעסטע וועג.

געדענק די ציל פון יעדע פראפעסיאנאלע אינוועסטאר איז צו דערשלאגן (to beat) די עס & פי אינדעקס - און רוב קומען נישט צו דערצו!!!
(אגב ווארען באפעלט זאגט אלץ אז ווען נישט ער האט זיין קאמפעני וואלט ער אריינגעלייגט אין די עס & פי).

א פרייליכן יום טוב.


איך קום שוין פון ריעל עסטעיט - עמעזאן - און פארשידענע אנדערע עסקים, ווי קען מען יא מאכן א דאלער ?
מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:25 pm#446050
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
זעקעל האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן:PSTI any advice on it?
א גוטן ר' זעקל.
איך האלט מיך נישט פאר קיין פינאנציעלע ראטגעבער, אבער אסאך עקספיריענס האב איך.

אויב טוט איר פרעגן יענעמ'ס מיינונג אויף א סטאק, מיינט עס איר פארשטייט נישט דערצו (אזויווי יעדער) דעריבער בעט איך דיר פאר קיין טובה 'לאז דיך ארויס פונעם מארקעט'!

94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)!

אויב שוין יא, דאן לייגט נאר אין הויכע קוואַליטעט סטאקס (bluechip) פארן גאר לאנגען טערמין, און לייג דיך שלאפן.
עס איז טאקע נישט די געלטגייציגע פראצענטן אבער עס איז די בעסטע וועג.

געדענק די ציל פון יעדע פראפעסיאנאלע אינוועסטאר איז צו דערשלאגן (to beat) די עס & פי אינדעקס - און רוב קומען נישט צו דערצו!!!
(אגב ווארען באפעלט זאגט אלץ אז ווען נישט ער האט זיין קאמפעני וואלט ער אריינגעלייגט אין די עס & פי).

א פרייליכן יום טוב.


איך קום שוין פון ריעל עסטעיט - עמעזאן - און פארשידענע אנדערע עסקים, ווי קען מען יא מאכן א דאלער ?
עמעזאן?
אויב איך מעג פרעגן, וואס די האסט געטון דארט?
(איך בין פשוט נייגעריג ווייל איך טו דאס אויך).

מ'קען איבעראל מאכ'ן געלט מיט א סאליד סטראטעגיע, געדולד און שטייצעך סייעתא דשמיא.
א גרינגן דאלער קומט נישט! און אויב יא איז עס נאר קורצשטרעקיג.
זונטאג אפריל 19, 2020 3:19 am#446080
איך זיך שוין יארן דער גרינגער דאלער. אבער ליידער איז עס דערווייל אן ערפאלג. ווער ס'האט עפעס אינפאו אויף די גרינגער דאלער זאל ביטע אריינקומען אין אישי.

נ.ב. נישט לייגן פאבליק. נאר אין אישי......
זונטאג אפריל 19, 2020 3:41 am#446082
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
קורקלענד האט געשריבן:איך זיך שוין יארן דער גרינגער דאלער. אבער ליידער איז עס דערווייל אן ערפאלג. ווער ס'האט עפעס אינפאו אויף די גרינגער דאלער זאל ביטע אריינקומען אין אישי.

נ.ב. נישט לייגן פאבליק. נאר אין אישי......
וואס עפעס אין אישי דייקא? אז איינער האט שוין יא עפעס א גוט'ס לאז א צווייטן אויך הנאה האבן!
זונטאג אפריל 19, 2020 3:47 am#446083
איר זענט שוין געזארגט אז איר פארפאסט עפעס... נישט געזארגט ס'קומט גארנישט אריין.....
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:27 pm#447324
ATUB @פאליטיקאנט ATUB איך האב לעצטענס אנגעהויבן אריינקוקן אין פארשידענע אינוועסטינג פלעטפארמס נאכ'ן באקומען א רעפערעל פון א חבר צו אינוועסטן מיט WeBull
אפשר מאכסטו עפעס א ליסט פון די באקאנטע פלעטפארמס און די pros and cons?
תודה למפרע אויף אלע אנדערע ליסטינגס
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:36 pm#447326
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:@פאליטיקאנט איך האב לעצטענס אנגעהויבן אריינקוקן אין פארשידענע אינוועסטינג פלעטפארמס נאכ'ן באקומען א רעפערעל פון א חבר צו אינוועסטן מיט WeBull
אפשר מאכסטו עפעס א ליסט פון די באקאנטע פלעטפארמס און די pros and cons?
תודה למפרע אויף אלע אנדערע ליסטינגס
ס'זעט מיר נישט אויס ווי די עולם איז אינטערעסירט דערין, אבער אז מ'בעט וועל איך עס מאכ'ן מארגן.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:39 pm#447328
פאליטיקאנט האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:@פאליטיקאנט איך האב לעצטענס אנגעהויבן אריינקוקן אין פארשידענע אינוועסטינג פלעטפארמס נאכ'ן באקומען א רעפערעל פון א חבר צו אינוועסטן מיט WeBull
אפשר מאכסטו עפעס א ליסט פון די באקאנטע פלעטפארמס און די pros and cons?
תודה למפרע אויף אלע אנדערע ליסטינגס
ס'זעט מיר נישט אויס ווי די עולם איז אינטערעסירט דערין, אבער אז מ'בעט וועל איך עס מאכ'ן מארגן.
איך רעדט פאר מיר, איך בין אבער זיכער ס'דא נאך אסאך וואס ס'אינטערעסירט.

אויב איז עס צופיל ארבעט, וועל איך דיר מוחל זיין.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:40 pm#447329
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אבער זעענדיג אז די ביסט ניי צום מארקעט בעט איך דיך בכל לשון, שפרינג נישט!
אויב די נעמסט עצות פון א חבר וואס האט עקספיריענס פאלג עם ביז'ן סוף! קויף נישט מער וויפיל ער האט געזאגט און אויב זאגט ער פארקויפן טו עס!

בכלל וואלט איך געזאגט זאלסט ווארטן א שיינע ביסל צייט פאר די הייבסט אן אינוועסטירן, און מאך אפ א קליינע סכום וואס די ביסט גרייט צו פארלירן, "און לייג נישט צו"!!!!
פרייטאג מאי 01, 2020 1:07 am#447342
פאליטיקאנט האט געשריבן:אבער זעענדיג אז די ביסט ניי צום מארקעט בעט איך דיך בכל לשון, שפרינג נישט!
אויב די נעמסט עצות פון א חבר וואס האט עקספיריענס פאלג עם ביז'ן סוף! קויף נישט מער וויפיל ער האט געזאגט און אויב זאגט ער פארקויפן טו עס!

בכלל וואלט איך געזאגט זאלסט ווארטן א שיינע ביסל צייט פאר די הייבסט אן אינוועסטירן, און מאך אפ א קליינע סכום וואס די ביסט גרייט צו פארלירן, "און לייג נישט צו"!!!!
כ'האב גראדע אביסל סעיווינגס ליגן דארט פאר'ן לאנגען טערמין (כ'ניץ acorns פשוט ווייל מיט זיי האב איך נישט געדארפט וועלן ווי איך וויל עס לייגן, נאר ווי א גרויסע ריסק איך וויל נעמען).
יעצט זיצענדיג אין קווארענטין האב איך אנגעהויבן מער אריינקוקן אין אקטואל טרעידען, און איך האב אויספרובירט WeBull ווייל זייער סיין אפ באנוס איז מיר געפאלען, און ס'זעהט אויס גאנץ GUI.
פרייטאג מאי 01, 2020 1:09 am#447343
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
עס איז זייער א גוטע צייט צו אינוועסטירן יעצט, נישט צו שפילן.

איך קען דיר אפשר רעקאמענדירן אפאר סטאקס אין אישי, אבער איך נעם זערא אחריות.
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:43 pm#456376
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
קורקלענד האט געשריבן:אויב פינף צו צען פראצענט א וואך? מיינסט צו זאגן אז פינף טויזנט דאלער איצט גייט זיין איבער צוויי מאות אין א יאר.... ריסק פריי. זיסע חלומות. אינטערעסאנט אז איר האט אזא פשוטע סטראטעגיע וואס יעדער קען נאכקוקען אויף גוגל און יוטוב, און בּאָפפעט און דעיליאו מוטשען זיך צו מאכן איבער צען פראצענט אין א גאנצע קאלעכיגע יאר......
גארנישט אין די מארקעט איז ריסק פריי, ס'איז אבער דא זאכן וואס זענען קרוב לוודאי רווח.


Sent from my SM-G973U using Tapatalk