Under maintenance
הויפט זייט » "חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)

"חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #540
מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:58 pm#163315
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך וואונדער מיך, וואס שטעקט אין האלדז פאר דער וואס פאטשקעט מיט יענעמס ביזנעס.

איך וואונדער מיך די זעלבע זאך.
l viewtopic.php?f=33&t=4423 l
דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:23 pm#163410
זייער פשוט שמעקער
איך בין געוועזען א סאטמארע און כ'האב מיך אפגעפעקלט פון דארט צוליב די ריזן מאס כפירה וואס מ'פרעדיגט אויך יעדע הייליגע זאך 'אויסער אויף ויואל משה.
און ווייל מ'איז ביזי שעלטן קעגן סקווער, האב איך ארויפגעברענגט די ברעכאץ פון סאטמאר אויפן צונג. נישט אז ס'מיר פרעמד און כ'ווייס נישט, כ'ווייס גוט.. און ס'עקלט ווי מ'קען אזויפיל האס איינבאקן אין יודען. אבער באמת, רעד איך נישט דערפון נאר אז מ'זעט נישט די פארגלייך
דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:27 pm#163412
סאטמאר איז אזוי ווי די תיבה, ווער סבאלאנגט נישט דארט ווערט אויסגעשפיגן....... סאונד פאמיליער?
דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:28 pm#163414
ברוך השם והבדלנו מן התועים
זונטאג מאי 17, 2020 2:36 pm#448791
מנהג סקווירא: ללבוש מסכה ברבים
און אנדערע נייעס קומט יעצט אריין אז הרה"צ ר' אהרן מענדל בנו בכורו פונעם רבי'ן האט איבער געגעבן רצון קדשו פונעם טאטע'ן, וויבאלד אין די לעצטערע חדשים האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז מען איז געגאנען אנגעטוען און א יעדע סאציאלע מקום בלבוש מסכה, זענען מיר שוין מער נישט בכח משנה צוזיין דעם מנהג, און פון היינט אן און ווייטער, ווער עס וויל טראגן אויף זיך די הייליגע נאמען "סקווירא חסיד", דארף און יעדע פאל ווי עס איז נישטא קיין סאצואלע דיסטענס טראגען אויף זיך דעם הייליגן חסידיש'ן לבוש מסכה. און מען זאל נישט מזלזל זיין אין דעם מנהג, ווייל "מנהג" איז אותיות "גהנם", און עלטערן זאלן פאר אלע נייע געבוירענע קינדער איבער געבן ווייטער די הייליגע מסורה. און די טאטע זז"ג האט זיך שארף אוסגעדריקט אז ווער עס וויל נישט מקבל זיין מנהג מסכה אויפן פנים זאל אויסטוען אויך די שטיוועל פונעם רגל! און די טאטע זז"ג האט געזאגט אז "מסכה" איז א לשון פון סוכה אז דער אייבישטער וועט פורס זיין אויף גאנץ חסידות סקווירא סוכת רחמים און סוכת שלום