Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • נשתכח, אדער נישט געהאלטן

קאווע שטיבל • נשתכח, אדער נישט געהאלטן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5420
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 2:32 pm#167906
נשתכח, אדער נישט געהאלטן
עס איז אינטערעסאנט צו באטראכטן וויאזוי מען באנעמט זיך מיט אן אלטען מורה דרך, אנגעזעענער פערזאן וואס אינזיינערצייט איז ער געווען געערט, אבער היינט איז ער א בא בימים און א שאנד פאר די משפחה ווען ער לאזט נישט נאך פון געדאנקן וואס זענען שוין היינט נישט פאפולער.

כדוגמת א אנגעזענער פראפעסאר וואס זיין בליק אויף שחורים איז ווי מיט פופציג יאר צוריק, מען קען אים נישט ממש דערשטיקן, ווען ער כיכקעט צום שחור אין רעסטעראן, "העי ניגער האו מעני טיימס דא איי העוו טו טעלל יו טו פיל אפ מיי פייפ", גלעט מען אים איידל אויפן ליידיגן קאפ, מען פארשלונגט א שמייכל, און מען זאגט "פאפס, אלעס איז אקעי, ששששש".

אין די צייט פון בערך א צוויי טויזענט יאר צוריק איז די וועלט דורך א ענלייטענמענט, מען האט אנגעהויבן אפווארפן די אלטע איינפירונגען פון קרבנות און גאט דינעריי אויף שטארק גשמיותדיגע אופנים, אבער וויאזוי ספראוועט מען זיך א גלויבן וואס איז הארט באזירט אויף דעם? די גלויבן איז פארהייליגט און פארהערליכט, קיינער איז נישט גרייט צו זאגן שקר הנחילו לנו אבותנו, א גלויבען אויף וואס די עלטערן האבן זיך מוסר נפש געווען אזויפיל דורות, א גלויבן וואס מען גלייכט און מען גלייבט אין פילע חלקים דערפון.

צוויי כיתות האבן זיך געפלאגט מיט די פראבלעם, וויאזוי ברענגט מען אריין דאס נייע אן פוגע זיין אין דאס אלטע?

די צוויי כיתות זענען געווען חז"ל און להבדיל ישו הנוצרי.

ישו האט אנגענומען א מער סימפליסטיק מהלך, ער האט געזאגט אז דאס אלטע איז הייליג, אבער נישט נוגע מער היינט, פאר היינט איז דא די ברית חדשה. גענומען דאס אומבאקוועמע און אוועקגעשטופט אין ווייטן עבר אריין, ווייט פון אויג און ווייט פון הארץ.

חז"ל האבן פארשטאנען אז מען קען נישט אראפברענגען א תורה חדשה יעדעס מאל וואס דער ווינטל בלאזט אנדערש, עס איז סתם א חוכא וטלולא, האבן זיי אנגענומען א פיל קאמפליצירטערע מהלך, נעמליך איבערארבעטן די תורה אז עס זאל יא שטימען מיט זייערע היינטיגע ווערדן און פארשטאנד. אלץ תוצאה איז הקרבת קרבנות געווארן אפגעשטופט ווייט אינעם עתיד, לכשיבא אליהו. די רעזולטאט איז די זעלבע, אפגעשטופט, ווייט פון אויג ווייט פון הארץ, אבער מיט מער סענטיוויטעט צום אלטן.

פעסט פארווערד צו די נייצענטע יאר הונדערט, דער סאטמאר רב האט נישט געגליכן דעם ארגינעלן דרך החסידות, די גלייכגילטיקייט צום שו"ע, די איבערגעטריבענע הוללות און שמחה, דאס פארגרעבקייט פון עסן און לחיים'ן, דעם חוסר דגוש אויף לימוד התורה. אבער אויס כבוד פאר די פריערדיגע האט ער געזאגט אז עס איז נשתכח געווארן, די רעזולטאט איז די זעלבע, ווייט פון אויג, ווייט פון הארץ, צוריקגעשטופט די גאנצע מעשה צו די ת"ק יארן, אבער נישט פוגע געווען אין כבוד הבעש"ט ותלמודיו.

אדער קען מען זאגן ....

די חז"ל האבן געהאלטן אז דאס איז זאת התורה המסורה בידנו, דאס איז אייביג געווען די פלאן אז תקרובת קרבנות זאל זיך ענדיגן.
סאטמאר רב האט באמת געהאלטן אז דרך הבעש"ט איז אראפגעקומען אויף בלויז א קורצע צייט און כאשר בא כן ילך.

והבוחר יבחר...
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 2:39 pm#167907
שפתים קישאקTM! ??
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 4:19 pm#167914
עוד יש לומר, חז"ל האבן נישט געטראכט נישט דאס און נישט יענץ, דאס וואלט געווען צו פארגעשריטן פאר זיי. זיי האבן פלעין געטון וואס זיי האבן צו טון.
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:09 pm#167937
יאיר

דיין משל צו קרבנות איז נישט ריכטיג ווי דערמאנט אז איינמאל די ביהמ"ק איז חרוב איז נישטא קיין קרבנות, פינישד.

ועוד, ישו הנוצרי האט נישט מבטל געוועהן קרבנות לפי ידיעתי, דאכט זיך אז די קאטאליקען זענען מער מיט די מהלך פין קרבנות.

אלא כי איתמר הכי איתמר, וואס חז"ל האבען געטוהן לגבי ענינים פין טומאה וטהרה און דער רבינו יואל לגבי חסידות.
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:13 pm#167943
איך האב נישט געשריבן דעם אשכול, אבער אז דו דערמאנסט שוין שטייט שוין פון די פריערדיגע אז ישו הנוצרי איז געווען דער פיינעל קרבן צו אפקומען פאר אלע אונזערע עבירות און מען דארף מער נישט קיין קרבנות. ישו אליין וואלט נישט געקענט מבטל זיין קרבנות ווייל ער'ט דאך געלעבט בזמן הבית, נאר ער האט יא פארפירט קעגן די כהנים עסטאבלישמענט בכלליות, כידוע העובדא ווען ער איז געקומען סוכות/פסח אין בית המקדש און איבערגעדרייט ווי שמחת תורה אין ראדני סטריט.
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 11:32 pm#168001
קעסטו אפשר אנצייגען וואס חסידות איז
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 11:46 pm#168002
סאטמער רב האט זיך מתמרמר אז ליידער בימינו איז חסידות נשתכח געווארן לדעתו. ס'איז נישט א פסק, א הלכה, אדער א מין דרך.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:48 pm#168081
איי עם סארי פארן ווארפן א באמבע, נישט דאס איז געווען מיין ציל, איך וואלט נישט אריין אין די נושא דא, גיכער עפן א אשכול מיטן קעפל, "די תורה בידי חז"ל: כחומר ביד היוצר?" און מיר וועלן דארט דן זיין דערויף.

לגבי הקרבת קרבנות, איז ווייטער די זעלבע, עס איז א אריכות, אבער מען זעט שוין אין די נביאים " כִּי לֹא דִבַּרְתִּי אֶת אֲבוֹתֵיכֶם וְלֹא צִוִּיתִים בְּיוֹם הוציא [הוֹצִיאִי] אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם עַל דִּבְרֵי עוֹלָה וָזָבַח." עס איז א היבשע באמבע ווען מען נעמט אין באטראכט אז גאנץ ויקרא איז בלויז קרבנות. אויב ווילסטו דן זיין מער באריכות, עפן א אשכול מיטן קעפל "די עוואולוציע פון די תורה".

אבער בקיצור ברויכסטו מודה זיין אז הקרבת קרבנות האט זיך אנגעהויבן ביי אדם הראשון שוין, "וירח ה' את ריח הניחוח" ביי נח'ן, עס איז בכלל נישט תלוי געווען אין א ביהמ"ק. מען וואלט געברויכט צוריק מתיר זיין במות, וואס איז מעיקר הדין צוריק מותר געווארן לאחר החורבן, ווייל די טעם ההיתר וואס שטייט אארויס אין פסוק "כי לא באתם אל המנוחה" איז ווייטער דא. וויאזוי קען מען צוריקהאלטן די סאמע וויכטיגסטע און לכאורה אפילו איינציגסטע עבודה וואס ווערט דערמאנט אין די תורה? חז"ל האבן אבער נישט געזוכט אנצוהאלטן קיין קרבנות. מפני איזה סיבה.

אבער אין קורצן, וועל איך דיר צוברענגן דעם רמב"ם אין מורה, וועסטו זען אז עס איז ווייט נישט מיין חידוש

אי אפשר לצאת מן ההפך אל ההפך (הקצה אל הקצה) פתאום - ולזה אי אפשר, לפי טבע האדם, שיניח כל מה שהרגיל בו פתאום. היה המנהג המפורסם בעולם כולו, שהיו אז רגילים בו, להקריב מיני בעלי חיים בהיכלות ההם אשר היו מעמידים בהם הצלמים ולהשתחוות להם ולקטר לפניהם, והפרושים (כהני הדת) היו אז האנשים הנתונים לעבודת ההיכלות ההם. כאשר בא ה' לצוות את בני ישראל על עבודתו, לא רצה ה' הטוב לצוותם על עבודה שהיא שונה בתכלית מצורת העבודה שהם היו רגילים לראות אצל עובדי העבודה זרה. כיוון שאם היה מצווה אותם על עבודה שהיא שונה לגמרי, הם לא היו יכולים להבין ולקבל עבודה זו , על פי הכלל שביארנו לעיל שאדם לא יכול לצאת מדבר שהוא רגיל בו אל דבר אחר לגמרי. לכן ציוה ה' את בני ישראל שיעבדו אותו באותה צורה שעבדו עובדי האלילים את אלוהיהם, רק שציוה אותם שכל העבודה תהיה לשמו ולא לשם שום עבודה זרה אחרת.

לפי זה איז פשוט אז ווען רוב וועלט איז אוועק דערפון האבן זיי עס געלאזט פאלן.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:04 pm#168095
דער שטיקל מורה האט גארנישט מיט דיין לאקשן תורה אז חז ל האבן בכונה מבטל געווען קרבנות.
עס איז אין מיינע אויגן ווי דער רמב"ם זאל מסביר זיין אז דעריבער איז מצות עונג שבת באכילה ווייל דער גוף פון א מענטש האט טויזענטער יארן זיך געפירט צו גלייכן עסן.
זייער אסאך מצות זענען אין דער קריטעריע פון זאכן וואס מענטשן טון צוליב פארשידנארטיגע סיבות נישט א חוק בלי טעם ווי פרה אדומה. א משל גיטין וקידושין און דער רמב"ם קוועטשט אריין קרבנות לה אויך.
און אגב הערט זיך נישט אין מיינע אויערן דעם רמב"ם הסבר פון די פשוטע אויסדרוקן פונעם פסוק ריח ניחוח לה'
אנטשולדינג פארן נישט אריינקומען קלאר איך שרייב פון א טעלעפאן.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:10 pm#168102
קומסט אריין זייער קלאר בעזהי"ת, איך האלט מיט דיר טויזענט פראצענט, נישט נאר איך, נאר דער רמב"ן הק' אויך, ער איז זייער שארף קעגן דעם רמב"ם

וזלה"ק
"הנה הם דברי הבאי, יעשו שולחן ה' מגואל שאיננו רק להוציא מלבן של רשעים וטפשי עולם, ולשון הקרבנות את קרבני לחמי לאשי ריח ניחוחי, וחלילה שלא יהא בהם שום תועלת ורצון" עכל"ק

נאך פרעגט ער

"והנה נח בצאתו מן התיבה עם שלשת בניו אין בעולם כשדי או מצרי, הקריב קרבן וייטב בעיני ה' והבל הביא גם הוא מבכורות צאנו ומחלביהן, וישע ה' אל הבל ואל מנחתו, ולא היה עדיין בעולם שמץ עבודה זרה כלל" עכל"ק
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:15 pm#168106
אוי ממרום, דו ביזט דער קעניג פון עניגמאטציע .
דו קענסט זיין אינעם זעלבן טאג רעכט און לינק צו אן עקסטרעם אויף ביידע זייטן און אלעס אינדערמיט.
מיין קאפ דרייט זיך.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:47 pm#169950
עטליכע יאהר צוריק איז ארויס מבית הדפוס א ספר פון איינער פון די גדולים פון די פריערדיגע דור מיטן נאמען 'לנבוכי הדור'. דארט שרייבט ער אז לויט ווי די וועלט טוט זיך פארשריטן, זעהט אויס אז ווען משיח וועט קומען וועט נישט מעהר זיין קיין קרבנות, צוליב וואס די וועלט האט שוין רחמנות אויף חיות.

די זעלבע זאך שטייט אין ספר אור יצחק פון רבי יצחק פון ראדוויל ז"ל
מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 7:25 pm#351594
ממרום שלח אש האט געשריבן:
פעסט פארווערד צו די נייצענטע יאר הונדערט, דער סאטמאר רב האט נישט געגליכן דעם ארגינעלן דרך החסידות, די גלייכגילטיקייט צום שו"ע, די איבערגעטריבענע הוללות און שמחה, דאס פארגרעבקייט פון עסן און לחיים'ן, דעם חוסר דגוש אויף לימוד התורה. אבער אויס כבוד פאר די פריערדיגע האט ער געזאגט אז עס איז נשתכח געווארן, די רעזולטאט איז די זעלבע, ווייט פון אויג, ווייט פון הארץ, צוריקגעשטופט די גאנצע מעשה צו די ת"ק יארן, אבער נישט פוגע געווען אין כבוד הבעש"ט ותלמודיו.

אדער קען מען זאגן ....

די חז"ל האבן געהאלטן אז דאס איז זאת התורה המסורה בידנו, דאס איז אייביג געווען די פלאן אז תקרובת קרבנות זאל זיך ענדיגן.
סאטמאר רב האט באמת געהאלטן אז דרך הבעש"ט איז אראפגעקומען אויף בלויז א קורצע צייט און כאשר בא כן ילך.

והבוחר יבחר...
אגב, עם כל הכבוד לממרום, איז עס נישט געווען סאטמאר רב'ס אויפקום אין ער האט דאס אפילו נישט מחדש געווען, ער האט עס בסך הכל געשריבן אבער מקורו טהור פונעם סאנדזער רב ורבו הרה"ק מראפשיץ זי"ע , כידוע איז דאס געווען די דרך אין הנהגה אין צאנז, (ועיין בחמדה גנוזה בשיחות, באריכות).
מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 9:56 pm#351599
מיר'ער בחור: במחכת"ה ביזטו נאר טיילווייז גערעכט. דער דברי חיים שרייבט טאקע אין איינס פון זיינע ספרים (דברי חיים על התורה...?) אז אין די היינטיגע (זיינע)צייטן זענען דא א סאך רבי'ס פון די סיטרא אחרא און זיי נארן אריין חסידים. דערפאר דארף מען זיין פארזיכטיג צו וועלכן רעבי'ן מ'פארט. אבער ער איז נישט מבטל די גאנצע תורת החסידות. ער אליינס האטציך דאך געפיהרט בחסידות. און א חוץ זיין א רב אין זיין שטאט איז ער אויכעט געווען א רבי. און ר'האט געטיילט שיריים...!
מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:22 pm#351605
berlbalaguleh האט געשריבן:מיר'ער בחור: במחכת"ה ביזטו נאר טיילווייז גערעכט. דער דברי חיים שרייבט טאקע אין איינס פון זיינע ספרים (דברי חיים על התורה...?) אז אין די היינטיגע (זיינע)צייטן זענען דא א סאך רבי'ס פון די סיטרא אחרא און זיי נארן אריין חסידים. דערפאר דארף מען זיין פארזיכטיג צו וועלכן רעבי'ן מ'פארט. אבער ער איז נישט מבטל די גאנצע תורת החסידות. ער אליינס האטציך דאך געפיהרט בחסידות. און א חוץ זיין א רב אין זיין שטאט איז ער אויכעט געווען א רבי. און ר'האט געטיילט שיריים...!
משא"כ דער סאטמאר רב ?
זונטאג אקטאבער 02, 2016 3:06 am#351633
מיר'ער בחור: דער סאטמר רב (כלשונך) האט אויכעט געטיילט שיריים. ניין. אפשר האט מען נאר געכאפט שיריים ביי איהם. איך אליינס, ווען כ'בין נאך געווען א יונגער בחור האבמיך פארמאסטן מיט מיינע יונגע כוחות ווער ס'קען זיך בעסער שטופן נאנטער צום אויבן אן און זוכה זיין צו כאפן שיריים פונ'ם רעבי'ן...!
זונטאג אקטאבער 02, 2016 5:11 am#351635
berlbalaguleh האט געשריבן:מיר'ער בחור: דער סאטמר רב (כלשונך) האט אויכעט געטיילט שיריים. ניין. אפשר האט מען נאר געכאפט שיריים ביי איהם. איך אליינס, ווען כ'בין נאך געווען א יונגער בחור האבמיך פארמאסטן מיט מיינע יונגע כוחות ווער ס'קען זיך בעסער שטופן נאנטער צום אויבן אן און זוכה זיין צו כאפן שיריים פונ'ם רעבי'ן...!

א. פון ווי זענט איר אזוי זעכער אז ער האט נישט געטיילט, ס'איז זעכער געווען געוויסע זאכן וואס ער'ט אליין געטיילט, כדוגמת לעבער וכדו'.
ב. נישט ביים "טיילן" שיריים פאנגט זיך אן חסידות, און נישט ביי דעם ענדיגט זיך עס.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 1:05 pm#351722
berlbalaguleh האט געשריבן:מיר'ער בחור: דער סאטמר רב (כלשונך) האט אויכעט געטיילט שיריים. ניין. אפשר האט מען נאר געכאפט שיריים ביי איהם. איך אליינס, ווען כ'בין נאך געווען א יונגער בחור האבמיך פארמאסטן מיט מיינע יונגע כוחות ווער ס'קען זיך בעסער שטופן נאנטער צום אויבן אן און זוכה זיין צו כאפן שיריים פונ'ם רעבי'ן...!

דער סאטמער רבי ז"ל האט עס נאכגעזאגט ("דאכצעך") פונעם דרכי תשובה, אז א יעדע תנועה קומט אראפ אויף דער וועלט פאר 150 יאר אדער 300 יאר און בימיו האט זיך עס אויפגעהערט (אזוי האב איך געליינט אין דעם ביכל פון דוד מייזליש the satmar rebbe), ס'איז זיכער נישט געווען זיין אייגענעם חידוש.

און לאמיר קלארשטעלן, עשה לך רב האט גארנישט מיט 'חסידות', משה רבינו איז נישט געווען קיין 'חסידישע' רבי, אבער ער איז געווען א 'רבי', ווען מ'האט געהאט א פראבלעם אדער פאר א ריעל עסטעיט דיעל איז מען זיך געקומען דורך רעדן מיט אים, אקוראט אזוי ווי די רבנים און ליטווישע 'גדולים' פון דעם לעצטן דור.

דאס וואס געוויסע 'חסידישע מנהגים' זענען געבליבן מאכט דאס נאכנישט פאר קיין 'דרך החסידות'.

איך האב אמאל אפגעשטעלט א אינגערמאן וואס קאכט אריין אין חסידות (בעיקר מונקאטש) און איך האב געפרעגט, אהובי ידידי בני, קענסט מיר מסביר זיין מיט וואס פונקטליך דו ביזט א 'מונקאטשער' ? איך רעד נישט וואו דו סווייפסט דיין מקוה קארטל אדער וואו דו באקסט ערב פסח מצות, נאר זיי מיר מסביר וויאזוי פונקטליך דו שאקעלסט אנדערש לולב ווי דער סלאנימער אינגערמאן, ווי פונקטליך אין דיין רוחניותדיגן לעבן קלאפט אויס דיין מונקאטשקייט ?

קיין געהעריגע תירוץ האט ער נישט געהאט.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 2:38 pm#351727
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
אפשר האט דיין חבר נישט געקענט קיין סלאנימער יונגעלייט.....

די אשכול באלאנגט שוין אין שמייכל. א מישאכצס פון לאקשען תורה מיט שיריים מעשה'לעך. א רמב"ם וואס האט נישט קיין שייכות, א צושטעל פון חז"ל צו יאשקע, א קעפל וואס האט קיין שייכות מיט די אינהאלט, און האלבע מראה מקומות אויף זייטיגע נושאים
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:09 pm#351728
מיט א ליטוואק אריינגעמישט...
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 1:18 pm#357601
יעקב מענטש: דער סאטמאר׳ער רב זצוק״ל האט עס נישט נאכגעזאגט פון קיינעם, נאר נאכדעם וואס ער האט עס געזאגט זענען געוועהן אזעלכע סאקמורים וואס האבן נישט געקענט אויסהאלטן אז זייער רבי זאגט אזא זאך מדעת עצמו האבן זיי פרובירט צו טרעפן אנדערע וואס האבן אויך געזאגט, צווישן די אויף וועם מען האט עס ארויף געשמירט איז געוועהן די דרכי תשובה זצוק״ל, אבער לא דובים ולא יער ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט, און ווי אויך איז דאס אוודאי קיינמאל נישט געזאגט געווארן דורך הרה״ק מ׳צאנז אדער הרה״ק מ׳ראפשיץ, כמדומה אז דער עיקר אויף וועם סאטמאר פארריפט עס היינט איז הרה״ק מ׳קאפוסט זצ״ל.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:09 pm#357621
יהודי פשוט האט געשריבן:יעקב מענטש: דער סאטמאר׳ער רב זצוק״ל האט עס נישט נאכגעזאגט פון קיינעם, נאר נאכדעם וואס ער האט עס געזאגט זענען געוועהן אזעלכע סאקמורים וואס האבן נישט געקענט אויסהאלטן אז זייער רבי זאגט אזא זאך מדעת עצמו האבן זיי פרובירט צו טרעפן אנדערע וואס האבן אויך געזאגט, צווישן די אויף וועם מען האט עס ארויף געשמירט איז געוועהן די דרכי תשובה זצוק״ל, אבער לא דובים ולא יער ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט, און ווי אויך איז דאס אוודאי קיינמאל נישט געזאגט געווארן דורך הרה״ק מ׳צאנז אדער הרה״ק מ׳ראפשיץ, כמדומה אז דער עיקר אויף וועם סאטמאר פארריפט עס היינט איז הרה״ק מ׳קאפוסט זצ״ל.


איר זענט נישט גערעכט
דא האט איר צוויי צוטאטען פונ'ם ספר דור דעה
רבי יקותיאל אריה איז קיין סאטמערע נישט געווען

ווען ער רעדט פונ'ם ראפשיצ'ער רב
ובכן כשראה בזמנו אנשים המוניים שלא קיימו גופי המצוות כהלכתן, רק עברו על זמן קרי"ש ועל זמן תפלה, וזה שהם עוברים על זמן קר"ש ותפלה כחסידים בזה חשבו עצמם לחסידים וקסברו שזאת היא החסידות ובזה הם חסידים ועוד כהנה וכהנה, על כן נגמר בדעתו בסוף ימיו לבטל את החסידות הבעשטי"ת ולחזור אל דרך התורה ע"פ שולחן ערוך והפוסקים.
וכאשר בא אליו הגאון מו"ה יוסף באבד ז"ל בעל מחבר ספר מנחת חינוך להסתופף בצלו לא רצה לקבלו וצוה עליו לשוב לביתו ואל חדרו חדר ההוראה לעסוק בתורה הרבה ולא יבקש דרכים חדשים, עיי"ש עוד


נאך שרייבט ער ביים צאנז'ער רב
בכל כחו ביקש להחזיר העטרה ליושנה טערת תפארת התורה הקדושה, באומרו כי כל שיטה חדשה לא תוכל להתקיים יותר מק"ן שנה וגם שיטת הבעש"ט ז"ל בכלל זה
ופעם אחת שבת בקהלת טארנוב ובשעת סעודת שבת בקלויז הגדולה שם ומאות חסידים עוטרים את שולחנו אמר, כבר הגיע הזמן להחזיר עטרה ליושנה, משל למה הדבר דומה לאחד שעשה לו מלבוש חדש וכעבור שנה או שנתיים נתיישן צבעו, יתנהו לחייט להפוך מלבושו על צד השי להתראות כבגד חדש וכאשר יעבור שנה וגם בצד השני נתיישן צבעו אזי יאמר בעל הבגד אם כן מוטב להפכו לצד ימינו כבתחלה, כן הדבר הזה, הבעש"ט ז"ל ראה בימיו איך הדרך של תורה ויראת שמים נתקלקלה באבני גף וצידי מכשול כמו גאות פניות שלא לשמה, בכן סלל דרך החסידות בעבודה וחסידות, ועתה שגם דרך זו נתקלקלה מוטב לשוב לדרך הראשון בתורה ויר"ש.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:14 pm#357623
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
דאס זענען פיינע געבאקענע מעשיות
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:18 pm#357624
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
איך ווייס נישט ווער דער איד איז געוועהן, אבער ווען אזא זאך וואלט געזאגט געווארן דורך צאנז׳ער רב וואלט מען ווען געוואוסט דערפון און די אלע מקומות וואס זענען געוועהן צאנז׳ער אייניקלעך אדער פאר׳ברענט׳ע צאנז׳ע חסידים ווי למשל קלויזענבורג, באבוב, פשעווארסק, מונקאטש, סאטמאר, די גרעסטע ראי׳ אז הרה״ק מ׳צאנז האט אזא זאך קיינמאל נישט געזאגט איז ווייל סאטמאר רב האט עס נישט דערמאנט ווען ער האו געזאגט אז ס׳איז נשתכח געווארן דעם דרך הבעש״ט
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:26 pm#357625
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
בכלל איז א פלא אויף סאטמאר רב אליינס אז ער האט אזוי געהאלטן, ווייל נשתכח איז נאר שייך צו זאגן אויף א זאך וואס איז נישטא, לדוגמא מען קען זאגן אז די תורה וואס די רבי האט געזאגט פרייטאג צונאכטס ביים טיש איז נשתכח געווארן ווייל קיין רעקארדערס איז נישט געוועהן און קיינער האט עס נישט אראפ געשריבן נאך שבת ממילא איז עס נשתכח, וויזוי וועט אבער זיין אז איינער וועט וועלן זאגן אז עס איז נשתכח געווארן די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף הר סיני, איז די ענטפער פשוט, עס איז נישט מעגליך אז עס זאל נשתכח ווערן ווייל עס איז דא, קוק אריין אין חומש וועסטו זעהן די תורה, מען קען אפשר זאגן אז עס איז נישטא קיינער וואס קען עס אבער נשתכח איז נאר שייך ביי א זאך וואס איז נישטא, די זעלבע לגבי חסידות עס איז זייער שווער צו זאגן נשתכח אינדערצייט וואס די ספרים שאנק איז פיל מיט חסיד׳ישע ספרים, וואס די חסיד׳ישע ספרים דאס איז חסידות, קדושת לוי איז חסידות, בני יששכר איז חסידות וכו׳ וכו׳, שוין אפגערעדט פון תניא און תורה אור און ליקוטי תורה וואס דאס איז ממש די יסודות החסידות, ממילא איז זייער אום פארשטענדלעך וואס סאטמאר רב האט געמיינט צו זאגן
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:48 pm#357630
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
גאנץ פארשטענדליך. ס׳איז דא א רקע אויף וואס אלע חסידישער ספרים זענען געבויט, און דאס איז נשתכחה און ס׳איז געבליבען בלויז ווערטער. לכן, מדמה זיין מילתא למילתא איז אוממעגליך.

די טענה פון אנדערע יוצאי צאנז איז נישט אזוי אין פלאץ. פראקטיש האבען אלע פון די חדר זיך געפיהרט כאילו ס׳איז נשתכחה. ווערטלעך האט דער קלויזענבורגער רבי געזאגט, אבער ט׳דען האט ער עפעס מחליט געווען ווייל אזוי האלט חסידות? קליינעקייטען מיט מנהגים׳לעך יא, אבער נישט עפעס ערנסט.
די וואס האבען גענוצט חסידות אויף ציונות זענען געווען די רוזשינע קלענערע רבי׳ס, נישט די גרויסע קאמפאני׳ס וואס דו ברענגסט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:55 pm#357631
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
ליטוואק פון בודאפעסט: איך מיין אז די זאלסט זיך אינגאנצן ארויס לאזן פון חסידות ווייל די האסט ממש נישט גערעדט צום זאך.
וואס מיינט דאס ס׳איז דא א רקע און ס׳איז נשתכח געווארן, איז תניא חסידות??? אויב יא, דאן דא איז חסידות, וואס הייסט נשתכח געווארן אויף א זאך וואס איז דא???
ווייטער בנוגע וואס די טענה׳סט אז די יוצאי צאנז האבן זיך געפיהרט כאילו נשתכחה ווייל זייערע החלטות האבן זיי נישט מסביר געוועהן געבויעט אויף חסידות, האביך פאר דיר נייעס חסידות איז נישט געמאכט נאר אז מען זאל מיט דעם מאכן החלטות, עס איז דא כמה וכמה חלקים אין חסידות, קוק אריין אין די ספרים פון מונקאטש דאס איז איין שטיק חסידות
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:57 pm#357632
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
איך זעה נישט ווי יא אדער נישט ניצן חסידות קעגן ציונות קומט בכלל אריין אין דעם געשעפט
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:03 pm#357633
יהודי פשוט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער דער איד איז געוועהן, אבער ווען אזא זאך וואלט געזאגט געווארן דורך צאנז׳ער רב וואלט מען ווען געוואוסט דערפון און די אלע מקומות וואס זענען געוועהן צאנז׳ער אייניקלעך אדער פאר׳ברענט׳ע צאנז׳ע חסידים ווי למשל קלויזענבורג, באבוב, פשעווארסק, מונקאטש, סאטמאר, די גרעסטע ראי׳ אז הרה״ק מ׳צאנז האט אזא זאך קיינמאל נישט געזאגט איז ווייל סאטמאר רב האט עס נישט דערמאנט ווען ער האו געזאגט אז ס׳איז נשתכח געווארן דעם דרך הבעש״ט


רבי יקותיאל אריה קאמעלהאר איז געווען זייער א באוויסטע און אנגענומענע שרייבער, זיין ספר דור דעה איז א ספר יסוד פאר אלע ספרי תולדות פון די צדיקים וואס ער ברענגט

אפילו דער לעגענדא'רער סיפורי מעשות קריטיקער ר' יהושע מונדשיין אין זיין ספר הצופה לדודו שטיצט ער גאר שטארק די מקורות פון רי"א קאמעלהאר, ליין אביסל אונ'ם ספר וועסטו זעהן אז דאס איז נישט געוועהן א מעשיות שרייבער נאר איינער וואס האט ארויס געהאט אויף זייער א קלאהרע אופן די פארשידענ'ארטיגע דרכים, שיטות, און זייער היסטוריה

וואס די צייכענסט אן אז מען הערט נישט דערוועגען און די חסידיות וואס מקורם מצאנז, וואס פונקטליך האסטו געוואלט? זיי זאלען זיך אינטערהאקען די אייגענע פיס? אפשר זאלען זיי גאהר גיין ארבעטען ה"י?

פארוואס די סאטמערע רב דערמאנט נישט די צאנזע רב וועגען דעם ווייס איך נישט, און איך ווייס אויך נישט צי ער האט נישט גערעדט וועגען דע שיטה פון צאנז'ער רב ולא שמענו ולא ראינו אינו ראיה
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:11 pm#357636
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
ווען מען רעדט פון אזעלכע גזע׳ס ווי קלויזענבורג, מונקאטש, רעדט פון קדושים וואס ווען זיי וואלטן געוואוסט צו זאגן פון אזא ווארט פון צאנז׳ער רב וואלטן זיי דאס נישט באהאלטן צוליב אייגענע אינטערעסן, דאס איז איינס און צווייטנס קוק אן סאטמאר רב האט געזאגט נשתכח און עס האט איהם גארנישט אונטער געהאקט די פיסלעך, אדרבה.
ווען סאטמאר רב וואלט דאס ווען דערמאנט וואלט די גאנצע וועלט גוט געוואוסט דערפון ווייל די סאקמורים וואלטן עס גאר גוט מפרסם געוועהן און אז עס איז נישט מפורסם אין די וועלט מיינט אז סאטמאר רב האט עס נישט געזאגט און אז ער האט עס נישט געזאגט האט ער נישט געוואוסט דערפון ווייל ווען יא קענסטו זיכער זיין אז ער וואלט עס דערמאנט.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:30 pm#357640
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
כנראה האסטו נישט פארשטאנען דער ווארט רקע. אויף ענגליש זאגט מען background. ווען מ׳האט נישט קיין חינוך אין למדות, קוקט מען אןמא סברא פון ר׳ חיים ווי אישתשבי. ווען מ׳האט נישט קיין חינוך אין חסידות, לערנט מען תניא ווי ראביי משה וויינבערגער. דאס מיינט נשתכחה.

וכדברי הגאון מוואודרידזש "ווילסט לייקענען נשתכחה? אדרבה, זאג אונז וואס ס׳איז!" וש"י

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:33 pm#357641
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
און וועגען ציונות, ווארשיינדליך ווייסטו גאנץ ווייניג פון דער סאטמארער רב, אלזא זייט׳ס מוחל און קריינא דאגרתא.... דער זאג ׳נשתכחה׳ איז נישט עפעס מפי השמועה, ער שרייבט עס אין ויואל משה אפצוווענדען די וואס האבען גענוצט חסידישע מושגים צו פארטיידיגען מעשי רשע. דער קלויזענבורגער איז נישט קיין קלענערע קנאי געווען ווי סאטמארער רב לגבי עבירות. ער האט גראדע נישט איינגעזען דער כנסת וכו׳ אלס א סתירה צו דעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:48 pm#357647
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
דעם ווארט רקע האב איך פארשטאנען, מיט דעם אלעם האלט איך אז די ביסט נישט גערעכט ווייל חסידות למעשה איז דא, און אפילו אויב עס זענען פארהאנדען אזעלכע וואס ווייסען נישט וויזוי אפצולערנען א שטיקל תניא, זענען אבער דא אזעלכע וואס ווייסן יא, וממילא איז נישט שייך צו זאגן נשתכח
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:49 pm#357648
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
בנוגע הרה״ק מ׳סאטמאר זצוק״ל, איך האב געזעהן דעם שטיקל אינעוויינחג און איך האב געזעהן לגבי וואס ער זאגט עס, מיט דעם אלעם איז עס זייער שווער צו פארשטיין אז ער זאל אזאנס זאגן
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:54 pm#357649
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
יהודי פשוט האט געשריבן:דעם ווארט רקע האב איך פארשטאנען, מיט דעם אלעם האלט איך אז די ביסט נישט גערעכט ווייל חסידות למעשה איז דא, און אפילו אויב עס זענען פארהאנדען אזעלכע וואס ווייסען נישט וויזוי אפצולערנען א שטיקל תניא, זענען אבער דא אזעלכע וואס ווייסן יא, וממילא איז נישט שייך צו זאגן נשתכח

הייבסט שוין אן צו פארשטייען. דו האסט אנגעהויבען מיט א קשיא אז דער ספר זיצט אויפ׳ן פאליצע, גיי לערן. יעצט פארשטייסט דו שוין אז מ׳דארף איינער וואס פארשטייט עס.

זאגט דער סאטמארער רב אז אזוינס עגזיסטירט שוין נישט. זאגט יהודי פשוט-אז ס׳עגזיסטירט יא. נו נו. גאנץ פיין. די זענען די צוויי צדדים.

לאמיר זע׳ען צו קלויזענבורגער רבי האט זיך געהאלטען ווי איינער וואס פארשטייט תניא, ווייל דאס איז די גאנצע נושא, נישט פיהרען פארטייען צו טיילען שיריים פון א גרויסע פיש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 6:01 pm#357665
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
דאס איז דאך זיכער אז צו לערנען א זאך ריכטיג דארף מען האבן איינער וואס פארשטייט עס, די זעלבע זאך איז ביי די תורה וואס מיר האבן פון משה רבינו, ווייל עס זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן געלערנט אז בין עיניך מיינט אז מען דארף לייגן די תפילין צווישן די אויגן ממש, מיינט דאס נאכנישט אז עס איז נשתכח תורת משה, דאס מיינט אז עס זענען דא אזעלכע וואס לערנען עס נישט אפ ריכטיג, הוא הדין חסידות, אוודאי זענען דא אזעלכע וואס האבן עס נישט ריכטיג אפגעלרענט וממילא האבן זיי געמאכט טעותים אינעם דרך החסידות, קומט אבער נאך אלץ נישט צו זאגן נשתכח, בסך הכל זענען דא אזעלכע וואס האבן פארדרייט דעם דרך החסידות פונקט ווי עס זענען דא אזעלכע וואס פאר דרייען די תורה פון משה רבינו
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 6:20 pm#357668
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
נאכאמאל, הייסט׳ס דו דינגט׳ס זיך מיט איהם. וואס האט עס מיט ספרים אויפ׳ן שאפפע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 6:22 pm#357670
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
חס וחלילה, איך דינג זיך נישט מיט תוספות ווען איך פארשטיי נישט זיינע ווערטער און פונקט אזוי דינג איך זיך נישט מיט הרה״ק מ׳סאטמאר זצ״ל ווען איך פארשטיי נישט זיינע ווערטער, בסך הכל זאג איך אז איך פארשטיי נישט זיינע ווערטער, איך פארשטיי נישט וויזוי מען קען בכלל אזא זאך זאגן
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 6:49 pm#357675
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
ווייל ער האט איינגעזע׳ען אז מענטשען קענען נישט. וואס איז אזוי שווער? ווילסט ברענגען א מעגליכקייט פון איינעם ערגעץ אונטער די הרי חשך וואס קען יא? וויאזוי האט דער רמ"א געקענט זאגען אין אנו בקיאין בבדיקת צומת הגידין, אפשר ווייסט איינער יא?
סארא קשיא דאס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 9:18 pm#357689
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.... גיי לערן מיט א ליטוואק נשתכח....
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:22 pm#357699
וואס האב איך דערפון אז עס איז דא חסידישע ספרים אויפן שעלף, קיינער קיקט נישט אריין און דעם.

אזוי ווי מיר ווערן דא טעקניקל וועגן די ווארט נשתכח, וויל איך דיך פרעגן, לקט שכחה ופיאה מיינט דאס אז די בינטל איז פארשווינדן? שכחה מיינט אז דער עולם כאפט נישט אז עס איז דא.

סא, א סאטמערער וועט זיך נישט משדך זיין מיט א וויזניצער כאטשיק ביידע קאכן זיך און מאור ושמש מיט א ברען שעות ארוכות....ווייל נשתכח.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:25 pm#357700
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
קוקט אויס אז די ביסט אריין געטוהן אין עסן א גוטן אייז קרים ווייל די האסט נישט אפ געלייענט געהעריג וואס איך האב בכלל געזאגט
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:34 pm#357702
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
די האסט פון דעם אז עס זענען דא חסיד׳ישע ספרים אויפן שעלף דאס זעלביגע וואס די האסט פון דעם וואס עס זענען דא גמרות מיט חומשים אויפן שעלף, בסך הכל איז דאס א ראי׳ אז עס איז נישט נשתכח.
שטעל דיך פאר אז איינער העט דיר זאגן מארגן אז עס איז נשתכח געווארן די צורה פון סאטמאר רב, עס איז פשוט פארגעסן געווארן וויזוי ער האט אויס געזעהן, וואס העסטו איהם ענטפערן, גיי אויף גוגל און חייג אריין סאטמאר העט באלד ארויף קומען א בילד, ממילא קען נישט זיין אז עס איז נשתכח געווארן.
נשתכח געווארן קען מען זאגן אויפן צורה פון דברי חיים, קיינער געדענקט איהם נישט און עס זענען נישט פארהאנדן קיינע בילדער איז ממילא איז שייך צו זאגן נשתכח, הגם עס איז נישט בהכרח ווייל עס קען זיין אז עס זענען דא אזעלכע וואס האבן מקבל געוועהן דור אחר דור וויזוי ער האט אויס געזעהן, אבער אפילו אזוי איז שייך צו טענה׳ן אז די קבלה איז א פאלשע קבלה און עס איז נישט ריכטיג איבער געגעבן געווארן איז ממילא איז עס פארגעסן, אבער א זאך וואס איז דאס איז נישט שייך שכחה.
אויב באדערט דיך אז איך בין אזוי מדייק אינעם ווארט נשתכח, דאס איז פשוט ווייל ביי מיר איז סאטמאר רב אזוי ווי א שטיקל רמב״ם און איך בין בריסק׳ער רב ודו״ק
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:08 am#357712
אין אלל דא ריספעקט, בריסקער רב, האסט פארזעהן א גמרא מפורשת און ברכות יג, צרות אחרונות משכחות את הראשונות,
דאס הייסט צו זאגן אז מען פארגעסט צו רעדן דערפון אבער נישט אז קיינער געדענק נישט.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:49 am#357722
יהודי פשוט האט געשריבן:ווען מען רעדט פון אזעלכע גזע׳ס ווי קלויזענבורג, מונקאטש, רעדט פון קדושים וואס ווען זיי וואלטן געוואוסט צו זאגן פון אזא ווארט פון צאנז׳ער רב וואלטן זיי דאס נישט באהאלטן צוליב אייגענע אינטערעסן, דאס איז איינס און צווייטנס קוק אן סאטמאר רב האט געזאגט נשתכח און עס האט איהם גארנישט אונטער געהאקט די פיסלעך, אדרבה.
ווען סאטמאר רב וואלט דאס ווען דערמאנט וואלט די גאנצע וועלט גוט געוואוסט דערפון ווייל די סאקמורים וואלטן עס גאר גוט מפרסם געוועהן און אז עס איז נישט מפורסם אין די וועלט מיינט אז סאטמאר רב האט עס נישט געזאגט און אז ער האט עס נישט געזאגט האט ער נישט געוואוסט דערפון ווייל ווען יא קענסטו זיכער זיין אז ער וואלט עס דערמאנט.
זעט אויס איר האט זיך נישט גענוג נאכגעפרעגט ווייל סיי אין קלויזנבורג אין סיי אין באבוב אין סיי אין מונקאטש איז די שטימונג לגבי חסידות די זעלבע ווי אין סאטמאר אין דאס איז לאפוקי חב"ד אין אנדערע אזעלכע פלעצער , דאס איז קלאר ווי די טאג אז די רבי'ס פון ראפשיצער רב , די רבי פון לובלין אין די רבי ר' מענדעלע (בעצם נישט אזוי ווייט רבי ר' מענדעלע ווי די רבי פון לובלין) האבן זיך געפירט אנדערש בעניני חסידות-קבלה בפומבי וה"ה ביי צאנזער רב כלפי זיין רבי די ראפשיצער רב (שוין אפגערעדט כלפי ר' הערשעלע זידטשויבער) .
אין לגבי קלויזענבורג'ער רב, האט ער טאקע נישט נאר זיך געפירט אזוי, נאר כסדר גערעדט דערוועגן ,כידוע אז ער האט נישט אויפגעהערט צו רעדן וועגן לערנען גפ"ת , מפעל הש"ס , מורנו, וכו'.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 3:17 am#357724
יהודי פשוט האט געשריבן:אויב באדערט דיך אז איך בין אזוי מדייק אינעם ווארט נשתכח, דאס איז פשוט ווייל ביי מיר איז סאטמאר רב אזוי ווי א שטיקל רמב״ם און איך בין בריסק׳ער רב ודו״ק
דאס איז א טעות נפוצה, סאטמאר רב אליינס ביים שרייבן די ויואל משה ,על הגאולה, אין בכלל, האט ער אליינס נישט אזוי שטארק מדייק געווען אין זיינע ווערטער ווי זיינע נאכפאלגער אין 2016 .
ונכון לציין כאן מה שכתב @ריכטיג אין אן אנדערע אשכול אז ר' אהרן קאטלער האט אמאל זיך אויסגעדרוקט אויף א געוויסע גדול "עם הארץ בפניו פון סאטמאר רב, אין סאטמאר רב איז געווען זייער צוטראגן פון דעם, ביז ר' יהושע געלדצעהלער האט עם מסביר געווען אז ס'איז אזוי ווי די רבי זאגט אפיקורס .......
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 3:37 am#357727
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
אייז קריעם האט געשריבן:אין אלל דא ריספעקט, בריסקער רב, האסט פארזעהן א גמרא מפורשת און ברכות יג, צרות אחרונות משכחות את הראשונות,
דאס הייסט צו זאגן אז מען פארגעסט צו רעדן דערפון אבער נישט אז קיינער געדענק נישט.

אוי וויי די שלעפסט מיך דא אריין אין א גאנצע לומד׳ישע ענין, קוק אריין אין די מפרשים קוקט אויס ווי זיי האבן זיך שוין געמוטשעט מיט׳ן פראבלעם, און בפשטות דער צרות אחרונות מיינט די שפעטער׳דיגע גלות אין משכחות איז פשוט ווייל עס איז פאר ביי זייער אסאך צייט פון איין גלות צום צווייטן און אינאיינעם מיט דעם אז די שפעטער׳דיגע זענען געוועהן ערגער פון די פריערדיגע, זענען די פריערדיגע פארגעסן געווארן, ועוד יש בזה אריכות גדול ואכמ״ל
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 3:42 am#357729
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
מיר'ער בחור האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:ווען מען רעדט פון אזעלכע גזע׳ס ווי קלויזענבורג, מונקאטש, רעדט פון קדושים וואס ווען זיי וואלטן געוואוסט צו זאגן פון אזא ווארט פון צאנז׳ער רב וואלטן זיי דאס נישט באהאלטן צוליב אייגענע אינטערעסן, דאס איז איינס און צווייטנס קוק אן סאטמאר רב האט געזאגט נשתכח און עס האט איהם גארנישט אונטער געהאקט די פיסלעך, אדרבה.
ווען סאטמאר רב וואלט דאס ווען דערמאנט וואלט די גאנצע וועלט גוט געוואוסט דערפון ווייל די סאקמורים וואלטן עס גאר גוט מפרסם געוועהן און אז עס איז נישט מפורסם אין די וועלט מיינט אז סאטמאר רב האט עס נישט געזאגט און אז ער האט עס נישט געזאגט האט ער נישט געוואוסט דערפון ווייל ווען יא קענסטו זיכער זיין אז ער וואלט עס דערמאנט.
זעט אויס איר האט זיך נישט גענוג נאכגעפרעגט ווייל סיי אין קלויזנבורג אין סיי אין באבוב אין סיי אין מונקאטש איז די שטימונג לגבי חסידות די זעלבע ווי אין סאטמאר אין דאס איז לאפוקי חב"ד אין אנדערע אזעלכע פלעצער , דאס איז קלאר ווי די טאג אז די רבי'ס פון ראפשיצער רב , די רבי פון לובלין אין די רבי ר' מענדעלע (בעצם נישט אזוי ווייט רבי ר' מענדעלע ווי די רבי פון לובלין) האבן זיך געפירט אנדערש בעניני חסידות-קבלה בפומבי וה"ה ביי צאנזער רב כלפי זיין רבי די ראפשיצער רב (שוין אפגערעדט כלפי ר' הערשעלע זידטשויבער) .
אין לגבי קלויזענבורג'ער רב, האט ער טאקע נישט נאר זיך געפירט אזוי, נאר כסדר גערעדט דערוועגן ,כידוע אז ער האט נישט אויפגעהערט צו רעדן וועגן לערנען גפ"ת , מפעל הש"ס , מורנו, וכו'.

זיי האבן נאך אלץ נישט געהאלטן אז עס איז נשתכח געווארן תורת הבעש״ט, און אוודאי נישט עס נאכגעזאגט בשם הרה״ק מ׳צאנז זצ״ל
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 3:43 am#357730
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
מיר'ער בחור האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:אויב באדערט דיך אז איך בין אזוי מדייק אינעם ווארט נשתכח, דאס איז פשוט ווייל ביי מיר איז סאטמאר רב אזוי ווי א שטיקל רמב״ם און איך בין בריסק׳ער רב ודו״ק
דאס איז א טעות נפוצה, סאטמאר רב אליינס ביים שרייבן די ויואל משה ,על הגאולה, אין בכלל, האט ער אליינס נישט אזוי שטארק מדייק געווען אין זיינע ווערטער ווי זיינע נאכפאלגער אין 2016 .
ונכון לציין כאן מה שכתב @ריכטיג אין אן אנדערע אשכול אז ר' אהרן קאטלער האט אמאל זיך אויסגעדרוקט אויף א געוויסע גדול "עם הארץ בפניו פון סאטמאר רב, אין סאטמאר רב איז געווען זייער צוטראגן פון דעם, ביז ר' יהושע געלדצעהלער האט עם מסביר געווען אז ס'איז אזוי ווי די רבי זאגט אפיקורס .......

איך האב געהערט דעם שיינעם טעאריע און איך זיך נאך ווער עס האט דעקונג אויף דעם
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 3:52 am#357731
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
ככלב שב אל קיאו. מ׳האט פיין מסביר געווען פארוואס ס׳איז נשתכחה על אף די ספרים אין שאפפע, האסט מסכים געווען, און יעצט דרייסטו דער זייגער אויף צוריק (אדער ביי ענק אין א"י דארף מען זאגען ׳אויף קריק׳)?

לגבי דקדוק לשונו של הרי"ט, דאס איז נראה לעינים לכל אשר לא נסתמאו אז ער האט נישט געשריבען בדקדוק נאר לויז. דאס איז זיין גאנג געווען. ער האט געשריבען אמאל גוזמא׳דיג און לייכט, נישט מיט די כבדות און קיצור פון א חתם סופר וכדו׳

Sent from my LG-K373 using Tapatalk