Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא

אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
140 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 141 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5451
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:57 pm#168830
אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא
בס"ד
קודם אן הארציגן מזל טוב צום חתונה בחצר פאפא היינט נאכט. עס זעהט אויס ווי נעכטען ווען דער היינטיגער מחותן, דעם רבי'נס איידעם, הרב מיכל דייטש האט חתונה געהאט. איך דענק נאך דאס פרישע ווינט וואס ר' מיכל האט אריינגעברענגט אין פאפא, זייענדיג א באטעמ'טע אינגערמאן, און א ווארימע זאגער, אנ"ש האבן זיך מחיה געווען מיט זיינע דרשות, און דער עולם האט באמת הנאה געהאט, היינט צו טאגס פירט ער זיין אייגן קהילה אין מאנסי בס"ד. יא, די יארן לויפן, ר' מיכל מאכט חתונה.
איך מוז אייך אבער זאגן, אז כ'בין אנטלאפן פון די חתונה תיכף נאך די חופה, אהיימגעקומען בין איך כדי צו שרייבן די פאר שורות איידער איך בארוהיג זיך. - עס איז דא אסאך ענינים צו רעדן, אבער אז איך שרייב ברבים בין איך נאר בארעכטיגט צו שרייבן איבער דעם עולה גדולה וואס איר זעלבס טוט ברבים. שטייענדיג ביים חופה האב איך ממש געשפירט ווי איך בין א שותף לדבר עבירה, איך נעם אטייל אין די עגמת נפש וואס אומשולדיגע וויליאמסבורגע איינוואוינער מאכן מיט צוליב דעם שמחה. איך פראביר צו טרעפן א לימוד זכות, עס גייט אבער נישט. ווען די רבי שליט"א האט חתונה געמאכט זיינע קינדער, נו, איינמאל אין צוויי יאר, דאס גייט נאך. אבער דער גוטע באשעפער האט באשאנקען דעם רבין שליט"א מיט בנים וב"ב בליעה"ר, איז דאס דער פלאן מכאן ולהבא? יעדע צוויי חדשים אפשפארן די הויפט גאס אין ווילימאסבורג? - איר זענט דאך אוודאי מודה אז בעדפארד איז מער חשוב ווי פענן סטריט, והראיה, די חופה ווערט נישט דארט אפגעראכטן. אזוי אויך, די קלענערע לוויות ל"ע זענען אויף פענן וכו'.
וואו זענען אונזערע איידעלע מדות, מיט וואס מיר שטאלצירן זיך איבער אונזערע שכנים? וואו איז די מינימאלע געפיל פון זיך רעכענען מיט אנדערע? אז א איד קומט אהיים נאך א טאג ארבעט, בעדפאורד איז פארמאכט, און ער דארף אנקומען צו זיין דירה אויף היוז צווישען בעדפאורד און לי, וויפיל פון זיין צייט גייט לאיבוד? ער דארף ארומפארן די גרענעצן פון שטאט, כמעט דארט ווי די עירוב-שטריק ווערט געזוכט, און די שוין אזוי אנגעלייגטע גאסען מיט נערוועזע דרייווערס אין א שווערע וועטער - וואס זענען די תוצאות? ער קומט אהיים אנגעצויגען, זיין נאכט שיעור וועט ער שוין נישט מאכן באצייטענטס וכו' וכו' - און דאס אלץ... פארוואס? למען ישמעו ויראו ולמען דעת כל עמי הארץ כי שם פאפא נקרא עלינו?! נאכמער, וואס טוה איך ווען דער איד איז גאר מיין שכן און ער קומט אהיים פונקט ווען איך גיי צום קבלת פנים מיטן שטריימעל בעקיטשע, און זיין גאנצע, און גערעכטיגע, כעס גיבט ער אויס אויף מיר, וואס דארף איך ענטפערן? אז די רבי זכרונו לברכה איז געווען די מרא דאתרא דא? אז רוב תושבי העיר זענען זיך משתתף ביים חופה, און מ'גייט נאך רוב?
אויף וואס ווארט איר? אז איינער - און ס'פעלט נאר אויס איינער - זאל פארציילן וואס גייט פאר, פאר די גוישע פרעסע און מאכן א חילול השם? אדער גאר אריינפירן דעם סוגיא אין געריכט? למה?
מיין שאלה איז פאר אייך ראשי קהילתינו הק', היינטיגע צייטען, ווען קהילות און חצרות קומען שוין ב"ה צוביסלווייז צום שכל, און מען זעהט איין אז מיט פאלטשע שופרות און חצוצרות קומט מען נישט אן אין ערגעץ, די מענטשהייט עקלט זיך שוין פון די אויפגעבלאזענע שקרים וכזבים, א טראפקעלע אמת כאפט א גרעסערע עולם (והיינו טעמא למה מתרבים ספסלי דבי מדרשא דכמה מגידי זמנינו, חסרי שלשלת וכו'), עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט די נערישקייטן.

דער אמת איז אז יענעמ'ס צער וואלט איך נאך אראפגעשליגען אבער דאס פארדרייען די זמנים אין חדר איז באמת אן הימל געשריי, עס איז דאך ממש א געלט שאדן! מאמעס לויפן אוועק פון די ארבעט מיט א שעה צוויי פריער, און קומען שפעט מארגן מיט א שעה צוויי, פארוואס? ווייל די קינדער זענען געגאנגען שלאפן שפעטער מיט א שעה?! און דאס גייט זיין די סדר היום, יעדע צוויי חדשים?!

איך בעהט אייך, רעכענט אייך מיט א צווייטן, און סוף הכבוד לבוא.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:03 pm#168833
מממממ....
ווען איינער קען ווען ארויפלייגן דא די וואצ-עפפ קליפס וואס פארן ארום לכבוד דעם חופה, וואלט שת'לע זיך באהאלטן אין א מייזן לאך ביז ענדע שבע-ברכות.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:07 pm#168834
איך האב געפלאנט צו גיין, יעצט קענען זיי פארגעסן פון מיר. איך גיי נישט און ערגעץ. נאכאמזל איך האב אריינגעבליקט אין שטיבל בשעת'ן אנטוהן מיינע קאלאטשעקס.
#כולנו בעד פענן סטריט
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:10 pm#168835
איינער זאגט מיר אז דער גור'ער און ויז'ניצער האבן צוריקגעצויגן פון זייער באזוך אין אמערקא. דא איז דא פאפער רב און ער וועט שוין מאכן א גוטע דזשאב... מען דארף אים נישט העלפן.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:15 pm#168837
שת אדמזאהן: שפתיים ישק: כ'עלל דיר פארציילן א סוד פאר גאנץ בראד. איך בין אויכעט א שטיקל פאפא'ער תלמיד. און די פאלטשע כבוד זאכן וואס גייען פאר היינט קרענקט מיך עד דכדוכה של נפש. די סיבה פאר דעים איז זייער פשוט. ס'איז דא עטליכע אזויגערופענע רעדל-פיהרערס וואס רעדן זיך איין אז אזעלכע שוואנצאנישע התנהגות וועט מרבה זיין כבוד בית פאפא, ווען זיי זענען פוסעים על ראשי עם קודש. טירחא דציבורא איז ביי זיי גארנישט. איך רעד שוין נישט פון דעם אנטיסעמיטיזם און בייז בלוט ביי די גויים וואס דאס אפ-געשפארעץ איז גורם. דאס גרעניצט זיך מיט התגרות באומות. און מ'איז עובר אויף יעקב אבינו'ס באפעל פון "למה תתראו". ס'וואלט גארנישט געשעען ווען מ'שפארט אפ פענן סטרי ביי די זייט פון ביהמ"ד און מ'מאכט דארט די חופה ברוב פאר והדר, אנשטאט אזא ביזי גאס און הויפט דורכפאהר ווי בעדפארד עוו. לאמיר מתפלל זיין אז ס'וועט שוין קומען די צייט פון "וילמדו תועים בינה. :roll: :oops: :x
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:22 pm#168839
וואס איז דאס קריטיקיראכטס דא? - גייטס אריין צום רב, דערציילט אים וואס עס קומט פאר און זאל ער מאכן סדר.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:23 pm#168840
גערעכט גערעכט,
ב"ה ביי אונז אין בארא פארק מיין איך איז אסאך בעסער דער פרט פון פארמאכן גאסן יעדער מאל א רבי האט א געבורטס טאג,
פאר א חודש צירוק בין איך אדורך עטרת גאלדא, עפעס א באבובער חופה האט זיך דארט אפגעטוען אין נישט 50 אין נישט 14 איז געווען אפגעשפארט, די גאנצע עולם איז געשטאנען אויפן סייד-וואלק, (גראדע אוי געזעהן גאנץ א גרויס עולם)
אז מרעדט שוין דארף איך צולייגן אז ווען די מוקאטשער מאכט חתונה פארמאכט ער יא 14 עוו. שוין אפאר שעה פאר די חופה, (בד"וו די פידלען הענגן נאך) אבער ער מאכט נישט חתונה צו אפט.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:25 pm#168843
אין בארא פארק קענסטו אייביג נעמען די נעקסטע גאס, אין וויליאמסבורג איז א חורבן.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:33 pm#168846
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בארא פארק קענסטו אייביג נעמען די נעקסטע גאס, אין וויליאמסבורג איז א חורבן.

ספעציעל בעדפארד. ווייל דאס איז די איינציגע גאס וואס פיהרט צו אנדערע געגנטער אויך. דעם חורבן וואס דאס מאכט אן שפירט מען אין די אנדערע געגנטער. נישט נאר אין וויליאמסבורג. :roll: :oops:
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:37 pm#168848
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בארא פארק קענסטו אייביג נעמען די נעקסטע גאס, אין וויליאמסבורג איז א חורבן.

ספעציעל בעדפארד. ווייל דאס איז די איינציגע גאס וואס פיהרט צו אנדערע געגנטער אויך. דעם חורבן וואס דאס מאכט אן שפירט מען אין די אנדערע געגנטער. נישט נאר אין וויליאמסבורג. :roll: :oops:

איז דא אמאל וואס די נוצט נישט די סמיייליז? כמיין ווי קומט עס יעצט אריין? :D ;)
אבער די זאגסט גוט אייביג עני-וועי
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:48 pm#168853
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בארא פארק קענסטו אייביג נעמען די נעקסטע גאס, אין וויליאמסבורג איז א חורבן.

ספעציעל בעדפארד. ווייל דאס איז די איינציגע גאס וואס פיהרט צו אנדערע געגנטער אויך. דעם חורבן וואס דאס מאכט אן שפירט מען אין די אנדערע געגנטער. נישט נאר אין וויליאמסבורג. :roll: :oops:

איז דא אמאל וואס די נוצט נישט די סמיייליז? כמיין ווי קומט עס יעצט אריין? :D ;)
אבער די זאגסט גוט אייביג עני-וועי

קודם א יישר כח פאר דיין מיינונג איבער מיין זאגעכץ. איך ענטפער טאקע ווי א גולם. על ראשון אחרון ועל אחרון ראשון. ניין כמעט נישט. אבער אויב דו וועסט באמערקן זענען די סמייליס אייביג לפי הענין. דאס איז נאך א וועיג פון אויסדרוקן דעם תוכן פונ'ם מאמר. אויב ס'איז דא א הומאריסטישע נקודה וועט דער סמיילינג סמיילי זיין קופץ בראש. און אויב ס'איז דא אויף וואס זיך צו רעיגן וועט דער גערעעגטער (דאגי-פעיס( זיין דער עומד בראש. :lol: :roll: :o
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:18 am#168865
זייער גוט געזאגט שת. פאפא האט מזל אז א אייגענער האט געשריבן , ווייל אז די שרייבסט ווען נישט וואלט איך געשריבען אסאך ווילדער אויף די משוגענע חוצפה. יעדע פאפא חתונה קאסט מיך
מינימם א עקסטערע האלבע שעה!
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:19 am#168866
...
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:48 am#168869
רבותי איצט קומט פאר די "גרויסער חתונה" אין פאפ'ער שול
דער עולם טאנצנט, די "כוס של שמחה" איז פול.

דאס אז די גאס איז געוועהן בלאקירט
מיר זענען אינגאנצן נישט שאקירט.

נישט געהערט? היינט איז די חתונה פון רבי'נס אייניקל
קענסט נישט? זיי מוחל פאר ארום די גאס מאך דעם גרויסער עיקול.

בעדפארד מאכט חתונה היינט נאכט
מוזט פארשטיין גאנץ פאפא מוז זיין פארמאכט.

עס שטערט דיך, האסט א פראבלעם
מיר האבן געהערט פון דעם.

מארגען נאך די גרויסע שמחה און טענץ
וועלן מיר זיך צוזאם זעצן אלע פאפא שווענץ.

אוך די ראשי הקהילה וועלן דארט זיצן, די מיטינג באצירן
מען וועט דארט נעמען החלטות, אלעס וועט מען רעזאלטירן.

ווייל מאכן אנדערש, די גאנצע זאך מען קען
ס'איז דא א גרויסע מעגליכקייט, קומענ'דיגע מאהל וועט מען פארשפארן רחוב פען.

אזוי וועט זיכער גאנץ וויליאמסבורג קענען נארמאל "אויף רעדער פארן"
און דאס גאנצע טירחא וועט מען זיך אויך פארשפארן.

ובכן דעמאלט'ס, "לשמחת בית פאפא כולנו"
שישו ושימחו בשמחת רבינו מפאפא, ברוך שהחיינו!
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:50 am#168870
איך האב מיר אריינגעסיינט נאר דעס צו קענען שרייבן. סהאט מיר געקאסט היינט מינומום אן עקסטרע שעה. איך האב מיר אזוי גערעגט חדשים בין איך שוין נישט אזוי נערוועז געווען ביים דרייוון איך האב זיי ממש געוואלט צופליקן די פערדן. מיין קאפ ברעכט צו מיר צו פארשטיין פארוואס זיי גייען נישט אויף פען. איך טראכט נאר וואס איך קען טוען?

איך האב און מיין קאפ א טוץ קללות אויף זיי וואס איך האלט מיר פשוט איין פון שרייבן. פאפאפאפאפאפא. פיצט אפ פון בעדפארד לאזט צורי עטס גייטס אויף מיינע און אויף טויזנטער אנדערע מענטשןס געהירן. קריכטס אראפ פון די נערווען סאיז ממש אומדערטעגליך די פאפא האבן טאקע אזוינע תם קעפ צו פארשטיין וויפיל טויזנטער מענטשן זיי מאכן שאדן ?
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 1:25 am#168880
איך טראכט אפשר אזא עצה. יעדער איינער וואס ווערט נערווירט און פערזענליך אפעקטעט פון פאפא'ס בלאקירונג זאל ווען ער קומט ענדליך אן אהיים זיך אנטון שטריימעל בעקישטע און אריבערלויפן צו די פאפא חתונה ווי אחד המחותנים און זיך נעמען א זיץ ווי אחד החסידים זיך נישט אוועקריקן! און עסן א סעודה גדולה כיד המיילעך. אוון אהיימגיין שמח וטוב לב כאטש א גוטע נאכטמאל געהאט.

אויב וועט איינער שרייען הייבט דיך אויף ביזט נישט א פאפאנע'ר זאלסטע זאגן וואס? איך בין נישט א חסיד? א גאנצע שעה האב איך היינט אוועקגעגעבן פאר דיין רבין!
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 1:40 am#168886
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך טראכט אפשר אזא עצה. יעדער איינער וואס ווערט נערווירט און פערזענליך אפעקטעט פון פאפא'ס בלאקירונג זאל ווען ער קומט ענדליך אן אהיים זיך אנטון שטריימעל בעקישטע און אריבערלויפן צו די פאפא חתונה ווי אחד המחותנים און זיך נעמען א זיץ ווי אחד החסידים זיך נישט אוועקריקן! און עסן א סעודה גדולה כיד המיילעך. אוון אהיימגיין שמח וטוב לב כאטש א גוטע נאכטמאל געהאט.

אויב וועט איינער שרייען הייבט דיך אויף ביזט נישט א פאפאנע'ר זאלסטע זאגן וואס? איך בין נישט א חסיד? א גאנצע שעה האב איך היינט אוועקגעגעבן פאר דיין רבין!


ביזט אינגאנצען צודרייט?
נאכ'ן זיך אנפרעסן פון דעם פאפא כיד המיילעך סעודה, העט מיר נאך אפווארטן שבע ברכות אינדערהיים, די ווייב (אנטשודיגט די שטוב) וועט מאכן קולות וברקים, נאכ'ן איבערלאזן די גאנצע סאפיר וואס זי האט געקאכט.

איך העט מיך אנגעגעסען אינדערהיים, דערנאך געגאנגען "עפעס איבערלאזן" אין פאפא. וד"ל :D
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:41 pm#168979
בערל. דו ביסט נישט נאר א פרוכט-בייסער!!! :lol: :roll: :lol: ליהודים, ליהודים.... :lol:
אנטשולדיגט: ס'באלאנגט אין אן אנדערן אשכול :roll:
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 5:12 pm#169009
berlbalaguleh האט געשריבן:בערל. דו ביסט נישט נאר א פרוכט-בייסער!!! :lol: :roll: :lol: ליהודים, ליהודים.... :lol:
אנטשולדיגט: ס'באלאנגט אין אן אנדערן אשכול :roll:


איך האב זייער אשוואכער קאפף זיי זיך גוט מסביר
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:03 pm#169174
ווי איז בעני פאללאטשעק ווען מען דארף אים האבן צו שרייבען אפענע בריווען?
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:55 pm#169185
מונקאטש האט טאקע א פראבלעם ווייל אפצושפארן די 48 גאס איז כמעט פונקט אזוי שלעכט ווי 14טע עוו. אפשר מאכט ער עס ביי די וי סוכה פלאץ. אדער אפשר פארט מען אויף א נסיעה קיין מונקאטש אזוי שפארט מען זיך אלע פראבלעמן. מען דארף נישט שפארן קיין גאסן און מען ברויך זיך נישט שעמען מיט א קליינער עולם. איי עם דשאסט טרייינג טו העלפ...
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:57 pm#169186
shem-tov האט געשריבן:אפשר מאכט ער עס ביי די וי סוכה פלאץ.


brilliant
פארוואס טאקע נישט?
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:10 pm#169224
סאטמאר מהרז״ל שפארט אויך בעדפארד ביי יעדע חתונה, מאי אולמי׳ האי מהאי?
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:26 pm#169226
היסטאריקער האט געשריבן:סאטמאר מהרז״ל שפארט אויך בעדפארד ביי יעדע חתונה, מאי אולמי׳ האי מהאי?

שתי תשובת בדבר!
first of all 2 wrongs doesn't make one right!!

צווייטענס,סאטמאר איז שוין די אנדערע זייט בעדפארד ס'נישט קיין אריבערגאנג צו ערגעץ משא"כ פאפא איז ממש אנפאנג די גאס פאס פירט אריבער צו אלע גאסן דוריך ווייט קענסטו נישט גיין דוריך לי אויך נישט נאר בעדפארד פארשטייסט?
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:52 pm#169260
צד מהרז''ל האט אפגעשפארט העכער די בי קיו אי, אין אויפגעשטעלט די חופה נאך ויואל משה דאס מיינט אז מען האט נישט געקענט אנקומען פין צו ווייט עוו' צו דיוויזשאן אין פארקריפעלט ווילימאסבורג אויפן זעלבן פארנעם ווי פאפא, איך האף נאר אז איינמאל צד מהרז''ל וועט אנהייבן חתונה מאכען אייניקלעך וועט ער אויך אויפהערן אפצושפארען בעדפארד פינקט ווי פאפא וועט
פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:16 am#169352
zurich האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:סאטמאר מהרז״ל שפארט אויך בעדפארד ביי יעדע חתונה, מאי אולמי׳ האי מהאי?

שתי תשובת בדבר!
first of all 2 wrongs doesn't make one right!!

צווייטענס,סאטמאר איז שוין די אנדערע זייט בעדפארד ס'נישט קיין אריבערגאנג צו ערגעץ משא"כ פאפא איז ממש אנפאנג די גאס פאס פירט אריבער צו אלע גאסן דוריך ווייט קענסטו נישט גיין דוריך לי אויך נישט נאר בעדפארד פארשטייסט?

והשלישית: פאפא טוט עס נאר ווייל סאטמאר טוט עס.... :lol: :roll: :oops:
פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 3:04 am#169359
נאך א קהל'ס מיטינג אין פאפא איז מען געקומען צו א החלטה אז מ'גייט טוישען די נעמען פון ביידע גאסען, סיי בעדפארד און סיי פען. אויף פאפא און צעהלים, נו אז מ'שפארט צו פאפא און צעהלים וועלן זיך וויליאמסבורג'ער איינוואונער נישט כעס'ן.
פרייטאג יוני 06, 2014 12:23 am#204519
אויפגעוועקט, אפשר וועט עס העלפן
פרייטאג יוני 06, 2014 12:59 am#204530
די שאלה איז אויב סאטמאר האט אפגעשפארט בעדפארד היינט נאכט פאר'ן באגלייטן. טאמער יא, דעמאלטס זענען די טענות אויף פאפא זייער שוואך. סאטמאר טיט פונקט אזא עוולה אפשפארענדיג בעדפארד מוצאי יו"ט אין א צייט ווען משפחות גייען אהיים פון די עלטערן אדער קומען אהיים.

פאפא האט שוין פון לאנג מגלה דעת געווען אז זיי קענען באווייזן אלץ וואס סאטמאר קען. אויב וויל מען אפשטעלן פאפא, דארף מען ערשט אפשטעלן סאטמאר.
פרייטאג יוני 06, 2014 1:18 am#204535
דריידל האט געשריבן:די שאלה איז אויב סאטמאר האט אפגעשפארט בעדפארד היינט נאכט פאר'ן באגלייטן. טאמער יא, דעמאלטס זענען די טענות אויף פאפא זייער שוואך. סאטמאר טיט פונקט אזא עוולה אפשפארענדיג בעדפארד מוצאי יו"ט אין א צייט ווען משפחות גייען אהיים פון די עלטערן אדער קומען אהיים.

פאפא האט שוין פון לאנג מגלה דעת געווען אז זיי קענען באווייזן אלץ וואס סאטמאר קען. אויב וויל מען אפשטעלן פאפא, דארף מען ערשט אפשטעלן סאטמאר.

פון איין זייט טוט שוין דאס סאטמאר יעדע מוצאי יום טוב פאר צענדליגע יארן, דאס הייסט אז וויליאמסבורגע איינוואוינער זענען שוין באהאווענט און ווייסן פאראויס אז מוצאי יום טוב איז דא א באגלייטן - משא"כ די פאפא חופות, איז נישטא קיין עפפ וואס דערמאנט דעם אלגעמיינעם שטאט אז היינט דארף מען זיך ארויסלאזן פון די ארבעט א שעה פריער כדי צו קענען אהייימקומען באצייטענס.
מצד שני, פאפא טוט דאס פאר א גילטיגע סיבה, די חופה מוז דאך זיין אויפן גאס, און דער עולם וויל מיטהאלטן, מוז מען דאך שפארן א גאס. די שאלה איז נאר, פארוואס נישט פענן סטריט וכדומה (אדער אויף ווילסאן, פארענט פון תלמוד תורה). משא"כ די באגלייטן וואס ווערט אפגעראכטן מידי רגל ברגל פאר איין איינציגע סיבה "ווייל מ'טאר חלילה נישט משנה זיין" און וויבאלד ביים רעבין זכותו יגן עלינו איז אזוי געווען, דארף אזוי זיין ביז משיחס טאג. און צוליב דעם, אלע איינוואוינער פון ראדני, בעדפארד, ראסס, קענען נישט פארקן זייער קארס אויף יום טוב!!! און אויב יא פירט מען דאס אוועק. אלץ פארן באגלייטען א מענטש וואס שפאצירט דעם זעלבען גאס טאג טעגליך, דריי צו פיר מאל.. מיט איינס אדער צוויי גבאים....
פרייטאג יוני 06, 2014 2:06 pm#204587
מיר שטערט אויך געפערליך די אפשפארן די גאס אויף בעדפארד...

קען איינער ביטע מאכן א פאטיציע אנליין און ארום שיקן פאר די עולם צו אונטערשרייבען?

א דאנק פון פאראויס.
פרייטאג יוני 06, 2014 3:08 pm#204596
ווען מען רעדט פין די באגלייטן אז מען שפארט אפ ווען ער ענדיגט מעריב קען מען זיך אפשר דינגען אבער פארוואס דארף מען אפשפארען שוין פין פארן זמן?
פרייטאג יוני 06, 2014 4:17 pm#204606
אויב 550 בעדפארד וואלט באלאנגט פאר רא''ט וואלסטי נישט געהאט די קשיות
מאנטאג יוני 09, 2014 12:45 pm#204988
/
מאנטאג יוני 09, 2014 12:48 pm#204990
וואס גייט מען טון אין די פינעף מינוט, פון תחילת קבלת פנים ביז הפעות רבינו?
מאנטאג יוני 09, 2014 1:25 pm#204999
מאטי האט געשריבן:וואס גייט מען טון אין די פינעף מינוט, פון תחילת קבלת פנים ביז הפעות רבינו?

וואס איז א קבלת פנים א סתירה מיט א הפעות פון א זיידע? ער האט נאך אפאר רשי'ס צו ציענדיגען צום בלאט.
מאנטאג יוני 09, 2014 1:50 pm#205007
און די עסקנים האבן שוין יעצט אויסגערעכנט אז די רש"י'ס וועלן פארענדיגט ווערן גענוי פינעף מינוט אינעם קבלת פנים...
מאנטאג יוני 09, 2014 1:55 pm#205008
די רעבי'ס זייגער איז 5 מינוט שטאט, כדי ער זאל קיינמאל ח"ו נישט אנקומען מיט'ן עולם.
מאנטאג יוני 09, 2014 7:31 pm#205076
.
מאנטאג יוני 09, 2014 8:05 pm#205079
אין א וואטסעפפ גרופ ווי איך בין שרייען די פאפא'נע צוריק אז די סאטמארער טוען דאס אויך. זיי בלאקירן די גאסן אויף בעדפארד דריי מאהל א יאר פאר "באגלייטן". גראדע האלט איך נישט אז די צוויי שעה מוצאי יו"ט דריי מאהל א יאר איז בכלל א פארגלייך צו די 5-6 שעה אינמיטן טאג ביי יעדע חתונה. אבער אפילו אז יא, וואספארא מין תירוץ איז דאס אז סאטמאר טוהט עס אויך?? וויליאמסבורג באשטייט דען פון צוויי פראקציעס סאטמאר און פאפא, און איינער קען צוריקטוהן פאר'ן צווייטן?
אין וויליאמסבורג וואוינען צענדליגער טויזענטער מענטשן וואס האט נישט קיין שייכות מיט די רבי'ס פון סאטמאר און פאפא, און די אלע מענטשן שרייען געוואלד!! הער אויף אפצושטעלן די גאסן!
דינסטאג יוני 10, 2014 10:17 am#205164
וויליאמסבורגער האט געשריבן:וואספארא מין תירוץ איז דאס אז סאטמאר טוהט עס אויך??

איז דאס דען די איינציגסטע זאך וואס פאפא טוט ווייל "סאטמאר טוהט עס אויך??" :D :lol: :P
דינסטאג יוני 10, 2014 11:38 am#205172
פאפא איז א ערליכע קהילה אבער איך בין היבטש אנטױשט געװען נעכטען. דעס א סאטמאר טוט עס אויך שתי תּשובות בדבר א' באקאנט דאס װארט װען פאפא מיט סאטמאר האבען זיך געאמפערט מיט א שטאטישע בילדינג װאס די שטאט האט געגעבן פאר סאטמאר האט פאפא געטענהט אז עס קימט זיך זיי האלב װייל זיי זענען נאך סאטמאר האט ר' ליפא פריעדמאן אדער ר' סנדר דייטש געזאגט אמת פאפא איז נאך סאטמאר אין װיליאמסבורג אבער נאך סאטמאר קימט קודם סאטמאר אין נאך סאטמאר קימט סאטמאר אין נאך סאטמאר קימט סאטמאר אין נאך סאטמאר קימט סאטמאר וכו' דערנאך קימט פאפא .... װען סאטמאר שפארט אף איז עס פאר אלפי אלפים אױב נישט פאר רבבות אלפי ישראל. אימקיקענדיג נעכטען ביי די חופה האב איך באמת געשטױנט פאר װאס ? פאר װעם ? סך הכל גאנץ קהילת פאפא זקנים בעל בתים אברכים בחורי חמד תשב"ר זענען געװען סטאטירט אױף געשטעלטע ברענטשעס גאנץ בעדפֿארד חלל איז געװען פיסט אין ליידיג א חוץ די חופה טראק עס איז געװען א שיינע פאר הינדערט בעל בתים אברכים בחורי חמד תשב"ר צינאזאם. פאר װאס קען מען נישט אפען לאזען איינס אדער צװיי לענס ? אדער מאכען די חופה אױף פען סטריט ? ברענגט עס כבוד ? איז דא איינער װאס ער איז נתפעל געװארען פין מלכות פאפא אדער דער עולם האט איבער געלאזט קללות נמרצות פין דריי אזייגער ביז שפעט אין נאכט אריין ? איך האב חלילה נישט גארנישט קעגן פאפא עס איז א קהילה נאה וחסודה אבער איך האלט אז זיי האבען שױן איבער געצויגען דאס שטריק. עס איז שױן דאס דריטע מאל אין די לעצטע פאר חדשים. אין והשנית סאטמאר מהר"יי שפארט צי מערסטענס פין קליינס קרעטשמע ביז בעדפארד װילסען סטריט עס מאכט נישט קיין גענצליכע גרידלאק מה שאין כן פין בעדפארד װאלאבאט ביז בעדפארד הױז װערט א גענצליכע גרידלאק די קולות אין פייפעריי האט זיכער געשפאלטען הימלען איך גלייב האדמו"ר מפאפא װײסט נישט דערפין ער איז א ערליכער ער העט עס װען נישט ציגעלאזט
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:22 pm#222138
אן אפענע בריוו צו ראשי קהילת באבוב
מארגן קומט פאר א חתונה בבית באבוב (גבאים, ביטע לייגן די צו-נאמען נאך די 90 טעג), און ס'ווערט געמאלדן אז די חופה גייט פארקומען אויף 14 עוו. וויל איך מיך דא ווענדן מיט אן אפענעם בריוו צו זייער ראשי קהילה ווי פאלגענד :

זייט וויסן אז אפשפארען א גאס אפעקטירט טויזענטער מענטשן און גנבעט אוועק פון זייער טייערע צייט. די תאוה פון ווייזן ווי גרויס און מעכטיג די חסידות איז, איז נישט ווערד די שאדן וואס דאס וועט ברענגן. אזא אקט טיט זייער נערווירן ווער עס דארף דורכפארן די גאסן ארום. ובפרט יעצט ווען דער עולם איז קוים אהיימגעקומען פון די קאנטרי און מ'האט זיך נאכנישט צוגעוואינט צו די געווענדליכע טרעפיק.

עטץ האטס יעצט שטארקע סימפאטיע און די גאס, זעהטס עס נישט צו פארפאטשקענען מיט א נערישקייט.

CC ATUB @הדד בן בדד ATUB
CC ATUB @moshe613 ATUB
CC ATUB @כנור ATUB
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:27 pm#222141
ווען באבוב (רבצ) האט דארט געהאט חתונות פון אייניקלעך ביי הרב טויבער האט מען נישט פארמאכט דע גאס
אבער דא ווילן הרב אונגער'ס מענטשן ווייזען אז זיי האבן אויך אייניקלעך פון מהר"ש ממילא וועלן זיי דייקא יא פארשפארן די גאס
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:12 pm#222170
בארא פארקער האט געשריבן:ווען באבוב (רבצ) האט דארט געהאט חתונות פון אייניקלעך ביי הרב טויבער האט מען נישט פארמאכט דע גאס
אבער דא ווילן הרב אונגער'ס מענטשן ווייזען אז זיי האבן אויך אייניקלעך פון מהר"ש ממילא וועלן זיי דייקא יא פארשפארן די גאס

הרב אונגער, הא?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:49 pm#222181
ער האט 90 טעג אים צו רופען הרב אונגער, נאך 90 טעג לויט דער פסק איז ער מחיוב אים צו רופען באבוב ("באבוב-45"). נזכה ונחיה אויב מען גייט דארט איין האלטען דער פסק. דער חלק פונעם פסק פון "נישט" געבען מער ווי 6.2 מיליאן דאלער האט מען שוין איין געהאלטען נאך פאר די 90 טעג. דעס איז דער גרינגע חלק (עס קומט נישט א קניפ אין בעקעל), יעצט וועט מען זעהן צו מען וועט אויספאלגען די שווערע. האלטס נישט דער אטעם.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:24 pm#222197
sefish האט געשריבן:אויב 550 בעדפארד וואלט באלאנגט פאר רא''ט וואלסטי נישט געהאט די קשיות

ניין. ס'איז נישט אזוי. ווייל ווען מ'שפארט אפ צאנז און בארדיטשוב, אויפ'ן וועיג קיין ראפשיץ, שטערט עס קיינעם נישט. די גויים זיכער נישט. און ס'איז נישט מוסיף צום אנטיסעמיטיזם און ס'גייט נישט אריין אין גדר פון התגרות באומות. משא"כ. בעדפארד און ווילסאן און פענן און פלאשינג, יא... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :oops: :cry: :( :o
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:25 pm#222199
הערטס אויף פארצימעסען דעם אשכול ווייל אז נישט גיי איך אויסזאגן די מנהל
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:27 pm#222201
פלעין יודיש האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:ווען באבוב (רבצ) האט דארט געהאט חתונות פון אייניקלעך ביי הרב טויבער האט מען נישט פארמאכט דע גאס
אבער דא ווילן הרב אונגער'ס מענטשן ווייזען אז זיי האבן אויך אייניקלעך פון מהר"ש ממילא וועלן זיי דייקא יא פארשפארן די גאס

הרב אונגער, הא?

ס'זעהט אויס אז דו קענסט נישט דעם פאפא'ער עולם...אבער ק"ק פאפא פארמאכט גאסן ביי חתונות פאר אן אנדער'ן טעם. ווייל סאטמאר טוט אזוי... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :o
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:37 pm#222203
בארא פארקער האט געשריבן:ווען באבוב (רבצ) האט דארט געהאט חתונות פון אייניקלעך ביי הרב טויבער האט מען נישט פארמאכט דע גאס
אבער דא ווילן הרב אונגער'ס מענטשן ווייזען אז זיי האבן אויך אייניקלעך פון מהר"ש ממילא וועלן זיי דייקא יא פארשפארן די גאס

ווען הרב טויבער אדער הרב הורוויץ מאכען חתונה פארפארט מען נישט? איך הער, האו אבאוט ווען הרב הלברשטאם מאכט חתונה?