Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר

די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 53 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5510
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:46 pm#170506
די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר
אין דער ווירטואלער חרדישער וועלט זענען פאראן צוויי הויפט וועבסייטס פאר נייעס, "וואס איז נייעס" און "ישיבה ווארלד ניוס". בעת ווא"נ איז גענויגט מער לינקס זיך פרובירנדיג צו האלטן אויפריכטיג און צו דעקן אויך נעגאטיווע נייעס קעגן חרדישע אידן, איז אבער יוו"נ גענויגט רעכטס, און האלט זיך מיט די פאליסיס פון דער חרדישער פרעסע צו איגנארירן נעגאטיווע געשעענישן ביי חרדישע אידן. 

אין יוו"נ'ס ערך אויף וויקיפעדיע שטייט איבער זייער חרדישער צענזור:
 
There has been some controversy regarding the fact that YWN will not post any stories which portray Orthodox Judaism in a bad light. For example, they omitted most reports on the child abuse scandals in Orthodox Yeshivos, as well as the scandal with Leib Tropper and EJF in 2009. ...

Additionally, the Coffee Room moderators have been criticized for biased moderation. They will allow posts which support their point of view, and will allow attacks on other views. For example, attacks on Modern Orthodox Judaism are regularly published, but nothing is allowed through which speaks badly of Ultra Orthodox Judaism.


יוו"נ האט אבער איין אויסנאם: סאטמאר. דער וועבסייט פארפעלט נישט קיין געלעגנהייט צו באשמוצן און באשולדיגן סאטמאר אויף וואס זיי זענען יא און נישט שולדיג. ווען ATUB @יידל ATUB האט דא אין קאווע שטיבל אנטדעקט וויאזוי א בריוו פון הג"ר חיים קאניעווסקי איז געפעלשט געווארן, האט יוו"נ תיכף באשולדיגט סאטמאר אין דער פעלשעריי - כאטש עס איז ביז היינט נישט באקאנט ווער די פעלשער זענען געווען און זייערע מאטיוון. יוו"נ האט דאן געשריבן אז זיי פארמאגן אינפארמאציע איבער די סאטמארער פעלשער, און וועלן עס בקרוב פארעפנטליכן. פאלגנד איז דער קאמענטאר פון דעם מאדעראטאר, נאכדעם וואס א קאמענטירער האט באשולדיגט יוו"נ אין פאלש באשולדיגן סאטמאר:
Moderators Note: Oh, we’re just about ready to prove you wrong, and expose the names of the people behind this.
דאס האט קיינמאל נישט פאסירט. 

ווען עס קומט צו חרדישע "גדולים" וועט יוו"נ אייביג שרייבן מיט דעם מערסטן כבוד וואס שייך, און וועט איגנארירן סיי וועלכע נעגאטיווע אינפארמאציע. ווען עס קומט צו סאטמאר נוצט די וועבסייט אפיציעל די טיטלען "אהרוני" און "זאלי", מיט א זשורנאליסטישן בלעכענעם פנים. 

ווען א וועבסייט וואס צילט קעגן איין ספעציפישער גרופע באריכטעט אז די פאליציי איז "אויפגעברויזט" קעגן דער גרופע, פארוואס זאל עס אן אנשטענדיגער און אויפריכטיגער מענטש גלייבן? עס קען אוודאי זיין אמת, אבער עס איז לעכערליך דאס מקבל צו זיין פון אזא וועבסייט. 

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט זשורנאליסטישער אויפריכטיגקייט און מיט'ן שרייבן נעגאטיווע אינפארמאציע. עס איז אבער יא א פראבלעם ווען מ'שטעלט זיך פאר ווי חרדישע אידעאלאגן וועלכע וועלן נישט דעקן קיין שמוץ, אבער פארגעסן פון דעם כלל נאר אין דעם פאל פון א ספעציפישער חרדישער קהילה קעגן וועמען מען האט מחליט געווען צו פירן א קאמף. דאס איז שנאה און דיסקרימינאציע, און דארף פארדאמט ווערן. 

נאך לעצטיגע נעגאטיווע באריכטן קעגן סאטמאר:
m http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... hting.html m

m http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... atmar.html m

m http://www.theyeshivaworld.com/news/edi ... ounty.html m
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:00 pm#170519
ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:03 pm#170521
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:07 pm#170527
סלינקי האט געשריבן:נאך פון היינט

ב.ד.וו. זייער צום פוינט.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:45 pm#170544
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

אויף דיין ערשטן פוינט ביזסטו 100% גערעכט. דער "דער איד" תחת פיקוחו של ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שנאת ישראל און מאכן חוזק פון אלע גדולי ישראל וצדיקי עולם. אבער דיין צווייטער פוינט איז שווער צו פארשטיין. ווי אזוי קענמען שרייבן איבער די אגודה און מיינען סאטמאר?! :roll: :?: :!:
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:39 pm#170553
ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, אבער פאר אפאר דאלער שרייבט ער נאר גוטס אויף סאקמער. וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:58 pm#170559
איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:05 pm#170564
YWN איז במחילת כבודם א דריטע קלאס זשורנאליסטישע ווערק. פיל מיט נגיעות מיט אינירליכע פאליטיק. די שרייבער רעפרוזענטען א געוויסע טיעם אויפן חסידישן, אידישען, אדער פאליטישע זייטן. ס'איז א געמיש פון נייעס, בלאג, לשון הרע און ספעלינג טעותים.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:38 pm#170575
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

דע איד איז אפיציעל א סאטמארער צייטונג. יוו"נ איז אפיציעל פאר יעדן אייניג מילא איז דיין צוזאמשטעל נישט אין פלאץ.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:47 pm#170577
outspoken האט געשריבן:איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.


איך כאפ נישט וואס איז די חילוק? איז נישט א זאך חזיר טרייף נאר ווייל עס איז שלא ע"פ תורה?
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:28 pm#170598
גאלד האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.


איך כאפ נישט וואס איז די חילוק? איז נישט א זאך חזיר טרייף נאר ווייל עס איז שלא ע"פ תורה?



אנטשולדיגט פארן נישט גוט ארויסברענגען, סאטמארע שיטה אז די ציונות בעצם איז חזיר טריפה, אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה וואס פירט זיך שלא עפ''י תורה.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:49 pm#170638
שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול דערוועגן, גראדע נישט דער פוינט האט מיר געבאדערט דוקא, נאר בכלל דאס ער איז מלא נגיעות און לויט דעם שרייבט ער כלומר'שטע אביעקטיווע נייעסן און אנאליזן. דאס האט גארנישט מיט סאטמאר דוקא, ער טוט אזוי מיט יעדן דבר שבקדושה. עס קען צומאל אויפרעגן א רעכט דענקענדן מענטש.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:23 pm#170642
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דע איד איז אפיציעל א סאטמארער צייטונג

Not True
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:21 pm#170690
יוו"נ רעגט מיך נאך אלץ סאך ווייניגער אויף ווי ווין ניוס. ווי"ן איז דאך משלנו א סאטמארער חסיד און שטעלט זיך אבער אהער ווי א פארביסענער מאדערענער. מיך באדערט בכלל נישט אז אז יוו"נ האקט אויף סאטמאר. כמיין סאטמאר איז אזוי גרויס קע"ה סאיז בערך ווי די האקסט אויף די גאווערמענט. אבער ווען ווי"ן נעמט זיך פארשמירן זייער בלעטער מיט בלוט פון היימישע יודן. פרטיותדיגע מעשיות און טרינקט דאס בלוט מיט אזא שמחהיעדעס מאל ווען סאיז דא עפעס אקיוזעישאנס. נעם למשל לעצטענס די מעשה פון י. מ. ער האט אים באשמוצט צוזאמען מיט די גאנצע גוישע מידיע אבער ווען די קאורט האט עס ארויסגעשליידערט האט ער פארשטייט זיך עס בכלל נישט געפילט פאר וויכטיג צו באריכטן. דאס איז אן עבירה שאין דוגמתה איך האב מיך שוין טאקע היבש אפגעוואוינט צו ליינען זייערער קאפי פעסט ניייעס
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:44 am#170716
ווער איז י.מ.? איך כאפ נישט.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 8:38 am#170766
berlbalaguleh האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

אויף דיין ערשטן פוינט ביזסטו 100% גערעכט. דער "דער איד" תחת פיקוחו של ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שנאת ישראל און מאכן חוזק פון אלע גדולי ישראל וצדיקי עולם. אבער דיין צווייטער פוינט איז שווער צו פארשטיין. ווי אזוי קענמען שרייבן איבער די אגודה און מיינען סאטמאר?! :roll: :?: :!:

ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:50 am#171316
ברוך שאמר האט געשריבן:ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !

דאס צו גלייבן דארף איך אליין זעהן!
דרייט זיך דא איינער וואס געדענקט דאס?
מאנטאג יאנואר 04, 2016 7:02 pm#316010
דאס נידריגקייט פון "ישיבה ווארלד ניוס" האט זיך היינט ווידעראמאל ארויסגעוויזן, ווען איינער האט קאמענטירט מיט א פארדאמונג קעגן די אנאנימע אטאקעס אויף הרב יוסף מזרחי, וועמען יענער פאררעכנט ווי אן אדם גדול. דער מאדערעיטאר האט דאס נישט געגליכן, און האט מפרסם געווען דעם קאמענטירער'ס אימעיל אדרעס!
דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:31 pm#316158
שצם_חנכל האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !

דאס צו גלייבן דארף איך אליין זעהן!
דרייט זיך דא איינער וואס געדענקט דאס?


שקר וכזב, קיינמאל נישט געשריבן, אפילו פערזענליך האבן זיי קוים געשריבן
דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:07 am#378902
שוין נישט נאר קעגן סאטמאר
ישיבה ווארלד ניוז איז ברייט באקאנט אלץ די אפיציעלע אידישע ניוז סטעישן אבער לעצטענס קומען זיי גאר אונז באשמוצן.

אפאר טעג צוריק איז א קינד שיעור נישט אראפגעקלאפט געווארן אין מאנטיסעלא און די אינגערמאן האט ארויסגעלייגט זיין דעשש קעם אז מ'זאל זעהן זעהן און באקומען אווערניס, איז געקומען YWN און געמאכט ברעיקינג ניוז און געוויזן פאר די וועלט ווי כלומרשט מיר קערן נישט אויף אונזער קינדער.

די זעלבע זאך נעכטן ווי א פייער טראק איז געפארן ראנג וועי און זיי מאכן ווייטער א שטינק כאילו אונז רעספעקטירן נישט אונזער וואלאנטירן.

איז דאס אונזער ניוז סטעישן וואס פארטרעט כלל ישראל, אונז האבן נישט גענוג גויש'ע מידיע וואס זוכן אונז צו באשמיצן אז אונז דארפן צוקומען צו אונזער אייגענע ניוז ריפארטער'ס.

און ווער שטיצט זיי אונז אידישע ביזנעסער וואס אדווערטייזן דארט.

פארוואס, פארוואס, פארוואס.
דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:58 am#378917
ס בעיקר חסידים וואס פאלגען נישט געזצען. אלס שומר חסידים ד'