מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:13 pm#181381
איין שטיק ליצנות. טאקע דאס איז ממש דער איינציגסטער מאמר נאכצוזאגן פון סאטמאר רב.
איך האב מיט אייך נישט וואס צו רעדן.
איך האב מיט אייך נישט וואס צו רעדן.
היימישער ליטוואקשמעק,
ניין דאס איז דער מאמר וועלכער איז אויפן באוואוסטזיין פון א סטמאר חסיד שוטה.
ותו לא מידי.
דארט וואו דו אדרעסירט דיך צום "פאקט" אז דער סאטמאר רב זצ"ל האט נאר גערעדט וועגן ביי האר און ציונות. און קיינמאל וועגן לערנען.
ליטוואק פון בודאפעסטוועגען דער ספר מכתב מאליהו, ווייס איך נישט וואס איהר מיינט. אין אמעריקא איז דאס נישט קיין ספר יסוד ביי ישיבה'לייט, און אז דו קענסט עס יא טרעפען צו נישט טרעפען איז נישט קיין נ"מ. עכ"פ אין לעיקוואוד זעט מען דער ספר דעת תורה פון ר' כרוחם לייוואויץ אויף יעדער טיש, און דאס איז מסתמא ווייל ער האט אסאך אייניקלאך און א גאנצע מוסד על שמו, און דעריבער שטופט מען איהם אריין ווי מ'קען נאר.
ליטוואק פון בודאפעסט
און נאר,,פרייליך - פונקט נעכטען ווען כ'האב געזיין דיין תגובה, האט מיר מיין ברודערקע געשיקט א לינק צו דיין קובץ דא. איך האלט אין מיט'ן ליינען. ס'איז אבער געשריבען זייער קינדעריש און פארטייש. ער רעדט נישט צו איינער וואס האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט, כאילו ער קען נישט משיג זיין א מענטש וואס האט סאטמאר אין בוידעם. און אויך ער ברענגט נערישע משלים פון דער מציאות און מאכט חוזק פון פערזענליכע מענטשען. ווען ער וואלט זיך געהאלטען צום נושא אהן רעדען פון מענטשען פערזענליך, וואלט עס געהאט א גרעסערע השפעה, ווייל דער עיקר דא איז טאקע דער זאך נישט דער מענטש. נישט סקווערע רעבע איז דער פראבלעם, נאר די גלויבונג וואס באשאפט אזעלכע יצורים, ווי אויך חב"ד, בעלז-בילגאריי, גער וכו'.
נאר,,פרייליךווי ס'זעהט אויס פארסטו אין אלע סארט מקומות מיט איין מטרה! צו שטודירען און איבערצייגען אז בלויז די צלם-הארציגע האבען מקבל געווען תורה מסיני
נאר,,פרייליך
מיין מטרה פאר'ן דיר אהינשיקען איז געוועזען צו צייגען ווי עס איז א תמי' דיינע רייד בתורת פאר'צלמ'טער
נאר,,פרייליךאחי הליטאים !!
איים סארי טו טעל יו, אבער נעמען לייט וואס בסך הכל האבען זיי געקריגען א נייער דרך אין מאכען מאדנע חילוקים ולחדש כמה וכמה סברות כרס און דערויף באשליסען אז דא הייבט זיך אהן און דא ענדיגט זיך תורה, וזהו.....
איז אדער אפגעלייקנט אין עצם התורה, אדער בכלל ניש פארשטאנען וואס מען האט געגעבן אויפען בארג סיני.
סארי פאר'ן זיין אזוי שארף, אבער דאס טוט איר ליידער.
berlbalagulehר' היימישער ליטוואק:לגבי דיין טעזע: (טהעסיס, בלע"ז) אז קיין איינע פון די דריי כתרים שטייגט איבער די אנדערע. מיין איך אז דו האסט פארזעהן א בפירוש'ע משנה (נישט א חסידיש ווארט , געזאגט ביי שלוש סעודות).. "וכתר שם טוב עולה על גביהן". . 🙄 😕 😠 😳 😢 😮
די משנה רעד פון דער שיינקייט וועלכע איז א חלק פון דער שלמות פון א מענטש. דהיינו, אפילו ער האט די מעלה פון תורה אויב האט ער נישט קיין שם טוב פעלט אים - בגדול - א שלמות. און איך בין דער לעצטער צו זאגן אז תורה אן מדות טובות איז אלעס. אדרבה.
היימישער ליטוואקberlbalagulehר' היימישער ליטוואק:לגבי דיין טעזע: (טהעסיס, בלע"ז) אז קיין איינע פון די דריי כתרים שטייגט איבער די אנדערע. מיין איך אז דו האסט פארזעהן א בפירוש'ע משנה (נישט א חסידיש ווארט , געזאגט ביי שלוש סעודות).. "וכתר שם טוב עולה על גביהן". . 🙄 😕 😠 😳 😢 😮
און דאס האב איך גשריבןדי משנה רעד פון דער שיינקייט וועלכע איז א חלק פון דער שלמות פון א מענטש. דהיינו, אפילו ער האט די מעלה פון תורה אויב האט ער נישט קיין שם טוב פעלט אים - בגדול - א שלמות. און איך בין דער לעצטער צו זאגן אז תורה אן מדות טובות איז אלעס. אדרבה.
דוכט זיך אז דו דארפטס זיך פארבעססערן אין ריעדינט קומפרעהענשין...