Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
46 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 296 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5585
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:19 am#240319
פרשת וישב
ויבא יוסף את דבתם רעה אל אביהם. זאגט די רבינו בחיי:

כל לשון מביא דבה הוא אומר אמת כי הוא מביא ראיה לדבריו, וכל לשון הוצאת דבה הוא שקר שמוציא דברי שקרים מלבו כלשון האמור במרגלים ויציאו דבת הארץ רעה, וכתיב [ו]מוציא דבה הוא כסיל.

ס'איז מיר אבער שווער געווען פון די גמרא פסחים ג: אז רב יהושע בריה דרב אידי האט נישט געוואלט זאגן אז רב כהנה איז נסתלק געווארן וועגן ומוציא דבה הוא כסיל, זעה מיר דאך אז מוציא דבה איז אפילו אויף אמת. ואולי, איז פשוט נישט בטעמ'ט איבערצוגעבן א שלעכטע בשורה און די פסוק ווערט געברענגט נאר כעין אסמכתא.
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:39 pm#242685
ויגש
אל תרגזו בדרך - פסיעה גסה נוטלת אחת מת"ק מאור עיניו של אדם.

פארוואס ווערט מען נישט אינגאנצן בלינד נאך 500 פסיעות? זאגט תוס' (תענית י' ע"ב) אז די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע אלס כל התחלות קשות.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:19 pm#243394
וידברו אליו את כל דברי יוסף אשר דבר אליהם
וגו'.

די רמב"ן ברענגט אז די ברודער האבן למעשה קיינמאל פארציילט פאר יעקב אז זיי האבן פארקויפט יוסף נאר יעקב האט געמיינט אז ער האט זיך פארלוירן, און אראבער האבן איהם געטראפן.
אין פסיקתא שטייט אויך אז דאס איז די סיבה פארוואס יוסף איז קיינמאל געגאנגען באזוכן יעקב הערשט ביז יעקב האט איהם גערופן, ווייל ער האט מורא געהאט אז ער זאל איהם נישט אויספרעגן פונקטלעך וואס עס האט פאסירט מיט איהם.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:35 pm#243395
ויאמר ישראל אל יוסף אמותה הפעם אחרי ראותי את פניך כי עודך חי.

די אלשיך הק' ברענגט אויפן פסוק "ויאמר ישראל רב עוד יוסף בני חי אלכה ואראנו בטרם אמות", אז יעקב האט געזאגט איך מוז גיין זען דעם יוסף ווייל עס קען נישט זיין ער האט נישט חוטא געווען אין אזא מקום זוהמה, און ער איז נישט געווארן בארואיגט ביז ער האט איהם געזען "שכן היו מכירים בזמנים ההם, כי שלומי אמוני ישראל קדושים אשר בארץ אשר היו לפנינו בימים ראשונים, מטוהר נפשם וחלאת חולשת זוהמתן, יכירו וידעו בהביט אל פני אדם גם פני איש, הצדיק הוא הרשע, ויעידון ויגידון פרטי מעללי איש בהכרת פניו ולא יחטיאו".
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:02 pm#243402
מצטמק ויפה האט געשריבן:וידברו אליו את כל דברי יוסף אשר דבר אליהם
וגו'.

די רמב"ן ברענגט אז די ברודער האבן למעשה קיינמאל פארציילט פאר יעקב אז זיי האבן פארקויפט יוסף נאר יעקב האט געמיינט אז ער האט זיך פארלוירן, און אראבער האבן איהם געטראפן.
אין פסיקתא שטייט אויך אז דאס איז די סיבה פארוואס יוסף איז קיינמאל געגאנגען באזוכן יעקב הערשט ביז יעקב האט איהם גערופן, ווייל ער האט מורא געהאט אז ער זאל איהם נישט אויספרעגן פונקטלעך וואס עס האט פאסירט מיט איהם.

פליעס פארצייל די תורה פאר די הייליגע ארגאניזאציע פון די אנשי נטרונא. דאס איז זייער פרייליכע נייעס אז די אראבערס זענען זייער וואוילע מענטשן. און די ציונים צווינגען זיי נעבעך אדורכצופיהרן די אלע מעשי רציחה וטעראר אויף אידן... :roll:
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:39 pm#243413
ונבנתה העיר האט געשריבן:אל תרגזו בדרך - פסיעה גסה נוטלת אחת מת"ק מאור עיניו של אדם.

פארוואס ווערט מען נישט אינגאנצן בלינד נאך 500 פסיעות? זאגט תוס' (תענית י' ע"ב) אז די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע אלס כל התחלות קשות.

איך פארשטיי נישט די קושיא . נאך איין פסיעה גסה בלייבט איבער 499 פון די ראי', ביים נעקסטן גייט נישט אראפ א גאנצע חלק נאר א 1/500 פון 499 און אזוי ווייטער. פארוואס זאל מען בלינד ווערן נאך 500 טריט?
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:45 pm#243416
מצטמק ויפה האט געשריבן:ויאמר ישראל אל יוסף אמותה הפעם אחרי ראותי את פניך כי עודך חי.

די אלשיך הק' ברענגט אויפן פסוק "ויאמר ישראל רב עוד יוסף בני חי אלכה ואראנו בטרם אמות", אז יעקב האט געזאגט איך מוז גיין זען דעם יוסף ווייל עס קען נישט זיין ער האט נישט חוטא געווען אין אזא מקום זוהמה, און ער איז נישט געווארן בארואיגט ביז ער האט איהם געזען "שכן היו מכירים בזמנים ההם, כי שלומי אמוני ישראל קדושים אשר בארץ אשר היו לפנינו בימים ראשונים, מטוהר נפשם וחלאת חולשת זוהמתן, יכירו וידעו בהביט אל פני אדם גם פני איש, הצדיק הוא הרשע, ויעידון ויגידון פרטי מעללי איש בהכרת פניו ולא יחטיאו".

די קאזניצע מגיד אין עבודת ישראל ברענגט דאס אראפ און ער טייטש מיט דעם דעם פסוק ויעל יוסף לקראת אביו אז יוסף האט זיך גארנישט געהאט מיט וואס זיך צו שעמען, און ער האט גארנישט געהאט וואס צו באהאלטן, נאר ער האט געלאזט יעקב איהם קוקן אין פנים.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:54 pm#243421
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אל תרגזו בדרך - פסיעה גסה נוטלת אחת מת"ק מאור עיניו של אדם.

פארוואס ווערט מען נישט אינגאנצן בלינד נאך 500 פסיעות? זאגט תוס' (תענית י' ע"ב) אז די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע אלס כל התחלות קשות.

איך פארשטיי נישט די קושיא . נאך איין פסיעה גסה בלייבט איבער 499 פון די ראי', ביים נעקסטן גייט נישט אראפ א גאנצע חלק נאר א 1/500 פון 499 און אזוי ווייטער. פארוואס זאל מען בלינד ווערן נאך 500 טריט?

דאס איז טאקע תוס' תירוץ עיי"ש, נאר עס שטערט איהם סוף סוף פארוואס נעמט די ערשטע מער אוועק ווי די צווייטע.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:38 pm#243608
ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו

אין ספר יד יוסף ווערט געברענגט פון רבי שלמה אלקבץ אז יהודה האט יא דערקענט יוסף נאר האט נישט געוואלט דערציילן די ברודער דערפון.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:40 pm#243609
וישבת בארץ גושן והיית קרוב אלי.
היאךיהיה קרוב אליו, הרי יוסף לא גר בארץ גושן רק בעיר המלוכה? ופירש הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן, שכך הוא דרכו של עולם, אם המשפחה גרים יחד באים לידי מריבות וקטטות, לכן אמר יוסף מן הראוי שתשב בארץ גושן, ואני אגור בעיר הבירה, ואזי "והיית קרוב אלי" נשאר קרובים וידידים...
( גליון יין ישן)
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:43 pm#243610
קחו לכם מארץ מצרים עגלות.

אין דעת זקנים איז ער מדייק קחו "לכם" אז דווקא זיי זענען געגאנגען מיט עגלות אבער יעקב האבן די קינדער געהאלטן אויף די אקסעל.
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:52 pm#243693
ונבנתה העיר האט געשריבן:אל תרגזו בדרך - פסיעה גסה נוטלת אחת מת"ק מאור עיניו של אדם.

פארוואס ווערט מען נישט אינגאנצן בלינד נאך 500 פסיעות? זאגט תוס' (תענית י' ע"ב) אז די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע אלס כל התחלות קשות.


ס'קען זיין אז יעדע פסיעה נעמט אוועק א פינף הונדרעטסטל פון וואס ס'איז געבליבן קומט אויס אז ווי שפעטער גייט אלץ אראפ ווייניגער. ודו"ק

יעצט באמערקט אז משולם שרייבט שוין די זעלבע, ומשנה לא זזה ממקומה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:28 am#243715
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:50 am#243758
מצטמק ויפה האט געשריבן:ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו

אין ספר יד יוסף ווערט געברענגט פון רבי שלמה אלקבץ אז יהודה האט יא דערקענט יוסף נאר האט נישט געוואלט דערציילן די ברודער דערפון.

איז פארוואס האט יהודה אזוי גערודערט?
מוצ"ש יאנואר 10, 2015 9:11 pm#247171
היינט ביים ליינען איז מיר בייגעפאלן צו טייטשן בדרך רמז, ווי פאלגענד:
תבן אין ניתן לעבדיך - יונגעלייט רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט גענוג צו ברענגען פרנסה אין שטוב, ולבנים אומרים לנו עשו - מ'הייסט זיי מאכן נאך און נאך קינדער (די רבנים אסר'ן בירט קאנטראל), והנה עבדיך מוכים וחטאת עמך - איז מען געצווינגן צו מאכן פארשידענע אומאויסגעהאלטענע דריידלעך צו פארדינען געלט. ויאמר נרפים אתם נרפים - זאגט מען זיי: עטץ זענטס פוילע חברה, על כן אתם אומרים נלכה נזבחה לה' - פארדעם ווילט עטץ בלייבן אין כולל און נישט גיין ארבעטען. ועתה לכו עבדו - גייטס טרעפן א זשאב ותבן לא יינתן לכם - הערטס אויף מיט די פוד סטעמפס, ותוכן לבנים תיתנו - וועט עטץ אליין קענען עפארדן וואס ס'פעלט אויס פאר די קינדער.
מוצ"ש יאנואר 10, 2015 9:41 pm#247178
דריידל האט געשריבן:היינט ביים ליינען איז מיר בייגעפאלן צו טייטשן בדרך רמז, ווי פאלגענד:
תבן אין ניתן לעבדיך - יונגעלייט רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט גענוג צו ברענגען פרנסה אין שטוב, ולבנים אומרים לנו עשו - מ'הייסט זיי מאכן נאך און נאך קינדער (די רבנים אסר'ן בירט קאנטראל), והנה עבדיך מוכים וחטאת עמך - איז מען געצווינגן צו מאכן פארשידענע אומאויסגעהאלטענע דריידלעך צו פארדינען געלט. ויאמר נרפים אתם נרפים - זאגט מען זיי: עטץ זענטס פוילע חברה, על כן אתם אומרים נלכה נזבחה לה' - פארדעם ווילט עטץ בלייבן אין כולל און נישט גיין ארבעטען. ועתה לכו עבדו - גייטס טרעפן א זשאב ותבן לא יינתן לכם - הערטס אויף מיט די פוד סטעמפ, ותוכן לבינים תיתנו - וווועט עטץ אליין קענען עפארדן וואס ס'פעלט אויס פאר די קינדער.

גזירתך קשה משל פרעה
מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:27 pm#249804
ומושב בני ישראל אשר ישבו בארץ מצרים ארבע מאות ושלשים שנה. שטעלט זיך די קשיא אז די אידן זענען דאך געווען אין מצרים בלויז 210 יאר?
האב איך געהערט פון מיין פעטער, בטעם זקנים, אז געווען זענען זיי טאקע נאר פאר 210 אבער א מושב האבן זיי איבערגעלאזט פאר 430 יאר
מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:54 pm#249818
דריידל האט געשריבן:ומושב בני ישראל אשר ישבו בארץ מצרים ארבע מאות ושלשים שנה. שטעלט זיך די קשיא אז די אידן זענען דאך געווען אין מצרים בלויז 210 יאר?
האב איך געהערט פון מיין פעטער, בטעם זקנים, אז געווען זענען זיי טאקע נאר פאר 210 אבער א מושב האבן זיי איבערגעלאזט פאר 430 יאר

דריידל: די זיסע תורה האט דער בעל מנחת אלעזר, דער מונקאטשער רב זצ"ל געזאגט ווען, נאך די ערשטע וועלט מלחמה האבן זיך באזעצט א קבוצה אידן אין אן אפארטמענט בילדינג און איבער געלאזט א גרויסן מושב... :lol: :roll:
מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:16 pm#260336
פרשת ויקרא
מחת״ס בדרשות שמעתי אז א עשרון סולת פאר א קרבן מנחה מיט די אויל און די לבונה איז מער געלט פון א קליין טייבעלע אויב אזוי פארוואס איז עס פאר די דלי דלות ? ומתרץ אז דער דלי דלות ארימאן האט אפילו נישט דער איין דאלער למשל וואס קאסט דער טייבעלע , נאר וואס די חיטים דאס באקומט ער בחינם פון לקט שכחה פאה מעשר עני .מיט פארשטייט מען וואס דער פסוק זאגט ונפש כאילו הקריב נפשו ,ער האט דאך אוועקגעגעבן זיין ביסן פון מויל. וואוזוי ער פארענפערט די אויל מיט די לבונה ווייס איך נישט.
זונטאג מערץ 22, 2015 3:24 am#260397
חאצקעל שניידער האט געשריבן:מחת״ס בדרשות שמעתי אז א עשרון סולת פאר א קרבן מנחה מיט די אויל און די לבונה איז מער געלט פון א קליין טייבעלע אויב אזוי פארוואס איז עס פאר די דלי דלות ? ומתרץ אז דער דלי דלות ארימאן האט אפילו נישט דער איין דאלער למשל וואס קאסט דער טייבעלע , נאר וואס די חיטים דאס באקומט ער בחינם פון לקט שכחה פאה מעשר עני . וואוזוי ער פארענפערט די אויל מיט די לבונה ווייס איך נישט.

מסתמא איז דא עפעס א פראגראם אויף דעם אויך. אפשר פוד סטעמפס אדער כולל קיופאנס... :lol:
מאנטאג אפריל 20, 2015 9:09 pm#267957
וטמא טמא יקרא, לערנט דער רמב"ם: און דער טמא זאל אויסרופען אז ער איז טמא, ודלא כאונקלוס.
מוצ"ש יוני 06, 2015 10:49 pm#280997
פרשת בהעלותך
יעצט געהערט ביי די תורה אז די מנורה איז באהאלטן געווארן ברענעדיגער הייט (בשם חידושי הרי"ם) איינער ווייסט אפשר ווי דאס שטייט?
זונטאג יוני 07, 2015 8:10 am#281068
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
ברוך שאמר האט געשריבן:יעצט געהערט ביי די תורה אז די מנורה איז באהאלטן געווארן ברענעדיגער הייט (בשם חידושי הרי"ם) איינער ווייסט אפשר ווי דאס שטייט?

איך האב עס געזעהן שבת בספר דברי יואל בהעלותך וה״ה בדף רנ״ה ומלשונו משמע שהוא חידשו בעצמו
ואם כבר קדמו החי׳ הרי״ם איני יודע
זונטאג יוני 07, 2015 9:08 am#281071
די מנורה איז דען באהאלטן געווארן? ס'ליגט דאך אין די וואטיקאן ווי ס'לויטעט די באקאנטע שער טיטוס

אבות דרבי נתן פרק מא
חמשה דברים העשויין וגנוזין. אלו הן. אהל מועד וכלים שבו. ארון ושברי לוחות [שבו]. צנצנת המן. וצלוחית של שמן המשחה. והמטה. ומקלו של אהרן שקדיה ופרחיה. ובגדי כהונה ובגדי כהן משיח. אבל מכתשת של בית אבטינס שלחן ומנורה ופרוכת וציץ עדיין מונחין ברומי


והאי לך לשון הספרי זוטא פרק ח
מניין שיהיו כל הנרות מוסטרין כנגד נר האמצעי? ת"ל "אל מול פני המנורה", וכן הוא אומר "והוא יושב ממולי". אמר ר' שמעון: כשהלכתי לרומי וראיתי שם את המנורה היו כל הנרות מוסטרין כנגד נר האמצעי


למעשה איז דא א מדרש רבה פרשה טו אות י
ולפיכך כשחרב ביהמ"ק נגנזה המנורה, וזה אחד מחמשה דברים שנגנז: הארון, והמנורה, והאש, ורוח הקדש, והכרובים. וכשישוב הקב"ה ברחמיו ויבנה ביתו והיכלו הוא מחזירן למקומן לשמח את ירושלים שנא' "יְשֻׂשׂוּם מִדְבָּר וְצִיָּה וְתָגֵל עֲרָבָה וְתִפְרַח כַּחֲבַצָּלֶת. פָּרֹחַ תִּפְרַח וְתָגֵל


דאס איז לכאורה די איינציגסטע פלאץ ווי ס'שטייט בכלל אז מ'האט באהאלטן די מנורה.

קען זיין אז די מדרש רעדט פון בית ראשון און די אנדערע מקורות איז פון בית שני אדער די מנורות וואס שלמה המלך האט געמאכט אבער ס'איז סותר די גמרא אין הוריות יא: ווי ס'ווערט נישט דערמאנט די מנורה
משנגנז ארון, נגנז שמן המשחה וצנצנת המן, ומקלו של אהרן שקדיה ופרחיה, וארגז ששלחו פלשתים דורון לישראל, שנאמר: "ואת כלי הזהב אשר השבותם לו אשם תשימו בארגז מצדו ושלחתם אותו והלך", ומי גנזו? יאשיהו מלך יהודה גנזו
זונטאג יוני 07, 2015 10:02 am#281073
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
שמעון וואלף האט געשריבן:די מנורה איז דען באהאלטן געווארן? ס'ליגט דאך אין די וואטיקאן ווי ס'לויטעט די באקאנטע שער טיטוס

אבות דרבי נתן פרק מא
חמשה דברים העשויין וגנוזין. אלו הן. אהל מועד וכלים שבו. ארון ושברי לוחות [שבו]. צנצנת המן. וצלוחית של שמן המשחה. והמטה. ומקלו של אהרן שקדיה ופרחיה. ובגדי כהונה ובגדי כהן משיח. אבל מכתשת של בית אבטינס שלחן ומנורה ופרוכת וציץ עדיין מונחין ברומי


והאי לך לשון הספרי זוטא פרק ח
מניין שיהיו כל הנרות מוסטרין כנגד נר האמצעי? ת"ל "אל מול פני המנורה", וכן הוא אומר "והוא יושב ממולי". אמר ר' שמעון: כשהלכתי לרומי וראיתי שם את המנורה היו כל הנרות מוסטרין כנגד נר האמצעי


למעשה איז דא א מדרש רבה פרשה טו אות י
ולפיכך כשחרב ביהמ"ק נגנזה המנורה, וזה אחד מחמשה דברים שנגנז: הארון, והמנורה, והאש, ורוח הקדש, והכרובים. וכשישוב הקב"ה ברחמיו ויבנה ביתו והיכלו הוא מחזירן למקומן לשמח את ירושלים שנא' "יְשֻׂשׂוּם מִדְבָּר וְצִיָּה וְתָגֵל עֲרָבָה וְתִפְרַח כַּחֲבַצָּלֶת. פָּרֹחַ תִּפְרַח וְתָגֵל


דאס איז לכאורה די איינציגסטע פלאץ ווי ס'שטייט בכלל אז מ'האט באהאלטן די מנורה.

קען זיין אז די מדרש רעדט פון בית ראשון און די אנדערע מקורות איז פון בית שני אדער די מנורות וואס שלמה המלך האט געמאכט אבער ס'איז סותר די גמרא אין הוריות יא: ווי ס'ווערט נישט דערמאנט די מנורה
משנגנז ארון, נגנז שמן המשחה וצנצנת המן, ומקלו של אהרן שקדיה ופרחיה, וארגז ששלחו פלשתים דורון לישראל, שנאמר: "ואת כלי הזהב אשר השבותם לו אשם תשימו בארגז מצדו ושלחתם אותו והלך", ומי גנזו? יאשיהו מלך יהודה גנזו

דאס איז שוין אן אלטע שאלה והרבה קולמוסות כבר נשברו ע״ז
קודם דאס וואס די זאגסט אז נאר אין איין מדרש שטייט אז די מנורה איז נגנז געווארן אין זה נכון כ׳האב יעצט נישט קיין צייט צו זיכען אבער לפי ידיעתי שטייט עס בכמה כמה מדרשים
כהאב נישט געליינט קיין גליונות די וואך אבער איך שטעל מיר פאר אז זיי רעדן פון די מחלוקת
לפי מה שאני זוכר איז די בעסטע פשט כדי ס׳זאל נישט זיין קיין מחלוקת אז מנורת משה נגנז דמעשה משה לא נפלו בידי זדים וברומי יש א׳ מהמנורות שעשה שלמה –דשלמה עשה י׳ מנורות ועי״ז לא יקשה על צורות המנורה דתלי בפלוגתה ממה שנמצא שם
פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 12:04 am#388303
געהערט אז אמאל איז יארעמע רב געווען ערגעץ שבת אינטערטעינען די עולם אויף א שמחה. פרייטאג צו נאכטס האט ער געפרעגט אזא קשיא: די וועלט זאגט אז לוט איז ר"ת לוט וויל טרינקן, איז דאך שווער, ער וואלט דאך געקענט הייסן טול - טרינקן וויל לוט?
ער האט נישט פארענטפערט די קשיא נאר געהאלטן דעם עולם געשפאנט ביז שלוש סעודות ווען ער האט מגלה געווען די תירוץ.
והנה: טאמער וואלט ער געהייסן טול וואלט ער געדארפט הייסן טוט ודו"ק.

נ. ב. טאמער איינער כאפט נישט וועל איך עס מסביר זיין
פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 12:33 am#388306
ווען אברהם אבינו האט געזען דריי מלאכים פארשטעלט ווי אראבער האט ער זיי געזאגט "אל נא תעבור מעל עבדיך" פארטס מיך נאר נישט איבער.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:47 pm#389435
ויצא
והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו. רש"י מוטשעט זיך פארוואס קודם עולים און ערשט דערנאך יורדים.

אלס קינד האט דער הייליגער רוזשינ'ער גענטפערט: דו פרעגסט א קשיא אויף א חלום? אזוי האט ער גע'חלומ'ט...
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 6:28 pm#389475
ונבנתה העיר: אבער לויט ווי רש"י זאגט איז עס געווען א ווירקליכע וויזיע. איז דאך וויכטיג צו וויסן און פארשטיין פארוואס ס'איז געווען עולים און דערנאך יורדים...!
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 7:57 pm#389480
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
יעקב אבינו האטעך געשפעט פון יוסף'נס חלום איבער די לבנה וואס איז מרמז רחל רז ס'קען נישט זיין זי זאל זיך ביקן צו אים.
לשיטתיה אז אפילו אביו שמר את הדבר האט געקענט זיין דברים בטלים אויך ה"ה כאן.
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 10:51 pm#390546
וישב
רמב"ן:

ויש אומרים (הרד"ק, ומהר"ם מרוטנברג): כי היה דרכם שיקרא האב שם הבכור, ותקרא האם שם השני, על כן הראשון ויקרא את שמו, והשני ותקרא, ואמר בשלישי ותקרא, כי יהודה היה בכזיב בלדתה אותו ואיננו שם שיקרא לו שם. ואין בזה טעם או ריח.
זונטאג מאי 27, 2018 10:52 pm#403577
מצטמק ויפה האט געשריבן:און מדרש תהלים שטייט אז ביי מכות בכורות, האט א יעדער איד גענומען זיין כלב ( יא אידען האב'ן געהאט כלבים...! ) און גענומען צו דער מצרי וואס האט איהם געפאניגט און געזאגט "הונטעלע טייערע בייס אראפ די האנט פון די מצרי וואס האט מיך געשלאגן, און עס אויף די הארץ וואס האט נישט רחמנות געהאט אויף מיר" .

ATUB @שבת אחים ATUB אלערט. :D
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:43 am#413574
אין זיין אלעגארישען וועג פון מבאר זיין די מעשה פון חוה מיט די נחש זאגט דער אבן עזרא אזוי: והנה עתה אגלה לך ברמז סוד הגן והנהרות והכתנות. ולא מצאתי לאחד הגדולים זה הסוד, רק לר׳ שלמה בן גבירול ז״ל, בעבור שהיה חכם גדול בסוד הנפש. עדן – הוא העליון, והגן – המלא ההמון כמו נטעים, והנהר – כאם לכל הגויות, וארבעה ראשים – הם השרשים, והאדם – החכמה שקראה שמות, וחוה – כמשמעה הרוח החיה, והנחש – המתאוה, גם השם יוכיח שהוא מגזרת: כי נחש ינחש (בראשית מ״ד:ט״ו), עץ הדעת – המשגל ומן הגן כחו, והנה הצומח – בעפר, וזרע האשה – ישוף הראש העולה, וסוף החי – ראש צומח, וכתנות עור – מפורש שהוא הגוף, וגורש מגן עדן לעבוד את האדמה אשר לקח משם – כי זה כל האדם, ועץ החיים – דעת עליון וכתוב: עץ חיים היא למחזיקים בה (משלי ג׳:י״ח), והכרובים – הם המלאכים, ולהט החרב – משל לשמש. והנה נראה בסוד הזה, כי נשמת יודע דעת עליון עומדת עם כסא הכבוד, מתענגת על שם הנכבד והנורא.

ווייסט איינער וואס ער קען מיינען?, אין פארטיקיולאר: 'עדן – הוא העליון'?

איך האב אן איידיע אבער איך וויל קודם הערן וואס אנדערע זאגן.
פרייטאג אקטאבער 05, 2018 5:17 am#413806
און די אבסענס אף עני הסבר וועל איך זאגן וואס איך טראכט. עדן העליון - מיינט ער די אינסופיות'דיגע גאט; הגן - מיינט ער די מענטשן, די ברואים אויף דער ערד; נהר - מיינט ער די מאמע וואס גיבט געבורט צו די קערפערס; שרשים - ווייס איך נישט פונקטליך; האדם, חוה ונחש - זענען פשוט; עץ הדעת - משגל היות ס'שטאמט פונעם חומר. וזרע האשה ישוף ראש העולה - פארשטיי איך נישט; 'וסוף החי - ראש צומח' אויך נישט. אחוץ אויב איך זאל מיך לאזן טראכטן אלאנג די גענעטילישע חלקים פונעם קערפער וואס דעמאלטס וועט מען זאגן איך בין וואן טרעק מיינדעד.
פרייטאג אקטאבער 05, 2018 5:51 am#413807
ווייטער דער רלב"ג האט אויך פארשטאנען די פרשה, אויב נישט גענליך, כאטש פארטלי, ע"ד משל:

גן הוא רמז אל השכל ההיולאני ואופן ההמשל בזה שכמו שימצאו בגן הצמחי' אשר הוא כחיי עליהם בכח כן ימצאו בשכל ההיולאני המושכלות אשר הוא כחיי עליהם בכח וכבר נכפל ההמשל בזה האופן בשיר השירים כמו שביארנו שם. ובדברי רז"ל תמצא ג"כ זה ההמשל אמרו בשני מחגיגה פרק אין דורשין. ד' נכנסו לפרדס וכו' ואמר ' נטעו כי בזולת זה לא יהיו הצמחים בו בכח קרוב והנה הודיענו בזה המאמר שהשכ' ההיולאני אינו במדרגת העדר והכח הגמור אבל הוא צורה ידבק בה זה הכח ולזאת הצורה היה לאדם מה שהוא ואופן נטיעת זה הגן שהוכנו לו כלים להשגת הדברים המוחשים אשר בהם יגיעו אלו המושכלות בשפע השוע לו מהשכל הפועל כמו שיגיעו לגן הנטוע הוית פירותיו בנהר אשר ישקה אותו באופן הראוי, עדן, הוא רמז אל השכל הפועל וקראו עדן להיותו תכלית התענוג האפשרי לנו שנדבק בו ונשיגהו באופן האפשרי לנו וזה התענוג לא ישוער להפלגתו עד שאין יחס לתענוגים הגופניים אליו וכבר יהיה זה התענוג לאדם על תכליתו אחר המות וזה יתבאר מהערבו' והתענוג אשר נשיגהו אנחנו במה שנשיג המושכלות בהיותינו דבקים בהומר אשר לא ידבק בנו כי אם זמן מועט מאד לקושי השמע השפע כחו' הנפש אל השכל אשר בנו עד שישלים לו כל ההתבודדות הראוי לו בהשגתו והנה אנחנו נמצא התענוג ההוא נפלא מאד עד שאין יחס לתענוגנו הגופיים אליו וכל שכן יהיה התענוג ההוא בהשגה שתהיה אחר הפרד מהחומ' יותר חזק להיותו בלתי נפסק ולהיות השכל משיג אז יחד כל המושכלות אשר קנה בהיותו דבק עם הגוף ולזה נקרא עדן כי התענוג השלם יהיה לאדם בדבקו בו כפי מה שאפש' וכבר העירו בו רז"ל על זה הביאור אמרו בפרק חלק מאי דכתיב עין לא ראתה אלהים זולתך אלהים יעשה למחכה לו ואמרו קצתם זה עדן שלא שלטיה בו עין מעולם ואם תאמר אדם הראשון היכן היה דר בגן וא"ת גן הוא עדן ת"ל ונהר יוצא מעדן הנה כבר ביארו לך מה שהעירונו עליו ואולם אמרם שלא שלטה בו עין מאולם הוא מבואר שאינו גוף שתשלט בו העין ועין השכל האנושי גם כן לא יתכן שישיגהו בשלמות כמו שביא' במה שאין ספק בו בא' ממלחמות יי'.

והנחש. הוא משל לכח הדמיוני והמשילהו לנחש להיותו מזיק לאדם בהגעת שלמותו כמו שקדם ולהיות כל השגתו מגעת בנסיון ר"ל שכאשר הושג בחוש בדבר פלוני שהוא מתוך הנה יצייר אותו הכח הדמיוני בזה האופן ולזה תמצא ענין הנחש נופל בנסיון אמר נחשתי ויברכני יי' בגללך. אמרו ז"ל על הנחש שהוא היה כשעור גמל וסמאל רוכב עליו ושהקב"ה שחק על גמל ורוכבו וכבר יפילו ז"ל שם סמאל על היצר הרע להיותו נגזר מהשמאל אשר היא הנטייה הדרך הישר וכבר התבאר לך במה שקדם שהכח הדמיוני מנהיג באופן מה הכח המתעורר ומוליך אותו לאשר יפנה במה שיציירהו מהטוב והרע בדברים. מכל חית השדה. הנה קרא הכחות הנפשיי' המצאים באדם ובזולתו מהב"ח חית השדה להיותם כמו חיצונים ממהותו המיוחד לו ואמנם היה זה כן לפי שהשדה חוץ לעיר ולזה תמצא שהשתמשו הרבה ליחס מה שהוא חוץ מהדבר אל השדה עד שכבר ביארו ז"ל ובשר בשדה טרפה לא תאכלו הבשר שיצא חוץ למחיצתו כמו שנזכר בפרק בהמה המקשה ובמקומות רבינו מהתלמוד. ולזאת הסבה בעינה נקרא הב"ח המדברי חית השדה להיות מקומו חוץ מהמקום שיהיה בו ישוב בני אדם אמר וחית השדה הושלמה לך ואופן היות הכח הדמיוני ערום יות' משאר הכחות המשיגו' ההיולאניות הוא מבואר כי הוא יצייר מה שרצה לציירו כשלא ימנעהו מזה כחות הנפש ולא ימצא בכל הכחות המשיגות היולאניות כח מצייר זולת הדמיון ומזה הצד היה למדמה מבוא גדול בעניין הנבואה ובמה שידמה לה'.

ואולם בענין וה אין בכאן סבה תחייב שיהיה לפי המשל כמו שאתה רואה מדברינו ר"ל שכבר נמשך לנו ביאור זה הספור עם הניחנו חוה הנקבה הנבראת עם האדם וכבר יתבאר ג"כ שאנה לפי המשל ממה שהמשיחה התורה לזה הספור שכבר הולידה חוה קין והבל ושת שאי אפשר שיהיה משל ואולם הרב המורה נראה שהבין שענין חוה הוא גם כן משל לכח אחד מכחות הנפש האנושי ולא נתבאר מדבריו אי זה כח הוא זה הכח שישלם בו הסתת הבחש וסמאל שהוא רכוב עליו

אין אפאר ווערטער: גן - מיינט מען די טראכטענדיגע/אינטעלעקטואלע שכל; עדן - מיינט מען די טוענדיגע שכל - שכל הפועל; נחש - מיינט מען די אימאדזשינעישן - די שכל הדמיוני.
מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 7:11 pm#413853
רש"י זאגט אז ווען גאט האט צומישט די שפראכן ביי די דור הפלגה, האבן זיי זיך אנגעהויבן ארומצושלאגן, וז"ל: זה שואל לבנה וזה מביא טיט וזה עומד עליו ופוצע את מוחו. (בראשית יא,ז). איז שווער, אויב איינער פארשטייט נישט וואס זיין חבר בעט פון איהם גיבט ער איהם נישט גארנישט, פארוואס זאל ער איהם געבן עפעס וואס ער האט נישט געבעטן?! אלא מאי, אז זיי האבן גענוצט גוגל טרענסלעיט...
מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 7:52 pm#413855
רביה"ק זי"ע: דיין ..."פשט"...אין די פרשה דערמאנט מיך פון א דזשאוק וואס וואלט אפשר געדארפט אריינגיין אין צימעס, אין מילתא דבדיחותא. אדער גאר אין ערגעץ נישט. והנה...א פרישער אימיגראנט פון יוראפ איז געקומען קיין אמעריקע. און ער האט געזוכט א דזשאב. די איינציגע דזשאב וואס מ'האט געטראפן פאר איהם איז געווען ביי א קאמפעני וועלכע האבן (אין יענע צייטן) אויפגעפיקט יענע מעשה (צואה, בלע"ז) ארויפגעלייגט אויף טראקס און אוועקגעפיהרט צו א פלאץ וואו ס'איז געווען א גרויסער גרוב. און מ'האט עס דארט באגראבן. אבער דער טראק האט נישט געקענט צו פאהרן ביז'ן גרוב. האט ער זיך געשטעלט ביים עק פון ראוד. און פון דארט ביז'ן גרוב איז געווען א לאנגע ליין פון מענטשן וועלכע האבן איבערגעגעבן די סחורה אינער פאר'ן צווייטן. ביז ס'איז אנגעקומען צום גרוב. דעם נייעם ארבעטער האט מען געשטעלט דעם לעצטן לעבן דעם גרוב. ער האט איבערגענומען די סחורה פון דעם לעצטן מענטש פאר איהם. מיט די צייט. ווי ער האטציך אלס ארויפגעארבעט האט מען איהם שטענדיג ארויפגערוקט אין די ליין. ביז ער איז שוין אנגעקומען גראד צו דעם טראק. ווען ער איז געקומען אהיים יענעם טאג, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב...I am not taking sh*t from anyone anymore...!
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:23 am#413885
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רש"י זאגט אז ווען גאט האט צומישט די שפראכן ביי די דור הפלגה, האבן זיי זיך אנגעהויבן ארומצושלאגן, וז"ל: זה שואל לבנה וזה מביא טיט וזה עומד עליו ופוצע את מוחו. (בראשית יא,ז). איז שווער, אויב איינער פארשטייט נישט וואס זיין חבר בעט פון איהם גיבט ער איהם נישט גארנישט, פארוואס זאל ער איהם געבן עפעס וואס ער האט נישט געבעטן?! אלא מאי, אז זיי האבן גענוצט גוגל טרענסלעיט...

ער איז געווען אזוי אויפגערעגט אז ער פארשטייט נישט וואס דער חבר זאגט אז להכעיס האט ער אים געגיבן עפעס וואס ער האט נישט געבעטן ווייל סקען נישט זיין אנדערש נאר דער חבר דרייט אים א קאפ. דרייקאפ בלע"ז כדפרש"י במקום אחר..
זונטאג אקטאבער 07, 2018 5:16 am#413895
דער אפודי האט אויך פארשטאנען דער סיפור מיט די נחש על דרך משל: ר"ל הנחש היה הכח המדמה ונקרא כן בעבור היותו מיוחד למנחשים ולקוסמים.
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:58 pm#414099
פרשת בראשית
פרייטאג אקטאבער 12, 2018 11:05 am#414377
אין קאננעקשאן מיט מיינע לעצטע תגובות, דער לשון הרמב"ם אין מורה איז אזוי: וממה שצריך שתתבוננהו מאד - זכרו בריאת 'אדם' ב'ששת ימי בראשית', ואמר: "זכר ונקבה ברא אותם", וחתם הבריאה כולה ואמר: "ויכולו השמים והארץ וכל צבאם". ופתח פתח אחר לבריאת חוה מאדם, וזכר 'עץ החיים' ו'עץ הדעת' ודבר ה'נחש' והענין ההוא; וזכר שזה כולו היה אחר שהושם אדם ב'גן עדן'; וכל ה'חכמים ז"ל' מסכימים שזה הענין כולו היה יום ששי ושלא נשתנה ענין בשום פנים אחר 'ששת ימי בראשית'. ולזה לא ירוחק דבר מן הענינים ההם, כמו שאמרנו - שעד הנה לא היה טבע נח: ועם זה כבר זכרו דברים, אשמיעם לך מלוקטים ממקומותיהם, ואעירך גם כן על דברים, כמו שהעירונו הם ז"ל. ודע כי אלו הדברים אשר אזכרם לך מדברי ה'חכמים' אמנם הם דברים בתכלית השלמות, מבוארי הפרוש לאשר זכרום לו, מתוקנים מאד - ולזה לא ארבה בפרושם ולא אשימם פשוטים, שלא אהיה 'מגלה סוד': אבל זכרי אותם בקצת סדר ובהערה מעוטה מספיק בהבנתם לכיוצא בך: ומזה - אמרם, שאדם וחוה נבראו כאחד, מתאחדים גב לגב, ושהוא נחלק, ולוקח חציו, והוא - חוה, והובא אליו. ואמרו: "אחת מצלעותיו" - רוצה בו: אחד מחלקיו; והביאו ראיה מ"צלע המשכן", אשר תרגומו: 'סטר משכנא' - וכן אמרו: 'מן סטרוהי'. והבן איך היה הבאור, שהם שנים בצד אחד והם אחד, כמו שאמר: עצם מעצמי ובשר מבשרי". והוסיף זה חיזוק באמרו, שהשם על שניהם יחד - אחד: "אשה - כי מאיש לוקחה זאת". וחיזק היותם אחד, ואמר: "ודבק באשתו, והיו לבשר אחד". ומה גדול סכלות מי שלא יבין שזה כולו - לענין בהכרח.

ענדיגט ער צו: ווי נאריש זענען דיע וואס ריאליייזען נישט אז די פארשידענע אויסטייטשונגען וואס מיר זעען אין חז"ל בשייכות מיט יצירת חוה אנטהאלטן מער פון דאס וואס ס'שטייט קלאר געשריבן אין פסוק...און ממילא אונז אויכעט וכו' וכו'...

דער לשון מאכט נישט ממש סענס. אבער דאס איז איז תיבון פארטיישענדיג.

אבער אז מען קוקט ווי ר"י קאפאח האט געהאט דעם לשון רמב"ם אין זיין אראבישע כתב יד, שרייבט ער אין זיינע הגהות אין משנה תורה הל' שבת: בהתאם לשטתו שכל אותו התיאור של אדם וחוה והנחש בבראשית ב הוא מונחים אליגוריים וכמ"ש במו"נ ח"ב פרק ל 'ולא חוה האשה הטבעית היא שגרמה מיתה לאדם ע"ש...
זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:20 am#414418
דא האסטו קאפח'ס תרגום וואס איז ביי טשענס כמעט דאס זעלבע ווי תיבון.

והבן זה היאך בא הביאור שהם שנים מבחינה מסוימת, והם אחד, כמו שאמר עצם מעצמי ובשר מבשרי 80, והוסיף חיזוק לכך באומרו כי השמות אחידים על שניהם יחד, אשה כי מאיש לוקחה זאת, וחזק איחודם ואמר ודבק באשתו והיו לבשר אחד. והנה כמה חמורה סכלות, מי שאינו מבין שכל זה לעניינים בהכרח, והנה נתבאר זה.

לגבי דעם אבן עזרא איז דאס לכאורה פון די שטיקלעך וואס זענען דאס מערסטע נתפרש געווארן אין די אלע צענדליגער א.ג. "פירושים" - חיבורים ארום אבן עזרא. זע אין חומש עוז והדר וויאזוי זיי לערנען.
זונטאג אקטאבער 14, 2018 2:02 am#414419
קאררעקשאן: דאס וואס איך האב געקוואט איז פון קאפאח, איז ווי אזוי האט ער פארשטאנען אין רמב"ם, ווי-אזוי גענוי ווייס איך נישט. עכ"פ, יעצט זע איך דאס איז נישט אים ברענגענדיג דעם רמב"ם'ס לשון אין פרק ל'.

כ'טראכט, אפשר האט ער אזוי פארשטאנען פון דיע ווערטער: ועוד מן האמירות הנפלאות אשר פשוטן בתכלית הזרות, ואם הבנת פרקי מאמר זה כפי שראוי להבינם תתפלא על חכמת המשל הזה ותיאומו למציאות וכו' (וואס איז דער לשון הרמב"ם אין זיין, קאפאח'ס, תרגום. )

וואס מיינסטו צו זאגן מימון, אז דער אבן עזרא וואס איך ברענג פון אויבן איז אויך א תרגום?
זונטאג אקטאבער 14, 2018 10:15 am#414423
דו האסט געפרעגט פשט אין דעם אבן עזרא וואס איז מן הסתם פון די מערסטע סתום'דיגע ווערטער אין זיין פירוש, און האסט זיך אפגערעדט אז דו טרעפסט נישט קיין פשט האב איך צוגעצייכנט אז אויף דעם שטיקל איז מסתמא דא די מערסטע פירושים אין די אלע צענדליגער פירושים וואס זענען דא אויף אבן עזרא ווי יעדער איז מפרש וויאזוי ער האט ממילא געוואלט זאגן... צווישן די פירושים זענען כספי מוטוט טוב-עלם צרצה משקוני קרשקש כומטינו פרנקו פלקירה ועוד ועוד פאר מער זע חכמות חיצוניות חלק ג אין וועקער נומ. 15
זונטאג אקטאבער 14, 2018 10:29 am#414424
מיימון האט געשריבן:דו האסט געפרעגט פשט אין דעם אבן עזרא וואס איז מן הסתם פון די מערסטע סתום'דיגע ווערטער אין זיין פירוש, און האסט זיך אפגערעדט אז דו טרעפסט נישט קיין פשט האב איך צוגעצייכנט אז אויף דעם שטיקל איז מסתמא דא די מערסטע פירושים אין די אלע צענדליגער פירושים וואס זענען דא אויף אבן עזרא ווי יעדער איז מפרש וויאזוי ער האט ממילא געוואלט זאגן... צווישן די פירושים זענען כספי מוטוט טוב-עלם צרצה משקוני קרשקש כומטינו פרנקו פלקירה ועוד ועוד פאר מער זע חכמות חיצוניות חלק ג אין וועקער נומ. 15

דו מיינסט וויאזוי דער מפרש האט ממילא געוואלט זאגן..?! :x

איך העזיטיר געווענליך צו אריינקוקן אין א מפרש, ספעציעל ביי קאנטראווערסיאלע שטיקלעך. מיין צוגאנג איז, אויב איך פארשטיי עס נישט מסתם רעדט דער אבן עזרא נאכנישט צו מיך יעצט. משאכ פרעגן פון חבירים איז יותר קרוב ללמד בעצמו. אויך איז עס less authoritative
זונטאג אקטאבער 14, 2018 10:47 am#414425
יא אבן עזרא רעדט זייער ברמז און מען קען דארט אריינלייגן אלעס פון קבלה ביז כפירה און ביקורת המקרא כל חוד לפי דרגא דיליה. אין חומש עוז והדר לפי הנראה במבט חטוף האבן זיי געמאכט גאנץ א גוטע ארבעט לפרש דבריו לפי דברי עצמו המפוזרים בכמה מקומות צו מפרש זיין על דעת וכוונת המחבר. א שאד נאר אז עס איז נאכנישט געווען ווען איך האב זיך געמוטשעט אויף אבן עזרא.