Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם גאב"ד (אדמו"ר?) מ'סאטמאר מאנסי

הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם גאב"ד (אדמו"ר?) מ'סאטמאר מאנסי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 40 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5631
מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:14 pm#174612
הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם גאב"ד (אדמו"ר?) מ'סאטמאר מאנסי
איך בין א צייט צוריק פערצופאל געווען אין מאנסי און איך בין אריינגעפאלען אין דעם סאטמאר'ן בהמ"ד אויף 1 מאנסי בלווד, (עס איז דא צוויי סאטמערער בתי מדרשים אויף מאנסי בלווד) און אריינקומענדיג אין בהמ"ד איז געווען דארט א מסיבה און ר' חיים יושע האט גערעדט, נא! אז איך בין שוין דארט איז מיר געווען אינטערסאנט וואס ער האט צו פארקויפן.

בקיצור ער האט געהאלטן א דרשה און איך בין ארויס פון התפעלות סיי פון זיין אראטארישן קראפט, און סיי פון די אינהאלט פון די דרשה, אלס נישט סאטמערער און אלס איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט בעובי הקורה פון די סאטמערער פאליטיק בין איך נייגעריג צו איינער קען מער געבן מער בעקגראוינד אויף דעם יוד.

קודם כל די קנאות, ארגינעל קומט ער דאך פון באבוב, און די דרשה איז געווען א עכטע "סאטמערער" דרשה, ווי ארבייט די באבובער איידעלקייט מיט די סאטמערער שארפקייט צוזאמען?

דערנאך האט ער גערעדט פון זיין שווער דעם ברך משה און אים זייער דערהויבן, איז ער געווען אלץ אזא חסיד?

און ווי אויך וואס די Status בנוגע דאס רבנות? געמאכט שבת פאר זיך? רב/רבי/אב"ד/גאב"ד - וואס איז די פונקטליכע סטעטוס?

נאך די דרשה האב איך געזעהן יונגערלייט איבערשמועסן וואס ער האט גערעדט און קאכן ווי הייסע חסידים, און ביים מסיבה איז געווען א דריי הונדערט יודן, איז לגבי סאטמאר איז דאס טאקע נישט קיין סאך, אבער אין אלגעמיין איז דאס א שיינער ציבור, האט ער טאקע אן עולם אדער איך בין אריינגעפאלען אין א גוטער צייט....

הקיצור איינער קען מיר דא דערלייכטערן די אויגן?
מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:43 pm#174620
די חוקרים האבן שוין געשריבן ביכער אויף דעם, זעה דא
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:16 pm#174635
יא אבער דאס איז א חקירה, איך בין טאקע יעקעלע חכם, אבער דא זוך איך נישט אזאלעכע טיפע חקירות, איך רעדט מען זאל מיר ערקלערן אויף מאמע לשון און פשוטע ווערטער וואס דער יוד און זיין מהות און זיין קהילה, רבנישע התנהגות׳ער זענען.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 3:54 pm#174678
ר' חיים יושע איז א בן יחיד לאביו ולאמו, נישט האבנדיג לאנגע יארן קינדער איז ער אסאך געווען ביים שווער (רוף עס געזעסן אויף קעסט) ממילא איז ער טאקע אויך א שטארקער חסיד, ער איז אויך אבער א שטארקער חסיד פון זיך, און דערפאר האט ער טאקע געמאכט שבת פאר זיך, ואס דאס שמעקט נישט פאר קיינעם נישט פאר די ארונים נישט פאר די זאליס.
די ארונים האבן נישט געהאט קיין גרויס פראבלעם, איינמאל ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס (מילד גערעדט) האבן זיי געמאכט שבת פאר זיך, די זאליס האבן אבער יא א פראבלעם מיט אים, אבער דערווייל איז עס נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען, ממילא דיעלט מען נאך דערווייל דערמיט.
ער פאר זיך איז א געלונגענער מענטש, א גוטע רעדנער, און ער האט חסידים אויך, פארוואס נישט, אסאך זאליס וואס זענען נאר זאליס ווייל נישט צו זיין קיין ארוני, וואוינענדיג אין מאנסי ווערן זיי זיינע חסידים, ווייל ער פארקויפט עפעס, דוכט זיך ער האט ארונים אויך וואס דרייען זיך ביי אים.
די סיבות פארוואס ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס איז דא אסאך, א הויפט סיבה איז אז אליעזר קעסטנבוים האט אים יארן לאנג געשטיצט, ממילא האט ער געטון וואס ער הייסט/צו זיך גענוג אנגעהערט לה"ר מער נוטה צו זיין צו די זאליס

אגב זיין באבובע איידלקייט שטימט גאר שטארק מיט די היינטיגע באבובע איידלקייט וד"ל
מיטוואך יאנואר 08, 2014 3:54 pm#174679
איך מיין אז דו זאלסט טוישן דער נאמען פון אשכול צו:
"סאטמאר-מאנסי, איר מהות און אייגנארטיגקייט"

ס'וועט שטימען אין די סעריע.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 4:11 pm#174694
מורינו פארוואס? עס איז דאך דא צוויי סאטמער׳ס און מאנסי, דארף מען דאך וויסן פון וועלעכע מען רעדט.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 4:22 pm#174698
ס'זאל הייסן "סאטמאר-מאנסי - מאנסי".

אזוי וועט יעדער וויסן פון וואס מען רעדט.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 4:31 pm#174703
נו איך זעה דאך מורינו אז עפעס באקאנט ביסטו דארט, נו געב מיר עפעס אינפארמאציע, מיט דיין גאלדען פעדערל.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 5:13 pm#174716
שרייבער האט געשריבן:די סיבות פארוואס ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס איז דא אסאך, א הויפט סיבה איז אז אליעזר קעסטנבוים האט אים יארן לאנג געשטיצט, ממילא האט ער געטון וואס ער הייסט/צו זיך גענוג אנגעהערט לה"ר מער נוטה צו זיין צו די זאליס

אליעזר האט נאך אזויפיל געשטיצט ר' אהרן ווי ר' חיים יושע. דאס איז סתם נארישקייטן. ר' חיים יושע איז באמת געווען נוטראל אנהייב פונעם קריג און איז געגאנגן צו יעדע מסיבה ביי ביידע צדדים. ביי די הצלת רבינו קאורט ווי ר' אהרן'ס קינדער האבן גערופן דעם זיידן אין געריכט, האט זיך די מאנסי רעבעצין שטארק צוקריגט מיט ר' אהרן און דאס האט גורם געווען אויף א גענצליכע ריס צווישן די שוואגערס.

בנוגע זיין רבנות סטאטוס, דער ציבור זיינער אין אלגעמיין זענען זאליס און ער איז פאר זיי דער רב הקהילה, ס'גייט קיינעם נישט אן צי ער רופט זיך אדמו"ר אדער גאב"ד. ר' זלמן לייב איז דער נשיא הקהילה והמוסדות, יעדע שיינע מסיבה איז ער דער שפיץ פונעם אויבנאן.

סתם פאר די רעקארד. ר' זלמן לייב און ר' חיים שיע זענען אלע יארן געווען זייער גוטע שוואגער און א גוטע טיעם ווי מ'רופט עס.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 5:19 pm#174723
מיין מיינונג האט געשריבן:

וואס האסטו מיר יעצט געענטפערט? אליעזר האט דאך אפגעהאקט מיט די ארונים נישט אזוי

די ריס איז שוין געווען סאך סאך פאר די הצלת רבינו קאורט, ס'האט זיך אנגעהויבן ווען ער האט נישט געטראפן קיין בעבי סיטער ביים עלטסטן אייניקל בר מצוה, און אזוי האט זיך עס געריסן און געריסן מער און מער
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:15 am#174935
לויט ווי איך געדענק איז דער ריס מיט די ארונים געווען אביסל שפעטער ביים הכנסת ספר תורה, ער האט לכתחילה געלאדענט יעדעם. אבער פון שווער'ס שטוב האט מען געמאלדן אז אויב מהר"א קומט וועט דער שווער נישט קומען, און ער האט אוסגעקליבן ענדערש דעם שווער.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:18 am#174936
ב"ה, אויפן וועג צום ברוינעם בעגראנד.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:41 am#174939
משה געציל האט געשריבן:ב"ה, אויפן וועג צום ברוינעם בעגראנד.

יסודו מעפר וסופו לעפר. והחי יתן אל לבו.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:44 am#174940
ביטע נישט מישן סאטמערער פאליטיק, סתם דערציילט מער ווער ער איז...
מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:22 pm#178523
יעקעלע חכם האט געשריבן:ביטע נישט מישן סאטמערער פאליטיק, סתם דערציילט מער ווער ער איז...

וואס נאך ווילסטו וויסן?
מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:50 pm#178536
מפני תקנות המקום און נישט צו פאר'צימעס'ן קען מען נישט שרייבן ווער און וואס ער איז.

וכשם שמקבל שכר על הדרישה וכו'
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:02 pm#178759
מיין מיינונג האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:די סיבות פארוואס ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס איז דא אסאך, א הויפט סיבה איז אז אליעזר קעסטנבוים האט אים יארן לאנג געשטיצט, ממילא האט ער געטון וואס ער הייסט/צו זיך גענוג אנגעהערט לה"ר מער נוטה צו זיין צו די זאליס

אליעזר האט נאך אזויפיל געשטיצט ר' אהרן ווי ר' חיים יושע. דאס איז סתם נארישקייטן. ר' חיים יושע איז באמת געווען נוטראל אנהייב פונעם קריג און איז געגאנגן צו יעדע מסיבה ביי ביידע צדדים. ביי די הצלת רבינו קאורט ווי ר' אהרן'ס קינדער האבן גערופן דעם זיידן אין געריכט, האט זיך די מאנסי רעבעצין שטארק צוקריגט מיט ר' אהרן און דאס האט גורם געווען אויף א גענצליכע ריס צווישן די שוואגערס.

בנוגע זיין רבנות סטאטוס, דער ציבור זיינער אין אלגעמיין זענען זאליס און ער איז פאר זיי דער רב הקהילה, ס'גייט קיינעם נישט אן צי ער רופט זיך אדמו"ר אדער גאב"ד. ר' זלמן לייב איז דער נשיא הקהילה והמוסדות, יעדע שיינע מסיבה איז ער דער שפיץ פונעם אויבנאן.

סתם פאר די רעקארד. ר' זלמן לייב און ר' חיים שיע זענען אלע יארן געווען זייער גוטע שוואגער און א גוטע טיעם ווי מ'רופט עס.

געשריבן זייער נישט ריכטיג, אינז זעמיר נישט אין צימעס סוי מ'קען נישט מאריך זיין, אבער איין נקידה, איינס פין די הויפט סיבה פארוואס ר' חיים יושע האט פין די 'ערשטע מיניט' זיך צוגעשטעלט צו 'אליעזר' אין צד מהרז''ל איז וועגן זיין ווייב 'אין נאר וועגן דעם איז ביי איר די פעמילי קארט געווען אן עבירה' ווייל מען האט פראבירט אריינצשטופן נאך א גבאי אין שטוב חוץ משה, נישט ווי די שרייבסט'גערופן דעם זיידען אין קארט' מען האט גארנישט תובע געווען פונעם זיידען, אין דער ריס איז דעמאלטס גארנישט ערגער געווארען,
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:03 pm#178762
נאך איין פוינט, בנוגע זיין קהילה עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד אז ער שפייט בלוט פין די יונגעלייט פין קווינס, טאקע ווייל ר' חיים יושע איז אליין דער נשיא (עס האט שוין געברענגט עטליכע מאל צו צעטליך קלעבערייען און רייסערייען), מהרז''ל האט נאכנישט געפירט קיין שבת אין מאנסי, און נישט באשיינט קיין איין דינער פאר ר' חיים יושע'ס מוסדות, אפגערעדט פון באזוכן די מוסדות זייט ער איז רבי, זעהט אויס אז דו באלאנגסט אויף דעם פלאנעט ווי די אייניקלעך האבען גערופן דעם זיידן אין קארט ר''ל
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:10 pm#178763
זונטאג יאנואר 11, 2015 2:32 pm#247325
.
זונטאג יאנואר 11, 2015 5:55 pm#247400
די רעיט איטס גויאיניג וועט זיך בקרוב ממש די זאליס אפטלען פון חיים שוע. די קווינס תלמדים האבן אים נישט ליב ווארט נאר ביז זיי וואקסען אינטער...
דינסטאג יולי 07, 2015 10:53 am#287580
אלץ איינער וואס קען זיך פערזענליך מיט אים
באמת א טייערע איד א ירא שמים מרבים
א איד וואס זיצט אין לערנט טאג אין נאכט
לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז ער איז די גרעסטע חסיד פון זיין שווער ממש טאג אין נאכט איז ער פארנומען נאר מיטען שווער
זייער א געלונגענע מענטש, זיינע תלמידים בדרך כלל בלייבען זייער צוגעבינדען צו אים נישט קיין חילוק צו וועלכע צד פון סאטמאר זיי באלאנגען
ער האט פון אנפאנג פרובירט זיך צו האלטען נייטראל אבער עס גייט נישט אזוי גרינג
זייענדיג א איינציג קינד איז ער היפש געצערטעלט (מילד גערעדט)
איך פערזענליך הייס אן ארוני אבער איך בין פערזענליך זייער נאנט צו אים
דינסטאג יולי 07, 2015 5:23 pm#287753
שרייבער האט געשריבן:די סיבות פארוואס ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס איז דא אסאך, א הויפט סיבה איז אז אליעזר קעסטנבוים האט אים יארן לאנג געשטיצט, ממילא האט ער געטון וואס ער הייסט

ווער געדענקט דען נישט ווי זיי פלעגן ביידע גיין ציזאמען נאך געלט א יעדן הושענא רבה ביים ברך משה'ס דאווענען אין ראדני

#איי זכרונות
דינסטאג יולי 07, 2015 7:21 pm#287796
דער געלונגענסטער פון די סאטמארע דינאסטיע!
קיינער פון די טייטלבוים דינאסטיע איז נישט אזוי געלונגען און געראטן אוואו רבי חיים יהושע.
די ארונים דערליידן אים נישט אבער די זאלונים דוכט-זיך ווילן זיך אויך נישט אונטערווארפן אונטער אים. אבער דאס מאכט אים גארנישט ווינציגער.

זיין דאווענען איז מתוק, זיין רעדן איז אויסגעצייכנט, זיין השלמה איז וואן אף עי קיינד.
א שאד אז ער איז אין מאנסי! ער וואלט געדארפט זיין דער ממלא מקום פון זיין שווער.

איין פראבלעם האט ער אז ער האט נישט קיין הצלחה מיט קיין ישיבה. די בחורים האלטן זיך עפעס נישט דארט און דאס פארשןוארצט זיין הערליכן אימעדזש.
דינסטאג יולי 07, 2015 7:36 pm#287801
ווארשיינליך איז ער נישט די געלונגענסטע. א געלונגענע מענטש קען געווענליך האלטן א ישיבה, כאטש א קליינע