Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » דער סבלן (פאעזיע)

דער סבלן (פאעזיע)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 53 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5639
מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:45 pm#174877
דער סבלן (פאעזיע)
אינעם שויס פון נאטור
אונטערן בלויען הימל קלאר
גרינע טעפיכער פון ארום
רויזן אומעטום

איבערן קעפל וואלקענעס ווייסע
א זונעלע א הייסע
מיט'ן קאפ אויפגעריסטעט אינדערהייך
פונקט אין צענטער שטיי איך

די פייכטע בלעטלעך
דינטשיגע צווייגעלעך
מיט'ן טאקט פון א ווינטל קיל
זיי שעפשען א געבעט שטיל

שאטנס איינגענעמע פאלן
טשיפטשנדע פייגעלעך שאלן
צום ווייטן האריזאנט מיינע בליקן
א לעבן צום דערקוויקן
צלך נאה – עס קען בעסער נישט זיין
איך שמייכל צו מיר אליין

א בילד צו ווערן אנטציקט
אויף מיר ארויף יעדער קוקט
א פאנאראמע ווי א טרוים
דאס בין איך דער בוים

*

אבער א טאג געקומען
מיין קרוין אראפגענומען
אין א מאמענט א שווארצן
מיך פארניכטעט אינגאנצן

נישטא קיין שעפשע קיין געזאנגען
אין שטילקייט בין איך געפאנגען
דינטשיג און מאגער
אויס זאגער
מיין זעל ליידיג מיינע טעג פוסטע
ליפן פארביסענע א קאלמוטנע גיסטע

פון מיין היים אוועקגעפירט
א נאמען ארויפגעשמירט
פארלוירן מיין ראזע קאליר
פארוואנדלט אין בלאסן פאפיר

*
און אט א טרייסט
א פרישע גייסט
א טוליע אין הארצן
נישט שטום אינגאנצן

א פארציילער ווער איך
וועמען שטער איך
א מיסיע א קלארע
פרישע ווארע
מיט א רואיג געמיט
דער שרייבער געניט
מיט טינט מיך באצירט

די טראפן שלינג איך
א ניגון זינג איך
אט שוין מ'נעמט מיר אפיר
א הויפט ראלע וועט שפילן דער פאפיר
צום גוטן טויגן
איך בין דער שרייבן בויגן

*

אבער וויי געוואלד ס'ציפט
א גלענצנדע געלעגנהייט איבערגעהיפט
צעקלאפט צעבראכן צעקריצט
פאר נארישקייטן פארניצט

הענט און פיס ציטערן
א סוף אזא ביטערן
א קול א הויכן אבער געפילן שטיל
קיין שאנסן מער מיין קבר דער דיל
קיין טינט בלויז טריפנדע טרערן
אזוי ביטערליך מיר צו באשערן

צעטרויטן אויפ'ן שטראז
חלומות א זייפן בלאז
וויינען איך וויל
געווארן א פאשקעוויל

*

אין בושה זינק איך
א ריח אוי שטינק איך
א שווארצע ענדע
ראזע רויט אבער פון שאנדע

איז בכלל א וואונדער
עס ווייסן קייט און קינדער
מיין בלוט הפקר פעטרישקע
א נשמה א ראזשינקע
מיך מעג יעדער בא'עוול'ען
ווייל איך בין דער פאפיר דער סבלן
מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:56 pm#174882
אוי, פאפיר מיינס,
איך פיל די פיין דיינס,
זארג נישט מיין ליבער,
א טאג וועט פאראיבער,
די מיסט צונויפקלויבן,
רעסייקלן און צושטויבן,
זיי פון פריש רעפראדאצירן,
צו גלאט ווייסע פאפירן,
מאראנצן מיט זיין טאלאנט,
דיר באצירן ווי א בריליאנט,
מיט א פאזיע קונסט דיר פאראייביגן,
לעולמי עד דיר פארטיידיגן!
מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:57 pm#174883
מאראנצןזאפט :like
איך לייק מיר אליינס, מיין ערשטע פאעזיע און ס'געוואלדיג :lol: .
מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:59 pm#174884
משה געציל, נו גילוי!

אשפגת"י עד מאוד, א שאד ס'מיר נישט איינגעפאלן :lol: .
מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:59 pm#174885
און דאן מיטאמאל
פונדאסניי אויפגעראכטן
ארבעטער אן א צאל
מען האט מיר פארראכטן

פון מיסט ארויסגענומען
אנשטאט פאלשע בלבולים
הערליכע ווערק ארויסקומען
נאך מיינע פילצאליגע גלגולים

טענער פון מוזיק און געזאנג
חידושי תורה פון גאונים
פאעמעס פאר א געשאנק
טיפע רעיונות פון דרשנים

וויסנשאפט מען וועט איינקויפן
מיינע טינט שלינגען מיט דארשט
געהאלטן ווערן אין א גרויסער הויפן
פון ביכער און ספרים יעדער סארט

איך גיי טאקע דורך אזויפיל טענץ
מען צורייסט מיר און צופליקט
אבער דאן ווער איך צוריק ערגענצט
אויף מיר מיט שטאלץ יעדער קוקט
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:00 pm#174888
חברה, גלייבטס אים נישט אויפן ווארט.
א שטיקל וואס פארשטעקט ערפארענע פאזיע שרייבער!
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:00 pm#174889
נישט צום גלייבן, ממש שני ניקים בסגנון אחד. איך וויל דרוקן שיק, און געציל האט מיר שוין אויסגעכאפט, כ'האב עס געמוזט ריסייקלען.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:01 pm#174892
א צייכן אז עס צייט פאר א נייע פארמעסט? ;)

#אותות ומופתים באדמת בני חם...
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:03 pm#174894
און וואס איז מיט די טינט זי וויינט גאר נישט ? וויפיל טייכן טינט זענען פארגאסן געווארן על לא דבר.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:03 pm#174895
בקיצור איז דער געפעכט אזוי, איך בין א קאנסערוואטיוו, און יאיר און משה געציל זענען פון די גאו גרין מאוומענט וואס זארגן זיך פאר די ענווייראמענט און מאכן זיכער צו פאלגן דעם סופער און לייגן די באטלעך און באקסעס און די בלויע קען, אז אלעס ווערט צום סוף רעסייקלט.
ברענגטס אהער גד החוזה קאוד 1#, מ'רעד דא פון גארבעדזש :lol: .
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:04 pm#174897
נהורא נפישא האט געשריבן:און וואס איז מיט די טינט זי וויינט גאר נישט ? וויפיל טייכן טינט זענען פארגאסן געווארן על לא דבר.

אה, כ'האב געווארט אויף דעם...
ווילסט לערנען פאזיע צו פרעגן קשיות?
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:08 pm#174899
די טינט ווערט דאך רעסייקלט צוזאמען מיט די פאפיר. פנים חדשות באו לכאן. no pun intended :lol:
עוד יש לומר, די טינט וויינט אויך, נאר די טרערן ווערן אויסגעמישט מיט די טינט.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:13 pm#174901
ATUB @יאיר ATUB נאך א מזל מיר שרייבן נישט דא מיט קיין טינט
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:16 pm#174904
אין אזא צייט העמיר בעטן דעם חזן זאל פארזינגען א קל מלא רחמים נאך לעמאן זשוס, איי איז ער געווען א פאעט.
ווען אימער מיר וועלן פאעזירן (אדער שמאעזירן, ווער געדענקט נאך ווען זר האט גערעפט, גארנישט איבערגעלאזט פאר אונז, ניטאמאל א פינטל) זאל דאס זיין לשמו לזכרו.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:34 pm#174909
מיין הארץ צעגייט,
ארימע פאפיר,
כ'פיל דיין פיין,
און דיין ווייטאג כ'שפיר,

מ'ניצט אייך נישט צום שרייבן,
ווי ס'איז אייער טראדיציע,
איר זענט ליידער פארכאפט,
אין דער פאשקעווילן אינקוויציע,

ווי שוועמען נאך א רעגן,
סיקריקים זיך צאמגעלאפן,
אייך פארכאפט ווי די מאפיע,
פאר זייער פראזענליכע וואפן,

ס'וואלט געוועהן א פתרון,
די אינטערנעט און בלאג'ן,
זאלן זיי דארטן שרייבן,
און פון אייך זיך אפלאזן,

וואס זאל מ'אבער טוען,
זיי ווייסן נישט פון'ס
צוליב די איסור פון רבנים,
און דעם טרויעריג בארימטן כינוס.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:56 pm#174917
אבער דא ווידער
טעכנאלאגיע אנגעברענגט
מיטן פאפיר א נידער
משרייבט אויפן פענסטער נישט די פון ווענט

געקומען א הערינג
געווען זייער קערינג
צום אלטן מעטאד
געבראכט א נויט

לכבוד שבת
ליינען ווי די באבעס
אוי פאפיר'ל צוריק דיך מ'האט
נישט באגראבן ווי אן אמאליגער סוד
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 12:04 am#174920
ווען ס'וואלט טאקע געוועהן,
ווי ס'טענה'ט ר' מאטל,
וואלט איך געטרינקן לחיים,
און געטיילט ח"י רוטל,

ס'האט זיך אבער גארנישט געטוישט,
דער זייגער נישט צוריק,
אפילו ווען רב הערינג,
האט געפענט א ניק,

ווייל ער טיילט נישט קיין פאפירן,
נאר א פי די עף,
כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס,
וואט דע עף!


* מזל טוב. געשטיגן אין ראנג, כ'בין א היימישער ב"ה.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 2:51 am#174956
איך שטוין. איך לאך. איך קאטשע זיך. מיר האבן דא א באנדע פאעזיער וואס פונעם ארבל שארן זיי ארויס גדולות ונצורות. אלע פון ענק, איינס ביי איינס.

צוקער זיס! קיעפ איט אפ....

מזל טוב אפטעמיסט לכבוד ווערן א היימישער
מזל טוב אראנזש דזשוס פארן ערשטן פאעזיע
אלע חסידים וניקס א מזל טוב
און א מזל טוב, הוי. קול רנה וכו.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 3:36 am#174963
וויין נישט פעיפער, איך האב געניצט דיין ריסייקעלטע קאזין טישו פעיפער אפצווישן מיינע טרערן פון לאכן אזוי סאך.... : :lol:
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 7:42 am#174971
יעדער צו פאעזיע פארשטייט, ויגבה רוח
די וואך פארלאזט מען זיך ניט אויף ATUB @שלום בערגער ATUB
זיי שרייען ס'איז דאך מצווה בו (בא) יותר מבשליח
איי ס'איז נישט פאעטיש? נומער ערגער

איבער פאעטישע כללים הייבט נישט אן א וויכוח
כאפט א טייגל, מיירעט אן, קנעט און וועלגער
געלט זאגן זיי איז מען דא ממילא נישט מרוויח
זאל מען כאטש גראמען, א לאך אויפן עלטער

פון אלגעמיינע נייעס אלע אנטלאפן ווי יוצאי מצרים
צום קונסט פאורעם ווי אין מדבר, עד יעבור זעם
האב כ'נישט געוואלט זיין א לוזער, א רובץ בין המשפתים
ווארים כ'האב דאך תשובה געטאן, מיטן ך כמין גאם

האב איך זיך צוגעזעצט ווי א יונגל צו א "טאטישע" לחיים
און געהאפט אויף מיין פלייצע זאל זיך באקן אן אפעטיטליכען גראם
אפגערעדט אז איך האב נישט די מהודר'דיגע פון של יד רחיים
האט דאס שטייצעך ווי פסח'דיגע שהכל קוקיס א טעם.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:34 am#174976
איין מזל אז רבינו יהודה החסיד ערלויבט נישט דאס שניידן מאראנצן ביימער...
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:54 am#174982
א תיקון פאר פאפיר
פון מיסט קען ווערן רויך
א חמץ-פייער שטייגט עד לב השמים אויך

פון פאפיר קען אלץ ווערן:
א יחוד-מעשה. א רייזע אין די שטערן.

א געשיכטע מיט זשיראפן און טיגערס.
ווען פארטיק, ווערט פון פאפיר אויך.... א פליגער

וואס פליט לויטן כוח פון ווארפער.
בלויז חריפותדיקע ווערטער צילן שארפער.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:39 am#174987
און איך שטיי ווי א נער
ממש מלא צער
באקוויקט זיך מיט די טעמ'ן
אבער כ'קען נישט גראמען
דא איז פיל מיט טאלאנטען
יעדעם הארץ טוט שפאלטען
מאראנצען מזל טוב אסאך
דו שרייבסט דאך ממש צו די זאך

---------
פאפיר פאפיר וואו איז דיין פעדער
פעדער פעדער וואו איז דיין פאפיר
יעצט קענט עטץ באשרייבען דעם פעדער..
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:53 am#174993
זאפטיגע מאראנצן,
קענסט אונז אלע לערנען טאנצן.
צו נעמען א פשוט'ע פאפיר,
און מאכן א פאעזיא פון איר!

צו פארמאגן אזא קראפט,
מוז מען זיין ATUB @מאראנצןזאפט ATUB .
אבער וויבאלד דו שרייבסט נאר אחת לארבעים יום,
דארף מען נישט שניידן צופיהל פונעם בוים...
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:24 am#175003
סרק ביימער וויינען אירע צווייגן שאקלן ניין,
מיר וועלן מיט די ראסיסטן אין מלחמה גיין,
די קאווע בונדלעך און די מאראנצן מיט גאות,
האלטן זיך פאר בעסערע מיט זייערע דעות,
אונזער פאפיר האלט איר זאפט פריש,
אונזער קאפס די קאווע פון גיסן אויפן טיש,
אלזא הערטס אויף מיט מחלוקת אין די צייט,
זייטס ביזי מיט ענקער 15'טן אין שבט.