Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » סאטמארער קעמפס

סאטמארער קעמפס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 244 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #565
מאנטאג מאי 07, 2012 1:55 pm#10396
דאס איז זיכער אז דאס איבערשרייבן די דיד איז געווען א גרויסע טעות,

פארשטייט זיך ס'גרינג צו זאגן לאחר המעשה,

אבער איך מיין מ'זאל זיך לערנען א לעסען,

אז ס'נישט ציבראכן פיקס עס נישט,

די גאנצע בעלות אויף קהל יטב לב איז אויף וואקעלדיגע יסודות, און די ארונים שטייען מיט גערייצטע ציין און נעגל צו ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגנהייט,

ממילא לאז מנוחה לאז לויפן
מאנטאג מאי 07, 2012 1:56 pm#10397
האבן דען די ארוינים נישט איבערגעשריבען דעם ביה"ח הישן ? וואס איז דארט אנדערש ?
מאנטאג מאי 07, 2012 1:59 pm#10398
זר זהב האט געשריבן:האבן דען די ארוינים נישט איבערגעשריבען דעם ביה"ח הישן ? וואס איז דארט אנדערש ?

אויף די בית החיים שלאגט מען זיך נאך פעסט אין אפיעלס קארט
מאנטאג מאי 07, 2012 2:00 pm#10399
וועסטע אבער זאגן אז ס'געווען א טעות פון די ארונים וואס זיי האבן געטון ??
מאנטאג מאי 07, 2012 2:02 pm#10400
ניין! בעסער צו זיין אינעווייניג ווי אינדרויסן
מאנטאג מאי 07, 2012 2:03 pm#10402
גאלד האט געשריבן:דאס איז זיכער אז דאס איבערשרייבן די דיד איז געווען א גרויסע טעות,

פארשטייט זיך ס'גרינג צו זאגן לאחר המעשה,

אבער איך מיין מ'זאל זיך לערנען א לעסען,

אז ס'נישט ציבראכן פיקס עס נישט,

די גאנצע בעלות אויף קהל יטב לב איז אויף וואקעלדיגע יסודות, און די ארונים שטייען מיט גערייצטע ציין און נעגל צו ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגנהייט,

ממילא לאז מנוחה לאז לויפן


די ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל ס'איז יא צובראכען ווילאנג ס'ליגט אינטער די נאמען קהל יטב לב, אין די אהרונים האבן עניוועי געטרייט צו מאכען פראבלעמען, איז אויב די טויש וואלט געלאנגען הרי טוב אין אויב נישט שטייסטו בסך הכל דארט וואו דו ביסט געשטאנען פאריאר
מאנטאג מאי 07, 2012 2:03 pm#10403
נו פארוואס זאגט "גאלד" אז ס'געווען א טעות פון דו זאליס וועגן איבערשרייבן די קעמפס ? מאי שנא?
מאנטאג מאי 07, 2012 2:08 pm#10408
זר זהב האט געשריבן:וועסטע אבער זאגן אז ס'געווען א טעות פון די ארונים וואס זיי האבן געטון ??


לכאורה יא, אויך געווען א נארישקייט, כאטשיג ס'האט זיי נאך נישט געקאסט,

די חילוק איז נאר אז די זאליס זענען געבליבן מיט אלעס, איז שווער צו אנהאלטן מיט אלעם אן דעם וואס זאל און ערגעץ נישט אויסקלאפן,
מאנטאג מאי 07, 2012 2:11 pm#10410
CAMPS UPDATE the county decided it should stay by Rosenberg, now it's in court who is Rosenberg, Yitzchok or duvid...
מאנטאג מאי 07, 2012 2:11 pm#10411
אורח האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דאס איז זיכער אז דאס איבערשרייבן די דיד איז געווען א גרויסע טעות,

פארשטייט זיך ס'גרינג צו זאגן לאחר המעשה,

אבער איך מיין מ'זאל זיך לערנען א לעסען,

אז ס'נישט ציבראכן פיקס עס נישט,

די גאנצע בעלות אויף קהל יטב לב איז אויף וואקעלדיגע יסודות, און די ארונים שטייען מיט גערייצטע ציין און נעגל צו ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגנהייט,

ממילא לאז מנוחה לאז לויפן


די ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל ס'איז יא צובראכען ווילאנג ס'ליגט אינטער די נאמען קהל יטב לב, אין די אהרונים האבן עניוועי געטרייט צו מאכען פראבלעמען, איז אויב די טויש וואלט געלאנגען הרי טוב אין אויב נישט שטייסטו בסך הכל דארט וואו דו ביסט געשטאנען פאריאר


זעהסטעך אז פאר 10 יאר איז אלעס געלאפן כשורה,
מאנטאג מאי 07, 2012 2:12 pm#10412
ס'מיינט דוד אבער די מעסעדזש איז נישט אמת
מאנטאג מאי 07, 2012 2:15 pm#10415
די אלע שמועות איז שקר, דא גייט לכאורה זיין א פשרה די אהרונים גייען באקומען איין קעמפ און די זאליס די איבעריגע 3,

אזוי האט אויסגעקוקט פון די קאונטי עקזעקס מהלך מחשבה,

נאר א השערה
מאנטאג מאי 07, 2012 2:16 pm#10416
גייען די זאליס באקומען איין בילדינג אין קר"י פאר זייערע קינדער ?
מאנטאג מאי 07, 2012 2:17 pm#10417
גאלד האט געשריבן:
אורח האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דאס איז זיכער אז דאס איבערשרייבן די דיד איז געווען א גרויסע טעות,

פארשטייט זיך ס'גרינג צו זאגן לאחר המעשה,

אבער איך מיין מ'זאל זיך לערנען א לעסען,

אז ס'נישט ציבראכן פיקס עס נישט,

די גאנצע בעלות אויף קהל יטב לב איז אויף וואקעלדיגע יסודות, און די ארונים שטייען מיט גערייצטע ציין און נעגל צו ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגנהייט,

ממילא לאז מנוחה לאז לויפן


די ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל ס'איז יא צובראכען ווילאנג ס'ליגט אינטער די נאמען קהל יטב לב, אין די אהרונים האבן עניוועי געטרייט צו מאכען פראבלעמען, איז אויב די טויש וואלט געלאנגען הרי טוב אין אויב נישט שטייסטו בסך הכל דארט וואו דו ביסט געשטאנען פאריאר


זעהסטעך אז פאר 10 יאר איז אלעס געלאפן כשורה,

ווייל פאר סאום ריזען האבן זיך די אהרונים אויפגעוועקט פאר צוויי יאר צוריק אין אנגעהויבען צו מאכען פראבלעמען אויף יעדע פראפערטי וואס ווערט נישט געניצט טעגליך
דרך אגב די ראדני ביהמ"ד ליגט יעצט אויף די אהרונים'ס נאמען אבער ס'גייט קיינעם נישט אן
מאנטאג מאי 07, 2012 2:19 pm#10420
זר זהב האט געשריבן:גייען די זאליס באקומען איין בילדינג אין קר"י פאר זייערע קינדער ?


איך דענק נישט זיי זאלן עס אמאל תובע זיין, צו ביי א בי"ד אדער ביי די רעגירונג,

מיין טאטע האט מיך אויסגעלערנט אז מ'שעמט זיך צו בעטן באקומט מען נישט
מאנטאג מאי 07, 2012 2:20 pm#10422
גאלד האט געשריבן:די אלע שמועות איז שקר, דא גייט לכאורה זיין א פשרה די אהרונים גייען באקומען איין קעמפ און די זאליס די איבעריגע 3,

אזוי האט אויסגעקוקט פון די קאונטי עקזעקס מהלך מחשבה,

נאר א השערה

א פאלשע השערה, די קאונטי עקזעקעטיוו קענישט געבן פאר די אהרוינים גארנישט, בסך הכל קען ער לייגען פרעשור אז מ'זאל מאכען א פשרה אין סטראשען אז אויב נישט געט ער נישט קיין פערמיט
אין עז אוו נאו זענען די זאלוינעם ענדערש גרייט צו בלייבען אין שטאט ווי אוועקצוגעבן א קעמפ
מאנטאג מאי 07, 2012 2:21 pm#10423
איך זאג נאר אז ביי דע סעים לאגיק וואלטן זיי געקענט פארלאנגען א בילדינג.

אגב, די מתיבתא אין קר"י איז אויף 82 נאמען. גאו פיגער!
מאנטאג מאי 07, 2012 2:30 pm#10425
געהערט אז נאר איינס פון די options איז צו בלייבן אין שטאט.

גארנישט איז נישט זיכער as we speak
מאנטאג מאי 07, 2012 2:37 pm#10427
אויב די פראבלעם איז אז עס ווערט נישט גענוצט טעגליך אין מען דארף יעדעס יאר בעטן א פערמיט
פארוואס פארמאכט מען די קעמפס נאכן זומער?
זאל מען עס לאזן אפן א גאנץ ארויסשיקן יעדן טאג מענטשן זאלן זיך דרייען אין די קעמפס אויפמאכן אין צומאכן לעקטערס א.ד.ג. אזוי דארף מען נישט האבן פריש פערמיטס יעדעס יאר
אין פטור אן עסק,,
איך פרעג נאר
מאנטאג מאי 07, 2012 2:51 pm#10431
מ'דארף לכאורה האבן עקסטערע פערמיטס ארויסצוברענגען די קינדער
מאנטאג מאי 07, 2012 5:23 pm#10465
SatmarHQ: Camp Update: the decision didn't come out yet probably it will be tomorrow morning.
מאנטאג מאי 07, 2012 8:55 pm#10490
וואס פאר א מין אידישקייט איז דאס גיין אין ערכאות? ריפארם? קאנסערוואטיוו? העלפט מיר ארויס חברה, איך בין נישט אזוי באהאווענט.
מאנטאג מאי 07, 2012 9:36 pm#10514
John Doe האט געשריבן:וואס פאר א מין אידישקייט איז דאס גיין אין ערכאות? ריפארם? קאנסערוואטיוו? העלפט מיר ארויס חברה, איך בין נישט אזוי באהאווענט.

עפן דיר אויף אן אייגן אשכול, און פארדריי נישט דא די שמועס. דא קומט בכלל נישט אריין ערכאות נאר דינא דמלכותא דינא.
מאנטאג מאי 07, 2012 11:12 pm#10547
יידל האט געשריבן:
John Doe האט געשריבן:וואס פאר א מין אידישקייט איז דאס גיין אין ערכאות? ריפארם? קאנסערוואטיוו? העלפט מיר ארויס חברה, איך בין נישט אזוי באהאווענט.

עפן דיר אויף אן אייגן אשכול, און פארדריי נישט דא די שמועס. דא קומט בכלל נישט אריין ערכאות נאר דינא דמלכותא דינא.


זיכער נישט הומאניסטיש, אפשר ריקאנסטראקשאניסט?
דינסטאג מאי 08, 2012 8:07 am#10568
דינסטאג מאי 08, 2012 8:20 am#10569
סאטמאר קעמפס אין די נייעס

m http://www.youtube.com/watch?v=ZKa31s8h ... ata_player m
דינסטאג מאי 08, 2012 11:17 am#10582
אוטש,
ס'ציפט צו זעהן ווי אידישע סאטמארע ברודער האבן זיך אזוי פיינט, איז אזוי אויסגעשמירט ביי די גויאישע פרעסע,
כ'זינק פאר בושה,
א שרעקליכע חילול השם,
וויזוי קומען די זאכן אן צו די מידיע?
איז עס ווייל מ'שתדל'ט ביי די פאליטישענס איז אטאמאטיש ווערט עס אפען צו די מידיע?
מוז אזוי זיין,
דינסטאג מאי 08, 2012 12:15 pm#10593
דער שטן איז שוין נישט געווען אזוי צומישט זינט דעם פארגאנגענעם ערב ראש השנה, ווען מ'האט אים פארנערט מיטן שופר בלאזן.
ער פיקט ארויס פון זיין געפענגעניש ביים אלסטער קאונטי עקסעקעטיוו אויפן טיש, און פרובירט אויסצוגעפינען צו ער גייט זיין פאר די נעקסטע שטיקל צייט אן ארוני אדער א זאלי.
ער ווארט מיט אנגסט, וועלכע זייט ס'וועט פראקלימירן 'מעשה שטן הצליח'.
דינסטאג מאי 08, 2012 6:07 pm#10789
@SatmarHQ: ??Camp Update: The County attorney didn't give any Decision yet, so far we don't know any details
דינסטאג מאי 08, 2012 6:31 pm#10793
זר זהב האט געשריבן:@SatmarHQ: ??Camp Update: The County attorney didn't give any Decision yet, so far we don't know any details

You call that an update? :)
דינסטאג מאי 08, 2012 6:31 pm#10794
i didnt write it, so forgive me pls
דינסטאג מאי 08, 2012 6:54 pm#10797
שמעתי: ביידע זייטען האבן שוין מסכים געווען אז צד מוהרז"ל באקימט דריי קעמפס, און צד מוהר"א באקימט איין קעמפ,

יעצט גייט אן די פארהאנלונגען איבער די נוסח ההסכם, וואס דאס איז גאר א וויכטיגער פונקט פאר זייער צוקנופטיגע מהלכים { לייען: מחלוקות ליידער},
דינסטאג מאי 08, 2012 6:55 pm#10799
אבי גערעדט האט געשריבן:דער שטן איז שוין נישט געווען אזוי צומישט זינט דעם פארגאנגענעם ערב ראש השנה, ווען מ'האט אים פארנערט מיטן שופר בלאזן.
ער פיקט ארויס פון זיין געפענגעניש ביים אלסטער קאונטי עקסעקעטיוו אויפן טיש, און פרובירט אויסצוגעפינען צו ער גייט זיין פאר די נעקסטע שטיקל צייט אן ארוני אדער א זאלי.
ער ווארט מיט אנגסט, וועלכע זייט ס'וועט פראקלימירן 'מעשה שטן הצליח'.


:like :like
דינסטאג מאי 08, 2012 7:14 pm#10803
פריינדליך האט געשריבן:שמעתי: ביידע זייטען האבן שוין מסכים געווען אז צד מוהרז"ל באקימט דריי קעמפס, און צד מוהר"א באקימט איין קעמפ,

יעצט גייט אן די פארהאנלונגען איבער די נוסח ההסכם, וואס דאס איז גאר א וויכטיגער פונקט פאר זייער צוקנופטיגע מהלכים { לייען: מחלוקות ליידער},

געהערט אין מקווה ?
מיטוואך מאי 09, 2012 3:28 am#10856
אינצווישן האב איך שוין באקומען עפעס א שטיקל פיקטשער דא. דער קאורט האט גע'פסק'ט (פאר יארן צוריק) אז קהל יטב לב דסאטמאר האט נישט קיין בעה"ב, זיי קענען זיך נישט אריינמישן, ממילא קומט אויס אויטאמאטיש אז ווער עס איז מוחזק ביי דעם בלייבט עס, אבער נישט ווייל ער איז בעה"ב, נאר ווייל מען קען נישט מחליט זיין ווער איז יא בעה"ב, ממילא בלייבט דארט דער וואס איז שוין סייווי דארט.

ווען מען האט צוגענומען די פערמיט זיך צו באנוצן מיט דעם האלב געבויעטן שול אויף ראס\ווילסאן, צוליב דעם וואס עס איז דארט געווען א פייער, זענען די ארונים געגאנגען און געזאגט אז היות יעצט איז קיינער נישט מוחזק, ממילא זענען זיי דאך די זעלבע בעלי בתים ווי יענער. און דער שופט האט מסכים געווען, דערפאר איז דער ביעם שול דערווייל פארשפארט.

יעצט טרייעט מען צו טוהן די זעלבע זאך מיט די קעמפס, וועלכע זענען אויך אונטער דעם נאמען פון קהל יטב לב. אויף צו קענען נוצן דעם פלאץ אלץ קעמפ פאר קינדער, דארף מען יעדעס יאר א עקסטערן פערמיט, און אויף דעם טענה'ן די ארונים, מיט וואס איז יענער מער בעה"ב ארויסצוברענגען קינדער ווי איך, איך וויל אויך ארויסברענגען מיינע קינדער דא. און אויף דעם זאגט דער קאונטי עקזעקיוטיוו גערעכט, איך ווייס טאקע נישט ווער איז קהל יטב לב וואס איז בעה"ב אויף די קעמפס, ווייל דער שופט האט דאך נישט מחליט געווען, ממילא, אדער קומטס ענק אויס צווישן זיך, אדער באקומט קיינער גארנישט.

אזוי פארשטיי איך עפעס די מעשה נאכן הערן פון עטליכע מענטשן שטיקעלעך פרטים.
מיטוואך מאי 09, 2012 10:55 am#10880
הדד בן בדד האט געשריבן:אינצווישן האב איך שוין באקומען עפעס א שטיקל פיקטשער דא. דער קאורט האט גע'פסק'ט (פאר יארן צוריק) אז קהל יטב לב דסאטמאר האט נישט קיין בעה"ב, זיי קענען זיך נישט אריינמישן, ממילא קומט אויס אויטאמאטיש אז ווער עס איז מוחזק ביי דעם בלייבט עס, אבער נישט ווייל ער איז בעה"ב, נאר ווייל מען קען נישט מחליט זיין ווער איז יא בעה"ב, ממילא בלייבט דארט דער וואס איז שוין סייווי דארט.

ווען מען האט צוגענומען די פערמיט זיך צו באנוצן מיט דעם האלב געבויעטן שול אויף ראס\ווילסאן, צוליב דעם וואס עס איז דארט געווען א פייער, זענען די ארונים געגאנגען און געזאגט אז היות יעצט איז קיינער נישט מוחזק, ממילא זענען זיי דאך די זעלבע בעלי בתים ווי יענער. און דער שופט האט מסכים געווען, דערפאר איז דער ביעם שול דערווייל פארשפארט.

יעצט טרייעט מען צו טוהן די זעלבע זאך מיט די קעמפס, וועלכע זענען אויך אונטער דעם נאמען פון קהל יטב לב. אויף צו קענען נוצן דעם פלאץ אלץ קעמפ פאר קינדער, דארף מען יעדעס יאר א עקסטערן פערמיט, און אויף דעם טענה'ן די ארונים, מיט וואס איז יענער מער בעה"ב ארויסצוברענגען קינדער ווי איך, איך וויל אויך ארויסברענגען מיינע קינדער דא. און אויף דעם זאגט דער קאונטי עקזעקיוטיוו גערעכט, איך ווייס טאקע נישט ווער איז קהל יטב לב וואס איז בעה"ב אויף די קעמפס, ווייל דער שופט האט דאך נישט מחליט געווען, ממילא, אדער קומטס ענק אויס צווישן זיך, אדער באקומט קיינער גארנישט.

אזוי פארשטיי איך עפעס די מעשה נאכן הערן פון עטליכע מענטשן שטיקעלעך פרטים.

This makes sense But only between us But why is it in the MEDIA ???
מיטוואך מאי 09, 2012 11:33 am#10887
די מידיע זיכט נייעס איבערהויפט סענזאציאנאלא(sensational גוט איבערגעטייטשט?) נייעס פאר זיי איז עס נאך אזוי אינטערעסאנט ווי א גרויס חלק נייעס וואס זיי באריכטן יעדן טאג, נאך דערצו ווען עס קומט מיט א פאליטישע טוויסט.
מיטוואך מאי 09, 2012 11:41 am#10890
סיבה פארוואס ס'איז אין די מידיא, איז וייל די שונאי סאטמאר (זאליס/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין) טוען כל טצדקי שבעולם חרוב צו מאכן סאטמאר, איינע פון זייערע טריקס זענען צו באשמוצן סאטמאר אין די מידיא און דערנאך שרייען אז סאטמאר מאכט א חילול ה', ווי די באקאנטע משל פון די לעשערס און די צינדער
מיטוואך מאי 09, 2012 12:13 pm#10900
העלא האט געשריבן:סיבה פארוואס ס'איז אין די מידיא, איז וייל די שונאי סאטמאר (זאליס/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין) טוען כל טצדקי שבעולם חרוב צו מאכן סאטמאר, איינע פון זייערע טריקס זענען צו באשמוצן סאטמאר אין די מידיא און דערנאך שרייען אז סאטמאר מאכט א חילול ה', ווי די באקאנטע משל פון די לעשערס און די צינדער

ווי שוין געשריבן אנהויב אשכול ביטע האלטן ריין פון פאליטיק אין לשה"ר
מיטוואך מאי 09, 2012 1:10 pm#10907
רק בשמחה האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:סיבה פארוואס ס'איז אין די מידיא, איז וייל די שונאי סאטמאר (זאליס/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין) טוען כל טצדקי שבעולם חרוב צו מאכן סאטמאר, איינע פון זייערע טריקס זענען צו באשמוצן סאטמאר אין די מידיא און דערנאך שרייען אז סאטמאר מאכט א חילול ה', ווי די באקאנטע משל פון די לעשערס און די צינדער

ווי שוין געשריבן אנהויב אשכול ביטע האלטן ריין פון פאליטיק אין לשה"ר

I think its hurting the zoloinem just like its hurting the aroinem. In fact its hurting every single jew :דיסלייק :דיסלייק:
מיטוואך מאי 09, 2012 5:12 pm#10965
יעצט באקומען פון א אפיציעלע טוויטער (מהרז''ל) אז צד מהרז''ל האט באקומען די פערמיטס פאר אלע פיר קעמפס
מיטוואך מאי 09, 2012 5:13 pm#10966
משם ראי'? ס'קען זיין א אפיציעלע געבעקס.
מיטוואך מאי 09, 2012 5:14 pm#10967
ס'נישט פון די אפיציעל טוויטער!
מיטוואך מאי 09, 2012 5:18 pm#10968
יעצט איז אנגעקומען פון די אפיציעלע טוויטער!

@SatmarHQ: BREAKING: Chasdei Hashem! Assemblyman Vito Lopez just called that the final decision is in. We are getting from theCounty Executive the permits for all 4 camps so our kinderlanch can learn and enjoy zimmerwith Rabbi David Rosenberg, as was the case for the past 57 years.
מיטוואך מאי 09, 2012 5:25 pm#10970
Tweet from @SatmarChannel

------------------------

@SatmarChannel: CHASDEI HASHEM...! The county executive just decleard that the camps will Bezras Hashem be open this year! Netzach Yisroel Loi Yeshaker! DTF
מיטוואך מאי 09, 2012 5:26 pm#10971
Zalmanites -- And Lopez -- Win Ulster Camp Battle | New York Daily News m http://t.co/Yp03WjGS m #Satmar -- NYDN Daily Politics (@DNDailyPolitics)
מיטוואך מאי 09, 2012 5:29 pm#10972
העלא האט געשריבן:סיבה פארוואס ס'איז אין די מידיא, איז וייל די שונאי סאטמאר (זאליס/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין) טוען כל טצדקי שבעולם חרוב צו מאכן סאטמאר, איינע פון זייערע טריקס זענען צו באשמוצן סאטמאר אין די מידיא און דערנאך שרייען אז סאטמאר מאכט א חילול ה', ווי די באקאנטע משל פון די לעשערס און די צינדער

:lol: :lol: :lol:
מיטוואך מאי 09, 2012 6:13 pm#10978
די סיבה פארוואס ס'איז אין די נייעס איז פשוט ווייל וויטא לאפעז וויל מיט דעם ווייזען פאליטישע מאכט
מיטוואך מאי 09, 2012 6:31 pm#10981
אורח האט געשריבן:די סיבה פארוואס ס'איז אין די נייעס איז פשוט ווייל וויטא לאפעז וויל מיט דעם ווייזען פאליטישע מאכט

I heard from gantz geeteh mekor. That SHEA HECHT was a 2 facer. VD"L