Under maintenance
הויפט זייט » אריאל שרון געשטארבען

אריאל שרון געשטארבען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5660
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 7:13 pm#175541
אריאל שרון געשטארבען
דעם שבת איז אריאל שרון געועזענע גענעראל, פארטיידיגונג מיניסטאר, אויסערען מיניסטאר, און פרעמעיער מיניסטער פון מדינת ישראל, געשטארבען אין עלטער פון 85 יאהר נאכ'ן ליגן באוואוסטלאז פאר 8 יאהר.

די טויט פון אריאל שרון איז א שליסונג פון א קאפיטל היסטאריע אין מדינת ישראל, ער איז געווען א דאמינאנטע שפילער אין כמעט אלע קריגן פון מדינת ישראל, און שפעטער די מערסט קאנטרעווערסיאלע פרעמעיר מיניסטאר.

שרון איז געווען א היסטארישע פיגור, און ווי עס איז די נאטור פון גרויסע פיגורען איז ער געווען זייער קאנטראווערסיאל, א העלדישע און בראווע קעמפער אויפן שלאכטפעלד, און א געריבענע פוקס אויף די פאליטישע ארענע,

ווי די שפריכווארט גייט מען קען אים ליב האבן אדער פיינט האבן נישט איגנארירן, פון גאנץ אנהויב פון די עקזיסטענץ פון די אידישע לאנד איז ער געווען בארימט אלס העלדיש קעמפער, און שפעטער איז ער געווען דער וואס האט אין א געוויסען זין געפארעמט די צה"ל וואס מיר קענען היינט, מאנכע האבן אים געהאלטן אלס איינער וואס נוצט איבערגעטריבענע כח ראנאלד רעיגען שרייבט אין זיין טאגבוך אויף אים "א קריגערישע מענטש וואס פרייט זיך ווען ער האט א סיבה צו גיין אין קריג"

אבער אינדערצייט וואס אלע האבן מודה געווען אין זיינע טאלאנטען, איז אבער געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז מען דארף אים אוועקהאלטן פון פירערשאפט פאזיציעס, דוד בן גוריון האט אים געוואלט שטעלן אלס רמטכ"ל אבער משה דיין האט זיך געגנגעשטעלט.
די קעגנער זיינע האבן געהאלטן אז ער איז צו א אימפולסיווע מענטש און טוט וואס ער פארשטייט, און שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט און זאגט ליגענט פאר זיינע אויבערהארן,

דאס איז אמת אז ער האט געזאגט ליגנט, אבער דאס איז געקומען ווייל ער האט געהאלטן אז פאליטישע פירער קענען נישט פאסן קיין באשלוסן פאר זעלנער אויפן שלאכטפעלד דעריבער האט ער געפיטערט די רעגירונג מיט פאלשע אינפארמאציע, א ביישפיל איז דאס וואס פאר מלחמת ששת הימים איז ער געווען ביי די מיינונג אז מען דארף מאכן א מיליטערישע פוטש און נעמען אליין באשלוסן וויבאלד ער האט געהאלטן אז די רעגירונג נעמט אומריכטיגע באשלוסן.

דאס איז געווען אריאל שרון. ריכטיג איז געווען בלויז וואס אין זיינע אויגן איז ריכטיג, אויפ'ן שלאכטפעלד האט ער זיך נישט קיין סאך געקימערט וואס מען וועט זאגן אין די וועלט, ער האט געהאלטן פאקוס אויפ'ן ציהל, און זיך אוועקגעגעבן מיט'ן גאנצן אייפער פאר די ציהל, ער האט אליין געקעמפט אונטער פיינטליכע ליניעס, אפילו ער האט געקענט שיקן זיינע קאמעראדן און סאלדאטן.

למעשה האט זיך ארוסגעשטעלט אז ער איז געווען אין א געוויסע זין די ארכיטעקט פון צה"ל אין די פארעם וואס מיר קענען, ער האט אויפגעשטעלט מיט זיינע צעהן פינגער די קאמאנדא אפטיילונג אין צה"ל, און עווענטועל האט אים יצחק ראבין געשטעלט אין א פירערשאפט פאזיציע אין די מיליטער.

כאטש ער קומט פון א לינקע בעקגראונד, און ער איז געווען א הגנה מיטגליד און א קיבוצניק האט ער אייביג געהאט מיליטאנטישע נייגונגען און דאס האט אים געברענגט זיך אנצושליסן אין ליכוד, און ער האט טאקע געפירט א פאליסי פון "ארץ ישראל השלמה" און ער איז אנגערופן געווארן די פאטער פון די התנחלות באוועגונג, און ער איז באקאנט מיט זיין לאזונג "דין נצרים כדין תל אביב"

אנקומענדיג צו די פאזיציע פון פרעמעיר מיניסטער האט ער פארמירט ארום זיך א ענגע גרופע פון יונגע ענערגישע מיטארבעטער, און זיך ארומגענומען מיט געשוואורענע חברים, באקאנט אלס "פורום חוות השקמים" די מיטארבעטער זענען אים געווען אויסערגעווענליך געטריי, די באציאונגען צווישן זיי איז געווען ענדערש ווי א טאטע מיט קינדער ווי צו ארבעטער, און דאס קען גערעכנט ווערן אלס חלק פון זיין הצלחה.

אלס מיליטערמאן און מיניסטער איז ער געווען היבש פארפיינטעט ביי די לינקע און צענטריסטן, אבער שפעטער האט ער אנגעהויבן מער ציען צו לינקס, מען קען שוין טרעפן די נטייה ווען ער איז געווען אויסערען מיניסטער אונטער נתניהו און ער איז געווען פון די שטארקע שטופערס פון די וואי פלענטעישאן אפמאך, און נאך שפעטער מיט די התנתקות אלס ראש ממשלה.

איך וועל אפשר מער מאריך זיין שפעטער איבער די התנתקות און וואס האט אים געברענגט דערצו אבער איין זאך זאל זיין קלאר פאר מ'קריטיקרט אים ווער עס קריטיקירט אים פאר די התנתקות זאל אים אויך געבן קרעדיט אויף אלע התנחלות וואס שטייען יא! אויב איז דא איין אינדיווידועלע מענטש פאר וועם עס קומט קרעדיט פאר די גאנצע התנחלות באוועגונג איז עס "אריאל שרון"

ווי פריער געזאגט שרון האט מען געקענט פיינט האב אדער ליב האבן אבער ניטש איגנארירן, ער איז געווען א היסטארישע פיגור און א שטייפע פירער, ער האט געהאט פארברענטע שונאים וואס האבן געשריגן "אריק שרון עוכר ישראל" אבער אויך געשוואורענע אנהענגער וואס האבן געשריגען "אריק שרון מלך ישראל"

איין גאר כאראקטעריסטישע שטריך איז די ענדלאזע צוטרוי וואס ער האט געהאט ביי זיינע ארומיגע, סיי אין די מליטער און סיי אין פאליטיק זיינס א ווארט איז געווען הייליג ביי זיינע פריינט און מיטארבעטער, און זיי זענען געגאנגען אין פייער פאר אים, דאס איז געקומען פון זיין שטארקע כריזמע אבער אויך פון זיין גאר ווארימע פערזענליכקייט, ער האט געקענט די פאמיליעס פון אלע זיינע מיטארבעטער און איז געווען פערזענליך פארבינדען מיט זיי אין פריוואט לעבן [אינטרעסאנט אין זיינע מעמוארען שרייבט ער אז זיינע עלטערען האבן נישט געגעבן צופיל ליבשאפט, עס האט ווייזט אויס אים געשטערט און ער האט פרובירט צו זיין פארקערט]

איש עברי פערזענליך איז א שטארקע סימפאטיקער פון אריק שרון, אין מיינע אויגן זענען זיינע פירערשאפט קוואליפיקאציעס געווען אויסערגעווענליך, און אזוי ווי זיינע מילטערישע סטראטעגיעס ווערן געלערנט היינט צוטאג אין פילע מילטערישע אקאדעמיעס ארום די וועלט איז דא אסאך זיך צו לערנען אויך פון די וועג וויאזוי ער האט געפירט דאס לאנד אלס ראש ממשלה.

איך מיין אז טאקע דאס איז געווען זיין וועג אויפ'ן שלאכטפעלד דארף מען זיין ברוטאל, און נישט ווייזן קיין טראפ שוואכקייט, אבער ער איז געווען א רעאליסט און געוויסט אז מען וועט נישט קענען בלייבן אין עזה אויף אייביג דעריבער האט ער זיך ענדערש ארויסגעצויגן ווען קיינער האט אים נישט געצווינגען ווי איידער צו זיצן מיט די אראבער ביים טיש ווייל דאס וואלט געוויזן חולשה, ער האט פארשטאנען די אראבישע מענטאליטעט אז נאר כח איז עפעס ווערט און דעריבער איז ער טאקע רעספעקטירט געווארן פון די אראבער וואס טראץ די שנאה צו אים האלטן זיי אים פאר א גרויסע פירער ווי נאסראלע ימ"ש די פירער פון חיזבאלא האט געזאגט אין א רעדע "שרון איז געווען די לעצטע קעניג פון די אידישע פאלק"

זאל אים זיינע זכותים ביישטיין!

אט איז גאנץ א פיינע דאקומענטרי איבער אים [טאמער נישט קומט נישט מיט טענות כ'האב נאר געהערט א קליין חלק]
m http://www.youtube.com/watch?v=Cj2rjx7P8VE m
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:15 pm#175547
זייער שיין באשריבען. ווען האט עס נאסראללא געזאגט?
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:19 pm#175549
ראשעקאל האט געשריבן:זייער שיין באשריבען. ווען האט עס נאסראללא געזאגט?

יא, מיר ליגט עפעס אין קאפ אז די אראבער האבן אים געוואלט הרגנ׳ן ווען ער איז ארויף אויפן הר הבית (געוויסע האלטן אז דאס איז געווען די פונק וואס האט אנגעצינדען די צווייטע אינטיפאדא)
אפשר איז עס געווען א צווייטער?
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:28 pm#175551
ראשעקאל האט געשריבן:זייער שיין באשריבען. ווען האט עס נאסראללא געזאגט?

m http://news.walla.co.il/?w=/13/2610462 m
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:29 pm#175552
אלס ווייסער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:זייער שיין באשריבען. ווען האט עס נאסראללא געזאגט?

יא, מיר ליגט עפעס אין קאפ אז די אראבער האבן אים געוואלט הרגנ׳ן ווען ער איז ארויף אויפן הר הבית (געוויסע האלטן אז דאס איז געווען די פונק וואס האט אנגעצינדען די צווייטע אינטיפאדא)
אפשר איז עס געווען א צווייטער?


דאס ארויפגיין אויפ'ן הר הבית האט גארנישט געהאט צוטאן מיט די אויסברוך פון די צווייטע אינטיפאדא, די צווייטע אינטיפאדא האט אויסגעבראכן א טאג פריער אויף די דירעקט באפעהל פון אראפאט ימ"ש, עס איז א היסטארישע ליגנט וואס די אראבער מיט די סאטמארע פארקויפן
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:45 pm#175555
איש עברי האט געשריבן:דאס ארויפגיין אויפ'ן הר הבית האט גארנישט געהאט צוטאן מיט די אויסברוך פון די צווייטע אינטיפאדא, די צווייטע אינטיפאדא האט אויסגעבראכן א טאג פריער אויף די דירעקט באפעהל פון אראפאט ימ"ש, עס איז א היסטארישע ליגנט וואס די אראבער מיט די סאטמארע פארקויפן


האסט עפעס מקורות דערויף? וויקיפידיע נעמט אן מיט א פשטות אז יא שרון האט עס אנגעפאנגען, מיט מקורות פארשטייט זיך.

קאררעקשן: אביסל שפעטער אין בלאט זעה איך טאקע די יש אומרים אז עס האט קיין שייכות געהאט, עכ"ז אין די וועלט קוקט עס נישט אויס צו זיין אנגענומען.
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:52 pm#175556
יא ער איז דאן ארויף אויפן הר הבית וואס דאס האט אנגעצינדן די צווייטע אינטעפאדא.
אן אינטרעסאנטע עפיזאד האט ער אמאל געהאט מיט דעם חבדסקער ווען ער איז געווען דא אין נוי יארקביים רבין און ער האט געדארפט אהיים פארן האט אים דער רביגעזאגט פאר נישט צום סוף האט מען געהיידזשעקט יענעם פליגער און בזכותו איז ער געראטעוועט געווארן.
http://m.chabad.org/multimedia/media_cdo/aid/2451287/jewish/Prime-Minister-Ariel-Sharon-and-the-Rebbe.htm

http://m.chabad.org/therebbe/livingtorah/player_cdo/aid/574972/jewish/Behind-the-Miracle.htm
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:55 pm#175558
DotCom האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:דאס ארויפגיין אויפ'ן הר הבית האט גארנישט געהאט צוטאן מיט די אויסברוך פון די צווייטע אינטיפאדא, די צווייטע אינטיפאדא האט אויסגעבראכן א טאג פריער אויף די דירעקט באפעהל פון אראפאט ימ"ש, עס איז א היסטארישע ליגנט וואס די אראבער מיט די סאטמארע פארקויפן


האסט עפעס מקורות דערויף? וויקיפידיע נעמט אן מיט א פשטות אז יא שרון האט עס אנגעפאנגען, מיט מקורות פארשטייט זיך.


איך האב געהאט אזוי אין זכרון א קורצע זוך אין וועב האט געברענגט די רעזולטאטן [ויקיפדיה ערך אריאל שרון האט מיך צוגעפירט אהין] ותן לחכם ויחכם עוד

m http://www.jewishfederations.org/page.aspx?id=10761 m
m http://www.news1.co.il/Archive/003-D-48 ... g=00-01-54 m
m http://www.memri.org.il/cgi-webaxy/sal/ ... dataid=335 m
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:00 pm#175560
אפאר ראזשינקעס

ער איז געבוירן צו זיין טאטן שמואל שיינרמן פון בריסק דליטא אבער איך מיין אז די משפחה זענען געווען גערע חסידים,

ער האט געהאט א שוועסטער וואס איז פרום געווארן זי האט געוואונט אין ברוקלין זי האט געהייסן יהודית מאנדל, זי איז געווען צוקריגט מיט אים וועגן ירושה זאכן.

די קוריאזע טעבלויד "שעה טובה" איז די וואך ארויסגעקומען מיט פרישע באווייזן אויף די אלטע אנטשעפעניש אז זיין מאמע איז געווען א גויט'ע,
ווער סווייסט מער איבער די אלע ראזשינקעס זאל זיך מעלדן
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:03 pm#175562
שרון איז געבוירן ה' אדר תרפ"ח (February 26 1928) צו זיינע עלטערן שמואל און דבורה שיינערמאן.

איידערן ווערן דער פרעמיער האט שרון געדינט ווי א גענעראל אין דער ישראל-ארמיי. שרון איז געווען באקאנט מיט זיין רעכטן פאליטיק, אבער איז אריין אין היסטאריע מיט דער 'התנתקות', ווען דער ישראל-ארמיי האט זיך צוריקגעצויגן פון עזה.

שרון האט געדינט אלס שר הביטחון (Minister of Defense) אין די יארן פון 1981 ביז 1983, ער האט איבערגענומען און צוריק איבערגענוומען געווארן אדורך מנחם בגין.

דערנאך האט ער געדינט אלס שר התעשייה, מסחר והתעסוקה (Industry, Trade and Labor Ministry) אין די יארן פון 1984 ביז 1990.

דערנאך אלס שר בינוי והשיכון (Minister of Housing and Construction) פון 1990 ביז 1992.

דערנאך אלס שר האנרגיה והמים (Minister of Energy and Water Resources) פון 1996 ביז 1999

אזוי אויך אלס שר החוץ (Minister of Foreign Affairs) פון 1998 ביז 1999

און 1999 האט ער איבערגענומען פונעם איצטיגן פרעמיער ביבי נתניהו, דעם טיטל טשערמאן פונעם ליכוד פארטיי ווי ער האט געדינט ביז 2005 ווען אהוד אולמערט האט אים איבערגענומען

דערנאך האט ער אין מארטש 7 2001 איבערגענומען דעם פרעמיער אהוד באראק. און געדינט ביז אפריל 14 2006 ווען אהוד אולמערט האט אים איבערגענומען.

און אין 2005 האט מען געגרינדערט דעם קדימה פארטיי ווי ער האט געדינט אלס טשערמאן ביז 2006 ווען אהוד אולמערט האט אים איבערגענומען

ער האט געליטן פון א סטראוק אין 2005 און א צווייטע אין 2006.

זיין ערשטע ווייב מרגליות איז געהרג'ט געווארן אין א קאר עקסידענט אין יאר 1962. פון וועם ער האט געהאט א זון גור, וואס איז געהרג'ט געווארן זיך שפילענדיג מיט א רעוואלווער. א יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט צו איר שוועסטער, לילי, און געהאט צוויי קינדער עמרי און גלעד, זיין צווייטע ווייב איז געשטאבן אין יאר 2000 פון יענע מעשה אויף די לינגן א יאר פאר ער איז געווארן דער ראש הממשלה.
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:10 pm#175565
מן הסתם די וויכטיגסטע פונקט אין זיין מיליטערישע היסטאריע איז דאס אויפשטעלן די קאמאנדא איינהייט וואס רופט זיך "יחידה 101"
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:16 pm#175566
נאך א שטריך פון אים איז געווען זיין שארפע צונג און טרעפליכע ענטפערס למשל:

נאכ'ן גרינדען קדימה האט ער אריינגענומען שמעון פערעס [וואס איז נאך דעמאלטס געווען היבש פארפיינטעט פאר'ן פארבעסערן זיין אימעדש] האט מען אים געפרעגט צו ער קלערט נישט אז פערעס וועט אים שלעפן לינקס, האט ער געענטפערט "איך מאך נישט אוועק שמעון פערעס'נס פיזישע שטארקייט אבער איך גלייב נישט אז ער קען מיך שלעפן"

שטייענדיג אויף א בערגל אין עזה מיט זיינע סאלדאטן האט אים איינער פון די סאלדאטן געזאגט אז נישט אלע אראבער זענען שלעכט עס זענען אויך דא גוטע אראבער שרון האט אלס ענטפער געטייטלט אין ריכטונג פון א אראבישע בית הקברות און געזאגט "ריכטיג דארט זענען זיי"

א באקאנטע שפריכווארט פון אים "מה שלא הולך בכח הולך ביותר כח"
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:32 pm#175571
אריאל שרון וועט אלעמאהל ווערן געדענקט לשמצה, בה' הידיעה, פאר אויסאקערן דעם הערליכען גארבעבידזש דאמב, ער האט מיט א אכזריות'דיגע בארבארישקייט און מיט פרעכהייט אינאיינעם פארוואדעלט דעם גארבידזש דאמב [און שטאט היריה]צו א פארק, א שטאטס פארק, היינט צו טאג איז כמעט שוין נישט דא קיין שום זכר פון דעם גרויסן גארבידזש דאמב.
דער גארבידזש דאמב איז געוועהן בשכינות צום שטאט חיפה, און צו ווי עס איז אהין געקומען דער גארבידזש פון א גרויסע חלק פון מיטל ארץ ישראל צו דעם באקאנטען הערליכען היריה גארבידזש לענדפיעלד.

דא האט איהר פיר הערליכע בילדער, וואס טאקע איהר איינציגסטע זכרון איז בלויז אין בילדער, פון דער נייע פארק קענט פארגעסן אז איך זאל ארויף שטעלן בילדער.
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:41 pm#175572
פשיהא! אזוי שיין משלב צו זיין דעם לעיני כל ישראל מיטן בראשית...נאר א חוזה קען אזאנס באווייזן...
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:50 pm#175575
הרב דר. יונתן זאקס, דריקט אויס מיטלייד מיט די פטירה פון לוחם מלחמות ה', אריאל שרון זצ"ל:
On hearing news of the sad passing of former Israeli Prime Minister Ariel Sharon, Rabbi Sacks issued the following comment:
“There are two words for strength in Hebrew: koach and gevurah. But they mean quite different things. Koach means the strength to overcome your enemies. Gevurah means the strength to overcome yourself. Koach is the strength to wage war. Gevurah is the strength to make peace.
“Throughout his remarkable life, Ariel Sharon was a man both of koach and gevurah. He was a warrior who became a man of peace.
“He will be remembered as an individual who demonstrated his strength on the battlefield and inspired a nation to achieve remarkable victories in seemingly impossible battles, most dramatically in the 1973 Yom Kippur War.
“He will also be remembered as an individual who demonstrated his strength in the political arena, leading his country with conviction and through a series of painful steps, to negotiate with enemies in the ongoing pursuit of peace.
“At this most difficult of times, we offer our condolences to his family. Their loss is not just a deeply personal one, but a national one for the State of Israel as well as for all of Am Yisrael. May they be comforted among the other mourners of Zion.”


כו"ח וגבור"ה נתן בהם, להיות מושלים בקרב תבל. ודפח"ח.

---

פארגאנגענע וואך, ווען די אראלים מיט די מצוקים האבן זיך גע'הרג'ט, האט רב זאקס שוין מספיד געווען שרון'ען, אין א שמועס מיט CNN
m http://amanpour.blogs.cnn.com/2014/01/09/sacks/ m
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:20 pm#175580
א גרויסן דאנק, איש עברי, פאר'ן אריבערקומען פון דעם אנדערן זייט טייך/ים דערציילן די אויפריכטיגע ביאגראפיע אויף דעם לעגענדארן שרון.
יש לציין אז אלס קינד זענען זיינע רוסישע עלטערן געווען צוקריגט מיט די גאנצע דארף וואו זיי האבן געוואוינט, מען האט נישט געקויפט און פארקויפט קיין שום גרינס פאר זיי, און זיי האבן נישט געמעגט נוצן די דארטיגע קליניק. אלס קינד איז אריק אראפגעפאלן און באקומען א טיפע וואונד, ס'האט געגאסן בלוט, זיין מאמע האט נישט געהאט קיין ברירה און זי איז געלאפן מיט אים אויף די הענט צוויי מייל צו א פרעמדער דאקטאר. דער אינצידענט איז אים שטארק געבליבן אין די ביינער, לויט זיין אויטאביאגראפיע. ווי עס זעט עס איז די סארט בלוט געלאפן אין די משפחה. איך וועל נישט זיין שאקירט צו הערן אז זיי ציען דעם יחוס צו דוד המלך (נישט דוקא דורך רש"י כמבואר בכל היחוס בריוון).
מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:29 pm#175581
יהא זכרו ברוך. עליה השלם כל הקרבנות כולם
זונטאג יאנואר 12, 2014 5:07 am#175638
גד החוזה האט געשריבן:אריאל שרון וועט אלעמאהל ווערן געדענקט לשמצה, בה' הידיעה, פאר אויסאקערן דעם הערליכען גארבעבידזש דאמב, ער האט מיט א אכזריות'דיגע בארבארישקייט און מיט פרעכהייט אינאיינעם פארוואדעלט דעם גארבידזש דאמב [און שטאט היריה]צו א פארק, א שטאטס פארק, היינט צו טאג איז כמעט שוין נישט דא קיין שום זכר פון דעם גרויסן גארבידזש דאמב.
דער גארבידזש דאמב איז געוועהן בשכינות צום שטאט חיפה, און צו ווי עס איז אהין געקומען דער גארבידזש פון א גרויסע חלק פון מיטל ארץ ישראל צו דעם באקאנטען הערליכען היריה גארבידזש לענדפיעלד.

דא האט איהר פיר הערליכע בילדער, וואס טאקע איהר איינציגסטע זכרון איז בלויז אין בילדער, פון דער נייע פארק קענט פארגעסן אז איך זאל ארויף שטעלן בילדער.


מתוך שבחו אתה בא לידי גנותו אט האט איר בילדער וויאזוי סזעהט אויס היינט
זונטאג יאנואר 12, 2014 6:43 am#175643
איש עברי האט געשריבן:איש עברי פערזענליך איז א שטארקע סימפאטיקער פון אריק שרון, אין מיינע אויגן זענען זיינע פירערשאפט קוואליפיקאציעס געווען אויסערגעווענליך, און אזוי ווי זיינע מילטערישע סטראטעגיעס ווערן געלערנט היינט צוטאג אין פילע מילטערישע אקאדעמיעס ארום די וועלט איז דא אסאך זיך צו לערנען אויך פון די וועג וויאזוי ער האט געפירט דאס לאנד אלס ראש ממשלה.

איך מיין אז טאקע דאס איז געווען זיין וועג אויפ'ן שלאכטפעלד דארף מען זיין ברוטאל, און נישט ווייזן קיין טראפ שוואכקייט, אבער ער איז געווען א רעאליסט און געוויסט אז מען וועט נישט קענען בלייבן אין עזה אויף אייביג דעריבער האט ער זיך ענדערש ארויסגעצויגן ווען קיינער האט אים נישט געצווינגען ווי איידער צו זיצן מיט די אראבער ביים טיש ווייל דאס וואלט געוויזן חולשה, ער האט פארשטאנען די אראבישע מענטאליטעט אז נאר כח איז עפעס ווערט און דעריבער איז ער טאקע רעספעקטירט געווארן פון די אראבער וואס טראץ די שנאה צו אים האלטן זיי אים פאר א גרויסע פירער ווי נאסראלע ימ"ש די פירער פון חיזבאלא האט געזאגט אין א רעדע "שרון איז געווען די לעצטע קעניג פון די אידישע פאלק"

זאל אים זיינע זכותים ביישטיין!


גארנישט פרעזענליך, אבער עפעס א פסוק, כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם... זיי נישט סימפאטיק צו נבילה סרוחה אן אפיקורוס-קרימינאל וואס האט כל ימי חייו געטוהן נאר פאר זיך.

ישראל בטח בה'.

"זיינע" זכותים זאל אים ביישטיין, איז לועג לרש (לרשע)... וועלעכע זכותים? ער האט ניטאמאל געגלייבט אינעם ריבונו של עולם, האט ער דען געהאלטן איינע פון די תרי"ג מצוות?

מלחמות אויף ארץ ישראל? יאסער עראפאט האט אויך געקמפט פאר "ארץ ישראל", נו, א זכות? קודם דארף ער זיין א איד, וואס ער איז נישט געווען נישט ביחוס און נישט במעשיו.

ער האט געוויזן שטארקייט ווען דאס האט אים געברענגט כבוד אינעם שלאכט פעלד, טראץ וואס האט אפגעקאסט הונדערטע אדער טויזנטע אידישע קרבנות. און האט געוויזן שוואכקייט, טראץ וואס דאס האט אפגעקאסט הונדערטע אידישע קרבנות, ווען דאס האט אים געברענגט כבוד אינעם פאליטישן פעלד.

שרון איז נישט געווען קיין קעניג, פונקט ווי נאסראלע איז נישט קיין קעניג. זיי זענען ביידע ביליגע פאליטיקאנטן מיט שגעון גדלות, גרייט צו פארברענען זייערע אייגענע פאלק פאר זייערע קאפריזן ווער רעדט צו מאכן מלחמות און בלוט בעדער פאר א טראפ כבוד און נצחון.

זאלן "אונזערע" זכותים ביישטיין פאר אונז, און פאר גאנץ כלל ישראל, צו געראטעוועט ווערן פון אלע זייערע גלייכנס וואס זענען נאך נישט געשטארבן.

ווי שנעלער ווערט מען פטור פון אזעלכע מפלצות איז די וועלט אלץ מער פארזיכערט!
זונטאג יאנואר 12, 2014 6:58 am#175645
גאנץ שארף געזאגט אבער אלס חבד'ניק וואלסטו געמעגט וויסן אז די רבי האט מחשיב געווען שרון און האט געהאלטן א נאהנטע קשר מיט אים שריפטליך אן מונדליך, און ער איז געווען די סאמע גרעסטע קעמפער זיינע אלע יאהרן פאר שלימות הארץ, דעריבער האט ער אויסדרוקליך זכותים.
איך וואלט הנאה געהאט צו דיסקוטירן מיט דיר אויב דו קענסט מיר פונקטליכער מסביר זיין פון ווי די נעמסט דיין הנחה אז "ער האט געוויזן שטארקייט ווען דאס האט אים געברענגט כבוד אינעם שלאכט פעלד" ער איז געווען א העלדישע קעמפער פון זיין יוגנט פאר ער האט געחלומ'ט פון אנקומען צו א הויכע פאזיציע, ער איז שווער פארוואונדעט געווארן אויפ'ן שלאכטפעלד און איז כמעט געשטארבן, ער האט שפעטער אלס מפקד זיך אליין איינגעשטעלט דאס לעבן טראץ וואס ער האט געקענט שיקן סאלדאטן און אזוי ווייטער., איך מיין אז די אלע זאכן טוט מען נישט פאר כבוד נאר פון א טיפע געפיהל און איבעצייגונג אויף די רעכט פון עם ישראל צו ארץ ישראל.

עס איז קלאהר אז די התנתקות איז א פלעק אויף זיין גלענצענדע רעקארד [הגם אין מיינע אויגן איז עס געווען א גרויסע טובה פאר מדינת ישראל] אבער דאס נעמט נאכנישט אינגאנצן אוועק זיינע אלע אויפטוען במשך זיין לעבן,
וואס דו שרייבסט אז זיינע שלאכטן האבן געקאסט הונדערטער נפשות, זאלסטו וויסן אז אריאל שרון מיט זיינע מלחמה טאקטיקן האט געראטעוועט טויזענטער [און אפשר הונדערטער טויזענטער] לעבנס פון סאלדאטן און ציווילע.

וואס איז נוגע תורה ומצוות איז אמת אז ער איז געווען זייער ווייט פון דעם, אבער ער איז בכלל נישט קיין "נבילה סרוחה" וועגן דעם, ער איז אויפגעצויגן געווארן אין א לינקע קיבוץ און ער האט פשוט נישט געהאט קיין שייכות צו רעליגיע נישט בעד און נישט נגד, אויב די האלטסט אז איינער וואס האלט נישט קיין תורה ומצוות האט נישט קיין שום זכותים ביטע ברענג א מקור דערויף
זונטאג יאנואר 12, 2014 7:05 am#175647
יאיר האט געשריבן: ווי עס זעט עס איז די סארט בלוט געלאפן אין די משפחה. איך וועל נישט זיין שאקירט צו הערן אז זיי ציען דעם יחוס צו דוד המלך (נישט דוקא דורך רש"י כמבואר בכל היחוס בריוון).


קומט אויס אז ער איז גאנץ א נאהנטע קרוב מיט בורשטינע רבי
זונטאג יאנואר 12, 2014 10:39 am#175677
נייע ריפארטס זאגן אז פון באווייזן וואס מ'האט שטעלט זיך ארויס אז זיין מאמע איז געווען אן ערלית. ממילא איז שרון קיין איד בכלל נישט געווען.

אנדערע זאגן אז ער איז ניטאמאל געווען גע'מל'ט.

שטעלט זיך ארויס אז שרון איז בכלל נישט קיין פושע ישראל אויך נישט!
דאס זענען דיינע פירער מדינת ישראל!
זונטאג יאנואר 12, 2014 10:58 am#175689
.
זונטאג יאנואר 12, 2014 11:22 am#175693
נאטרוליסט האט געשריבן:נייע ריפארטס זאגן אז פון באווייזן וואס מ'האט שטעלט זיך ארויס אז זיין מאמע איז געווען אן ערלית. ממילא איז שרון קיין איד בכלל נישט געווען.

אנדערע זאגן אז ער איז ניטאמאל געווען גע'מל'ט.

שטעלט זיך ארויס אז שרון איז בכלל נישט קיין פושע ישראל אויך נישט!
דאס זענען דיינע פירער מדינת ישראל!


ביטע ברענג פונקטליך די אלע רעפארטס, ס'איז סתם א נארישע ווערטעל וואס אפאר מתנחלים האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף צו טשעפען די שרון פאמיליע.

צו ער האט זיך געמל'ט צו נישט געדענק איך נישט, און איך בין אויך נישט געגאנגען אין די זעלבע מקוה ממילא קען איך דיר נישט ענטפערען, אבער אז מרעדט שוין זאלסטו וויסן אז ער האט געהאט א רעליגיעזע שוועסטער איז זי אויך געווען א גוי'טע?

און חוץ פון די אלע זאכן אויב איז ער געווען א גוי איז דאך אוודאי גוט לשיטתך?
זונטאג יאנואר 12, 2014 11:30 am#175695
.
זונטאג יאנואר 12, 2014 11:38 am#175699
גד החוזה האט געשריבן:אריאל שרון וועט אלעמאהל ווערן געדענקט לשמצה, בה' הידיעה, פאר אויסאקערן דעם הערליכען גארבעבידזש דאמב, ער האט מיט א אכזריות'דיגע בארבארישקייט און מיט פרעכהייט אינאיינעם פארוואדעלט דעם גארבידזש דאמב [און שטאט היריה]צו א פארק, א שטאטס פארק, היינט צו טאג איז כמעט שוין נישט דא קיין שום זכר פון דעם גרויסן גארבידזש דאמב.
דער גארבידזש דאמב איז געוועהן בשכינות צום שטאט חיפה, און צו ווי עס איז אהין געקומען דער גארבידזש פון א גרויסע חלק פון מיטל ארץ ישראל צו דעם באקאנטען הערליכען היריה גארבידזש לענדפיעלד.

דא האט איהר פיר הערליכע בילדער, וואס טאקע איהר איינציגסטע זכרון איז בלויז אין בילדער, פון דער נייע פארק קענט פארגעסן אז איך זאל ארויף שטעלן בילדער.

ס'איז בשכנות צום עיר "השביתות והזבל" בני ברק נישט חיפה.
זונטאג יאנואר 12, 2014 12:46 pm#175716
.
זונטאג יאנואר 12, 2014 12:49 pm#175717
וועלכע צייטונג?
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:07 pm#175727
על כן ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה! גדול כים שברינו! או מי יחמול עליך ירושלים!
כלל ישראל קען נישט צו זיך קומען פון די גרויסע אבידה.
זכותו הגדול יגן עלינו!
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:19 pm#175731
כתר מלכות האט געשריבן:על כן ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה! גדול כים שברינו! או מי יחמול עליך ירושלים!
כלל ישראל קען נישט צו זיך קומען פון די גרויסע אבידה.
זכותו הגדול יגן עלינו!


סאיז נישט אפגעפרעגט וואס די שרייבסט אבער ספאסט נישט אזוי שטארק צו קלאגן אויף איינער וואס איז סוף כל סוף נישט געווען משלנו.
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:20 pm#175732
איש עברי האט געשריבן:וועלכע צייטונג?

Post
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:25 pm#175734
שם רשעים ירקב

באבוד רשעים רנה

ספעציעלע דינים איבער די הנהגה ווען אן אפיקורס שטארבט עי' בהל' אבילות
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:28 pm#175736
נאר,,פרייליך האט געשריבן:שם רשעים ירקב

באבוד רשעים רנה

ספעציעלע דינים איבער די הנהגה ווען אן אפיקורס שארבט עי' בהל' אבילות


ועי' עוד ביואל משה ובעל הגאולה ועל התמורה ובס' עת נסיון ובס' משכנות הרועים ובס' תיקון עולם ובס' פרשת הכסף ותמצא נחת
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:32 pm#175738
ראשעקאל האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:וועלכע צייטונג?

Post

Ny?
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:35 pm#175740
פארוואס האט די פאסט נישט געשריבן אויף שרון who didnt want him dead אזוי ווי אויף שטארק
חבד'ניק, כתר מלכות, נאר פרייליך....
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:35 pm#175741
כתר מלכות האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:וועלכע צייטונג?

Post

Ny?

יא
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:41 pm#175743
געפעלט מיר עפעס נישט, שרון איז געווען א הארץ און להבדיל אלף אלפי הבדלות ר׳ מנחם שטארק הי״ד איז געווען א פערזאן וואס קיינער האט אים נישט געוואלט בין החיים. שרונ׳ס טויט באוויינען זיי, און להבדיל ר׳ מנחם׳ס פטירה באזינגען זיי. נייס.
עברי מען דארף נישט אריינקוקען אין די אלע מראי מקומות וואס דו האסט אנגעגעבן, א בליק אין די פאוסט פון יענע וואך און די וואך, מאכט קלאר דאס בילד.
זונטאג יאנואר 12, 2014 2:43 pm#175745
איש עברי האט געשריבן:פארוואס האט די פאסט נישט געשריבן אויף שרון who didnt want him dead אזוי ווי אויף שטארק
חבד'ניק, כתר מלכות, נאר פרייליך....

ווייל מצא מין את מינו.
זונטאג יאנואר 12, 2014 3:51 pm#175775
איש עברי האט געשריבן:פארוואס האט די פאסט נישט געשריבן אויף שרון who didnt want him dead אזוי ווי אויף שטארק
חבד'ניק, כתר מלכות, נאר פרייליך....

אן איש מעבר לים איז שווער צו פארשטיין די שנאה ליהודי ואהבה לאפיקורסים וואס טוט'זיך דא אפ אינעם אנדערן זייט ים
זונטאג יאנואר 12, 2014 3:53 pm#175778
איש עברי האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:שם רשעים ירקב

באבוד רשעים רנה

ספעציעלע דינים איבער די הנהגה ווען אן אפיקורס שארבט עי' בהל' אבילות


ועי' עוד ביואל משה ובעל הגאולה ועל התמורה ובס' עת נסיון ובס' משכנות הרועים ובס' תיקון עולם ובס' פרשת הכסף ותמצא נחת


עי' עוד בספרי חוזה המדינה הערצל שר''י ובכתבי דוד בן גריון שר''י ובספרי הר' קוק איבער לענגערע באריכטען כדוגמת איש עברי דנן

עי' שם ותמצא עברי דנן

די מזרחי ברענגט בילדער אינאיינעם מיט גורן
עברי נאדיר א לינק m http://www.srugim.co.il/66085-%d7%aa%d7 ... 7%a9%d7%a8 m


עברי דא האסטו נאך א הספד
m http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63518 m

די הלכות איבער אן אפיקורס שמת עי' יו'ד שמ''ה
זונטאג יאנואר 12, 2014 5:47 pm#175807
היינט געהערט, אז די סיבה פון טויט פון 'וועטשטעבעל אריק שרון', איז ווייל בעפאר שמיטה ברויך מען פטור ווערן פון די אלטע ירקות..
מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:25 pm#175989
מנשה לוסטיג האט געשריבן:היינט געהערט, אז די סיבה פון טויט פון 'וועטשטעבעל אריק שרון', איז ווייל בעפאר שמיטה ברויך מען פטור ווערן פון די אלטע ירקות..


מנשה (אדער יענער ווער סהאט עס געזאגט)קענסט ווערן א שרייבער אין די פאוסט, יפה לך!
מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:28 pm#175991
איש עברי האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:שם רשעים ירקב

באבוד רשעים רנה

ספעציעלע דינים איבער די הנהגה ווען אן אפיקורס שארבט עי' בהל' אבילות


ועי' עוד ביואל משה ובעל הגאולה ועל התמורה ובס' עת נסיון ובס' משכנות הרועים ובס' תיקון עולם ובס' פרשת הכסף ותמצא נחת


מחאה גלוי'
על זלזול הגדול באחד מהספרים החשובים "גחלי אש" עי' שם ותמצא ...חת,
מאנטאג יאנואר 13, 2014 1:24 pm#175998
נאר,,פרייליך האט געשריבן:שם רשעים ירקב

באבוד רשעים רנה

ספעציעלע דינים איבער די הנהגה ווען אן אפיקורס שטארבט עי' בהל' אבילות

זאג נאר. דער געוועזענער מעיאר פון ניו יארק, וואגנער איז אויכעט געווען אן אפיקורס? אדער פרעזידענט דזשאן קענעדי. ער איז אויכעט געווען אן אפיקורס? א העלד. אבער א גוי! :roll: :?: :twisted: :lol: :? :x :P :oops:
מאנטאג יאנואר 13, 2014 1:44 pm#176010
איינע פון די מספידים ביי די לוויה איז געווען זיין פריוואטע סעקערטערי זי האט פארציילט אז איינמאל איז א מינדערוויכטיגע ארבעטארין אין אפיס אריינגעקומען אים עפעס איבערגעבן, שפעטער רופט שרון אהן זיין בעקערטערי און בעהט איר זי זאל געוואור ווערן צו אלעס איז אין ארדענונג מיט די ארבעטארין, און סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז זי האט טאקע געהאט שווערע משפחה פראבלעמען. און קיינער האט עס נישט באמערקט חוץ אים.
עס צייגט וואס איך האב אויבן געשריבען אז חוץ פון זיין שטייפקייט און זיין קעמפערישע כאראקטער איז ער געווען זייער א ווארימע מענטש, מיט אויסערגעווענליכע גוטע באציאוגען מיט זיינע ארבעטער.
מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:16 pm#176041
עברי און אויס מענטש

אזעלכע אויסערגעווענטליכע חכמה פון רעדן און לויבן אן אפיקורס דאכצעך האט ניטאמאל אריסטו געקענט באווייזען

אז איר זענט יא אזוי קלוג נו צייגט נאכאביסעל פון אייער קלוגשאפט.
מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:21 pm#176045
נאר,,פרייליך האט געשריבן:עברי און אויס מענטש

אזעלכע אויסערגעווענטליכע חכמה פון רעדן און לויבן אן אפיקורס דאכצעך האט ניטאמאל אריסטו געקענט באווייזען

אז איר זענט יא אזוי קלוג נו צייגט נאכאביסעל פון אייער קלוגשאפט.


איך וויל נישט פארקריכן פון דעם נושא פונעם אשכול, אבער איך וואלט געוואלט שטודירן די ניק נאר פרייליך

קודם כל די נאמען פונעם ניק איז נאר פרייליך, אבער זיינע תגובות לאזן עפעס א זאלציגע זויערע טעם אין מויל

צווייטנס די בילד וואס די האסט געלייגט איז דאס א עכטע בילד פון דיר? דאס שטימט אביסל מיט די תוכן פון די תגובות אבער די נאמען בלייבט נאך אלץ אביסל אומפאסיג

דריטנס א זייטיגע שאלה וואס זענען די פינטעלעך צווישן נאר און פרייליך איז דאס למיעוטא אדער וואס?
מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:45 pm#176051
אלעס איז בכדי עברי זאל חוקר זיין איין תגובה ווייניגער אין אויפגעקלערטקייט
און איך אויך זאל האבען ווי זיך אויסצוגעבן זיינע לייק'ס.
מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:24 pm#176139
נאר,,פרייליך, א לייק פארן מיר מאכן לאכן (נישט געוואוסט דו קאנסט דאס אויך)
דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:49 am#176210
איש עברי האט געשריבן:... דעריבער האט ער אויסדרוקליך זכותים.... וואס איז נוגע תורה ומצוות איז אמת אז ער איז געווען זייער ווייט פון דעם, אבער ער איז בכלל נישט קיין "נבילה סרוחה" וועגן דעם, ער איז אויפגעצויגן געווארן אין א לינקע קיבוץ און ער האט פשוט נישט געהאט קיין שייכות צו רעליגיע נישט בעד און נישט נגד, אויב די האלטסט אז איינער וואס האלט נישט קיין תורה ומצוות האט נישט קיין שום זכותים ביטע ברענג א מקור דערויף


זיי מדייק ביי מיינע ווערטער, איך האב געזאגט 2 זאכן, (1) ער האט נישט געגלייבט אינעם רבונו של עולם, און (2) אז ער האט נישט געהאלטן קיין איין פון די תרי"ג מצוות.

לגבי די ערשטע זאך אז אן אפיקורוס האט נישט קיין שום זכותים, איז די מקור דער רמב"ן בהקדמתו לפירוש איוב, ער רעדט ארום וואס איז געווען די גרויסע קשיות פון איוב אויף יסורי הצדיקים ושלוות הרשעים, פארוואס איז אים נישט געווען גענוג דעם פשוט'ן טעם, אז א צדיק באקומט א שטראף אויף זיינע עבירות אויף דעם וועלט און דער רשע באקומט א שכר פאר זיינע מצוות אויף דעם וועלט, זאגט ער דארט אז עס איז נאר א תירוץ "על פי רוב", ווייל עס איז דא צדיקים אזוי ווי רבי עקיבא וואס האבן גארנישט קיין עבירות און וואלטן געדארפט האבן טוב בזה ובבא, און ווידער איז דא רשעים וואס זענען אפיקורסים און וויבאלד זענען אפיקורסים איז אפילו האבן זיי געטוהן עפעס גוטס מיינט דאס גארנישט און וואלטן געדארפט ליידן יסורים בזה ובבא און במילא בלייבט דאס "סוד גדול מסודות התורה" עיין שם ותמצא נחת. אבער איך וועל מעתיק זיין בעיקר וועגן דעם ענין אז אפיקורסים האבן נישט קיין שום זכות:
ויש דבר מכאיב הלבבות ומדאיב המחשבות, וממנו לבדו נמשכו רבים בכל הדורות לכפירה גמורה, והוא היראות בעולם משפט מעוקל וצדיק ורע לו ורשע וטוב לו, כי יאמרו מדוע דרך פלוני ופלוני צלחה, ולמה פלוני ופלוני שיראו צדיקים אבדו, זה שורש המרי בכל המורדים מכל אומה ולשון.... והאמת כי לפי פשטי הכתובים ולפי המתפרש בהם ביד מפרשי המקרא, לא יספיקו להסיר המבוכה רק מן הלבבות המתפתים, כי תכלית מה שיאמר כי הא-ל יגמול טוב לרשע על הטובה שעשה, ולבסוף יענישהו על רוב פעולותיו הרעות בעולם הזה, ואם נראה שלא יענש יאריקכו ממנו משפטו עד אחרי המוות לעולם הנשמות, ועל הצדיק אשר תבואהו רעה יעשו כן, יגזרו כי עשה רעה ונענש עליה ויגמלהו טוב בסוף על ישרו. והנה הפסוקים לא יורו על הענין הזה גם כן כי הרשעים המכחישים באל ויאמרו לא הוא, אינם ראויין לגמול טוב לעולם כלל כי לא עשו טובה לדעת האל. והצדיק הגמור שלא חטא יבואוהו רעות על חנם כאשר בא באיוב אשר בוראו העיד עליו כי אין כמוהו בארץ איש תם וישר ירא אלקים וסר מרע.... אבל באמת יש בזה הענין סוד גדול מסודות התורה לא ישיגם דעת חושב רק הזוכה להם לומד מפי מלמד עד משה רבינו ע"ה מפי הגבורה... והקושיא הזאת של איוב איננה תמידית באנשים עם היותינו מאמינים בעולם הנשמות ובשכר העוה"ב, כי מן הידוע ברוב הצדיקים שהם חוטאים לפעמים ורחוק הוא שימלטו מחטא קל או חמור... ולכן הצדיק הגמור שיארע לו החטא הקל ועבר בזדון על מצות בוראו ית' עכ"פ ראוי ליענוש עליו, והנה אם יאבד האל מגופו בעוה"ז וכל הטובה אשר נהייתה בעולם ויהיה נדון בייסוריו של איוב כל ימיו טוב לו משיענש בנפשו להיות נדון בעולם הנשמות בייסורי גיהנום... וכן הדבר ברשעים, כי ג"כ רחוק שיהיה הרשע נמנע כל ימיו מעשות שום טובה וראוי הוא לקבל עליה שכר... ואחרי הביאור הזה יכול אדם לברוח מיד מן הקושיא הזאת ולומר כי כל רשע וטוב לו יש לו מעשים טובים, וכל צדיק ורע לו יש לו מן הרעים קצת ונדונים במידות אלה. אבל איוב היודע צדקת נפשו... הוא וכיוצא בו כגון רבי עקיבא שהזכרנו איננו בא במדה הזאת. והרשע הכופר באל כגון האומרים שהעולם קדמון כחשו בה' ויאמרו לא הוא, אין בעשיהם שום זכות, אפילו יתנהגו במדות נאות וטובות כל ימיהם. וזה באמת קושיא למה ישפיע להם האלקים טובה, ואין בתשובתה דרך הצלה ממנו רק בענין הנזכר וזהו יסוד הספר הזה (איוב)


צווייטע זאך, וואלט ער ווען נישט געווען קיין אפיקורוס, נאר סתם א רשע, זעה איך נישט אין די אלע זאכן וואס ער האט געטוהן עפעס א מצוה פון תרי"ג מצוות, אפשר קענסט אים רופן א העלד א גיבור איך ווייס נישט וואס, אבער מיט וואס איז ער אנדערש פון אן אמעריקאנער סאלדאט\אפיציר וכדו'. אגב, אלע זאכן האט ער געטוהן פאר גוט באצאלט, אפשר וועסטו מיר זאגן אז אן ערל וואס רוימט די גאסן האט אויך א זכות. ער האט באקומען פעטע געהאלט אויף יעדע "זכות"...
צום קאנקלושען, ער האט נישט געהאט קיין שום זכות, געלאזט נאך זיך צוויי שקצים קרימינאלן ווי אים אפילו א סימבאלישע קאפל ביים לויה, למראית עין, האבן זיי רעפיוזט אנצוטיהן. אלה אלהיך ישראל... פאר דעם עגל (חזיר אפשר גאר?) האט מען געטאנצן "אריק מלך ישראל"... א בושה וחרפה.