hotelלעצטענס שפיר איך אז דער אויבערשטער איז נישט צופרידן מיט מיר זאכן האבן זיך מיר גענומען גיין מיטן פיטום אראפ אנגעהויבן ביי פרנסה און געענדיגט ביי כל מיני צופאלן וואס איך שפיר אוואו איינער פון אויבן זאל מיר פרובירן צו מרמז זיין אויףעפעס נישט גוט און מיין התנהגות יעצט איך זאג נישט אז איך בין דער גרויסער צ אבער פארט קען איך נישט טרעפן עפעס א מוראדיגער מאוו לרעה וואס איך זאל האבן געמאכט לעטלי {חוץ מיין ארויפגיין אויף קאווע} יעצט איז מיין שאלה איז דא עפעס א וועג עפי דרך הטבע.סגולה,קבלה ,צו געוואר ווערן ? אן להוי ידוע איך האב נישט קיין שום שייכות מיט עני גראבונגען\גיוס אדער סיי וואס פון די לעצטיגע פירצות
אין דער אשכול האט די עולם געענטפערט מער ריטואליסטיש. כ'האב דיר אבער געוואלט זאגן אז איך פארשטיי גוט וויאזוי דו פילסט. איך בין שוין אליין דארט געווען עטליכע מאל, מען פילט ווי גארנישט גייט גוט. וואס מען רירט אן גייט פארקערט ווי מען וויל. Whatever can go wrong goes wrong. עס פילט ווי כאילו א האנט פון אויבן דרייט אלעס איבער. מען דאווענט בעט שטארק, אבער עס איז ווי מען רעדט צו א וואנט. מען פרובירט צו טון דאס און יענץ אבער עס ווערט נישט בעסער. מען נעמט זיך פאר פארבעסערונגען אבער אין קול ואין עונה. דאס ייאוש און איינזאמקייט שמייסט אין פנים. איך האב בעצם נישט וואס דיר צו זאגן אויסער אז דו זאלסט וויסן אז דו ביזט נישט אליין אין דעם פעקל. אסאך גייען דאס אדורך און פילן אקוראט די זעלבע ווי דיר.
ווען איך בין אין אזא מצב פרוביר איך צו רעדן צו זיך אליינס און איך זאג מיר דאס פאלגענדע. דאס איז נאר א דורכגאנג, אפשר אפילו א לאנגע דורכגאנג. נישט קיין חילוק וואס עס געשעהט און ווי שלעכט די מצב זאל נאר ווערן קען עס נאר טוישן די מצב אבער עס קען מיך נישט טוישן. איך בין א געשמאקע געלונגענע מענטש, א געטרייע מאן און טאטע, און א געריבענע טראסבארע ביזנעסמאן. דאס טוישט זיך נישט צוליב מיין יעצטיגע צושטאנד. מען ווערט נישט אויס גוטע ביזנעסמאן צוליב די שוואכע איינקונפט. איך בין גוט און מענטשן ווילן טון ביזנעס מיט מיר. איך דארף ווייטער פירן מיין ביזנעס אן קיין חשבונות וואס איך וועל באקומען דערפון. אויב קען איך ווייטער אנגיין וועט די געלט שוין אנקומען.
בנוגע גאט'ס חשבונות, קענען מיר דען וויסן וואס גאט טוט און וואס גאט וויל? קענען מיר בכלל ערקלערן וואס/ווער גאט איז? אויב גאט וואלט געוואלט אז מיר זאלן וויסן זיינע חשבונות וואלט ער עס אונז געזאגט און געלאזט וויסן. למעשה ערקלערט זיך גאט נישט פאר אונז ווייל דאס איז נישט אונזער ביזנעס. אונזער ביזנעס איז צו טון די דרך הטבע'דיגע פעולות כאילו יענץ איז וואס וועט אונז געבן פרנסה. רעדן צו גאט איז א געוואלדיגע זאך ווען מען האט די כוחות דערפאר, אבער ערווארט נישט קיין אנטווארט. מעגסט אפילו אנשרייען און פארהאלטן גאט, זיך אויס'טענה'ן פאר גאט, עס מאכט אמאל פילן בעסער, אבער זהו. נאכן שמועס איז צוריק צו רעגולער ביזנעס.
נאך אן עצה אויף נישט אראפ גיין פון זינען. אין די צייטן וואס דו קענסט גארנישט טון וועגן עפעס זאלסטו גענצליך מסיח דעת זיין דערפון. למשל, אויב איז פרנסה די פראבלעם זאלסטו נישט טראכטן דערפון ביינאכט אדער שבת ווען דו קענסט סייווי גארנישט טון. ווען די דאגות קומען ארויף אין קאפ אין אזעלכע צייטן זאלסטו שנעל בייטן די מחשבה און טראכטן פון גוטע צייטן, ווי דיין חתונה, א געשמאקע וועקאציע, אדער וואס דו גייסט טון מיט די געלט ווען זאכן וועלן צוריק ווערן גוט וכו'. און די זעלבע איז מיט יעדע סארט פראבלעם, ווען מען קען גארנישט טון זיי מסיח דעת דערפון, ווייל אז נישט קען מען אראפ גיין פון זינען.
און איך וויל דיר נאכאמאל זאגן אז אסאך מענטשן זענען יעצט אין דיינע שיך און טראכטן די זעלבע ווי דיר. זאלסטו שנעל אויפגעראכטן ווערן אין אלע הינזיכטן. דערווייל טרונק א לחיים אדער כאפ א ציגארעטל.
נ. ב. דאס איז מיין פערזענליכע צוגאנג, איך בין זיכער אז אנדערע וועלן האלטן אז כ'בין נישט גערעכט. Each to its own.
.