דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:43 pm#176967
פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
איך מיש ארויף און אראפ די אקטיווע אשכולות.. והנה "געטוישטע ניקס" שפרינגט ארויף. מיט א איינגעהאלטענע אטעם.. עפן איך שנעל.. איך וועל מיך קענען דא גוט אויסגעבען.. איך סקראל שנעל אראפ, אבער פלאפפפפפפ ס'איז פארשפארט 😞 😈 ס'איז וויכטיג מ'זאל זיך קענען אויסגעבן אויף א געזונטע וועג, אויב מ'איז סטאק מיט א מאדנע נאמען מיום לידה, אנשטאט זיין אויף suicide watch ווי מיר. ממילא אלץ א פאבליק סערוויס עפן איך דעם אשכול, סיי מ'זאל קענען אויסגעבן די היץ בבדיחותא, און סיי מציע זיין פאר אנדערע, וועלכע ניק וואלט זיך געפאסט פאר זיי.
די אשכול איז אויך א געלעגנהייט פאר'ן עולם מסביר צו זיין פשט אין זייער ניק. די האר פון קאפ, אנשולדיגס וואנצעס ווערן געריסן צו פארשטיין א גרויסע חלק פון זיי.