Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אלגעמיינע ביכער צום ליינען

אלגעמיינע ביכער צום ליינען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
94 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 120 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5733
דינסטאג יאנואר 29, 2019 1:43 pm#423461
איך האב יעצט לעבן מיין בעט א בוך, מיט'ן נאמען the center cannot hold פון איינער Elyn Saks א פראפעסאר אין סאוטה קאראליינא. זי איז גאר א קלוגע געלונגענע פרוי, וואס ליידט פון Psychosis און זי באשרייבט איר איבערלעבעניש פון אינעווייניג, וויאזוי זי איז געווארען משוגע, וויאזוי מ'האט איר באהאנדעלט, וויאזוי זי האט געפילט בשעת יעדער טריט פון איר איבערלעבעניש, און וואס זי האט געוואלט מיט איר משוגעת'ן.

טאמער איינער מוטשעט זיך מיט אזא איינער אין זיין משפחה, איז עס ראטזאם אז מ'זאל ליינען די בוך, כדי צו פארשטיין וואס זיי גיין אריבער. דער וואס האט נישט אזא איינער, מעג עס סתם אזוי ליינן, ווייל עס איז העכסט אינטרעסאנט.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 9:54 pm#425184
יעצט גענדיגט Educated. אומגלויבליך. כ'האב אזא מאכטפולער בוך נאך מעודי נישט געליינט.

ס'איז אויף א שארט-ליסט צו ווערן דער דריטער בוך וואס כ'האב איבערגעליינט א צווייטע מאל.

An unforgettable memoir about a young girl who, kept out of school, leaves her survivalist family and goes on to earn a PhD from Cambridge University

Born to survivalists in the mountains of Idaho, Tara Westover was seventeen the first time she set foot in a classroom. Her family was so isolated from mainstream society that there was no one to ensure the children received an education, and no one to intervene when one of Tara’s older brothers became violent. When another brother got himself into college, Tara decided to try a new kind of life. Her quest for knowledge transformed her, taking her over oceans and across continents, to Harvard and to Cambridge University. Only then would she wonder if she’d traveled too far, if there was still a way home.
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:34 am#425821
איך האב יעצט געענדיגט ליינען א בוך Proof of Heaven פון איינער א ניורא דאקטאר עבען אלכסנדר.
די נאמען פון די בוך איז אביסל פארפירעריש, ווייל ער ברענגט גאר א שוואכען ראיה צום עגזיסטענץ פון הימל אין זיין בוך. עס איז אבער זייער זייער אינטרעסאנט געווען פאר מיר, וואס איך גלויב סייווי אין דער עגזיסטענץ פון העווען.
יענער איז א ניורא-דאקטאר, וואס האט געוואוסט אז אלס אין דער וועלט פאסירט ארום די באוואוסטזיין פון א מענטשן. א חלום מיינט זיין קאפ ארבעט אויף עפעס, און א געפיל איז עפעס וואס האט מיט די קאפ פון א מענטשן. ביז איין טאג האט ער אליינס געליטען פון א שווערע מחלה, און ער איז געווען אין א קאומא. זיין קאפ האט נישט געארבעט קיין כי הוא זה נישט, אלע טעסטן האבען געוויזען אז גארנישט רירט זיך נישט דארט. און פון דעסטוועגען האט ער געהאט דעמאלס אן ערפארונג וואס ווערט נישט געשילדערט אין נארמאלע ווערטער. ווען ער איז ארויס פון די צרה, האט ער קודם אפגעשריבען זיין זכרונות, און דערנאך געליינט אנדערע געשיכטעס אין דער געביט, און ער האט איינגעזען אז עס איז זייער ענליך. זיין קאפ האט בכלל נישט געארבעט, ממילא קען מען נישט זאגען אז עס קומט פון זיין אייגענעם מוח. און פון דעסטוועגן האט ער געהאט מחשבות און געפילען. (גאר א שוואכע ראיה. די טעסטס וואס מ'האט געמאכט זענען גענצליך? ווער זאגט? אפשר זענען די מעסטערס דא שולדיג, און מיט די צייט וועט מען קענען מעסטן די באוועגונגן פון מח אנדערש?) אבער דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען זייער הימליש, און עס גיבט אונז א בליק אויף די וועלט פון ווייטער פון אונזער קאנטשעסנעס.

דער בוך איז וויכטיג, ווייל דער שרייבער איז נישט קיין רעליגיעזער גלויביגער, וואס זוכט ראיות צו זיך. דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען אין קעגענזאץ צו זיין גאנצע חינוך אלס א דאקטאר און זיין חברים האבען עס נישט געקענט אויסהערן און אריין נעמען. עס איז אזא אמונה פון אינטואיציע, כדברי ATUB @יאיר ATUB ידידינו, וואס דער אינערליכע מציאות זיינער האט געשפירט די געוואלדיגע איינקייט פון דער בריאה און איהר באשעפער.
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:29 pm#425834
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב יעצט געענדיגט ליינען א בוך Proof of Heaven פון איינער א ניורא דאקטאר עבען אלכסנדר.
די נאמען פון די בוך איז אביסל פארפירעריש, ווייל ער ברענגט גאר א שוואכען ראיה צום עגזיסטענץ פון הימל אין זיין בוך. עס איז אבער זייער זייער אינטרעסאנט געווען פאר מיר, וואס איך גלויב סייווי אין דער עגזיסטענץ פון העווען.
יענער איז א ניורא-דאקטאר, וואס האט געוואוסט אז אלס אין דער וועלט פאסירט ארום די באוואוסטזיין פון א מענטשן. א חלום מיינט זיין קאפ ארבעט אויף עפעס, און א געפיל איז עפעס וואס האט מיט די קאפ פון א מענטשן. ביז איין טאג האט ער אליינס געליטען פון א שווערע מחלה, און ער איז געווען אין א קאומא. זיין קאפ האט נישט געארבעט קיין כי הוא זה נישט, אלע טעסטן האבען געוויזען אז גארנישט רירט זיך נישט דארט. און פון דעסטוועגען האט ער געהאט דעמאלס אן ערפארונג וואס ווערט נישט געשילדערט אין נארמאלע ווערטער. ווען ער איז ארויס פון די צרה, האט ער קודם אפגעשריבען זיין זכרונות, און דערנאך געליינט אנדערע געשיכטעס אין דער געביט, און ער האט איינגעזען אז עס איז זייער ענליך. זיין קאפ האט בכלל נישט געארבעט, ממילא קען מען נישט זאגען אז עס קומט פון זיין אייגענעם מוח. און פון דעסטוועגן האט ער געהאט מחשבות און געפילען. (גאר א שוואכע ראיה. די טעסטס וואס מ'האט געמאכט זענען גענצליך? ווער זאגט? אפשר זענען די מעסטערס דא שולדיג, און מיט די צייט וועט מען קענען מעסטן די באוועגונגן פון מח אנדערש?) אבער דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען זייער הימליש, און עס גיבט אונז א בליק אויף די וועלט פון ווייטער פון אונזער קאנטשעסנעס.

דער בוך איז וויכטיג, ווייל דער שרייבער איז נישט קיין רעליגיעזער גלויביגער, וואס זוכט ראיות צו זיך. דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען אין קעגענזאץ צו זיין גאנצע חינוך אלס א דאקטאר און זיין חברים האבען עס נישט געקענט אויסהערן און אריין נעמען. עס איז אזא אמונה פון אינטואיציע, כדברי @יאיר ידידינו, וואס דער אינערליכע מציאות זיינער האט געשפירט די געוואלדיגע איינקייט פון דער בריאה און איהר באשעפער.


ס'איז אן autobiography סטייל בוך פון אלגעמיינע עקספיריענס אין נוראלאג'י, אדער מער case studies סארט?
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:43 pm#425836
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
א פערזענליכע איבערלעבעניש, נישט קיין שטודיע און נישט קיין אלגעמיינע באשרייבונג פון זיין לעבן (נאר בקוצר אמרים). דער עיקר איז די איבערלעבעניש וואס ער האט געהאט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מערץ 06, 2019 7:54 pm#425901
ס׳איז דא א וועבזייט וואס האט טויזענטער, טויזענטער אודיא-ביכער וואס מ׳קען דאונלאודען אומזיסט. זיי מאכן די דאונלאוד זאל ארבייטען שטאט און בעטן געלט פאר פול ספיד, אבער ס׳דאונלאוד זיך סוכ״ס.

די שאלה איז צו קען מען דא פאוסטען אזעלכע וועבזייטס?
מיטוואך יולי 17, 2019 4:58 pm#433296
נאדיר! ליין!

(קינדל מהדורה איז נאך בחינם אויך, מיט פריים.)

ניין, כ'גיי נישט מסביר זיין פארוואס. האסט געבעטן א רעקאמענדאציע? האסטו.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:10 pm#433742
מיר האלטן אינמיטן "החרדים" פון אמנון לוי.

זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי מיר קוקן אויס פון די פערספעקטיווע פון א אאוטסיידער.

הגם, ער איז גאנץ סארקאסטיש אויף אונזער חשבון, דאך פרובירט ער זיך צו האלטן אביעקטיוו ווי ווייט מעגליך.
זונטאג אקטאבער 27, 2019 7:16 am#437536
יעצט זענען מיר עוסק אין 'תיאום כוונות' פון חיים סבתו.

יום כיפור קריג פון די פערספעקטיווע פון א פרומע צה"ל זעלנער וואס איז געווארן רעקרוטירט גראד פון ביהמ"ד און ישיבה ארויס.

זייער א לייכטע געשמאקע שפראך - מיט א ספרדישע פיוט'דיגן סטייל.
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 7:37 pm#438790
נארוואס אויסגעליינט דעם "לנין לא גר פה יותר" פון אורי אבנרי.
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 7:40 pm#438791
ומתכיפין התחלה לסיום...

האלטן מיר אינמיטן The Shell-Seekers פון Rosamunde Pilcher
מאנטאג אפריל 06, 2020 7:47 pm#445501
ווער קען רעקאמענדירן א מעמואר אויף ענגליש?
מאנטאג אפריל 06, 2020 8:11 pm#445504
עפעס העברעאישע גוטע ביכער בבקשה...
אגב, רוב ענגלישע גוטע ביכער ווערן איבערגעזעצט אויף עברית

און איך קען אייך געבן א גוטע נאמען פון א שרייבער, וואס איז ביי מיר עפעס אויסטערליש.
אתגר קרת
טעמו וראו כי טוב
מאנטאג אפריל 06, 2020 9:19 pm#445512
זונטאג אפריל 26, 2020 6:08 pm#446765
איך ווייס נישט פאראווס, אבער איך האב ארויס גענומן די לאנג פארשטויבטע בוך Perfidy, וואס די לעצטע מאל וואס איך האב עס געליינט איז געווען פינף און צוואנציג יאר צוריק אלס בחור.

עס איז געשריבען געווארען זייער שיין, מיט זיסע מליצות און שארפע אויסדרוקן, אבער עס ליינט זיך נאכאלס ווי א פאשקעוויל. ער האט פיינט די עסטעבלישמענט ציונים, און ער מאכט גוט פורים פון זיי.

פון דעם בין איך אנגעקומען צו דער מאנאלאג פון אייכמאן שר"י אין דער Life magazine פון 1960 אויף גוגל בוקס. קוקט'ס דא. מיר איז דאס געווען אינטרעסאנט
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 5:10 am#458091
האבן מיר, דאנקען גאט, עספיעט דורכצולעזן פארשידענס במשך ימי בין הזמנים שעברו עלינו בטוב ובנעימים,
א דאנק די געטרייע הילף פון אונזערע באליבטן איקארוס אי-רידער, שלא משה ידו מתחת ידי דעם גאנצן מעת לעת.

ליסטע און קורצע רעצענזיע וועלן נאכפאלגן.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:41 am#458092
קיצור תולדות ישראל פונ'ם באקאנטן איזראעלי שרייבער און שריפטשטעללער מיכאל בר-זהר

כשמו כן הוא, באשרייבט די רייכע היסטאריע פון מדינת ישראל אויף גאר א מייסטערהאפטן אופן. געשריבן לייכט, דראמאטיש, און ציענד. מלא חידושים אפילו פאר אזא מדינת ישראל קענער און ליבהאבער ווי מיר...

כ'מוז באטאנען אז כ'בין איבערגעראשט געווארן לטובה, ווייל א אנדער ספר פונ'ם זעלבן מחבר "החודש הארוך ביותר" אויפ'ן זעקס טאגיקן קריג האב איך געפונען פאר גאר לאנגווייליג, חזר'ט איבער דברים ידועים לכל אהנע שום חידושים.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 11:06 am#458103
תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים.

דער טוביה, א בן שבעים, איז א שנה ופירש'ניק. אויפגעוואקסן אין א ליטווישע שטיב אין בני ברק וואו זיין טאטע -א רב- איז געווען באפריינדעט מיט ר' חיים קנייבסקי.

טוביה, היינט א באוויסטע צייטונגשרייבער, וואוינט היינט צוטאגס אין חוצלארץ און האט שוין נישט באזוכט דעם הייליגן לאנד באלד א יובל יארן. א דייטשער פובלישינג קאמפאני האט איהם געשיקט קיין ארץ ישראל פאר מער ווי זעקס מאנאטן.

טוביה שפרייזט דורך דעם לאנד אונטער פאלשע אידענטיציטעט, טיילמאהל אל'ס אן אראבער, רוב מאל אלס א דייטשער זשורנאליסט, און געציילטע מאהל אלס איזראעלי. ער טרעפט זיך מיט הונדערטער פערשוינען, פון מאכטפוהלע פאליטיקאנטן ביז עמך אידן און אראבער. שמוגעלט זיך אריין קיין פאלעסטין, באפריינדעט זיך מיט ג'יבריל ראג'וב אלס 'טובי דער דייטש', באזוכט יו.ען. און רעד קראס באאמטע, באטייליגט זיך אין שלום קאנפערענסן אין ירדן, און אויך... אין זיין געבורט'סשטאט בני ברק וועלכער ער האט נישט באזוכט זייט ער האט איר פארלאזט.

טוביה ברענגט אונז אויף זייער א עמיוזינג וועג דער שוידערליכע רעאליטעט ווי אידן פוהל מיט זעלבסט-האס צוזאמען מיט פיפיגע פאליסטינעזער שקרנים זוכן אפיהר די עוולות פון צה"ל, און ווען מען טרעפט זיי נישט 'פאבריקירט' מען שקרים וכזבים. און דאס אלס מיט די פינאנציעלע שטיצע פון איירופעאישן פאראיין וועלכער גיסט אריין שווערע מיליארדן (!) פאר דעם צוועק.

טוביה'ס רייזע ענטהאלט גאר 'פאני' און 'אמיוזינג' מאמענטן. ווצב"ש ווען טוביה באזוכט ביים כותל איינגעוויקלט אין א 'כאפיה' ווי א סעודי'שע אימאם, און גייט פראוואקאטאריש צו צי די עזרת נשים, דארטן טרעפט איהם אהן א היציגע פרומע איד פון ניו יארק וועלכיר באזידלט איהם מיט מיאוס'ע לאזונגען (פ** יו), טוביה דער אימאם זאגט איהם ווייך: "דא אינ'ם הייליגן לאנד טארן מיר זיך נישט באנוצן מיט אזעלכע פראסטע ווערטער. כ'מיין, איד, אז דיין פלאץ איז נישט דא. ברויכסט דיר אומקערן קיין ניו יארק..."
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 1:23 pm#458108
חכימא האט געשריבן:תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים..."


כ'האב געליינט דער בוך אין ענגליש, בשעתה ווען ס'איז ארויסגעקומען און כ'האב זייער הנאה געהאט דערפון. דא האט איר אפאר געדאנקן וואס איך האב מיך דעמאלטס פארשריבן.

Every once in a while one should take a break of idealism and spend a day or two exploring reality. After reading, watching and hearing so much about the idealism and morality in connection to the situation in Israel, I found no better way to come back to reality than by the pure cynicism of Tuvia Tenenbom.

There’s no elaborate plot or major secrets revealed, yet I was glued to this book every free minute that I had in the past two days. Tenebom grew up in Bnei Brak and left his chareidi upbringing some thirty years ago for the intellectual and entertainment world. In this book, Tenenbom portrays himself as being a “post intellectual” who is done fooling himself to think that he is better than everyone and hoping for an ideal paradise (with no Jews in it).

Tenenbom was commissioned by his German publishers to roam the streets of Israel and Palestine for sixty days, meet all kinds of people, get a feel for the situation surrounding the conflict there and publish his findings in the form of a memoir.

Instead of doing what all other reporters and authors before him have done and report on the suffering Palestinian and the oppressing Israeli, Tenenbom uses his interviewing skills as well as his disguise as 'Tobi the German' to bring us stories that you will never hear about elsewhere. Stories like that the Jews never had a Kingdom in Israel, and that the real reason why the Kosel is a holy place is because Mohamed tied his flying mule to that wall when he ascended to heaven from Al Aqsa. Stories about Arab communities that don’t exist being demolished by the evil occupiers on a daily basis. Stories about how only the rebuilding of the temple can bring peace for extreme right wingers because of a passage in Isaiah.

Tenenbon is a masterful interviewer. He gets his subjects to say what they really think and want. He knows how to peel away all the clichés and one liners and get to the real objectives and beliefs. He talks to Israelis and Palestinians, leftists and settlers, Bedouin and Druze, Chareidi and Secular, Gays and straight. But most telling of all are his encounters with Europeans, who are there to “help”. You won’t find a more revealing account of the work by the Europeans and their Israeli goons on the far left, anywhere else. The best part is that you get to laugh while reading these sad accounts.

This book reminds me of another great book on Israel that I once read, titled Walking Israel, by Martin Fletcher. If this is a topic that interests you you should definitely read that book.

One great tidbit that I learned in this book is that Chareidim are the fastest xxxxxxx. I am not kidding you. You can take it straight from the hooker’s mouth. Two hookers in Tel Aviv told this to him when he interviewed (sure…) them on the streets of Tel Aviv.

This book is interesting, witty, funny, extremely informative and a very easy read. The one criticism that I have is that 460 pages is a bit too long for this topic, although he writes very concise and to the point.


.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 2:46 pm#458115
איך האב שוין דערמאנט דער פארשוין און זיין ביכער דא
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:37 pm#458119
הוגה האט געשריבן:One great tidbit that I learned in this book is that Chareidim are the fastest xxxxxxx. I am not kidding you. You can take it straight from the hooker’s mouth. Two hookers in Tel Aviv told this to him when he interviewed (sure…) them on the streets of Tel Aviv.

‏די שטודיע טענה׳ט אז דאס שנעל מזריע זיין איז סעלעקטעד געווארן פאר עוואלושענערילי וויבאלד דאס האט געהעכערט די שאנסן פון געבוירן קינדער און טאקע האבן ווי מער. עס האט נאר אנגעהויבן ווערן גערעכענט ווי א פראבלעם ווען דאס סאציאלע אויסשטעל ביים מענטשהייט האט אריינגעלייגט געשלעכטליכע באציאונגען אין צו מער א ריקריעישאנעל פונקציע, ווי איידער אויפ׳ן ממש געבוירן וכו׳. נו, קומט דאך אויס אז דאס גיבט נאך א דימענציע צום העכערן געבורט ראטע ביי חרדים און זאגט אז חרדים זענען עוואלושענערילי סעלעקטעד פאר... ;)
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 3:01 am#458151
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא, עס האט מיר אויך געגריצלט אין די אויערן, אבער לדעתי אין בזה ללמד על הכלל כולו, ווייל ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן, נאר פאלשע פרשנות. ודו"ק.

(ר' חיים איז בימיו באמת נאכנישט געווען ידוע, און זיכער נישט אלס 'באבא')
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 6:12 am#458153
חכימא האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא, עס האט מיר אויך געגריצלט אין די אויערן, אבער לדעתי אין בזה ללמד על הכלל כולו, ווייל ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן, נאר פאלשע פרשנות. ודו"ק.

(ר' חיים איז בימיו באמת נאכנישט געווען ידוע, און זיכער נישט אלס 'באבא')

ריכטיג, ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן. אבער א דרויסענדיגע וואלט עס נישט געקענט כאפן פאר קיין שום געלט. אזוי וויקעלט מען איין די פרשנות און די פאקטן אינאיינעם. און דעריבער קען מען אים נישט גלויבן ווען ער רעדט וועגן די פאלעסטינער. ווייל ער קען דארט שפילן די זעלבע געים.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:22 pm#458167
"המזימה" פון מיכאל בר-זוהר

וויקעלט אויף די העכט אינטרעסאנטע און ווירקליכע געשיכטע פון פאול פאקנהיים, א איד וועלכער איז באפרייט געווארן פון דאכאו דורך די נאצי'ס ימ"ש, געשיקט געווארן קיין פאלעסטינע פאר א שפיאנאזש מיסיע קעגן די בריטן, פארכאפט געווארן דורך זיי, און געשטאנען פאר א מיליטערישע טריבונאל ווען די בריטן מיינען גאר אז ער איז הויכראנגיקע דייטשע גענעראל...
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 6:24 am#458262
"המורדת" פון דבורה פעלדמאן

כ'בין נישט אויסן צו בארעדן דא די שרייבערין און איהרע מאטיוון, אדער דיסקוסירן צו זי איז גליקליך אדער נישט וכדו', דאס אלס איז שוין ברייט באשריבן געווארן דא. כ'וועל נאר פרובירן צו געבן מיין בליק פון א ריין ליטעראטורישע שטאנדפונקט.

ובכן, דער ביכל איז זייער גוט געשריבן. ברענגט זייער גוט ארויס די איידעלע כאראקטעריסטישע שטריכן פון די פארשידענע פיגורן. מאלט זייער גוט אויס די ווארימע דערשטיקענדע אטמאספער אין א אונגארישע שטיב אינ'ם אלטן פארצייטישן ווילי. די שטרענגע שטייפע חינוך וכו' וכו'.

א שאד נאר אז זי האט זיך אריינגעלאזט אין אינטימיע והמסתעף, וואס מיר פערזענליך קוקט אויס אז דאס איז געטון געווארן זיך 'אפצורעכענען' מיט איר מאן און אים מאלן אין א נעגאטיווער ליכט. עס פעלט נישט אויס און ברענגט גאר שטארק אראפ די ניווא פון די בוך.
מאנטאג מאי 30, 2022 8:50 am#501217
ונבנתה העיר האט געשריבן:יעצט גענדיגט Educated. אומגלויבליך. כ'האב אזא מאכטפולער בוך נאך מעודי נישט געליינט.

ס'איז אויף א שארט-ליסט צו ווערן דער דריטער בוך וואס כ'האב איבערגעליינט א צווייטע מאל.

An unforgettable memoir about a young girl who, kept out of school, leaves her survivalist family and goes on to earn a PhD from Cambridge University

Born to survivalists in the mountains of Idaho, Tara Westover was seventeen the first time she set foot in a classroom. Her family was so isolated from mainstream society that there was no one to ensure the children received an education, and no one to intervene when one of Tara’s older brothers became violent. When another brother got himself into college, Tara decided to try a new kind of life. Her quest for knowledge transformed her, taking her over oceans and across continents, to Harvard and to Cambridge University. Only then would she wonder if she’d traveled too far, if there was still a way home.

כ׳בין פערצופאל אריינגעפאלן אין דעם אשכול בשעת׳ן שטילערהייט stalk׳ן איינע פון די אלטע חברים דא… עניוועי, דעם בוך האב איך געליינט א וויילע צוריק אויף די רעקאמענדאציע פונם ירום הודו מר. אבאמא. ס׳איז א גוטער בוך, נישטא וואס צו רעדן, ס׳גיבט א גוטע אריינבליק אין די טיפעניש פון טראמפ-לאנד און די distrust וואס הערשט צווישען די צוויי זייטן. דער בוך נעמט אויך ארום נושאים פון אביוז, פאמיליע פארראט (betrayal), און אפשר אן אריינבליק וויאזוי א רעליגיע ארום א נביא קען זיך פארמירן.

מיין פראגע צו ATUB @ונבנתה העיר ATUB איז, וואס אין די בוך איז געווען אזוי ״מאכטפול״ אז דו האסט עס געוואלט אבערליינען א צווייט מאל? אויכעט וואס זענען די ערשטע צוויי ביכער?

מיינע צוויי-מאל געליינטע ביכער זענען The Snowball ביי Alice Schroeder א גאר גוטע ביאגראפיע אויף ווארען באפעטט (דאס ערשטע מאל האב איך געהערט די אודיא, גאר גוט. דאס צווייטע מאל, געליינט בעיון מיט די פוט-נאוטס).

אויכעט עטליכע ביכער פון מאריא מונטוסורי און די סייענטיפישע ערקלערונגען פון Angeline Stoll Lillard האב איך איבערגעליינט צוויי מאל. כ׳האב אפילו געהאט א חלום צו עפענען א היימישע מונטוסורי שולע אבער די עול הפרנסה און די תאוות הממון און די תירדות הבלי הזמן האבן זיך ליידער גובר געווען בעונותינו הרבים :(
מיטוואך יוני 01, 2022 4:25 pm#501439
שכוח פארן ארויסשלעפן אזא שיינער אשכול פון די קעלערן, און אז די וועסט מצליח זיין ארויסצושלעפן @ונבנת וועט זיין נאך בעסער.

איך האלט יעצט אינמיטען ליינען (בעסעס געזאגט, ס'איז אויפגעמישט אין מיין קינדל) american shtetl די היסטאריע פון קרית יואל, זייער פרעפעציאנאל און באלאנצירט געשריבען
מיטוואך יוני 01, 2022 8:32 pm#501457
מיין פלעזשור! טאקע א פליאה פארוואס אזא אשכול זאל אזוי טיף איינזינקען.

כ׳האב פארפאסט די ארויסקום פון די בוך וואס דו ליינסט. עפעס זע איך צוויי נעגעטיווע ריוויוערס אויף אמאזאן רעדן זיך אפ אז די בוך לייגט צופיל דגוש אויף די לעגאלע געפעכטען (בנוגע די סקול דיסטריקט מסתמא) אין קרית יואל, איין ריוויוער זאגט די בוך איז נישט מחדש קיין סאך. איז דאס ריכטיג?
מיטוואך יולי 06, 2022 11:32 pm#503776
פאר די וואס האבן ליב צו ליינען מאמע לשון, דא איז לינק צו שלום עליכם'ס ערציילאנגען m https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish ... tents.html m
דאנערשטאג יולי 07, 2022 8:41 am#503785
מיין אמת האט געשריבן:פאר די וואס האבן ליב צו ליינען מאמע לשון, דא איז לינק צו שלום עליכם'ס ערציילאנגען https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish ... tents.html

איך האב שוין לאנג חשק איינצושאפן זיינע ביכעלעך שיין געדרוקט רעדי צו ליינען לכבוד שב״ק פאר מיר און די גאנצע משפחה. איז דא צו באקומען ערגעץ אזא זאך?
מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:32 pm#514121
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
חכימא האט געשריבן:תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים.

דער טוביה, א בן שבעים, איז א שנה ופירש'ניק. אויפגעוואקסן אין א ליטווישע שטיב אין בני ברק וואו זיין טאטע -א רב- איז געווען באפריינדעט מיט ר' חיים קנייבסקי.

טוביה, היינט א באוויסטע צייטונגשרייבער, וואוינט היינט צוטאגס אין חוצלארץ און האט שוין נישט באזוכט דעם הייליגן לאנד באלד א יובל יארן. א דייטשער פובלישינג קאמפאני האט איהם געשיקט קיין ארץ ישראל פאר מער ווי זעקס מאנאטן.




ספאטע״ד
טוביה טננבוים נעכטן אין מסעדת קרויזר שפאנענדיג די אנוועזענדע מיט אויליגע מעשיות פונעם עבר און עתיד
מיט א זאפטיגע אידיש
שנה ופיר״שניק ארויף אדער אראפ, לאטקעס און חנוכה עסט מען ….
בילד
פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 3:12 pm#514726
האט איינער שוין געליינט די בוך פון דניאל כהנמן? ער איז א אידישע פסיכילאג איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון אים אין די קאנטעקסט פון ביהעיווירל אינוועסטינג/עקענאמיקס, איך בין נייגעריג אויב עמיצער דא האט עס שוין אנגעהויבן
מוצ"ש דעצעמבער 31, 2022 9:05 pm#514734
סאנטיאגא האט געשריבן:האט איינער שוין געליינט די בוך פון דניאל כהנמן? ער איז א אידישע פסיכילאג איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון אים אין די קאנטעקסט פון ביהעיווירל אינוועסטינג/עקענאמיקס, איך בין נייגעריג אויב עמיצער דא האט עס שוין אנגעהויבן

איך האב עס אמאל דורכגעליינט, ס'איז זייער א גוט ביכל. דער ביכל דעקט אלע זיינע אנטדעקונגען און ערפונדונגען וואס ער אויסגעטראפן אין זיין קאריערע. זיינע ערפונדונגען אין עמאצינאלע פינאנץ איז בלויז איינע פון זיינע אנטדעקונגען, רוב ביכל דעקט אלע אנדערע נושאים.

לויט אייער היסטאריע פון פינאנציעלע שרייבעריי און מיינונגען דא אין שטיבל, זעהט עס אויס ווי איר האלט אנדערשט פון וואס ער שרייבט.
זונטאג יאנואר 01, 2023 4:27 pm#514821
קורקלענד האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:האט איינער שוין געליינט די בוך פון דניאל כהנמן? ער איז א אידישע פסיכילאג איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון אים אין די קאנטעקסט פון ביהעיווירל אינוועסטינג/עקענאמיקס, איך בין נייגעריג אויב עמיצער דא האט עס שוין אנגעהויבן


לויט אייער היסטאריע פון פינאנציעלע שרייבעריי און מיינונגען דא אין שטיבל, זעהט עס אויס ווי איר האלט אנדערשט פון וואס ער שרייבט.

מוז איך עס הערשט ליינען! פאר דו מאכסט ברייטע שפעקולאציעס, איך האב שוין עטליכע מאל אפדעטעיד מיינע מיינונגען זייט איך שרייב דא אויף פינאנץ וויאזוי דו רופסט עס.
זונטאג יאנואר 01, 2023 8:37 pm#514845
איך האב נאכנישט געהעריג אדורך געליינט די גאנצע ביכל, אבער איך האב שוין געליינט זייער אסאך איידיעס פון די ביכל, און איך וואלט עס זייער שטארק רעקאמענדירט פאר איינעם וואס האט צייט עס צו ליינען צוויי דריי מאל, ס׳איז זייער א טיפע ביכל און נישט עפעס וואס מ׳קען געבן אזא ליין דורך.

די מעין איידיע פון די ביכל (וויאזוי איך האב עס פארשטאנען) איז אז יעדע דיסיזשן וואס א מענטש מאכט קען קומען פון צוויי פלעצער די שנעלע חלק פון די מח וואס מאכט געווענליך אפ אויף א זאך לויט די געפילן און באקוועמליכקייט, אדער פון די שטאטע חלק פון די מח וואס מאכט דיסיזשנס בעיסד אויף לאגיק און חכמה, און מענטשן האב מער ליב אדער שפירן זיך מער באקוועהם מיט די שנעלע מהלך (הנקרא fast thinking) ווייל אונזער מח האט מער ליב צו זיין פויל און נישט דארפן אריינטראכטן אין יעדע זאך (הנקרא slow thinking).

די ביכל איז בשעתו געוועהן א וועלטליכע סוקסעס און איז געווארן פארקויפט און די מיליאנען, די שרייבער (א איד גראדע) האט באקומען אסאך אווארדס פאר די ביכל, חוץ פון די ריסערטש וואס איז גאר שטארק אנערקענט געווארן, איז עס אויך זייער גוט געשריבן בכלליות, איך האב איהם אמאל געהערט פארציילן אין א אינטערוויו אז ווען ער האט שוין געהאלטן נאכן שרייבן איבער האלב פון די ביכל האט ער אלעס צוריסן און אנגעהויבן פון פריש ווייל ער האט געהאלטן אז ס׳איז נישט הונדערט פראצענט פערפעקט, די איידיעס פון די ביכל קענען זיין נוגע פאר זייער אסאך זאכן, איך פערסענעלי האב מיך אסאך געטוישט אין טראכטן לגבי פיינענטשל דיסיזשענס וויאזוי איך מאך אפ צו קויפן אדער פארקויפן א סטאק און נאך אסאך אנדערע זאכן, נאך א פלאץ ווי די ביכל איז געווארן זייער אויפגעפיקט איז אין פוטבול ווי זייער אסאך קאוטשעס האבן אנגעהויבן צו ניצן געוויסע טעקניקס פון די ביכל.


איך האלט גראדע אז ATUB @סאנטיאגא ATUB די וואלסט זייער שטארק הנאה געהאט פון דעהם, דא קען מען זעהן חלק א׳ און חלק ב׳ פון א גוטע סאמערי פון די ביכל.
זונטאג יאנואר 01, 2023 11:29 pm#514864
ס'זענען דא גאנצע ביכער איבער ביכער געבויט אויף זיינע ערפונדונגען. איך זעה איהם כסדר ווערן געברענגט. זיינע ווערק האבן געהאט א ריזיגע השפעה אויף מיר. בעיקר אין ארויסהאבן negotiation און אויך מיט אינוועסטירן, און פילע אנדערע אספעקטן אין לעבן, שווער צו דערמאנען און אויסצורעכענען אזויפיל, ספעציעל ווען עס זענען געווארן אריינגעבויט אינעם טאג טעגליכען לעבן.
מיטוואך יאנואר 04, 2023 7:09 am#515031
וואס איז דער נאמען פון דעם בוך?
פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:07 am#515120
THINKING FAST AND SLOW
פרייטאג יאנואר 06, 2023 3:03 am#515129
ATUB @סאנטיאגא ATUB האט אפגעפיצט פון אונז צו זיין ביכל….. האלא יונגערמאן אונז ווארטן פאר א פולע ריוויו איבער די ביכל, אזוי ווי דיינע אנדערע הערליכע שטיקלעך דא אין שטיבל.
פרייטאג יאנואר 06, 2023 4:04 pm#515153
סאנטיאגא האט געשריבן:האט איינער שוין געליינט די בוך פון דניאל כהנמן? ער איז א אידישע פסיכילאג איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון אים אין די קאנטעקסט פון ביהעיווירל אינוועסטינג/עקענאמיקס, איך בין נייגעריג אויב עמיצער דא האט עס שוין אנגעהויבן


זייער א וויכטיגע און יסודות'דיגע בוך. איך האב עס געליינט אין געציילטע טעג, טראצדעם וואס עס איז א גאר לאנגע בוך. יישר כח פאר דערמאנען; כ'מיין אז ס'איז צייט עס איבערצוליינען.
פרייטאג יאנואר 06, 2023 4:08 pm#515156
עמקות המחשבה האט געשריבן:די מעין איידיע פון די ביכל (וויאזוי איך האב עס פארשטאנען) איז אז יעדע דיסיזשן וואס א מענטש מאכט קען קומען פון צוויי פלעצער די שנעלע חלק פון די מח וואס מאכט געווענליך אפ אויף א זאך לויט די געפילן און באקוועמליכקייט, אדער פון די שטאטע חלק פון די מח וואס מאכט דיסיזשנס בעיסד אויף לאגיק און חכמה, און מענטשן האב מער ליב אדער שפירן זיך מער באקוועהם מיט די שנעלע מהלך (הנקרא fast thinking) ווייל אונזער מח האט מער ליב צו זיין פויל און נישט דארפן אריינטראכטן אין יעדע זאך (הנקרא slow thinking).


איך געדענק שוין כמעט נישט די אינהאלט פון די בוך (דארף מען עס איבערליינען, כנ"ל), אבער איך געדענק אז נאכן ליינען די בוך האב איך אנגעהויבן צו טוישן מיין מעטאד פון decisions, פון טראכטן מיט לאגיק/קאפ, צו גיין מער מיט די gut feeling און emotions. דאס מיינט נישט סתם guess'ן נאר עס איז אן אמת'ע זאך אז די gut ווייסט וואס איז גוט.


.
פרייטאג יאנואר 27, 2023 12:22 am#516330
Does anyone have info on this book
מיטוואך פעברואר 01, 2023 9:50 pm#516525
הוגה האט געשריבן:זייער א וויכטיגע און יסודות'דיגע בוך. איך האב עס געליינט אין געציילטע טעג, טראצדעם וואס עס איז א גאר לאנגע בוך. יישר כח פאר דערמאנען; כ'מיין אז ס'איז צייט עס איבערצוליינען.


נאכן איינזעהן אז איך האב נישט יעצט די צייט אדער געדולד איבערצוליינען דעם בוך, האב איך מיך געוואנדן צו מיין נייע פריינט, Open AI, און געכאפט א שמועס מיט אים (איר? זיי?) איבער דעם בוך. דא האט איר ציטירט די גאנצע שמועס.

גיב מיר א קורצע סיכום פון די בוך Thinking Fast and Slow געשריבן דורך דער איזראעילי/אמעריקאנער פסיכילאג, דניאל כהנמן.

Open AI האט געשריבן:"Thinking Fast and Slow" by Daniel Kahneman is a best-selling book that explores the two systems of thought that shape our decision making process: System 1, which is intuitive and fast, and System 2, which is deliberate and slow. The book presents numerous psychological experiments and case studies to illustrate how cognitive biases and emotions can influence our thinking and decision making, leading us to make mistakes. The author argues that to make more rational decisions, we need to be aware of these biases and learn to overcome them by engaging our System 2 thinking. The book provides insights into human reasoning and decision making, and is a classic in the field of behavioral economics and psychology. i


וואס איז די בוכ'ס טעזע?

Open AI האט געשריבן:The thesis of Daniel Kahneman's book "Thinking Fast and Slow" is that human decision making is influenced by two systems of thought: System 1, which is fast, intuitive, and emotional, and System 2, which is slower, more deliberative, and logical. Kahneman argues that while these two systems often work in tandem to help us make decisions quickly and efficiently, they can also lead us to make mistakes because of cognitive biases and emotional influences. The book's main thesis is that to make better decisions, it is important to be aware of these biases and to engage our System 2 thinking to overcome them. i


ביטע עלאבעריר מער אויף דיין לעצטע פונקט.

Open AI האט געשריבן:The main argument of Kahneman's book is that our decision making process is heavily influenced by cognitive biases and emotional factors, which can lead us to make mistakes. The two systems of thought (System 1 and System 2) that he describes are designed to help us make decisions quickly and efficiently, but they also have their limitations. System 1 thinking is fast and intuitive, but it can be influenced by emotions and mental shortcuts that result in cognitive biases. System 2 thinking, on the other hand, is more deliberate and logical, but it is also slower and more effortful. i

Kahneman argues that to make better decisions, it is important to be aware of these biases and to engage System 2 thinking when necessary. This means taking the time to carefully consider all relevant information, rather than relying solely on our intuition and emotions. By doing so, we can avoid the traps of cognitive biases and make decisions that are more rational and in line with our goals and values. In short, the thesis of the book is that we can improve our decision making by understanding the limitations of our thinking and taking active steps to overcome them. i


וואס פאר א סארט שריט קענען מיר נעמען דאס ו דערגרייכן?

Open AI האט געשריבן:Here are some steps that could help us overcome cognitive biases and improve our decision making, as suggested by Daniel Kahneman in his book "Thinking Fast and Slow": i

    Slow down and engage System 2 thinking: Take the time to deliberate and think carefully about the information you have before making a decision. This will help you avoid being influenced by emotional biases and shortcuts. i

    Seek out diverse perspectives: Exposure to diverse opinions and ideas can help challenge your own biases and increase the quality of your decisions. i

    Gather more information: When making a decision, try to gather as much information as possible to reduce the influence of biases. i

    Be aware of heuristics and biases: Be mindful of common cognitive biases, such as the sunk cost fallacy, the anchoring effect, and overconfidence, and try to overcome them by actively questioning your own assumptions. i

    Practice mental exercises: Regularly engaging in mental exercises, such as critical thinking and problem solving, can help you develop the cognitive skills necessary to overcome biases. i

    Seek out feedback: Regularly seek out feedback from others to help identify areas where you may be biased and make adjustments accordingly. i

    Maintain a growth mindset: Embrace the idea that you can always improve and grow as a person, and seek out opportunities to challenge your biases and develop new ways of thinking. i
By following these steps, you can increase your ability to overcome cognitive biases and make more rational and effective decisions. i


קענסט אפשר דעפינירן וואס פונקטלעך "system 2 thinking" איז?

Open AI האט געשריבן:In "Thinking Fast and Slow," Daniel Kahneman describes two systems of thought that shape our decision making process: System 1 and System 2. i

System 2 thinking is the slower, more deliberate, and conscious type of thinking that is used for more complex or effortful tasks. It involves the allocation of mental resources and is characterized by attention, focus, and effortful processing. System 2 thinking is used when we need to engage in problem solving, decision making, and other types of cognitive tasks that require more conscious effort and attention. This type of thinking is slower, more methodical, and less influenced by emotions and biases than System 1 thinking. i

According to Kahneman, System 2 thinking is essential for overcoming cognitive biases and making more rational decisions. By engaging System 2 thinking, we can slow down and carefully consider all the relevant information before making a decision, reducing the influence of biases and emotions. i


וויאזוי האט כהנמן אויפגעצייגט זיין טעזע און וואס פאר א ביישפילן האט ער גענוצט דערויף?

Open AI האט געשריבן:Daniel Kahneman supports his thesis in "Thinking Fast and Slow" through a combination of psychological experiments, case studies, and anecdotal evidence. He draws on his own research as well as the work of other psychologists and economists to demonstrate how cognitive biases and emotions influence our decision making. i

Here are a few examples of the experiments and case studies that Kahneman uses to support his thesis: i

    The anchoring effect: Kahneman describes an experiment in which participants were asked to estimate the percentage of African countries in the United Nations after being randomly assigned to one of two groups. Participants in one group were asked to estimate the percentage after spinning a wheel that stopped on the number 10, while participants in the other group were asked to estimate the percentage after spinning a wheel that stopped on the number 65. The results showed that participants who were anchored to the number 10 provided much lower estimates, demonstrating the influence of anchor points on our thinking. i

    The framing effect: Kahneman describes how the way information is presented can influence our decisions, using the example of a hypothetical medical treatment for a fatal disease. Participants were presented with two options: a treatment that had a 90% survival rate over the next year, or a treatment that had a 10% mortality rate over the next year. Although the two options are mathematically equivalent, the results showed that participants preferred the treatment with the higher survival rate, demonstrating the influence of framing on our thinking. i

    The halo effect: Kahneman describes how our perception of a person or situation can be influenced by a single positive or negative characteristic. For example, if a person is perceived as attractive, they may also be perceived as more intelligent, trustworthy, and capable, even if there is no evidence to support this. i

    The priming effect: Kahneman describes experiments in which participants were primed with certain concepts or images before being asked to make judgments or solve problems. The results showed that the concepts or images that were primed influenced their thinking and decision making, demonstrating the influence of unconscious biases on our thinking. i
These are just a few examples of the experiments and case studies that Kahneman uses to support his thesis. Through these and other examples, he demonstrates how our thinking is influenced by cognitive biases, emotions, and mental shortcuts, and how this can lead us to make mistakes. By understanding these limitations, we can improve our decision making and avoid the traps of cognitive biases. i


נ.ב. עס האט אים גענומען געציילטע סעקונדען צו געבן איטליכע אנטווארט.



.
מיטוואך פעברואר 01, 2023 9:59 pm#516526
ונבנתה העיר האט געשריבן:יעצט גענדיגט Educated. אומגלויבליך. כ'האב אזא מאכטפולער בוך נאך מעודי נישט געליינט.

ס'איז אויף א שארט-ליסט צו ווערן דער דריטער בוך וואס כ'האב איבערגעליינט א צווייטע מאל.

An unforgettable memoir about a young girl who, kept out of school, leaves her survivalist family and goes on to earn a PhD from Cambridge University

Born to survivalists in the mountains of Idaho, Tara Westover was seventeen the first time she set foot in a classroom. Her family was so isolated from mainstream society that there was no one to ensure the children received an education, and no one to intervene when one of Tara’s older brothers became violent. When another brother got himself into college, Tara decided to try a new kind of life. Her quest for knowledge transformed her, taking her over oceans and across continents, to Harvard and to Cambridge University. Only then would she wonder if she’d traveled too far, if there was still a way home.

כ'האב בזכות דיין רעקאמאנדאציע אייגעהאנדלט דעם בוך אויף אודיבל, יא ס'איז מאסיוו, א גרויס'ן דאנק!