Under maintenance
הויפט זייט » משפחה אין ירושלים פאר'סם'ט, צוויי קינדער טויט, אנדערע קריטיש

משפחה אין ירושלים פאר'סם'ט, צוויי קינדער טויט, אנדערע קריטיש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5742
מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:53 pm#178450
משפחה פאר'סמ'ט!!!
ס'שפילט זיך יעצט אפ אין ירושלים א געפערליכע געשעניש, ווען מיט אמאל האט א גאנצע משפחה אנגעהויבן נישט גוט פילן, זיי האבן גערוהפן הצלה אין זיי זענען אלע אריינגעפירט געווארן.

מ'האלט אינגאנצן אפאר שעה שפעטער ווען די גאנצע משפחה איז אין א קריטישע צושטאנד, צוזאמען מיט נאך צוויי הצלה וואלענטורען אין צוויי פין די משפחה זענען שוין נישט בין החיים רח"ל.

די דאקטורים זאגן אז עס איז א סם וואס זיי האבן ערגעץ ווי אויפגעפיקט אין האבן נישט קיין אנונג וואס, אין וויאזוי דעיס צו היילן.

זיי זאגן אויך אז ס'איז אזא מין געז וואס ס'איז געניצט געווארן אין סוריא נישט לאנג צוריק השם ישמרנו.

מ'האט ארעסטירט די עקסטערמענעטאר פין זייער בילדינג נאכן חושד זיין אז ער האט אפשר א האנט דערין אין ס'איז גאר א טעראר אטאקע.

מיר'ע ישיבה האט אפגעשטעלט דאס לערנן אין זייער גאנצע פעסיליטעיט אין אנגעהויבן מיט א יום תפילה ווי ס'האט זיך געגאסן טייכן טרערן איינרייסנ'דיג אויפצוקומען מיט עפעס א רפואה, אין כאטש אפראטעווען די איבריגע מיטגלודער.

די משפחה נאמען איז פאוזען, כלל ישראל ווערט געבעהטן איינצורייסן לרפואתם בקרוב.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:38 pm#178482
משפחה אין ירושלים פאר'סם'ט, צוויי קינדער טויט, אנדערע קריטיש
די הארץ איז פארקלעמט פון די שרעקליכע בשורה פון ירושלים, ווי א גאנצע משפחה איז פאר'סם'ט געווארן, און צוויי קליינע מיידעלעך, 1.5 און 4 יאר אלט, זענען שוין נפטר געווארן ר"ל. צוויי ברידער'ס , 5 און 7 יאר אלט, ראנגלען זיך מיט זייער לעבן. די עלטערן זענען לייכט געשעדיגט געווארן אבער זענען נאך אין שפיטאל. דערווייל איז נאך נישט קלאר וואס האט געברענגט די שרעקליכע פאר'סם'ונג

בילד
די צוויי נפטרים

אוי רבונו של עולם
מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:44 pm#178490
ישר כח פארן צאמשטעלן
מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:49 pm#178494
צוזאמענגעשטעלט.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:50 pm#178495
KolHaolam ‏@KolHaolam
JERUSALEM: Exterminator in today's fatalities is Israeli with 30 years experience, happened by mistake R'L not terror attack as feared.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:21 pm#178519
חיים מיכאל שלמה בן מיכל (צוגעלייגט חיים)
רפאל יצחק אייזיק בן מיכל (צוגעלייגט רפאל)
און די טאטע שמעון עוזר בן דינה
לרפואה שלימה
מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:22 pm#178522
די עקסטעמינטעטער (?) האט פשוט איבער געלאזט שעדליכע מאטריאל דארט און געזאגט אז ער וועט עס קומען נעמען פרייטיג..
מיטוואך יאנואר 22, 2014 5:00 pm#178541
דער 15 יעריגער בחור קויפמאן וואס איז פלוצלינג אוועק האט אויך מיט די שעדליכע סחורה?
מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:18 pm#178626
ניין גארנישט. קויפמאן איז א הארץ אטאקע!
מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:21 pm#178629
וועלקאם בעק לאליפאפ
מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:29 pm#178632
ראשעקאל האט געשריבן:וועלקאם בעק לאליפאפ
מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:34 pm#178637
לאליפאפ האט געשריבן:ניין גארנישט. קויפמאן איז א הארץ אטאקע!


ביסט זיכער א הארץ אטאקע?
מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:46 pm#178640
רבוני דעלמא כולי, וויזוי באקומט א 15 יעריגע בחור א הארץ אטאקע, שומו שמים,
מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:48 pm#178641
קויפמאן איז אויסדרוקליך נישט געווען קיין הארץ אטאקע.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:49 pm#178642
די 15 יעריגע בחור איז געווען א זעלבסטמארד ל''ע
מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:58 pm#178644
פון ווי נעמסטו דאס?
מיטוואך יאנואר 22, 2014 11:22 pm#178645
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:40 am#178666
דארט שטייט אז די משפחה נאמען איז גראס, נישט פאוזען ווי פריער באריכטעט.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:42 am#178668
(____) שפכו את הדם הזה?
איך וויל פרעגן איין נארישע שאלה, און איך בעט איר זאלט מיר נישט גיבן איבערן קאפ...
ווילאנג האבן די עלטערן (לרפו"ש) מרגיש גווען דעם גערוך, אדער באמערקט מאדנע סימפטומען אויף אירע קינדערלאך? א גאנצע נאכט? פון אינדערפרי אן?
איך מיין אז דער גווענטליכער יונגערמאן און ווייבל פון א פארמאכטע שטרענג באשוצטע סוסייעטי ווייסט גארנישט אז עס איז פאראן אזא זאך ווי שעדליכע פאטאלע גאז. און נאר צוליב דעם האט גקענט פאסירן אזא טראגעדיע.
מיט אביסל עדיוקיישון וואלט דאס גקענט ווערן פארמיטן.
ה' ירחם.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:51 am#178670
גיב אכטונג. ווען מען קריכט אויף גראדע ווענט קען מען טראסקען און זיך שטארק צוקלאפן. איך האף אז דו האסט עדיוקיישן אויף דעם :?
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:24 am#178674
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך וויל פרעגן איין נארישע שאלה, און איך בעט איר זאלט מיר נישט גיבן איבערן קאפ...
ווילאנג האבן די עלטערן (לרפו"ש) מרגיש גווען דעם גערוך, אדער באמערקט מאדנע סימפטומען אויף אירע קינדערלאך? א גאנצע נאכט? פון אינדערפרי אן?
איך מיין אז דער גווענטליכער יונגערמאן און ווייבל פון א פארמאכטע שטרענג באשוצטע סוסייעטי ווייסט גארנישט אז עס איז פאראן אזא זאך ווי שעדליכע פאטאלע גאז. און נאר צוליב דעם האט גקענט פאסירן אזא טראגעדיע.
מיט אביסל עדיוקיישון וואלט דאס גקענט ווערן פארמיטן
ה' ירחם.

Educated people have accidents? How can it happen they are educated?
Do educated people die? How? Aren't they educated?
Hashem nusan v'hashem lukach yehi sheim hashem mevorach meiatu vad olem
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:40 am#178678
BAL TSHIVA האט געשריבן: educated people die? How? Aren't they educated?
Hashem nusan v'hashem lukach yehi sheim hashem mevorach meiatu vad olem

אולת אדם תסלף דרכו ועל ה' יזעף לבו.
ה' איז נישט שולדיג. יא מענטשן דארפן אכט גיבן. אויב מווייסט און מאיז עדיוקייטיד, דאן פארשטייט מען אז אויב צוויי קינדער אקטן סטרעינדש רופט מען הצלה. אויב מ'שמעקט גאז "קען" דאס זיין א סכנה וואס מותר לחלל שבת על זה.
איך זאג נישט אז דאס איז גווען. איך קלער נאר צו דורך נישט אויסלערנען אונזערע קינדער זענן מיר נישט שולדיג אויף אזא אומוויסנדע בארישע דארפישע גלייכגילטיגקייט.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:01 am#178688
היימישער ,איך גיי האקן אויף דיר אז דו געבסט זיי מוסר בשעת דו ווייסט נישט די פאקטן.

די נייעס קוועלער באריכטן אז די משפחה איז יענעם טאג שוין געווען ביי מד"א וואס האט זיי געזאגט אז די סימפטאמן זענען פון פארדארבענע עסן און זיי מייעץ געווען צו נעמען א געוויסע פיל צו בארוהיגן די מאגן.

"בני המשפחה סבלו מאז ההדברה שהתקיימה בביתם ביום שני, מבחילות, שלשולים והקאות. הם פנו למרפאת החירום "טרם", ונאמר להוריהם לקחת אקמול ולרכוש בבוקר תרופה נגד בחילות".

סאו יעצט דארפסטו זאגן מוסר פר די 'דארפישע' דאקטורים. אויב עפעס איז א חידוש אז דער עקסטרימינעטער האט דאס אריינגעשטעלט אין די דירה מיט אזא גלייכגילטיקייט בעת ער וואלט געדארפט צו וויסן אז ווען מען נוצט די שעדליכע סם מוז די דירה זיין הערמעטיש פארשלאסן פאר א וואך צייט!
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:09 am#178689
מען גרייט זיך צו די לוויה פון די צוויי קינדער השם ירחם
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:42 pm#178738
בילד
, ,
, ,
, ,
, ,
, ,
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:29 pm#178750
דעם פאטער'ס הספד
:אויוויי: "ה' נתן וה' לקח. נשאלת השאלה מדוע רבי מאיר בכה, הרי הוא בעצמו אמר לברוריה אשתו שצריך להחזיר את הפיקדון. התשובה היא שכשבעל פיקדון מגיע לקחת את הפיקדון כשהגיע הזמן, זה באמת הזמן להחזיר את הפיקדון. אבל, כשבעל הפיקדון מבקש את הפיקדון קודם שהגיע הזמן זה סימן שלא היינו שומרים טובים. אולי לא היינו ראויים לשמור על הפקדונות האלו, לא היינו זכאים לגדל אותם", אמר האב.

האב הוסיף, "הקב"ה, נתת לנו את אביגיל, היא הייתה כל כך צדיקה וטהורה, כל דבר הייתה שואלת 'זה יהיה לי מצווה'? כל כך היתה נשמה טהורה, תמיד רק אהבה לעזור. יעלי רק עכשיו התחילה לדבר, תמיד 'אבא, אמא' איזה טהורה היא היתה, איזו מתוקה. איזה חברות טובות הן היו, אי אפשר להאמין. עוד אתמול בבוקר שתיהן דיברו ושמחו, בלילה שתיהן עוד רקדו. הקב"ה בא ולקח אותן בחטף, מהרגע להרגע, אפילו לא הספקנו להתפלל", הוסיף האב.

"אין לנו שום שאלות, 'אל אמונה ואין עוול, צדיק וישר הוא', ה' נתן וה' לקח, אנחנו לא יודעים חשבונות שמיים, לא יודע למה זה קרה דווקא לנו. אבל אם הקדוש ברוך הוא הביא אותנו לניסיון הוא יתן לנו גם כוח לעמוד בו, שיהיו יסורים של אהבה. אני מבקש מאביגיל ויעל, תעלו לפני כיסא הכבוד, תינוקות שלא חטאו, ותבקשו על האחים רחמי שמיים". :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי:

האב הוסיף וביקש מציבור הנוכחים בלוויה להתפלל על שני הבנים הנמצאים במצב קשה, רפאל יצחק אייזיק בן מיכל וחיים מיכאל שלמה בן מיכל
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:34 pm#178751
ס'הארץ קען צעגיין. ווייסט איינער די מצב מיט די אנדערע געשוויסטער?
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:41 pm#178754
די עלטערן טענה'ן אז זיי האבן יא גזאגט פאר דעם דוקטור.
אויב אזוי איז די שולד אויף דעם דוקטור.
רבש"ע העלף, רפאנו ה' ונרפא.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:04 pm#178772
דא איז נישטא וואס צו בלעימען די משפחה, פינטל. זיי העטן נישט געדארפט חלומ'ען אז דער עקסטערמינעיטער האט געטון אזא פאצערישע - פאצערישע? רציחה'דיגע! - דזשאב און פאראורזאכט דעם טויט פון א אומשולדיגע משפחה. קיין שום עדיוקעישאן וואלט נישט געהאלפן דערויף. אדרבה, זאג מיר אין וועלכע קאלעזש מען לערנט דאס אויס, אז אויב מען האט שלשול זאל מען טשעקן פאר גאז/סם...

דער אמת איז, נאך א מזל עס איז דא וועמען צו בלעימען. די מענטשליכע נאטור פארלאנגט עס, עס איז דא אויף וועמען צו שרייען און וועמען צו באשולדיגן און פוינטן פינגערס.. שטארבן אן א סיבה און אן טרעפן איינעם צו בלעימען איז זייער א שווערע פיל אראפצושלינגען אויב האט מען נישט פעלזן-פעסטע אמונה.

אז מיר גלייבן אז אלעס איז באשערט און דער סם שפריצער איז נאר געווען א שליח, איז דאך בכלל נישט שייך צו פרעגן די שאלה. הרבה דרכים למקום, אויב נישט סם, וואלט געווען א צווייטע אופן. לאמיר שוין אויפהערן מיט די באשולדיגן דעם סיסטעם מיט פון-פינגער-אויסגעזויגענע טענות וואס קלעבן ווי אלטע סקאטש-טעיפ צום בארד.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:17 pm#178773
איך האלט ווי שמעקעדיג. אבער איך גלייב אויך אז 'איז געווען באשערט אז איינער זאל בלעימען די משפחה... אויב נישט היימישע ליטוואק וואלט עס אן אנדערע חכם געשריבן...
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:53 pm#178780
חזקיהו המלך האט געשריבן:רבוני דעלמא כולי, וויזוי באקומט א 15 יעריגע בחור א הארץ אטאקע, שומו שמים,

טשולדיק! איך זעה אז ס׳הארץ אטאקע איז א קאווע אפ משום בושא, אבער כבר הי׳ לעולמים למשל ווען איך האב געלערנט אין ישיבה קטנה, געדענק איך וואו א בן 14-15 האט געהאט א הארץ אטאקע.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:01 pm#178862
m https://www.youtube.com/watch?v=o-LwtzdzeyA m

נישט צום גלייבן ווי א טאטע קען זיך אזוי שטארק האלטן
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:09 pm#178869
עס רייסט ביים הארץ אבער מיט די פולע סימפאטיע מוז איך זאגן אז איך קוק עס אהן היפאטקריטיש און צביעות'דיג ווען א טאטע שטעלט זיך ביי די פרישע קבר פון זיין האלבע משפחה און זאגט איך האב נישט קיין קשיות בלא בלא בלא
ס'איז שוין געווארן א חרדיש'ע סטאנדארט אז יעדע טאטע וואס פארלירט א קינד מוז זיין א גיבור און שרייען השם נתן והשם לקח....
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:16 pm#178872
לויט וויפיל איך געדענק שטייט אין פסוק כי האדם יראה לעיניים וה' יראה ללבב (אפשר יאשקע קען יא זעהן).
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:38 pm#178878
איש עברי האט געשריבן:עס רייסט ביים הארץ אבער מיט די פולע סימפאטיע מוז איך זאגן אז איך קוק עס אהן היפאטקריטיש און צביעות'דיג ווען א טאטע שטעלט זיך ביי די פרישע קבר פון זיין האלבע משפחה און זאגט איך האב נישט קיין קשיות בלא בלא בלא
ס'איז שוין געווארן א חרדיש'ע סטאנדארט אז יעדע טאטע וואס פארלירט א קינד מוז זיין א גיבור און שרייען השם נתן והשם לקח....

איים סארי. אבער די בעסטע צייט מקנא צו זיין א מאמין, איז ווען ס'באפאלט א טראגעדיע. וואס היפאקריטיע ווען צבועות'דיג? מיינסט ער גייט דזשאלעווען טרערן כל ימי חייו? ער גייט פארגעסן מארגן דערפון?
איך ווייס נישט וויאזוי איך וואלט אויפגענומען אזא זאך. אבער אויב איינער קען זיך שטארקן איבער שוועריגקייטן דאס מענטשליכע שכל קען אפילו נישט באגרייפן, נאר דורך אמונה, ווי גליקלעך איז ער, אז ער איז א מאמין.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:39 pm#178879
איש עברי.....אבדה האמונה נכרתה מפיהם זאגט דער הייליגער קוברינער זי"ע פארוואס איז נישטא קיין אמונה וויל נכרתה מפיהם וויל מען רעדט נישט דערפון.............איז דער וואס רעדט יא דערפון האט יא אמונה..........השי"ת געט די כוחות פאר דעם טאטען זיך צי מחזק זיין...........אוועק מאכען א יוד וואס האט אמונה אי פראבירט זיך מחזק זיין אין אזא שרעקליחע עת צרה ??????????????.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:47 pm#178882
שלום עליכם אוהב ישראל. האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל.

איש עברי אונז קענען עס נישט פארשטיין, מיר זאלן נישט געפריווט ווערן, קיין טאטע זאגט עס נישט פאר פאן. עס איז זיכער אז השי"ת גיט עקסטערע כוחות, ווי די ספרים טייטשן ברוך גוזר ומקיים, איך פארשטיי דיין שוואכע אמונה אין יענעמ'ס אמונה, אבער די געליטענע רעדן גאר אנדערש.

זאל זיי ה' טרייסטן און אויפרעכטן בתחיית המתים בקרוב ממש.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:02 pm#178885
אקעי איך וויל מיך בעסער מסביר זיין
איך האב נישט געמיינט חס ושלום אז זיין אמונה איז נישט אמת'דיג אדער אז ס'איז נישט מעגליך אז א טאטע זאל זיך מחזק זיין מיט אמונה אין א טראגעדיע זיכער אז יא.
אבער די וועג וויאזוי חרדיזם ארבעט איז אז אויף יעדע טריט און שריט איז דא אנגענומענע סטאנדארטן פונקטליך וויאזוי מען דארף עקטען פריפארמען.
ווען מען מאכט חתונה א קינד איז דא סטאנדארטן וויפיל מען מעג זיין פרייליך, אביסל ווייניגער איז פארשלאפן אביסל מער איז פאני, און אזוי אויך ווען פונקטליך מען מעג רעליסן די קוואל פון דמעות של שמחה וכדומה.
סטאנדארטן אויף וויפיל מען מעג זיין עמאציאנעל באגלייט אונז אויף טריט און שריט און לעבן, און דאס פירט אז רוב פון אונז לעבן און א געוויסע וועג מיט דערשטיקטע אימאשענס, ביי אונז איז ווייזן אימאשענס און פארלוירנקייט א סימן חולשה מען שעמט זיך עפעס דערמיט
ווען עס געשעהט א טראגעדיע איז נארמאל און מענטשליך אז א טאטע זאל זיין פארלוירן און צושאסן עס פעהלט נישט אויס צו שפילן גיבור, איך וויל קיינמאהל חס ושלום נישט אנקומען צו די מצב אבער איך בין מסופק וויפיל אמת ס'ליגט אין די גבורה וואס טאטעס ווייזן ארויס מיט די ה' נתן געזאגעכץ, עס קען זיין אז ס'איז פשוט נאך א סטאנדארט, א סטאנדארט וויאזוי מען ספראוועט זיך מיט א פארלוסט ביי חרדים.
נאכאמאל איך מיין נישט די טאטע דווקא, איך ווייס פון א קרוב מיינע וואס האט אויך ביי די לוויה פון זיין קינד געשטאנען ווי א סאלדאט און שפעטער חדשים לאנג געוויינט ווי א בעיבי טאג און נאכט.
אגב איבער גענוי די טעמע איז באזירט די בארימטע ווערק פון פישל שניאורזאהן "חיים גראביצער" וואו ער שילדערט ווי חיים דער נופל אנטלויפט פון זיין זוהנס לווייה נאכדעם וואס ער האט איינגעזעהן אז ער איז נישט אזא גיבור ווי ער האט זיך גענער'ט אז ער איז.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:11 pm#178889
נו איז וואס האט דאס מיט חרידיזם? ביי א חילוני און ביי א גוי איז אויך דא שטערקע כאראקטערס און שוואכערע ,איינער וויינט הויך און איינער צורייסט זיך פון אינווייניג ,איינער כאפט גלייך און איינער נעמט עס וואכן און חדשים ביז די טראגעטיע היטס האום. בקיצר עולם כמנהגו נוהג.
זאל מען זיך טרעפן נאר אויף שמחות.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:14 pm#178892
וואס איך מיין איז אין איין ווארט דאס אננעמען א טראגעדיע האט שוין אויך כללים, דעריבער ווערט דאס אננעמען באהבה א מצוות אנשים מלומדה,
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:18 pm#178894
איך האב גוט פארשטאנן וואס דו האסט געזאגט והשבתי לך אז ביי יעדעם איז עס אנדערש ,נאר די היינטיגע טעכנאלאגיע מאכט אז צעהן סעקונדעס נאכדעם וואס די טאטע האט עס געזאגט ווייסטו שוין דערפון מאכט עס אויסזעהן ווי א ק/פ ,גיי שטיי אין ריעל לייף אין א בית הקברות וועסטו הערן און זעהן אלע מיני הספדים און אלע מיני וועגן ווי די נאנטע נעמען עס אן.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:20 pm#178898
איש עברי האט געשריבן:אקעי איך וויל מיך בעסער מסביר זיין
איך האב נישט געמיינט חס ושלום אז זיין אמונה איז נישט אמת'דיג אדער אז ס'איז נישט מעגליך אז א טאטע זאל זיך מחזק זיין מיט אמונה אין א טראגעדיע זיכער אז יא.
אבער די וועג וויאזוי חרדיזם ארבעט איז אז אויף יעדע טריט און שריט איז דא אנגענומענע סטאנדארטן פונקטליך וויאזוי מען דארף עקטען פריפארמען.
ווען מען מאכט חתונה א קינד איז דא סטאנדארטן וויפיל מען מעג זיין פרייליך, אביסל ווייניגער איז פארשלאפן אביסל מער איז פאני, און אזוי אויך ווען פונקטליך מען מעג רעליסן די קוואל פון דמעות של שמחה וכדומה.
סטאנדארטן אויף וויפיל מען מעג זיין עמאציאנעל באגלייט אונז אויף טריט און שריט און לעבן, און דאס פירט אז רוב פון אונז לעבן און א געוויסע וועג מיט דערשטיקטע אימאשענס, ביי אונז איז ווייזן אימאשענס און פארלוירנקייט א סימן חולשה מען שעמט זיך עפעס דערמיט
ווען עס געשעהט א טראגעדיע איז נארמאל און מענטשליך אז א טאטע זאל זיין פארלוירן און צושאסן עס פעהלט נישט אויס צו שפילן גיבור, איך וויל קיינמאהל חס ושלום נישט אנקומען צו די מצב אבער איך בין מסופק וויפיל אמת ס'ליגט אין די גבורה וואס טאטעס ווייזן ארויס מיט די ה' נתן געזאגעכץ, עס קען זיין אז ס'איז פשוט נאך א סטאנדארט, א סטאנדארט וויאזוי מען ספראוועט זיך מיט א פארלוסט ביי חרדים.
נאכאמאל איך מיין נישט די טאטע דווקא, איך ווייס פון א קרוב מיינע וואס האט אויך ביי די לוויה פון זיין קינד געשטאנען ווי א סאלדאט און שפעטער חדשים לאנג געוויינט ווי א בעיבי טאג און נאכט.
אגב איבער גענוי די טעמע איז באזירט די בארימטע ווערק פון פישל שניאורזאהן "חיים גראביצער" וואו ער שילדערט ווי חיים דער נופל אנטלויפט פון זיין זוהנס לווייה נאכדעם וואס ער האט איינגעזעהן אז ער איז נישט אזא גיבור ווי ער האט זיך גענער'ט אז ער איז.


האלא, דא איז נישט אכשר דרא אשכול, ווי מ'באהאנדלט צעדרייטע קאמפארטי פון עפעס א צעפידלטן געזעלשאפט.

א מאמין, איינער וואס גלייבט אז איינער פירט די וועלט, נעמט אויף פילפאכיג רואיגער סיי וואספארא טראגעדיע. זאל דאס זיין ווען זיין הייזקע צעשייד זיך מיטן רויך קנויל, ווען ער פירט אראפ אין ערד צאצאותיו, ווען ס'גייט אים שלעכט אא"וו.

פליז דריי נישט קיין קאפ יעצט. איך בין אסאך מאל ליטערלי מקנא שטארקע מאמינים ווען איך זע וויאזוי זיי גייען זיך אום מיט זייערע שוועריקייטן. ס'קומט נישט יעצט אריין די אראפגעשריבענע דאזע טרערן די מיסיס מיטן טישו צווישן אירע פינגער, ברויך אראפלאזן בעפארן צירקולירן מיט די הבדלה ליכטלעך ביים חופה.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:24 pm#178901
די ערשטע פאזע איז דענייאעל, כנראה, אז די גיבורים-טאטעס גייען דאס דורך בשעת די לויה רח"ל. עס האט נישט מיט חרדי'יזם גארנישט.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:25 pm#178903
דערמאנט מיך אין נחשון וואקסמאן'ס טאטע, האט אויך געשריגען ווי א גיבור ביי די לויה פון זיין קינד השם נתן והשם לקח. דאס גאנצע חרדישע אין חילונישע פרעסע איז געווען באגייסטערט פון זיין גבורת הנפש. א יאר צוויי נאכדעם איז ער געווארן כמעט בארירט (אויב געדענק איך גוט אויך פון רעליגעזן שטאנדפונקט).
איש עברי זאגט גוט.
פרייטאג יאנואר 24, 2014 11:56 am#179016
מענין לענין באותו ענין איבער אמונה און הספדים נאך שרעקליכע טראגעדיעס ווי אידן זענען מקבל די גזר דין מיט גבורה און אמונה.
האט איר דא א שטיקל פון איי וועלט וואס דער טאטע פון הבחור קויפמאן ע"ה האט געזאגט לפני מיטתו די וואך.


כ'האב נעכטן געהערט (על הטעל) ביים הספד פונעם טאטן הרה"ג ר' אורי יודל קויפמאן שליט"א לפני מטתו של בנו הבה"ח ע"ה, האט ער געזאגט א רעיון נורא אויפן פסוק יקר בעיני ה' המותה לחסידיו. אז א איד אין יעדן מצב שהוא ווייסט ער אז דער באשעפער טוט אלעס, און נאר מיטן כח האמונה קען זיך א איד האלטן, און אזא מצב דארף מען עקסטער מאכן א ברכה שלא עשני גוי, אז מען איז א איד און מען האט אמונה אינעם רצון ה', וואס דאס העלפט לינדערן דעם ווייטאג. האט ער געזאגט 'יקר בעיני' עס איז יעצט טייער אין מיינע אויגן, ה' דאס אז כ'האב א באשפער א אדון כל המעשים, און מיט איהם קען איך זיך מחזק זיין, אין א זמן וואס עס קומט פאר 'המותה לחסידיו', ה"י.
פרייטאג יאנואר 24, 2014 5:39 pm#179084
הביא לנו איש עברי לצחק בנו
וואס וויל ער פון אונז, מאמינים בני מאמינים.

איז דאס דען נישט א פאקט, אז צענדליגע טויזנטע אידישע חרדישע מאמינים האבן דורך געמאכט דעם שרעקליכן הלאקאוסט ווי מערערע פון זיי האבן פארלוירן (נישט מער געדאכט) די גאנצע משפחה און די גאנצע שטאט, פרוי מיט קינדער וכו', און נאך אלץ האבן אזוי סאך פון זיי זיך געשטארק און אויפגעבויט פרישע לעבן.

אמת, זיי האבן אייביג געווען צוקלאפט און געוויינט ביי נאכט ווי א בעיבי, אבער עס קומט נישט קרעדיט פארן מחזק זיין דעם קומענדיגן דור, פארן אכטונג געבן אויפן וואוילזיין פון די דורות, מיט אמונה און בטחון.

אמת, טאקע נישט אלע אלע האבן דאס געקענט באווייזן, למשל פולישע אידן האבן נעבעך אזוי סאך מיטגעמאכט, אז אפט האבן דאס די דורות יא אנגעמערקט. אבער פארוואס גיבסטו נישט א טראף קרעדיט פאר א טאטע וואס האט נאך לעבעדיגע קינדער און ער מוז זיי ראטעווען אז ער שטארקט זיך.

איך קען דיר נישט פארשטיין, נאר אריאל שרון איז א גיבור, זיין "גבורה" איז נישט קיין "צביעות?"....

דאס אז זיינע קינדער זענען געגאנגען כמעט ווי א חתונה צערעמאניע ביי זיין "לוויה" קיינער האט נישט געקערט אז דער צמח גייט לאדמה, דאס איז "זייער שיין". נאר א טאטע וואס איז זיך מחזק און מחזק אנדערע דאס איז "חרדיזים"...

פליז, ריקאנסידער יור אפראטש טרו דזושדאיזים...
מוצ"ש יאנואר 25, 2014 9:20 pm#179101
אפדעיט:
די יונגלעך זענען נאך אלץ קריטיש , אבער איין קינדער האט געקענט ענפערן שאלות ווען ער איז געוועהן וואך פאר אפאר מינוט
זונטאג יאנואר 26, 2014 12:32 am#179138
איש עברי, כאטש ביסט גערעכט אז אונזער סאסייעטי שרייבט פאר די פונקטליכע דיטעילס אויף ווי ווייט עמאשענעל מען מעג זיין אויף יעדע טריט און שריט, איז אבער דא נישט קיין ראי' אז דער טאטע האט גע'עקט לויט די כללים. ווען חלילה אזא שרעקליכע אומגליק געשעט איז דא א פראסעס וואס א מענטש גייט דורך, קודם איז ער אין דינייעל און עס נעמט צייט ביז ער כאפט וואס עס גייט באמת פאר. דערפאר קען זיין אז דער יוד איז בשעת נעשה אמת'דיג מצדיק את הדין, ער ווייסט אבער נאך נישט מיט consciousness וואס דער דין איז. ס'איז אוממעגליך צו וויסן וואס עס גייט פאר אין זיין קאפ בשעת ער רעדט דארט. מענטשן אין די מצב - אפאר שעה נאך אן אומגליק - רעדן זיך נאך איין אז עס איז נאר א צייטווייליגע זאך.

ומחה ה' דמעה מעל כל פנים
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:07 am#180348
גוטע נייעס

כוחם של תפילות • בחסדי שמיים: מיכאל גרוס פקח את העיניים

m http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=64247 m

בשורות טובות: גם מיכאל גרוס התעורר ופקח את עיניו, לאחר ששלשום נותק ממכונת האקמו • אתמול האח יצחק חזר להכרה, ליקק סוכריה ואף הצליח לברך עליה. היום מצבו השתפר אף יותר • התפילות נמשכות: אמש התקיימה עצרת תפילה בירושלים • ההורים מבקשים: "אנו מודים לכולם. התפללו עבור חיים מיכאל שלמה בן מיכל ורפאל יצחק אייזיק בן מיכל