זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:09 pm#216128
ר' ישראל קאפקע ובחדא מחתא ר' שמעקעדיג שליט"א (בלשון רבים.). מיין ברענגען א ראי' אויפ'ן דייטשן אנטיסעמיטיזם, און המשך פון שנאת ישראל (נישט מדינת ישראל) איז נישט דייקא די אזוי-גערופענע פרא-פאלעסטינער דעמאנסטראציעס. נאר דאס איז איינס פון א סאך אנדערע נישט געשמאקע ערשיינונגען פאר אידן. צוזאמען מיט די אנדערע סיבות וואס איך האב אויסגערעכנט. און נאך אנדערע זאכן. אוודאי. דאס שיקן כעמיקאלע וואפן און עקספערטן קיין איראן קען מען פארענטפערן אז ס'איז ביזנעס און געלט . און נישט שנאת ישראל. דאס דינען בבחינת די ע"ז בעל פעור, דעם מאנומענט לזכר דעם האלאקאוסט און די אידן וואס די נאציס ימ"ש האבן משפיל געוועין און פארטיליגט, קענמען אויכעט פארענטפערן אז די גויים וועלכע האבן דאס געטון (געדענקט, א פאר טויזנט.) זענען געוועהן שיכור. אבער אינז ווייסן דאך וואס די גמ' (להבדיל אלף אלפי הבדלות) זאגט אין מס' עירובין. בג' דברים אדם ניכר בכיסו , בכוסו ובכעסו.
בנידון די נטורי קרתא, האביך געהאלטן בראשית דרכם, אז זיי טוען דווקא א גוטע זאך. אז ס'איז גוט אנצוהאלטן א שטיקל באלאנס. אז די גויים, ספעציעל די אראבערס און מוסולמענער זאללן זעהן און וויסן אז נישט אלע אידן זענען מסכים מיט די פאליסיס און אקציעס פון מדינת ישראל. אויך, אז זיי האבן זיך געטראפן מיט דעם בארימטן שווארצן שונא ישראל ( נישט נאר שונא מדינת ישראל), לואיס פאראקאן, ימ"ש. אבער זייערע אקציעס די לעצטע פאר יארן איז שוין לאנג אריבער די מאס און דעם שיעור פון חובת מחאה. וואס גרעניצט זיך מיט אפן באשטעטיגן און געיבן א הכשר אויף די מעשי רציחה (אויף אלע אידן) פון די אראבערס און איראן.
אין די סוגיא פון נטרונא האלט איך אז בעיקרון, אין פרינציפ איז עס א גוטע זאך. אבער למעשה, אין מציאות ארבעט עס נישט. ווייל דער ערליכער איד וועלכער וואוינט אין וויליאמסבורג, בארא פארק אדער פלעטבוש, אדער לאנג-איילאנד, אדער אייראפע. ובכל מקומות מושבותיהם האט נאכנישט נהנה געוועין פון די אלע זאכן. ס'איז נאכנישט געוועין קיין איין איינציגער פאל וואו די גויים האבן געזאגט. "אט די אידן זענען נישט מסכים מיט די פאליסיס און אקציעס פון מדינת ישראל. לאמיר זיי אפלאזן און נישט טשעפען". פארקערט איז יא געוועהן. אין אלע פעלער וואו דער אויפברויז פון די גויים אויף מדינת ישראל און זייערע פאליסיס איז געקומען צום אויסדרוק, האט עס געהאט טראגישע פאלגן פאר אללע אידן. ממילא האלט איך אז דאס אריינלייגן "עד'ס" אין די גרויסע גוי'אישע צייטונגען און אויף ראדיא, איז ארויסגעווארפן צייט און געלט. ווייל, כנראה, איז דא אן אנדערע סיבה וואס טרייבט דעם גוי'אישן אויפברויז. נישט דייקא אנטי-ציוניזם. נאר פראסט און פשוט, שנאת ישראל. אזוי ווי ס'איז געוועהן די אלע טויזנטער יארן.... ❓ ❗ 🙄 😕 😳 😢 😞 😉 😮