Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין
נישנאש #
געווען ביי אים נעילת החג שבועות, געפאקטע עולם זיכער 200 מענטשן, ער האט עכטע חסידים, הערליך גערעדט פארשטייט זיך מיט שטארקע בכיות
איך האלט ס'איז א אור וואס בארא פארקער אידן וועלן יעצט אויסטרעכפן, אצינד אז זיי האבן איצטער א נייע גרויסע ביסמ"ד
ער איז באמת אן אור גדול. מען וועט נאך אמאל באוויינען אז מען האט אים נישט גענוג אויסגעניצט. איך רעד טאקע פון עובדי השם חסידישע אידן וואס האבן אים נישט אויסגעניצט, נישט וויסנדיג אז מען קען ביי אים א געוואלד קונה זיין.
איך האב נאכנישט געזען א רבי בדורינו אלה וואס זאל אזוי שטארק פראווענען אזוי ווי אים, און מיט א שטארקע ערנסקייט באגלייט שטענדיג מיט בכיות נוראות אינאיינעם מיט די שמייכל תיכף נאכדעם. ווען מען גייט צו זיין טיש דאכט זיך ווי מען שפרינגט צוריק אזא צוויי הונדערט יאר, א מורא'דיגע השתפכות הנפש און אמת'דיגקייט.
יאריך ימים על ממלכתו.