פייערדיגע מחלוקת אין אלכסנדר בארא פארק
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 257 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5838
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:07 am#221340
פיש כאפער האט געשריבן:אלץ איינער וואס האט געלערנט דארט, און וואס האט נאך אלץ שטארקע קשרים מיט די הנהלה, (איך האב יעצט גערעדט צו צוויי מגי״ש) וואלט איך געוואלט אפער׳ן אן ask me anything (AMA(.
אזוי ווי די האסט נאך קשרים מיט די הנהלה אפשר זאגסטו ווער איז די הנהלה מיט וועם די האסט קשרים?
איך בין אויך א תלמוד פון די ישיבה אין אנשטאט נעמען דיין אפער פון AMA וועל איך דיר זאגען מיט וועם די האסט נישט קשרים אין לאזען דעם עולם אויספיגערען אליין מיט וועם די האסט יא קשרים.
די "הנהלת הישיבה" וואס זענען אלע יארען געווען אינוואלוד אין יעדער שווערע מצב וואס די ישיבה איז דורך זענען ווי פאלגענד: אברהם לעפקאוויטש, אלימלך דייטש, שניאור קליין, אלעזר קליינבערגער אין להבל"ח זוסמאן פריעדמאן ז"ל.
געפירט די אפיס אלע יארן: שניאור קליין
די עדמינעסטרעיטאר: וואלף פריעד
מיט דע אלע "האסטו נישט קיין קשרים"
יעצט קענסטו שרייבן מיט וועם די האסט יא קשרים אין וואס פונקטליך זיי האבן מיט די "הנהלת" הישיבה
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:35 am#221349
האהאהא ווי עס שיינט האט מען דיר געשטעלט אויף די ׳מארקעטינג׳ פון די רבי׳ס זייט. איך נעם קלאר נישט קיין זייט, ס׳גייט מיר באמת נישט אן וואס גייט דארט פאסירן. פאר׳ן עולם דא וואס קען באשטיין צו הערן אביסל אן אביעקטיווער בליק אויף די פרשה, בין איך דא (איך האב נישט געעפענט א ניק נאר פאר די פאליטיק…)
שניאור קליין, ר׳ מיילעך דייטש און וואלף פריעד קען איך בעסער ווי דיר

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:39 am#221351
זוסמאן פריעדמאן קענסטו זעכער בעסער ווי מיר, די אנדערע איים נאט סא שאר.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:00 pm#221410
שלום עליכם רבותי,
איך האב געהערט קלאנגן אז מען זוכט אויף קאווע שטיבל א תלמיד פון אלכסנדר וואס זאל אביסל קלאר מאכן געוויסע פאקטן בנוגע די ישיבה במשך השנים און מיט די יעצטיגע מצב, האב איך מיר גענומען די מיה און זיך איינגעשריבן דא, צו זעהן וואס איך קען ארויסהעלפן, איך האף נישט צו ווערן אריינגעמישט און נעמען צדדים, נאר קלאר מאכן פאקטן וואס איך ווייס, איך בין שוין נישט אין ישיבה א שיינע פאר יאר, איך האב אבער גלערנט דארט און טאקע במשך דעם יאר אין שטאט ווען מען האט געלערנט אין בנין הישיבה אויף 10טע עוו. האט מען קיין סאך נישט געזעהן אדער געהערט פון משפחת זינגער בכלל, אבער אין די צוויי זומער חדשים אין קעמפ אין פערנדעיל, דארט האט מען זיך אסאך אנגעזעהן... ווי מען זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל", ממילא מיין איך אז האב ארויס דארט די גאנצע משפחה אין זייערע התנהגות במשך די יארן.

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:06 pm#221413
ואפילו בהסתרה האט געשריבן:שלום עליכם רבותי
עליכם השלום! נו קום צום פוינט און פארצייל אביסל 'פון חדר'
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:11 pm#221414
פרעג מיין חבר, סתם זאגן מיין מיינונג איבער דעם גאנצע נושא, איז נישט די זאך וואס ברענט יעצט, יעדער האט זיך זיין מיינונג, און שיין העט מען אויסזעהן אז יעדער זאל שרייען זיין בויך ווייטאג
קענסט מיר פרעגן איבער געוויסע פרטים, און אויב האב איך דעם ענטפער, וועל איך אי"ה ענטפערן

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:52 pm#221420
אקעי איך האב א פראגע:
לויט וויפיל איך קען די זינגער'ס איז ר' ברוך א שווערע בחור און ער האט אסאך שונאים. ער האט א עדיטאד פון הודו ביז קוש, און איך קען באמת קיינעם נישט וואס האלט אז ער איז א פיינע מענטש. אבער פון די אנדערע זייט זעה איך דאך אז ס'דא מענטשן וואס שטיצן זיין צד. דערפאר וויל איך פארשטיין ווי אזוי עס איז בכלל דא אזא צד?

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:56 pm#221422
אמע"כ ידידי היקר פורים קטן הי"ו
באמת איז זייער נישט ריכטיג און באטעמט דן צו זיין אויף טאג/נאכט ענינים, אבער ההכרח לא יגונה, און אדרבה דאס איז פאקטן וואס יעדער קען פעסטשטעלן און זאל יעדער פאר זיך אויסגעפינען למי הצדק.
"ר' ברוך פלעגט נישט זאגן שבת הגדול דרשות"
קודם לאמיך פארשטיין וואס דו האסט געוואלט מיט די פאר שורות חוץ פון ווייזן אז דו קענסט פארדרייען פאקטן? ווייל דאס אז ער האט געזאגט שבת תשובה און פארקויפט די חמץ ביסטו מודה, נו וואס איז משנה צו ער האט אויך געזאגט שבת הגדול צו נישט? ועוד יא! איך ווייס נישט וואו דו דאווענסט, אבער אפילו נאך היי יאר פעסט אינמיטן די פאליטיק האט ער נאך געזאגט שבת הגדול דרשה.
בנוגע די היסטאריע פון די ישיבה.
קודם א דאנק פאר די רייכע אינפארמאציע, און נאכאמאל וואס איז מעלה ומוריד וואס ער איז אמאל געווען למעשה איז ער די ראש הישיבה פאר די לעצטע שיינע פאר יאר און עס קומט איהם דאס אמט אן דעם וואס מען זאל דאס אוועקנעמעו פון איהם.
בנוגע די מגי"ש.
ווייטער קומסטו מיט דיין גאלדענע טאלאנט פון פארדרייען פאקטן. און וואו די שרייבסט אליין אז דו ווייסט נישט פונקטלעך צו היינט זענען זיי שוין יא דארט צו נישט, סאו וואס רעדסטו אז דו וויייסט נישט די פשוטע פאקטן. "מגי"ש זענען נישט דארט געווען ביז איינס אזייגער" אזוי? אויף מיין זייגער זענען אלע דארט געווען אויף עלעף אזייגער. און דאס אז זיי זענען געלאפן גלייך קיין ספינקא נאך פאר זען וואס דא גייט זיין, ווייזט קלאר מיט וועם זיי שטייען, און יא ביסט גערעכט אז ר' אליעזר איז פארברענט פאר די ראש הישיבה בעת די אנדערע זענען נישט פארברענט, אבער עס איז קלאר אז זיי שטייען אלע מיט ברוך און וויילן ( און זאגן) אז ער דארף בלייבן ראש הישיבה, און זיי גייען וואו אימער ער גייט.
בנוגע די וועד ההורים. הייסט דו פארשטייסט טאקע נישט וואס איז שלעכט געווען מיט די ביז איצטיגע הנהלה? וועל איך דיר זאגן; זיי (די אלטע הנהלה) ווילן איהם זעהן אינדרויסן, און ער ווייסט דאס, ממילא האט ער דאס געוואלט פארמיידן און אויפגענומען די וועד ההורים. ניין נישט ווייל ער וויל איבערנעמען די ישיבה, אויסדריקלך נישט, ער האט קיינמאל נישט געוואלט ארויסזעהן די רבי פון דארט, און וויל נאך אלט'ס נישט. וראיה לדברי, אז ביז די יעצטיגע מינוט - וואס בעצם האט ער אלעס - איז ער מסכים צו פארהאנדלן מיטן רבי'ן און צירוק קומען מיט די בחורים און ישיבה. נאר די רבי'ס טיר איז הארמאטיש פארקלאפט.
און יעצט צו דיר סמבטיון איך האלט גראדע נישט אז די ביסט אזא תמימות'דיגע זייטיגע צוקוקער ווי דו לייגסט עס אראפ, אבער לאמיך דיר עס מסביר זיין און קורצן.
ר' ברוך האלט אז ער איז פאסיג מער ווי אלע ברודער צו זיין רבי'ן - און דאס איז בעצם יעדער מודה - נאר ער גייט זיך נישט גיין קריגן און אוועק נעמען עפעס פונעם רבי'ן, האט ער סאך הכל געעפנט א ביהמ"ד אויסדריקלך נאר פאר אינגעלייט. און פשוט עס זאל האבן א שענערע פנים האט ער געוואלט ווערן רב, אן אוועק נעמען עפעס פונעם רבין. (און גיי פארשטיי וואס גייט עס אן פארן רבי'ן) ועוד איז דא א קלארע צוואה פון זייער טאטען אז ער זאל זיין רב. איי וועסטו פרעגן וואס איז געווען ביז יעצט, זייער גוט געפרעגט אבער נישט גענוג גוט אוועק צו נעמען זיינע רעכטן. און מיט די ישיבה האב איך שוין גישריבן האט ער זיך סאך הכל געוואלט פארזיכערן אז ער בלייבט ראש הישיבה.
א פרייליכע פורים קטן.

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:09 pm#221425
@חד חגי און וואס איז טאקע פשט פארוואס די אלטע הנהלת הישיבה בעקן עם נישט לכאורה לויט דיר הכל מודים אז ר' ברוך איז מער ראוי לאותו איצטלא, און אז ער איז געווען ר''י פארוואס האט ער נישט קיינער פון די הנהלה,
און די זעלבע בנוגע די ביהמ''ר אלע אינסיידער'ס בעקן די רבי אלל די וועט,
און בנוגע מגי''ש ביזטו נישט גערעכט זיי זענען דארט ווייל די בחורים זענען דארט, און ניין נישט אלע מגי''ש זענען דארט געווען 11,
און ווי @ראשעקאל זאגט איז ר' ברוך וואט פון א איידעלע מענטש משא''כ ר' יוסל,

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:27 pm#221429
@חד חגי
איך זעה אז די ביסט ווייט פון באהאווענט מיט די פאקטן, אז די קענסט שרייבן אז ר' ברוך פארקויפט די חמץ, ווען אין פאקט פארקויפט די חמץ ר' פייביל אייגער, האב איך נישט קיין ברירה נאר צו זאגן אז די ביסט פון ברוך'ס מארקעטינג קאמפעני וואס איז געבויעט אויף שקר און רשעות

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:50 pm#221436
אוי וועם נערסטו דא אויס? גייסט יעצט אנהייבן זאגן זאכן מיט דיין בלעכענע פנים? איך ווייס אויך אז פייוויל טוט דאס לעצטענס, אבער ווער האט עס געטוען אלע יארן?
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:52 pm#221438
ראשעקאל האט געשריבן:אקעי איך האב א פראגע:
לויט וויפיל איך קען די זינגער'ס איז ר' ברוך א שווערע בחור און ער האט אסאך שונאים. ער האט א עדיטאד פון הודו ביז קוש, און איך קען באמת קיינעם נישט וואס האלט אז ער איז א פיינע מענטש. אבער פון די אנדערע זייט זעה איך דאך אז ס'דא מענטשן וואס שטיצן זיין צד. דערפאר וויל איך פארשטיין ווי אזוי עס איז בכלל דא אזא צד?
פרעגסט א גוטע קשיא,
די ענטפער צו דעם איז: ר' ברוך זינגער איז ווי די שרייבסט אליין א שווערע בחור, איך וועל עס אנרופן א "ביטערע שקרן" און בנו הגדול .... שליט"א נאך א גרעסערע, זיי האבן געזעהן אז די איינציגסטע וועג זיי וועלן בכלל געהערט ווערן איז דורך א נייע "וועד ההורים" וואס באשטייט פון אביסל הונגערע מענטשן פאר פובליסיטי און קאנטראל, און זיי האבן אריינגערעדט אין זיי במשך פון "חדשים" לגיונות און כל דבר רע אויף די רבי און די הנהלה, און ווי זאגט מען "מתוך שלא לשמה בא לשמה" די לגיונות האבן געלייגט אייער, און עס איז געבוירן געווארן א וועד ההורים וואס די גאנצע יסוד איז געבויעט אויף שקר.
די וועד ההורים איז נישט "קיין איינמאל" געקומען צום רבי'ן בעטן אז זיי ווילן רעדן מיט אים במשך די לעצטע צוויי חדשים..... הלמאי? זיי זענען דאך באזעצענע מענטשן און תלמידי חכמים, אפשר ווילט איר קלארשטעלן וואס גייט פאר פאר עטס גייט'ס רופן די אלכסנדר באס קאמפעני און כאפן בחורים פון 10טע עוו.. און זיי נעבעך אריינשליידערן און ספינקא זאל בעיסמענט, פאר א וואך.......... (א רחמנות אויף יעדען בחור באזונדער.... אבער איך מיין אז זיי האבן הנאה, אז זיי קענען יעצט טוהן וואס זיי ווילן, ווייל יראת הכבוד איז נישט דא יעצט, ווייל די רבי דרייעט זיך נישט אין ספינקא, און יראת החטא איז אויך נישט דא ווייל ר' ברוך איז ב"ה פארנומען צו סטראשענען יעדען טאטע און מג"ש אז אויב טיען זיי איין ראנג זאך קעגן אים, ווארפט ער זיי)
לכאורה זענען די "וועד ההורים" גוט באקראצט יעצט ווייל זיי האבן נישט געחלומ'ט אז עס גייט גיין אויף אזא מצב, און יצחק ביסטריצקי פון מקוה יו. עס. עי. און יהושע הערש גליק, משה יהושע קרעמער, שלום קרויס, פראנד, וכו' קענען אלע ברענגן שווערע שטיינער אויף זיך און נישט קענען איבערוועגן אלכסנדר רבי, אויפן וואג שאהל, די טאטע'ס אין ישיבה ווייסן דאס גאנץ גוט, די אינסיידער'ס זיכער, און די גאס אויך, בלייבט איבער פאר די פאר מענטשן וואס זענען חברים מיט ר' ברוך'ס קינדער וכת דיליה, זיך אויפצוועקן און קוקן ווי ר' ברוך איז יעצט פארקראכן מיט'ן מאכן א "נערישע שריט" פון ניצן די בחורים אלס שטעקענס, און אויך די מג"ש (חוץ קוויאט).
אוודאי איז די גאנצע זאך נישט גוט בכלל פאר קיינעם און ספעציעל פאר כבוד בית אלכסנדר, ווייל דאס איז ארבעט פון 28 יאר, און מיליאנען דאללארן
אבער............
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:54 pm#221440
חד חגי האט געשריבן:אוי וועם נערסטו דא אויס? גייסט יעצט אנהייבן זאגן זאכן מיט דיין בלעכענע פנים? איך ווייס אויך אז פייוויל טוט דאס לעצטענס, אבער ווער האט עס געטוען אלע יארן?
לעצטענס????
די לעצטע 20 יאר זיכער פארקויפט עס ר' פייוויל
און לשיטתך אז מען ברויך קוקן פון די בראשית יארן, איז דאך ר' ברוך זינגער געווען א נאכמיטאג מגי"ש, אין די צייט וואס ר' יוסף האט שוין דעמאלט'ס געטראגן דעם גאנצן עול הכספי, ועוד.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:57 pm#221443
סארי, כ'קען נישט מיטהאלטן, עט האטץ נישט געקענט ווארטן ביז באבוב איז פארטיג? אין יעצט איז בעלעד אויך?
פליז איינס אויף אמאל, לאז באבוב ענדיגען, דערנאך הייבטס עטץ אן..

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 5:05 pm#221447
חד חגי האט געשריבן:[justify]אמע"כ ידידי היקר פורים קטן הי"ו
באמת איז זייער נישט ריכטיג און באטעמט דן צו זיין אויף טאג/נאכט ענינים, אבער ההכרח לא יגונה, און אדרבה דאס איז פאקטן וואס יעדער קען פעסטשטעלן און זאל יעדער פאר זיך אויסגעפינען למי הצדק.
"ר' ברוך פלעגט נישט זאגן שבת הגדול דרשות"
קודם לאמיך פארשטיין וואס דו האסט געוואלט מיט די פאר שורות חוץ פון ווייזן אז דו קענסט פארדרייען פאקטן? ווייל דאס אז ער האט געזאגט שבת תשובה און פארקויפט די חמץ ביסטו מודה, נו וואס איז משנה צו ער האט אויך געזאגט שבת הגדול צו נישט? ועוד יא! איך ווייס נישט וואו דו דאווענסט, אבער אפילו נאך היי יאר פעסט אינמיטן די פאליטיק האט ער נאך געזאגט שבת הגדול דרשה.
האבעך גרויס נייעס פאר דיר מר. חד חגי, עס איז נאך נישט געזאגט געווארן א שבת תשובה דרשה אין די ווענט פין אלכסנדר ביהמ"ד. מכירת חמץ אצל ר' פייביל איגר אזוי לאנג ווי איך לעב. וועם דרייסטו די קאפ?
בנוגע די היסטאריע פון די ישיבה.
קודם א דאנק פאר די רייכע אינפארמאציע, און נאכאמאל וואס איז מעלה ומוריד וואס ער איז אמאל געווען למעשה איז ער די ראש הישיבה פאר די לעצטע שיינע פאר יאר און עס קומט איהם דאס אמט אן דעם וואס מען זאל דאס אוועקנעמעו פון איהם.
אוועקנעמען? אדרבא, זאג וואס מען האט געטוען אוועקצונעמען די ישיבה פון אים. ביזט דאך אזוי באהאווענט אין אלעס אידאך זיכער אז די ווייסט וואס מען האט געטוען אים ארויסצוווארפען, נו זאג.
ר' ברוך האלט אז ער איז פאסיג מער ווי אלע ברודער צו זיין רבי'ן - און דאס איז בעצם יעדער מודה - נאר ער גייט זיך נישט גיין קריגן און אוועק נעמען עפעס פונעם רבי'ן, האט ער סאך הכל געעפנט א ביהמ"ד אויסדריקלך נאר פאר אינגעלייט. און פשוט עס זאל האבן א שענערע פנים האט ער געוואלט ווערן רב, אן אוועק נעמען עפעס פונעם רבין. (און גיי פארשטיי וואס גייט עס אן פארן רבי'ן) ועוד איז דא א קלארע צוואה פון זייער טאטען אז ער זאל זיין רב. איי וועסטו פרעגן וואס איז געווען ביז יעצט, זייער גוט געפרעגט אבער נישט גענוג גוט אוועק צו נעמען זיינע רעכטן. און מיט די ישיבה האב איך שוין גישריבן האט ער זיך סאך הכל געוואלט פארזיכערן אז ער בלייבט ראש הישיבה.
אויף דעם גיי איך מיט דיר נישט אנהייבען אפילו, נאר אזויפיל יא, עס וועט שפעטער קומען א לענגערע באריכט פין די השתלשלות פון ר' ברוך זינגער.
תוכן הדברים וועט זיין ווי פאלגענד:
פתיחת ביהמ"ד שבת פר' נח תשמ"ד
כולל תפארת יצחק
פתיחת ישיבה תשמ"ז
הילולת אדמו"ר זצ"ל ו' חשון תשמ"ט
רשעת ר' ברוך זינגער מיום ו' חשון תשמ"ט עד ה' אלול תשע"ד לגבי בני משפחתו, לגבי טאטעס וואס האבען געהאט די חוצפה אים צו בעטן אז ער זאל אנעמען זיין קינד אין ישיבה, אין לגבי יעדער מענטש וואס אים האט זיך גאדכטען אז עס קומט אים צו רודפן
justify]
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 5:11 pm#221453
חד חגי האט געשריבן:אמע"כ ידידי היקר פורים קטן הי"ו
"ר' ברוך פלעגט נישט זאגן שבת הגדול דרשות"
קודם לאמיך פארשטיין וואס דו האסט געוואלט מיט די פאר שורות חוץ פון ווייזן אז דו קענסט פארדרייען פאקטן? ווייל דאס אז ער האט געזאגט שבת תשובה און פארקויפט די חמץ ביסטו מודה, נו וואס איז משנה צו ער האט אויך געזאגט שבת הגדול צו נישט? ועוד יא! איך ווייס נישט וואו דו דאווענסט, אבער אפילו נאך היי יאר פעסט אינמיטן די פאליטיק האט ער נאך געזאגט שבת הגדול דרשה.
.
חד חגי, די מאכסט נאר שטערקע די צד פון די רבי, אז זיי האבן קיינמאל נישט גערודפט ר' ברוך און אים געוואלט צונעמען דעם טיטול "ראש ישיבה",
הא ראי', אפילו ווען ר' ברוך האט שוין געפלאקערט מיט מחלוקות, געטוהן שטיקלעך אנטקעגן דעם רבי'ן, האט אים דער רבי ווייטער געלאזט קומען געבן דעם "שבת הגדול דרשה"
ווייל אזוי ווי כמה חברה האבן שוין געשריבן דעם קלארן פאקט
"אלכסנדר רבי האט זיך געביסן די ליבן און געגעסן שטרוי מיט ר' ברוך, זאכן וואס קיינער אינדרויסן האט נישט געוואוסט און אלעס אין די וועלט מוותר געווען פאר דעם הונגערין ברודער, און געגעבן נאך און נאך און נאך כבוד"
יעצט אז ר' ברוך איז אנטלאפן מיט די בחורים, קען ער זאגן פאר'ן ברודער, ווי די גייסט וועל איך גיין די אנדערע זייט, און איך בין פטור פון דיר.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 5:48 pm#221456
אלכנסדר האט ארויסגעגבן האט מער שרייבער ווי סאטמאר אין שטובל...
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 6:16 pm#221460
דאס איז די וועד ההורים אדער זענען דא נאך נעמען?, אויב הרב ביסטריצקי בעקט דעם יונגערן האט ער א שטארקע זאךואפילו בהסתרה האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:
לכאורה זענען די "וועד ההורים" גוט באקראצט יעצט ווייל זיי האבן נישט געחלומ'ט אז עס גייט גיין אויף אזא מצב, און יצחק ביסטריצקי פון מקוה יו. עס. עי. און יהושע הערש גליק, משה יהושע קרעמער, שלום קרויס, פראנד, וכו' ק
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 6:29 pm#221461
אזוי ווי מען האלט אין דערמאנען צוואה, וואס איז געווען פארהוילען די לעצט 25 יאר ביי ר' ברוך
נאכדעם וואס ער האט געהאלטען אין איין שרייען צוואה און נאך גרויס דרוק פון די מאמע און ברודער האט מען גע'עפענט די צוואה במעמד כולם, און וואס שטייט דארט........
"אז נאך א יאר פון די פטירה, ובהסכמת כל האחים, הוא מציע שימנו את ר' ברוך אלטץ רב, ועוד. אז אלע כיבודים וואס מען קען זאל מען מכבד זיין די עלטערע ברודער וואס ער האט אפגעזאגט די רעביסטווע לטובת ר' יוסל"
זאגט די רבי ואנשיו, אז אזוי ווי נישט אלע ברודער זענען מסכים קען ער זיך נישט אליינס דעקלערן אלטץ רב.
ועוד, אז א חלק פון די כיבודים וואס ר' ברוך האט יעצט יא אין ביהמ"ד דארף אריבער גיין על פי די צוואה וואס ער שרייט אזוי פיל דערוועגען צום עלטצע ברודער

דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 6:46 pm#221464
שטייט נישט אין צוואה אבד״ק אלכסנדר, שטייט רב בביהמ״ד שלי בבארא פארק. עס איז שוין דעמאלטס געוועהן א ביהמ״ד אין בני ברק אין א ישיבה. ר' ברוך איז נאך דעמאלטס נישט געוועהן ראש ישיבה אויך נישט. איז קודם כל אויב האט שמואל זינגער געהאט דעם צוואה ווי איז ער געוועהן 27 יאר???? חוץ מזה, האבען אלע ברודער אים געאפפערט דאס רבנות אויף א גאלדענע טאץ אין זיין ענטפער איז געוועהן ״ווארפט מיך נישט צו קיין ביינדלעך״
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 7:21 pm#221470
בארא פארקער האט געשריבן:סארי, כ'קען נישט מיטהאלטן, עט האטץ נישט געקענט ווארטן ביז באבוב איז פארטיג? אין יעצט איז בעלעד אויך?
פליז איינס אויף אמאל, לאז באבוב ענדיגען, דערנאך הייבטס עטץ אן..
ATUB @בארא פארקער ATUB
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
וואס ווייסטו וועגן בעלעד בכלל?
אינטרעסאנט די ניקס וואס האבען דא ארויס געשפראצט ביי די באבוב מחלוקה, זיי זענען ביזי האקן אויף הגה"צ מבעלעד שליט"א בלי שום סיבה.
און קוק יעצט ביי אלכסנדר, מומחים איבער ווער יא און ווער נישט.
גיי פון איין אשכול צום אנדערע, וואס איז אזוי שווער?
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 8:07 pm#221485
דולה ,עס איז נישט די קלעטערן פון איין אשכול צום צווייטן עס איז מער די באן וואס מען דארף נעמען פון די גאליציאנע באבאוו צום פוילישן אלעכסנדר און פון דארט דאס פערדל מיטן וואגן ביז אזש די אונגארישע בעלעד והבן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:39 pm#221511
ואפילו בהסתרה האט געשריבן:@חד חגי
איך זעה אז די ביסט ווייט פון באהאווענט מיט די פאקטן, אז די קענסט שרייבן אז ר' ברוך פארקויפט די חמץ, ווען אין פאקט פארקויפט די חמץ ר' פייביל אייגער, האב איך נישט קיין ברירה נאר צו זאגן אז די ביסט פון ברוך'ס מארקעטינג קאמפעני וואס איז געבויעט אויף שקר און רשעות
ואלו נאמנים להעיד בגדלותן מה שראו בקטנותם. איך קען אויך מעיד זיין אז פייבול אייגער פארקויפט די חמץ.
אגב, איך דערמאן מיך ווי רב קאפעלמאן ז"ל פלעגט קומען פארקויפן די חמץ ביי ר' פייבול וואס איז נאך דאן געווען א יונגערמאנטשיק.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:11 pm#252928
איך הער אז בית דין האט געפאסקנט אז ר' ברוך מיז זיך צילייגן א נאמען צי אלכסנדר !! ווי איך הער גייט ער זיך רופען אלכסנדר מוקדון ...!!!
זונטאג פעברואר 15, 2015 9:59 pm#253881
היינט נאכט קומט פאר די דינער פון אלכסנדר ישיבה - מהר"ב. די וואס באטייליגן זיך ווערן געבן צו נעמען נאטיצן און מיטטיילן מיט די חברי השטיבל.
זונטאג פעברואר 15, 2015 10:02 pm#253885
די אלכסנדר בחורים האבן זיך לעיטלי אפגעטראגן פון דא.
זונטאג פעברואר 15, 2015 10:52 pm#253893
יעצט 9:45 נישטא קיין ליידיגע זיץ.
כבוד התורה מיט א קנאק.
כבוד התורה מיט א קנאק.
זונטאג פעברואר 15, 2015 10:55 pm#253894
מ'האט פריער ציגעלייגט א טיש צום אזוי אויך גרויסע אויבן אן, יעצט לייגט מען צו נאך טישן צום זאל צו קימען אויפנעמען די ציבור המשתתפים לכבוד התורה.
דינסטאג פעברואר 17, 2015 1:15 am#254180
מיט וויפיעל מאל גרעסער איז עטרת גאלדא פון עטרת חי
און וויפיעל בענקלעך איז דא פער טיש
און וויפיעל בענקלעך איז דא פער טיש
דינסטאג פעברואר 17, 2015 4:18 pm#254263
מ'האט דא גערעדט ברמז, קען שוין איינער זאגן וועם מ'האט באהערט דארט?
דינסטאג פעברואר 17, 2015 4:59 pm#254279
הנגיד יואל בן הגאון רב''ז הערשקאוויטש
הרב אברהם יעקב בלום מגי''ש בויואל משה קר''י
יעקב גרינפעלד מב''פ ( קודש ספרים )
הרב הילל מאשקאוויטש ווילימסבורג ( נזר הרבצת התורה
לע''נ הרב שמואל אובערלענדער ז''ל
נכדיו תלמידי ישיבה הרה''ג יואל שווארץ מו''ץ מהר''א יואל - יעקב יצחק אובערלענדר ועוד

דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:37 pm#254357
עמעזאן האט געשריבן:הנגיד יואל בן הגאון רב''ז הערשקאוויטש
ער איז דער נגיד אין אלכסנדר?
דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:47 pm#254360
ר' יואל איז געווען זייער אינסטראמענטל אין די התיסדות פונעם אלכסנדר שטיבל אין וומ"ס, כאטש ער אליין איז נישט קיין אלכסנדר תלמוד
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 6:50 pm#255011
ברוך האט א געשוואלענע טאכע נאך די אלע כבוד וואס ער האט געהאט?
מאנטאג מערץ 02, 2015 1:31 am#256609
ס'איז יו"ט אין ביי ר' ברוך זינגער אין ישיבה
ער האט געגעבן א דרשה אז די בחורים טארן נישט נעמען פארטי באסעס וכדו' פאר פורים, און די בחורים האבן אויסגעלאשן די לעקטער פון די גאנצע בנין
ויהי ממחרת, איז ר' ברוך געקומען דאווענען שחרית מיט די בחורים און זיין שטענדער איז נישט דארט געווען
א בחור האט אים אונטערגעשיפט א צעטל ביי זיין אפיס "ר' ברוך: ווי איז די הכרת הטוב פאר די בחורים????"
ליהודים היתה אורה
אזוי זעהט מען אויס ווען מ'איז א היפעקריט, פאריאר האט ער געזאגט די בחורים זאלן נעמען באסעס און זאלן טוהן וואס זיי ווילן.......

מאנטאג מערץ 02, 2015 6:57 pm#256746
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ישיבה קטנה אדער גדולה?
קטנה
מאנטאג מערץ 16, 2015 9:29 am#258925
איך הער אז ס׳איז געווען לעבעדיג ביי ברוך און ישובה ווען שיעור ד האט נישט געוואלט אריין געוען זייער געלט וואס זיי האבן געמאכט פורום טענענדיג אז די געלט גייט קיינמאל נישט אנקומען צו זיי כידוע אז און דו לעצטערע יארן געבט ער גארנישט פארן חתונה האבן זיי באשלאסן צו האלטען דו געלט פאר זיי און ברוך האט ארויס געווארפן 2 בחורים ביז זיי געבט צריק די געלט (כנראה האט ער אסאך געלט אויב מאכט ער זיך אזוי משוגה פאר אפאר דאלער) חוץ מזה פארוואס באמת מאכט ער א קרן חתנים אויב געט ער גארנישט?
מאנטאג מערץ 16, 2015 10:36 am#258939
תיקון טעות, ער האט געווארפן 3 בחורים
מיטוואך מערץ 18, 2015 9:59 pm#259653
אלע מבינים זענען מודה אלכסנדר האט עס געמאכט!!
ווער וואלט געגלייבט אז די אלכסנדר ישיבה וועלכער איז געוועהן א נאטראלער ישיבה ווי בחורים פון איבעראל זענען געקומען לערנען לשם לימוד,
קיינער פון זיי זענען ניטאמאל קיין איינקליך פון אידן וועלכער לערנען בקביעות ישמח ישראל (טאקע נישט די אלכסנדר), אדער ווייסן ווי דער לעצטער אלכסנדר רבי האט געוואוינט וכדומה,
פון חסידות אדער אייגנטום מאן דכר שמיה,
און פלוצים פקים שמיה בעלמא כקל מים רבים דלא אפשר לשמיא במחלקותא
און האט שוין 9 בלעטער אין קאווע שטיב
משיח'ס צייטן!
נישט דא וואס צו מאכן נאר מודה זיין אז...

זונטאג מאי 10, 2015 2:02 am#273646
ביים מתפלל זיין פאר די הצלחה פון די נייע ישיבה
דינסטאג מאי 12, 2015 11:49 pm#274610
איך הער אז הרב יוסף אדמו''ר מאלכסנדר איז געפארן קיין ישראל מיט א קבוצה פון עטליכע צענדליג חסידים יונגעלייט יוצאי הישיבה מב''פ ומווילימסבורג,
קען דאס איינער באשטעטיגן? הגם אויף די בילדער זעהט מען נישט קיין חסידים קען זיין היות זיי זענען סאטמארע גייען זיי נישט צום כותל און מכפלה

דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:20 pm#277861
ווי זענען אלע אלכסנדר ניקים?
ענק האבן זיך אויסגעגרעבצט אויפן חשבון פון אונזער שטיבל און אפגעיאגט?

דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:59 am#278656
אזויפיל קען איך נאר צולייגען, איך האב געזען די רבי אפאר יאר צוריק אין אויסלאנד, און ער האט זיך דאכצעך אויפגעפירט זייער מענטשליך און צוגעלאזן.
לגבי די ישיבה קען איך מעיד זיין אז אלע תלמידים וואס איך קען פון דארטן האבן אביסעל מער פון די שמינית שבשמינית וואס א תלמיד חכם מעג האבן און נישט נאר דאס, נאר אפילו דער זעלבער בחור (וואס איז פארדעם אויך נישט געווען די גרעסטע עניו) איז געווארן מיט דריי קעפ העכער פול מיט גאווה

מאנטאג יוני 01, 2015 8:31 pm#279650
איז דאס א קא-אינסעדענס אז מ'עפענט די שטיבל ביים ווארקע רבי'ס יארצייט? מ'פלעגט אים טאקע רופן די ווארקע רב, איידער ער האט גיחלומ'ט פון אבדק"ק אלכסנדר.
אגב, וואלט געווען אינטערעסאנט צו זעהן אויב די רמי"ם וועלן זיך מאכן אזוי ביליג און ערשיינען.