Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די צניעות-אידעאלאגיע פון הרב פסח אליהו פאַלק

די צניעות-אידעאלאגיע פון הרב פסח אליהו פאַלק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5915
מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:25 pm#184963
די צניעות-אידעאלאגיע פון הרב פסח אליהו פאַלק
אין 'צניעות' זענען פאראן צוויי קעגנזייטיקע אידעאלאגיעס. איינע זעט צניעות ווי א פרעציזע וויסנשאפט וואס קען קלאר דעפינירט און קוואנטיפיצירט ווערן לויט צענטימענטערס און אינטשעס, און די צווייטע זעט איר ווי אן אידעאל וואס באגלייט א מענטשן אין זיינע אדער אירע וועגן. א ליידנשאפטלעכער שטיצער פון דער ערשטער אידעאלאגיע איז הרב פסח אליהו פאַלק, א פוסק פון גייטסהעד, ענגלאנד, און דער מחבר פון דעם ספר 'עוז והדר לבושה' (1998) אויף 'הלכות צניעות'.

בילד
הרב פאלק

הרב פאלק איז לכאורה דער ערשטער באשאפער פון דער פאפולערער 'הלכות צניעות' זשאנרע, אוועקשטעלנדיק קלארע הלכות איבער יעדן אספעקט פון פרויען-קליידונג, און אויפהייבנדיק זיין דעפיניציע פון 'צניעות' ווי די העכסטע אידעאל פון א אידישער פרוי.

הרב יהודה הערצל הענקין, אן אייניקל און תלמיד פון הרב יוסף אליהו הענקין ז"ל, און מחבר פון פיר בענדער 'שו"ת בני בנים', שטעלט אוועק די אידעאלאגיע וואס זעט צניעות ווי א פארווירקלעכונג פון דעם 'והצנע לכת עם אלוקיך' – צניעות פארלאנגט איידלקייט, איינגעהאלנטקייט, ערלעכקייט, און איז אוממעגלעך צו דעפינירט ווערן אין צענטימעטערס און אינטשעס. הרב הענקין זעט הרב פאלקס פרואוו אוועקצושטעלן פרעציזע מעסטערס פון צניעות ווי א פארדרייאונג פון דעם גייסט פון הלכה און צניעות, וואס ברענגט א חורבן צו שומרי תורה ומסורה.

בילד
הרב הענקין

אין א לענגערן ארטיקל אין דעם 'טראדיציע'-זשורנאל, האט הרב הענקין אויפגעוויזן ווי הרב פאלק פארדרייט הלכה, און פאסט צו זיין פאפולערע אדאפטירונג פון 'הלכות צניעות' צו זיינע אייגענע אידעאלאגיעס. דער ארטיקל איז שפעטער געווארן א חלק פון זיין ספר 'פארשטיין צניעות' (אורים פובליקאציעס, 2008).


פאלגנד זענען עטלעכע פונקטן פון הרב הענקינס ספר:

הרב פאלק אין "עוז והדר לבושה" אסרט צו גיין א בלוזקע וועמענס אויבערשטן קנעפל איז אביסל צו נידריק, און אביסל הויט פון דעם קראגן-ביין קען מען זען אונטער וואו דער האלדז ענדיקט זיך. "אפילו א האלבן צענטימעטער אונטער דעם מותרדיקן שטאפל" איז אויך אסור, שרייבט הרב פאלק. הרב הענקין איז מברר מפי חז"ל, דער שולחן ערוך און רוב ראשונים און אחרונים אז ווינציקער פון א טפח אויפגעדעקט פון די געווענלעך-אויפגעדעקטע ערטער איז נישט קיין פראבלעם. הרב הענקין ווייזט איבער אז הרב פאלק בויט זיין חומרא אויף א דעת יחידאה פון דעם 'חזון איש'.

הרב הענקין ווייזט אויף ווי מאמרי חז"ל און הלכהדיקע פסקים פון ראשונים זענען ארויסגענומען פון קאנטעקסט דורך די וואס זוכן צו פארמערן חומרות, בעיקר צו בויען די אייגענע אידעאלאגיע. הרב פאלק ציטירט די ווערטער פון דעם רדב"ז וואס אסרט צו גיין הינטער א פרוי ווייל מ'קען נכשל ווערן פון "הילוכה ותנועתה". הרב הענקין זאגט אז עס איז פשוט אז דער רדב"ז רעדט פון די נאטירלעכע פרויערישע באוועגונגען פון די היפן און גוף בשעתן גיין. אבער פאר הרב פאלק איז דאס גענוג צו אסרן יעדע באוועגונג פון א פרוי, ווי זיין אן אקטיאר, פארבן א וואנט-מאלעריי, שפילן אן אינסטרומענט, אדער דעמאנסטרירן סיי וועלכע טאלאנטן פארנט פון מענער, אויס חשש אז אירע באוועגונגען וועלן צערייצן די מענער.

הרב הענקין ווייזט ווי הרב פאלק ציטירט דווקא פוסקים וועלכע שטיצן זיין אידעאלאגיע, אבער איגנארירט די פוסקים וועלכע האלטן אנדערש. צום ביישפיל, הרב פאלק ציטירט נאר די ווערטער פון דעם 'משנה ברורה' וואס אסרט צו לייענען קריאת-שמע פארנט פון א פרוי מיט אויפגעדעקטע האר, אבער איגנארירט די ווערטער פון דעם 'ערוך השולחן' וואס איז עס מתיר. (זעט אויך דא.) הרב פאלק אסרט אויפצודעקן אפילו אביסל פון שער האשה, טראצדעם וואס הרב משה פיינשטיין איז מתיר ביז א טפח. הרב פאלק וויל טענהן אז הרב פיינשטיינס תשובה איז נאר געשריבן געווארן פאר א יחיד און נאר בשעת הדחק, אבער הרב הענקין ווייזט איבער פון דעם לשון פון דער תשובה אז דאס איז א קלארער פסק להיתר. הרב פאלק איגנארירט אויך דעם היתר פון 'אגרות משה' אויף לאזן אויפגעדעקט די האר אין שטוב בימי נדה, און נעמט ליבערשט אן די חומרא פון דעם 'משנה ברורה'.

הרב הענקין זאגט אז יעדער איז בארעכטיקט צו זיין מיינונג, און ער האט נישט קיין פראבלעם ווען א רב ווי הרב מנשה קליין שרייבט אזעלכע חומרות אין זיינע ספרים, אבער הרב פאלק איז דער וועלכער פאפולאריזירט זיינע דעות ווי כאילו זיי וואלטן געווען פשוט הלכה, און דאס איז אן ערנסטער פראבלעם.

הרב פאלקס אידעאלאגיע זעט צניעות ווי א לעבנסשטרעבונג פון א פרוי, פונקט ווי א מאן דארף שטרעבן פאר לימוד התורה. די העכסטע חשיבות פון א פרוי איז זיין א 'צנועה'. הרב פאלק שרייבט אין זיין ספר וועגן
    א רעבעצין וועלכע האט קיינמאל נישט געוויזן איר ברייטע וויסנשאפט. ווען נאר די ווערטער פון דעם רמב"ם, 'חובת הלבבות', אדער 'מסילת ישרים' זענען ציטירט געווארן ביי דער שבת-טיש אדער ביי א פאמיליע-אסיפה, פלעגט זי שטיל און נאנט צוהערן, ווי די ווערטער וואלטן פאר איר געווען ניי. זי האט קיינמאל נישט געוויזן א רמז אז זי איז גוט באקאנט מיט דאס וואס איז געווארן ציטירט.

הרב פאלק זעט דאס ווי א מוסטער פון צניעות, ווי דאס דארף זיין די שטרעבונג פון א פרוי, אייביק צו זיין פארמאכט און פארזיגלט, און האבן פאר די אויגן דעם 'חיוב' צו באהאלטן דעם גוף און די נשמה.
מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:01 pm#185025
א דאנק, סופר ומונה, פאר דעם שיינעם קורצן אריינפיר צו מאדערנע הלכות צניעות.
און צו אייך, מיינע קאווע שטיבל פריינט, זייט וויסן אז מיר לעבן אין די צייט וואס היסטאריע ווערט געשאפן. אין אונזער דור איז נתחדש געווארן הלכות צניעות. דאס איז גאר א זעלטענע געלעגנהייט מיטצוהאלטן, וויבאלד דאס גיבט אונז א רייכער בליק אויף די היסטאריע פון הלכה.
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:33 am#185042
!Ouch
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:37 am#185113
וואס רעגט מיך אויף איז, אז יעדער וואס וויל אויפקומען מיט א משוגעת וועגן צניעות, ניצט רב פאלק, פאר זייער רוקן ביין, וואס און אמת'ן האט ער אזא זאך קיינמאל נישט געזאגט.
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:49 pm#185175
א ישר כוח סופר אויף די דיינע ארטיקל אין הוגה פארן דארך טוען דעים נושא איך האב שוין לאנג א פראגע אפילו מ׳זאלן אננעמן אז איז דא חיוב צניעות ביי נשים איז דאך פשט מ׳דארף מכסה זיין דארט ווי עס איז דרכו לכסות איז היינט למשל ווי די נשים טעון זיך קוים מכסה ווי איז א ראיה אז מ׳טאר נישט אזוי גיין אין קורצן ווי גייט אריין די גדר פין דרכן לכסות ווער מאכט די גדר פשטות מקום המדינה ממילא איז זייער מעגליך אז צנחעות זאל זיך יא ווענדן אינעם קולטור ווי מ׳וואוינט הוגה האט ערגעטץ ווי דאכטזיך צי געברענגט אזא געדאנק ער איז נאר געבליבן מיט א צריך עיון אויף אזא געדאנק לפענ״ד
איז דאס לכאורה א שטארקע געדאנק
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:55 pm#185207
סודני האט געשריבן:הוגה האט ערגעטץ ווי דאכטזיך צי געברענגט אזא געדאנק ער איז נאר געבליבן מיט א צריך עיון אויף אזא געדאנק לפענ״ד
איז דאס לכאורה א שטארקע געדאנק

מקור לצניעות מן התורה מנין
מאמרו של הרב הענקין
פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:35 am#185362
סודני האט געשריבן:א ישר כוח סופר אויף די דיינע ארטיקל אין הוגה פארן דארך טוען דעים נושא איך האב שוין לאנג א פראגע אפילו מ׳זאלן אננעמן אז איז דא חיוב צניעות ביי נשים איז דאך פשט מ׳דארף מכסה זיין דארט ווי עס איז דרכו לכסות איז היינט למשל ווי די נשים טעון זיך קוים מכסה ווי איז א ראיה אז מ׳טאר נישט אזוי גיין אין קורצן ווי גייט אריין די גדר פין דרכן לכסות ווער מאכט די גדר פשטות מקום המדינה ממילא איז זייער מעגליך אז צנחעות זאל זיך יא ווענדן אינעם קולטור ווי מ׳וואוינט הוגה האט ערגעטץ ווי דאכטזיך צי געברענגט אזא געדאנק ער איז נאר געבליבן מיט א צריך עיון אויף אזא געדאנק לפענ״ד
איז דאס לכאורה א שטארקע געדאנק

קודם צווינגט מען מ׳מאכט מעשה אלימות און נאכ׳ן ווערט עס שוין דרכה לכסות פאר די קינדער איז עס שוין א מסורה
מוצ"ש פעברואר 22, 2014 10:39 pm#185510
שכח סופר ומונה, הערליך שיין צונומען די נושא אויף קליין געלט. ס'קלאר למי החותמת והפתולים אבער ס'איז אויך קלאר אז ווי לאנג די מוסדות התורה וועלן קאנטערלירן די "הלכות" צניעות וועט זיך נישט קיין סאך טוישן אין דעם געביט...
זונטאג פעברואר 23, 2014 12:22 am#185526
דעם שבת האב איך באמערקט אין די פראפעגאנדע צעטליך פון די בארא פארק צניעות אסיפה אז זיי האבן מכתיר געווען און באטיטלט רב פאלק אלץ דער "פוסק האדיר". עס איז מיר געווען א גרויסע פלא, א יעדער ווייסט אז הרב וואזנער שליט"א איז די פוסק האדיר. ווי אזוי קען מען אים צונעמען דער טיטל? שפעטער אין די גליון האב איך געזעהן אז הרב וואזנער איז געווארן אפגרעידיד צום "אורים ותומים בדורנו" (אזוי שטייט דארט), ממילא איז די פוסק האדיר'שאפט געבליבן ליידיג. האבן די געטרייע שומרי הכרם ארויפגערוקט די געיטסהעד'ער דיין צום פוסק אדיר פאזיציע.

אגב, ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן אויב די בעלי אסיפות וועלן נאר פאמפענען הרב פאלק'ס חומרות אדער אויך זיינע מערערע קולות וואס זענען ווייניגער באקאנט. ונזכה ונראה. אין ביהמ"ד האב איך טאקע געהערט ערליכע אידן וואס זענען פארווייטאגט אז מען ברענגט אזא דיין וואס איז "צו שטארק מקיל" אין די ענינים.


.
זונטאג פעברואר 23, 2014 12:56 am#185536
אין די צעטלעך וועלכע הייטערן אויף די געמיטער צום בעפארשטייענדיגן צניעות אסיפה, ווערט צניעות אנגערופן "עיקרי הדת". עס איז זאגנד, ווייל איך מיין אז דאס איז דאס ערשטער מאל וואס צניעות ווערט אנגערפון אן עיקר הדת דורך פראפאנענטן פון די צניעות-אין-אינטשעס אידעאלאגיע. ביז היינט איז דאס בלויז גענוצט געווארן דורך די צד-שכנגד אפצושפעטן -- "דו רעדסט פון צניעות ווי עס וואלט געווען פון די י"ג עיקרים!".
זונטאג פעברואר 23, 2014 2:07 am#185554
בין גברא לגברא האב איך געליינט דעם גיליון און געווארן שטארק ווארעם פאר די זאך. שפעטער הער איך די בעל קורא רעכענט אויס פארשידענע ערליי צירונגין וואס די פרויען, פון דור מקבלי התורה האבן אלץ פארמאגט און מנדב געווען, חח, נזם, כומז, האב איך געטוישט מיין מיינונג.
פארוואס זענען די פרויען געגאנגען מיט א חח אויף די גאס? האבן זיי פארגעסען די "לא תנאף" פון בארג סיני?
זונטאג פעברואר 23, 2014 2:12 am#185556
די צעטליך זאגן אז פרויען גייען אין גאס מיט קליידער וואס זענען איסורים דאורייתא, ווייס איינער וואס דאס מיינט?

בנוסף צו ווערן עמוד ההוראה, שטייט דארט אויך אז רב פאלק איז צו צניעות, וואס דער חפץ חיים איז געווען צו שמירת הלשון. ער כאפט אבער נישט ווי ער מאכט אליינס חוזק פון זיך, דעם זעלבן צוגלייך מאכט שנרב אין זיין ארטיקל, ווי ער ברענגט ארויס אז ס'נישט געווען קיין הלכות אין די ענינים ביזן היינטיגן דור.
זונטאג פעברואר 23, 2014 3:05 am#185573
איך פיל א טרוקענקייט - עס פעלט מיך ווארימקייט צו דעם ענין, קען איינער ארויף ליייגן די צעטלעך כ'זאל מיך קענען אביסל אנווארימען?
זונטאג פעברואר 23, 2014 10:04 am#185594
קען איינער אפיר שאפען רב פאלק'ס ספר אין פי די עף?

מען דארף אפשרייבען ריבאטטעללס, אנפרעגען מרישא לסיפא, מאכען דערפין א חוזק בלאט, פאר אונזערע קינדער זאגען נאך פין רב פאלק אזויווי פין משה רבינו אליין.
זונטאג פעברואר 23, 2014 11:01 am#185601
איחוד פעלד האט געשריבן:קען איינער אפיר שאפען רב פאלק'ס ספר אין פי די עף?

מען דארף אפשרייבען ריבאטטעללס, אנפרעגען מרישא לסיפא, מאכען דערפין א חוזק בלאט, פאר אונזערע קינדער זאגען נאך פין רב פאלק אזויווי פין משה רבינו אליין.


רב הענקין טוט שוין א פיינעם דזשאב. די פראבלעם פון גיין אויף אלע פרטים איז אז דאס גופא צו קוקען אויף הלכות צניעות אין די אלע דעטאלען איז א חלק פון די עולה וואס הרב פאלק באגייט וכמבואר ע"י רב הענקין בטוטו"ד.
זונטאג פעברואר 23, 2014 11:38 am#185609
עס ווערט געזוכט א נדבן צו פארשפרייטן די מאמרים פון הענקין און שנרב ביים מעמד, אריינצוברענגען אביסל קדושה ביים כינוס פונעם סטרא אחרא.
זונטאג פעברואר 23, 2014 3:15 pm#185674
איך פארשטיי נישט דער שמועס, דו איינציגסטע הלכות צניעות פון וואס איך ווייס איז סימן ר"מ און או"ח....
און יענץ אויך געזאגט נאר פאר תנאים וקדושי עליון שהתנהגו בפרישות באמת... אבער נישט פאר אנשים כמונו בימינו אלה....

אגב אפשר נעמט זיך צוזאם ביים טיר דארט, און פארטיילען שפיצלעך לכל עובר ושב....

געהערט גראדע פון א רב דעם שבת" און נאכ'ן ממחרת האסיפה, ווער גייט עוסק זיין און זייערע שלום בית פראבלעמען...
פאר דו תמימות'דיגע פרויען וואס וועלן משוגע מאכען זייערע מענער, אז זיי גייען זיך אנטוען יאנטשי כנגד ההלכה..
דינסטאג מערץ 25, 2014 9:49 am#192558
פיר אינטשעס
איך וויל באמת וויסען וואס די הלכה איז בנוגע די לענג פין פרוי קלייד. איך האב געזיכט אין שולחן ערוך אין נישט געטראפען קלארע הלכה. שטייט אז די שוק מגולה איז ערוה, אבער ביז א טפח מעג מען זאגען א דבר שבקדושה, איז דאך משמע אז ביז א טפח העכער די קני איז נישט אסור. ווידער אויב איז זי פארדעקט מיט טייטץ איז זי מכוסה לכל הדעות.
איגעין, חס ושלום איך מיין נישט קיין ליצנות אדער קלות.
דינסטאג מערץ 25, 2014 11:47 am#192586
די הלכות פון צניעות אוז צניעות, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
אויב דו מיינסט נישט קיין ליצנות אדער קלות און דו ווילסט באמת וויסען..
דינסטאג מערץ 25, 2014 2:59 pm#192645
לשיטתך זאל איך גלייבען אז לב טהור צניעות איז ריכטיג?
דינסטאג מערץ 25, 2014 6:10 pm#192702
Sapir האט געשריבן:לשיטתך זאל איך גלייבען אז לב טהור צניעות איז ריכטיג?


כפארשטיי נישט וואס דו פרעגסט ווי קומט דא אריין גלייבען/אמונה?
צניעות האט נישט און דארף נישט קיין הלכות, והמבין יבין
דינסטאג מערץ 25, 2014 10:08 pm#192755
אי איתמר האט געשריבן:צניעות האט נישט און דארף נישט קיין הלכות, והמבין יבין


פרויען מעגן גיין מיט הויזן, והמבין יבין.



וואס איז פשט אין די "והמבין יבין"? מאכסט א סטעיטמענט, זיי מסביר. קיינער פארשטייט נישט.
דינסטאג מערץ 25, 2014 10:12 pm#192757
בשר בחלב האט נישט און דארף נישט קיין הלכות, והמבין יבין.
דינסטאג מערץ 25, 2014 10:37 pm#192759
הלכות שבת האט נישט און דארף נישט קיין הלכות. והמבין יבין.

...אזוי האבן די רעפארמער געזאגט!
דינסטאג מערץ 25, 2014 11:57 pm#192772
זעהט אויס אז מהאט יא פארשטאנען,
איינער האט פארשטאנען אז סמיינט גיין אהנגעטוהן ווי לב טהור
איינער האט פארשטאנען אז בשר וחלב און שבת האבען אויך נישט קיין הלכות,
בנוגע פרויען גיין מיט הויזען יש לדון בזה..
צניעות איז א מדה און עס איז נישט שייך קיין פונקטליכע הלכות,
נאר קען זיין אז עס איז דא א התרשלות און די מדה האט מען געמאכט כמו הלכות..
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:36 am#192785
אי איתמר האט געשריבן:צניעות איז א מדה און עס איז נישט שייך קיין פונקטליכע הלכות.

אט אזוי!!! דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט. צניעות, אזויווי פזרנות, קמצנות, כעס, זריזות עצלות, וכו'. דאס קען נישט קוואנטיפיצירט ווערן אין כללים, נאר איז געוואנדען אין די מצב, אינעם סביבה, און אין די אומשטענדען.
איין זאך דארפסטו נאר פארשטיין, אז צניעות ווערט נישט לויט וואס ס'קומט פאר ביי דיר אין קאפ, און דאס מיינט אז היינט אין ניו יארק סיטי איז גענצליך צניעות'דיג צו גיין מיט הויזן, אדער אן שטרימפ, אייגענע האר, קורצע ערמל, וכו', און נאכאלס הייסן א אשה צנועה אויב פראבירט מען נישט צו זיין איבעריג אויפפאלענד.
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:48 am#192786
דאס איז דאך א היימשע געשעפט פארוואס רעדט זיך דער עולם אפ אז סאיז שווער צי טרעפן צניעותדיגע קליידער.
מיטוואך מערץ 26, 2014 1:16 am#192789
געפילטע פיש האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:צניעות איז א מדה און עס איז נישט שייך קיין פונקטליכע הלכות.

אט אזוי!!! דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט. צניעות, אזויווי פזרנות, קמצנות, כעס, זריזות עצלות, וכו'. דאס קען נישט קוואנטיפיצירט ווערן אין כללים, נאר איז געוואנדען אין די מצב, אינעם סביבה, און אין די אומשטענדען.
איין זאך דארפסטו נאר פארשטיין, אז צניעות ווערט נישט לויט וואס ס'קומט פאר ביי דיר אין קאפ, און דאס מיינט אז היינט אין ניו יארק סיטי איז גענצליך צניעות'דיג צו גיין מיט הויזן, אדער אן שטרימפ, אייגענע האר, קורצע ערמל, וכו', און נאכאלס הייסן א אשה צנועה אויב פראבירט מען נישט צו זיין איבעריג אויפפאלענד.

משא׳׳כ ביי אונז אידען איז דא אזא זאך ווי מסורה צו דעת תורה, חזו׳׳א, הגר׳׳א קאטלער, האדמו׳׳ר מסאטמאר, וכ׳ו, ולאורם נסע ונלך,
מיטוואך מערץ 26, 2014 2:49 am#192802
מאך אפ....צניעות איז יא דעפינירט אדער נישט..
מיטוואך מערץ 26, 2014 10:22 am#192835
אי איתמר האט געשריבן:משא׳׳כ ביי אונז אידען איז דא אזא זאך ווי מסורה צו דעת תורה, חזו׳׳א, הגר׳׳א קאטלער, האדמו׳׳ר מסאטמאר, וכ׳ו, ולאורם נסע ונלך,

אויב אלע מידות האסטו אויך א מסורה? די מדה פון עצלות למשל, וואס איז די הלכה\מסורה ווען איז מען אן עצל און ווען נישט?
מיטוואך מערץ 26, 2014 10:25 am#192839
געפילטע פיש האט געשריבן:די מדה פון עצלות למשל, וואס איז די הלכה\מסורה ווען איז מען אן עצל און ווען נישט?

לכאורה גייט דאס אריין בגדר עצלות...
מיטוואך מערץ 26, 2014 11:39 am#192843
געפילטע פיש האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:משא׳׳כ ביי אונז אידען איז דא אזא זאך ווי מסורה צו דעת תורה, חזו׳׳א, הגר׳׳א קאטלער, האדמו׳׳ר מסאטמאר, וכ׳ו, ולאורם נסע ונלך,

אויב אלע מידות האסטו אויך א מסורה? די מדה פון עצלות למשל, וואס איז די הלכה\מסורה ווען איז מען אן עצל און ווען נישט?

אלא מאי?
אי איתמר האט געשריבן:אויב דו מיינסט נישט קיין ליצנות אדער קלות און דו ווילסט באמת וויסען..

געפילטע פיש האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:צניעות איז א מדה און עס איז נישט שייך קיין פונקטליכע הלכות.

אט אזוי!!! דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט. צניעות, אזויווי פזרנות, קמצנות, כעס, זריזות עצלות, וכו'. דאס קען נישט קוואנטיפיצירט ווערן אין כללים, נאר איז געוואנדען אין די מצב, אינעם סביבה, און אין די אומשטענדען.
איין זאך דארפסטו נאר פארשטיין, מיט וואס צניעות איז אנדערש וויבאלד צניעות איז איינע פון די יסודות אין יודישקייט(מה''ת מנין? ווייסעך נישט גענוי) און עס קען נישט דעפינירט ווערען פונקטליך, צניעות ווערט נישט לויט וואס ס'קומט פאר ביי דיר אין קאפ, און דאס מיינט אז אפילו היינט אין ניו יארק סיטי איז גענצליך צניעות'דיג צו גיין מיט הויזן, אדער אן שטרימפ, אייגענע האר, קורצע ערמל, וכו', און נאכאלס הייסן א אשה צנועה אויב פראבירט מען נישט צו זיין איבעריג אויפפאלענד. וועגען דעם איז דא אויף דעם א מסורה/ דעת תורה,
אי איתמר האט געשריבן: קען זיין אז עס איז דא א התרשלות און די מדה האט מען געמאכט כמו הלכות..

ביטע אנטשולדיגען פאר שרייבען אזוי עקסטרעם נישט אויפגעקלערט אויף ק''ש,
והוא רחום..ולא יעיר כל חמתו..
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:01 pm#192846
דא מעג מען שרייבן ווי עקסטרעם מ'וויל, נאר ס'דארף מאכן סענס.

הלכות צניעות איז נישט, און איז קיינמאל נישט געווען, קיין יסוד אין אידישקייט. ס'ווערט נישט דערמאנט אין תורה שבכתב, תושבע"פ, אדער שולחן ערוך. עד שבא הרב פאלק והעמידן על אחת.

הלכות האבן געווענליך שיעורים און גדרים, שיעור חימוץ, בטל בשישים, כדי אכילת פרס, תוך כדי דיבור וכדו', מיר האבן א השתלשלות אין הלכה, און אין יעדע הלכה קען מען צוצייגן ווען ס'איז נתחדש געווארן, צו אין תורה שבכתב, צו אנשי כנסת הגדולה, צו אין משנה\גמרא, וויאזוי ס'איז אריבער השתלשלות פון גמרא צו ראשונים, צום רמב"ם רא"ש רי"ף, טור, שו"ע, נושאי כלים, אחרונים, תחתונים. ביטע צייגט מיר צו די השתלשלות פון הלכות צניעות.

מדות טובות זענען שיינע מידות וואס זענען שיין צו טוהן, ס'איז א מצוה פון והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכדו'. רחמנות קען נישט ווערן קוואנטיפיצירט אזויווי הלכות, און ס'איז געוואנדען אין די אומשטענדען. למשל, אמאל אויב א טאטע האט פארקויפט זיין צוועלף יעריגע טאכטער אלס אמה עבריה, און ער איז לאו דוקא געווען א אכזר. ער האט איר ווי פארזיכערט מיט האבן צו עסן, קליידונג, און ווארשיינליך א שיינע שידוך מיט א בעלבתישע איד. היינטיגע צייטן אז א טאטע וועט טוהן די זעלבע זאך וועט ער איבערהויפט הייסן אן אכזר. וואס האט זיך געטוישט? די נאטור פון מענטשען, די קולטור, די goals פון מענטשען און די וועג וויזוי מ'קוקט אן פארהייראטע לעבן.

די זעלבע איז מיט צניעות, ס'איז א מדה טובה ווי אלע מידות, והצנע לכת עם ה' אלוקיך, טוה נישט קיין אויפפאלענדע זאכן, לאז נישט וויסן פאר די גאנצע וועלט וואסארא גרויסע מתמיד דו ביזט, אז דו ביזט די גרעסע מחמיר אין שטאט, זיי באשיידן, איידל. פאר נישט ארום מיט קיין בענטלי, און גיי נישט מיט קיין גרויסע האריגע הוט, דאס איז אלץ אקעגן די מדה פון צניעות. זיי נישט אויפפאלענד, און גיי נישט קיין בורקע, און אויב וואוינסטו אין א פלאץ וואו מ'גייט מיט קורצע ערמעל אין די זומער, זיי נישט אויפפאלענד און גיי אנגעפאנצערט מיט שמונה בגדים אין די ביטערע היצן, ווייל דאס איז אויך קעגן די מדה פון צניעות.

אמאליגע צייטן איז געווען זייער אויפפאלענד צו גיין מיט א געוויסע בלום אויפן געזיכט, ווייל דאס איז געווען די סימן וואס זונות האבן געהאט, היינט מיינט עס גארנישט, מעג מען גיין דערמיט. היינטיגע צייטן טאר מען נישט גיין אנגעטוהן ווי די זונות, אבער גיין אנגעטוהן ווי א נארמאל אנשטענדליכע מענטש אין סאסייעטי איז קיין שום פראבלעם.

אויב דו קענסט ברענגען ראיות אקעגן וואס איך האב דא געשריבן ביטע רופט אייך אן ווארעם, אל תמנע טוב מבעליו.
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:14 pm#192851
צניעות איז איינע פון די יסודות אין יודישקייט? זייט ווען?

לאמיך טשעקן...

איז צניעות איינס פון די עשרת הדברות? ניין!
איז צניעות איינס פון די תרי״ג מצוות? ניין!
איז צניעות אן עשה אדער לא תעשה? קיין איינס!
ווערט צניעות דערמאנט אין חמשה חומשי תורה? ניין!
האט משה רבינו אויסגערעכנט צניעות ווען ער האט געגעבן די משפטים אין מרה? ניין!
האט משה רבינו גערעדט וועגן צניעות די טאג פון זיין שטארבן? ניין!
איז צניעות איינע פון די זאכן וואס יהושע האט מתקן געווען? ניין!
האט שלמה המלך מתקן געווען צניעות? ניין!
איז צניעות א הלכה למשה מסיני? ניין!
איז צניעות פון די י״ח דברים וואס חז״ל האבן מתקן געווען? ניין?
איז דא אין תלמוד בבלי א מסכת צניעות? ניין!
איז צניעות איינע פון די י״ג עקרים וואס די רמב״ם שטעלט אראפ אלץ די יסודות פון אידישקייט? ניין!
איז דא אין רמב״ם א פרק פון הלכות צניעות? ניין!
איז דא אין חובת הלבבות א שער אויף צניעות? ניין!
איז דא אין ספר חינוך אן ענף פון צניעות? ניין!
איז דא אין טור א סימן אויף הלכות צניעות? ניין!
אין שולחן ערוך - די ספר היסוד פאר ארטאדאקסישע יודישקייט - איז דא דארט א סימן פאר הלכות צניעות? ניין!

די וועלט שטייט שוין 5774 - פאר איבער 5000 יאר פון דעם איז צניעות נישט געווען קיין יסוד פון אידישקייט!

ווען איז עס געווארען א יסוד פון אידישקייט? ווען א רב מיט א נעקטיי האט ארויסגעגעבן א ספר אויף הלכות צניעות?

אויב איך געב מארגן ארויס א ספר אויף הלכות פעפעטע הויזען בשבת וועט ״פעפעטע הויזען״ ווערן א יסוד אין יודישקייט?
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:28 pm#192855
א מקור גענוי ווייסעך נישט, אבער ראיות קענסטו אליינס זעהן עד אין סוף,
עס איז דא אסך מעשה רב/איש מיט די חזו''א בעניני צניעות ווי ער איז געווען זייער שארף שלא כהרגלו,
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:29 pm#192857
ATUB @גנדי ATUB , העי העי! וואס האסטו קעגן נעקטיי'ס?
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:32 pm#192858
אי איתמר האט געשריבן:א מקור גענוי ווייסעך נישט, אבער ראיות קענסטו אליינס זעהן עד אין סוף,
עס איז דא אסך מעשה רב/איש מיט די חזו''א בעניני צניעות ווי ער איז געווען זייער שארף שלא כהרגלו,

א מעשה רב פון חזו"א מאכט יסודות אין אידישקייט?
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:49 pm#192860
געפילטע פיש האט געשריבן:@גנדי, העי העי! וואס האסטו קעגן נעקטיי'ס?


נעקטייס זענען קעגן די יסודות פון אידישקייט.
נעקטייס איז די מאדערענע מאדע פון די גוים פון די לעצטע פופציג יאר.

ווי אזוי קען א רב מיט א נעקטיי וואס גייט נאך די מאדעס זאגן פאר פרויען זיי טארן נישט נאך גיין די מאדעס?



נ.ב. איך חלש שוין יארן צו גיין מיט א נעקטיי (והא ראיה. אלץ בחור פלעג איך אנטוהן פורים א נעקטיי. און וואס מען טוט אן פורים איז א סימן אז דאס וויל מען עכט... אזוי האט מיין רבי געזאגט) אבער איך האלט זיך צוריק. ווייל מען וועט ארויסווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות. ווייל דאס א יסוד אין אידישקייט.

איך בין בייז אויף הרב פאלק. ער גייט אין א נעקטיי. און מען צאלט אים א פרי טיקעט פון לאנדאן צו זיצען אויבען אן. אויב איך טוה אן. באקום איך א טעלעפאן קאל פון די הנהלה די נעקסטע טאג.
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:53 pm#192863
געפילטע פיש האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:א מקור גענוי ווייסעך נישט, אבער ראיות קענסטו אליינס זעהן עד אין סוף,
עס איז דא אסך מעשה רב/איש מיט די חזו''א בעניני צניעות ווי ער איז געווען זייער שארף שלא כהרגלו,

א מעשה רב פון חזו"א מאכט יסודות אין אידישקייט?

איך זאג א דבר פשוט מאד, אז SOMEHOW גייען יודישייט מוט צניעות אינאיינעם,
נאר דו פראבלעם/ליצנות איז אז מ'דארף מאכען פונקטלוכע הלכות..,
אי איתמר האט געשריבן:אויב דו מיינסט נישט קיין ליצנות אדער קלות און דו ווילסט באמת וויסען..
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:57 pm#192867
אי איתמר האט געשריבן:א מקור גענוי ווייסעך נישט, אבער ראיות קענסטו אליינס זעהן עד אין סוף,
עס איז דא אסך מעשה רב/איש מיט די חזו''א בעניני צניעות ווי ער איז געווען זייער שארף שלא כהרגלו,


די ווייסט אז עס איז דא א מעשה רב פון חזון איש אז אן אפענע רעקל אדער א קורצע רעקל פאר מענער איז נישט צניעותדיג?

איז דאס יעצט אויך א נייע יסוד אין אידישקייט?

דוכט זיך רוב ראשי ישיבות, אינקלאדינג די ערפינדער פון ״הלכות צניעות״ - הרב פאלק - גייען מיט אן אפענע פראק.

(אגב א פראק איז אויך א מאדע פון די גויים)


איך געב ארויס די נעקסטע ספר: ״עוז והדר לבושו״. איך נעם שוין צוזאם פערמענאנטון. זאל איך גיין קיין איי-וועלט פאר מעות קדימה?
מיטוואך מערץ 26, 2014 1:14 pm#192868
אי איתמר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:א מקור גענוי ווייסעך נישט, אבער ראיות קענסטו אליינס זעהן עד אין סוף,
עס איז דא אסך מעשה רב/איש מיט די חזו''א בעניני צניעות ווי ער איז געווען זייער שארף שלא כהרגלו,

א מעשה רב פון חזו"א מאכט יסודות אין אידישקייט?

איך זאג א דבר פשוט מאד, אז SOMEHOW גייען יודישייט מוט צניעות אינאיינעם,
נאר דו פראבלעם/ליצנות איז אז מ'דארף מאכען פונקטלוכע הלכות..,
אי איתמר האט געשריבן:אויב דו מיינסט נישט קיין ליצנות אדער קלות און דו ווילסט באמת וויסען..


עס איז געווארען א יסוד. ווען סאטמאר רב אין זיינע תלמידים האבן גערעדט דערוועגן ביי כל נדרי און פאר תקיעות שופר.

וכידוע די ״מעשה רב״ פון טעלזע ראש ישיבה וואס האט זיך געוואונדערט דערויף.

אזוי ווי קדושה איז געווארען די יסוד פון אידישקייט אין גור. שמחה אין ברסלב. ציונות אין סאטמאר. קוגעל אין קרעטשניף. שטיוועל אין סקווירא. הויכע ביבער היטן אין פאפא. שיינע פיאות אין באבוב. אויסגעדרייטע היטן אין וויזניץ. מאכן אליינס די אייער צוויבעל אין פשעווארסק. מרה שחורה ניגונים אין סלונים. שפיציגע שטריימלעך אין רוזין. שווארצע טיכלעך אין תולדות אהרן. קאשקעטלעך אין בעלזא. מחאות אין נטורי קרתא. איבערגענעכטיגע אייער אין קלויזענבורג. בורקאס אין לב טהור. טעדי בערעלעך אין לויבאוויטש.
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 1:21 am#192983
אי איתמר, האסט מיך נישׁט געענפערט ווי א מענטשׁ. עפּעס קאכסטי געפעלריך וועגן דעם נושׂא.
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:51 am#193008
כהאב יעצט געשריבען מער באריכות ווי א מענטש, און סהאט זיך אןיסגעמעקט..,
בקיצור אויב דו קוקסט נאך און שו׳׳ע און דו טרעפסט א קשיא צו סתירה בנוגע פיהר אינטשעס אגער סיעמס,
קען מען עס פארענטפערען אז באמת נישט דא קיין פונקטליכע הלכות צניעות,
ד.ה. איך קען פרעזענליך א גאר ערליכע צניעותדיגע פרוי וואס גייט מיט הויזען, אויסגעשניטען וכ׳ו
און זי וועט קיינמאל נישט טוהן פארקערט פון שו׳׳ע, (בעיקר קען מען עס זעהן ביי סורישע אפשטאמיגע)
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 6:49 pm#193147
איז דא אין שולחן ערוך א קלארע ראיה אז לב טהור לבוש איז נישט ריכטיג? נאר וואס דען, די פארשטייסט אז פרויען דארפען זיך באפיצען כשיטת רבי עקיבא אין מסכת שבת וכמבואר בשולחן ערוך הלכות אבילות. ממילא, הייב אן פין אנהייב אין ענפער געהעריג.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 11:10 am#417921
איינער פארמאגט אפשר דעם נומער פון דעם הרב פאלק?
יישר כח
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 11:50 am#417926
Re: די צניעות-אידעאלאגיע פון הרב פסח אליהו פאַלק
011 44 191 478 2342

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 1:42 pm#417931
איינס פון די צוויי: אדער האט הרב פאלק שליט"א געכאפט א קלוגן וועג וויאזוי צי מאכן א גרינגן דאללער. אדער איז ער אבסעסס'ד מיט דעם אופן וויאזוי פרויען גייען אנגעטון. דאמאלס דארף ער גיין צו א דאקטער זיך אונטערזוכן. איך בין נישט ביכולת איהם צו אנאליזירן פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט.

א לץ האט עס אמאל גוט מגדיר געווען איבער די אלע מענטשן וועלכע זענען אבסעסס'ד מיט דעם וועג וויאזוי פרויען (בכלליות) גייען אנגעטון..."זיין קאפ ליגט אין יענעמ'ס מחי*ה"...!
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 8:01 pm#417958
מ'דארף פארשטיין אז די מהלך פון הרב פאלק אין זיין מחזה אליהו איז אויך ענליך צו עוז והדר לבושה. ווען אים געפעלט א געוויסע סברא, ווערט דאס די יסוד פונעם סוגיא, ער דארף עס נישט אויפווייזן אין די סוגיא זעלבסט. (אין בריסק זאגט מען אויף דעם 'וואו איז דער שנאמר?').

איך האב זיך גע'טענה'ט מיט אים אויף געוויסע זאכן אין או"ח און צניעות, און איך האב געזען אז עס איז נישט דא מיט וועמען צו רעדן. ער קען זאגען א שיעור צו די וואס הערן אים אויס, אבער נישט רעדן שווה בשווה מיט מענטשן. יעצט ווען ער איז אלט און איך יונג, קען ער זיכער זיך ארויסדרייען פון זיך טענה'ן.

(לאבהורי בעלמא, איך האב א שטיקל משפחה באציאונג מיט אים)
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 9:09 pm#417965
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'האט קיינער נישט געזאגט אז דער מחבר פון עוז והדר לבושה איז אנדערש...! אעפ"כ. עוז והדר לבושה גייט נישט אריין אין אזויפיהל פרטים ווי הרב פאלק שליט"א. וכבודו במקומו מונח...!
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:43 pm#418078
שוין, מען האט שוין לאנג פארגעסען פין אים, וינוחו בשלום. די רבנים זענען פארנומען מיט די סמארטפאן.