יעצט איז צייט פאר מיר צו זאגן מיין אייגענע מיינונג. קודם כל שטים איך צו צו אלע פון אברמי ביז וואלווי, און איך דיסאגרי מיט אלע ווי איר וועט ווייטער זעהן. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אלעס דא איז בלויזע שפעקולאציעס. מיר האבן נישט קיין פאראייניגטע ארגעניזאציע אדער איין פירער וואס זאל פאראייניגן און מאכן אפיציעל די באוועגונג. זאכן רוקן זיך פאראויס אבער מיר קענען נישט האבן קיין אהנונג אויב די פראצעס וועט זיין א שטייטע אדער א שנעלע - רעלאטיוו גערעדט. אזוי ווי ס'שוין דערמאנט געווארן דא, די מער דרוק און די מער שטותים די איצטיגע הנהגה וועט צולייגן אלץ שנעלער וועט קומען די ישועה.
ביי די צווילע רעכטן פראטעסטן אין אלאבאמע האט זיך עס גערוקט גאר שטייט און ס'האט אויסגעזעהן ווי די שווארצע טוען גארנישט אויף. ביז די ארטיגע געווארנאר האט געמאכט די פאטאלע באשלוס פון זיך באנוצען מיט הונט אקעגן די פראטעסטירער, פון דאן האט זיך אלעס ארום געדרייט און שנעל געפארן צום ריכטונג פון גלייכבארעכטיגקייט. אויב אונזערע רבנים וועלן אריינברענגן די הונט זענען מיר באלדיגע געהאלפענע. אויב וועלן זיי ארבייטן מיט סטראטעגיא און איינגעהאלטנקייט וועט עס נעמען אסאך לענגער.
אין אלגעמיין האלט איך פונקט ווי @venus האט געשריבן. "change happens gradually". אבער ביי אונזער פאל איז נישט מעגליך דאס צו וויסן אויף זיכער. מיר זעהן טרענדס אין ביידע ריכטונגען וואס געבן מיר
האפענונג און פארצווייפלונג אינאיינעם.
פון איין זייט זעהן מיר א גאר שטארקע אויפוואכונג פון די בעלי שכל.
1) מיר זעהן די קאלעדזשעס אנגעפילט מיט היימישע יונגערלייט און פרויען, אפילו אין פרעסטידזשפולע שולעס. מענטשן גייען אפילו צו ווערן דאקטוירים און סייענטיסטן.
2) מיר זעהן א נייגונג אוועק פון די פרעדזשידוס אקעגן פרויען, עכ"פ אויף א פרטי'שע פארנעם.
3) די ראסיסטישע נייגונגען אקעגן מינאריטעטן למיניהם ווערט היינט גאר שטארק אראפ געקוקט ביים המון עם.
4) עס איז דא א שטארקע פרלאנג פאר שטארקע עדזשוקעישאן און עלטערן מוטיקן די בחורים צו ליינען ביכער און זיך לערנען שרייבן.
5) די עולם גייט מיט די צייטגייסט, מען גלידערט זיך אריין אין די ביזנעס און טעכנעלאגיע פון די איין און צוואנציגסטע סענטארי.
6) אפילו אין אידישקייט איז דא א שטארקע אויפוואכונג צו ערהאלטן אטענטישע אמונה, הבנה אין יהדות והשקפה און ארענטליכקייט אין אמת'ע הלכה.
7) די עולם איז מבקש אויף קירבת השם. צו איז דאס ביי שבתונים פון פראדזשעקט אינספייער, אש התורה, שלהבת, געיטוועי, קאלל אוו דע שופר אדער רבי מוטה פראנק. אמאל וואלט מען זיך נישט געחלומ'ט אז א היימישע חסידישע איד וואלט געהאט אן אינטערעסע בכלל.
8) אין אלע היימיש געגנטער געפונען זיך היינט אויף א שטילע פארנעם צענדליגע משפיעים ומורי הוראה וואס פרעדיגן אטענטישע אידישקייט.
9) וויפיל ספרים עס האלטן אין איין ארויסקומען וואס גיבן איבער די דבר השם אן די צוגעלייגטע שטותים וואס פארעקלן אידישקייט בעיני העם.
און נאך אסאך אנדערע דוגמאות...
פון די אנדערע זייט אבער איז די מצב גאר ביטער. אין די גרויסע אינסטיטושענס און פעקטאריס זעהט זיך נישט אן קיין כהוא זה פון א שינוי. אדרבא, זיי האלטן אין איין ציען מער צו די טונקעלקייט. אין די מוסדות לערנט מען נאך אלץ די קינדער כצפיחות בדבש און שומר חנם שומר שכר אבער קיין ווארט נישט איבער אידישקייט. פארוואס זאל איינער וועלן זיין א איד אויסער צוליב דעם וואס זיין טאטע איז איינס? רוב מוסדות קענען טון אסאך מער אין די געביט פון עדזשוקעישאן. ביי רוב היימישע שולעס ווייסט א יעדע מיידל פונקטליך א יעדע סעיף פון רב פאלק'ס ספר אבער זיי האבן די מינדעסטע אהנונג איבער אנכי ולא יהיה לך. די אויבנ-דערמאנטע ספרים ומשפיעים ווערן ארונטער געריסן דורך די מענסטרים הנהגה. פארטיי ליניע און געלט זענען וויכטיגער ווי די תרי"ג מצוות. ווי א קרוב מיינער האט מיר געזאגט נאך דעם וואס די מוסד איז איר דערגאנגן די יארן צוליב א שמועה אז זי גייט מיט מעיקאפ וועלכער איז גע'אסר'ט געווארן דורך די רשכבה"ג'ן שבדורנו,
"זיי האבן די צייט און רעכט צו דערגיין די יארן צוליב א ספק אז איך האב עובר געווען אולי אויף א לא תסור, אבער מיט די ודאי דאורייתא פון לא תונו האבן זיי נישט קיין פראבלעם". (איר זעהט? פרויען קענען יא לערנען...)
דא שטעקט מיין פרייד און מיין פארצווייפלונג. די עולם איז טאקע אויפגעקלערט און מ'טוישט זיך צום גוטן אבער די אינסטעטוציעס בארגראבן זיך נאר טיפער און טיפער. פארוואס האט עס נישט קיין השפעה אויף זיי אויך?
לסיכום הענין, מיר האבן דא זייער מיקסד מעסידזשעס ווי מיר האלטן מיט די רעוואלוציע און אויב עס האט זיך בכלל אנגעהויבן. אבער ביי די המון עם זעהט זיך שטארק אהן אז די עולם איז גרייט פאר טשעינדזש, אבער שוין! יעצט גייט געשעהן איינס פון די דריי זאכן. אדער וועלן זיך זאכן רוקן גאר שטייט און ביז א צוואנציג יאר וועלן זאכן בעזר השם ווערן בעסער (אך און וויי פאר אונז...
![טרויעריג :(]()
). אדער וועלן די יושבי חשך גיין ווילד און עקסטרעם און דאס וועט שטופן די רעוואלוציע צו די נעקסטע שטאפל. אדער וועט אפיר קומען א ריכטיגע מנהיג אדער ארגעניזאציע וואס וועלן שטופן די באן מיט אן אגעניזירונג וואס ס'פעלט זיך אויס. ימים ידברו.
אפטעמיסט האט געשריבן:ווערי נייס הוגה, און גיב איבער א דאנק פאר אברמי פאר מיר טעגן...
צום ענין, עס קומט טאקע פאר א מהפכה אינערהאלב אונזער סאסייעטי, אבער פון דארט ביז א רעוועלאציע איז א שווערן גאנג. אויב וועסט כאפן א בליק אויף די מאסן- טוישן און רעוועלאציעס וואס זענען פארגעקומען אין די לעצטע יאר הונדערט, וועסטו זעהן איין זאך וואס פארבינט זיי אלע: די פראטעסטירער און רעוועלאציאנערן האבן געהאט הילף פון זייער פאמיליע. וואס מיין איך צו זאגן? סיי ביי דער שווארצע אויפשטאנד זענען טאטע מיט זון געוועהן אויף איין בלאט, אין די איסלאמישע לענדער זענען ע"פ רוב גאנצ'עטע משפחות אויף איין זייט פון די מטבע, און איצט אין אוקריינא זענען פאמיליעס אויך פאראייניגט. אין אונזער פאל איז אבער גאר אנדערש. יא, טויזענטע טויזענטע שרייען (אין הארצן) "רייס אראפ דעם וואנט!", אבער דאס איז נאר כלפי פנים; נישט כלפי חוץ. גערעכט, א ריזן חלק כלל ישראל האסט דעם סיסטעם און האפט פאר א בעסערע עתיד לבנינו ולדורותינו-- אבער ביי רוב פון אונז איז דאס א שווערע סוד, און אויב די ווייב ווייסט, ווייסן נישט די עלטערן, און אויב די עלטערן ווייסן, ווייסן נישט די שווער און שוויגער אא"וו.
@אפטעמיסט, אברמי זאגט אז ער האט נאר געמאכט א ווערטל...
בנוגע עלטערן און קינדער איז אזוי. אמת טאקע אז מען האט מורא צו טון זאכן אין די עפענטליכקייט דערווייל אויס מורא פון די משפחה. אבער קודם כל, ביי די צווילע רעכטן איז עס אין אנהייב בעיקר נאר געווען די קינדער, די עלטערן האבן געהאלטן אין איין שרייען אז ס'גוט אזוי, א שאד די צייט מ'וועט ממילא גארנישט אויפטון וכדומה. נאר ווען די זאכן האבן זיך אנגעהויבן צו רוקן פאראויס מיט אימפעט האבן זיך די עלטערע אויך צוגעשטעלט. ביי אונז האלט איך אויך אז אסאך עלטערן וועלן זיך צושטעלן איינמאל זאכן הייבן זיך אן צו רוקן. עס איז די טבע פון עלטערן זיך אנצונעמען פאר די אייגענע קינדער. צווייטענס, מ'האלט שוין כמעט ביי צוויי דורות אין די רעוואלוציע. ס'זענען דא אסאך אומצופרידענע וואס זענען אין די הויכע דרייסיגער יארן און זיי גייען באלד חתונה מאכן די קינדער.
עוד מישהו האט געשריבן:די רעוואלוציע קען נאר פארקומען דורכן פשוטן המון עם, און אין די פארם פון אן אויפשטאנד וואס איז ברוטאל, קעגן די גאר קליינע פראצענט וואס פירן די סאציאלע ווירטשאפט, סיי פאליטיש און סיי עקאנאמיש.
מען רעדט דאך נישט דא פון אן אויפשטאנד פון איבערנעמען א לאנד, מען רעדט דא פון א טיילונג וכדומה.
יאיר האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, דער מצב פון חרדים איז גארנישט אזוי שלעכט. והא ראי', קיינער איז נישט גרייט צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.
@יאיר, תיקון טעות: דער מצב פון חרדים איז גאר שלעכט. נאר, די עולם ציטערט דערווייל צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.
דער עולם אין די לעצטע פאר תגובות רעדן ארום וואס מיר קענען טון צו העלפן די רעוואלוציע גיין פאראויס.
איך ווייס נישט אויב איך בין דער מענטש צו זאגן. אבער איין פארשלאג קען איך יא געבן און איך בין מיר מקבל דא ברבים עס אויסצופירן. לאמיר נישט פארשווייגען אומרעכטן. ווען מיר זעהן/הערן אין בית המדרש אדער אין אונזערע מוסדות איבער אומרעכטן וואס ווערן געטון אקעגן יחידים, לאמיר זיין VOCAL צו זאגן ברבים אז עס איז אן אומרעכט. אל תירא ואל תחת, מען מוז מאכן א ווינט אז אלע מענטשן וואס האלטן אז אן אומרעכט איז אפגעטון געווארן אקעגן איינעם אז זיי זאלן זיך לאזן הערן. איך וועל נישט פארשווייגען ווען איינער ווערט אפגעזאגט פון די מוסדות צוליב נערישע סיבות. איך וועל נישט פארשווייגען ווען א קבוצה ראציגע פרומאקעס בארעדן איינער וואס גייט נישט אין שפאן מיט זיי. איך וועל נישט שווייגען ווען איך ווייס אז א רב אדער א קהלה טערארעזירט א משפחה. .